גוט שבת ר’ נחמי’

ס’איז ערב שבת חנוכה, דער עולם איז פארנומען מיט די הכנות צום הייליגן שבת. און אין א תפיסה צווישן געמיינע פארברעכער זיצט אונזער ברודער הצדיק ר’ נחמי’.

וויל איך אייך שיקן מיינע ברכות און אייך דערמאנען: איר זענט טאקע ליידער נישט אינדערהיים, איר זענט אבער אין יעדע אידישע שטוב. מיר אלע געדענקען און זענען מתפלל לטובתך. איר זענט אלס געווען אן עסקן זאל השי”ת אייך געבן די געלעגנהייט ווייטער צו טון עסקנות פאר יודן מיט א גוט געמיט.

גוט שבת ר’ נחמי’

מיינע קינדער זאגן תהלים פאר אייך.
מיין ווייב תחי’ האט אייך אינזין ביים חלה נעמען.
איך אליינס האב אייך אינזין ביים דאווענען.
און אזוי וועט איר הערן פון אלע אידן אנ”ש.

האט א לעכטיגן שבת אן קיין צער.

א גוט שבת ר’ נחמי’

איר האט גענומען א קויל פאר כלל ישראל. און דער דערבארעמדיגער באשעפער וועט אייך ראטעווען פון אלעם בייזן.

א גוט שבת ר’ נחמי’

פון: יעדן

Contact me at: Zaltzvaser@gmail.com

Advertisements

זייט מתפלל

זייט מתפלל פאר אלימלך בן הענטשא (שניטצלער). ער זאל זיך ארויסדרייען מכל צרה ועקא. ער דארף אונזערע תפלות נישט קיין חילוק וואס די מעשה איז געווען.

דער הייליגער בארדיטשוב’ער פלעגט טון אין פדיון שבויים אן פרעגן שאלות. (נישט אז איך ווייס אז ער איז נישט געווען גערעכט. איך ווייס נאר נישט וואס די מעשה איז געווען)

קענענדיג ר’ אלימלך פון די נאענט קען איך נאר אזויפיל זאגן. ער איז א איידעלער באזעסענער אינגערמאן וואס טשעפעט נישט קיין פליג. זעהט אויס עפעס איז פארגעקומען וואס האט אים באטראפן אויף די מינוט אדער איז עס גאר בכלל נישט געווען ווי מ’דערציילט.

אויף אונז ליגט אבער א פליכט צו מתפלל זיין לשלומו ולשלום בית ישראל.

אין די זעלבע געלעגנהייט וויל איך דערמאנען. נישט פארגעסן צו דאווענען און בעטן פאר נחמי’ צבי בן דינה. הקב”ה וועט הערן אונזערע תפלות ווייל אזוי האט ער אונז צוגעזאגט.

און מער פון אלעם איז וויכטיג צו מתפלל זיין אז ישובו התועים ושיתקדש שם שמים במהרה בשמחה.

אויב זענט איר גרייט צו העלפן פינאנציעל אפילו נאר מיט קלענערע סכומים פארן אפיעל’ס קאמפיין פאר ר’ נחמי’ ביטע לאזט מיך וויסן דורך אימעיל.

ישר כח

Contact me at: Zaltzvaser@gmail.com

מיין 500סטע תגובה אויף אייוועלט

איך זיץ אין אפיס, איך בין היבש פארנומען, אויסער וואס איך דארף ברענגען פרנסה ב”ה און איך ארבעט פארהעלטנסמעסיג שווער, בין איך דאך נאר א מענטש, און איך ווער נייגעריג דא און דארטן צו גיבן א קוק אויף די געוועבאכץ איבער לעצטיגע נייעס, און ווער עס געווינט אין די פאלל’ס און צי עס גייט יא זיין א כינוס כלל ישראל אדער נישט, און וועלכע רבי האט זיך יא צוגעשטעלט צום כינוס אא”וו (איר לייענט גוט, ווייל איך רעד יעצט פונעם דאטום: מאי 2012)

הכלל: איך כאפ א שמועס מיט א קלוגן אינגערמאן ביי אונז אין ביהמ”ד און איך פארצייל אים אביסל וועגן פרנסה, און אלס און אלעמען, און ער האלט אויך נישט צוריק און פארציילט זיינס, ביז דער שמועס דערקייקלט זיך צו א געוויסע נושא אין קאמפיוטער’ס וואס מיין חבר ווייזט ארויס גרויס קענטעניס, און איך ווער ערשטוינט און פרעג אים: זאג נאר! ווער האט דיך אויסגעלערנט די אלע זאכן? און ער ענטפערט מיט פשטות:

איי וועלט

איך פרעג אים נאכאמאל: וועלכע וועלט?

ער ענטפערט: איי וועלט

זעהענדיג אז איך ווייס נישט גענוי פון וואס ער רעדט, איז ער מיר מסביר באריכות וואס אייוועלט איז און ווי ער לעבט זיין לעבן מיט אייוועלט אלס א אינדעקס, און ער קען דא אלעס געפונען, פון א גוט ווארט אויף די פרשה ביז א עצה אין קאמפיוטער פראגרעמינג, און אלע נייעס, און ארטיקלען וכו’, וכו’.

הערנדיג דאס פרעג איך אים אן דירעקציע’ס וויאזוי מ’קומט אן אויף “יענע וועלט” און ער ענטפערט מיר ברוב טובו, און ער גיט מיר אויך אן זיין אייוועלט ניק (ער האט מיר שפעטער מסביר געווען וויאזוי די ניק’ס ארבעטן און אז יעדער שפילט באהאלטן, און איך דארף מסכים זיין צום שפיל, אויב זוך איך מיך צו רעגיסטרירן אויף יענע וועלטל) און ער גיט מיר ארויס אז זיין ניק איז:

שמן זית

בטבע בין איך נישט קיין פוילער, און איך פליה אריין אין אייוועלט און פאנג אן זוכן… איך זוך און איך טרעף איך זוך און איך טרעף, און איך גלייב נישט וואס איך זעה… איך בין אויף א פלאץ ערגעץ אין גן עדן התחתון, ווי יעדער וואס קען שרייבן האט א פלאטפארמע ווילאנג מ’האלט זיך צו א מגילה מיט תקנות, אבער וואס גייט מיך אן איך האב א פראבלעם מיט תקנות? אבי איינער הערט שוין אויס וואס מ’רעדט צונים.

איך סיין אריין איך פרוביר טרעפן א גוטן פאסיגן נאמען, און עס בליצט מיר אויף: זאלץוואסער

איר פרעגט פארוואס זאלץוואסער? איך קען זאגן אסאך תורות לאקשן דערויף, איך געדענק נישט ווער עס האט געשריבן אמאל אויף אייוועלט איינס וואס האט מיר זייער געפאלן אז זאלץוואסער איז -א “זא לץ וואס ער” איז- אבער דער אמת לאמיתו איז, עס איז געווען פשוט די ערשטע נאמען וואס האט נישט געהאט קיין פירוש, און איך האב דוקא געזוכט עפעס וואס האט נישט קיין שום פירוש, ווייל איך האב פארשטאנען אז דער ענין פון גילוי איז גאר הארב דא אויף די וועלטל.

איך באקום צוריק א אימעיל פון א געוויסן פארשוין “ארענדאר” און ער שרייבט אז מ’האט מיך אקצעפטירט אויף די וועלט, מיט נאך אפאר סטראשונקע’ס וועגן התנהגות אויף די וועלטל, און איך בין אפ ענד ראננינג.

איך קען מיך שיער נישט איינהאלטן, איך שפרונג אונטער, וואס הייסט א קלייניגקייט? געווארן אקצעפטירט אין נאך א וועלט… און איך פאנג אן שפעקולירן ווי אנצוהייבן מיין קאריערע אין דעם וועלטל.

איך זיץ אויפן באס און איך דאוון, און ווי געוויינליך ביים דאווענען קומט אריין די אלע מחשבה’לעך וואס מ’האט נישט צייט דערצו איבערן טאג, און עס פאלט מיר איין, וואס וואלט געווען ווען איך שרייב ווען אן ארטיקל איבער די באס רייזע יעדן טאג. זאל כאטש די וועלט וויסן וואס עס קומט דא פאר.

איך רוף אן שמן זית און איך פרעג אים: זאג מיר אן ארטיקל אויף די באס רייזע פון קר”י צו וומ”ס וואלט געווען עפעס סחורה וואס די אייוועלט נפשות וואלטן געגליכן. ער זאגט מיר קלאר: שרייב עפעס און שיק מיר עס איך וועל דיר זאגן לפענ”ד צי דו זאלסט עס ארויף לייגן אדער חבל על הזמן.

איך זעץ זיך אוועק בדחילו ורחימו און איך שרייב אפ מיין ערשטן ארטיקל איבער ביזנעס אויפן באס, און איך לייג אראפ דעם גאנצן הלוך ילך, און איך שיק אוועק א דרעפט פאר שמן זית’ל און בעט אים זיין הסכמה. ער טענה’ט אז דער עולם וועט זייער שטארק הנאה האבן, און איך דרוק דעם קנעפל און שיק עס ארויס…

פון דא און ווייטער איז היסטאריע… איך האב געפונען א נייעם וועלטל און איך האב אנגעהויבן שפירן אז איך לעב א דאפלט לעבן. איך בין …. און איך בין אויך “זאלץוואסער”

פון יענעם טאג אן ווען מיין ווייב האט געהייסן א קינד זיך שווענקען די מויל מיט זאלץוואסער האב איך געלאכט מיט א פולן מויל.

