איך יאג מיך האט יעדער צייט

אז דער עולם גלייכט פאעזיע וועל איך אראפברענגען וואס איז מיר איינגעפאלן היינט צופרי, זיך יאגנדיג אין מקוה ווייל מיין חבר ווארט מיך…

ווען יעדער יאגט זיך האב איך צייט
ווען איך יאג מיך גייט יעדער שטאט

פארוואס ווען איך לויף אין מקוה 100 שעה א מייל
פונקט דעמאלס שטייען 5 אידן פארן טוירנסטייל
פארוואס ווען צום שויער לויף איך שיעור ביז צום גליטשן
שטייט יעדער רואיג זיך זייפן און בליטשן
פארוואס ווען ביי די קאווע מאשין לייג איך דעם דאללער אריין
אויב יאג איך מיך פונקט וועט ער אקצעפטירן יעדנ’ס נאר נישט מיין
פארוואס ווען איך וויל דעם גארטל שנעל אנדרייען
וועט עס זיין פארקנופט און פארבינדן וויפיל איך זאל נאר טרייען
(פזמון: ווען יעדער יאגט זיך האב איך צייט…)

פארוואס ווען איך לויף ארויף מיט איין אטעם די שטיגן
פונקט דעמאלס קומט יעדער די פארקערטע וועג אקעגן
פארוואס ווען איך וויל מיין פרישטאג קויפן און אפיאגן
וועלן פונקט 10 אנדערע פאר מיר שטיין און שטייטערהייט זייער ארדער זאגן
פארוואס ווען איך דארף מיך שנעל זעהן א קראסס
וועט פונקט קומען צו פארן שטאט א גרויסער באס
פארוואס ווען איך זיץ שוין אין קאר און פרוביר זיך אונטעראיילן גערעגטערהייט
וועט איבעראל זיין רויט לייט
און אז איך וויל שוין יא זיך אריבער כאפן
וועט פונקט מיך דער פאליס סטאפן
(פזמון: ווען יעדער יאגט זיך האב איך צייט…)

פארוואס אין די ארבעט ווען איך שטיי ביים טיר און ווער שוין צוזעצט
וועט אלס די גוטע שליסל אנקומען צום לעצט
פארוואס יאג איך מיך צו ענדיגן דעם ארטיקל
ווען איך ווייס אז די ארבעט ווי איך יאג זיך ברענגט מיר נישט קיין ניקל
(פזמון: ווען יעדער יאגט זיך האב איך צייט…)

פארזעצונג קומט, ווען איך וועל האבן צייט און איר וועט זיך יאגן…

Advertisements

ארבע מדות לבלאפער

היינט אין ביהמ”ד האב איך מכוון געווען לדעת גדולים (לכאורה) מין באמערקן א שטוינענדן חילוק צווישן בלאפער’ס און בלאפער’ס.

דהיינו: א אינגערמאן קומט אריין אין ביהמ”ד ער זעהט זיין מנין האלט שוין ביי ברכו (ווען איך זאג “זיין מנין” מיין איך נישט אז ס’געהער צו אים נאר דברה כלשון בני אדם) און ער האט פאר זיך צוויי אפשען’ס 1. זיך זוכן א צווייטן מנין 2. זיך מיטכאפן מיט “זיין” מנין, אבער, צופיל מענטשן קענען אים און וועלן אים ביים תיקון געבן צו הערן אז זיי האבן געזעהן ווען ער איז אנגעקומען.
אט זעה איך די בלאף פאסירן: ער שפאצירט ארויס פון ביהמ”ד גייט אין א שטובל און ביז אפאר מינוט שטייט ער אין א באנק כאילו ער איז שוין דא פון מה טובו, ער שאקלט די קאפ רעכטס אין לינקס (אזוי ווי געוויינליך די וואס זענען שוין 15 מינוט דערין…) און פארקנייטשט זיין שטערן ווי איינער וואס געדענקט שוין נישט ווען ער האט אנגעהויבן צו דאווענען.
דאס איז בלאפער נומער 1.

אט עפנט זיך אויף די טיר און ס’קומט אריין א מער רעפינירטער בלאפער נומער 2. (ווען איך זאג בלאפער מיין איך נישט מיטן גאנצן שארפקייט, דאס איז ווייטער נאר א לשון וואס מ’רופט אן איימיצן וואס לעבט “אביסעלע” אדער מער נאר פאר יענעם) קומט אריין קוקט זיך אום און ער ווייסט ביי זיך (אביסל קלוגער) אז מען האט אים שוין באמערקט אריינקומען מיט נאסע פיאות מאכט נישט קיין סענס זיך ארויס צו רוקן און צוריקקומען ווי א זקן תושב. פאנגט ער אן זיין שפיל:

טעטעטע אזוינס? אזוי שפעט? מ’האט היינט אנגעהויבן פריער? ווער איז צוגעגאנגען? ער פרעגט די אלע שאלות הויך און קלאר אז יעדער זאל הערן, און אויך אז יעדער זאל פארשטיין אז ער שעמט זיך נישט מיטן קומען שפעט. אבוויאסלי ווייל ער האט א אייזענעם טערעץ.

ער נעמט זיך רייסן די רצועות פאררוקן דעם טלית און ער לויפט נאך צו צום בעל תפילה און ווייזט מיט די הענט (אפענע הענט מיטן פנים אויף אראפ) נו נא נא (ער מיינט צו זאגן הויך און שטרענג און אויסגעצויגן: שטאאאאאאטער, ווי יאגסטו?)

