א שמועס מיט מיין זייגער (לכבוד פאראויס רוקן דעם זייגער)

זייגערל טייערע: איך טראכט פון דיר אסאך
אמאל שטעלסטו מיך צופרידן, און צומאל מאכסטו מיך שוואך
איך וויל דיר נישט איינטיילן אנצונעמען וועלכן מיטל
נישט קיין חילוק צו די ביסט אנאלאג צו דידזשיטל
ווען די ביסט אויף מיין זייט ביזטו מיר די גרעסטע ישועה
און ווען די ארבעטסט קעגן מיר ביזטו מיר א אומדערהערטע מניעה.

אט הער וואס מיין פראבלעם מיט דיר קען זיין
און די וועסט מיך שוין אליינס גוט פארשטיין
ווען איך שטיי אויף צופרי ביזטו די ערשטער אויף מיין זייט
איך קוק אויף דיר ערשט אפילו אויב איך בין אוועק געדרייט
פון טיעפן שלאף ביזטו דער ערשטער וועם איך זוך
און וויפיל מאל איז דא ווען איך האב חרטה אז איך זעה דיך

וויפיל קליינע און גרויסע מחלוקה’לעך אין הייזער
ווען מ’זעהט דעם קליינעם און גרויסן ווייזער
איך פארשטיי אז די כאפסט נישט די טיעפקייט פון דיין גבורה
און פארוואס מיר קענען נישט פשוט דיך צוריקדרייען, מיט אונזער בחירה
די וואלטסט זיכער נישט געהאט קיין פראבלעם ווען מיר טוען דיך צוריקדרייען
און דיר מסביר צו זיין פארוואס מיר טוען עס נישט וויל איך אפילו נישט טרייען

איך דאוון און לערן אלעס אויפן חשבון פון דיינע אנווייזונגען
און לויט דיינע שיקאנען, צו כאפן זמן קר”ש דארף מיר אלס געלונגען
זייגערל זייגערל, ווען האבן מיר זיך משדך געווען און וואס האב איך מיט דיר?
וואס גייט דיך אן אז איך שלאף אביסל לענגער ווי דעם שיעור?
וואס וואלט געווען ווען די רוהסט דיך אפ פאר א מינוט צוויי פון לויפן
די וואלטסט דאך עוה”ב זיך געטון קויפן

איך מוז דיר טאקע מודה זיין אז אמאל ביזטו מיר איינגענעם
ווען איך וויל שוין דעם שיעור ביינאכט ענדיגן לייזטו דעם פראבלעם
ווען מיין מגיד שיעור פארציהט זיך עקסטערע פינעף מינוט
זיצט יעדער ביים שיעור און קוקט אויף דיר גוט
דער עולם מאכט זיכער אז דער מגי”ש באמערקט דיך
און דאן פארשטייט ער אז צו דיין ווייזערל באציהט מען זיך.

אבער וואלט ווען נישט געווען א פלאן צו ארבעטן צוזאמען
און אזוי וועלן מיר האבן א שותפות אין אונזערע ראמען
אזוי וועט דער געשעפט ארבעטן צווישן אונז
ביינאכט ווען יעדער שלאפט וועסטו אויך זיך אפרוען, פאר ביידע א געווינס
נישט געזארגט איך וועל דיר די שעה אפגעבן מיט ריוח אסאך
ווען מ’וועט האלטן ביים לערנען וועל איך דיך לאזן יאגן איז מיין אפמאך

זייגערל זייגערל לייג צו א דרייצנטע שעה צו דיין טאג טעגליכן
עס איז דא זאכן וואס צו ענדיגן וועט דאס אונז ערמעגליכן
און א עקסטערע שעה צוויי טוה פארשאפן
פאר ביינאכט עקסטער צום שלאפן
וואס גייט דיך אן אז די טאג און נאכט וועט זיין 27 שעה
האבן מיר דיר דען אמאל געטון עפעס א רעה?

זיי מיר געזונט מיין טייערער זייגער
איך האב טאקע פרובירט צו מאכן פון א קטיגור א סניגור
אבער איך האב אויף דיר יעצט געכאפט א בליק סתם פאר נייגער
און ס’זעהט מיר אויס אז פונקט ווי דיין שטייגער
האסטו ווייטער זיך געיאגט ווי א צולייגער
דעריבער מוז איך יעצט בלייבן א שווייגער
און דיך נאכלויפן ווי א צעהיצטער טייגער

לויף לויף די קומסט אלס צום זעלבן צוריק
איך קען שוין דיין אלטן טריק
איך וועל מיט דיר נישט טענה’ן ווייל די גיסט מיר ניטעמאל א בליק
זיי מיר געזונט און איך וועל פרובירן אז “לא ניגע לריק”
און אנפילן די צייט, און אנכאפן זיך אין דעם שטריק
וואס גיט זיך יעדע סעקונדע א ריק

לויף ווייטער טוה דיר דיינס
און איך וועל פרובירן ווייטער טון מיינס

זיי מיר און בלייב מיר געזונט זייגערל

Follow me on Twitter to get latest articles @zaltzvaser

וועם בין איך מקנא

(פון די ארכיוון)

איך האב שוין לאנג געהאט א חקירה! פארוואס האבן מיינע מלמדים אזוי מורא געהאט אז איך וועל איימיצן מקנא זיין? פארוואס האבן זיי אזוי געהעצט דערקעגן. און אט איז מיין חקירה:

איז עס א שלעכטע זאך פאר מיר? דהיינו ווייל עס קאסט מיר דאס געזונט? און עס איז פשוט נישט געזונט נישט צו זיין געזונט פאר קנאה?

אדער איז עס א שלעכטס פאר דעם נקנא (דעם נתקנא = דעם וועם איך בין מקנא = איר פארשטייט שוין?) ווייל עס שאדט א עין הרע אדער אנדערע העכערע ענינים ווען מ’איז איינעם מקנא?

אדער איז עס שלעכט פאר ביידע?

אזוי טראכטנדיג איבער די חקירה’לע פארשטייט זיך עס איז געווען א דבר בעתו ווייל איך האב געוואלט אנהייבן מקנא צו זיין מיין חבר חיים (איבער עפעס וואס איך מיין אז ער האט, און איך האב נישט, און איך וואלט עס ווען געקענט האבן ווען נישט ער האט עס וכו’) און איך האב מיך פשוט געוואלט קודם מתבונן זיין צו איך זאל עס טאקע טון צו נישט. איך האב פרובירט צו מעסטן דעם שכרו נגד הפסדו און דעריבער בין איך פלוצלינג אויפגעקומען אויף א געדאנק וואס איך האב אמאל געהערט פון אקלוגן איד (נאמען געהאלטן אין די רעדאקציע) אז ווען מ’איז איינעם מקנא און עס ברענט די הויט מכלה נפש עד בשר איז גוט צו דירעקטירן די קנאה צו א צווייטן, און אזוי ווערט עס שוין א כלי שני, און עס ווערט א קאנטראלירטע קנאה נישט וואס איז געקומען ספאנטאן פון דעם שטן אליינס, און אזוי ארום מינימיזירן די אויבנדערמאנטע שאדן’ס וואס קענען ח”ו קומען.