פון יענעם טאג אן ווען איך האב געזעהן איינעם אויף די גאס, האב איך שוין געהאט אן ארטיקל, און ווען איך האב געהאט א דורכפאל אין סיי וועלכן ענין, איז עס מיר געווען א שמחה… אן ארטיקל…

פון יענעם טאג אן האבן די אלע מענטשן וואס זענען מיר אלס געשטאנען אין וועג מיט זייערע נישט אזוי איינגענעמע מדות אנגעהויבן ביי מיר צו טראגן א אנדערן נאמען “א סאבדזשעקט פאר אן ארטיקל”

פון יענעם טאג אן ווען איך האב נישט געהאט וואס צו טון אדער זיך געוואלט אויסגעבן אפאר מינוט פון די שווערע ארבעט, האב איך שוין געהאט וואס צו טון (איך רעד נישט פון די צייטן ווען איך לערן…) “אן ארטיקל”

און פון יענעם טאג אן האב איך אנגעהויבן צו איינערקענען א מורא’דיגע לימוד וואס דאס וועל איך יעצט אייך לאזן מיט מיר מיטלערנען:

וויפיל מאל איז דא ווען איר שטייט אין א שמועס מיט אפאר פון אייערע חברים, און אין דעם שמועס באטייליגן זיך פון אלע סארטן, עס זענען דא פון די געלונגענערע און פון די נישט אזוי געלונגענע (איך מיין צו זאגן: די וואס מ’באטיטולט אלס נישט אזוי געלונגען) און ווען איינער פון די בא’טעמט’ע און געלונגענע אינגעלייט זאגט א וויץ לאכט יעדער נישט קיין חילוק אויב עס איז גוט אדער נישט, ווייל אויב פארשטיי איך נישט אז עס איז גוט איז עס זיכער מיין פראבלעם אז איך פארשטיי נישט.

אמאל אבער דער אומגעלונגענער (כנ”ל) קלויבט זיך צוזאם קוראזש און ער זאגט א ווערטל וואס ער האט איבערגעטראכט טויזנט מאל אויב ער זאל זאגן אדער נישט און ווען ער זאגט עס און נישט יעדער פארשטייט גראד, וועט מען אים ווייזן דעם רוקן, און דאס איז עס…

אודאי איז דאס דא אין פארשידענע אופנים, אמאל מער און אמאל ווייניגער אבער עס איז קלאר אז דער זאגער איז א גרויסער מכריע אויף דאס געזאגטע.

ווידעראום אמאל איז דא ווען איר רעדט מיט איינעם און יענער גיט אייך א קאמפלימענט, און אויב יענער איז פון די עליטע געלונגענע גייט איר אהיים אין א גוטן מוהט און איר זענט פרייליך מיט א גוט ווארט וואס איר האט באקומען פון אזא געהויבענעם געלונגענעם… און אויב איז עס פון א “פלעינע” מענטש, נישט עפעס מורא’דיג געלונגען, וועט איר ניטאמאל אין באטראכט נעמען די ווערטער???

נאכאמאל! (וויפיל מאל דארף איך זאגן?) עס איז נישט אלעמאל אזוי נאר אמאל מער און אמאל ווייניגער… יו געט די פוינט?

דא אבער אויף אייוועלט איז דאס מורא’דיג מורא’דיג פיין. ווען איך זאג עפעס ווייסט איר נישט צו איך בין דער איינגעפאלענער צופיקלטער משוגענער וואס אין ביהמ”ד שטייט איר ווייט פון מיר און אויב איז דער ווארט גוט, וועט ארי לאכן (באקומען תגובות וועגן מילצן און לאכטי’ס, וכו’….) און אויב איר לאכט און איר גיט מיר א קאמפלימענט, וואס אפשר וואלט איך מיט אייך נישט אנגעקערט און נישט גענומען ערנסט אייער קאמפלימענט (נישט איך… איך האב ליב יעדן איד… איך רעד דאך פון אייך… איך בין נאר די משל היינט) אבער דא ווייל איר זענט סך הכל א ניק, שטעל איך זיך פאר אז איר זענט א אומגעהויערער גרויסער געלונגענער ביזנעס מאן מיט ווייט שטרעקיגע ביזנעסער און קאנעקשאן’ס אויסער וואס איר זענט א גדול בתורה, און איר ענדיגט ש”ס יעדן פרשת בהעלותך, און דא האט איר אראפגענומען צייט מיר צו געבן א קאמפלימענט…. בין איך זייער צופרידן.

זאל דאס זיין מיין הקדמה צו די נעקסטע 500 תגובות, בעזהשי”ת. און לאמיר האפן אויפצוטוהן פאר אידישקייט צוזאמען.

מיט דאנק

נ.ב. פאר די אלע וואס פרעגן מיר אין אישי פארוואס איך שרייב נישט עפעס איבער די פרשה וואס איז יעצט אין די נייעס ה”י. וויל איך ענטפערן:

1. דאס וואס יעדער ווייסט דארף איך דאך נישט שרייבן
2. דאס וואס איר ווייסט נישט איז בעסער נישט צו וויסן.
3. אין לנו על מי להשען אלא על אבינו שבשמים, און ווען יענעם’ס בלוט איז אויפן צימבל, און יעדעס ווארט וואס מ’זאגט ברענגט א קאנטער ריאקציע, איז עס א בחינה פון וואס דער הייליגער חפץ חיים רעדט אז אמאל לשון טוב ברענגט לשון הרע, דעריבער איז בעסער צו צוווארטן אביסל און לאזן די ברויזנדע געפילן זיך אפשטילן. און נאר שרייבן אויב מיטן שרייבן טוט מען אויף, און דאס איז ביזדערווייל נישט די קעיס.

ווייל די ביסט נאך קליין

(פאר איך הייב אן וויל איך קלאר שטעלן. איך האב ליב יעדן איד, און איך האף און בעט דעם אייבערשטען אז מיר אלע זאלן זוכה זיין צו תשובה שלימה)

 

ווען איך בין געווען א כיתה א’ אינגל איז אין מיין חדר געווען א אינגעלע וואס ער איז געווען די גליקליכסטע פון אלע קינדער. דהיינו! זיין טאטע איז געווען א “הצלה מעמבער”. איך געדענק שוין נישט צו מ’האט דעמאלס גערופן די לעמפעלעך אזוי ווי די קינדער היינט רופן עס “בליצער” מ’האט עס גערופן דוכט זיך “טשערי לייט’ס” און וועמענס טאטע עס האט געהאט טשערי לייט’ס איז געווען א “רייסער” (אזוי רופן עס די קינדערלעך…)

 

גראדע איז דא א ברכה פון הימל פאר עסקנים אז הקב”ה העלפט זיי מיטן חינוך ווייל זיי געבן אוועק לייב און לעבן פאר א איד, און מ’זעהט בחוש אז רוב פון די וואס האבן זיך באמת אוועק געגעבן צו ראטעווען אידן האבן ב”ה שיין מצליח געווען מיטן חינוך יעזור ד’ הלאה.

איז אבער אין מיין חדר געווען א גרופע ביקשאט’ס וועלכע האבן נישט געקענט גענוג חלום’ן פון די בליצער’ס. איר פרעגט וועל איך מודה זיין אז כאטש עס ליגט מיר נישט גענוי אין זכרון בין איך זיכער אויך אויסגעגאנגען פאר קנאה אויף די טשערי לייט’ס און געחלום’ט ווען איך וועל שוין זיין א טאטע און האבן א לעלו אא”וו.

 

יארן האבן זיך גערוקט און אין כיתה ח’ אדער ווען, איז שוין די קנאה געווען מער אויף די רייכע קינדער וועלכע האבן געהאט די פולע ריסעסער מיט צוגעמאכטע פעקעלעך פאטעיטא טשיפ, נישט סתם אריין געגאסן א ברויני קעיק מיט פאטעיטא טשיפ פון א גרויסן זעקל. אין מיין חדר ספעציפיש זענען געווען 3 אזוינע מיוחסים צוויי זענען געווען בן יחיד’לעך מיט אויסגעצופטע בעקעלעך און איינער א זון פון א גראסערי קיפער וואס האט געהאט דעם לוקסוס. פיינע קינדער נאר פשוט א גוט מזל… (געדענקט! מ’פלעגט נישט געבן קיין סנעק אין חדר. מ’פלעגט אויסגיין פאר הונגער און קנאה אינאיינעם. אסאך מאל…)

 

ווען מ’איז שוין געגאנגען אין ישיבה קטנה האבן מיר בחור’לעך פלעין אנגעהויבן צו ארויף קוקן די בני עשירים אבער רוב רובא האבן שוין אויך געוויזן א רעספעקט און קנאת סופרים פאר די גוטע קעפ בתוכנו און דער קינדישער פארמעסט איז פארוואנדלט געווארן עטוואס צו א קנאת סופרים, וואס אין די ספה”ק שטייט דאך אז דאס איז די סיבה פארוואס השי”ת האט אונז געשאנקען די מדה פון קנאה.

 

ווען מיר זענען אריין אין ישיבה גדולה איז די קנאה אריבער צו “חתן ווערן” און אזוי אויך איז מער און מער דער עווערעדזש גוטער בחור געווארן דזשעלעס אויף די פיין לערנער’ס אא”וו.

שוין! ביז אהער האב איך אייך קיין נייעס נישט פארציילט, מערסטנסטייל האב איך אייך אפשר דערוועקט זכרונות צו וועלכע איר קענט ריפלעקטירן, און זיך דערמאנען צו אייער קנאה איז באשטאנען אין זיין א פייערלעשער אדער א באס דרייווער, אבער איך ציהל דאך אויף א נושא וואס איז יא וויכטיג צו פארשטיין, און לאמיר גיין א טריט אין ריכטונג פון תכלית.

 

צוריק קוקנדיג אנטפלעקט זיך נאך א קאפיטל פון אנדערע סארט בחורים וואס האבן נעבעך אויפגעהערט צו וואקסן (נישט אין סייז) ביי די 6 יאר אלט און ווי עלטער מיר זענען געווארן איז עס געווארן מער בולט אז דער גרויסער שטיקל פלייש וואקסט און וואקסט, און דער אדערל אין קאפ שרינקט און שרינקט און דער קאנטראסט דערקענט זיך שטערקער און שטערקער. דהיינו, דער מוח האט א געוויכט אינעם מענטש און איז תופס מקום פונקטליך לויט די סייז ווי עס איז פארגעשריבן פון אויבן, אויב אבער פלוצלינג שטעלט זיך דער מוח און עס וואקסט נישט בשעת אנדערע אברים וואקסן אין זייער אריגינעלען סדר, ווערט דער מענטש במשך הזמן . . . א מוח קטן!

