אומעטיג! און מיט ליידיגע בליקן אינעם ווייטן האריזאנט דריי איך זיך ארום זינט איך האב היינט צופרי באקומען א טעקסט מעסעדזש אז ליידער ליידער נצחו אראלים, און הילד משה אליעזר בן הדס, איז אוועק געריסן געווארן פון אונז אין יונגן עלטער פון 7 און א האלב יאר.

ווער איז דער משה אליעזר? און וואס האב איך מיט אים?

דער משה אליעזר ע”ה איז געווען א לעכטיג אידיש קינד וואס איך האב קיינמאל נישט געזעהן לפי ידיעתי!

דער משה אליעזר ע”ה איז געווען א לעכטיג אידיש קינד פון וועם איך האב נישט געקענט אויפהערן טראכטן פון צוויי יאר צוריק ווען מ’האט אים ל”ע דיאגניזירט מיט די ביטערע מחלה, און די דאקטוירים האבן גלייך אויפגעגעבן האפענונגען רח”ל.

דער משה אליעזר ע”ה איז געווען א לעכטיג אידיש קינד פאר וועם מיינע קינדער האבן מתפלל געווען יעדע נאכט ביי קריאת שמע. אויף אזוי ווייט אז די קלענערע ווייסן שוין נישט אז משה אליעזר בן הדס איז נישט קיין חלק פונעם אריגינעלן נוסח הקריאת שמע. איך ווייס נישט וויאזוי איך גיי זיי זאגן אז דעם פסוק דארף מען מער נישט זאגן…

דער משה אליעזער ע”ה איז געווען א לעכטיג אידיש קינד, וואס די עלטערן זיינע האבן ציטערדיגערהייט געטראגן אין חדר צום א”ב און געבעטן דעם הייליגן באשעפער אים צו קענען טראגן אינטער די חופה מיט שמחה ונחת.

דער משה אליעזר ע”ה פלעגט אהיים קומען און פלעגט בעטן די שפילצייג, און פלעגט זיך שפילן מיט זיינע געשוויסטער וואו יעדע געוויינליכע קינד, און די עלטערן האבן געקוואלן פון זיין שטייגן.

דעם משה אליעזר ע”ה האט דער רבון העולמים צוריק גענומען תחת כנפי השכינה, נאך צוויי יאר פון אומענדליכע פלאג און פיין, און אומפארשטענדליכע אומדערטרעגליכע יסורים וואס זיינע עלטערן שיחיו עמו”ש האבן געליטן אין די צייט.

איין מינוט! וואס וויל איך דא? וויינען?

דאס קען איך אליינס, איך דארף דאס נישט טוהן ברבים!

פארציילן אז די פטירה פון אזא יונג קינד איז א טראגעדיע וואס לאזט זיך נישט פארשטיין מיטן שכל האנושי?

ניין! ווער ווייסט דאס דען נישט?

סתם רייטן אויף די עמאציאנען פון די מענטשהייט?

ניין! נישט מיט אזא שרעקליכע מעשה, איך בין נישט אזא אכזר!

טייערע פריינט! וואס זאגט מען פאר אזא טאטע מאמע?

ווי זענען די ווערטער?

 ווי זענען די זאצן?

ווי איז די טינט פון די פעדער?

און ווי זענען די פאפיר צום פארטראגן?

זאל מען זיי מסביר זיין די זכי’ וואס זיי האבן געהאט מיטן האלטן אזא הייליגע נשמה אזוי לאנג ביי זיי אין שטוב?

איז דאס גענוג צו טרייסטן די צובראכענע עלטערן?

זאל מען זיי דערציילן אז זיי זענען ליידער נישט אליינס און אזויפיל אנדערע נעבעך מאכן מיט דעם שרעקליכן טרואמא?

איז דאס גענוג צו טרייסטן די צובראכענע עלטערן?

זאל מען זיי דערמאנען אז די אנדערע קינדערלעך זייערע זענען געזונט און ערליך און וועלן זיי שאפן נחת?

איז דאס גענוג צו טרייסטן די צובראכענע עלטערן?

די אלע זאכן אינאיינעם פיהלן דען אן דעם חלל וואס א לעכטיג אידיש קינד לאזט איבער אין הארצן?

איך שרייב און איך שרייב! ווייל איך בין צעטומלט! צעשאקלט! איך וויל דעם טאטן געבן כל הון דעלמא אים צו טרייסטן! אבער קען איך דען?

איך וויל נעמען דעם ספר החיים, און אריינשרייבן דארט פאר זיי און פאר אלע דורות חיים ארוכים וטובים.

צו האב איך דען דעם פעדער דאס צו טוהן?

איך וויל נעמען דעם ספר של פרנסה און אריינשרייבן דארט פאר זיי עשירות פאר דורי דורות.

צו האב איך דען דעם פעדער דאס צו טוהן?

איך וויל נעמען דעם ספר של בנים און אריינשרייבן דארט פאר זיי קינדער און אייניקלעך דורי דורות תלמידי חכמים און גאטספארכטיגע לייט.

קען איך דען דאס טוהן?

בין איך דען דארט ביים ספר?

לאזט מען מיך דארט שרייבן?

איך קען סך הכל ענדיגן דעם חלק פון קלאג און טרויער, מיט א ברכה פון הארצן טיעפן, אז די צעבראכענע עלטערן זאלן געטרייסט ווערן פון דעם מנחם כל הנחמות, מיט א טרייסט וואס דער מענטשליכער שכל באגרייפט נישט. און מיר זאלן זוכה זיין צו די גאולה שלימה שנעל און גיך בקרוב בב”א.

Advertisements

Leave a Reply

Please log in using one of these methods to post your comment:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Google+ photo

You are commenting using your Google+ account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s