שוין! איך בין רואיג! איך זוך נאר איינעם וועם מקנא צו זיין אנשטאט מיין אריגינעלן קרבן! איך קוק רעכטס איך קוק לינקס, און עפעס טרעף איך נישט דעם ריכטיגן קאנדידאט. איך זעה ראובן (נישט עכטע נאמען) און איך וויל אים מקנא זיין, אבער נע! ער קוואליפיצירט נישט. ער אטעמט שווער ער גייט קרום. ער איז נישט פאסיג איך זאל אים מקנא זיין. איך קוק אויף שמעון, ער איז שוין יא א געלונגענער מענטש און ער קען געוויסע זאכן וואס איך נישט און איך מיין ער האט.

אינטערסאנט איז אז נעכטן האב איך שמעון’ען מורא’דיג מקנא געווען, און איך האב נישט געקענט זיך א עצה געבן, און ווען איך האב געוואלט טרענספערן די קנאה צו חיים’ן (דעם היינטיגן נקנא) האט עס עפעס נישט געארבעט. און היינט פלאג איך מיך פארקערט. וואס איז פשט? קען זיין ס’האט מיט די וועטער, אדער מיט מיין מצב? קען זיין אז נעכטן האב איך געדארפט געלט און היינט רעד איך מיך איין ס’מיר וויכטיגער כבוד? און לויט דעם בין איך מקנא? איך קען דאך נישט האלטן קיין לאג וועם מקנא צו זיין ווען! דער שטן האלט שוין קאפ ער העלפט מיך ארויס מיט דעם ער האלט א פונקטליכן סדר.

בקיצור הדברים איך זעה אז שמעון’ען קען איך היינט נישט נוצן איך קוק צו לוי. יא ער איז א קאנדידאט אים קען מען מקנא זיין פיין. איך זעץ מיך אראפ און מאך די מעטה אזוי: לוי איז א איש נכבד, ער האט געלט, ער האט פיינע קינדער, א געלונגענער מענטש, און פונקט הער איך נאך אז ער דאוונט פארן עמוד די הייליגע טעג, און עז ע סייד נאוט האט ער נאך הערשט יעצט געקויפט א קאר וואס נאר קוקן דערויף איז גענוג פאר א פרק אין קנאה. נו שוין! איך האב דעם קאנדידאט און מ’גייט אריבערפירן די קנאה פון חיים’ן צו לוי.

האלט! נישט אזוי שנעל! אזוי קוקנדיג אויף לוי זעה איך אז זיין קניפ פון די בארד פאלט אים ארויס און קיינער וואגט זיך נישט אים מודיע צו זיין דערוועגן. ער איז דאך א איש נכבד…. ממממ איך ווייס? איך בין נישט זיכער איך בין אים מקנא. אמת ער האט אלעס, אבער וואס פעלט מיר דען? איך האב דאך אויך כמעט די אלע זאכן, עכ”פ אויף וויפיל איך דארף….

נעקסט פליז!

אזוי זיץ איך און איך ברעך קאפ… ווער קען נעמען די קנאה אלס א כלי שני, עס זאל שוין נישט זיין אזוי רותחין… איך מוז דאך עפעס טון…

איך חלום…. איך שוועב …. איך בין אויבן … איך בין אונטן …. פארגלייזט און פארגולם’ט…. און איך פארקוק זיך אויף א …. ציגל! יא איינע פון די ציגל פון מיין שכן’ס דירה האט געכאפט מיין אויג…. איך קען נישט אראפנעמען מיין אויג פון דעם ציגל… איך זום אריין מער אין דעם ציגל אריין, און איך קוק טיעפער און טיעפער און עס לויפט מיר דורך א שענדליכע מחשבה’לע… איך בין מקנא דעם ציגל! (שששש קיינער הערט נישט? איך בין משוגע צו וואס? ניין! עס איז א פאקט! איך קען מיך נישט העלפן)

איך קוק אויב איינער שטייט אין די זייט, אדער אויב נאכאיינער האלט אן אויג אויף דעם אומשולדיגן ציגעלע… אבער איך קען מיך נישט גענוג מקנא זיין. אזא מין צופרידנהייט אויסגעגאסן אויף דעם ציגל! ער קוקט ניטעמאל צו זיין שכן קוקט אים אן! ער ליגט אזוי באקוועם פונקטליך צוגעדעקט! ער שוויצט נישט! ער לויפט נישט! ער האט אלעס וואס ער דארף! ער דארף נישט עסן ער איז זאט! ער דארף נישט שלאפן ער איז אויסגערוהט! ווען איך לויף אין די ארבעט זעה איך אים זיצן דארט קאמפארטעבל! ווען איך קום אהיים זיצט ער נאך אלס דארט די זעלבע, עס זעהט נישט אויס ער האט א פראבלעם דערמיט….

הוי ציגעלע ציגעלע! וואס מיינסטו עס איז דיר אזוי גוט? לאמיך דיך דערוועקן צום פאקט אז איין טאג קען נאך זיין מ’וועט אומווארפן די דירה און דיך פארווארפן פון דא… איין מינוט! איך מיין ער האט נישט קיין פראבלעם מיט דעם אויך נישט, ער איז בכלל נישט באאומרואיגט….

מיין קנאה וואקסט! ווי קען זיין ער איז ניטעמאל נייגעריג איין מאל צו זעהן ווער זיין נעקסטע ציגל שכן איז?

ער איז ניטעמאל אינטערסירט אויף קיין עלי’

ער איז ניטעמאל אינטערסירט אויף קיין געלט

קיין כבוד

גארניעשט!!!!

זאלצי! זאאאאאלצי! הער איך דעם קול פון די אש”ח: שטיי אויף עס איז היינט שלש עשרה מדות און מיין טאטע פלעגט זאגן אז עס איז א ענין אויפצושטיין עטליעסט פאר סוזק”ש… שטיי אויף….

און איך האב מיך אויפגעכאפט אפגעפראסקעט און געגאנגען זאגן סליחות… אויפן וועג אכט געבנדיג נישט צו קוקן אויף ציגל… פשוט פאר בושה!!!

יא! קנאה איז נאר דעמאלס א סכנה ווען איר שפירט עס! איינמאל איר קוקט דערויף און איר זעהט עס וועט איר שטיין זייער ווייט דערפון!!! עס מאכט נישט קיין סענס!

א גמר חתימה טובה.

Follow me on Twitter to get latest articles @zaltzvaser

ווען וועלט וואלט געווען וועלט …

-פון די ארכיוון אין אייוועלט-

עס איז א באקאנטע פראזע: ווען וועלט וואלט געווען וועלט וואלט . . . .

איך האב שוין לאנג אריינגעקלערט אין דעם און געקומען צו די פאלגענדע החלטות.