יעצט פארשטייט איר שוין וואס דאס איז א מוח קטן? דער מוח ווערט נישט קלענער נאר עס הערט אויף וואקסן ביי א פריערדיגן גיל, ווען אלע אנדערע איברים וואקסן נאך יא! דאס אלעס איז עס און עס דארף נישט קיין גרויסע הסברים.

 

ווען איך קוק צוריק צו מיין יוגנט, און איך טרעף זיך מיט מיינע חברים און איך קוק ווי יעדער איז געפארן איש על מחנהו ואיש על דגלו, ווארפט מיר א אפשיין אויף די פאר די מיעוט פון חברים וואס זענען נעבעך געפארן ווייט אוועק פון זייער מקור און האבן זיך אנגעטשעפעט אין די געמיינע חברותות פאר וועם כלל ישראל איז אלעס שולדיג! איך קוק אויף די קאנטראסט צווישן דעם נארמאלן עווערעדזש אינגערמאן, וועלכער איז אויך דורך אסאך אין לעבן, און האט זיך געמוזט ספראווענען מיט זיינע פראבלעמען, און זיי דורך שוויצן ווי מ’זאגט אין אמעריקע “לייק עי מען”.

און דערנאך בליק איך אויף די אנדערע זייט מיינע געוועזענע חברים וועלכע האבן אנגענומען נעבעך די לינקע ליניע, און האבן זיך געגליטשט אן קיין אפהאלט, און איך זעה ווי אלע זייערע דורכמאכענישן האבן נישט נאר א סיבה נאר א שולדיגער אויך. דאס הייסט:

ווען איך האב אינוועסטירט אין א מולטי לעוועל מארקעטינג קאמפעני 1000 דאללער און עס אראפגעפלאשט כדרך כל המלמ קאמפעני’ס, בין איך אהיים און מיט ס’ווייב אויסגעשמועסט דעם דורכפאל, און זי האט מיר פארגעווארפן פארוואס איך האב זיך געלאזט נער’ן און איך האב געטענה’ט אז דער סעיל’ס מאן האט געמאכט א גוטן דזשאב, און פון צווישן אונזערע ויכוחים איז געבליבן, אז: איך האב דאס מאל געטון א פעלער וועלכע טאר מער נישט געטון ווערן, און אז מ’עמיר זיך לערנען אויפן טעות פון היינט און ווייטער.

לעומת זה מיין חבר’ל דער וואס זיין מוח האט געמאכט א שארט סטאפ ביי די 6 יאר האט אויך אינוועסטירט אין די זעלבע אינוועסטמענט סרוחה, און ער מיט זיין ווייב פון זעלבן עידזש האבן באשלאסן אז דער סעיל’סמען איז שולדיג, און מ’איז נאר געזעצן און מטכס עצה געווען וויאזוי מ’נעמט נקמה אין דעם פארדארבענעם סעילסמאן. יעצט, איך פארשטיי די רוגזה, אבער מיר זענען דאך אדאלט’ס און מיר ווייסן אדער דארפן עכ”פ וויסן וואס מיר האבן צו טון, און ווען מיר טוען עפעס אומאחריות’דיג איז עס דער שולד אויף אונז אליין כאטש עס איז דא אויף וועם צו ווארפן די שולד, ווייסן מיר אז מיט דעם וועל מיר אינערגעץ נישט אנקומען.

מיין חבר’ל האט אבער שוין א אלטע מכה, זיין מלמד איז געווען שולדיג פארוואס ער קען נישט קיין עברי, זיין מגיד שיעור איז געווען שולדיג פארוואס ער שטייט נישט אויף פארטאגס, און צום סוף איז זיין טאטע געווען שולדיג פארוואס ער איז אנטלאפן מיט איימיצן אן איבערלאזן א שפור, ביז ווען מ’האט אים געפונען, און געמאכט פאר א אזויגערופענעם בעל תשובה…

וואונדער איך מיך פארוואס מיין חבר’ל האט אלעמאל איימיצן צו באשולדיגן און איך נישט.

איך וואונדער מיך צו איז עס אז ביי אים איז טאקע כולו קודש, און אלע גרייזן זענען געמאכט געווארן ביי עקסידענט ווען ער איז פונקט געווען אין די ראנג חדר אין די ראנג טיים, אדער געהאט די ראנג עלטערן, און אזוי ווייטער…

פרעג איך פון א קלוגן איד וויאזוי קען מען וויסן דעם אמת? זאגט ער מיר אזוי: קוק וואס איז געווען פארדעם און לויט דעם וועסטו זעהן צו עס איז טאקע אזוי, און ער איז מיר מסביר מיט א משל.

א איד האט א קאר און עס איז געפארקט אין וויליאמסבורג, און דער קאר איז שוין נישט דאס ערשטע מאל געפארקט אין וויליאמסבורג, עס איז אלס דארט געפארקט, און דערפאר זעהט עס אויס ווי יעדע אנדערע געפארקטע קאר אין וויליאמסבורג. דהיינו? עס איז צוקראכט ביים באמפער ווייל זיין שכן האט געוואלט אריין פארקן נישט איין מאל און נישט צווייי מאל נאר אן א צאל מאל….

מאכט זיך א טאג און דער איד זיצט אין קאר גרייט ארויס צו גיין און מעכל זיין שכן פארקט אריין הינטער אים און גיט דעם געוויינליכן זעץ פון ארונטער און דער אידל גיט זיך א צושאקל און לויפט ארויס מיט א ברויזנדע מינע, די באנדיט! שרייט ער קוק וואס די האסט געטון מיט מיין קאר, קוק דעם באמפער האסט מיר עס חרוב געמאכט…

און דער אריינפארקענדער שכן שרייט מיט אייפער, חבר מיינער דיין קאר איז שוין געווען צוזעצט פון בעפאר איך האב סך הכל בטעות א קליינעם ריר געגעבן אבער די אלע גראנדיעזע זעצע’ס קומען פון יארן ארבעט….

וואס טוט דער בי”ד ווען אזא שאלה קומט פאר זיי? מ’נעמט אפיר עדותשאפט צו וויסן וויאזוי איז דער קאר געווען בעפאר דעם עפיזאד, אויב איז די באמפער שוין געווען צוקראכט און דער יעצטיגער האט נאר אויסגעגליכן א אלטן באמפ, פארשטייט דער שכל אז דער האט דא גארנישט געטון, אבער אויב איז עס געווען פארהעלטנסמעסיג שיין און יעצט געווארן צוקראכט איז ער שולדיג טאקע… (פארהערט מיך נישט חושן משפט, איך וויל נאר מאכן א פאוינט און עס נעמט שוין צו לאנג)

איז אזוי מיין טייערער חבר’ל: ווען איך קען דיך ווען נישט פון פארדעם און איך געדענק נישט דיינע לוסטיגע תאוות און קינדערישע מהלך המחשבה וואס מ’האט בשום אופן נישט געקענט זעצן ווייל עס איז געווען א מוח קטן אין א ריזיגן לאך, וואלט איך מיט דיר מודה געווען אז דער אדער יענער איז שולדיג, אויב אבער איז די מעשה אז איך קען דיך יא! און איך געדענק יא וויאזוי די האסט פארפראוועט דיינע יארן פארדעם, וויל איך דיך פרעגן:

וואס איז געווען א טאג פאר דיין מגיד שיעור האט דיך אויפגעפאראסקעט?

וואס איז געווען א טאג פאר דיין טאטע האט דיך מבזה געווען?

וואס איז געווען א טאג פאר די ועד הצניעות האט דיך “נישט שיין” באהאנדלט?

קענסט דיך אפשר דערמאנען וואיזוי די האסט אויסגעזעהן ווען עס איז נאך געווען גוט?

צו דעמאלס ביזטו געזעצן ביי די גמרא און געהאקט שטיקער אדער דעמאלס ביזטו אויך געווען דער ילד קטן, מיט א בארד?

איז נישט וואר אז די אלע באשולדיגטע זענען דיר נאר אריינגעפאלן אין נעץ צו זיין גוטע “תירוצים” פאר דיינע מעשים טובים?

נאר וואס דען? דער חילוק צווישן דיר מיט אונז אלע אנדערע פלעינע “שולדיגע” מענטשן איז אז מיר האבן גענומען ריספאנסיביליטי אויף וואס אונז האמיר געטון, און ווען מיר זענען באגאנגען א אומרעכט אדער געמאכט א טעות האבן מיר געדיעלט דערמיט ווי ערוואקסענע, און ביי דיר איז נישט שייך געווען אזא זאך ווי זיין שולדיג.

מיין טייערער חבר: די האסט דעם חלום פון זיין א לעלו קיינמאל נישט אויפגעגעבן, כאטש אין געוויסע פונקטן אין וועגשיידן אין לעבן האסטו ווען געדארפט כאפן דעם ווינק אז פון דא און ווייטער איז דאס מער נישט קיין עסק, האסטו דאס נישט געכאפט.

די מייט דיינע חברים, איש כפי מה”לעלו” האבן נישט באמערקט ווי צייט לויפט און ענקערע שאיפות און תאוות טוישן זיך נישט עס נעמט נאר אן אן אנדערן פנים צוליב דעם וואס דער קלעצל גוף וואקסט גרעסער און גרעסער און מאנט זיינס נאטורליך.

דער פראבלעם מיט דיינע תאות און שאיפות איז קיינמאל נישט געווען אז די האסט שוואכע השגות, עס איז ענדערש געווען דער פראבלעם פון דיינע עלטערן און מלמדים אדער מגידי שיעור אז זיי האבן עס באמערקט. ווער האט זיי געהייסן באמערקן? זיי האבן זיך עס אליינס אנגעווירטשאפט!

