יא איך פאר אסאך אויפן באס. אקעי. אבער איך פאר אויך מיטן אויטא און איך פלאץ! איר הערט? איך פלאץ! נישט איך זיץ אויפן פלאץ. נאר איך אליינס פלאץ דאס מיינט איך ווער א פלאץ! איך קען מיך נישט באהערשן! איך זיץ און קוק אויף וועם צו שרייען, און איך זעה מיך אין שפיגל. פלאץ איך נאכאמאל. ביז איך קען מיך נישט איינהאלטן און איך פרעג פון שאץ מאץ רשות צו שרייבן אין זיין סעריע פון “א טאטע אין” אן ארטיקל אויף טרעפיק. און שאץ מיט זיין גוט הארציגקייט לאזט מיך שרייבן.

אלזא: איך זעץ זיך אריין אין קאר, ביזדערווייל נאך “אויף מיין פלאץ” און איך שטעל אן דעם נעוויגעיטאר, מיטן שפיגל, מיטן סיעט, מיטן סידי, מיטן קאפי האלטער, מיטן בלו טוט, מיטן סיט בעלט, מיטן… (אה איך דארף אלעס נאכאמאל אנשטעלן ווייל מיין קליינע שוואגער האט זיך נעכטן געלערנט דרייוון אויף מיין קאר און נישט געהאט די קאפ אויפן “פלאץ” מיר צוריק צו שטעלן אלעס אין “פלאץ” מילא פלאץ איך ארום און איך בין ביזי קוקן אין שפיגל און מעסטן אויב ווען א קאר קומט פון פונקט אינמיטן און א טראק פון די צווייטע זייט וועם זעה איך. און אזוי ווייטער…

שוין איך לייג אויף ריווערס דעם שיפט און איך בעק ארויס פאר אריין און בעק ארויס ביז איך בין אינדרויסן, און אט שטייט א געלע באס און לאדנט אפ לעכטיגע זיסע קינדערלעך, און איך שטיי שיעף און ריר זיך נישט. איך ווייס דאך יא וואס דאס מיינט, עס איז אן אחריות… בקיצור איז אבער איין מאמע נישט צופרידן אז איר קינד האט איבער געלאזט זיין שבת פעקעלע אויפן באס, און דער דרייווער מיט די באס רעבע זוכן די פעקל, און אונטער מיר שטייט שוין א נערוועזער טרעקל, און פייפט אז ס’כאפט אן עקל, אן קיין נימוס א ברעקל, אבער וואס גייט מיך אן נישט איך בלאק אים נאר די געילע באס.

אקעי איר פארשטייט אז מיט אלע גערעכטיגקייטן מעג איך דאך שוין זיין אביסל געצויגן, אפילו עס איז זיסע לעכטיגע קינדער, איך בין דאך אויך אמאל געווען א זיס לעכטיג קינד און איך בין עס אויסגעוואקסן. . . .

מ’פארט, איך מיין צו זאגן מ’רירט זיך, מ’הערט די באס מאכן בערישע קולות ווי ס’גייט פארן, און דאס אליינס איז שוין כמים קרים, באלד ווי ווען די בעל האט געקלינגען פאר ריסעס אין כיתה ה’. און איך ריק זיך אריין און שטעל זיך גראד אויפן טראפיק און וויל דרוקן דעם פעדל אביסל אראפציהר (מיין קאר ארבעט אזוי, ווען מ’דרוקט דעם פעדל דרייען זיך די רעדער. און אזוי פארט מען שנעלער…) אבער האלט! א איד רעדט אויפן סעלפאון און ער האלט זיין טלית בייטל אינטערן ארעם און זיין הוט פליהט כאפט ער עס מיט די אנדערע האנט און דאס לאזט אים נישט זעהן אז ער שפאצירט אריין גראד אין מיין באמפער. צו זיין און מיין מזל האב איך יא באמערקט און געכאפט א קליינעם שטאטן שארטסטאפ, ס’האט מיר נישט ווייגעטון דער רוקן דערפון אבער א דריזל האט עס געגעבן.

