איך ליג אין בעט און איך ווארט ס’זאל שוין טאג ווערן, עס ווארט מיר אפאר דאללער צו פארדינען מארגן, עס איז דאך דאנערשטאג ווען דער טשעקל קומט אן, כאטש ער דעקט גאר א קליין חלק פון מיינע רצוניות, אבער ער דעקט עכ”פ עפעס.
און אזוי טראכטנדיג ווען וועט שוין זיין מארגן? בין איך אומווילנדיג איינגעשלאפן און זיך דערזעהן ווייט אין א פארווארפן שטעטל בארא פארק! און אין חלום שטיי איך אינמיטן א רוישיגן גאס, איך דערקען נישט די גאס, ווייל איך מיט באראפארק איז אזוי ווי איר זענט באהאוונט אין קאנארסי. די איינציגע ראיה וואס איך האב געהאט אז ס’איז טאקע בארא פארק איז געווען ווייל עס איז נישטא דארט ווי צו פארקן!
איך שפאציר אזוי צום קארנער פון די בלאק איך וויל זעהן ווי איך בין און לויט ווי די סיין’ס זאגן בין איך ערגעץ אויף 13טע עוועניו – איך וויל אייך נישט זאגן פינקטליך וועלכע סטריט ווייל באלד וועט נאך אן אויבערכאכעם מגיב זיין אז ער האט מיך נישט געזעהן דארט – און אזוי דריי איך זיך ארום ווי א פארלוירענע ראזשינקע אויפן גאס, נישט וויסנדיג וועלכע ווינט האט מיך אהער געבלאזן, און על מה ולמה בין איך בכלל דא.
עס גייט דורך אפאר מינוטן און מיינע אויגן באגעגענען זיך מיט בליקן פון א אידל ברייט צולאזט און צושלאבערט מיט א בארד איינגעווייקט אין זאלץ וואסער, און פיאות צוקלעבט און צושטרויבלט, און ער קוקט אזוי אויף מיר מיט ווילד פרעמדע בליקן און איך פרוביר זיך צו מאכן ווי איך באמערק אים נישט, און איך קוק אוועק, אבער ער קוקט ווייטער, איך באשלוס אז איך קוק דירעקט צוריק, און זאל ער ווערן אומאיינגענעם, אבער ער קוקט ווייטער כאילו לא הי’.
איך קום נענטער און איך וויל דעם איד א פרק אין דרך ארץ לערנען, זעה איך אינטערסאנט אז ער איז ניטעמאל ווי אמענטש אנגעטון, ער דרייט זיך מיט א נאכט העמד -ס’איז געווען פידזשאמעס, נאר ס’פאסט נישט אזוי צו זאגן- און א קאטענעם ציצה פארווארפן אויפן אקסל, און אין די האנט האלט ער א קושן כאילו ער זוכט ווי צו שלאפן דא אויף די 13טע גאס.
איך קען זיך נישט איינהאלטן איך לויף צו מיט איין אימפעט און איך זאג: ר’ איד! אפשר קען איך אייך העלפן?
אין דער צייט אבזערוויר איך ווי דער עולם אויף די גאס באמערקט ניטעמאל אז ער איז עפעס פאנני, קיינער קוקט נישט קיינער בליקט נישט…. זייער נישט נארמאל.
דער איד דרייט זיך אויס צו מיר און רופט זיך אן מיט א פארשלאפענעם קול: אירך ביאיאין דאאאאא פאאארלוירעעען! און ער גיט א פארדריי די ליפן און א טיעפן שלונג, ווי איינער וואס כאפט זיך די שפייעכטץ א סעקונדע פארן עס פארלירן….
איך פרעג אים איבער זאגט מיר נאר, זוכט איר איימיצן?
קוקט ער מיך אן מיט שטרענגערע אבער לאנגזאם אויף סלאו מאושען בליקן: נאאאיין! איאיאיאיך ביאיאייאן פארלוירן…
פרעג איך: ווי ווילט איר גיין?
ענטפערט ער מיר: (ווייטער אזוי שטאט ווי אויבן, איך וועל אייך נאר נישט משוגע מאכן) איך קען שוין נישט גיין יעצט אין קיין ערגעץ איך שטיי שוין באלד אויף, אבער אז די ווילסט קען מיר זיך טרעפן א צווייטע נאכט.

והנה חלום

איך האב מיך דערוועקט פון חלום.

וואונדער איך זיך מורא’דיג ווי קומט דאס אז צוויי מענטשן זאלן זיך באגעגענען אין זעלבן חלום? און אויב זענט איר דאס געווען און איר האט מיך דארט געזעהן, זאגט נישט אויס פאר קיינעם ווער איך בין!!!

Advertisements

Leave a Reply

Please log in using one of these methods to post your comment:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Google photo

You are commenting using your Google account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s