א טאטע אין טראפיק

יא איך פאר אסאך אויפן באס. אקעי. אבער איך פאר אויך מיטן אויטא און איך פלאץ! איר הערט? איך פלאץ! נישט איך זיץ אויפן פלאץ. נאר איך אליינס פלאץ דאס מיינט איך ווער א פלאץ! איך קען מיך נישט באהערשן! איך זיץ און קוק אויף וועם צו שרייען, און איך זעה מיך אין שפיגל. פלאץ איך נאכאמאל. ביז איך קען מיך נישט איינהאלטן און איך פרעג פון שאץ מאץ רשות צו שרייבן אין זיין סעריע פון “א טאטע אין” אן ארטיקל אויף טרעפיק. און שאץ מיט זיין גוט הארציגקייט לאזט מיך שרייבן.

אלזא: איך זעץ זיך אריין אין קאר, ביזדערווייל נאך “אויף מיין פלאץ” און איך שטעל אן דעם נעוויגעיטאר, מיטן שפיגל, מיטן סיעט, מיטן סידי, מיטן קאפי האלטער, מיטן בלו טוט, מיטן סיט בעלט, מיטן… (אה איך דארף אלעס נאכאמאל אנשטעלן ווייל מיין קליינע שוואגער האט זיך נעכטן געלערנט דרייוון אויף מיין קאר און נישט געהאט די קאפ אויפן “פלאץ” מיר צוריק צו שטעלן אלעס אין “פלאץ” מילא פלאץ איך ארום און איך בין ביזי קוקן אין שפיגל און מעסטן אויב ווען א קאר קומט פון פונקט אינמיטן און א טראק פון די צווייטע זייט וועם זעה איך. און אזוי ווייטער…

שוין איך לייג אויף ריווערס דעם שיפט און איך בעק ארויס פאר אריין און בעק ארויס ביז איך בין אינדרויסן, און אט שטייט א געלע באס און לאדנט אפ לעכטיגע זיסע קינדערלעך, און איך שטיי שיעף און ריר זיך נישט. איך ווייס דאך יא וואס דאס מיינט, עס איז אן אחריות… בקיצור איז אבער איין מאמע נישט צופרידן אז איר קינד האט איבער געלאזט זיין שבת פעקעלע אויפן באס, און דער דרייווער מיט די באס רעבע זוכן די פעקל, און אונטער מיר שטייט שוין א נערוועזער טרעקל, און פייפט אז ס’כאפט אן עקל, אן קיין נימוס א ברעקל, אבער וואס גייט מיך אן נישט איך בלאק אים נאר די געילע באס.

אקעי איר פארשטייט אז מיט אלע גערעכטיגקייטן מעג איך דאך שוין זיין אביסל געצויגן, אפילו עס איז זיסע לעכטיגע קינדער, איך בין דאך אויך אמאל געווען א זיס לעכטיג קינד און איך בין עס אויסגעוואקסן. . . .

מ’פארט, איך מיין צו זאגן מ’רירט זיך, מ’הערט די באס מאכן בערישע קולות ווי ס’גייט פארן, און דאס אליינס איז שוין כמים קרים, באלד ווי ווען די בעל האט געקלינגען פאר ריסעס אין כיתה ה’. און איך ריק זיך אריין און שטעל זיך גראד אויפן טראפיק און וויל דרוקן דעם פעדל אביסל אראפציהר (מיין קאר ארבעט אזוי, ווען מ’דרוקט דעם פעדל דרייען זיך די רעדער. און אזוי פארט מען שנעלער…) אבער האלט! א איד רעדט אויפן סעלפאון און ער האלט זיין טלית בייטל אינטערן ארעם און זיין הוט פליהט כאפט ער עס מיט די אנדערע האנט און דאס לאזט אים נישט זעהן אז ער שפאצירט אריין גראד אין מיין באמפער. צו זיין און מיין מזל האב איך יא באמערקט און געכאפט א קליינעם שטאטן שארטסטאפ, ס’האט מיר נישט ווייגעטון דער רוקן דערפון אבער א דריזל האט עס געגעבן.

מ’פארט!!! היידא!!! איך בין צופרידן, עקסיידעט, עס זעהט אויס ווי איך כאפ אלע לייט’ס אראפ אזוי ווייט ווי די אויגן קען זעהן, לויט מיין חשבון בין איך אן טרעק צו אראפפליעהן וויליאמסבורג אין איין אטעם, און לויט די גראדקייט פונעם וועג וועל איך היינט נישט האבן קיין “קאפי ספיל” אויף די הויזן.

אה! אבער ניין! עפעס א מעקסיקאנער מיט א ריזיגע בייק און א גרויסע פארעדיגע באקס פאראויס, מיט א פעקל פיש (אזוי זעהט עס אויס, קען זיין ס’ליגט דארט חשיש… ווער ווייסט) פליהט ארויס פון די סטריט און מאכט זיך ווי ער זעהט נישט אז ער איז עבאוט צו שטארבן אינטער איינעם’ס רעדער. זיין חשבון איז לכאורה צו ענטפערן ווען מ’וועט אים פרעגן פארוואס ער איז געשטארבן, אז ער האט נישט באמערקט…

איך ברעיק! איך בין שוין אביסל נערוועיזער ווי פריער, אבער נאך אלס מיט חסדים, נאך אלע מעשיות איז ער דאך פאר דעם נאר א שיק אינגל, וואס וויל איך דען פון אים? (איך האב נישט געטראכט דעמאלס אזוי לאגיש, נאר ווען איך שרייב אפ זעה איך אז, איך רעג מיך אומזיסט, ער האט לכאורה נישט געהאט קיין חינוך, און אויב יא, האט מען לכאורה נישט דיטעקטעד גראד אז ער איז דיסלעקסיק, און אויב יא האט זיין סקול זיכער נישט געהאט קיין פריוואטע טיעטשער’ס, און ממילא די סיסטעם האט אים לכאורה געפעילט. סאו וואס וויל איך פון עם נעבעך…)

דא קומט מיר שוין אקעגן א איד וואס ווינקט מיט די הענט, שטעל איך זיך אפ. פארשטיי איך פאר אראפ בעדפארד צו כאפן דעם בריק (איך כאפ עס נישט איך פאר נאר דערויף אבער אזוי רעדט מען ביי אונז…) און דער איד וויל כאפן א היטש לכאורה, וויל איך מיך נישט אפשטעלן ווייל איך בין נישט אין די גיסטע פון גיבן היטשע’ס יעצט משום מעשה שהי’, און איך פארגלוסט זיך צו עקטן ווי איך זעה נישט אז ער וויל עפעס. אבער נאך אלע מעשיות שטעקט ער ארויס דעם גראבן פינגער אזוי ווייט אז אויב שטעל איך זיך נישט אפ בלייב איך מיט א עלעפטע פינגער און ער מיט ניין. עס איז פשוט נישט יושר!

יא! ווי ווילט איר פארן?
איר פארט אפשר אויף בארא פארק?
(וואונדער זיך צו ער ווייסט ווי בארא פארק איז! פאר די וואס ווייסן נישט, עס איז גאר אין א אנדערן ריכטונג) ניין. סאררי
איך ציה ארויף דעם פענסטער און איך וויל פארן. אבער ווידער דער קליינער פינגער ליגט נאך אויפן פענסטער ער האט נאך א קשי’ צו פרעגן, און ער וועט עס פרעגן ביי אל מיענס.
זאגט נאר אפשר קענט איר מיר צייגן ווי איז די היטש פלאזא?
איך ווייז אים אן בערך.
איר קענט אפשר דארט דורך פארן?
יא! איך קען אבער עס זעהט נישט אויס ווי איך וועל עס יעצט טון. רופט מיך צוריק ביז א טאג צוויי וועל איך אייך לאזן וויסן וואס מיין ענדגילטיגע דעסיזשען איז געווען.

מ’פארמיר ווייטער. די לייט’ס ווארטן נישט עס ווערט מיר רויט פאר די אויגן און איך זיץ רואיג (?) און איך ווארט אויף די גרין אדמיניסטראציע צוריק צו קומען אין אמט.