וועלט איז וועלט, און עס איז שוין אזוי פאר א לאנגע צייט. נאך פון די צייטן פון אדם און חוה, און עס זעהט נישט אויס ווי עס טוישט זיך עני טיים סאאן. וואס נאר יא איז אז “ווען מענטש וואלט געווען מענטש” וואלטן זאכן אנדערש געווען.

און אזוי קלערנדיג גיי איך אריין אביסל טיפער אין די נושא, און אדרבה העלפט מיר.

ווען מענטש וואלט געווען מענטש… וואלט איך מיך אנגעטוהן וואס איז מיר באקוועם און נישט אנגעטון וואס פאר מיין חבר איז באקוועם.

ווען מענטש וואלט געווען מענטש… וואלט איך זיך געשאקלט ביי ברכות התורה ווען עס כאפט מיר א התלהבות און נישט זיך איינגעהאלטן ווייל וואס וועט מיין חבר זאגן
ווען מענטש וואלט געווען מענטש… וואלט איך נאכן קלאפן סלח לנו ביי שמו”ע מנחה שבת זיך נישט געקראצט א האלבע שעה צו פארדעקן די בושה.
ווען מענטש וואלט געווען מענטש… וואלט איך געזאגט פאר מיין חבר אז ער האט א ברעקל אויפן בארד גלייך ווען איך באמערק עס און נישט געווארט ווילאנג יעדער זעהט
ווען מענטש וואלט געווען מענטש… וואלט איך נישט געהאלטן פונקט אינמיטן קר”ש ווען מ’גייט נאך געלט און איך האלט נישט ביים געבן
ווען מענטש וואלט געווען מענטש… וואלט איך נישט געשמייכלט ווען מיין קאווע גיסט זיך אויס אויף מיר, נאר זיך גערעגט ברבים.
ווען מענטש וואלט געווען מענטש… וואלט איך נישט גערעדט אויף א ליידיגן טעלעפאון ווען איך וויל מיך נישט אפשטעלן דארפן פעיסן מיינס א בעל חוב (בעל חוב פון גמרא)
ווען מענטש וואלט געווען מענטש… וואלט איך נישט באקומען פונקט א ביפ ווען מיין ווייב רעדט שוין צו סאך, איך וואלט איר קלאר געשטעלט אז ס’איז דא א לימיט.
ווען מענטש וואלט געווען מענטש… וואלט איך די ערשטע וואך נאך די חתונה זיך קעגן געשטעלט דאס ארויסטראגן די גארבידזש (עה… נישט זיכער)
ווען מענטש וואלט געווען מענטש… (ועוד)
אדרבה זאגט איר: איז דען נישטא אויף טריט און שריט אזוינע שרייענדיגע ווייטאגן וואס מיר קענען אלע עוואוידן.
נאר וואס דען?
מענטש איז נישט מענטש! דערפאר לעבן מיר אינגאנצן פאר יענעם, און אינטערסאנט איז אז יענער לעבט פאר מיר!

און נאך אינטערסאנטער איז אז אינז ביידע ווייס מיר דאס צוגלייך, און קיינער מיינט נישט אז ווען ער קראצט דעם רוקן אויף א פאול אין ביהמ”ד מיינט יעדער אז ער טוט יעצט סיגופים. קיינער מיינט נישט אז ווען איך לאך ווען די קאווע גיסט זיך אויס איז עס ווייל איך בין אויסטערליש פרייליך. וכו’

און נאך אינטערסאנטער איז: איך ווייס אז קיינער מיינט נישט אז איך מיין און פונדעסטוועגן דאך טוה איך עס נאך אלס….

ענד די ליסט גאוס אן.

האטס מיר א גוטן פרייליכן טאג.

וואס זאגט מען פאר א טאטע מאמע?

אומעטיג! און מיט ליידיגע בליקן אינעם ווייטן האריזאנט דריי איך זיך ארום זינט איך האב היינט צופרי באקומען א טעקסט מעסעדזש אז ליידער ליידער נצחו אראלים, און הילד משה אליעזר בן הדס, איז אוועק געריסן געווארן פון אונז אין יונגן עלטער פון 7 און א האלב יאר.

ווער איז דער משה אליעזר? און וואס האב איך מיט אים?

דער משה אליעזר ע”ה איז געווען א לעכטיג אידיש קינד וואס איך האב קיינמאל נישט געזעהן לפי ידיעתי!

דער משה אליעזר ע”ה איז געווען א לעכטיג אידיש קינד פון וועם איך האב נישט געקענט אויפהערן טראכטן פון צוויי יאר צוריק ווען מ’האט אים ל”ע דיאגניזירט מיט די ביטערע מחלה, און די דאקטוירים האבן גלייך אויפגעגעבן האפענונגען רח”ל.

דער משה אליעזר ע”ה איז געווען א לעכטיג אידיש קינד פאר וועם מיינע קינדער האבן מתפלל געווען יעדע נאכט ביי קריאת שמע. אויף אזוי ווייט אז די קלענערע ווייסן שוין נישט אז משה אליעזר בן הדס איז נישט קיין חלק פונעם אריגינעלן נוסח הקריאת שמע. איך ווייס נישט וויאזוי איך גיי זיי זאגן אז דעם פסוק דארף מען מער נישט זאגן…

דער משה אליעזער ע”ה איז געווען א לעכטיג אידיש קינד, וואס די עלטערן זיינע האבן ציטערדיגערהייט געטראגן אין חדר צום א”ב און געבעטן דעם הייליגן באשעפער אים צו קענען טראגן אינטער די חופה מיט שמחה ונחת.

דער משה אליעזר ע”ה פלעגט אהיים קומען און פלעגט בעטן די שפילצייג, און פלעגט זיך שפילן מיט זיינע געשוויסטער וואו יעדע געוויינליכע קינד, און די עלטערן האבן געקוואלן פון זיין שטייגן.

דעם משה אליעזר ע”ה האט דער רבון העולמים צוריק גענומען תחת כנפי השכינה, נאך צוויי יאר פון אומענדליכע פלאג און פיין, און אומפארשטענדליכע אומדערטרעגליכע יסורים וואס זיינע עלטערן שיחיו עמו”ש האבן געליטן אין די צייט.

איין מינוט! וואס וויל איך דא? וויינען?

דאס קען איך אליינס, איך דארף דאס נישט טוהן ברבים!

פארציילן אז די פטירה פון אזא יונג קינד איז א טראגעדיע וואס לאזט זיך נישט פארשטיין מיטן שכל האנושי?

ניין! ווער ווייסט דאס דען נישט?

סתם רייטן אויף די עמאציאנען פון די מענטשהייט?

ניין! נישט מיט אזא שרעקליכע מעשה, איך בין נישט אזא אכזר!

טייערע פריינט! וואס זאגט מען פאר אזא טאטע מאמע?

ווי זענען די ווערטער?

 ווי זענען די זאצן?

ווי איז די טינט פון די פעדער?

און ווי זענען די פאפיר צום פארטראגן?

זאל מען זיי מסביר זיין די זכי’ וואס זיי האבן געהאט מיטן האלטן אזא הייליגע נשמה אזוי לאנג ביי זיי אין שטוב?

