(פון די ארכיוון)

איך האב שוין לאנג געהאט א חקירה! פארוואס האבן מיינע מלמדים אזוי מורא געהאט אז איך וועל איימיצן מקנא זיין? פארוואס האבן זיי אזוי געהעצט דערקעגן. און אט איז מיין חקירה:

איז עס א שלעכטע זאך פאר מיר? דהיינו ווייל עס קאסט מיר דאס געזונט? און עס איז פשוט נישט געזונט נישט צו זיין געזונט פאר קנאה?

אדער איז עס א שלעכטס פאר דעם נקנא (דעם נתקנא = דעם וועם איך בין מקנא = איר פארשטייט שוין?) ווייל עס שאדט א עין הרע אדער אנדערע העכערע ענינים ווען מ’איז איינעם מקנא?

אדער איז עס שלעכט פאר ביידע?

אזוי טראכטנדיג איבער די חקירה’לע פארשטייט זיך עס איז געווען א דבר בעתו ווייל איך האב געוואלט אנהייבן מקנא צו זיין מיין חבר חיים (איבער עפעס וואס איך מיין אז ער האט, און איך האב נישט, און איך וואלט עס ווען געקענט האבן ווען נישט ער האט עס וכו’) און איך האב מיך פשוט געוואלט קודם מתבונן זיין צו איך זאל עס טאקע טון צו נישט. איך האב פרובירט צו מעסטן דעם שכרו נגד הפסדו און דעריבער בין איך פלוצלינג אויפגעקומען אויף א געדאנק וואס איך האב אמאל געהערט פון אקלוגן איד (נאמען געהאלטן אין די רעדאקציע) אז ווען מ’איז איינעם מקנא און עס ברענט די הויט מכלה נפש עד בשר איז גוט צו דירעקטירן די קנאה צו א צווייטן, און אזוי ווערט עס שוין א כלי שני, און עס ווערט א קאנטראלירטע קנאה נישט וואס איז געקומען ספאנטאן פון דעם שטן אליינס, און אזוי ארום מינימיזירן די אויבנדערמאנטע שאדן’ס וואס קענען ח”ו קומען.

שוין! איך בין רואיג! איך זוך נאר איינעם וועם מקנא צו זיין אנשטאט מיין אריגינעלן קרבן! איך קוק רעכטס איך קוק לינקס, און עפעס טרעף איך נישט דעם ריכטיגן קאנדידאט. איך זעה ראובן (נישט עכטע נאמען) און איך וויל אים מקנא זיין, אבער נע! ער קוואליפיצירט נישט. ער אטעמט שווער ער גייט קרום. ער איז נישט פאסיג איך זאל אים מקנא זיין. איך קוק אויף שמעון, ער איז שוין יא א געלונגענער מענטש און ער קען געוויסע זאכן וואס איך נישט און איך מיין ער האט.

אינטערסאנט איז אז נעכטן האב איך שמעון’ען מורא’דיג מקנא געווען, און איך האב נישט געקענט זיך א עצה געבן, און ווען איך האב געוואלט טרענספערן די קנאה צו חיים’ן (דעם היינטיגן נקנא) האט עס עפעס נישט געארבעט. און היינט פלאג איך מיך פארקערט. וואס איז פשט? קען זיין ס’האט מיט די וועטער, אדער מיט מיין מצב? קען זיין אז נעכטן האב איך געדארפט געלט און היינט רעד איך מיך איין ס’מיר וויכטיגער כבוד? און לויט דעם בין איך מקנא? איך קען דאך נישט האלטן קיין לאג וועם מקנא צו זיין ווען! דער שטן האלט שוין קאפ ער העלפט מיך ארויס מיט דעם ער האלט א פונקטליכן סדר.

בקיצור הדברים איך זעה אז שמעון’ען קען איך היינט נישט נוצן איך קוק צו לוי. יא ער איז א קאנדידאט אים קען מען מקנא זיין פיין. איך זעץ מיך אראפ און מאך די מעטה אזוי: לוי איז א איש נכבד, ער האט געלט, ער האט פיינע קינדער, א געלונגענער מענטש, און פונקט הער איך נאך אז ער דאוונט פארן עמוד די הייליגע טעג, און עז ע סייד נאוט האט ער נאך הערשט יעצט געקויפט א קאר וואס נאר קוקן דערויף איז גענוג פאר א פרק אין קנאה. נו שוין! איך האב דעם קאנדידאט און מ’גייט אריבערפירן די קנאה פון חיים’ן צו לוי.