איי וועסטו פרעגן (איך פרעגן) פארוואס די אלע יארן ווען זיי האבן דיך געפיטערט, געלערנט, געטראגן אויף א גאלדענעם (אפילו א קופערנעם) טאץ, האסטו יא פארשטאנען אז זיי קומען דיר די וועלט, און ווען זיי האבן א ווארט אריינצורעדן טארן זיי נישט? ווי נעמט מען א הסבר אויף דעם? איך דארף נישט קיין הסבר! עס איז ביי מיר זייער שיין און קלאר פארענטפערט…

א מוח קטן אין א ריזיגן לעכל איז דער ענטפער…

ווען די האסט באשלאסן אז די ביזט א סאו קאללד “דראפ אוט” האסטו געמיינט אז מ’וועט דיך נאכלויפן און מ’וועט אננעמען דיין זייט ווייל דיין טאטע מאמע זענען שולדיג, ביזדערווייל די איינציגע וואס זענען דיך נאכגעלאפן ווי ווייט מעגליך זענען נעבעך אט די פארווייטאגטע טאטע מאמע וועלכע די באשולדיגסט מיט אלעם, די טאטע מאמע דיינע האבן אוועק געגעבן אלעס וואס זיי פארמאגן דיך צוריק צו ברענגען, די טאטע מאמע וואס האבן דיך יארן געגעבן זייער בלוט און לעבן, ווייל נאר זיי מיינען דיין טובה, אבער דיין מוח קטן האט דאס נישט פארשטאנען.

דאס איז וואס איך זעה ווען איך קוק צוריק אויף דיר און דיינס גלייכן. איך זעה א תירוץ אויף די גרויסע אומפארענטפערטע קשי’:

חבר’ל מיינער פארוואס ביזטו א דראפאוט?

תירוץ:

ווייל די ביסט נאך קליין!!!

חבר’ל מיינער פארוואס האסטו א קליין קאפעלע, ווען יעדער ארום דיר קוילערט זיך נעבעך פאר געלעכטער און דיינע עלטערן וויינען מיט זוידיגע טרערן אויף דיין גורל (זיי האבן שוין פארגעסן זייער אייגענעם גורל נעבעך)?

תירוץ:

ווייל די ביסט נאך קליין.

פארוואס טייערער חבר’ל מיינער האסטו באשלאסן אז נאכגעבן זיך אלע תאוות מיט חוצפה אפן און פרעך און פארפירן דיינע אייגענע ברודערלעך פון אידישן וועג איז דער תירוץ צו דיינע ליידענישן?

ניין נישט ווייל דיין טאטע האט דיך פארשעמט נאר וויייל:

ווייל די ביסט נאך קליין!!!

איך וויל אבער נישט ביי דעם ענדיגן, ווייל איך בין נישט סטופיד, און איך ווייס אז ליידער זענען דא פעלער ווען דאס קינד איז באמת אומשולדיג, און מ’האט שוין געהערט נעבעך פון פעלער ווי די עלטערן זענען שולדיג ל”ע. און איך ווייס אז עס איז אמת ווייל איך קען די עלטערן נעבעך און זיי זענען אלס קינד געווען פון די מוחות קטנות און עס האט זיך ליידער טראגיש טרענספארמירט, און איך גיי נישט אריין אין דעטאלן ווער עס איז שולדיג וויבאלד מ’רעדט דא נישט פון א ספעציפישן פאל.

עס איז קלאר אז ליידער זענען דא צווישן די פארפאלענע נשמות אזוינע וואס זענען נעבעך פראסט פשוט אוועק געכאפט געווארן פון אונז, און מ’האט זיי אוועקגענומען די ברירות, זאל זיי די זכות ביישטיין זיי זאלן קענען אמאל זיך צוריק קערן מתוך שמחה ואהבה.

אבער! די באוועגונג! די יוניאן! די התאחדות ה’דראפאוט’ס בכל שום וחניכא דאית לי’ צו איז עס STEPS צו איז עס GLITCHER”S באשטייט פון א כאפטע קינדער אויף וועם די קשי’ בלייבט אלס א גרויסער: וואס האט מיט אייך פאסירט?

און די תירוץ בלייבט אלס:

ווייל די ביסט נאך קליין….

בלייבט אונז נאר איבער צו וואונטשן: איר זאלט גרויס ווערן אן קיין שאדן פאר כלל ישראל און אן קיין שאדן פאר אייך אליינס, וואס דאס איז ליידער דער מציאות ווען איר קוקט צוריק אין די פארגאנגענהייט. וד”ל.

 

אלס שעיר האלדער אין די ווארלד טרעיד צענטער

איר וועט זיך וואונדערן פארוואס איך בין מגלה אזא וויכטיגע פערזענליכע פארמעגן וואס איך פארמאג. איך בין א שעיר האלדער אין די ווארלד טרעיד צענטער. נישט אין די איינגעפאלענע, אין די נייע… איך מיט לערי סילווערסטין זענען די אונער’ס פון די נייע ווארלדטרעיד צענטער, מיט נאך אפאר, אסאך סטאק האלדער’ס.

ווילט איר אודאי וויסן וויאזוי איך האב מצליח געווען צו האבן א חלק אין דעם ריזיגן גראנדיעזן פראיעקט. וועל איך אייך פארציילן, ווייל איך האלט עס וועט אייך צונוץ קומען און איין טאג וועט איר אויך זיך קענען דערקייקלען צו אן עשירות…

באמת, איך מיט לערי האבן זיך נישט געקענט פון אנהייב, און מיר האבן אנגעהויבן אונזערע לעבנס שטייגער’ס אין פארשידענארטיגע געגענטער און אויפברענגונג, איך מחונך אין די חרדי’שע חסידי’שע קהלה פון סאטמאר, און לערי אלס תינוק שנשבה ערגעץ אין די הויכע מאנהעטן גאסן. אבער צוביסלעך ווי די יארן האבן זיך גערוקט, האט לערי זיך געלערנט און גראדואירט פון קאלעדזש מיט הויכע דעגרי’ס און איך האב להבדיל אלף מיליאן הבדלות געלערנט אין ישיבה, און פרובירט צו באקומען די הוראה און זיך פארהערן הל’ שבת (איך וויל נישט אריין גיין צו איך האב געענדיגט צו נישט).

לערי האט געצויגן צום געלט, און די געלט האט געצויגן צו אים, און ער האט אויפגעשטעלט אן אימפעריע אין ריעל עסטעיט, ווי ער איז היינט פון די גרעסטע מאגנאטן פון ניו יארק.

איך האב געלערנט אין כולל, און געגאנגען ארבעטן, און ב”ה אויפגעשטעלט א שטוב, און איך גיי ב”ה יעדן טאג דאווענען, און איך ארבעט שווער אהיים צו ברענגען א דאללער.

אזוי האבן זיך די יארן געצויגן, ווען לערי, וועלכער איז היבש עלטער פון מיר, א שיינע 30 יאר אדער מער (אויב ווייס איך גוט ווי אלט ער איז…) האט זיך ערוואבן א נאמען אלס פילאנטראפ, און ערנסטער גביר. ווידעראום איך האב מיך ערווארבן א נאמען אלס . . . זאלץוואסער.

מ’האט אויף אונז אמאל געזאגט אז ביי המבדיל מוצ”ש האט לעררי גענומען די כספנו און איך די זרענו… און איך בין ב”ה צופרידן און דאנק דעם אויבערשטן פאר אלע זיינע חסדים.

ביז… ביז… פון הימל האט מען געוואלט אז איך זאל אויך האבן עפעס פון די כספנו, ווי נישט ווי דארף מען דאך פאר קינדערלעך אויך געלט אביסעלע, האט מען מיר פון הימל געשיקט די אפורטוניטי, און איך בין געווארן א שותף אין דעם ווארלד טרעיד צענטער, וועלכע איז א 5 ביליאן דאללער פראדזשעקט. ב”ה היינט צו טאג האב איך א שעיר דערין, און מיינע שעיר’ס וואקסן יעדן טאג…

איר ווילט אויך קויפן שעיר’ס? איר ווילט אויך האבן א שותפות אין דעם ריזיגן פראיעקט? עס איז גרינגֱ! פארט אריבער איינע פון די האדסאן ריווער בריקן, און צאלט 13 דאללער, און איר האט א שותפות אין דעם פראיעקט…

איר פרעגט צו איר וועט האבן א וואוט אין די דעסיזשען’ס? ניין! דאס וועט לערי טון פאר אונז, ער איז א מומחה פארלאזט זיך אויף אים.

איר פרעגט ווען איר וועט קענען זעהן די רווחים? אה! גוד אלד לערי וועט קעיר נעמען פון דעם אויך… ער איז א מומחה עצום אין דעם.

איר פרעגט, וואס דען באצאל איך דא? אה! דאס פרעג איך אויך!!!

וואס טוט מען נישט פאר פרנסה חלק ג

מען ווארט אויף אן ענטפער

עס איז דורך א וואך און צוויי וואכן פון ווען ירוחם האט געהאט זיין ערשטן (און ביזדערווייל לעצטן) אינטערוויו, און ער ווארט מ’זאל אים צוריקרופן און זיך בעטן ביינאים ווי שטארק מ’דארף אים האבן אין די ביזנעס, און עס פאסירט נישט.

ירוחם: הער מיך צו איך וועל רופן אליינס דעם ר’ שמחה, און איך וועל מיך מאכן ווי איך האב פארגעסן מיין שאל דארט און איינוועגס שוין קענען פרעגן וואס טוט זיך?

האללאו!

יו העוו קאללד …. פליז ענטער די 4 דידזשיט טעלעפאן נאמבער אוו יאר פארטי. איף יא דאנט נאו די נומבער פליז ענטער די פירסט פאר דידזשיט’ס אויף יאר פארטי’ס נעים

יו געוואלד, וועלכע פארטי? איך קאל דאך דא א קאמפעני, און איך וויל רעדן ביזנעס…
ו
ועל מיר איבער קאלן נאכאמאל…. ועודך כי עניתני.

אקעי הער נאר אפשר גיסטו א קאל, און מאך דיך ווי די ווילסט וויסן וויפיל אזייגער זיי שפארן, איך קען עפעס נישט דורך גיין די ליין… איך מיין אז מיין סערוויס איז נישט גוט…

רוף זיי צוריק און דריק 0 און בעט פאר ר’ שמחה.

איך גיי נישט בעטן. אבער עס שאדט נישט צו רעדן…

האללאו אפערעיטאר איך וויל רעדן מיט ר’ שמחה

ר’ שמחה איז נישט אוועילעבל ווילט איר לאזן א מעסעדזש?

ניין איך וויל איבערלאזן א שאל…

פליז וועיט

ר’ שמחה: האללאו! ווער איז דאס?

