עס איז א אלטע לאזונג: איך בין אויס מענטש!

עס איז אויך א אינטערסאנטער הודאת בעל דין, ווען איימיצער גייט ארויס פון די כלים פאר גארנישט און נישט, און ער איז זיך מודה אז בעידן ריתחא איז ער “אויס מענטש”

ר’ יענקל מיללער האט אפילו אפאר שיינע הלצות אויף דעם אויסדרוק, אבער איך האב באשלאסן צו נעמען א גאר ערנסטן בליק אויף דעם ערנסטן באשולדיגונג, און איך האב אויסשטודירט ווען איך ווער “אויס מענטש”. אויך האב איך מיט אביסל התבוננות אויסגעפונען וואס איך ווער ווען איך בין “אויס מענטש”, וואס בין איך יא?

למשל: איך ווער אויס מענטש, ווען איך קום אין ביהמ”ד זונטאג צופרי, און די מאכלי שבת זענען נאך פריש און די גאנצע וועלט זעהט אויס ווי א שטיק שמאלץ, עס דרוקט מיר די געפילטע פיש און דער טשולנט, אויף אזוי ווייט אז ווען איך זעה די קאצקע צוקערלעך ביי די קאווע דערמאנט עס מיך פריש פון די געפילטע פיש, און ווען איך טרונק די קאווע שפיר איך ווי איך שלונג א פעטן טשולנט. איך גיי פאמעלאך און שווערליך, די ביינער זענען מיר צושאקלט, און די וועלט זעהט אויס ווי א פלעטנד לעמינעישן באלל. און נאר דעמאלס מוז עס פאסירן אז איך מוז מיט די קאווע אין די הענט פרובירן צו עפענען די טיר מיט א שטופ אויף ארויס, צו אויסגעפונען אז די טיר דארף מען שלעפן אויף צוריק, און איך פליה א קילאמעטער און וועק זיך אויף ווי פון חלום. דעמאלס ווער איך “אויס מענטש”.

איך ווער אויס מענטש ווען איך שטיי ביים דאווענען און דריי רצועות, און קען מיך נישט זעהן צו דערענדיגן צו זיבן, איך צייל איבער און איבער, און דער טלית פליהט מיר אראפ האלבוועגס נאר גענוג צום דענערווירן, און די בית’ל אויפן של יד ליגט שוין צוויי מינוט אויף א שאקלדיגן באנק ווארטנדיג אראפצופאלן, און דעמאלס קומט צו שמעלקע דער שנארער און פאנגט מיר אן צו אריינרוימען אין אויער זיין וויכטיגן צוועק. איך ווער “אויס מענטש”.

איך ווער אויס מענטש, ווען איך נעם ארויס א חומש אוהחה”ק און זעץ זיך אראפ מאך זיך באקוועם און געפון אויס אז די טיש קלעבט פון מיין פאריגן פארגייער’ס קאווע, און איך זוך א נייע פלאץ און איך זעץ מיך נאכאמאל אראפ, און דעמאלס ערשט ווען אלעס קלאפט שוין ווי א זייגער זעה איך אז חק”ס האט פארגעסן צו פארפאקן די בראשית חומשים, און גיי זוך א דברים חומש. איך ווער “אויס מענטש”.

איך ווער אויס מענטש ווען איך דריי זיך ארום אין גראסערי זוכן א לייכטן צובייס פאר פרישטאג און ווען איך האב שוין געפונען עפעס און איך קום אן אין אפיס און עפן אויף דעם פעקעלע געשמירעכטס און איך זעה אז מ’קען דערמיט מאכן ליים, און דא זיץ איך אויפן אויבערשטן שטאק און אלעס וואס איך קען טון איז קייען האלץ פאר פרישטיג און נאכטרונקען “זאלץוואסער”. איך ווער אויס מענטש.

איך ווער אויס מענטש, ווען איך עפן אויף מיין קאמפיוטער און נאך 5 ראונד’ס פון פעססווארד’ס פאנגט עס אן צוריק פון אל”ף כאילו איך וואלט גארנישט געזאגט, און עס מאכט זיך תמעוואטיש, ווי איינער וואס ווייסט נישט וואס מ’וויל פון אים, און נאכן אריינלייגן פיינעלי דעם לעצטן פעססווארד מיט א רציחה, ווער איך נאטיפירט אז אדער איז עס אויף קעפסלאק, אדער האב איך נישט די ריכטיגע נומערן אדער נישט די ריכטיגע נאמען אדער נישט וכו וכו’ וכו’ “איך ווער אויס מענטש”

מיין קאמפיוטער איז שוין אנגעצונדן די גאדזשעטן גראדזשענען זיך יעדער צום אויבערפלאך פון מיין דעסקטאפ ווי איך טייל ווען מזונות נאך א תענית, און אלס וועלן 2 אדער 3 גאדזשעטן קאמפלעינען, אז עפעס איז נישט אין ארדענונג, איינס ווארנט מיך אז מיין קאמפיוטער איז עט ריסק, די צווייטע ווארנט מיך אז דער קאמפיוטע קען אפשר מעגליך מעיבי נישט ארבעטן געהעריג, די דריטע זאגט אן אז דער גאדזשעט קען זיך נישט עפענען צוליב טעכנישע ערראר’ס וואס יאך פארשטיי נישט (געוויינליך מיט א ריזיגן קלינג ווי א צובראכענע ראטערי טעלעפאן) און “איך ווער אויס מענטש”.

אלע פראגראמען לויפן שוין, און איך בין שוין אלל סעט ב”ה און מיין טעלעפאן קלונגט, איך הייב אויף און עס איז מיין טייערע אש”ח זי וויל וויסן וויאזוי מיין וועג איז געווען און פארציילן אפאר געשמאקע נייעסלעך וואס זי האט געהערט ביים באס, און דעמאלס פונקט האב איך א ביפ פון מיין באסס, און איך לייג איר אויף האלד פאר א היבשע פאר מינוט און עס קומט אריין א פרישע ביפ וואס איז פון א טעלעמארקעטער און איך פארליר ביידע ליינס “ווער איך אויס מענטש”.
און וואס ווער איך יא? ווען איך ווער אויס מענטש? א בהמה? א חי’? וואס יא? איך ווייס נישט!

אה! איך מיין איך ווייס יא! איך ווער א ראבאט! פון דעמאלס און ווייטער ארבעט איך מעשה ראבאט! עס גייט מיר נישט אן וואס פאסירט און וואס נישט איך זיץ און ארבעט אזוי ווי א ראבאט! ווען מיין באסס שרייט מיינט ער נישט מיך, ווען מיין ווייב רעגט זיך איז זי שולדיג, און ווען איך פארשפעטיג די באס איז עס נאר נאך א טוויסט אין א געלינקטן טאג. איך קוק אויף די גאנצע וועלט פון אינדרויסן כאילו איך בין נאר א זייטיגער צושויער…

זענט איר אויך אזוי? אדער איך בין סתם נישט מיט אלעמען?…

Follow me on Twitter to get latest articles @zaltzvaser

Advertisements

Leave a Reply

Please log in using one of these methods to post your comment:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Google+ photo

You are commenting using your Google+ account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s