שלום עליכם אייך מיינע טייערע פריינט. וואס זאל איך אייך זאגן, עס איז געווען שווערע ניין טעג, ריכטיג געקלאגט אויפן חורבן. יעדער האט זיך זיינע נסיונות אין די טרויעריגע טעג. אזוינע וואס די וועש וואשן באנעמט זיי, און אזוינע זענען דא וואס די מוזיק איז עפעס וואס זיי קענען נישט דעראן לעבן, און ווידעראום די וואס די פליישיגע סאפפער’ס זענען ממש א אפקומעניש צו דערווארטן. וכו’, וכו’. אבער פאר מיר איז דאס אלעס א שפילעכל קעגן דעם נסיון פון אריינטייפן א גוטע מעשה’לע אויף אייוועלט. יויש האב איך געלעכצט, אוי האב איך געקוקט אויף דעם קיעבארד און אמאל זיך פארגלאצט אויפן צדיקל און אמאל אויפן ענדע פא, איך האב שוין אליינס נישט געוואוסט וואס איך וויל שרייבן, אבער עפעס שרייבן…

עכ”פ עס זענען פארביי די ניין טרויער טעג, און ביי מיר איז דא א פאק מיט סחורה, וואס ווערט פארשימלט מיט די צייט, איך ווייס נישט ווי אונצוהייבן…. האט איר אויך געהאט אזוינע שווערע טעג ווי איך? איז אייך אויך שווער געווען דער תשעה באב אן דעם קאמפיוטער? אדער האט איר זיך פשוט נישט געקענט צוריקהאלטן און געהעריג אנגעגאנגען מחמת דבר האבוד?.. לאמיר זיך אויסשמועסן!

צוריק צו מיין געשיכטעלע:

אזוי ווי יעדן תשעה באב פלאניר איך וואס צו טון מיט די 8 שעה וואס מ’קען נישט: נישט עסן! נישט טרינקען! נישט שלאפן! (פאר די וואס ווייסן די רעזולטאטן פון א שלאף אין א תענית איז עס קיין קשיא נישט) נישט לערנען! נישט שפאצירן! נישט פרייען! וכו’, בין איך דאס יאר אויפגעקומען מען וועט שפילן שאך!!! געוואלדיג!!! די מעלות פונעם שאך זענען באקאנט, עס האט נישט קיינע פון די אויבנדערמאנטע פעלערן, און עס נעמט דעם קאפ אביסל מחשבה. שוין! די בעסטע עצה, און איך דארף נאר טרעפן מיט וועם צו שפילן… איז א פראבלעם, מיין ווייב קען ניטעמאל טשעקער’ס מיינע קינדער וויל איך דאך איינרעדן אז איך לערן תשעה באב מסכת שבת די דפים וואס מ’מעג יא, און מיינע גוטע פריינט ווייסן ווי גוט איך קען שאך זוכן זיי זיך איינעם וואס קען יא… נו! וואס טוט מען?

בליצט מיר אויף א געדאנק! איך וועל שפילן מיט מיר אליינס! ווער זאגט אז אין יעדע מלחמה מוז זיין צוויי זייטן? עס וועט זיין איך קעגן מיר אליינס, א שטייגער ווי מיינע אפטע שמועסן וואס איך כאפ צו מיר אליינס. און קיינער וועט נישט וויסן צו איך האב פארלוירן אדער געווינען, און אויב איך וועל באשלוסן אז איך האב שוין גענוג געליטן וועל איך צוווארפן דעם שאך ברעטל און נישט כאפן קיין באטל אין קאפ דערפאר… א אייזענער פלאן.

