איך קום אהיים מיט א שמייכל און איך באגריס מיינע קינדערלעך. איך פרוביר אראפצונעמען סיי וועלע אנגעצויגנקייט פון פנים, נישט צו באאומעטיגן די קליינווארג. נאך אלעם וואס ווייסן זיי דען? איך קום נאך א טאג אין די ארבעט אבער זיי קומען נאך א טאג אין די הייליגע לופט ארום גענומען מיט תורה ועבודה, קומט זיי מנוחה.

פרעגט איר אודאי פארוואס זאל איך יא זיין אנגעצויגן? נישט קיין גרויסע וויכטיגע ענינים נאר פשוט און גראד מיין שיך בענדל האט זיך פארקניפט און איך קען נישט לויז ווערן (איך מיין: לויז מאכן) און עס דערנערווירט מיך! ווארט איך שוין אנצוקומען אהיים און מיט קראפט אראפפליקן דעם פארקניפטן בענדל און לייגן א נייעם פרישן אויף איר פלאץ.

איך זעץ מיך אוועק און נעם אפיר א נייעם בענדל און הייב אן צו פליקן שטיקער אינעם אלטן און אזוי נעם איך מיך פלעכטן פון לעכל צו לעכל ביז דער נייער בענדל ליגט שוין באקוועם און דינט איר תפקיד!

איך הייב אויף די אויגן און עס אנטפלעקט זיך פאר מיר א בילד וואס האט מיך געברענגט למחשבה. איך זעה מיינע קינדערלעך קוקן זיך אזוי צי צום עבודת הבענדל, און איך וואונדער זיך וואס איז אזוי אינטערסאנט מיט א שיך בענדל?

נאך א לענגערן קלער גיב איך א בליק אויף מיין בן’דל’ס שיך אוואו איינער זאגט: וואס קוקסטו אויף מיר? האסט דאך אויך שיך! ניין?

אבער ניין! הערשט דאן באמערק איך אז קינד און קייט גיייט טאקע מיט שיך אבער “בענדלעך” מאן דכר שמי’? אלע האבן זיי באקל’ס און וועלקראו’ס און פטור אן עסק!

וואונדער איך זיך! וואו האלט מען אויף די וועלט? ניטעמאל קיין שיך בענדל וועלן מיינע קינדער וויסן וויאזוי אנצובינדן? איך רעד נישט פון צןזאם בינדן די ד’ מינים אדער קניפן ציצית! איך רעד פון א פשוט’ן שיך בענדל! וואס דארפן די קינדער יא קענען?

עס איז א נייע וועלט! די צארטע קינדער קענען נאך ח”ו זיך איבערשטרענגן! עס וועט נאך קומען אמאל קלער איך וואס אנשטאט די אלט מאדישע קנעפלעך אויפן רעקל וועלן זיי האבן זיפלאק’ס אדער עלעקטעראנישע באטן’ס מיט טאטשסקרין טעכנעלאגיע ווי מיט א שמיר מיטן פינגער ווערט דאס רעקל באפעסטיגט!

עס וועט נאך אפשר קומען א צייט וואס זאקן וועט מען נישט דארפן אויסטוהן מ’וועט דאס אפשיילן און אוועקווארפן כדי נישט איבערצושטרענגען די באלמוטשעטע יונגווארג.

און דעם גארטל וועט מען נישט דארפן דרייען און בינדן עס וועט האבן א ווייערל וואס וועט עס האלטן באפעסטיגט מיט איין דריי! אדער גאר ווען מ’גייט אריבער דעם מקוה טוירנסטייל וועט דער גאלאפירנדער אייזן ארום דרייען דעם גארטל.

עס וועט זיין א עסקעלעיטאר אריין אין בור און א אנדערס ארויסצוגיין.

תפילין לייגן קענען דאך די צארטע קינדערלעך זיך טועה זיין און דרייען מער ווי זיבן מאל! וועט מען מאכן א טשיפ וואס וועט ציילן און אויסרופן: והוא – רחום – יכפר – עון וכו’ דערנאך וועט עס אויסרופן מיט עקסטאז: יו העוו ריעטשד די מעקסימום טוירן’ס יו קען נאו פוט די של ראש… אא”וו

בקיצור! לאמיך נישט דמיונען ס’נישט מיין סטייל. אבער יעדע משוגעת וואס א ארטיסט אין קאוואטשהאזא טרעפט אויס וועט מען אימפארטירן צו פארגרינגערן אונזערע שעפעלעך. און נר מצוה וועט האקן א טאג און אונז אלע וועלן זיין די נע”ר מצוה.

עס איז צייט זיך אויפצווועקן און זעהן אז די הענטעלעך און פוסעלעך האט דער פון אויבן געשאנקען צום נוצן אין צוזאמענהאנג מיטן קעפעלע! נישט נאר צו מאכן עקסערסייז!

צוריק צו די שיך בענדלעך! און דרייט נישט קיין דאשיק!

Follow me on Twitter to get latest articles @zaltzvaser

Advertisements

Leave a Reply

Please log in using one of these methods to post your comment:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Google photo

You are commenting using your Google account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s