געוויינליך ווען מ’זאגט א גוזמא, איז עס עפעס וואס איז באמת נישט געווען אבער כדי ארויסצוברענגען א נקודה איז מען מגזם. מיר שרייבערלעך האבן א ספעציעלן חוש אין גוזמאות, און שטארקע גוזמאות וואס קענען איינעם ארויסנעמען פון גלייכגעוויכט. נעכטן נאכט האב איך אבער די ערשטע מאל אין א לאנגע צייט מיטגעלעבט א “גוזמא” במילואו…

איין גוזמא? אה! א שיינע פאר, אדער גאר אסאך! (ווענדט זיך וואס פארא בעל מגזם איר זענט…)

איך האב אריינגעבלאנדזשעט אין א ביהמ”ד’של אין בארא פארק, מיטן נאמען “שומרי שבת”. נישט אז איך בין נאכקיינמאל נישט דארט געווען אדער איך מיין אז איר זענט נאך קיינמאל נישט דארט געווען. אבער ווי נאר איך האב אריינגעטרעטן אין דעם ביהמ”ד האב איך פארלוירן מיין ריכטיגן נאמען און געשפירט אז איך מוז יעצט אנטון דעם “זאלץוואסער” הוטל, און אבזערווירן גוט, צו קענען דאס אריבערברענגען לייוו צו די לייענער’ס.

זוכנדיג דעם ביהמ”ד פרעג איך איימיצן ווי קען מען יעצט כאפן א מנחה דא אין בארא פארק? זאגט ער מיר נעמען פון עטליכע בתי מדרשים אין די געגנט, און צום סוף גיט ער א לייג צו אז ער קען מיר נישט געראנטירן ווען די בתי מדרשים האבן מנין, אבער אויב בין איך א אמת’ער ערליכער איד וואס איז מדקדק זאל איך לייגן די פוס אויף די פלייצע און לויפן קיין 53 צווישן 13 און ניו יוטרעקט און דארט וועל איך שוין טרעפן איינמאל מנין, און איך וועל לכאורה דארט קענען האבן גענוג מנין פאר א גאנץ יאר…

פרעג איך אים: אפשר גיט איר מיר דעם עקזעקט סטריט נומבער, איך וויל נישט דארפן זוכן… קוקט ער מיך אן מיט א שמייכל און מעסט מיך אפ פון אויבן ביז אונטן: יונגערמאן! די ביזט נישט פון אמעריקע? אה יא? זאגט ער מיר: די וועסט זעהן אויף איין זייט גאס א פלייש געשעפט ווי מ’פארקויפט געשאכטן פלייש, און אויף די צווייטע זייט גאס וועסטו זעהן א פלייש געשעפט מיט לעבעדיג פלייש, די דארפסט אריינגיין אין די לעבעדיגע… די וועסט עס זעהן… די וועסט עס שפירן… די וועסט עס הערן… די וועסט עס נישט פארפאסן… און אויב די גייסט דורך 13 ביי 54 און די ווייסט נאך אלס נישט ווי שומרי שבת איז זאלסטו זיך ציפן צו זעהן צו די ביזט נישט געשטארבן…

שוין איך גיי! בעסער געזאגט איך לויף! עס איז שפעט איך דארף דאווענען מנחה… און איך שטיי שוין 2 בלאק’ס אוועק פון דעם “לעבעדיגן פלייש געשעפט” און איך זעה שוין וואס מיין ידיד האט געמיינט צו זאגן… עס גייט מוזיק, עס הענגען לעקטערלעך, עס איז הויך יו”ט, קולות הער איך ביז אהער, איך קען נאר נישט וויסן נאך צו די קולות זענען פרייליכע אדער אומעטיגע… עס שלענגלט זיך א טרעפיק ווי 5טע עווניו אין מאנהעטן, און עס זיצן אינדרויסן פון דעם שומרי שבת שול אסאך מיט בענקלעך און אסאך מיט טישן, און מאנכע דרייען זיך סתם אזוי ארום און שרייען… איך באשלוס אז איך מוז מיך אפשטעלן און הערן און זעהן קלארער דעם בילד.

אזויפיל פעדלער’ס אויף איין גאס איז א גיניס בוק וואלד רעקארד אבער עפעס פאנג איך אן צו שפירן אז ארום דעם ביהמ”ד טראגט אלעס די זעלבע צורה. סיי דער מיטן הויכן הוט וואס גייט נאך געלט פאר די וויכטיגסטע צוועק פון די וועלט, און סיי דער פעדלער וואס האט אנגעצונדן אראבישע מוזיק, און דער אידל וואס טענהט אז ער האט פארלוירן זיין דזשאב און דארף געלט אויף שבת (א רחמנות ווער עס האט געטראפן די דזשאב…) אלע אינאיינעם האבן איין זאך גלייך. “דעם שומרי שבת שמייכל” וואס איך האב גלייך קענען געלערנט דארט נאך אויפן גאס. ס’זעהט עפעס אויס ווי יעדער קען זיך, נישט קיין חילוק צו מ’גייט מיט א דאשיק א היטל אדער אן א קאפ, אלע פארשטייען זיך אויפן ווינק און איך זעה מיך ארום ווי א יון אין די סוכה דא.