איך האב גראדע הנאה פון דעם איד, ער האט געטרענספערט דעם גאנצן פראבלעם מיט איין אויגן בליק צום בעל תפילה, יעדער פארשטייט שוין יעצט אז די בעל תפילה איז שולדיג אין זיין שפעט קומען.

בלאפער נומער 3. אביסל מער שכל ווי די פריערדיג דערמאנטע, ער קוקט אריין אין ביהמ”ד בעפאר ער שטורעמט אריין, (ער איז גענוג קלוג צו וויסן אז לויטן זייגער קען מען געוויינליך געבן א שאץ ווי מ’האלט…) און ער כאפט שנעל זיין טלית מיט די רש”י תפילין ארויס פון בייטל צוווארפט די רצועות און דעם טלית און נעמט ארויס די הענט פון רעקל ווי איינער וואס איז נאר ארויס הכנות, און ער לייגט דעם הוט אויף די צעווארפענע תפיליו און רצועות און קומט (מכלומרש’ט צוריק) אריין און לייגט אלעס אראפ און נעמט זיך דאווענען (מכלומר’שט ווייטער) און הכל שריר וקיים. איי איר האט אים פריער נישט געזעהן? דאס איז ווייל “איר” זענט געקומען שפעט…

בלאפער נומער 4. שטעלט זיך ביים טיר טוט אן טלית און תפילין פאר ער קומט נאך אריין, און ווען יעדער האלט אינמיטן שמו”ע שפאצירט ער אריין, ער קושט נישט קיין ציצית, ער בוקט זיך נישט און קלאפט נישט סלח לנו, ווייל ווען ער האלט באמת ביי שמו”ע דארף יעדער מיינען אז ער זאגט יעצט אשרי ובא לציון, ער פארגעסט נישט צו קושן זיין של ראש און של יד ביי השיבה שופטינו, כדי די קליינע קינדערלעך זאלן מיינען אז ער האלט ביי “פותח את ידיך” וכו’.

יאפס ס’איז שווער צו בלאפן, אבער אז מ’קען קען מען….

א גוט שבת

הלכות יחוד מיט פליגן

און דאס מאל וויל איך נישט שרייבן קיין גרויסן ארטיקל איך וויל נאר פשוט אן עצה:

היינט צופרי ווען איך בין אריין אין קאר האט מיך ערווארט א סורפרייז: “א פליג” איז געזעצן און מיך רואיגערהייט אויסגעווארט. עסן האט ער ווי עס זעהט אויס געהאט גענוג און נאך, ווי אויך שלאפן האט ער געהאט באקוועם פלאץ און ער האט נישט געהאט אין פלאן צו פארלאזן דאס פלאץ.
ווען נישט וואס איך האב א חוש אין שפירן א קיצל וואלט איך נאך יעצט נישט געוואוסט אז ער\זי איז דארט, און איך וואלט אייך נישט באלעסטיגט מיט קיין פראגן. איז דאך אבער אנדערש געווען, איך האב אים זעהט אויס געשטערט און אויף זיין וועג צו זיין (אומבאקאנטע) דעסטינאציע האט ער זיך אומווילנדיג אנבאגעגענט מיט מיינע ברילן, מיינענדיג ער קען דורכפליען דעם גלאז (גראדע אויסגעוואשן היינט צופרי) איז ער מיט איין אימפעט אריינגעפלויגן און נישט געטראפן דעם וועג ארויס ביז איך האב אים מיט צוויי הענט געדארפט אנווייזן.
מיין שאלה:
וואס טוט מען אין אזא פאל? וויאזוי ווערט מען פטור?
איך האב געעפנט אלע פענסטער’ס און ער האט דוקא הנאה געהאט פונעם געשמאקן לופטל, ער האט אבער אויך געוואלט ענדזשויען מיין קאמפעני…
איך האב אים געוואלט פארשעלטן פון ביידע וועלטן, אבער צו מיר האב איך געקלערט ווער ווייסט וואס פארא גלגול נשמה דאס איז? האב איך בין כך ובין כך אנגעהויבן זאגן ברכות מיט כוונה אז ער זאל האבן זיין תיקון, אבער זעהט אויס איך האב נישט געהעריג אינזין געהאט…

עס ווי ספיעק איז ער נאך לכאורה אויף מיין פראנט סיט אין קאר…

און אז איך בין שוין אויף די סאבדזשעקט וויל איך וויסן פון מיינע קרית יואלע פריינט וויאזוי ווערט מען בכלל פטור פון די פליגן? עס איז דאך ממש א מכה שאינה מצויה (איך מיין מצוי’)
ס’האט מיך איינער געפרעגט וויאזוי מען רופט די פליגן אין לשה”ק (זעהט אויס ער האט געוואלט אנפרעגן ביי א חאכאם וויאזוי לויז צו ווערן) האב איך אים געזאגט איך ווייס נישט אבער איך בין זיכער זיי זענען קאזן’ס מיט די צפרדע פון מצרים, ווייל וויפיל מ’שלאגט קומט אלס מער…

העלפטס… רבותי…. כלו כל הקוצין….