זעץ איך מיך צום שאך ברעטל, און נעם ארויס די שטיקער, איך פאנג אן צו לייגן ווייס אויף איין זייט און שווארץ אויף די צווייטע, און אט כאפ איך זיך: ווער זאגט אז מיין קעגנער איז צופרידן פון דעם קאליר, אפשר ווען איך לאז אים ווען רעדן וואלט ער קלאר געזאגט ער וויל זיין ווייס, נישט שווארץ? שוין גיי קריג זיך! בפרט מיט איינעם וואס קען זיך נישט אליינס דיפענדן, עס פילט עפעס נישט גוט צו טון, מילא גיב איך נאך און איך טויש זייטן… איין מינוט! איך בין נישט זיכער אז דאס איז וואס ער וויל און די איינציגע וועג צו וויסן, איז זיך אריינצולייגן אין זין מצב און זעהן וואס וואלט איך ווען געוואלט? שטייט דאך ואהבת לריעך כמוך, איך זיץ און איך בין זיך מתבונן, אז לכאורה וואלט איך ווען געוואלט זיין ווייס, והא ראי’ איך האב אזוי אנגעהויבן, מילא גיב איך אים דעם כבוד, והנה מ’גייט שפילן.

מיין קאפ טוט מיר אביסל וויי און איך קוק אן דעם שאך ברעטל אנדערש ווי אין א זאטן טאג, איך זעה מיך פלוצלינג שפאצירן צווישן די פויערלעך. . . איך בין טיעף פארקלערט אין א מצב פון סאבקאנטשעסנעס, און איך זעה א דמיון. איך שפאציר אזוי ארום און מיינע טריט גייען אויף שווארץ און רויטע ריזיגע קעסטלעך, עס נעמט מיר א מינוט אדער צוויי אנצוקומען פון איין קעסטל צום צווייטן, און אויף יעדן קעסטל שטייט א פויערל. וואס דארף איך אייך דען מסביר זיין? א פויערל מיט אלע מפרשים, א רוסישע קוטשמע, א דזשעקעט פון פעל, און שטיוול ביז די קניען, מיט צוזאם געלייגטע הענט שטייען זיי יעדער אויף זיין באקסל און ווארטן אויף באפעלן…

איך הער עפעס… שששש…. מען רופט אויס א דרינגענדע אסיפה. איך האלט מיך שטיל. איך וויל הערן. איך דריי זיך ארום און איך זעה אינטער מיר שטייט הער לויפער מיט הער טורעם, און שיקן זיך בריוועלעך וואס קיינער קען נישט פארשטיין. דער פערדל לעבן זיי קוקט אריין ווי א פערדל אבער פארשטייט נישט קיין ווארט, איך פארשטיי פארוואס מ’האט אים געגעבן דעם ניק פערדל… און די שאך מיט די שעכין זיצן אינדערמיט און פירן אן די גאר וויכטיגע אסיפה:

שאך: מיינע טייערע קאלעגן סאלדאטן פויערן, לויפער’ס טורעם’ס, און אלע אינטערטאנען! ווי איר ווייסט זענען מיר אין א עת מלחמה, און עס איז אנגעקומען א ידיעה אז דער ווייסער שונא האט זיך אריענטירט נישט ווייט פון אונזערע גרעניצן מיט א ריזיגן מיליטער. די פויערן וואס שטייען אויפן פראנט זאגן אז מ’זעהט נאך גארנישט ביזדערווייל, ווייל סך הכל קענען מיר זעהן 2 באקסעס ארום אונז, אבער לויט וויאזוי מיר אלע האבן זיך געטראפן היינט אויסגעשטעלט אנשטאט צו ליגן אין א פארמאכטן שאכטל צוזאם געווארפן ווייס מיט שווארץ זענען מיר אלע אויף עקסטערע באקסלעך, זאגן אונזערע מבינים אז אינדערהיים האט דאס געמיינט א שעת מלחמה, און דאס איז א טאקטיק פונעם שונא, ער שטעלט אונז אויף שיין כדי אונז אומצוווארפן, און צום סוף זיך צו נעמען צום קעניגרייך די שאך און שעכין.