אוי וויי וואס שטעל איך מיך אפ איך דארף דאך דאווענען ווער ווייסט צו איך וועל נאך טרעפן מנין. איך פליה צו א טיר, איך מיין דאס פירט אריין אין ביהמ”ד פאר די איינציגסטע סיבה ווייל מ’זעהט נאר קלעבעכטס פון צעטלעך אלטע און נייע מודעות אויף דעם ווייס איך דאס איז לכאורה איינע פון די טיהרן צו דעם ביהמ”ד.

איך וויל אריינלויפן אבער ווי וואס ווען עס איז נישטא ווי צו לויפן, איך לייג אריין איין פוס אין שול און איך שטיי צווישן צוויי אידן, איינער קלאפט נאך סלח לנו פון מנחה און א צווייטער שרייט שוין ברוך ד’ המבורך פאר מעריב, און אויפן בימה שטייט א אידל מיט א מיקראפאן (איך מיין אז ער נוצט דאס צו מאכן זיין קול “שטילער” ווייל אז נישט ווייס איך נישט צו וואס מ’דארף א מייק פאר א ד’ על ד’ שול) און פאר מיר שטייט א איד מיט א ריזיגן וואקער פרובירט דורך צו שלייכן זיין וואקער צווישן צוויי בענק און 4 חתונה בענקלעך…

אויבן אן זיצט א אידל מיט עירפאון’ס און ציילט עפעס געלט, און אויף די אנדערע זייט שטייט א איד וועם איך האב גוט געקענט… פון ווי קען איך אים? ? ? איך קען מיך נישט דערמאנען!!! אה! איך געדענק שוין! איך האב געזעהן זיין בילד אין די “מחניים ערציילונגען פון צדיקים” עס איז קלאר ער, דארט שפילט ער א ראלע פון א קרעטשמער אין די אלטע היים… דא זעה איך אז ער איז גאר א בארא פארקער אידל… איך קען נישט אראפנעמען די אויגן פון אים. איך האב געמיינט אז ער איז א קאריקטור, איך האב נישט געוואוסט אז ער עקזיסטירט דא בינינו….

איך זוך א מנין מנחה! און איך הער שרייען: מנחה אונטן! מנחה אינמיטן! מנחה אויבן! איך קוק מיך ארום איך זוך א סינק זיך אפצו וואשן די הענט פאר איך גיי אראפלויפן אונטן דאווענען. און איך זעה א קליינעם וואסער האלטער (אביסל גרעסער ווי די וואס מ’הענגט ביי די עמודים זיך צו טונקען די הענט אינמיטן דאווענען) מיט טעפלעך… דאס איז א סינק… אודאי עס איז נישטא קיין פלאץ פאר מער פון דעם. און עס שטייט דארט א ליין פון 3 מענטשן וואס ווארטן זיך צו וואשן, און זיי גיבן אין די זעלבע צייט אכט נישט אראפצופליען אלע שטיגן וואס פאנגט זיך אן גראד ביים סינק, אזוי אז זיך צו וואשן שטייט יעדער מיט איין פוס אויף א טרעפ אראפציהר.

אין די זעלבע צייט הער איך אז מ’ענדיגט יעצט אונטן עלינו, און אין דעם שמאלן קארידאר מיט שטיגן מארשירן ארויף א סארטאציע פון אלע מיני מענטשן אויף די וועלט, עס קומט און קומט און קומט, עס זעהט אויס ווי איך גיי מיך אינטן טרעפן אין א ריזיגן חתונה זאל, אזויפיל מענטשן קומען יעצט ארויף. אין א וועג פריי איך זיך ווייל איך וויל דאך האבן פלאץ סאו איז גוט אז יעדער קומט יעצט ארויף. ניין? אבער איך מוז דאך קענען אראפגיין און דער אידל וואס פאנגט יעצט אן ארויף צו קומען לאזט נישט איבער קיין שום מקום פאר איינעם אראפ צו גיין…