איז דאס גענוג צו טרייסטן די צובראכענע עלטערן?

זאל מען זיי דערציילן אז זיי זענען ליידער נישט אליינס און אזויפיל אנדערע נעבעך מאכן מיט דעם שרעקליכן טרואמא?

איז דאס גענוג צו טרייסטן די צובראכענע עלטערן?

זאל מען זיי דערמאנען אז די אנדערע קינדערלעך זייערע זענען געזונט און ערליך און וועלן זיי שאפן נחת?

איז דאס גענוג צו טרייסטן די צובראכענע עלטערן?

די אלע זאכן אינאיינעם פיהלן דען אן דעם חלל וואס א לעכטיג אידיש קינד לאזט איבער אין הארצן?

איך שרייב און איך שרייב! ווייל איך בין צעטומלט! צעשאקלט! איך וויל דעם טאטן געבן כל הון דעלמא אים צו טרייסטן! אבער קען איך דען?

איך וויל נעמען דעם ספר החיים, און אריינשרייבן דארט פאר זיי און פאר אלע דורות חיים ארוכים וטובים.

צו האב איך דען דעם פעדער דאס צו טוהן?

איך וויל נעמען דעם ספר של פרנסה און אריינשרייבן דארט פאר זיי עשירות פאר דורי דורות.

צו האב איך דען דעם פעדער דאס צו טוהן?

איך וויל נעמען דעם ספר של בנים און אריינשרייבן דארט פאר זיי קינדער און אייניקלעך דורי דורות תלמידי חכמים און גאטספארכטיגע לייט.

קען איך דען דאס טוהן?

בין איך דען דארט ביים ספר?

לאזט מען מיך דארט שרייבן?

איך קען סך הכל ענדיגן דעם חלק פון קלאג און טרויער, מיט א ברכה פון הארצן טיעפן, אז די צעבראכענע עלטערן זאלן געטרייסט ווערן פון דעם מנחם כל הנחמות, מיט א טרייסט וואס דער מענטשליכער שכל באגרייפט נישט. און מיר זאלן זוכה זיין צו די גאולה שלימה שנעל און גיך בקרוב בב”א.

Why I follow Yossi Gesstetner on twitter!

Friends ask me why I follow “only” Yossi on Twitter?! And not other prominent jewish voices?

Well! Let me elaborate on the whole. Twitteratzya that goes on and the way I look at it (I’m writing an article in yiddish about it) and for the purpose of the discussion let me tell you a little bit about Yossi!

I don’t know Yossi in personal life, but I admire the courage and self esteem of a young chasidic professional who takes a stand for what he believes even if its not exactly my opinion.

When reviewing his website and twits I see a self built mechanically structured professional who sees the end upfront!

I see a “gemura kop” with all inherited strengths thereof.

I see a proud jew!

And with the connections that he has he could’ve saved himself lots of trouble if he wouldn’t blatantly speak his mind in any issue of Judaism and therefore he is right when he proclaimed himself as an entity of his own!

Twiting could be a boring supplement to time pushing!!! But when you find someone who doesn’t share if he woke up on the right or left side this morning, he only shares wisdom.

He deserves me as a follower!

Yossi! You are the best!

Contact me at: Zaltzvaser@gmail.com

איך ווייס אז דו ווייסט

זעצט אייך אנידער אויפן פאטעל און לייגט צו קאפ מיט ישוב הדעת.

איך זיץ אויפן באס און איך הער א שמועס און ווער דיזי. קען מיר איינער העלפן?

הער איך א שמועס צווישן צוויי אינגעלייט וואס באשולדיגן זיך איבער א געוויסן רכילות. יעדער טענה’ט אז דער צווייטער איז דער הולך רכיל.

ראובן. פארוואס האסטו געמוזט פארציילן פאר לוי אז יהודה האט גערעדט אויף אים?

שמעון: איך האב אים נישט פארציילט! ער האט שוין געוואוסט

ראובן: איך ווייס אז ער האט געוואוסט אבער פארוואס האסטו אים געזאגט אז דו ווייסט?

שמעון: ווייל אז ער ווייסט און דו ווייסט אז ער ווייסט און איך ווייס און דו ווייסט אז איך ווייס. וואס איז די פראבלעם?

ראובן: ער ווייסט אז איך ווייס און איך ווייס אז ער ווייסט אבער ער ווייסט נישט אז די ווייסט אדער אז איך ווייס אז דו ווייסט און אין ערגסטן פאל אז איך ווייס אז ער ווייסט אז דו ווייסט! נו פארוואס אויב אזוי פארוואס האסטו עס געטון?

שמעון: וואס געטון?

ראובן: איך געדענק שוין נישט

לוי: אקעי! דו ווייסט אז ער ווייסט אז יענער ווייסט אז דו ווייסט נו וואס באדערט דיך אז יענער ווייסט אז ער ווייסט אז דו ווייסט?

עניוועי! יו געט די פאוינט? וואס דא גייט אלס פאר!

(האב נישט קיין טענות. איך האב געהייסן זעץ זיך אראפ! ניין?)

Contact me at: Zaltzvaser@gmail.com

דער סוד

אזוי ווי איר ווייסט בין איך א חסידי’שער אינגערמאן. מאנכע רופן מיך שוין “אלטערמאן” אבער קיינער פארגעסט נישט אז איך בין א “חסידישער” און איך מאך זיכער מ’זאל וויסן אז איך בין א חסידישער.

איר פרעגט וויאזוי איך מאך זיכער? ניין! נישט ווייל איך שפאציר ארום אויפן פליגער ווען מ’הייסט זיצן, און אויך נישט ווייל איך ווארף ארויס מיין קאווע פון פענסטער פארנדיג אויפן בי קיו אי. דאס האב איך גראדע געזעהן אפאר שחורים טוהן, און א חסיד פירט זיך אנדערש בדרך כלל.

וואס איך טוה יא? איך בין שטאלץ מיט מיין טראגע! איך פאר כסדר אוועק אויף מרחקים, און איך גיי מיט אראפגעלאזטע פיאות און דעם וואלענעם ציצית פון אויבן (נישט אויפן קאפ! און נישט געיל צעשלאכערט… פלעין וואל) און איך האב נישט קיין קליינע רונדיגע גלעזער, און אויך נישט קיין סטעפ אין שיך.

פון די אנדערע זייט בין איך ב”ה פיין וועלקאם ווען איך טרעף מיך מיט ביזנעס מענטשן וואס זענען נישט אידיש, און זיי האבן מיט מיר נישט קיין פראבלעמען, נישט קיין חילוק וויאזוי איך גיי אנגעטוהן וויבאלד איך שטער זיי נישט, נאר אדרבה איך ברענג זיי ביזנעס.

אלס א חסידישער אינגערמאן לעב איך אלס אינטערן שרעק און פאביע אז אויב טוה איך עפעס נישט איידל אדער אוממענטשליך איז דער חטא פון חילול השם עלי ועל צווארי, און איך האב בשו”א נישט קיין כח פאר אזוינע זאכן, דעריבער גיב איך אכט מיט אלע כוחות נישט צו דארפן תשובה טוהן אויף דעם חטא.