מי לשאך אלי? ווער איז גרייט? ווער איז שנה ראשונה? ווער האט א נייע דירה? ווער האט געזינדיגט? וכו’ און די איבריגע זאלן זיך שטעלן צום מיליטער, עס איז א שעת חירום, מען שטעלט יעדן צום מיליטער…

עס איז שא שטיל… די פויערלעך זאגן נישט קיין ווארט! די פערדלעך לויפער’ס און טורעם’ס ווייזן גאר א שטארקען גרייטקייט, און זיי דרוקן אויס שטארקע מיטארבעט מיטן קעניגרייך.

אט שטעלט זיך אויף די קריגס מיניסטערן די שעכין, און פאנגט אן צו טון צו דער זאך: זי רופט אויס נעמען און פרעגט צו מ’איז אויפן פאזיציע, און יעדער ענטפערט יא! זי פרעגט ווייטער צו ווייסטו פויערל וואס די דארפסט טון? יא! זאגט ער, איך קען גיין א גאנץ באקסל צו אטאקירן דעם שונא. זייער פיין, און די פערדל? יא! איך קען גיין איינס גראד און איינס קרום, און אטאקירן די שונא! און די טורעם’ל וכו’. וכו’. אבער רופט אויס די שעכין מיט פארזיכטיגקייט, איר דארפט געדענקען אז דער שונא קען אויך אזוי אונז אטאקירן, און זייער פערדל קען פונקט ווי אונזער עס איז נאר א חילוק אין קאלירן, די זעלבע מיט זייער פויערל וכו’.

איך שטיי און איך שטוין! איך האב געמיינט אז איך פיר דא דעם שאך ברעטל און ביזדערווייל זעהט עס עפעס אויס ווי זיי פארשטייען זיך אליינס. . . חידושים!!!

די אסיפה איז געשלאסן, מען פאנגט אן צו הערן אביסל גערודער, יעדער שמועסט מיטן שכן, איבער עצות און טאקטיקן, איך הער אפילו ווי איין פויערל זאגט פארן צווייטן איך ראט דיך צו קויפן אנדערע שטיוול, אין מלחמה איז וויכטיג צו זיין גוט באפעלצט, איך זעה ווי דער טורעם מיטן לויפער קריגן זיך איבער פלאצירן דעם שאך אויף אן אופן וואס קען זיין בעסער צום געווינען, און די לויפער’ס מעסטן זייערע סניקער’ס צו זיי זענען גרייט צום לויפן.

אלעס איז גרייט…. מ’ווארט…. אויף וועם? …. אה איך האב פארגעסן, איך בין דאך דא פאר א סיבה, איך מוז רוקן די שטיקעלעך אז ס’זאל דא עפעס ווערן. און איך גיב א רוק פאראויס דעם שווארצן פויערל פון דער מיטן, און דערנאך רוק איך נאך איינעם פון דער זייט, איך געדענק דאך אז איך מעג דאס טון לויט די רולס פונעם געים. איך זיץ און ווארט מיין אפאונענט זאל מאכן א מאוו. אה איך דערמאן זיך איך קאנטראליר דאך דא דעם ברעטל, נעם איך דעם ווייסן און איך רוק צוויי פון די זייט וואס איך קלער מיין אפאונענט וואלט ווען געטון אין מיין צייט.

ביזדערווייל טרעף איך מיך שפאצירן צוריק אויפן ברעטל און איך הער א ברום מיט א העפטיגע טענה’ריי, די פויערלעך זענען אויפגעברויזט אויף זייער קאלעגע פארן מאכן א מאווו אן קיין רשות פון די שאך אדער שעכין, און עס ווערט גערופן א אויסערארדנטליכע וויכטיגע כינוס כללי, ווי אלע שטייען און שפיצן אן די אויערן צו הערן וואס האט הער שאך צו זאגן. און דער שאך בכבודו ובעצמו הייבט אויף א באסאווע שטימע פיל מיט זעלבסטווירדע און אויטאריטעט, און ער שרייט אז עס איז אומדערהערט אזא זאך אז א פויערל זאל זיך אליינס נעמען די מאכט אין די הענט. בשום אופן וועט מען דאס נישט טאלערירן