אויפן וועג אהיים

הודעהשוין דורך א צייט פון ווען איך האב געשריבן מיין עקספיריענס אויפן וועג צופרי אויפן באס. דער עולם האט מיר געבעטן צו שרייבן א אשכול איבער מיין רייזע אהיים, וזה החלי:

די וועג אהיים איז גאר א אנדערע מסכת צוליב כמה טעמים:
1. אפילו די וואס זענען נאך כמו רואיג אויפן וועג אהין, זענען שוין געצויגן אויף טויזנט ווען מ’פארט אהיים. מאנכע צוליב דעם שווערן טאג וואס זיי האבן געהאט, און איך שטעל זיך פאר אז מאנכע צוליב דעם שווערן טאג וואס ווארט זיי אינדערהיים (איך האב פרואוו אויף דעם…)
2. אפילו די וואס זענען יא אין א גוטע גיסטע, זענען פיל מאל אין צי געהויבענע גיסטע’ס אויפן חשבון פון אלע מיטרייזנדע.
3. נאך א אינטערסאנטע מציאות איז אז דער באס איז פול מיט הונגעריגע מענטשן, אזוינע וואס בלייבן הונגעריג וויסנדיג וואס ווארט זיי אינדערהיים, און אזוינע וואס זעטיגן זיך אויף דעם באס (גיבן נישט פאר קיינעם קיין ביסן, יעדער קוקט מיט קנאה)
4. ואחרון הכביד, אז אויפן וועג אהיים מאכט זיך ווען עס קומען אויך פרויען און קליינע קינדער, און דעמאלס איז די מסכת מיטן נאמען “מסכת שלא כתובה בתורה”.

והנה:

מיין ארבעטס פלאץ איז היבש ווייט פון דעם באס סטאפ העכער די הייוועי, איך זיץ שוין נערוועיז אין די ארבעט פון א דריי פערטל שעה פאר די באס פארט, ווייל איך ווייס נישט וואס מיין באסס וועט נאך אלס בעטן פון מיר צו טון פאר איך קען גיין, און אויב ווער איך ביזי די לעצטע מינוט, איז שם תהא ביז די נעקסטע באס, סאו איך פאנג אן מודיע צו זיין במודעים ובלא מודעים אז איך גיי שוין באלד. איך דריי מיך ארום מיט א פארקנייטשטן שטערן, איך טוה אן דעם רעקל, איך האלט מיין טאשקע אין די האנט, זאל יעדער זעהן דעט איי עם אבאוט טא ליעוו.

אין א געלונגענעם טאג פארלאז איך דעם ארבעטס פלאץ 10 -15 מינוט פאר באס טיים, און איך נעם זיך לויפן… ווען איך זאג לויפן, מיין איך לויפן ווי א קינד… איך לויף מיט מייין טלית בייטל אין איין האנט, און א קאווע אדער אנדערע געטראנק אין אנדערע האנט, און ווען אומווילדיג קלאפ איך זיך אן אין איימיצן (אזוי ווי פאריגע וואך איז געשען… סאררי) שטעל איך זיך נישט אפ צו ענטשולדיגן ווייל איך האב נישט צייט, אבער איך שריי הויך “סאררי” אזוי אז ווער עס דארף הערן זאל הערן.

איך קום אן צום באס, דערמאן איך מיך געוויינליך אז איך האב שוין לאנג באשלאסן נאך אין ארבעט ארויסצונעמען דעם טיקעט פון ביכל אזוי אז איך זאל נישט דארפן פארן באס ארויסשלעפן מיין גראבן בערזל מיט מיינע מקוה קארטלעך און קרעדיט קארטלעך, און האבן עגמת נפש, אבער אזוי איז יעדען איינציגן מאל, איך שלעפ קוים ארויס דעם בערזל כלאחר יד, און מיין טאש בלייבט געוויינליך פארהאנקערט צוליב מיין אומבאלימפערטקייט, און אזוי פאנג איך אן ארויפצושטייגן, ווען אינטער מיר שטייט שוין א אידל וואס אטעמט אויך שווער פון זיין גאלאפ, און ווען ער זעהט ס’נעמט מיר צו לאנג, אטעמט ער מיר אריין אין רוקן אז איך זאל וויסן זיך צו רוקן. (איך ווייס וואספארא רוקן ער מיינט)

איך בין שוין ב”ה אריבער דעם גרעניץ און איך טרעף זיך זוכן א זיץ. אנדערש ווי אינדערפרי מוז איך מאכן דעסיזשן’ס זייער שנעל און דראסטיש. אויב זעה איך איימיצער וואס איז צו היימיש און וויל מיר מאכן פלאץ ווייס איך דארט נישט צו גיין, ווייל ער האט זיכער א מעשה צו פארציילן, און איך וועל נישט קענען שלאפן מיין שינת צהרים. אויב זעה איך א ליידיגע זיץ בין איך דארט נאך פאר מען קען ענדיגן א בלינק מיט די אויגן. און ערשט נאכדעם אבזערוויר איך דעם ארום.

איך לייג אראפ די חפצים, איך פרוביר צו קוקן אויב די זיץ ארבעט (איך מיין צו זאגן צו ס’קען זיך אויסלייגן אביסל און אויב ס’האט א האלטער פאר די פוס) און נאכן זעהן אין וואס איך האב אריינגעפאטשקעט בין איך משלים מיטן מצב און זעץ זיך אנידער. איך כאפ מיין טעלעפאן ווייל געוויינליך נאכן ווארטן אגאנצן טאג איינער זאל מיך קאלן, געשעהט עס נאר ווען איך קען נישט אויפהייבן, און איך קוק אויב איך האב מיססד קאללס, און אויב מאכט זיך אז איך האב נישט, מאך איך אויך א פנים ווי איינער וואס וואונדערט זיך (נישט אויפן פאקט אז קיינער זיכט מיך נישט, נאר כאילו איינער האט מיר געשיקט א גאר וויכטיגן טעקסט מעססעדזש) און איך צושמייכל מיך לייכט אזוי ווי איך העט ווען געטראפן א סאלושן פאר דעם גאר געהויערן פראבלעם.