שוין! גענוג געווען מיט מיר! אבער ניין, איך וויל דאך צוקומען צו א נקודה איבער דעם שרעקעדיגן און באקאנטן סעלעברישן “סוד”.

וועלכע סוד?

די באקאנטע, קאנספיראציע סוד, מיט וואס מיר חסידים טראגן זיך ארום. די סוד וואס מ’לערנט אונז אויס מיט קליפערליך וויאזוי צו האלטן, דער סוד פון דעם חסיד…. איר ווייסט נאך אלס נישט פון וועלכן סוד איך רעד? קען זיין איר זענט נאר סעמי חסידי’ש אדער זענט איר נישט געגאנגען אין חדר געהעריג? וואס איז געווען מיט אייך?

לייענענדיג די מידיא ריספאנד צו די שרעקליכע בלבולים וואס מ’ווארפט אויף אונז ארויף, קומט מיר אלס אקעגן דער פראזע פון ” די סיקרעסי” פון די חסידים, ווי למשל אז דער אדער יענער מסור האט געבראכן “די סיקרעסי עקט” אדער די ראטן פארבאנד פון די חסידים, און פארציילט דעם “סוד”…

בין איך דאך א חסיד! און ווען שטייט א צעטל אויפן וואנט אז מ’פעינט דא מאך איך זיכער אז ס’איז נישט קיין ליגנט אדער א טעות… וויל איך דאך אזוי שטארק וויסן וואס איז די סוד? איך בין דאך א חסיד! איך בין דאך בארעכטיגט צו וויסן! איך מיין ווען קוואליפיצירט מען צו דעם סוד?

דריי איך זיך ארום צווישן ידידים, אויך פון די חסידים סעקטע, און איך פרעג יעדעם די שאלה. ווען ביזטו געוואויר געווארן דעם סוד?

זיי קוקן אויף מיר מיט בייז וואונדער. וועלכע סוד?

און איך מעקע אזוי ווי איינער וואס ווייסט שוין האלבוועגס נאר וויל זיך דערמאנען. וואס הייסט וועלכע? די סוד פון חסידים! איך בין פשוט נישט געווען אין חדר יענע טאג ווען מ’האט פארציילט איך האב געהאט א חתונה, און איך בין אנגעקומען שפעט און איך האב עממ….

יעדער ווארפט אויף מיר בליקן ווי איך בין ווען אראפ פון זינען. וואסערע סוד? געוואלד!

משוגע אינגאנצן בין איך נישט גיי איך און איך זעץ מיך אריין אין א שטוב מיט אסאך סאדע וואסער און מיט א שאכטל צוקערלעך, און א ריקליינער צום ליגן דערויף, און איך גיי מיך פרובירן צו דערמאנען ווען האב איך פארפאסט דעם “אזוי גערופענעם סוד”.

איך קלער און איך קלער, און איך חלום צוריק, און איך געדענק אז עפעס האט מיין רבי פון כיתה א’ געמורמלט אריין אין אויער פאר דעם מנהל. קען זיין דעם “סוד” אבער ניין איך דערמאן זיך אז סך הכל האט אים דער מנהל נאכדעם אריינגעברענגט סופליי’ס פאר זיין פרישטאג יעדן טאג… ער האט לכאורה דאס געבעטן.

אה איך געדענק שוין. ס’איז געווען אין כיתה ה’!!! יא! מיין רבי איז איין טאג אריינגעקומען און אויסגערופן אז היינט גייט מען רעדן פון א נושא וואס איז זייער א וויכטיגע נושא, און יעדער מוז זיין שטארק אויף די וואך, און פונקטליך אויסהערן וואס מ’גייט רעדן…

אה איך וויל מיך נישט פונקט יעצט אויפוועקן, איך קום אן צום “סוד” און איך קאנצענטריר זיך ווייטער, און אה! איך געדענק איך דערמאן זיך, ער האט אנגעהויבן צו רעדן, און ער האט קלאר געזאגט די ווערטער: קינדער איך וויל ענק פארציילן א סוד!

יא! יא! גיי ווייטער, איך דערמאן מיך שוין. . . דאס איזעס! ער רעדט ווייטער… אחח ער זאגט עפעס א תורה יעצט… שוין ער קומט שוין אן צום “סוד”….

שוין ווייטער נישט, ער דערציילט עפעס א סוד וועגן א טריפ וואס מ’גייט האבן אויב מ’פארהערט זיך בלעטער גמרא…

איך טראכט ווייטער איך גיב נישט אויף… איך דערמאן זיך אין ישיבה קטנה האט מען גערעדט פון עפעס א סוד. אבער ניין דאס איז עס זיכער נישט ווייל דער סוד איז געווען עפעס וועגן זיך אריבער ציען אין א נייעם בנין.

בקיצור איך ברעך קאפ….  און איך קען נישט דערגיין פארוואס פונקט איך פון אלע חסידים האב פארפאסט דעם סוד… פארוואס האב איך נישט אויסגעהערט ווען מ’האט דאס פארציילט? און פארוואס וויל מיר קיינער נישט פארציילן דעם סוד?

לאמיך ארויסברענגען מיין נקודה פון אן אנדערן שטאנדפונקט.

איך שמועס מיט איינע פון מיינע ביזנעס באקאנטע, וועלכער ווייסט איבער חסידות אזוי ווי איך ווייס די גאסן אין הייטי. ער ווייסט נאר צוויי זאכן 1. אז מיר האבן אויסגעמעקט די בילד פון הילערי קלינטאן אין א חסידישע צייטונג, וואס לכתחילה האט ער געמיינט ס’איז א אראבישע צייטונג וואס האט געוואלט אפטוהן פאר אמעריקע מיטן אויסמעקן הילערי, און ער איז געוואויר געווארן אז עס איז אונז חסידים וואס האבן אפגעטוהן דעם געמיינהייט. און די 2טע זאך אז אונז האמיר א געוויסן סוד, וואס מיר פראטעקטן מיט אלע כוחות, און ווער עס שטעלט זיך נישט צו דעם באגיסט מען מיט בליטש…

פרעגט ער מיך מסיח לפי תומו. וואס גייט פאר מיט אייך חסידים? פארוואס דארפט איר זיין אזוי סודותפול און זיך אזוי ספראווען מיט די וועלט און זיך שפילן מיט די גויאישע געפילן אונזערע, און האלטן סודות פון אונז? פארוואס טערארעזירט מען יעדן וואס פארציילט אז מ’באגייט זיך אומאיידל מיט די קינדער? אא”וו.

און איך ענטפער:

מר. גראנקאראו (א משל. נישט עכטע נאמען) לאמיך זיין מיט דיר זייער אויפריכטיג. לאמיך דיר פארציילן אביסל איבער דעם גראנדיעזן סוד, פון וואס די רעדסט. אבער בעפאר דעם וויל איך דו זאלסט מיר פארציילן אביסל איבער דיין משפחה. וויפיל געשוויסטער האסטו?