איך בין צוריק אין די לופטן, איך שפיר ווי איך קאנטראליר דעם ברעטל ווייטער, און איך מאך דעם נעקסטן מאוו, נאך א פויערל ווערט גערוקט פון שווארץ צו רויט, און דער לויפער שטייט יעצט אן קיין פראטעקציע, עס איז א געפערליכע מאוו פאר אים אבער וואס פארשטייט ער, היינט אז איך האלט שוין מיט אביסל וואס טוט זיך אפ אויפן שלאכט פעלד, איז מיר גרינגער צו פארשטיין דעם אויפברויז, אבער איך בין דאך דער משגיח מן החרכים, און איך ווייס דאך אז אלעס וואס איך טוה איז לטובת די מלוכה, איך האב מיר מיינע פלענער, און איך ווייס דאך אויך וואס דער שונא גייט טון ווייל איך אליינס טוה עס… נו וועט זיך דער לויפער’ל בייזערן אפאר מינוט ביז ער וועט איינזעהן אז יש מנהיג לבירה…

איך הער קולות, איך קוק זיך אום… אה איך שטיי ווייטער אויף א רויט קעסטל, דאס מיינט איך בין צוריק אויפן ברעטל און זעה וואס טוט זיך פון די נאענט, איך האב קיינמאל נישט געואוסט אז הער לויפער האט אזא קוויטשעדיגע שטימע, ער בורזשעט אז עס גייט א רויך, ער ווייזט אן אויף זיין ליידיגען פויערל קעסטל וואס לאזט אים אפן פאר א קויל פונעם שונא’ס לויפערל און ווער ווייסט וואס נאך בייזע רוחות קענען אים יעצט זעהן.

איי לויפערל לויפערל ווען איך קען ווען מיט דיר א שמועס כאפן וואלט איך דיר מסביר געווען מיינע פלענער, אבער וואס זאל איך טון אז די מיט מיר קענען שווער שמועסן, די וועסט טויב ווערן פון הערן א מענטשליך קול, בלייבט מיר נאר איבער צו לאזן דיך צוזיך קומען, און דיר ווייזן וואס איך קען.

איך בין צוריק אין קאנטראל און איך רוק דעם שונא א טריט, און גיי צוריק צום שלאכט פעלד, איך הער שוין א גערודער, דער שאך איז אויפגעברויזט און ער פארלאנגט מען זאל ארויס שיקן אלע פויערלעך אויפן פעלד און איינשפאנען די פערדלעך, נאר זיי קענען העלפן אין דעם עת צרה. די פערדלעך האבן נארוואס געענדיגט עסן שטרוי, און זענען פולקאם גרייט צו נעמען ערנסטע שריט.

איך ציה זיך צוריק, און קאנטראליר אביסל ווייטער, אבער דעם פארשלאג פונעם פערדל האב איך נאך נישט אנגענומען, און אלס דער משגיח מן החלונות ווייס איך דאך בעסער פון די קליינע דומם’לעך וואס זעהען נאר א באקסל אוועק, און איך נעם דעם לויפער און פיר אים אין א געיעג, אז ער ווייסט נישט וואס האט אים באטראפן.

איך דארף דאך אייך נישט פארציילן, איר ווייסט דאך אליינס אז איך טרעף מיך ווידער שפאצירן אויף די רויט און שווארצע קעסטלעך און איך האלט ווייטער מיט די בהלה. עכ”פ אזוי האט אנגעהאלטן מיין שפיל ביז איך האב געווינען, און די שווארצע האבן געפייערט זיג און זיך צוזאם געזעצט זעהן ווי זיי זענען אזוי גוט אנגעקומען צו מאכן א שאך מאט פארן שונא אזוי שנעל.