ירוחם: אה דאס איז ירוחם יאזעפאוויטש, איך בין געווען ביי אייך 2 וואכן צוריק און איך האב דארט פארגעסן א שאל מיין איךךךךך

ר’ שמחה: אה איין מינוט איך וועל דיך טרענספערן צו די אפיס מענעדזשער טו טו טו טו טו

ירוחם: האללאו, איינוועגס האב איך שוין אויך…. עםם האללאו….

אנדערע ליין: ווי האט איר איבערגעלאזט דעם שאל?

ירוחם: נעווער מיינד. איך וועל קויפן א נייע.

איבעי! געטראפן איבעי!
(אויפן ניגון פון אדר געטראפן אדר פון מגילות אסתר מיט געזאנג)

עס האט גענומען א תקופה ביז ירוחם האט אנגעהויבן צו פארשטיין וויאזוי ביזנעס ארבייט, און וואס מ’פארלאנגט פון אים צו טון כדי צו טרעפן די ריכטיגע פרנסה.

ער האט זיך געלערנט איין זייער ווערדפולן לערע:

ער האט אנגעהויבן פארשטיין, אז אמת די בעלי בתים זוכן ארבייטער’ס אבער לעומת זה זענען דא פאר יעדען בעל בית 10 וואס זוכן ארבייט
מיינט נאך אבער נישט אז אונזער ר’ ירוחם לאזט אונז אן קיין חומר, עס איז נאך דא זאכן וואס ער האט זיך נישט דערלערנט און זוכט צו לערנען די שווערע וועג, דערפאר וועלן מיר אים ווייטער נאכגיין און קוקן וואס ער טוט און פון דעם לערנען וואס נישט צו טוהן.

ירוחם זעצט זיך אוועק איין פארנאכטס און פאנגט אן איבער צו קלערן די פלענער, און קומט אויף מיט אן אייזענעם פלאן…

הערסטו? איך גיי עפענען א ביזנעס!!!

איך וועל דיר מסביר זיין פארוואס! איך דארף נישט אז מ’זאל זיך מיט מיר ארום ווארפן! נישט אז איך בין ברוגז אויף ר’ שמחה, איך האלט ער וועט זיך נאך קומען בעטן, אבער איך דארף זיין מיין אייגענע בעה”ב… נאך א זאך עס איז אסאך גרינגער צו זיין א אייגענער בעה”ב ווייל מ’קען קומען ווען מ’וויל און גיין ווען מ’וויל קיינער זאגט דיר נישט וואס צו טוהן. און מער פון אלעם, וויל איך דאך זיין אן עושר… האסט שוין געזעהן אן ארבייטער אן עושר?

זי: די מוזט דאך אבער האבן געלט צו אינוועסטירן? און וואס וועסטו אנהייבן?

ער: איך הער אז היינטיגע צייטן מוז מען קיין סאך נישט אינוועסטירן צו זיין א אייגענער בעה”ב, איך דארף האבן א קאמפיוטער, מיט א אינטערנעט, און א קיעבארד און שוין…

זי: און שוין? וואס? וואס גייסטו טון? ווי גייסטו מאכן געלט? איך פארשטיי נישט.

ער: אה די ביזט נישט באקאנט? איבעי!!! געטראפן איבעי!!! איך וועל ווערן אן עושר אויף איבעי!!!

זי: און וואס גייסטו דארט פארקויפן?

ער: איך וועל קויפן אויף עמעזאן…

זי: אויף איימיצן?

ער: אויף עמעזאן! דאס איז א וועבסייט ווי מ’קען קויפן, און איך וועל פארקויפן אויף איבעי

זי: און ווער וועט קויפן?

ער: יעדער דארף דאך זאכן… די פארגעסט איין זאך! מיליאנען מענטשן קויפן יעדע מינוט אויף די אינטערנעט פון א הויז ביז א פאר זאקן…

זי: און זיי קענען נישט קויפן ביי עמעזאן?

ער: ניין ערשטנס נישט יעדער ווייסט פון עמעזאן. צווייטנס דארף מען האבן א אקאונט, און נישט יעדער קען זיך אפגעבן דערמיט, דריטנס איז עס טאקע פארדעם א שווערע לייין… די מיינסט איך מיין אז עס איז גרינג?

זי: און וואס גייסטו אנהייבן פארקויפן?

ער: מיין חבר זאגט מיר אז קודם זאל איך פארקויפן זאכן פון שטוב…

זי: זאכן פון וואו?

ער: פון שטוב

זי: למשל וואס?

ער: גוט געפרעגט… די האסט שוין געעפנט די ספרינג וואסער באקס וואס אונז האמיר געקויפט עקסטער און פארגעסן צוריק צו שיקן?

זי: ניין

ער: האסטו איין זאך וואס אונז קען מיר פארקויפן… אא”וו

זי: און וויאזוי ווייסטו וויאזוי צו מאכן א אקאונט?

ער: חיים גייט מיר ווייזן

זי: עס קאסט געלט?

ער: ניין אבסאלוטלי גארנישט…. דעס איז די מעלה, היינט קען מען זיין א בעה”ב און נישט אינוועסטירן א דאללער

זי: און וויאזוי וועלן מענטשן וויסן פון דיינע זאכן.

ער: אה! גוט געפרעגט! מ’דארף מאכן א מארקעטינג קאמפיין!

זי: ווער מאכט דאס?

ער: א ספעציעלע קאמפעני… זיי נעמען באצאלט לויט די קליק’ס

זי: וואסערע קליק’ס?

ער: לויט וויפיל מענטשן גייען ארויף אויף דיין סייט אזויפיל צאלט מען זיי

זי: אקעי איך זעה אז איך פארשטיי נישט אבער עס זעהט מיר אויס ווי דאס קאסט שוין יא געלט…

ער: ניין נאר לויט די קליק’ס

זי: און קליק’ס ברענגט געלט?

ער: די סטאטיסטיקטקיטק איז אז יא?

זי: די וואס?

ער: עפעס סטאמיסטיק’ס… וואס א חילוק וויאזוי ס’הייסט איך בין נישט קיין קאלידזש דעגרי…

וכו’ וכו’ וכו’.

דער פלאן האט זיך געוועבט, און מ’האט ערנסט אנגעהויבן זיך אריינצולייגן אין איבעי און אין עמעזאן, און מ’האט גערעכנט און גערעכנט, און גערעכנט, און אזוי זענען פארביי נאך צוויי וואכן אין עולם הדמיון, ביז ווען מ’האט זיך דערוועקט אז דאס גייט אריינפירן אין חובות, און איז קיין געשעפט נישט פאר א נייעם אינגערמאן נאר אויב האט ער ווי זיך סומך צו זיין ערנסט.

און דעמאלס איז פארגעקומען דעם פאלגענדער שמועס:

ירוחם: איך האב דיר געזאגט דעיס איז שווער…. איך האב געוואוסט וואס איך רעד (א וויש אין שטערן …. נישטא קיין שווייס?)

זי: (שמייכל)

ער: וואס מיינסטו צו זאגן? לאמיך הערן זאג! מאך מיר נישט די פאני פעיסעס!!!!

זי: איך האב סתם געלאכט

(דא וויל איך אפשטעלן, עס איז געווארן מער א שלום בית פראבלעם ווי א פרנסה פראבלעם, דער עיקר שמועס האט זיך באצויגן אין ווער עס האט געהאלטן עס איז יא אדער נישט קיין גוטער געדאנק, איך וויל נאר נישט ברענגען אלע דעטאלן וועגן גילוי…)

א פרישער פלאן!

ירוחם קומט אהיים איין טאג פון שוהל און נעמט ארויס שנעל דעם ביזנעס דירעקטארי, און מיט איין אטעם מישט ער פעידזשע’ס, קודם ביי די גרינע נאכדעם ביי די בלויע אא”וו, ביז ער קומט אן צום בלאט פון מוהלים, בדחנים, שדכנים, זינגער’ס, אא”וו

כאפט ארויס א קאלקולעיטאר און רעכנט…

זי: ירוחם וואס רעכנסטו?

ער: איך רעכן אויב איך בין צופרי א מוהל און ביינאכט א בדחן… אויב אפילו איך האב נאר איין ברית א טאג… און איין חתונה א וואך… קומט אויס ….

האללאו ווי ביזטו געלאפן?

……. איך בין ביזי דא מיט די פסח’דיג מאכן, איך קום שוין

(צום לייענער: זי איז סתם אנטלאפן ווייל זי האט נישט געוואלט לאכן ווען ער זעהט…. נישט פארציילן ששש)

די הערסט? עס קומט אויס 1200 א וואך און איך האב נאך דעם פארמיטאג און נאכמיטאג פאר כולל… איז עס נישט געוואלדיג?

יא יא! די קענסט מוהלשאפט?

ער: א קלייניקייט. יעדער שמויגער קען עס

זי: און בדחן’ען?

ער: היינטיגע בדחנים. נעע איך רעד נישט פון א פינקי אדער יקיר סטייל… איך רעד פון די קליינע קינדערלעך וואס גראמען פון א צעטל… זיי מאכן אויך א שיינעם מטבע.

זי: ווער וועט דיר מאכן די גראמען? און די דזשאוקס?

ער: איך וועל מיך אנגרייטן… און איך וועל סטאדיע’ן און דזשאוקס קען איך עניוועי מענטשן זאגן איך האב א סענס אוו הוימער

זי: עניוועי טו ווי די פארשטייסט, איין זאך מאך נישט דזשאוקס פון דיין ווייב, עס עקלט מיך…

ער: געפויעלט! ס’איז נאר פשוט נישט איידל צו מאכן דזשאוק’ס פון יענעם’ס.