גראנקארו: 1 שוועסטער 1 הינטל מיט 2 קעצלעך

איך: דיינע עלטערן לעבן נאך?

גראנקארו: איך ווייס נישט, איך האב שוין נישט גערעדט צו זיי א לאנגע צייט אונז האמיר א פאמיליע דיספיוט (ביי אונז הייסט דאס א מחלוקה…)

איך: ווער האט אנגעהויבן?

גראנקארו: וואס?

איך: די דיספיוט?

גראנקארו: איך וואלט דיר גערן פארציילט, אבער עס איז עכט נישט ראטזאם, איך זאל רעדן פון פאמיליע “סודות” צו סתם מענטשן.

איך: נישט קיין פראבלעם! דו האסט קינדערלעך?

גראנקארו: יא! א זון

איך: ווי אלט איז ער?

גראנקארו: 28

איך: איז ער חתונה געהאט?

גראנקארו: מר. זאלץ דו פרעגסט צופיל איינצעלהייטן… די ווילסט אפשר זיך משדך זיין מיט מיר?

איך: ניין! לגמרי נישט! ח”ו! איך וויל נאר וויסן!

גראנקארו: איך האב נישט קיין פראבלעם דיר צו פארציילן, אבער דו מיינסט נישט אז ס’איז צופיל צו פרעגן איבער איינעם’ס פאמיליע?

איך: ניין! פארוואס זאלסטו עס האלטן בסוד? דו רייצט מיך סתם אן! דיין זון איז חתונה געהאט אדער נישט?

גראנקארו: (אומגעדולדיג) ער איז געווען חתונה געהאט וכו’.

איך: נאך איין קשי’.

גראנקארו: (קוקט אויפן זייגער) נו גא עהעד!

איך: וויפיל פארדינסטו א יאר?

גראנקארו: מר. זאלץ דו האסט איבערגעצויגן דעם שטריק. סארי איך האב אלס געמיינט ביזט א נארמאלער מענטש…

איך: וואס איז די פראבלעם גראנקארו? איך וויל נאר וויסן!

גראנקארו: וואס קומט דאס אריין אין אונזער שמועס?

בקיצור: איך וויל נישט איבערגיין דעם שמועס פונקטליך, אבער איך האב געפרעגט גראנקארו’ן אסאך פרעזענליכע אינפארמאציע, וועלכע האט אים געמאכט זייער אומבאקוועם און ער האט אמת’דיג נישט געוואוסט וואס אין די וועלט איך וויל פון אים.

און דאן בין איך אנגעקומען צום זעץ ליניע. (פאנטש ליין)

זאג נאר! פארוואס דארפסטו זיך רייצן מיט אנדערע און האלטן סודות???

לאמיך דיר מסביר זיין אונזער סוד! לאמיך דיר פארציילן וואס דא קומט פאר!

מיר חסידים זענען משפחה! מיר זענען ברודער און שוועסטער! מיר האבן זיך ליעב אהבת נפש! אפילו ווען מיר קריגן זיך איז עס נאר א רעזאלט ווייל מיר זענען גוטע ברודער! מיר ווילן לעבן צוזאמען, און ווען פאר איינעם פון אונז גייט ח”ו שלעכט, טוט עס וויי פאר יעדען.

דו פרעגסט פארוואס אונז האמיר זיך ליעב? אה! נישט ווייל אונז האמיר אפגעשמועסט בסוד סודות זיך צו ליעב האבן, נאר ווייל מיר זענען “משפחה”! מיר זענען נאטורליך געבונדן! מיר האבן איין טאטן און מיר ציעהן אונזערע פעדימער צו די שלשה אבות און ארבע אמהות!

דו פרעגסט ווען מיר האבן זיך אנגעהויבן ליב האבן? וועל איך דיך לאדענען צו מיר אין שטוב, און די קענסט כאפן א שמועס מיט מיין צוויי יעריגן, און ער וועט דיר דערקלערן אז ווען ער זעהט עפעס געשעהט ח”ו פאר איימיצן וויל ער קודם זיכער מאכן עס איז נישט משפחה. דאס קומט פון נאטור! און ווען ער זעהט אז א איד פאלט, ווערט ער טרויעריג! נאטורליך!!!

מיר פראטעקטן נישט קיין גענגסטער’ס! מיר פראטעקטן נישט קיין שלעכטע לייט! מיר פראטעקטן נישט קיינעם! מיר האבן א נאטורליכע ליעבשאפט צו אונזער משפחה!

ווען מיר ווייסן אז איינער האט געשעדיגט אדער וויי געטון א קינד פון אונזער קהלה קאמיוניטי אדער סיי וועלכן איד אויף די וועלט, וועלן מיר זיך אננעמען. מיר דארפן נאר וויסן קלאר אז אזוי איז עס געווען! און ווען מיר האבן ספיקות אדער מיר האלטן אז דא איז נישט די מעשה אזוי נאר פארקערט, נעמען מיר זיך ווידער אן פאר אונזער ברודער! עס איז זייער פשוט.

איי פארוואס נעם איך נישט אן דיין שטעלונג, און איך נעם נישט אן אז ווען 12 דזשוראר’ס קומען צוריק מיט א שולדיג אורטייל מיינט עס אויטאמאטיש אז דער באשולדיגטער איז שולדיג. וועל איך דיר פרעגן מר. גראנקארו.

… איז או דזשעי סימפסאן געווען שולדיג אדער נישט?

… איז .. וועלכע האט קלאר געהארגעט איר קינד, מיט אלע קלארע עווידענט’ס מיט א טויטן קינד אין קאר וכו’ רח”ל, געווען שולדיג?

איז נעלסאן דער היפאקריט פון קראון הייטס געווען שולדיג?

און דו ביסט מסופק אינעם סיסטעם? ווי איז דיין אמונה אין דיין אייגענעם יוסטיץ?

מיר אלס משפחה מיטגלידער האבן א נאטורליכע נטי’ צו וועלן מיינען אז אונזער’ס א ברודער איז גערעכט אפילו ווען מיר ווייסן נישט קיין דעטאלן… כ”ש וכ”ש בן בנו של קל וחומר ווען מיר ווייסן יא!

גראנקארו: גערעכט! איך האב עס נישט אזוי געזעהן, ווייל ביי אונז איז אביסל אנדערש, מיר זענען נישט קיין פאמיליע, מיר האבן זיך יעדער אינזין, און דאס איז אלע.

דאס גאנצע פארוואס איך גרוס דיך אזוי העפליך, און איך באגרוס אזוי העפליך מיינע מיטארבעטער’ס יעדן טאג איז: ווייל איך וויל אויסזעהן מענטשליך (זאגט גראנקארו)

און דאס גאנצע פארוואס איך געב טשעריטי פאר די שפיטאל אין מיין געגנט איז ווייל: זיי האבן “מיר” געטון א טובה ווען איך האב געווארט אין עמערדזשענסי רום און מ’האט מיך אריינגעלאזט פריער.