מ’פארט ווייטער עס קנאקט גרין ווי ווייט די אויגן זעהן און איך גיב מיך א הייב הונטער אויפן זיץ און איך רייס (מיינע קינדער רופן אזוי אן ווען מ’פארט שנעל)

איך מורמל מיך אונטער אלקא דמאיר ענני און לוי יצחק בן שרה סאשע אז אלע לייטס זאלן בלייבן גרין, צו ברצון, צו בעל כרחך, און זיי קענען רויט ווערן גראד נאכדעם און בלייבן רויט ביז ווען איך קום צוריק…

איך בין שוין ביים וומסבג בריק און איך זעה אז עס איז פארהעלטנסמעסיג נארמאל, עס רוקט זיך די טרעפיק גאנץ פיין. עס וועט שוין זיין גוט זעה איך.

אדער אפשר??? יא! ניין! זיכער!!! עס פארט א ריזיגער גארבעדזש טראק אויף די מיטן פון דעם בריק. וואס איז ער שולדיג אז הענרי הארנבאסטער האט זיך פאררעכנט און געבויט שמאל דעם ברידזש???

און וואס בין איך שולדיג? גיי ווייס! זיץ איך און אטעם שווער אינטער דעם ריזיגן ריזיגן מאסיוון הויפן גארבעדזש, ווען אלעס וואס איך קען זעהן איז גרין, און אלעס וואס איך קען שפירן איז גארבעדזש, בנוסף צו רויעך פון א גרויליקן דיזעל מאפלער וואס קנוילט מיר אין פנים אריין ווי א קלאטשע אויף אן אתרוג.

איך פאר ווייטער, איך מיין צו זאגן שטייטער, און איך פרוביר צו מעסטן לויט די לייט בלינקעריי צוזאמען מיט א קאלקולעישאן פון די באסאווע קולות פון דעם מאטאר פון דעם מאנסטער, צו פלאנירט ער צו פארן אדער זיך שטעלן, און אזוי האלט איך מיין פוס געשפאנט אויפן פעדל נישט וויסנדיג צו אין א ליאדע מינוט מוז איך איר אראפלאזן מיט קראפט צו שארטסטאפן.

ער שטעלט זיך שטייטעלעך, מ’איז ביים אלעמעם באקאנטן רויט לייט, וואס איז די איינציגסטע לייט אין די געגנט וואס ווערט באגלייט פון פיר פאליציאנטן וועלכע פאר וועלכע סיבה עס איז העלפן זיי דעם לייט פארשפרייטן די ליכטיגקייט. און ווען עס ווערט גרין, ווייזן אלע אז מ’קען פארן, און אזוי ווען עס ווערט רויט ווייזן זיי אז מ’מוז זיך שטעלן. גענוי ווי מ’לערנט אונז אויס צו טון אן זייער ווייזן. איך האב שוין לאנג געקלערט אז זייער שטיין דארט האט גארנישט צו טון מיט אונזער פארן, עס איז לכאורה א פאנישמענט וואס מ’גיט פאר נייע פאליציי קאדעטן וועלכע פירן זיך אויף אומאיידל, און זיי מוזן דערפאר שפרינגען אויפן גאס אין מאנהעטן מיט א פייפערל אין מויל…

איך דריי זיך אריין אויף דעם קלינטאן שטראסע און איך פרוביר צו מעסטן שנעל מיין ברייט פון די קאר און צו איך פיט צווישן די גרינע בייק לעין, מיט א דורכפארנדיגע מאטארסייקל. די איינציגע סיבה פארוואס איך טראסט אז איך פיט אדורך איז ווייל פאר מיר פארן אנדערע און זיי האבן עס באוויזן…

איר ווילט הערן ווייטער? און וואס טוט זיך מיט זיך פרייען מיט יענעם’ס צרות??? איז די וועלט הפקר?

הרב אמנון יצחק, זייט מיר געזונט

אלס א שטארקער (געוועזענער) אנהענגער פון דעם וועלטס משפיע הרב יצחק און אלס א תלמיד פון אסאך פון זיינע לערע’ס וואס איך האלט אז וואלט געווען פאסיג צו זאגן אפילו פאר אונז חסידי’שע אידן, און בפרט ווען איך גיי ארויס אין די וועלט און קום אקעגן בעלי עבירות און תינוקות שנשבו, פון אלע מינים, זענען אלס זיינע דרשות געווען פאר מיר כמים קרים און מיר געגעבן א פתחון פה ביי ויכוחים.

אלעס ביז אהער!

הרב אמנון יצחק האט דערקלערט אז ער גרינדעט א אייגענע פארטיי אין די מדינה כח להשפיע און דערמיט האט ער פארלוירן מיין שטימע, און איך האב פארלוירן זיין שטימע, ווייל איך האף מער נישט צו הערן זיין שטימע!

איינס פון די זאכן וואס איך האב אלס באוואונדערט הרב יצחק, פונקט ווי נאך טויזנטער פון זיינע צוהערער’ס איז געווען אז ער האט נישט קיין שום אגענדע, (אויסער אפשר אביסל דאס געלט אויך, ער קען דאך נישט זיין בעסער ווי דער דור דעה און זיין א שונא בצע) אבער דאס האט געגעבן א חן פאר אלע זיינע דרשות און דאס האט געלאזט דערהערן דעם מעסעדזש קלאר.

ווען פלוצלינג אנטפלעקט זיך פאר מיר א הרב יצחק מיט אן אגענדע, פון צוריקקערן דעם כח צו די פאלק וכו’, מיט אלע לאזונגען פון א געהעריגען פאליטישאן, בין איך שאקירט און שרעקליך אויפגעברויזט. די אלע טענה’רייען מיט ציונים, ווי ער ברענגט קלאר דאס פרעכהייט פון די מדינה, און ער איז מסביר פארוואס מ’טאר נישט גיין צו בחירות, און פארוואס מ’טאר נישט זיין אין כנסת וכו’ וכו’ וכו’, איז היינט מופרך מעיקרא, אויב פאר די סיבות פון ברענגען ברויט פארן פאלק און צוריק ברענגען שלטון פאר די מענטשן מעג מען יא….

איך פרעג הרב יצחק’ן: וואס האט פאסירט? שוין נישטא וועם מחזיר בתשובה צו זיין? אז מ’גייט זיך זארגן פארן המון עם? לייגט אייך צוריק אריין אין די הייליגע ארבייט פון מחזיר בתשובה זיין, און פאנגט נישט אן א פרישע קאריערע אויף די עלטער, עס וועט אייך נאר שאדן טאן.

היזהאנער! א פערטן טערמין. רח”ל

איר ווייסט? איך האב אסאך מאל טעג וואס איך זעה די וועלט ווי א גלעזל האלב ליידיג, (זאגט מיר מיינס א חבר עס איז שוין פול מער ווי העלפט…. נעגאטיווער קוקער וואס ער איז) אבער אמאל זענען דא טעג וואס איך זעה די וועלט ווי א גלעזל האלב פיל.

 

איך דארף נישט מער ווי די חוקרים זאלן מיר אנהייבן פארדרייען דעם קאפ צו ווען דער גלעזל איז פול מיט וואס איז עס פול, און צו איז עס גוט אדער שלעכט? און אפשר דארף מען בכלל נישט דעם גלעזל? און ווער זאגט אז ווען עס איז אינגאנצן פיל איז בעסער וכו’.

 

לאזט מיך צורוה! עס איז נאר א משל!

 

היינט איז איינע פון די גלעזל האלב פול טעג און איך פרוביר צו טרעפן דאס גוטע און פארשטיין די חסדים וואס אין א פארכמורעטן טאג איז שווער צו דערהאבערן.

 

קומט מיר אויף א מחשבה’לע! וואס אויף דעם דארף מען אויך דאנקען דעם אויבערשטן…. וואס וואלט געווען אויב היזהאנער מעכל בלומבערג וואלט זיך פארגלוסט א פערדן טערמין אין אפיס? פרעגט איר טערם לימיט’ס? (וואטעווער דעט מינס) האט דאך מעכל געלט, איז דאך טערם לימיט’ס לימיטעד… און ער וואלט געצאלט אנשטאט א דאללער א וואוט, א דאללער א קוואדער א וואוט און ער וואלט עס געהאט. שטעלט אייך פאר אויב דאס וואלט פאסירט.