מ’פארט!!! היידא!!! איך בין צופרידן, עקסיידעט, עס זעהט אויס ווי איך כאפ אלע לייט’ס אראפ אזוי ווייט ווי די אויגן קען זעהן, לויט מיין חשבון בין איך אן טרעק צו אראפפליעהן וויליאמסבורג אין איין אטעם, און לויט די גראדקייט פונעם וועג וועל איך היינט נישט האבן קיין “קאפי ספיל” אויף די הויזן.

אה! אבער ניין! עפעס א מעקסיקאנער מיט א ריזיגע בייק און א גרויסע פארעדיגע באקס פאראויס, מיט א פעקל פיש (אזוי זעהט עס אויס, קען זיין ס’ליגט דארט חשיש… ווער ווייסט) פליהט ארויס פון די סטריט און מאכט זיך ווי ער זעהט נישט אז ער איז עבאוט צו שטארבן אינטער איינעם’ס רעדער. זיין חשבון איז לכאורה צו ענטפערן ווען מ’וועט אים פרעגן פארוואס ער איז געשטארבן, אז ער האט נישט באמערקט…

איך ברעיק! איך בין שוין אביסל נערוועיזער ווי פריער, אבער נאך אלס מיט חסדים, נאך אלע מעשיות איז ער דאך פאר דעם נאר א שיק אינגל, וואס וויל איך דען פון אים? (איך האב נישט געטראכט דעמאלס אזוי לאגיש, נאר ווען איך שרייב אפ זעה איך אז, איך רעג מיך אומזיסט, ער האט לכאורה נישט געהאט קיין חינוך, און אויב יא, האט מען לכאורה נישט דיטעקטעד גראד אז ער איז דיסלעקסיק, און אויב יא האט זיין סקול זיכער נישט געהאט קיין פריוואטע טיעטשער’ס, און ממילא די סיסטעם האט אים לכאורה געפעילט. סאו וואס וויל איך פון עם נעבעך…)

דא קומט מיר שוין אקעגן א איד וואס ווינקט מיט די הענט, שטעל איך זיך אפ. פארשטיי איך פאר אראפ בעדפארד צו כאפן דעם בריק (איך כאפ עס נישט איך פאר נאר דערויף אבער אזוי רעדט מען ביי אונז…) און דער איד וויל כאפן א היטש לכאורה, וויל איך מיך נישט אפשטעלן ווייל איך בין נישט אין די גיסטע פון גיבן היטשע’ס יעצט משום מעשה שהי’, און איך פארגלוסט זיך צו עקטן ווי איך זעה נישט אז ער וויל עפעס. אבער נאך אלע מעשיות שטעקט ער ארויס דעם גראבן פינגער אזוי ווייט אז אויב שטעל איך זיך נישט אפ בלייב איך מיט א עלעפטע פינגער און ער מיט ניין. עס איז פשוט נישט יושר!

יא! ווי ווילט איר פארן?
איר פארט אפשר אויף בארא פארק?
(וואונדער זיך צו ער ווייסט ווי בארא פארק איז! פאר די וואס ווייסן נישט, עס איז גאר אין א אנדערן ריכטונג) ניין. סאררי
איך ציה ארויף דעם פענסטער און איך וויל פארן. אבער ווידער דער קליינער פינגער ליגט נאך אויפן פענסטער ער האט נאך א קשי’ צו פרעגן, און ער וועט עס פרעגן ביי אל מיענס.
זאגט נאר אפשר קענט איר מיר צייגן ווי איז די היטש פלאזא?
איך ווייז אים אן בערך.
איר קענט אפשר דארט דורך פארן?
יא! איך קען אבער עס זעהט נישט אויס ווי איך וועל עס יעצט טון. רופט מיך צוריק ביז א טאג צוויי וועל איך אייך לאזן וויסן וואס מיין ענדגילטיגע דעסיזשען איז געווען.

מ’פארמיר ווייטער. די לייט’ס ווארטן נישט עס ווערט מיר רויט פאר די אויגן און איך זיץ רואיג (?) און איך ווארט אויף די גרין אדמיניסטראציע צוריק צו קומען אין אמט.