דער עולם זעצט זיך, און איך פאנג אן הערן\זעהן\שפירן, ווער מיינע מיטרייזנדע זענען. איך זעה ווער עס מאכט זיך גרייט צו לייגן ר”ת תפילין, (אויב האט ער א גאר דיקן גארטל מיינט עס אז שלאפן וועט מען מארגן) איך הער ווער עס איז אויפן טעלעפאן און לויטן שמועס אויב הער איך אז עס רעדט זיך פון שידוכים מיינט דאס אויך אז שלאפן וועט מען אנאנדערס מאל, און דערנאך שפיר איך דעם גערוך פון די פיינע אינדיאנע עסן וואס מיין שכן האט זיך איינגעהאנדלט, און אויב זיצט ער באקוועם מיטן טעלער אויפן שויס, און א בלוטוט אין אויער, מיינט דאס אז ער גייט יעצט הערן קול מבשר און איך בין פערטיג מיט מיין שלאף…

דער באס נעמט אויף נאך רייזנדע. איינער קומט אריין אין מיין סיעט און זעצט זיך אראפ האלב אויפן זיץ און האלב אויף מיר, איך בין פאראלאזירט. איך קען נאר רירן איין האנט. (אה, ער כאפט זיך שוין פארוואס ער איז אזוי באקוועם, און ער רוקט זיך ארויף אביסל, איך האלט מיך איין פון זאגן שכוח, כלומרשט דארף איך נישט באמערקן די מיסטעיק…)

ווי נאר מ’לענדעט אין דעם בי קיו אי, פאנגט זיך אן א גערודער ערגעץ אינמיטן די באס, וידבר… אשרי… ווער דאוונט פארן ברעטל? וועלכע ברעטל? נישטא קיין ברעטל! פיינעלי האמיר אונז א אינגערמאן וואס איז אלס א בעלן צום דאווענען (געבענטשט זאל ער זיין) און ער קען אפילו אמאל דאווענען סיי אנהייב וועג, און סיי סוף וועג ווען איינער דערמאנט זיך אז ער האט נאכנישט געדאוונט, ער איז אלס אוועילעבל (שטאמט זיכער פון א שבט מיט בעלי תפילות) און מיט זיין וויגענדן קול זאגט ער אפ דעם קדיש, אבער כדי מ’זאל נישט מיינען אז ער האט דאס ליעב מענעדזשד ער צו זאגן נאר די לעצטע ווערטער ביים אויסלאזן, און די איבריגע מורמלט ער ווי איינער זאגט “שוין אז ס’איז נישט דא קיין ברירה במקום שאין אנשים…”

שמונה עשרה, איז פונקט ווי אינדערפרי, די נייע שטייען און די אלטע זיצן, אבער דא איז יא דא א גרעסערער ציבור פון עלטערען דור וואס שטייט, און זיי נעמען דאס אן ווי א חלק פון מסירות נפש פאר אידישקייט, אסאך מאל אויפן חשבון פון א צווייטנ’ס מסירות נפש.

דער בעל תפילה נעמט זיך גראגערן, און בשעת דעם פאסירן די פאלגענדע (טשיקאווע נעמען)
ראובן ענטפערט א טעלעפאן קאלל אבער ער הערט נישט זיין אייגענע שטימע ווייל ער זיצט אין בעק סאו שרייט ער אזוי הויך אז ס’זעהט אויס ווי מ’האט שוין אנגעהויבן קדושה, און יעדער טאנצט קדוש.
שמעון ענדיגט אויפעפענען זיין אינדיאנע פארציע, און ער ווארפט פלעסטיק בעג’ס רעכטס און לינקס אנצוקומען צום זויער פיקל, און ביזדערווייל זעהט אויס ווי ס’איז א באווארפן.
לוי, לאזט נישט יהודא אויסטרעטן ווייל ער האלט נאך ביי מודים, (ביי זיך קלערט ער זאל ער נישט זיין קיין אויבערחכם און נעקסטיים בלייבן זיצן ביי שמו”ע)
יששכר שפרייט אויס א צייטונג א חלק איבער זיין איבערגעבויגענעם שכן וואס האט געכאפט א דרימל, (ער ווייסט נישט אז די גאנצע נייעס איז יעצט אויף זיין פלייצע…) און ער האפט אז ער וועקט זיך נישט אויף ביז ער ענדיגט די סעקשאן.
זבולון טענה’ט זיך מיט זיין ווייב אויפן טעלעפאן אז אויב מ’פארט יעצט ארויס מיינט עס ער וועט אנקומען פונקטליך . . . . . אזייגער. (ס’זעהט אויס אז זי טענה’ט פארקערט… איך וויל נישט איבערפרעגן)
נפתלי גייט ארום מיט די פושקע (ער פאנגט נאר אן צו גיין, די איבריגע לאזט ער אויף הקב”ה ער ווארפט זיך פון מעכל צו רעכל צום קנעכל, און אזוי קומט ער אן ביזן סוף ווען ער באונסד צוריק פון די וואנט פון די באס. פאר די וואס פארשטייען….)

אה איך האב שיעור פארגעסן, אינטער די פירהאנג הערט מען א קינדערגארטן, ווייל איין אינגעלע קריגט זיך מיט א מיידעלע ווער ס’זאל זיצן ביי די ווינדאו, און די מאמע קען נישט שלום מאכן, דער טאטע זיצט רויט צווישן אלע “נארמאלע” מענטשן, אבער ער זעהט נישט אויס ווי ער גייט זיך וויסנדיג מאכן, ער עקט אזוי ווי ער וויל אויך וויסן ווער דער פארשוין איז וואס האט דא געברענגט בעיבי סיטן אויפן באס.