 

נו? איך שטעל מיך פאר! און איך זעה היזהאנער מיט אביסל מער גרויע האר און אביסל א טיעפערן קנייטש העכער די ליפן צו ווייזן ערנסטקייט מיט הערנסטקייט צוזאמען. און ער שטייט פאר א טשעראדע פון דזשורנאליסטן און אנאנסירט זיינע פלענער פארן יאר 2016 און יעדער זיצט שטיל און הערט זיך צו:

 

היזהאנער לייגט פאר די נייע גזירות וואס ער באטראכט לטובת הקהל! און לטובת הציבור! פאר די קאנסטיטשוענס

זאגט ער אזוי: (אין ענגליש שטייטצעך)

בנוגע די נושא פון זעלבסטמארד אין די שטאט, וויל איך מאכן פארשידענע טוישן לטובה, וויבאלד מיר האבן היינט צו טאג א פארגרעסערטער באפעלקערונג וואס קוואליפיצירט דעם סטאטוס, מילא זענען זיי שוין א מינאריטעט וואס מ’דארף זיך רעכענען מיט זיי.

 

1. מיר פלאנירן ארויסצוגעבן א פארבאט צו בויען הייזער העכער 2 שטאק הויך, צוליב די פילע זעלבסטמארד פרואוון וואס קומען פאר ביי הויכע בנינים.

2. אלע בריקן וועלן ווערן פארוואנדלט אין טונעלן וויבאלד אזוי וועט שווערער ווערן פאר זעלבסטמארד קאנדידאטן זיך אראפ צו ווארפן פון א בריק. און די בריקן וואס בלייבן יא געהעריג אין קראפט וועלן האבן קוכן און וואסער דארט אין די הייעך אז די זעלבסטמערדער זאלן נישט ליידן פון דיהיידרעישאן ווען מ’פרובירט זיי צו אראפנעמען. (די געטראנקען וועלן נישט זיין געצוקערט אדער געזאלצן צו פרעזערווירן זייער געזונט פאר א קומענדיגן זעלבסטמארד געלעגנהייט).

3. אויפן האדסאן ווערט אויפגעשטעלט א בארדזש וואס וועט ארויסציען די וואסער און עס אריבערפירן אויף ניו דזשורזי, און מיר וועלן אנפילן דעם חלל מיט קישענעס און דאכענעס, אז ווען דער זעלבסטמערדער פאלט זאל ער נישט ח”ו אומקומען (מיין העלט דיפארטמענט זאגט: ס’איז א סכנה)

4. מען קען פון היינט אין ווייטער זיך נישט נעמען דאס לעבן נאר מיט א רעגיסטראציע פון פאראויס ביי די דעפארטמענט פון די העלט.

5. כדי נישט צו באלעסטיגן דעם פובליקום און די טרעפיק אין די ניו יארקער גאסן, איז רעקאמענדירט נאר צו באגיין זעלבסטמארד מיט קארבאן מאנאקסייד (וועט זיין צו באקומען אין אלע שטאטישע אגענטורן, ווי די פאסט אפיס און די סאושעל סערוויסעס)

 

לגבי דעם ענין פון קריים, וואס איז לעצטנס ארויף גאר הויך וועט מען איינפירן די פאלגענדע:

 

1. יעדער וואס וועט באריכטן אויף סיי וועלכע קרימינאלע אקטיוויטעטן, אנגעהויבן ביי מיסדעמינאר’ס און געענדיגט ביי מארד, וועט ווערן סובפינעד און געשטראפט מיט א פיין (טיקעט) ביז צו צוויי טויזנט דאללער פער טיקעט.

(סיבה: נישט צו דערשרעקן דעם פובליקום, און צו האלטן די קריים ראטע נידריג)

2. אויב זענט איר עדות צו קרימינאלע אקטיוויטעטן פון אומלעגאלע אימיגראנטן ביטע דאס באריכטן גראד צו זייערע באאויפטראגטע אויטאריטעטן אין די מדינות פון ווי זיי שטאמען. (דאס קען גרינג ווערן געטאן דורך די אמבאסאדאר צו די יו עס עי)

3. אויב ווערט איר פארכאפט אין קרימינאלע אקטיוויטעטן און איר ווילט העלפן די שטאט מיט  א ריינעם רעקארד וועט איר האבן די געלעגנהייט צו געבן כאבאר. רעגולאציע’ס וועט מען קענען געפינען אויף יעדע קען סאודע ביי די אינגרידיענטס.

 

אין דעם ענין פון האוזינג. אט זענען מיינע גראנדיעזע פלענער:

 

1. אזוי ווי עס איז דא א מאנגל אין פלאץ ביי די האומלעס שעלטער’ס דארף יעדער בילדער אריין לייגן אין יעדע הויז איין שטוב פאר האומלעס באנוץ. למשל: דיינינגרום, קיטשן, 2 בעדרום’ס, און שעלטער רום. אזוי ארום וועלן אלע שערן און עס וועט זיין אחדות אין די שטאט…

2. נישט בויען הייזער אדער דירות מיט מער ווי 1000 סקווער פוס, צו לאזן פלאץ פאר נאך בויער’ס, מ’קען בשו”א נישט לאזן די שטאט אויסלויפן פון פלאץ.

3. עס וועט זיין א ספעציעלע גרענט פאר די וואס וועלן זיך פלאצירן אין טענט’ס, נישט אין די פארק’ס נאר אויף די אנדערע זייט פון די בייק לעין’ס ווי עס איז נאך דא פלאץ. דער גרענט וועט זיין צו באקומען ביי: גרענטספארטענט’ס.קאם

 

אין דעם ענין פון בייק’ס און קאר’ס. אזוי ווי איר אלע זענט באקאנט איז שוין כמעט נישטא קיין קאר’ס אין די שטאט, יעדער פארט מיט בייק’ס אדער מיט די שטאטישע טראנספארטאציע מיטלען. דעריבער וועט אויף יעדע “גאדער” זיין א עקסטערע קאר ליניע נישט צו דיסקרימינירן די עלטערע וואס דרייוון נאך קאר’ס.

מיר וועלן נעמען שאלות יעצט:

 

דזשורנאליסט: מר’ מעיאר איר פלאנט צו לויפן נאכאמאל פאר מעיאר? אדער צו עקסטענדן די טוירם לימיט’ס פאר א פיפטן טערמין?

היזהאנער: ניין! און נאכאמאל ניין! איך האב שוין געזאגט ניין ביים דריטן מאל און ביים פערטן מאל לויפן און איך האלט נישט ביים ענטפערן ניין יעדע מאל ווען איך פלאן צו לויפן

 

דזשורנאליסט: מר’ מעיאר! וואס איז אייער אפיניאן וועגן די שניי בליזארדן מיט וואס די שטאט האט זיך נישט געקענט אן עצה געבן? וויאזוי וועט איר דאס אדרעסירן?

היזהאנער: איך האב שוין גערעדט צו די פעדעראלע גאווערמענט, און מ’ארבעט אויף א פראגרעם צו רידירעקטירן די שניי צו קיובא. אבער עס וועט נעמען צייט…. מיר דארפן האבן געדולד…. און ביזדערווייל וועט מען זיך אן עצה געבן אז אלע פובליק סקול קינדער וועלן באקומען שאוולען צו שארן די שניי…

דזשורנאליסט: איז אמת די שמועות אז איר גייט טוישן אייער פארטיי אפיליאציע אין די קימענדיגע צייטן?

היזהאנער: דאס איז פריוואטע פערזענליכע אינפארמעישן אבער אז די פרעגסט וועל איך דיר זאגן אז אלעס ווענדט זיך אויב וועט אויפקומען א פארטיי וואס איך האב נאך קיינמאל נישט געהאט זיך אפיליאירט דערמיט וועל איך עס דעפיניטלי טון. ביזדערווייל בין איך שוין געווען 2 מאל רעפובליקען 3 מאל דעמאקראט און אומצאליגע מאל די קליינע פארטייען וואס איך געדענק שוין נישט די נעמען.

דזשורנאליסט: וואס פלאנט איר צו טוהן איבער די פארלוירענע מערכה וואס איר האט אנגעהויבן מיט די שווארצע הוטן אויף מציצה בפה?