ענדליך איך בין אונטן און מ’האלט בייי קדיש… פלוצלינג! א אויסברוך פון קדישים! איך הער דעם גאנצן שוהל זאגן קדיש! יעדער שרייט, איינער זאגט יתגדייל א צווייטער יתגאדעיל, א דריטער יתגאדעעעל אבער אלע זענען מכוון צום זעלבן, און עס רייסט זיך קדישים ביזן הימל… איך האב נישט קיין צייט איך דריי אן דעם גארטל און עס נעמט מיר א מינוט צו כאפן אז איך כאפ צוזאם נאך א איד מיט מיר אין גארטל, עס איז באמת נישט מעגליך צו דרייען דעם גארטל עס איז נישטא קיין פלאץ… איך האב א עצה איך דריי מיך אליינס, און איך מאך מיך ווי איך וויל פשוט עפעס זעהן אויף די אנדערע זייט, און מיין גארטל וועערט אנגעדרייט.

אזוי אויסדרייענדיג זעה איך ווי א אידל מיט א טשופרינע אויפן קאפ שרייט פאר זיין חבר אז ער האט אים געכאפט א גוטע פלאץ… איך ווינדער זיך וואס הייסט דער כינוס איז שוין געווען און כ”א כסלו איז שוין אויך נישט אראונד די קארנער… ווי האט ער אים געכאפט א פלאץ? אה איך זעה שוין! ער האט אים געכאפט א פלאץ ווי צו דאווענען מנחה…

איך קלער צו מיר אז איך וועל מיך שטעלן גלייך ביי די שטיגן אזוי אז אויב ח”ו עפעס גייט ראנג זאל איך קענען גלייך לויפן. די נעקסטע מנין הייבט אן מיט אייפער, און איך באמערק שוין אז די בעסטע פלאץ צו שטיין איז ביים עמוד, דארט איז די ווייניגסטע געשטופט, (בעסער איז אויפן עמוד… איך בין דאך נאר א נארמאלער מענטש וועל איך עס נישט טוהן)

איך פאנג אן דאווענען מנחה הארט נעבן די שטיגן ווי ערווענט און איך פאנג אן צו הערן קולות “זכרנו” זכרעינו” זאוכריינו” …. המלך… המעלעך… וכתוב אכסויב וכטוב… באסעיפער, באסייפער, בספר וכו’. (איר פארשטייט די נקודה… יעדער שרייט… יעדער איז אינדערהיים דא… נאר נישט איך)

איך ענדיג שמו”ע איך האב אודאי פארגעסן צו זאגן זכרנו מיט די אלע קולות, אבער איך דארף נישט איבער דאווענען איינס ווייל אזוי איז זי הלכה צוויי וווייל איך דארף ארויסלויפן אטעמען… איך דריי מיך אויס און איך וויל כאפן די הענטלעך פון די שטיגן ארוף צי מארשירן און איך שפיר אז איינער קוצלט מיך… איך קוק אויף צוריק, און איך זעה א איד מיט א ריזיגן געבויגענעם הוטל וואס פרובירט פשוט צו טרעפן זיין הערצעלע צו קלאפן סלח לנו… אבער ארויס לויפן איז אויך נישט מעגליך, צווישן מיר און די שטיגן שטייען שוין א מנין אידן און דאווענען… נישט צום גלייבן. איך האב נאך אזוינס אין מיין לעבן נישט געזעהן. נישט אומזיסט איז נישטא קיין פארקינג אין בארא פארק…

איך לויף ארויף די לופט ווערט קלארער, און איך טרעף מיינס א פריינט “א בארא פארקער” און ער פרעגט מיך אה! זאלצי! וואס האמיר די זכי’? און ער פרעגט וואס זאגסטו צו אונזער שטאט בארא פארק? און איך וויל זיין רענדאש און אים ענטפערן אבער צווישן מיר מיט אים שטייען שוין צוויי אידן און טענה’ן זיך איבער א צעטל פון א קרן יתומים, צו דאס איז טאקע א קרן יתומים אדער דער גבאי זיכט צו מאכן א גראשן… עניוועי איך ווייז אים ביי פון דערווייטנס און איך פאנג מיך אן אומצוקוקן אויף דעם געשטעל פון דעם ביהמ”ד…

אויף איין זייט הענגט א ריזיגע סיין מיט נעמען וואס מ’קען נישט לייענען, ווייל עס איז געפרינט ברוין אויף ברוין, אבער כדי צו מאכן פלאץ פאר די סיין אויפצוהענגען זייענדיג אזוי גרויס אז עס באלאנגט ענדערש אין א ריזיגן שול האבן זעהט אויס די גבאים געטראפן א עצה, מ’האט שיעף געמאכט די דאך און די סיין הענגט אריינגעשטעקט אין דאך, אזוי אז העלפט פון די סיין קען נאר לייענען די ספיידער’ס אויפן דאך. א שטייגער ווי די ריזיגע סיין וועגן עניית אמן וואס הענגט אין א שעפט ווי עס דארף צו זיין די ווייבער שוהל, אבער עס זעהט ענדערש אויס ווי א דירה אין וומסב”ג וואס דארף בדוחק אריין שטופן א פענסטערל, אן דער סיין הענגט דארט אוואו מ’וואלט עס ווען געזעהן אין שול געהעריג. אבער וועם גייט עס אן.