דער שאך האט גענומען פול קרעדיט. די שעכין האט געטענה’ט אז ווען נישט איר שכל הישר, וואלט מען אלעס פארלוירן, דער לויפער האט געזאגט אז זיין פלינקייט האט קלאר אסאך צוגעגעבן צום געווינס, און די פערדלעך האבן זיך צוריק געזעצט רואיג עסן, ווארטנדיג פאר די נעקסטע באפעלן.

און איך נעם דעם גאנצן שאך ברעטל און איך פאק עס צוזאם און איך גיי דאווענען מנחה…

אזוי גייענדיג פארפאסט און פארמוטשעט פון די מלחמה, שפאצירנדיג אינטער דעם הערליכן וועטער, קומט מיר ארויף א לימוד עד להפליא:

איך קוק ארויף און איך זעה מיך אויף א שאך ברעטל, איך שפאציר דאווענען, און איך רעד מיך איין אז איך טוה דאס ווייל איך וויל דאס, און איך פארגעס אז איינער האלט מיך אן ביים גענאק און פירט מיך פון קעסטל צו קעסטל

אט קומט צו מיר א יודל ער וויל איך זאל אינטערשרייבן ערבות אויף א שטר, איך קען אים איך ווייס איך וויל אים העלפן, אבער זאל איך יא זאל איך נישט איך וועג אפ די אפציע’ס, איך דערמאן זיך ווארט א מינוט, איך בין דאך נאר א פויערל אויפן שאך ברעטל (קלאר נישט קיין פערדל ווייל איך וואק א סטרעיט ליין)

אין ביהמ”ד איך ווייס נישט וועלכע מנין צו כאפן, איך זוך צו געווינען אדער פארלירן צייט, איך ווייס נישט וואס איז וויכטיגער איך באשלוס איך זעץ מיך אראפ אויף א פלאץ און אוי וויי די מחשבה’לע באגלייט מיר, די מיינסט אז די האסט געמאכט א מאוו זאלצי? מען האט דיך פון אויבן געהאלטן ביים קאריק און אראפגעזעצט.

איך קום אהיים און זי האט נישט אנגעגרייט די סאפפער וואס יאך האב געוואלט, און איך וויל מיך בייזערן… און ווידער הער איך א קול: זאלצי!!! די פארשטייסט נישט אלעס לאז דעם שפיעלער שפילן, די ביסט נאר א פויערל אויפן ברעטל.

איך באקום א טעלעפאן קאל פון מיינס א ביזנעס ידיד, און פארציילט מיר מיט גרויס שמחה, אז מיר האבן געכאפט א העכטל און א דיעל איז אריבער מיט שיינע פראפיטן (ב”ה) און אונז פאנג מיר אן צו לעקן די פינגער’ס ווער עס איז באמת צום פארדאנקען אויף דעם געניאלן געלונגענעם דיעל, איך נעם קרעדיט ער נעמט קרעדיט וכו’. זאלצי זאלצי הער איך א קול: די האסט פארגעסן!!! די ביסט נאר א פויערל אויפן ברעטל…

בקיצור! איך האב מער קיין פרעשור נישט! איך פיר נישט די וועלט! איך בין א פויערל אויפן ברעטל! און איך פריי זיך מיט יעדן מאוו וואס דער גאר הויכגעשעצטער שפילער לאזט מיך מיטשפילן, און איך בין נאר דא אז ער זאל געווינען… וואס ער טוט סיי ווי ווייל ער שפילט אלע זייטן, גארנישט רוקט זיך נישט אן אים…

איך ווייס אז איך בין נישט דער מוסר זאגער אויף אייוועלט אבער אמאל אז עס פאלט מיר איין א מחשבה’לע מוז איך עס מיט אייך מיטטיילן. נישט אזוי?

Advertisements

One thought on “א לימוד איבערן שאך ברעטל

Leave a Reply

Please log in using one of these methods to post your comment:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Google photo

You are commenting using your Google account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s