שוין מ’ענדיגט מנחה, איך ווייס נישט פארוואס אבער איינער איז דא וואס זיצט אפאר זיצן פאר מיר, און עפעס אלס זעהט עס אויס אז גראד נאך מנחה פאנגט ער אן “לדוד” כאטש ס’איז נישט אלול, איך ווייס נישט וואס ער זאגט דארט, אבער אלעמאל מיט דעם רעזיגנירטן ניגון פון לדוד. (איך וועל פרובירן אויפצוכאפן)

יעדער זיצט שוין (פארשטייט זיך אויסער דער וואס האט אנגעהויבן לייגן פריער ר”ת תפילין, געדענקסט נאך?)

מ’מאכט זיך באקוועם, מ’שטעקט אריין די עיר פיסעס אין אויער, מ’לייגט אראפ די הוט (עלטערע לייגן עס סתם אויפן שויס און לאנען זיך אן. און די יונגערע ווארפן עס ארויף אפאר מאל ביז עס געלונגט אינעם אווערהעד קאמפארטמענט)

אפאר פרובירן צו שלאפן ווילאנג די קליינע קינדערלעך לאזן, און די איבריגע האבן שיעורים, ווער אין משניות ווער אין טיעפערע לימודים, איך זעה אפילו איינעם וואס ברענגט מיט ריזיגע קאפיע’ס פון א ווילנא ש”ס, איך וויל אים זאגן ס’איז דא קלענערע, אבער איך וויל נישט פארנעמען זיין אפעטיט פון לערנען, סאו זאג איך גארנישט.

איך פאנג אן צו ענטפערן טעקסט מעססעדזשע’ס, און אויב איך האב נישט פאר וועם טרעף איך שוין…

ס’איז שא שטיל…

ברררררררררר. איינעם’ס טעלעפאן איז אנגעשטעלט ווי א אמאליגע ראטערי פאון, און ס’גראגערט, אבער ער שלאפט… (ס’זעהט אויס ער איז געוואוינט צום גרודער) מ’הערט זיין טעלעפאן צוזאמען מיט זיין שנארכעצריי, ס’ווילט זיך אים אויפוועקן, אבער גזל שינה…

ברררררררר. ווידעראמאל, און דאס מאל וועקט ער זיך אויף און האקט אויף זיין טעלעפאן ווי איינער דרוקט סנוז, מיט רציחה, און ווען ס’גייט נישט כאפט ער ערשט וואס דא גייט פאר און הייבט אויף מיט א פארשלאפענע שטימע. (ס’זעהט אויס ווי סאך הכל איז עס געווען א קאלעקשן קאלל ער האט גלייך אראפגעהאקט, =אדער די באבובע לאטא=)

ס’ווערט רואיגער ביז… די קינדערלעך האבן זיך אויפגעוועקט, און דער ר”ת מענטש האט געענדיגט לייגן תפילין, און ס’רודערט זיך א געפילדער אז מ’קען דול ווערן.

איך זעה א אינטערסאנטע עפיזאד, אז ווען דאס געשעט אז מ’קען נישט ווייטער שלאפן, רעדן זיך צונויף מענטשן וואס וואלטן קיינמאל אין ווארט נישט געקומען, און זיי רעדן פון אלס און אלעמען אבי נישט צו געדענקען אז זיי זענען אמאל געשלאפן אדער געוואלט שלאפן.

די טרעפיק איז געדעכט אבער ביי חיים פריינד’ס באסעס איז דאס אירעלעווענט, זיי פארן ווי גארנישט וואלט געווען (פרעג מיך וויאזוי? איך ווייס נישט! גוד דזשאב עניוועי)

ווען מ’איז שוין ביים טרווועי זעהט מען שוין די הערשעלעך און די פלאנצונגען אין די זייטן, עס איז ערליך, מ’קען זיך איינרעדן (ווער ס’וויל) אז מ’פארט אין קאנטרי.

מ’פאלט אריין אין בעיקערטאון און מ’סטאפט ביים פארק ענד רייד, רוב עולם לויפט אראפ און אטעמען ווי זיי לויפן ווען שוין פאר צוויי שעה, און אלס מאכט זיך איינער וואס ווען די באס סטאפט וועקט ער זיך ערשט אויף און מאכט קולות “איין מינוט, איין מינוט” און מורמלט זיך אונטער “ווי יאגט ער זיך”

יעצט הערט מען געווענליך פון אונטערן פירהאנג “איר מאכט א סטאפ ביי אולם עקשטיין?” איר פארט ארויף אויף סקאנעמאנק?” ווי גייט מען אראפ צו קאזניטץ?” וכו’ וכו’

דער באס דרייט זיך מיט שוועריגקייטן אויף די שמאלע ראוד’ס אבער מאכט דאס גאנץ גוט, מ’ווערט אויפגעשאקלט ווי צו ענדיגן דעם טריפ בכי טוב.

און דא קומט דער קלימאקס: איינער גייט אויף זענטא???? שרייט דער דרייווער, ער מאכט יעעצט דיסיזשאן’ס ווי צו פארן, און אינטער אים דרייט זיך איינער ארום און פרעגט דעם עולם ווער ס’קען אים פארקויפן א טיקעט (ער האט זעהט אויס געמאכט די מעט אז ס’קומט אויס ביליגער) און אויך א צווייטער וויל וויסן ווי מיין קאר איז געפארקט און צו איך פאר דורך זיין געגנט, ווען ער זאגט געגנט מיינט ער גאנץ קרית יואל, ווייל ווען איך ענטפער אז איך וואוין אין עצי תמרים האט ער נישט קיין פראבלעם מיר צו זאגן אה סאו לייג מיך אראפ ביים שאפינג סענטער…. סאו איך זאג גארנישט)

עני וועי: איך בין ב”ה אנגעקומען אינדערהיים, און די טאג פאנגט זיך אן….