האלט! נישט אזוי שנעל! אזוי קוקנדיג אויף לוי זעה איך אז זיין קניפ פון די בארד פאלט אים ארויס און קיינער וואגט זיך נישט אים מודיע צו זיין דערוועגן. ער איז דאך א איש נכבד…. ממממ איך ווייס? איך בין נישט זיכער איך בין אים מקנא. אמת ער האט אלעס, אבער וואס פעלט מיר דען? איך האב דאך אויך כמעט די אלע זאכן, עכ”פ אויף וויפיל איך דארף….

נעקסט פליז!

אזוי זיץ איך און איך ברעך קאפ… ווער קען נעמען די קנאה אלס א כלי שני, עס זאל שוין נישט זיין אזוי רותחין… איך מוז דאך עפעס טון…

איך חלום…. איך שוועב …. איך בין אויבן … איך בין אונטן …. פארגלייזט און פארגולם’ט…. און איך פארקוק זיך אויף א …. ציגל! יא איינע פון די ציגל פון מיין שכן’ס דירה האט געכאפט מיין אויג…. איך קען נישט אראפנעמען מיין אויג פון דעם ציגל… איך זום אריין מער אין דעם ציגל אריין, און איך קוק טיעפער און טיעפער און עס לויפט מיר דורך א שענדליכע מחשבה’לע… איך בין מקנא דעם ציגל! (שששש קיינער הערט נישט? איך בין משוגע צו וואס? ניין! עס איז א פאקט! איך קען מיך נישט העלפן)

איך קוק אויב איינער שטייט אין די זייט, אדער אויב נאכאיינער האלט אן אויג אויף דעם אומשולדיגן ציגעלע… אבער איך קען מיך נישט גענוג מקנא זיין. אזא מין צופרידנהייט אויסגעגאסן אויף דעם ציגל! ער קוקט ניטעמאל צו זיין שכן קוקט אים אן! ער ליגט אזוי באקוועם פונקטליך צוגעדעקט! ער שוויצט נישט! ער לויפט נישט! ער האט אלעס וואס ער דארף! ער דארף נישט עסן ער איז זאט! ער דארף נישט שלאפן ער איז אויסגערוהט! ווען איך לויף אין די ארבעט זעה איך אים זיצן דארט קאמפארטעבל! ווען איך קום אהיים זיצט ער נאך אלס דארט די זעלבע, עס זעהט נישט אויס ער האט א פראבלעם דערמיט….

הוי ציגעלע ציגעלע! וואס מיינסטו עס איז דיר אזוי גוט? לאמיך דיך דערוועקן צום פאקט אז איין טאג קען נאך זיין מ’וועט אומווארפן די דירה און דיך פארווארפן פון דא… איין מינוט! איך מיין ער האט נישט קיין פראבלעם מיט דעם אויך נישט, ער איז בכלל נישט באאומרואיגט….

מיין קנאה וואקסט! ווי קען זיין ער איז ניטעמאל נייגעריג איין מאל צו זעהן ווער זיין נעקסטע ציגל שכן איז?

ער איז ניטעמאל אינטערסירט אויף קיין עלי’

ער איז ניטעמאל אינטערסירט אויף קיין געלט

קיין כבוד

גארניעשט!!!!

זאלצי! זאאאאאלצי! הער איך דעם קול פון די אש”ח: שטיי אויף עס איז היינט שלש עשרה מדות און מיין טאטע פלעגט זאגן אז עס איז א ענין אויפצושטיין עטליעסט פאר סוזק”ש… שטיי אויף….

און איך האב מיך אויפגעכאפט אפגעפראסקעט און געגאנגען זאגן סליחות… אויפן וועג אכט געבנדיג נישט צו קוקן אויף ציגל… פשוט פאר בושה!!!

יא! קנאה איז נאר דעמאלס א סכנה ווען איר שפירט עס! איינמאל איר קוקט דערויף און איר זעהט עס וועט איר שטיין זייער ווייט דערפון!!! עס מאכט נישט קיין סענס!

א גמר חתימה טובה.

Follow me on Twitter to get latest articles @zaltzvaser

Advertisements

Leave a Reply

Please log in using one of these methods to post your comment:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Google+ photo

You are commenting using your Google+ account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s