היזהאנער: זיי קענען טאקע געווינען, און זיי קענען טון וואס זיי ווילן, איין זאך וועל איך קיינמאל נישט לאזן און וועט נישט געשען אויף מיין זייגער….

(אלע דזשורנאליסטן מיט אנגעשפיצטע אויערן, מיט די פעדער שפיצן גלייך אויפן פאפיר, און די רעקארדער’ס אויף סיילענט מיוט גוט צו הערן די שארפע דיבורים…)

איך וועל קיינמאל נישט מאכן מציצה בפה…

האטס מיר א גוטן טאג.

 

ב”ה אז עס איז נישט אמת און ער לויפט נישט פאר נאך א טערמין (דערווייל) נו? דארף מען זעהן די גוטס אין יעדע זאך? אדער נישט

 

אונטערן רעדזשיסטער

אין באצוג צו די טעמע פון קאסטומער-אייגענטומער רילעישאן’ס.

און מיט א עקסטערן דאנק פאר שאץ מאץ פאר זיין פראפעסיאנאלע ארבעט ווי געוויינליך אין דעם פאלגענדען ארטיקל [url=http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=6759]דא[/url]

באמת האב איך געוואלט אדער שטיין ווייט פון דעם נושא, ווייל ס’בלוט גייט מיר אין קאפ ארויף! אדער שרייבן א עקסטערן אשכול לויט וויפיל מיין דאקטאר ערלויבט לויט מיין בלאטפרעשור!

געוויינליך אין אנדערע נושאים נעם איך נישט אזוי קיין שטעלונג נאר טאמער עס איז אידישקייט, אבער דא רעדט זיך פון א טעמע וואס איז קרוב ללבי, זייענדיג שטארק אינוואלווד אין עטליכע ריטעיל וויליאמסבורג געשעפטן, ווי איך האב שייכות מיט די בעלי בתים און איך האלט מיט דעם הלוך ילך פון דעם קאסטומער רילעישן וויאזוי עס ווערט באהאנדלט ביים היימישן ציבור, דעריבער נעם איך דאס ווארט, און איר קענט עס אדער אויך נעמען אדער איבערלאזן פאר א צווייטן צו נעמען…

איך וויל צוטיילן די טעמע אין צווייען! נישט ווייל די טעמע איז א צוויי פאכיגער, נאר להזהיר הקטנים על הגדולים, און מאכן אז יעדער זאל פארשטיין וואס דא קומט פאר.
ווען עס קומט צו סיי וועלכע נושא אין אונזער וועלטל (נישט אייוועלט- איך רעד פון חסידישוועלט) איז צום באוואונדערן די אויסערגעוויינליכע חכמה ותבונה וואס מ’זעהט ביי אונזערע אינגעלייט, מ’זעהט אינגעלייט וואס האבן אין חדר נישט געוואוסט וויאזוי מ’כאפט צאם א איינזער מיט א צווייער עס צו מאכן פאר א דרייער, און דא ווען מ’רעדט פון הלכות חמורות שבאמעריקע, און מ’פארהאנדלט איבער קאורט און דיסיזשאן’ס זענען זיי אינגאנצן באקאנט מיט די נושא ווי זיי האלטן ווען א דעגרי אין לאו (נישט ווי א שוויגער [אין לאו] נאר אזוי זאגט מען אין ענגליש געזעצן…)

ווידער ווען עס קומט צום שאלה פון פאסטן י”ג מדות אדער אויב מ’רעדט פון א תענית’ל אום שובבי”ם וכהנה, רעדט מען צו שוואכע מוחות! גיי פארשטיי.

אבער לענינינו איז וויכטיג אז מ’זאל פארשטיין ווי איז דער מיספארשטענדענישט צווישן דעם קאנסומער און דעם אייגענטומער.

פון צווישן די טענות האב איך ארויסגענומען אז דער געשעפט אייגענטומער וואלט אפילו ווי אומגערעכט דער קאסטומער איז געדארפט טון עכ”פ אזויפיל אז ער זאל נישט דערלייגן א קאסטומער און ספענדן אפאר דאללער אז דער קאסטומער זאל אוועק גיין צופרידן…

איך האב אבזערווירט דעם ענין פון די נאענט (זייער נאענט) און איך קען אייך געבן א רעפארט וויאזוי עס קומט אויס נאכדדעם וואס איינער טוט יא דאס! איך האב מיטגעהאלטן א געשעפט אייגענטומער וועלכער האט געוואלט מאכן א סטעיטמענט לגבי סערוויס, און ער האט נאך שוקל עצה זיין מיט גרויסע קאנסולטענט’ס זיך גענומען צו אט די אויבנדערמאנטע איידיע’ס פון סערוון אביסל מער ווי מ’ברויך, און נאכגעבן מער ווי מ’מעג, און שפענדן געלט אז מ’זאל זעהן ווי גוט הארציג ער איז ווען עס קומט צום ריטוירן פאליסי, און ווען עס קומט צו טעותים, וכו’.
עס האט נישט גענומען קיין לאנגע צייט, און עס איז פון א איינצעלנעם פאל געווארן א מנין פעלער פון צוריק ברענגען סאליד גוטע סחורה וואס וואלט קיינמאל נישט צוריק געקומען, און איז נאר צוריק געקומען ווייל דער קאנסומער האט שוין גענוצט און מער נישט געדארפט! יא אזוי ווי איר הערט! נישט איין פאל און נישט 10 נאר אסאך מער.

דער איד וואלט ארויס נקי ווען נישט ער האט גלייך אויסגעפאלגט זיין אינסטינקט און אפגעשטעלט דאס גוטסקייט מיט אימפעט! און פון היינט און ווייטער איז ער ווידער געווען א חי’ פון א בעה”ב וואס קען נישט אזויפיל נאכגעבן פאר דעם צובראכענעם קאסטומער, וואס איז געבליבן מיטן אייטעם, און דארף נאר טרעפן ווי צו פטר’ן.

לאמיך אביסל מסביר זיין א קשי’ וואס קומט אסאך ארויף און ווייזט אויף חסרון ידיעה.

קאסטומער: איך האב דא געקויפט די שיך, (נאר א משל עס עפפלייעד צו אנדערע אויך) און עס פיט נישט געהעריג

אייגענטומער: איך הער אבער איך קען עס נישט צוריק נעמען, עס איז נאכן סיזען און איך קען נישט בשום אופן צוריק נעמען

קאסטומער: וואס באדערט אייך אז עס ליגט אויפן שעלוו? איר וועט עס פארקויפן פאר א צווייטן נעקסטע יאר!

די קשי’ האב איך געהערט נישט איין מאל און נישט צוויי מאל פון נארמאלע מענטשן, און דאס מאכט מיך טראכטן אז זיי פארשטייען אז ס’איז א נארמאלע פראגע, איז דאך דא דא א מיסקאמיוניקאציע, ווייל דער אייגענטומער איז דאך אויך נישט משוגע, ער פארשטייט דאך אויך אז ער קען עס פארקויפן, און ער וויל אויך נישט פארלירן קיין קאסטומער’ס נו מה כל הרעש?
אבער אויב קלערט איר אריין, איז בכלל נישט אזוי, פונקט ווי די גרויסע דעפארטמענט סטאר’ס ווען עס ענדיגט זיך א סעזאן פארקויפן זיי אלעס פאר שפאט ביליג, און פארלירן שווערע געלטער פער אייטעם, אפילו אויב עס איז נישט סיזענעל כ”ש ווען עס איז יא, ווייל יעדער פארשטייט אז עס איז קעגן יעדע עקאנטינג אין ביזנעס, און מ’קען בשום אופן נישט האלטן סחורה אזוי לאנג אויף די שעלוו’ס און מ’מוז קענען גיין ווייטער, ווייל מיר לעבן אין א קאפיטאליסטישן ביזנעס שטייגער. דאס זעלבע מיט דעם קליינעם סוחר וואס פלאגט זיך מיט יעדן שטיקל סחורה, און יעדע שעלוו וואס ווערט ליידיג איז אים א הרחבה, ער קען בשום אופן נישט צוריק נעמען סחורה. עס איז אזויווי איר זאלט אים בעטן א הלואה פאר א יאר צייט! דער קליינער סוחר קען זיך דאס נישט עפארדן! איי וואס איז דען 15 דאללער? איר זענט גערעכט אויב ווייסט איר אז איר זענט איינער א יאר וואס פארלאנגט דאס, וואס זאל איך אייך זאגן? אזוינע קשיות און טענות קומען טעגליך און עס איז אוממעגליך צו טוישן פאר איינעם יא און פאר א צווייטן נישט (איך האף איר פארשטייט, און אז נישט קויפט זאלץוואסער ערגעץ אנדערש…)