אויפן אויבן אן הענגען אסאך לעקטעריק סיין’ס, איינס זאגט אז מ’טאר נישט שמועסן ביים דאווענן. א צווייטע איז פון לדוד ד’ אורי. און אפאר סיינ’ס איבער זמנים, אה און אפאר שיינע הערליכע פורניטשער סיין’ס וואס זאגן סתם אזוינע מעסעדזשעס ווי צדקה געבן אדער ווי דער עקסיט איז…. אלעס הענגט גג על גג אן קיין שום סדר, עס זעהט ענדערש אויס ווי אין די סיין געשעפטן ווייסט מען שוין ווי צו סטארעדזשן סיינ’ס וואס פארקויפן זיך נישט.

דער בלעמער באמערק איך האט רעדער אין די הייך… איך פארשטיי נישט פארוואס אבער עס זעהט אויס ווי אמאל אמאל ווען דער שוהל פארט אויף רעדער פארקערט קען דער באלעמער מיטפארן.

איין זאך האט די שוהל ריזיגע… ריזיגע פענסטער’ס אפן ברייט, און מ’הערט קולי קולות פון די גאס, אזוי אז אינמיטן דאווענען שמו”ע האב איך געהערט: פייפן, פארן, שרייען, זינגען, טרעין’ס, טראק’ס, באסעס, גוים להבדיל אידן, אידיש, העברעאיש, אינגליש, און ספאניש, וכו’. אויף אזויפיל אז איך האב מיך אינמיטן ווען איך האב געכאפט איינע פון די רוקעס ווען איינער האט געוואלט אריבער גיין האב איך ספאנטאן אויפגעהויבן מיין הענט צו כאפן די הענטל וואס הענגט איבער די סיט’ס אויפן טרעין נישט אומצופאלן, און עס האט מיר גענומען א בליק אינמיטן שמו”ע צו זיך דערמאנען אז איך בין לגמרי נישט אויף קיין טרעין…

אה איך האב שיער פארגעסן: עס הענגט דארט א סיין בערך מיט אזא לשון “ואלו המתנדבים וכו’ ששלמי דמי “סיט’ס” לימים נוראים של האי שתא תשע”ג אע”פ שאין מתפללים כאן …. און א גאנצע רייע פון נעמען פון מענטשן אין אידיש די ערשטע נאמען און אין ענגליש די לעצטע נאמען, און נאכדעם זעה איך אויך א סיין פון סטאר’ס פון בארא פארק וואס האבן דא געקויפט זיצן…. איך ווייס נישט וואס דא טוט זיך, אבער איך גיי ארויס פון דעם שוהל צוטומלט, דיזי, איך שפיר מיך ווי איך בין נארוואס אראפגעקומען פון א רייזע אויפן M טרעין, אין די שאקלדיגע ראש האוער’ס.

אויפן גאס איז דא א סוכה, מיט מנינים ארום און ארום די סוכה, יעדער וואס קען דאווענען נעבן א ברעט און נישט ווערן ארום געווארפן דער האלט אן דעם פלאץ שטארק, און די איבריגע דרייען זיך ארום און זיכן א מקום מנוחה.

בארא פארקער אידן! איך בין אייך מקנא פארן קענען באזוכן דעם שוהל יעדן טאג אומזיסט. עס וועט נישט נעמען לאנג און עס וועט קאסטן א מעטרא קארטל אריינצוגיין דארט (דאס איז אויב זאכן פירן זיך בטבע. דארט זעהט ביזדערווייל נישט אויס ווי די טבע האט א שליטה)

לויט מיין אינפארמאציע האב איך נאך אסאך צו שרייבן אבער דאס אלעס איז וואס איך האב מיטגעהאלטן נעכטן… קען זיין איך וועל דארט נאכאמאל באזוכן וועל איך קענען שרייבן מער איבער די עסן, קאווע, און אלע אנדערע ביזנעסער אין די שומרי שבת מאלל…

ביזדערווייל אויב האט איר בילדער פון שומרי שבת ביטע לייגט דאס ארויף איך בענק מיך שוין….

גוט שבת

Follow me on Twitter to get latest articles @zaltzvaser

Advertisements

Leave a Reply

Please log in using one of these methods to post your comment:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Google photo

You are commenting using your Google account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s