ביזנעס אויפן באס

געשריבן געווארן אויף אייוועלט.קאם

א גוטן אייך מיינע טייערע קאלעגען ווי איר זעהט בין איך א נייער דא אין קרעטשמע. איך בעט אייך דעריבער איר זאלט מיר לאזן וויסן צו איר האלט איך בין אויפן ריכטיגן פלאץ אדער דארף איך זיך זוכן עפעס מער ווי א שנאפס. איך בין א ביזנעס מאן וואס וואוינט אפסטעיט און קומט אויס צו פארן אסאך מיטן באס קיין ווילי אדער ב”פ פאר געשעפטן, איך פאר נישט מיט קיין קאר וויבאלד עס מאכט נישט קיין סענס מאראליש און פינאנציעל.

מאראליש: ווייל עס איז גענוג אנגעשטויסן דארט אן מיר, און אזוי וועט נאך א פארקינג זיין פארנומען פאר די כולל אינגעלייט וואס באקומען קאר’ס לשם האבן, און דארפן עס רוקן יעדן טאג.

פינאנציעל: פשוט! טוט די מעט! טאלל + געז + עגמת נפש – א באס טיקעט =…. און איר וועט פארשטיין וואס איך מיין. אבער… ווי זאגט די וועלט, אלעס שטימט אויף פעננע און פאפיר, די שאלה איז נאר צו איז דער באס יא א אפציע? און דאס וויל איך אייך אביסל באקענען מיט אט דעם ארטיקל. און זאגט איר מיר וואס זאל איך טון? זאל איך מיר רעכענען מיטן פאפיר? אדער מיטן קאלטן מציאות.

ויהי בימי, איך האב אנגעהויבן צו נוצן דעם באס, אויף א מער רעגולערן פארנעם, והנה איך זעץ מיר ארויף פארטאגס מיטן גאנצן אייפער איך האלט מיין טלית בייטל אין איין האנט (קען שוין קוים ווארטן צו דאווענען אויפן באס… מ’זאגט ס’איז גאר געשמאק) און א קאווע אין די צווייטע האנט, און צווישן די פינגערס שטעקט זיך ארויס א צווואנציגערל טיקעט וואס איך האב מיט שוועריגקייטן אראפגעריסן פון מיין נייע גלאנציגע טיקעט ביכעלע. איך קוק מיט ווייטאג ווי דער דרייווער נעמט די שיינע טיקעט און צוקנייטשט עס, עניוועי וויי דא איי קער, איך גיי זיך זוכן א פלאץ, און כדי צו זיין זיכער אז איך בין נישט קובע מקום אויך א מקום קבוע, לייג איך מיין הוט אויף איין זיץ מיין טלית בייטל אויפן צווייטן און מיין קאווע אויף א דריטע (דארט פלאן איך נישט צו זיצן ווייל ס’וועט זיך לכאורה אויסגיסן און א צווייטער וואס ווייסט נישט אז ס’איז יסודו בקאווע וועט זיך דארט באזעצן און קיינמאל נישט וויסן וואס האט פאסירט).

איך האלט נאך אינמיטן אנאליזירן מיינע פלעצער און קען נישט באשלוסן ווי לוינט זיך צו זיצן (זאת אומרת אויב ס’ווענדט זיך ווען אין מיר) סברא לכאן, אז די רעכטע זייט איז בעסער ווייל מ’קען ארויסקוקן און גלייך אריינקוקן אין די פארבייפארנדע קאר’ס, ווי אויך איז די זון אויף די אנדערע זייט און שיינט אין די אויגן, סברא לאידך, אז די לינקע זייט איז בעסער ווייל מ’קען דארט האבן א בעסערע סינערי ווען די באס איז אינעם טונעל, מ’זעהט גראד די ציגלנע ווענט און מ’קען זיי ציילן שטאט. אזוי קלערנדיג אהער און אהין אפוועגנדיג מיינע אפציע’ס כאפ איך א שאקל, מיין קאווע איז גראדע (נאכ)נישט אויסגעגאסן, אבער אזא שאקל אנהייב טאג לאזט א רושם.

דער באס רירט זיך היידא מ’פארט. איינע פון מיינע באסמעיט’ס וואס קען מיך נאכנישט, קוקט מיך אן פון אויבן אראפ, ער וויל מיר פרעגן זעה איך צו איך וואוין אין די נייע אדער אלטע געגנט, ער וויל וויסן ווילאנג איך וואוין שוין דא און צו איך האב קינדער, און אויב יא וויפיל? ער וויל אויך וויסן מיין פרנסה אומשטענדן, און צו איך האב א אייגענע דירה, און אויב נישט ווער עס איז מיין לענדלארד און אויב יא צו ס’איז אויסגעצאלט, און אויב יא וויאזוי איך האב עס באוויזן און אויב נישט וואס איך פלאן צו טון און אויב ….. (לאמיך כאפן דעם אטעם) איך פארשטיי אלעס וואס ער וויל פרעגן, אבער למעשה פרעגט ער גארנישט, ער קומט נענטער און נענטער און גיט זיך א רוק נעבן מיר ווי איינער זאגט “אינגערמאן דא איז נישט באקוועם צו שטיין, עס איז מיין פלאץ” איך פארשטיי אויפן ווינק און איך הייב אויף מיינע חפצים לויף כאפן די נעקסט בעסטע סיעט און זעץ זיך אריין.