לאמיר גיין א טריט ווייטער, לאמיר רעדן פונעם ריטוירן פאליסי אין וויליאמסבורג ווערסעס מאנהעטן:

קודם לכל: קוקט מיר אריין אין די אויגן, און זאגט מיר אין פנים אריין אז איר זענט נישט שולדיג קיינמאל קיימאל אויף גזל עכו”ם (אה איר רופט עס “טעות” עכו”ם) אויב זענט איר באמת נישט שולדיג אוף דעם, זענט איר לכאורה ריין פון יעדע שאלה, און איר פארשטייט אז בדרך הטבע, ווען איינער קויפט א אייטעם שלא על מנת להחזיר איז דער אייטעם אלעמאל שייך צוריק צו ברענגען אפילו ביים איד, אויב ווייסט מען וויאזוי, נאר וואס דען דער איד וועט אייך געבן אביסל שווערערע תנאים דערויף וויבאלד כפי מספר הסעיל’ס וואס ער מאכט איז עס אסאך א גרעסערער פראצענט און ער קען דערלייגן זיין גאנצן יקום אויב וועט ער נישט טון אזוי.

אין קלענער געלט: האט איר שוין אמאל אריינגעקלערט וויאזוי קען זיין אז די ריזיגע דעפארטמענט סטאר’ס האבן עקסטערע קעשיער’ס פאר ריטוירן’ס?

האט איר שוין אמאל ארייגנעקלערט וויאזוי קענען זיי צוריק געבן קעש און דער איד קען נאר געבן קרעדיט?

וועל איך אייך מ סביר זיין און דאס האט צו טון מיט א סטאטיסטישן מציאות: ווען מ’נעמט א סטאטיסטיק, איז עס ע”פ רוב אמת, דהיינו. סטאטיסטיק’ס זענען ממש א טבע. פונקט ווי ווען איר ווארפט עפעס אין די לופט, פאלט עס צוריק אראפ פון די גראוויטי די זעלבע מיט סטאטיסטיק’ס עס איז א מציאות וואס מ’ווערט געוואר נאכן נעמען סטאטיסטיק’ס.

ווען מ’פירט דורך א סטאטיסטיק זעהט מען אז פון יעדע 100 מענטשן וואס ריטוירנען א אייטעם, ספענדן דאס געלט גלייך נאכאמאל! דהיינו ווען דער אייטעם ווערט אראפגעלייגט און איר קנייטשט איין דעם הונדערטער, ווען איר וואקט ארויס פון געשעפט קוקט איבער אייער טאש און איר וועט דארט טרעפן אפאר סינגל’ס מיט קוואדער’ס פאר טשענדזש… דאס איז א סטאטיסטיק. דער סטאטיסטיק לאזט ארויס מענטשן וואס קויפן על מנת להחזיר, ווייל זיי הייסן נישט ביי דעם סטאטיסטיק “מענטשן”. דער סטאטיסטיק לאזט אויך ארויס מענטשן וואס קומען קויפן א באטל גרעיפדזשוס ביי קאסטקאו און קוקן נישט אויף אנדערע חפצים ווייל זייער מעמבערשיפ איז א דירעקטער הוצאה פון די ביליגע גרעיפדזשוס. די סטאטיסטיק באציהט זיך נאר אויף מענטשן וואס שאפפן אמעריקען סטייל, מ’גייט קויפן על שם קויפן אדער אין ערגסטן פאל על שם “פארמאגן” און מ’טוישט נאר איין ווען מ’דארף עפעס נישט נאכן קויפן, נישט ווען מ’דארף עס נישט פארן קויפן.

ווארט א מינוט! איך ווייס וואס די ווילסט זאגן, איך קום שוין צו דערצו! אמת! עס איז ביים גוי גארנישט בעסער עס זענען דא גויים וואס זענען נישט נאר קויפער’ס על מנת להחזיר, נאר זיי זענען גראד אזוי טאשן שניידער’ס, איך שעם מיך נישט צו זיין א איד, און איך גיי נישט אריין אין דעם ענין פון גניבה אדער וואס מ’מעג אדער מעג נישט טון.

אבער ווען דער גוי טוט די געמיינע שטיק מיטן גוי, איז עס א ריזיגער רבים וואס טוט עס מיט אסאך א ריזיגערן געשעפט, און די סטאטיסטיק’ס לוינט זיך אפילו אזוי, ווייל די מענטשן וואס ריטוירנען, וועלן גלייך ספענדן דאס געלט נאכאמאל, און די ביסעלע וואס זענען פון די קונים ע”מ להחזיר האבן נישט אזא גרויסן אפעקט, און אפילו מיט אט די וועט דער גרויסער סופער טשעין איין טאג פארדינען שיין, ווען ער וועט בטעות אראפרייסן דעם טעג, אדער טון אנדערע זאכן וואס מאכן דעם ריטוירן אינוואליד, און דער טשעין סטאר זאגט: מוטב שיעשה מאנקי ביזנעס ביי מיר ווי איידער ביים קאמפעטישן, ווייל איין טאג וועט ער פארדינען דאס גאנצע דערלייגטע, ווי עס פרואווט זיך מאל איין מאל אויס.

ווייטער ווען דער געשעפטל אין ווימסב”ג אדער ב”פ וואס האט נאר אזויפיל קליענטן און נאר אזויפיל אייטעם’ס דארף אנהייבן נאכלויפן דעם ריטוירן משוגעת, פארלירט ער די הויזן! די סטאטיסטיק’ס ארבעטן נישט פאר צוויי סיבות: 1 עס איז נישטא גענוג קאסטומער’ס אז מ’זאל זיך קענען רעכענען מיט סטאטיסטיק’ס, עס איז פונקט ווי מ’זאגט א סטאטיסטיק אז פון 70 פראצענט זענען ארימע לייט, קענט איר זאגן ווען איר זעהן 10 מענטשן אז זיבן זענען ארעם? איז נישט מעגליך אז די 10 זענען פון די רייכע 30 פראצענט? סטאטיסטיק’ס ארבעטן נאר ווען מ’טוט עס אין א ריזיגן נומער מיט מענטשן. 2. ווייל ליידער ליידער ווילנדיג צו אומווילנדיג זענען דא אזוינע וואס נוצן אויס דעם ריטוירן פאליסי פאר כמו גניבה (נישט גזל עכו”ם, נישט טעות עכו”ם, פשוט גניבה וגזילה!) און דאס הארגעט די ביזנעס מיט א שארפן מעסער.

איר פרעגט וויאזוי איך וואג זיך אזוי צו זאגן? והא ראי’ איר זענט אליינס אמאל געגאנגעגן קויפן און איר האט געוואלט ריטוירנען און איר זענט געווען 100 פראצענט גערעכט און מ’האט אייך נישט געוואלט געבן און . . . . איך וואג זיך אזוי צו זאגן ווייל איך ווייס וואס איך האב געזעהן, הן ווען איך אליינס בין געשטאנען ביי א רעדזשיסטער אין א ריטעיל געשעפט און געקראכט יעדן טאג עקסטער, און הן פון נאכקוקן ביי אנדערע געשעפטן (פרעגט מיר נישט פארוואס איך קוק נאך…. עס איז א סוד)

ווילט איר מיט מיר זיך פארהערן? ווילט איר מיר פראוון ראנג? דאן גייט צום געשעפט ווי איר האט געהאט דעם ערגסטן עקספיריענס (איך רעד נישט א געשעפט ווי מ’ווייסט פאר א פאקט אז דער בעה”ב מאכט בכלל נישט קיין עסק צו זיין אין ביזנעס, ער טוט עס בעל כרחך ווייל אינדערהיים קען ער נישט זיין…. יו געט די פאוינט!) און ווייזט אים מיינע רייד, און בעטס אים ער זאל אייך לאזן מיטהאלטן אביסל וואס גייט פאר אין געשעפט איין טאג! קוקט אייך אליינס צו! איר וועט נבהל ונשתומם ווערן וויאזוי איר האט עס געקענט אנדערש קלערן.