זי: אקעי פאנג אן

ער: מוהלות לערן איך זיך שוין, און מיין נעגל די וואך שנייד איך שוין נישט

זי: זייער גוט, דארפסט זיין גרייט אויף אלעם

ער: און דזשאוק’ס מיט גראמען האב איך שוין אנגעהויבן צו נעמען פון אלע “מעלות” און פון די אידישע ליכט’ס ביי מיין מאמע’ן, און אפאר דזשאוק’ס וועל איך נעמען פון אייוועלט, ביי זאלץוואסער (חאחא דאס האב איך נאר צוגעלייגט… ס’איז נישט אמת)
והעיר, והעים, שמח (ביי איר און ביי אים איז געווען פרייליך)
(פארזעצונג קומט אי”ה)

וואס טוט מען נישט פאר פרנסה חלק ב

ירוחם זיצט ביים אייער שפייז צופרי, און מיט פארציטערטע בליקן קוקט ער אויפן זייגער, און רעכנט מיט די פינגער’ס, אויב יעצט איז 9:30 און איך דארף זיין דארט 11:00 אזייגער פאר מיין ערשטן אינטערוויו, און די וועג דארף נעמען קארגע 10 מינוט, אבער ווער ווייסט מיט פארקינג און מיט טרעפיק, עס לוינט נישט צו נעמען קיין שאנסן.
דאס ווייבל שטייט אין זייט און בארואיגט ירוחמ’ן ס’גארנישט, מ’האט שוין געהערט אזוינס א אינטערוויו, עס איז עניוועי נישט פונקטליך וואס די האסט געוואלט, די האסט דאך געזאגט די ווילסט דוקא נישט בלו קאלער ארבעט, און דא ביזטו אזוי דערשראקן צו געווינען דעם דזשאב? וואס גייט פאר?
די מוזט פארשטיין, דאס איז א זעלטענע געלעגנהייט! אמת איך הייב אן פאר 400 דאללער א וואך אויף א היילאו צו שלעפן סקיט’ס מיט סחורה, (אנהייב גיי איך נאר קוקן ווי א צווייטער שלעפט, אזא סארט “מענעדזשער”) אבער אויב די רעכנסט אריין די בענעפיט’ס לוינט זיך עס שטארק, אויסער וואס פון דארט איז דא גרויס פאטענשעל צו ווערן א שותף אין די ביזנעס, אדער גאר איין טאג אליינס עפענען אזא ביזנעס, אדער גאר איינזעהן אז ס’איז גארנישט ווערט, פארשטייסט? התרת ספיקות!!! בקיצור, עס איז שפעט…
וואס פארא בענעפיט’ס רעדסטו? ער האט דיר געזאגט עפעס וועגן בענעפיט’ס שוין?
ירוחם: יא! מיין חבר האט מיר געזאגט ער געט פאר אלע ארבעטער’ס א וועלט מיט בענעפיט’ס
ווייב: למשל וואס? די האסט דאך די גוטע סחורה, וואס דארפסטו אים? די דארפסט דען אינשורענס אדער ריטיירמענט וכו’?
ירוחם: ניין נישט די סארט בענעפיט’ס איך רעד פון אימידיעט בענעפיט’ס.
ווייב: (אויגן אפן די ווייטסטע וואס מעגליך) וואס הייסט?
ירוחם: למשל ער גיט א קאר….
ווייב: און ?
ירוחם: וואס הייסט און? די ווייסט וואס הייסט ער גיט א קאר? לאמיך דיר מסביר זיין, א לעקסוס קאסט היינט א 700 800 דאללער איזי א חודש! אז די צוטיילסט דאס קען דאס צולייגן בערך 200 דאללער צו אונזער אינקאם א חודש.
ווייב: (דערשראקן צום טויט)
ירוחם: (ממשיך) פארשטייסטו מיך, מ’דארף זיין רעאליסטיש, היינט צו טאג גיט קיינער נישט קיין קאר’ס פאר קיין ארבעטער’ס, און דא פאלט אריין אזא גוטע זאך זאל איך עס בידים פארפאטשקענען?
ווייב: און ווער זאגט דיר אז ער גיט א קאר? און אויב יא ווער זאגט אז א לעקסוס? און אויב יא ווער וועט צאלן פאר די געז? און פאר טיקעט’ס?
ירוחם: וואואואואואו רט כאפ נישט! איך האב ליב שטייט! 1. מיין חבר’ס ברודער ארבעט דארט און ער האט באקומען א קאר פון אים. 2. איך ווייס טאקע נישט אויב א לעקסוס און וואס איז דען זייט ווען בין איך אזא מפונק? מיינסט א קאדילעק איז מיר נישט גוט? (זייט נישט ברוגז אויב איך פארדריי די יוצרות איך פארשטיי צו קאר’ס, אזוי ווי אלע מיינע פריינט וואס פארן מיטן באס יעדן טאג….) 3. וועגן געז? איך הער אז עס הייסט א ביזנעס עקספענס סאו יעדע אונס געז וואס איך נוץ קען איך נוצן פאר טעקסעס סוף יאר. 4. טיקעט’ס? מיין טאטע זאגט אלס אז טיקעט’ס קען מען באווארענען און נישט באקומען, עס איז בכלל נישט א זאך וואס מ’מוז באקומען, מ’דארף זיין פארזיכטיג. איך טענה שוין לאנג אז פרויען זענען נישט פארזיכטיג נאר לייכטזיניג….
ווייב: שריי נישט! איך וויל נאר פארשטיין, אפשר זאגסטו מיר טייערער וואס די דארפסט עקספענסעס? וויאזוי גייסטו עס נוצן?
ירוחם: איך דארף שוין זיין אן אקאונטענט אויך?
אקעי איך דארף גיין וואונטש מיר אן הצלחה, לייג אריין אין פושקע, זאג אמר ר’ בנימין….
פארוואס אמר ר’ בנימין?
איך זאל טרעפן פארקינג….
היידא געגאנגען….
*********
אין לאבי פון די וועלט בארימטע קאמפעני . . . . . זיצט ירוחם, מיט א תהלים’ל אין איין האנט און א רזיא-ל המלאך אין בוזעם טאש, און קנאבל מיט ראזשינקעס אין אנדערן טאש, ער האט געהערט אז ס’איז עפעס א סגולה פאר חן…
מ’רופט אויס: מר’ יאזאפאוויטש פליז קאם טא רום נומער 101
ער שטעלט זיך גראד, קוקט אריין אין די הענטל פון דעם טיר, פרובירנדיג צו שפיגלען זיך אין דעם גאלדענעם הענטל, נאר ער האט זיך דערזעהן דארט גראד אויסגעצויגן ווי א בענענע און זיין נאז האט ער אפילו נישט געקענט נאכלויפן נאר טאמער ער דררייט זיך מיט מיטן הענטל האט ער אויפגעגעבן.
ער שטעלט גראדע טריט און מאכט זיך קוראזש און גייט אריין מיט שנעלע טריט ביז רום נומער 110 און דארט פאנגט ער אן צו גיין שטייטער און שטייטער און קוקט אויף אלע זייטן צו ער זעהט דעם לאקי נומער, און ווען ער זעהט 101 ווערט ער פארפרוירן פאר שרעק און מיט געמאכטע שטאלץ שטעלט ער זיין האנט א קלאפ צו טאן, און די טיר עפנט זיך אויף און ר’ שמחה דער בעה”ב זיצט דארט אויף א הויכן שטול, זיין קאפ אריינגעבויגן אין א הויפן פאפירן, און זיין הענט הענגנדיג אין די לופטן ווי איינער זאגט דער ערשטער וואס כאפט מיין האנט דער האט עס.
ירוחם כאפט זיין האנט און זאגט מיט פראפעשינעליזם (זיין חבר האט אים מסביר געווען אז אין ביזנעס זאגט מען נישט “א גוטן איך בין ירוחם יאזעפאוויטש” אין ביזנעס זאגט מען מיט איין אטעם דעם נאמען אן קיין הקדמה און אן קיין אויספיר) ירוחם יאזעפאוויטש…
ר’ שמחה ענפערט מיט העפליכקייט: ניין שמחה חיימאוויטש
ירוחם: ניין! איך בין ירוחם יאזעפאוויטש
ר’ שמחה: אה איך האב געמיינט די פרעגסט צו איך הייס אזוי! זעץ דיך!
ירוחם הייבט אויף דעם רעקל ווי א גראדע מחיצה ביזן הארץ און זעצט זיך מיט איין פוס ארויף אויפן צווייטן, עטוואס אוועק גערוקט פון טיש אזוי דער ר’ שמחה זאל זעהן כל הדרו, ער האלט דאך איין פוס אויפן צווייטן נישט אז מ’זאל נישט זעהן…
ר’ שמחה הייבט אן מיט אפאר פראגן ווי למשל: האסטו שוין עפעס געטון אמאל?
ירוחם: עםםםם יא איך בין געווען ספרים שטעלער אין ישיבה.
ר’ שמחה: וואס הייסט? וואס איז די תפקיד?
ירוחם: דאס איז א מענעדזשמענט סקיל… מ’דארף מענעדזשן די ספרים זאלן זיין אין פלאץ
ר’ שמחה: זיי אביסל מסביר וויאזוי טוט מען דאס?
ירוחם: עס איז דא א ספעציעלע וועגעלע, און מ’דארף זעהן אז ס’זאל פיל ווערן און ליידיג ווערן יעדן טאג און אזוי ווייטער… עס איז א גאנצע ארבעט, מ’דארף עס קענען. איך האב עס פערצופאל גוט געקענט, ווייל איך בין מורא’דיג מסודר’דיג, און איך בין א שטארקע פיפל’ס פערסאן… (חיים האט אים געזאגט ס’איז קלאר א וויכטיגע זאך ארויסצוברענגען די מעלה…)
ר’ שמחה: וואס האסטו שוין געטון נאך דיין חתונה פאר פרנסה?
ירוחם: נישט קיין מעדזשאר זאכן
ר’ שמחה: עפעס קלייניקייטן יא?
ירוחם: יא אהער אהין אמאל נעם איך אן אין די זייט סייד דזשאב’ס, איר פארשטייט איך זוך נאך צו לערנען אויך.
ר’ שמחה: פיין! א דוגמא פון עפעס סייד דזשאב’ס וואס די האסט לעצטנס געהאט?
ירוחם: עמממ איך ערלעדיג שטאטישע זאכן… עםם
ר’ שמחה: וואס? וואסערע שטאטישע זאכן?
ירוחם: וויק, חלק ח’ וכו’
ר’ שמחה: אזוי? ווי קענסטו דיך אויס?
ירוחם: איך גיי אראפ צו מיסיס שווארטץ און זי ערלעדיגט עס… איך דארף נאר ברענגען פאפירן
ר’ שמחה: פאר וועם אלס ערלעדיגסטו דאס?
ירוחם: ביזדערווייל נאר פאר מיר, און מיט די צייט העל איך האבן מער עקספיריענס… פארשטייט?