איך באמערק א אינטערסאנטע זאך אז יעדער זיצט אויף די זיץ צום מיטן פון די באס נישט ביים פענסטער, צוויי מענטשן זעה איך וואס טוען עס ווייל זיי ווילן ניט נכשל ווערן מיט שמירת עינים, אבער די איבריגע זען מיר אויס ווי זיי ווילן נישט נכשל ווערן אין אומגעוואונטשענע הכנסת אורחים. איך בלעים זיי נישט, איך בין פונקט אזוי עס איז שווער פארצוזאגן ווער עס וועט זיך מיט דיר היינט אריינזעצן אין סיט, און נאכדעם דיר מאכן א שעה עגמת נפש, בעסער נישט נעמען די ריסק, און זיך מאכן ווי מ’האלט אין טיעפן שלאף און אנפילן די זיץ ביים פענסטער מיט בעג’ס און באקסעס און א טלית בייטל, מיט קאווע, זאל יענעם פארגיין די אפעטיט צו וועלן אריינקומען דא.

אלנספאלס, מ’פארט, מ’שאקלט און מ’איז שוין באלד אינדרויסן פון שטעטל, מ’קומט אן צום פארק ענד רייד, און ס’לויפן אידן פון אלע זייטן, מ’כאפט דעם באס און יעדער (וואס האט נאך פלאץ) זעצט זיך אראפ און מ’פאנגט אן: מ’פאנגט אן וואס? פרעגט איר! אה! איינער פאנגט אן צו זאגן פארנט! א צווייטער זיצט און פאנגט אן צו איבערקוקן אלע זיינע בלעקבערי מעסעדזשעס, (א נענטערע בליק פירט מיר צו גלייבן ער קוקט VIN נייעס) א דריטער פאנגט אן לשם יחוד, איינער פאנגט אן צו ארום גיין מיט די פושקע, און געווענליך די זעלבע יעדן טאג זענען דא אפאר וואס פאנגען אן צו קאמפלעינען! דאס איז נאך די אינטערסאנטסטע. צום ביישפיל מיין שכן (נישט אין מיין סיט אבער גענוג נאנט איך זאל זעהן און הערן און זאגאר …. שפירן) זעצט זיך אראפ יעדן טאג מיט די זעלבע נוסח, “שוין ווייטער שפעט! איך פארשטיי דאס נישט” אויב איז נישט דא נאך איינער אין א גוטע מוהט אויפן באס, גייט זיין קאמפלעינט אומגעענטפערט און ביז א האלבע מינוט האלט ער ביי קאמפלעינט נומער 2 “מיין סיט ריקט זיך נישט” די ערקאנדישן ארבעט נישט! פארוואס גיט ער סטים? ווי איז דא א סידור? פארוואס גיט מען נישט קיין תהלימלעך מיט גרעסערע ווערטער? א ברילן נומער 3 וואלט אלס געמעגט זיין אוועילעבל, ווי נישט ווי צאלן מיר טיקעט’ס וכהנה…. אויב אבער איז דא איימיצער וואס האט שוין אויך געהאט א קאווע צוויי אדער איז היינט אויפגעשטאנען סתם אזוי אויף די רעכטע זייט, וועט זיך אנהייבן א געטועכטס, מען וועט זיך פארהערן און טענה’ן צו די קאמפלעינט איז מאסגעבנד צו נישט, על פי רוב וועט מיין שכן ענדיגן בערך אזוי “ר’ איד די ווייסט וויפיל יאר איך פאר שוין אויף דעם באס צום גוטן? איך האב געקענט זיין דיין טאטע! סאו זאג מיר נישט צו ס’איז פרי אדער שפעט!

עכ”פ דער בעל תפילה (געוויינליך א גאר באטעמטער אינגערמאן חצי עסקן און חצי עובד, מער די סארט וואס במקום שאין איש איז ער זיך משתדל, אמאל אמאל אפילו ווען עס איז יש איש) פאנגט אן צו שרייען קולות די ברכות פון צופרי, און ער טוט גוט אז ער שרייט ווייל אז נישט ווער וועט הערן אין אזא ריזיגן באס. אבער איך גיב זיך אכט נישט צו זיצן צו נאענט ווייל איך האב מורא פון די קולות. אויף אונזער באס איז דא איינער וואס ענטפערט הויך נאך און די איבריגע עולם האט אינזין צו פטר’ן, אבער וואס קען מען רעדן, עס איז שווער צו טון אזויפיל זאכן אויף אמאל.