מ’פארט ווייטער עס קנאקט גרין ווי ווייט די אויגן זעהן און איך גיב מיך א הייב הונטער אויפן זיץ און איך רייס (מיינע קינדער רופן אזוי אן ווען מ’פארט שנעל)

איך מורמל מיך אונטער אלקא דמאיר ענני און לוי יצחק בן שרה סאשע אז אלע לייטס זאלן בלייבן גרין, צו ברצון, צו בעל כרחך, און זיי קענען רויט ווערן גראד נאכדעם און בלייבן רויט ביז ווען איך קום צוריק…

איך בין שוין ביים וומסבג בריק און איך זעה אז עס איז פארהעלטנסמעסיג נארמאל, עס רוקט זיך די טרעפיק גאנץ פיין. עס וועט שוין זיין גוט זעה איך.

אדער אפשר??? יא! ניין! זיכער!!! עס פארט א ריזיגער גארבעדזש טראק אויף די מיטן פון דעם בריק. וואס איז ער שולדיג אז הענרי הארנבאסטער האט זיך פאררעכנט און געבויט שמאל דעם ברידזש???

און וואס בין איך שולדיג? גיי ווייס! זיץ איך און אטעם שווער אינטער דעם ריזיגן ריזיגן מאסיוון הויפן גארבעדזש, ווען אלעס וואס איך קען זעהן איז גרין, און אלעס וואס איך קען שפירן איז גארבעדזש, בנוסף צו רויעך פון א גרויליקן דיזעל מאפלער וואס קנוילט מיר אין פנים אריין ווי א קלאטשע אויף אן אתרוג.

איך פאר ווייטער, איך מיין צו זאגן שטייטער, און איך פרוביר צו מעסטן לויט די לייט בלינקעריי צוזאמען מיט א קאלקולעישאן פון די באסאווע קולות פון דעם מאטאר פון דעם מאנסטער, צו פלאנירט ער צו פארן אדער זיך שטעלן, און אזוי האלט איך מיין פוס געשפאנט אויפן פעדל נישט וויסנדיג צו אין א ליאדע מינוט מוז איך איר אראפלאזן מיט קראפט צו שארטסטאפן.

ער שטעלט זיך שטייטעלעך, מ’איז ביים אלעמעם באקאנטן רויט לייט, וואס איז די איינציגסטע לייט אין די געגנט וואס ווערט באגלייט פון פיר פאליציאנטן וועלכע פאר וועלכע סיבה עס איז העלפן זיי דעם לייט פארשפרייטן די ליכטיגקייט. און ווען עס ווערט גרין, ווייזן אלע אז מ’קען פארן, און אזוי ווען עס ווערט רויט ווייזן זיי אז מ’מוז זיך שטעלן. גענוי ווי מ’לערנט אונז אויס צו טון אן זייער ווייזן. איך האב שוין לאנג געקלערט אז זייער שטיין דארט האט גארנישט צו טון מיט אונזער פארן, עס איז לכאורה א פאנישמענט וואס מ’גיט פאר נייע פאליציי קאדעטן וועלכע פירן זיך אויף אומאיידל, און זיי מוזן דערפאר שפרינגען אויפן גאס אין מאנהעטן מיט א פייפערל אין מויל…

איך דריי זיך אריין אויף דעם קלינטאן שטראסע און איך פרוביר צו מעסטן שנעל מיין ברייט פון די קאר און צו איך פיט צווישן די גרינע בייק לעין, מיט א דורכפארנדיגע מאטארסייקל. די איינציגע סיבה פארוואס איך טראסט אז איך פיט אדורך איז ווייל פאר מיר פארן אנדערע און זיי האבן עס באוויזן…

איר ווילט הערן ווייטער? און וואס טוט זיך מיט זיך פרייען מיט יענעם’ס צרות??? איז די וועלט הפקר?

Advertisements

Leave a Reply

Please log in using one of these methods to post your comment:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Google photo

You are commenting using your Google account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s