איך ווייס אז איך האב נאר בארירט אויפן שפיץ גאפל: אבער איך בין גרייט צו דיפענדן דעם עסק עד הסוף ווייל איך ווייס מיט קלארקייט אז דאס איז דער אמת. אבער איך האב נישט ליב צו שרייבן איבער דעם ענין, ווייל אלעמאל קומט אויס מ’פרעגט מיך אויף א געוויסן מאן דהוא אדער א לא מאן דהוא וואס האט געטון אזוי צו אזוי, און איך דארף אים פארענטפערן, דאס איז בכלל נישט וואס איך זאג! יעדער מאכט טעותים, און א אייגענטומער פון א געשעפט איז נישט אימיונד! אבער דאס איז אמאל זיכער אז דער רוב רובא איז אזוי ווי איך האב אויבנדערמאנט, און אויב האט איר מיך עפעס צו פרעגן דעריבער זייט אזוי גוט, און פרעגט!

און צו אייך געשעפט אייגענטומער’ס האב איך נאר איין הערה! אחרי ככלות הכל ווי גערעכט איר זאלט נאר נישט זיין, וואלט איר געדארפט מער צייט ספענדן און מער געלט ספענדן (נישט אויף ריטוירן’ס) נאר אויף הסברים! מסביר זיין אייער שטאנדפונקט! ווייל די אלע טענות קומען מחסרון ידיעה, און דאס איז ווייל איר זענט נישט גענוג מסביר און דעריבער ווייסן נישט דער פשוטער המון עם וואס עס טוט זיך אונטערן רעדזשיסטער.

מאכט געלט מיט זאלץוואסער

ווי איר ווייסט שוין איז מיין ציל צו העלפן אידן מיט וואס נאר מעגליך אלס א שבח והודאה פארן בורא עולם פאר זיינע שטענדיגע חסדים וואס מיר זעהען אדער זעהן נישט גראד איין.

מיר האבן אנגעהויבן מיטן ערשטן פראיעקט פון העלפן מיט פרנסה שאפן. און ב”ה עס האט געהאלפן אידן זיך רוקן פאראויס אין זייערע שעפערישע זוכערייען פאר פרנסה. מיר האבן אויך זיך געוואנדן צו ארבייטסגעבער און פרעזענליך געהאלפן אידן באקומען דזשאב’ס אויף פארשידענע גוטע פאזיציע’ס.

איינע פון די פרטים אין וואס מ’האמיר אריין געלייגט אן עבודה איז אין מחזק זיין פרנסה שאפעריי ביזנעסער וועלכע טוען די הייליגע ארבעט אלס א חלק פון זייער טאג טעגליכן ווירטשאפט.

ווען די צייט וועט ערלויבן וועל איך מיך אי”ה באדאנקען אין די עפנטליכקייט פאר די ארגעניזאציע’ס וועלכע האבן ארויסגעוויזן איינזעהניש און געהאלפן זאכליך.

יעצט וועלן מיר אנהייבן אי”ה אונזער נעקסטן פראיעקט. מיט העלפן אידן וואס האבן פרנסה/ביזנעסער און קענעןנוצן א שטופ פאראויס.

והנה: אזוי ווי דער בלאג ציהט ב”ה פיעלע לייענער (מיר. וועלן אפדעיטן ארטיקלען מער אפט אי”ה. האפנטליך טעגליך, אויב מעגליך) איז דא א ריכטיגער געלעגנהייט צו געבן “אומזיסט” אדווערטייזמענט’ס פאר ביזנעסער, מיטן איינציגן תכלית אז אידן זאלן זיך שפייזן און מרויח זיין כפי צורכם.

נאכאמאל! “אומזיסט” אן קיין חשבונות! איר זענט מיר גארנישט שולדיג!

מיר וועלן לויט אייער פארלאנג ווידמען אפאר שורות אדער מער צו באשרייבן אייער ביזנעס און וואס איר זענט גרייט צו געבן פאר אונזערע לייענער’ס ביליג אדער דיסקאונט’ס אין פארעם פון א אינטערוויו! און מיר וועלן געבן פאר לייענער’ס די געלעגנהייט אייך צו לאזן הערן קאנסטראקטיוו קריטיק! מיר וועלן נאר לאזן ענטפערן אויף אייערע רייד מיט ערנסטע ממשות’דיגע קשיות שאלות עצות פון אייערע קליענטן אדער פראספעקטיווע קלייענטן.

מיר ווילן אויפשטעלן א באזע ווי איר דער ביזנעסמאן קענט געהעריג זיך צונויף שמועסן מיטן קלייענט. און געבן א געלעגנהייט פאר די קליענטן אייך צו קאמפלימענטירן אדער סתם קאמענטירן.

כדי צו קענען ארויף לייגן אייער ביזנעס אויף די בלאג דארפט איר זיך ווענדן צו מיר אדער פריוואט אויף אימעיל און אויך קענט איר גרינג קאממענטירן דא אויפן בלאג.

מיין אימעיל איז: zaltzvaser@gmail.com

גוגל טאלק מיט אנעים (ליודעי אייוועלט)

בס”ד

א גוגל טאלק מיט אנעים

זאלץ: אנעים די ביסט דארט?

אנעים: יא! וואס זאגסטו זאלצי?

זאלץ: איך מיין עס דארף נעמען א עק צו די משוגעת’ן און לאמיר זיך ענטדעקן פארן ציבור מיטן פולן אמת.

אנעים: וואס הייסט?

זאלץ: פארוואס זאל דער עולם מיינען מיר זענען צוויי באזונדערע פערזאנען? לאמיר זיי מגלה זיין אז עס איז אלעס איינס!

אנעים: איך פארשטיי נישט וואס די רעדסט?

זאלץ: לאמיר יעדן פארציילן אז אינז זענען נאר איין מענטש מיט צוויי ניקס.

אנעים: פארוואס זאל איך זאגן ליגנט?

זאלץ: עס איז נישט ליגנט! די ווייסט דאך דעם אמת!

אנעים: איך פארשטיי נישט קיין ווארט וואס די רעדסט? איך בין דו?

זאלץ: יא! די ווייסט דאך!

אנעים: זייט ווען?

זאלץ: וואס הייסט זייט ווען? מאך דיך נישט תמ’יש!!!

אנעים: דו ביזט אינגאנצען צודרייט?

זאלץ: קאן זיין אבער אויב איך בין ביזטו אויך.

אנעים: ר’ איד כ’האב מורא דו האסט פארגעסן צו נעמען דיינע פילן היינט. אדער האסטו גענומען די פאלשע פילן (דראגס בלע”ז).

זאלץ: דאס איז א פראבלעם! ווייל דאס מיינט אונז זע’מיר ביידע אויף דראגס!

אנעים: יויש ס’האט זיך מיר אנגעטשעפעט א מקשה לילך ממש ווי א שטיקעל ביה”כ פאפיר אויפען שוך. דאס האט מיר היינט אויסגעפעלט ווי א לאך אין קאפ…כ’מיין א מכה בדופן…

זאלץ: איהם אויך?

אנעים: נישט איהם אויך, נאר איהם! מאך איהם צודרייט און לאז מיר מנוחה.

זאלץ: די מאכסט מיך פילן ווי איך חלום ווען! פארוואס טוסטו דאס? ווי קען מען זיך אזוי אליינס פיינט האבן?

אנעים: לאמיך דיר עפעס קלאר שטעלן! איך וואוין אין …. און די וואוינסט אין …. איך האב … פיאות און בארד, און די האסט א …. פיאות און בארד. איך בין …. יאר אלט און די ביסט לכאורה …. אלט. נו וואס דרייסטו א קאפ?

זאלץ: די אלע תירוצים זענען זייער גוט פאר חרוסת. אבער נישט פאר זאלץ וואסער… הער אויף מיט די משוגעת. לאמיר זיך מגלה זיין!

אנעים: שומו שמים! איך האק אפ מיט דיר! די ביסט ערנסט בארירט!

זאלץ: ווער אונז?