און די סיבה פארוואס איך האב געגעבן א בוסט פאר מיין שכן נעכטן, איז: ווייל ווען איך וועל דארפן א בוסט איז ער דאך פארט מיין שכן…

עס איז אלעס ארום מיר און איך און מיינס…

(אזוי האט ער געדארפט צו זאגן…)

מיינע טייערע ברודער! טייערע משפחה מיטגלידער! איך האב אייך ליב ווייל איר זענט בני אברהם יצחק ויעקב, נישט ווייל איך בין רעסיסט נאר ווייל איך בין אויך א איד, און נאטורליך האב איך ליעב מיין משפחה.

און וואס מיינט חסיד?

חסיד מיינט נישט “אנהענגער”! עס איז א גרויסער אלוועלטליכער טעות! איך מוז נישט זיין קיין חסיד פון איינעם צו הייסן א חסיד.

חסיד מיינט “ערליך” פרום” און ווען א חסיד באגייט אומרעכט פארשעמט ער דעם כבוד שמים, ווייל ווען א חסיד רעדט א הויך ווארט מאכט דאס די פראנט פעידזשעס פון די צייטונגען ווען אין די זעלבע צייט ווערן באריכטעט ערגעצוואו אין די 340סטע פעידזש איבער מערדער’ס און אנדערע גרויליקע קריים’ס

פארוואס איז אינטערסאנטער ווען א חסיד רעדט הויך אדער שרייט אדער פירט זיך עטוואס נישט ווי עס פאסט, מער ווי מאסן מערדער דא אין אמעריקע.

איר ווייסט פארוואס?

ווייל עס איז נייעס!!!

און אלע אנדערע זענען נעבעך נישט!!!

דערפאר בין איך שטאלץ צו זיין א “חסיד”! א חסיד פון וועם? א חסיד פון הייליגן טאטן אין הימל! און איך ציהל און האף און שטרעב צו זיין א “ערליכער חסיד”!

דאס איז “דער סוד”!

האטס מיר און זייטס מיר

זאלץוואסער

זאלץוואסער, דער סוד[1]

איז “משוגע” א מיאוס ווארט? אדער א מתנה פון הימל?

ער? ווער? דער משוגענער? יא! ער איז א העכסט נארמאלער מענטש! אזוי הער איך מענטשן דיסקוסירן און רעדן פון יענעם, אן קיין געוויסנסביסן. ווער יענקל? ער איז דאך א משוגענער! וואס הייסט ער האט דאך א ביזנעס, א שטוב מיט קינדער און א מוצלח וכו’? יא! ער טויג פיין וכו’.

און איך ברעך זיך קאפ, איז ער א משוגענער? אדער איז ער אלעס וואס א נארמאלער מענטש וויל נאר אמאל זיין און צו דעם משוגע אויך? איך פארשטיי נישט! אפשר בין איך גאר…?

דוד המלך האט נישט פארשטאנען וואס פעלט אויס משוגעים אויף די וועלט? און ער האט אנגעפרעגט אין הימל, האט אים השי”ת געענטפערט, די וועסט נאך אמאל אליינס איינזעהן אז משוגע איז א וויכטיג ארטיקל, און מעשה שהי’ כך הי’:

דוד המלך האט דאך געדארפט אנטלויפן פון דערהיים, צוליב אבשלום’ן, איז ער געלאפן צו אכיש דעם מלך פון גת, וואס דער אכיש איז געווען א ברודער פון גלית, וועם דוד האט נארוואס געהארגעט. זענען געקומען די עבדים פון אכיש און געשריגן מיט געוואלדעס, דא האמיר דעם מערדער, וואס האט געהארגעט דעם קעניג’ס ברודער, לאמיר אים פירן צום קעניג נקמה נעמען פאר זיין ברודער.

דוד המלך האט אויפגעהויבן זיינע אויגן צום הימל און געזאגט: יום אירא אני אליך אבטח, און מתפלל געווען צום בורא עולם. האט אים השי”ת געזאגט איך וועל דיר העלפן מיט “שטות”. און דוד המלך האט אנגעהויבן אנצושרייבן און פירקלען אויף די ווענט און טירן אז אכיש קומט אים הונדערט טויזנט גאלדענע רענדלעך און אזוי נאך זאכן וואס זענען נישט געווען קלוג צו טוהן.

ווען אכיש האט דאס געזעהן האט ער געזאגט: החסר משוגעים אני? איך האב א משוגענע ווייב, א משוגענע טאכטער? וואס דרייט עטס מיר א קאפ מיט נאך א משוגענעם? און אזוי איז דוד געראטעוועט געווארן פון זיכערן טויט.

איך האב א גאר אינטערסאנטע אבזערוואציע אויף די גאנצע געשיכטע!

דאס אז משוגעים פעלן אויס אויף די וועלט, דאס ווייס איך און דאס איז א בחינה פון בורא נפשות רבות וחסרונ”ן עס איז א חלק פון די בריאה. עס איז דא כמה טעמים פארוואס א משוגענער איז א צורך הרבים. און א חלק פון די טעמים זענען:

  1. צו דערמאנען דעם נארמאלן אז ער איז יא נארמאל דארף ער זיך קענען מעסטן אויף א משוגענעם.
  2. צו בארואיגן א באקריוודעטן, אז דער באקריוודער איז נאר א משוגענער, מילא איז נישט ווערט זיך צו רעגן…
  3. אריינברענגען שמחה אין די מרה שחורה’דיגע
  4. ווען מ’באגייט א טעות דארף מען דאך זיך קענען פארענטפערן מיטן נכנס בו רוח שטות, און אז עס איז נישטא קיין שוטים וואס איז שטות?
  5. ווען מ’וויל פארציילן א מעשה (שרייבן א אשכול) און מ’ווייסט נישט וואס די ריספאנד וועט זיין, ווייל עס מאכט נישט קיין סענס, קען מען זאגן: איך האב געהערט א משוגענעם זאגן… (ווי איינער זאגט: איך זאג נישט אזוי, נאר איך זאג איבער וואס א משוגענער האט געזאגט…)
  6. מער פון אלעם: ווען איינער וויל איינעם באזידלען, אנשטאט נוצן מיאוסע ווערטער קען ער אים סתם באשולדיגן מיט זיין א משוגענער, און דאס איז דאך שוין א ווארט וואס שטייט אין די תורה, נו! איז עס דאך אסאך חשוב’ער אזוי. דארף דאך זיין דער מושג…

איך רעד און איך רעד און קום נישט צו צום ווארט, שוין באלד ווי א משוגענער. וואס איך וויל פארשטיין, איז אזוי! פארוואס ווען מ’רעדט פון איימיצן איז די ערשטע טיטל וואס מ’וועט יענעם געבן: דער משוגענער! און ווען די שמועס גייט ווייטער וועט מען קלאר זעהן אז לא זו ולאו זו, דער מענטש איז העכסט נארמאל, מ’האט אים נאר באצייכנט אלס משוגענער אלס א סימן, צו וויסן פון וועם מ’רעדט.