איר פרעגט א שטייגער וועלכע זאכן? האט איר שוין אמאל פרובירט צו טון די אלע זאכן אויף אמאל? (איר קענט אודאי די מעשה מיטן אלטן וואס האט זיך געגרויסט אז ער קען זינגען און פוצן די ציין באנאזאם….) 1. דאווענען 2. פארן 3. שאקלען. 4. קוקן פון פענסטער 5. אריין קוקן אין סידור 6. בליקן אויף טעקסט מעססעדזשעס. 7. איר דארפט נאך? דא קומט די שווערסטע חלק: מ’דארף אנטון דעם טלית, און דאס קען מען נישט טון זיצנדיג, (הגם איך האב שוין לאנג געקלערט צו האבן א ספעציעלע באס טלית די שאל טליתים וואס מ’טוט אן אפילו ליגנדיג, עס האט די ברכה אויסגעפרינט אויפן עטרה) און דער באס ווארפט זיך און מ’שטעלט זיך צווישן צוויי סיעט’ס און פרובירט מיט די פוס זיך צו האלטן גראד, און זייער אסאך מאל בשעת די עטיפה ווען מ’איז פארפלאנטערט אינטערן טלית גיט זיך דער באס א להכעיס,דיגער שאקל און מ’טרעפט קוים די וועג ארויס, (א גאנצע שאלה פון נאך א ברכה: ברוך שעשה לי נס במקום הזה) פיינעלי מ’זעצט זיך אראפ מיט א רציחה, ווי איינער וואס וויל בלייבן זיצן אויף אייביג ר”ל און מ’פאנגט אן צו דרייען די רצועות, ערשט נאכדעם מאכט מען זיך באקוועם מ’עפנט די סידור, מ’פאררוקט די פארהאנגען, מ’אבזערווירט די שכנים און מ’פאנגט אן צו מורמלען. מ’האלט שוין ביי ברכו, און מ’פארט ווייטער, עס איז שוין שטילע שמו”ע מ’הערט נאר שטילע מורמלערייען, און אפאר שנארכעצער פון פארשידענע זיצן, אבער מער ווייניגער איז אלעס אן טארגעט, ביי שמו”ע איז געוויינליך ווי עס ווערט טרעפיק, און דער באס פארט און ברעיקט און פליט אויף איינמאל, סאו עס איז כמעט אוממעגליך זיך צו האלטן גראד, דאס איז א מעלה לגבי מודים און די השתחוואות, ווייל עס בוקט זיך פון זיך אליינס, אבער ביים קלאפן סלח לנו, קען עס אמאל פון א קליין קלעפעלע ווערן א זעץ צום געדענקען. ווער רעדט נאך אז דער שכן קען עס כאפן אמאל. שוין מ’זעצט זיך אנידער (נאר די וואס דאווענען שטייענדיג, געוויינליך די נייע קומער’ס וואס שעמען זיך צו דאווענען זיצנדיג) און מ’פאנגט אן צו אויפדרייען און אפדרייען די רש”י די ר”ת און אזוי ווייטער, ביי נקדישך הייבט מען זיך אינטער נאר ביי קדוש און די איבריגע פארשטייט מען שוין אליינס. מ’האלט ביי תחנון! וואס האב יאך געזאגט? תחנון? נעע דאס געשעט נישט יעדעס יאר, עס איז נאר ה’ אייר און אמאל אמאל אין א פארכמורעטען חשון טאג, געוויינליך איז אדער דא א ברית אין שטעטל, (אסאך מאל איז עס אן ASSUMPTION) און אויב נישט איז ספירה אדער הוד שבהוד, וכו’ וכו’ וכו’, און אז נישט וועט מען שוין טרעפן א קנאקעדיגן יארצייט. אויב איז מאנטאג אדער דאנערשטאג פאנגט זיך אן א רודעריי ארום דאס לייענען, מאנכע פארקויפן עליות כאטש קיינער קויפט נישט, אויב איינער קויפט יא באצאלט ער נישט, און אויב ער באצאלט יא איז א שאלה פארוועם דאס געלט גייט? ר’ חיים פריינד? שומרי החומות? די גבאי? וכו’. ביי אשרי ובא לציון, איז שוין דער עולם בגילופין, די וואס גייען אראפ אין מאנהעטן פאנגען זיך אן צו יאגן, און די וואס גייען אויף וומס מאכן זיך גרייט צום שלאפן. אויסער די פאר וואס שלאפן שוין פון נאך קדושה… מ’האלט שוין ביי עלינו! מ’רופט אויס תהלים, עס פאנגט זיך געוויינליך אן א מחלוקה ווי מ’האלט, אבער דער בעל תפילה איז גובר (כל דאלים גבר) און מ’זאגט תהלים. אין בעק פון באס שמועסט מען שוין פון די לעצטיגע נייעס אין פאליטיק’ס און די גרעסטע מבינים (זיצן געוויינליך מיט מיר אויפן באס) זאגן פאר וואס עס ווארט פארן צד שכנגד, און אנאלאזירן פארוואס זייער צד האט דאס מאל מער ווי אלע מאל געהאט א געווינס… אויך זיצן דארט ריכטיגע פאליטיקאנטן וואס ווייסן אפילו ווער עס לויפט פאר פרעזידענט מיט דעטאלן (גיי ווייס פון ווי) מער צום פראנט פון באס זיצן די מער אלטגעזעצענע וואס קוקן ארויס מיט ווינדער פון דעם זעלבן פענסטערל שוין פאר 30 יאר און זיי אבזערווירן בילדינג נאך בילדינג, איינער וויל וויסן ווער עס האט געבויט, א צווייטער וויל וויסן ווער עס האט געלאזט בויען, און דער דריטער זאגט סתם וואס ער טראכט, און אזוי ווערט א קרעמל. דער באס דרייווער פרובירט זיך צו האלטן נוטראל, ער איז דאך דא אין ביזנעס, ער וועט זיך נישט צוקריגן מיט זיינע קאלעגן, ער מאכט זיך ווי ער הערט נישט ביז ווען ער קען זיך נישט איינהאלטן. און איך גיי אראפ פון באס….. ב”ה איך קען נאך אסאך מאריך זיין אויב מיינע קאלעגע לייענער זענען אינטערסירט. בלייבט נאר איבער צו זעהן…. ישר כח פאר אייער צייט