אנעים: אקעי זאג מיר וואס די ווילסט פון מיר האבן

זאלץ: דעם אמת! איך האלט אז דער עולם דארף וויסן דעם אמת!

אנעים: זיי מיר מסביר וויאזוי קען איך זיין דו אז איך פרעג דיר קשיות אין דו ענטפערסט? אויב ווייס איך די תירוץ פארוואס פרעג איך די קשי’?

זאלץ: נו! די ווייסט דאך אסאך מאל איז עפעס שווער און עס ווערט גלייך פארענטפערט. נישט אזוי?

אנעים: פיין! פארוואס געדענק איך נישט צו זיין אין ניו העמפשיר אדער אין ביהמ”ד שומר שבת און די אלע אנדערע מקומות וואס די שרייבסט אז איך\דו ביסט\בין געווען?

זאלץ: עס איז נישט געזונט זיך פאר צו ווארפן! נעם עס איזי אויף דיר! עס איז גארנישט אז דער זכרון איז נישט אזוי גוט! האסט דאך אליינס געזאגט אז איך וועפ שוין… נו! זעמיר דאך ביידע אין פעקל.

אנעים: ביידע ווער?

זאלץ: איך און דו!

אנעים: אונז זענען מיר נישט איינס?

זאלץ: יא! סאו?

אנעים: נניח לאמיר זאגן אז יא! קען זיין אז איך געדענק נישט! אבער וויאזוי פארענטפערסטו די פאקט אז איך וואוין אין … און די וואוינסט אין …. און די טענה’סט נאך אלס אונז זענען מיר איינס?

זאלץ: און וויאזוי מ’מאכט דעם אטאם פארשטייסטו יא?

אנעים: גאנץ פשוט. יעדע זאך אויפען וועלט איז צונויף געשטעלט פון דריי שטאנדטיילען, פראטאן, ניוטראן…איין מינוט, פארוואס רעדן מיר וועגן אטאמען??? ווייסטו וואס, זיי נישט ברוגז אבער איך בין ביזי יעצט סאו…

זאלץ: הא’מיר געשלאסען אז דו קענסט באשטיין, יא? גוט, איך גיי שוין מפרסם זיין…

אנעים: ווייסט איך האב ערנסט אנגעהויבן טראכטן אפשר זענען מיר יא איינס. אבער ווען איך הער דיינע שטותים האב איך באשלאסן אז אפילו מיר זענען יא איינס וועל איך מיך צוטיילן.

זאלץ: צוטיילן? וויאזוי?

אנעים: וואס פרעגסטו מיך? איך בין נישט דער משוגענער וואס האט אנגעהויבן דעם שמועס. איך האב נישט קיין אנונג וואס די ווילסט! איך קוק מיך שוין א האלבע שעה אין שפיגל צו זעהן אויב איך בין איך אדער דו….

זאלץ: אקעי אקעי אקעי ווער נישט ווילד, איך האב דיר נישט געוואלט איבער’רעש’ן אבער וויפיל איז די שיעור זיך צו בלאפן.

אנעים: סאו אונז זענען מיר סקיצעפרעניאק?

זאלץ: עפעס אזוי

אנעים: סאו ווען בין איך דו און ווען ביסטו איך, און פארקערט?

זאלץ: איך ווייס נישט. אבער דו זעהסט דאך אז ווען איך שרייב אויף אייוועלט שרייבסטו נישט און ווען די שרייבסט שרייב איך נישט… מוז דאך זיין אז… ניין?

אנעים: דאס איז די סיבה פארוואס די ביסט געקומען צו אזא מאדנעם קאנקלוזשן?

זאלץ: נישט גענוג א גוטע סיבה?

אנעים: ניין נישט גוט!

זאלץ: וואס דען קען זיין?

אנעים: אז איך האב פונקט צייט ווען די האסט נישט און די האסט פונקט צייט ווען איך האב נישט , איז אסאך א גרינגערע תמצית ווי צו מאכן אונז פאר איינס… נישט אזוי?

זאלץ: און וואס קען זיין אז איך זעה אמאל אמאל דו נוצט מיינע לשונות (ס’ז נישט דוקא מיינע, נאר לשונות וואס איך נוץ. נישט נאר איך נוץ עס נאר…יו געט דע פוינט) און איך נוץ אמאל דיינע לשונות? ווייזט דאס נישט אויף עפעס?

אנעים: קען זיין אונז זענען מיר גנבים! אבער נאך אלס גרינגער ווי צו טראכטן מיר זענען איינס.

זאלץ: און וואס קען זיין די סיבה פארוואס מכה בדופן נוצט אונזערע ביידע לשונות און מענטשן טראכטן אויף אים אז ער איז אדער איך אדער דו….

אנעים: מסתמא איז ער אויך א גנב.

זאלץ: הייסט עס אז אלע מענטשען זענען גנבים, אבי אונז זע’מער נישט איינס?

אנעים: איך מיט דו נישט, אפשר דו מיט מכה בדופן יא…

זאלץ: נאך איין זאך! פארוואס ווען איך פרוביר צו רעדן צו מיר אליינס באקום איך צוריק בערך די זעלבע ענטפערס ווי איך באקום פון דיר. ווי למשל ווען איך פרעג מיך וויפיל אזייגער איז, ענטפער איך: קוק אליינס ווען איך פרעג מיך: ווי גיי מיר יעצט? ענטפער איך: וואס גייט דיך אן? וכו’. ווייזט דאס נישט אויף עפעס א צוזאמענהאנג?

אנעים: קען זיין אז די ביסט א געפערליך שלעכטער מענטש צו דיר אליינס. און איך בין שלעכט פאר מיר אבער דאס מיינט נאך נישט מיר זענען איינס…

זאלץ: שכוח פאר די אויפקלערונג אבער מיר קומט אויס דערפון אז די ביסט מסכים צו זיין א “גנב”, “משוגענער”, “שלעכטער” אלעס נאר נישט זאלץוואסער!!! וואס איז שוין אזוי געפערליך צו זיין זאלץוואסער און פארציכטן אויף די אלע מדות מגונות?

אנעים: אפשר טאקע?

זאלץ: קום מיר צוריק צום זעלבן…. לאמיר ערקלערן אז מיר זענען איינס. און פארגעסן פון די צרות.

אנעים: און אזוי וועל מיר ארויס גיין אין א קאמף צוזאמען קעגן מכה’לע?
זאלץ: ניין! מיר וועל אים אויך ארייננעמען ….

אנעים: און אונז אלע וועל מיר זיין איינס?

זאלץ: יא! מיט דריי ניקס

אנעים: און וואס וועל איך טוהן מיט מיינע אנדערע צוויי ניקס?

זאלץ: נעם זיי אויך אריין אין געשעפט.

אנעים: די הנהלה וועט דאס אלעס צו לאזען?

זאלץ: מ’עמיר זיי נישט פארציילן!!! פונקט ווי אונזערע יעצטיגע ניקס.

אנעים: וועלכע?

זאלץ: די פארגעסט! אנעים און זאלץ.

אנעים: אקעי זיי מיר געזונט איך האב שוין נישט קיין כח.

זאלץ: פארשטייט זיך אז איך האב שוין אויך נישט….

אנעים: א גוטע נאכט.

זאלץ: גיי מיר חלומ’ן.

אנעים: ענדיגן מיר שוין יעצט.

זאלץ: שלאף געזונטערהייט, און רוה דיך גוט אויס מ’האמיר ארבייט מארגן.

אנעים: איך האב געהאט ארבעט ביז יעצט ווען נישט דו שטערסט מיר…

מכה בדופן (אטעמט שווער): כ’בין הערשט יעצט אנגעקומען, וואס איז דער שמועס?

אנעים & זאלץ: אונז גיי מיר אלע דריי ווערן שותפים, ביזטו מסכים?

מכה: א מכה!!!

געשריבן אין די איילעניש אויפן שווארצן בערל

פרנסות/דזשאבס

אין די נושא פון פרנסות האמיר ב”ה געמאכט געוויסע פארשריט. אבער נאך אלס נישט וואס עס קען ווען זיין.