איר פארשטייט נישט מיין שאלה? לאמיך אייך צופירן צו א שמועס וואס איך האב מיטגעהאלטן אין ביהמ”ד.

זרח: חיים’ל די קענסט דעם חנני’ אפענאוויטש פון די ישיבה ברה כחמה?

חיים: יא! ווער דער משוגענער?

זרח: אה! מ’האט מיר אים אנגעטראגן פארן טאכטער, זאגסטו הייסט עס אז ער איז א משוגענער?

חיים: ניין ניין! אבסאלוטלי נישט, ער איז פון די חשוב’סטע בחורים…

זרח: דהיינו?

חיים: לערנט, דאוונט, מדות, און אלעס וואס מ’דארף… ער איז צו גאט און צו לייט.

זרח: האסט דאך פריער עפעס געזאגט אז ער איז א משוגענער?

חיים: ניין איך האב געמיינט צו פרעגן וועם די מיינסט, ווייל ער איז ווייסט דאך אינטערסאנט, ער איז אזא לעבעדיגער בחור, און עםםם ער האט א סענס אוו הומער,,,

קענט איר מיר מסביר זיין פארוואס דער ווארט “משוגענער” איז אלס די ערשטע טיטל ווען מ’וויל באצייכענען א מענטש?

וועט איר דאך מיינען אז איך טרייב איבער?

אלזא! גייט אין ביהמ”ד און אינטערסירט אייך אויף סיי וועם. און קומט צוריק און זאגט מיר נאך זיך אינטערסירן אויף 10 מענטשן וויפיל האט מען טיטולירט מיט “משוגענער”?

איז די וועלט טאקע משוגע?

דעמאלס גיי מיר זיך רעגיסטרירן!

(איך שטעל מיך שוין פאר די תגובות: זאלצי! די ביסט דאך אלס געווען משוגע, דארפסט נישט רעגיסטרירן.

זאלץ  נאך אזא ארטיקל באקומסטו א פרי פעסס!!!

וגומר…)

מודעה ואזהרה

איך האב נישט ליב צו רעדן שטרענג, אבער מיין רבי אין חדר האט אויך נישט ליעב געהאט און עכ”ז האט ער יעדע שטיק צייט, (איך מיין צו זאגן יעדן טאג) אונז דערשראקן צום טויט, נישט ווייל ער וויל, נאר ווייל ער מוז! און ער האט אלס צוגעלייגט דעם פזמון: גלייב מיר עס טוט מיר מער וויי…

בקיצור איך האב נישט ליעב צו סטראשענען, און בפרט נאך אזוינע גוטע פריינט וואס איך פארברענג אזוי איינגענעם מיט אייך… אבער עס קומט אמאל א זמן ווען איך גיי אויך ארויס פון גלייכגעוויכט… גענוג איז גענוג! איך האלט נישט ביים ווארענען און נישט מקיים זיין, און דערפאר בין איך מיך מונע פון ווארענען אבער אז איך האב נישט קיין ברירה מוז איך….

אנגעהויבן האט זיך עס ביי א שטות, און איך זאג נישט, איך וואלט נישט אנדערש געווען, און איך וואלט אויך אזוי געטון. אבער ווען עס פאנגט אן צו פארעמען בערג מיט שטותים, און עס פאנגט אן פון א עבירה’לע צו ווערן א בעל עבירה’לע, קען איך נישט צוקוקן און זיין שטיל… איך מיין איר וועט מיר מודה זיין.

איינע פון די זאכן וואס מ’האט מיך געווארנט פאר איך האב אנגעהויבן צו שרייבן אויף אייוועלט איז געווען “גילוי”!!! איך האב אלס געוואוסט אז גילוי איז פון די עבירות וואס זענען יהרג בל יעבר איך האב נאר נישט געוואוסט ווי ווייט גילוי קען גיין. בין איך אריינגעקומען אדעתא דהכי זיך צו האלטן ביים אייוועלטישקייט און נישט בשו”א עובר זיין אויף גילוי. איך האב געקלערט יעבר עלי מה, איך וויל מיך צוימען, און סיי נישט מגלה זיין ווער איך בין און אודאי נישט מגלה זיין קיין צווייטן.

יעדן טאג ווען איך בין אויפגעשטאנען האב איך עקסטער געמאכט א לשם יחוד אויף גילוי און זיך אינטערגענומען צו פראטעקטן די קאנסטיטושן און דעם ניק! און אזוי איז עס אנגעגאנגען פאר א לאנגע צייט ביז…

… ביז ס’האט געפלאצט! איך קען דערהערן אז איך טאר נישט מגלה זיין מיין געבורטס נאמען, אבער פארוואס אין די וועלט דארף איך מכסה זיין מיין אייוועלט נאמען? פארוואס יעדעס מאל ווען עס מאכט זיך א שרייבער וואס שרייבט כמו מיין סטייל, אדער ממש ווי מיין סטייל אדער איך שרייב ווי זיין סטייל בכל סטייל וסטיליתו מוז איך שטיין און ענטפערן פארן ציבור אז “ניין! עס איז נישט איך, עס איז פשוט נאך א שרייבער’ל וואס שרייבט אויף דעם סטייל!

פארוואס ווען איינער שרייבט זאלץוואסעריש איז ער שוין זאלץוואסער? פארוואס זאל איך מכסה זיין? און פארוואס דארף איך יעצט ארבעטן אויף גילוי בתוך גילוי?

בקיצור: צום ענין! איך בין “זאלץוואסער” און דאס אלעס! איך בין נישט אנעים זמירות נישט מכה בדופן, און נישט שאץ מאץ און נישט קרעקפאט און נישט כיימאוויטש, און נישט חרוסת… פלעין פשוט “זאלץוואסער” אן קיין כינוים און אן קיין ניקים, אלעס אזוי ווי עס איז.

וועט איר דאך אודאי פרעגן, פארוואס טאקע האב איך נישט קיין אנדערע ניק’ס? עס איז דאך אלס גוט צו האבן א ניק מיט וואס צו שרייבן אנדערע סחורה וואס מ’וויל נישט ווערן אידענטפיצירט דערמיט, דאס ווערט אנגערופן אין ענגליש: פראטעקט די ברענד! פיין, זאל זיין אזוי, אבער איר האלט אז אויב האב איך א אנדערן ניק וואלט איך דערמיט געשריבן סחורה וואס איז אויפן זאלץוואסער סטייל? נוץ קאפ! אזויפיל קען מען נישט דערלערנען?

פארוואס איך בין ברוגז? ווייל יעדעס מאל וואס איינער שרייבט א גוטן ארטיקל, און אמאל אפילו אן אומבאלומפערטן ארטיקל, באקום איך אין אישי שאלות וואס מאכט מיך ארויס גיין פון גלייכגעוויכט….

אני “זאלצוואסער” ולא אחר! איך האב נישט קיין שום אנדערע ניק… (וואס איר זאלט קענען אידענטיפיצירן…)

גענוג קלאר? אז נישט פרעג איבער! שעם דיך נישט! לא הביישן למד…