בקיצור דער שמועס האט זיך געצויגן ביז ר’ שמחה האט גומר געווען מיט דעם באקאנטן פזמון:
“אקעי, איך וועל דיך אי”ה אנרופן זאגן אויב די ביסט גוט אדער נישט פארן דזשאב, די וועסט לכאורה באקומען א טעלעפאן קאל אין די קומענדיגע 2 טעג”
ירוחם: יא! ווייל אסאך לויפן מיך נאך, און איך מוז קענען מאכן א פאזישן, איך מיין א דעסיזשן….
ר’ שמחה: זייער גוט! גוט אז די זאגסט מיר אז די האסט נאך אפפער’ס (עס מאכט מיר גרינגער דעם דיסיזשען… איך בין דאך דאך א איד)
א גוטן טאג.

ירוחמ’ל שפאצירט ארויס שטייט און רואיג ווי איינער וואס איז פשוט געווען אויף א ביזנעס מיטינג כהרגלו, און דרוקט דעם קנעפל אויפן עלעוועטאר, און פארט אראפ. אנקומענדיג הונטן נעמט ער זיך גאלאפירן, ער קען קוים ווארטן צו זיין אינדערהיים.
הער נאר! מ’מוז האלטן די נעקסטע צוויי טעג א וואכזאם אויער צום טעלעפאן, ווייל אמאל אז מיין סעל כאפט נישט און ער וועט פרובירן צו רופן אהיים, דארף ער קענען דורכקומען, סאו פאר די קומענדיגע 2 טעג קען מען נישט רעדן דא אויף א ביפ, מ’מוז האלטן דעם טעלעפאן פריי… נישט ווייל איך בין אזוי עקסיידעט פארן דזשאב, אבער אז מ’שיקט עפעס אינטער פון אויבן, ווארפט מען נישט צוריק.

ירוחם גיין אין ביהמ”ד אריין, און דארט טרעפט ער זיינס א חבר, משה יעק’ל, וועלכער האט שוין אויך געהערט פון די נייעס אז ירוחם זוכט א דזשאב, און ער רופט זיך אן צו אים: ירוחם! איך וויל מיט דיר א ווארט רעדן, האסט א מינוט?
ירוחם: יא, וואס זאגסטו עפעס משה יענקל?
מ”י: עס איז מיר איינגעפאלן א המצאה פאר דיר, איך ווייס חיים’ס טאטע זוכט אן ארבייטער…
ירוחם: יוי טו מיר א טובה, איך ווער צוקראכט פון די אלע אפפער’ס מ’רייסט מיר אראפ דעם טעלעפאן, איך האב נישט קיין מנוחה, איך זאג פאר יעדן, מעמיר זעהן וואס וועט זיין, ביזדערווייל מוז איך נאך מאכן א דעסיזשאן אויף א דזשאב ווי מ’האט מיר היינט געבעטן ברחמים איך זאל קומען, ער איז מיר גרייט צו צאלן וואס איך זאל נאר וועלן, איך דארף נאר זעהן צו דאס איז מיין זאך, פארשטייסט? איך זוך מער פאטענטשעל….
מ”י: (פארוואונדערט) אזוי מ’לויפט דיך נאך מיט דזשאב’ס? די ווייסט, די אלע וואס די נעמסט נישט אפשר טראגסטו עס אן פאר אהרן’ן ער חלש’ט פאר א גוטע דזשאב, פארשטייסט ער קען זיך נישט אזוי וועלן ווי דו זעהט אויס…
ירוחם: ווען כעל האלטן דארט וועל איך דיר לאזן וויסן, איך מוז ביזדערווייל וועגן אלע מיינע אפשן’ס. ב”ה פאר דעם אז מיין פראבלעם איז מיט צופיל אפפער’ס און נישט פאר… איין מינוט איך האב א קאלל
האללאו!
………..
וואס הייסט? ער האט געזאגט פארוואס?
………..
אבער איך האב אים אפילו נאכנישט געזאגט אז איך דארף א קאר
………..
אהא! עניוועי איז עס נישט פאר מיר….. איך זוך פאטענטשעל.
אקעי ביי

מ”י: וואס גייט פאר? מ’האט דיר אפגעזאגט פון ערגעץ?
ירוחם: נע… ער האט נאר געוואלט וויסן עפעס און איך עממממ בקיצור.. אוי וויי איך האב נאך נישט געדאוונט מנחה. על מיר רעדן נאכדעם ביי.
מ”י: (רעדט צו די וואנט… ירוחם איז שוין נישט צום האבן)

פארזעצונג קומט אי”ה

וואס טוט מען נישט פאר פרנסה חלק א

זיצט מיין חבר’ל ירוחם יאזעפאוויטש אזוי געמיטליך ביים נאכטמאל און שמועסט מיט די אידענע און ביידע קומען אן צו א געמיינזאמען באשלוס אז מ’דארף זיך נעמען זוכן א דזשאב, עס איז נישט קיין תכלית עס קומען צייטן זי וועט שוין נישט קענען שלעפען דעם עול הפרנסה און מ’דארף עפעס זעהן צו טוהן. ער שטרענגט זיך אן און מאכט זיך כאילו עס איז אים יעצט ארויף געפאלן א שווערער לאסט אויפן קאפ, כאילו ער פארשטייט וואס זי רעדט, און אוואו איינער זאגט, אוי וויי! תורה מה תהא עלי’, נו שוין אז מ’מוז מוז מען. גיי מיר זוכן א דזשאב…
דאס ערשטע זאך זאגט ער, נאך ערנסט פונעם ערשטן קנייטשעריי, מוזן מיר אנהייבן צו קויפן אלע צייטונגען, כאטש וואס ביז היינט האמיר עס נאר געליינט ביי די שוויגער הייזער, ווייל:

וואס טוט מען דען נישט פאר פרנסה?

דאס צווייטע זאך מוזן מיר אנהייבן שוין צו מאכן שינויים אין שטוב, כאטש וואס קיין גרויסן ווירטשאפט האמיר נאכנישט אבער אזוי ווי מ’רעדט דא פון א ארבעטס יונגערמאן וואס קומט אהיים צומוטשעט און צוקוועטשט מוז מען שוין רעכענען אז א קאוטש מוז ווערן אריינגעצויגן אין שטוב, און אין ערגסטן פאל א ריקליינער, ווייל:

וואס טוט מען דען נישט פאר פרנסה?

דאס ווייבל קוקט אזוי פארוואונדערט און פארקימערט, וואס גייט פאר מיט אים? זי ארבעט שוין 2 יאר און גארנישט, אלעס איז מסודר געווען, נישט קיין קאוטש נישט קיין ריקליינער, אבער וואס ווייסט זי דען? זי פרעגט קיין קשיות, און הערט זיך ווייטער צו מיט בייז וואונדער ווייל:

וואס טוט מען דען נישט פאר פרנסה? (שלום בית)

ירוחם זעצט פאר און ער גייט אן מיט א אימפעט איבער די נאכפאלגענדע פלענער וואס ער פלאנירט אלס צו טוהן. ער שטעלט אראפ געוויסע גאר שטארקע פרינציפן.

נומער איינס זאגט ער מיט א הויכפייפענדיגן טאן, וועל איך נישט אננעמען קיין דזשאב אינטער 850 צום אנהייבן, און (שטילערהייט אז קיינער זאל נישט הערן זיינע ווילדע פלענער לייגט ער צו) דאס איז נאר צום אנהייב, אויב די ווייסט וואס איך מיין. א אינגערמאן ווי מיר, נישט אז איך וויל זיך גרויס האלטן אדער וואס, איך דארף דאך זיין רעאליסטיש, באקומט דערנאך א רעיז וואס גייט ארויף ביז 1250 נאך שנעלער ווי די זון גייט אויף צופרי.

נומער צוויי: איך בין אלס געווען באקאנט אלס וואויל לערנער, און ב”ה אז מ’האלט מיר דא, אבער איך נעם נישט קיין בלו קאלער ארבעט, איך בין פשוט נישט געמאכט דערפאר, עס איז נישט פאר מיר, און איך קען נישט שלעפן באקסעס, דרייוון טראק’ס, אדער אזוינע זאכן וואס זענען מכלה נפש עד גאל ישראל.

נומער דריי: מוז איך מיך גוט אינטערסירן איבער די בעלי בתים, און מיין נישט מיין טייערע איך וועל די בעלי בתים פארהערן בעפאר צו זעהן צו זיי זענען פון דעם סארט וואס איך פארטראג, איך פארטראג נישט קיין בעלי גאה, און בכלל די עקלדיגע עשירים וואס מיינען די וועלט איז זייער’ס און טוען נישט שעצן זייערע ארבעטער’ס. איך וועל מיך אין אזא עסק ביש נישט אריינלייגן, איך זעה דאך וואס מיין בורדער פייבוש גייט מיט איף יו נאו וואט איי מיען.

דאס אשת חיל שטייט און שטימט צו מיט שטאלץ! יא איר ירוחם, דער איז א זעלבסטשטאלצער אינגערמאן, א פלעזשור צו זעהן זיין דרייסטקייט, און זי ווארט מיט שפאנונג אויף נומער 4.

ווי האלט איך פרעגט ירוחם מיט שנעלקייט, ווען זיינע ליפן שאקלען זיך צו זיין גרייט גלייך צו גיין ווייטער אן קיין הפסק ווי נאר ער דערמאנט זיך ביי וועלכע נאמבער ער האלט.