ניי פון נעכטן:

איך האב די ליסטע פון “פועל” גרופע מיט אסאך אוועילעבל דזשאב’ס

איך האב געשאפן קשרים מיט EPI Networks וועלכער איז גרייט צו העלפן בכל אופן

ווי אויך האב איך זיך גענומען צו מייקל ראזנער פון די OU וועלכער האט געוויסע אפארטוניטי’ס

די גוטע נייעס איז: אז די פארגאנגענע וואך זענען שוין געווען פארשריט ביי געוויסע אפליקאנטן אויף די זאלץוואסער רעזומעי.

עס איז וויכטיג צו געדענקען: דא איז נישטא קיין קעטש. עס איז בחנם און מיר פארלאנגען גארנישט מער. איין זאך וואס איך בעט איז אויב האט אייך געהאלפן מיין צוזאם ארבייט, לאזט עס מיך וויסן.

געשריבן אין די איילעניש אויפן שווארצן בערל

זאלץ אויף שניי

אויף אייוועלט האט מיך “גלייכגילטיג ” געפרעגט ווי פאלגענד: און איך האב געענטפערט…

גלייכגילטיג האט געשריבן:וואס איז טאקע פשט זאלצעלע אז מ’גיסט אויף שניי זאלץ??

די מעשה מיט זאלץ און שניי גייט שוין צוריק דורי דורות פון די צייטן ווען אונזערע עלטערן פון די זאלץ זייט, און זייערע עלטערן פון די שניי זייט האבן זיך נישט פארטראגן.

און צו מאכן די לאנגע מעשה קורץ איז אזוי:

יארן צוריק ווען עס איז באקאנט געווארן די זאלץ משפחה מיט זייערע אייגענשאפטן, האט זיך געשאפן א שטורעם איבערן זאלץ, עס זענען געווען אזוינע וואס האבן געטענה’ט אז די זאלצלעך זענען ווערטלאזע ציפעדיגע שטיקער שטיין, און עס זענען געווען וואס האבן געוואלט זאגן אז אין זייער שארפקייט איז דא מינעראלן וואס קענען העלפן די מענטשהייט.

ווען דער מלך איז געוואיר געווארן אז מען קריגט זיך איבערן מל”ח און אז מאנכע טענה’ן אז מ’דארף זיי פארטרייבן פון לאנד, האט ער ארויסגעגעבן א געזעץ אז מ’וועט מאכן א אפענעם געריכט אין צענטער פון שטאט, און כל מאן דבעי קען קומען און פארטיידיגן די זאלץ משפחה, אבער אויב וועלן נישט זיין קיין סניגורים וועט מען מוזן אסר’ן זאלץ אין די גאנצע מדינה.

דער מלך, האט געהייסן בלומבערג, און מ’האט אים גערופן “היזהאנער” ווייל אזוי איז דאן געווען די סדר, פונקט ווי פרעה האט געהאט אן אראבישן נאמען און מ’האט אים גערופן פרעה, און פונקט ווי אבאמא האט א נאמען פון א טעראריסט און מ’רופט אים פרעזידענט, אזוי אויך אין יענע צייטן איז געווען אזוי מיט “היזהאנער”.

היזהאנער, האט זיך אראפגעשטעלט אין די לענג און אין די ברייט, אז מ’דארף לויז ווערן פונעם זאלץ. און ער האט שוין געחתמ’ט א דעקלעראציע, אז סיי ווער עס וועט זיך דרייען נעבן א זאלצל אדער וועט נוצן אפילו א זאלצל וועט געשטראפט ווערן פון זיינע שוטרים מיט שווערע געלט שטראפן.

די זאלצלעך האבן געזעהן אז כלתה עליהם הרעה, האבן זיי זיך צוזאם גענומען אויף א אסיפה און אויפגעקומען מיט א אלגעמיינעם אנגענומענעם מיינונג אז מ’וועט זיך ווענדן צום “צוקער”. זיי די צוקער’ס זענען משפחה מיט די זאלץ’לעך פון איין מדינה, די חילוק איז נאר אז זיי זענען מער באטעמ’טער און מ’קען מיט זיי זיך גרינגער אויסקומען.

די צוקער’ס האבן גערן אנגענומען דעם שווערן אויפגאבע פון זיך ווענדן צו “היזהאנער” און שתדל’ן לטובת די זאלצלעך.

אויפן וועג אריין צום היזהאנער’ס פאלאצל האט איינער פון די צוקערלעך זיך אונטער געהערט א שמועס פון א יוצר משרתים’ל פון היזהאנער, אז די קומענדיגע פאר טאג קומט ארויס א גזירה קעגן צוקער, און אז עס קענען נישט זיין צופיל צוקערלעך אויף איינמאל אין איין פלאש. היזהאנער איז אויסן אויסצוראטן א יעדערן וואס קען ח”ו אמאל שאדן טון פאר זיין קאנטוטשענסי.

די צוקערלעך האבן זיך דערשראקענערהייט אומגעקערט צום זאלץ הויפטקווארטיר, און מיט שרעק אין די אויגן געמאלדן מיט אנגסט אז “עמכם אנו בצרה” מ’גייט פון אונז אויך לויז ווערן רח”ל. וואס טוט מען דא? אזא שרעקליכע גזירה!

יעצט האבן שוין אלע איינגעזעהן אז היזהאנער איז נישט סתם אזוי ארויסגעקומען מיט די גזירות נאר ער האט דערביי טיעפערע כוונות, האבן זיך צוזאם גענומען די משפחות וואס האבן די מערסטע מורא געהאט פון די נאכפאלגענדע גזירות, משפחת צוקער, זאלץ, פעפער, אא”וו, און מ’האט געמאכט א גרויסן יום תפילה, אז דער “היזהאנער” זאל נישט קענען אויספירן זיינע גזירות קשות ורעות.

און דאן האט דער אויבערשטער געהאלפן און ביים עק שטאט האט זיך באוויזן א וועגעלע מיט א נייקומענדע משפחה וואס אלס פלעגן זיי קומען אויפן ווינטער אין לאנד אריין, און בדרך כלל האבן זיי זיך גוט פארשטאנען מיט די שכנים, אבער “היזהאנער” פלעגט אלס וועלן לויז ווערן פון זיי זייער שנעל, ווייל זיי האבן זעהט אויס אים געשטערט מיט זיין טעגליכע אונטערהאלטונגען, דאס איז געווען משפחת “שניי” זיי פלעגן אנקומען און מ’פלעגט זיי שיין אקאמעדירן, ביז היזהאנער פלעגט שיקן טרעקלעך און זיי צוזאם קלייבן און פארווארפן, ביז עס איז גארנישט פון זיי געבליבן.

דאס יאר האט די משפחת “שניי” באשלאסן צו קומען מיט א גרויסן רעש, און מיטברענגען אסאך מיטגלידער פון די משפחה, און אזוי האבן זיי זיך פארשפרייט אין שטאט און פארלאזירט די שטאט פאר אפאר טאג, נישט לאזנדיג קיין טפח אומצוגעדעקט און דא האט “היזהאנער” זיך אינגאנצן פארלוירן און ער האט נישט געקענט זיך באפאסן מיט אזא ריזיגן ציבור, און פאר אפאר טאג געליטן בושות און בזיונות פון אלע זיינע שרים און עבדים וועלכע האבן אים ריכטיג געפרעגט:

היזהאנער! זאלץ און צוקער איז דיין פראבלעם? און מיט אביסעלע שניי קענסטו דיך נישט ספראווען?

היזהאנער זייענדיג דער בעל גאוה וואס ער איז געווען האט ער געענטפערט מיט סארקיזם: אפילו מיט 10,000 שווארצע הוטן קען איך מיך ספראווען…. (דאס האט ער זיך באצויגן צום אידישן פאלק, וועלכע זענען שפעטער ארויף אויף זיין שווארצע ליסטע פון גזירות… ואכמ”ל)

דאס פאלק האט אבער געוואוסט אז ער רעדט פוסטע רייד, און אזוי האט זיך ארויסגעשטעלט אז ווילאנג די שניי זענען נישט אליינס געגאנגען האט ער נישט געוואוסט וויאזוי מיט זיי זיך אן עצה צו געבן… כן יאבדו כל אויביך ד’.

יעצט פארשטייסטו שוין וואס זאלץ האט מיט שניי? אדער איך זאל גיין ווייטער?