יא נומער 4: איך וועל אויך נישט מאכן די מיסטעיק וואס מיין טאטע האט געמאכט, ער האט אנגענומען א דזשאב פארן געהעריג אויסשמועסן וואס די פאטענטשעל איז, און נאך היינט ארבעט ער שוין 40 יאר אויפן זעלבן פלאץ, און וואס איז געווארן פון אים? גארנישט! ער פלאגט זיך פונקט ווי אמאל. מיין ציהל איז נאך 10 יאר זיך צוריק צו זעצן אין כולל און אויסלערנען די יארן, איך מוז וויסן מיין פאטענטשעל… נישט קיין פאטענשל נישט קיין דזשאב…

נומער 5: אה פאר איך פארגעס, עס קען נישט זיין אינדרויסן פון וומסב”ג איך גיי נישט טרעוועלען יעדן טאג ווי די אלע פארלוירענע נשמות וואס לויפן כאפן דעם באס יעדן טאג, איך האב געהאט גענוג דערפון אין חדר, און קיין קאר וויל איך נישט דארפן פארקן יעדע נאכט.

אזוי זיצט ירוחם אויפן בענקל אין קיך און איז מסביר בטוב טעם ודעת פאר זיין אידענע וועלכע שטייט פארלוירן פאר די חכמה פון איר מאן און איז נתפעל פון די דרייסטע כללים וואס ער שטעלט אראפ, און זי רופט אויס מיט פאטאס: יויש ווי געראטן, איך בין מיר געווארן א טיטשער אן די אלע כללים און ערשט יעצט זעה איך ווי נאריש איך האב געהאנדלט….

זי לייגט צו א שטיקל אייגענע חכמה און טענהט צו ירוחם’ן: מ’מוז גיין מאכן א רעזומעי! אן קיין רעזומעי איז קיין דזשאב נישט פארהאנען, אזוי האב איך געהערט אויף א אינטערוויו אויף קול מבשר קלאר פון איינעם א גרויסער מבין אין פרנסות.

ירוחם זאגט, ער איז מסכים צו א רעזומעי אבער ווי וועט מען עס האלטן אין די קליינע דירה דא אין וויליאמסבורג?

דאס ווייבל פוילט זיך נישט און איז מסביר וואס מיינט א רעזומעי, און יעצט אז ער פארשטייט שוין איז אלעס פארענטפערט און דאס געשפרעך גייט אן מיט גרויס אימפעט.

אויך דארף מען שוין רופן די ארבייטס פארמיטלונג פון אלע ארגעניזעשאן’ס נישט קיין חילוק וועלכע מוסד אדער קהלה, איך קען נישט יעצט שפילן קיין פאליטיק’ס מ’מוז אנווענדן אלע מיטלען. ווייל:

וואס טוט מען דען נישט פאר פרנסה?

דאס געשפרעך האט אנגעהאלטן און איך געדענק נישט פונקטליך צו וויפיל כללים ופרטים עס האט דערגרייכט און מ’גייט שוין זיך לייגן, און ירוחם לייענט קרי”ש בכוונה, און לייגט זיך שלאפן…. און קען נישט איינשלאפן…..

ער זעהט אלע זיינע כללים צופאלן אים ווי א זייפן בלאז אין חלום און אין דמיון, ער זעהט זיך דורכפאלן אויף טריט און שריט, ער שוויצט פאר שרעק…..

…. פלוצלינג דערזעהט ער זיך 10 יאר עלטער, פארהארעוועט פארקנייטשט, מיט א ריזיגן הויזן טראגער שלעפן א בלויע הויז מיט א 3 טפחים’דיגן אינטש מעסטער און א ריזיגן באנדל שליסלעך, און שיך מיט גראבע בענדלעך וואס נאר די קאן עדיסן גרעבער’ס טראגן וכו’. ער שפירט ער כאפט א נערוון בראך…. על הנער הזה התפללתי?

פון די אנדערע זייט שטוב ליגט די אידענע און פרובירט איינצושלאפן און קען בשום אופן נישט פארשלוסן קיין אויג, זי זעהט זיך אפווארטן א אויסגעמוטשעטן אפגעשטויבטן אינגערמאן מיט א פארברענטן הוטל האלב אפגעגאלטן קדחת אויפן קאפ, און ברילן צוגעבינדן מיט א בענדל, און א קאטענעם ציצית אינטערן קאטענעם העמדל מיט קליינע געלע ציצית שטעקן זיך ביי די זייטן וכו’ וכו’ (צו שרעקעדיג ממשיך צו זיין)

און אזוי צוביסלעך זענען זיי איינגעשלאפן און קוים געווארט אויפן קומענדיגן טאג ווען מ’קען זיך ארויסזעהן פון די קאשמארישע חלומות.

ויהי ערב ויהי בוקר יום אחד (אן אויסגעצויגענעם אחאאאאאאאד)

אינדערפרי כאפט ירוחם דאס טלית בייטל, און דאס מאל האלט ער עס נישט פארנט מיט ביידע הענט ווי געוויינליך ער גיט עס א פארווארף אינטערן לינקן ארעם מעשה ארבייטער, (וואס טוט מען דען נישט פאר פרנסה?) און שטעלט גסות’דיגע טריט, נישט פאר גאוה ח”ו נאר נישט צו פארשעמען די תורה קלאס אידן, מוז ער עטוואס זיך פאראייניגן מיט די ארבייטער פארטיי.

ער קומט אין ביהמ”ד און דארט ווי יעדר שטייט און לייענט אלע צעטלעך אין א רייע, ווי געוויינליך גיט ער א שנעלן בליק ווי איינער וואס אינטערסירט בכלל נישט א מוסד על טהרת הקודש וואס גייט אונטער, אדער אז ווייסהויז דרייגוד’ס מאכט שוין ווייטער א סעיל אויף רייף’ס פאר מיידלעך אא”וו, ער טייטלט מיטן פינגער און קוקט אונטער הוטן העכער אקסלען ווי א חכם וואס ווייסט וואס ער זוכט, ער ווערט בכלל נישט באאיינפלוסט פון די רוישיגע קאלירטע צעטלעך.

ער שטעלט אפ זיינע בליקן אויף א לוח המודעות ווי עס שטייט עפעס וועגן א אפארטוניטי, ער דייעלט שוין 2 אויפן טעלעפאן עס גיט א דירעקטען פארבינדונג אהיים, ער האט נישט קיין צייט אפילו מיט צו זאגן מיט די קדושה וואס מ’הערט ארויס פון שטובל, ער האט דאך אן אחריות דא, עס איז נישט קיין קלייניקייט, עס איז זיין אויפגאבע, ווייל:

וואס טוט מען דען נישט פאר פרנסה?

עס קלינגט… עס קלינגט…. און נאך לאנגע ווארטענישטן הייבט זי אויף און מיט א פארשלאפענע שטימע פרעגט זי דערשראקן: יא? וואס איז? אזוי פרי? עפעס פאסירט?

הער נאר!!! אויב יעדע מאל ווען איך קאל וועסטו מיך לאזן אזוי הענגען ווער ווייסט צו איך וועל אמאל אנקומען צו א גוטע ארבעט, מ’קען קיינמאל נישט וויסן, יעדע מינוט קאונט… שרייב אפ די נומער, און קאלל זיי שוין, עס רעדט זיך פון עפעס א אפפארטוניטטי, איך מיין דאס האט עפעס צו טון מיט א פארמעסי, עניוועי, מ’דארף אלעס הערן, מ’קען קיינמאל נישט וויסן, אפשר איז דאס גאר געווען באשערט איך זאל עס זעהן אזוי פרי אין ביהמ”ד קיינער זאל מיך נישט קענען אויסכאפן.

שוין יעצט ? קאלן? 7:00 צופרי?

יא לאז א מעסעדזש! זיי דארפן מיך וויכטיגער…. זעהסט דאך איך האב נישט ארויסגעלייגט קיין צעטל… זיי האבן געלייגט.

נו וואס רופסטו נישט אליינס? אנשטאט מיך אויפוועקן צו רופן? (דאס האט זי נאר געטראכט…)

פארשטייסטו מיך? איך האב זיי נישט געוואלט אליינס רופן, איך האב א כלל אין ביזנעס, איך רעד נישט פארן דאווענען פון ביזנעס, נאר וואסזשע דען א דבר האבוד מאך איך אשינוי און איך בעט דיך צו קאלן. איז ער מסביר בטוטו”ד מיט זיין גמרא קאפ.

ער שטייט ווייטער מיט א פעדער ער נעמט א “דבר יום ביומו” א “גוט מארגן” א “קלאסיפייד’ס” א “לוח המודעות” א אשת חיל” וכו’ וכו’, אלע טעגליכע קלאסיפייד עד’ס, און לייגט זיי צוזאמען אין זיין זייטיגן ראק טאש, דארט האלט ער אויך זיין דעניש פאר לאנטש אין כולל, סאו וועט ער עס זיכער נישט פארגעסן צו לייענען, און מ’לויפט אין מקוה.

אזוי צווישן אויסטון דעם וועסטל מיטן טלית קטן, פליהען אים די מחשבות אוועק, און ער טרעפט זיך לייענען די צעטלעך אן קיין בושה אין מקוה. עה וואס איז דען עס איז נארמאל פאר א ארבייטס אינגערמאן. ער זיצט שוין ווען ער טוט זיך אויס די שיך ווי א אויסגעמוטשעטער בעל בית, און ער קרעכצט אונטער ווען ער הייבט זיך אויף צו ארויף לייגן די ציצה אויפן הענגער און ער שפילט א ראלע ערשט קלאסיג.

(זאגט מיר נישט אז איר האט געמיינט איך גיי אייך אראפשפילן זיין גאנצן טאג, איך האב קיין צייט און געדולד דערצו, איך האב דער עיקר געוואלט איר זאלט כאפן די נקודה, אז “ער איז שוין א גאנצער ארבייטער”)

עס רוקן זיך די טעג, מ’רופט אן אהער און אהין, מ’זוכט א דזשאב, אדער א פאסטן אדער א קאריערע, אבי עפעס.
און אט פאנגט זיך אן דאס ריכטיגע.

מ’גייט אויף אינטערוויו’ס, מ’שיקט רעזומעי’ און מ’באקומט אפפער’ס.

אפפער’ס? נישט ממש, אבער מ’מיינט צו זאגן מ’באקומט רשות אראפצוקומען און פרובירן צו טרעפן א געלעגנהייט צו כאפן דעם מענעדזשער פאר א אינטערוויו אויב ער איז נישט צו פארנומען וכו’