אויב דאס הייסט כ’טאסטראפע, וואס איז טאסטראפע אליינס?

יא! דער כ”ף הדמיון איז אסאך מאל א שטארקער מגיד, און לערנט אונז גאר אסאך. אין די טעג ווען יעדער פרובירט ארויסצוברענגען דעם מצב אויף די שרעקעדיגסטע און עקלדיגסטע אופנים פרובירנדיג צו זיין מער קאנטרעווערסיעל ווי דער קאלעגע, איז וויכטיג צו קלויבן ווערטער און ארויס נעמען פונעם מצב דעם האלב פולן גלעזל, ווי איידער די האלב ליידיגע.

עטליכע יאר צוריק האמיר געהערט, געליינט, און געזעהן אין די נייעס, איבער דעם טויטליכן צונאמי וואס האט באטראפן די פיליפינען. דער צונאמי וועלכער איז געקומען אן קיין פריערדיגע ווארנונג האט געחתמ’ט 250.000 און מער מענטשן צום טויט, אין קארגע 15 מינוט…

די פיליפינען איז א נאמען פון א פלאץ. (פאר די וואס ווייסן נישט) דארט וואוינען מענטשן פון פלייש און בלוט, וואס עסן פרישטאג מיטאג, און נאכטמאל יעדן טאג פונקט ווי איבעראל אויף די וועלט, און ווען אונז האמיר געהערט די נייעס, האט עס אויסגעזעהן ווי עפעס וואס האט פאסירט אויף פלאנעט מארס… מיר האבן געטונקען די פאטעיטע טשיפ’ס אין קעטשאפ, און געמישט דעם צייטונג צו זייט … ווי פארזעצונג קומט, און ווען מיר האבן געענדיגט לייענען זענען מיר געגאנגען צום קומענדיגן שטיקל נייעס, איבער עפעס א גניבה וואס איז פארגעקומען אין קווינס.

לייענענדיג די נייעס דעמאלס איז מיר אויפגעקומען א שרעקעדיגע עגבערנדיגער געדאנק… וויאזוי קענען מיר אנגיין געהעריג מיטן לעבן, און ווייטער לייענען. ווען אין דעם זעלבן צייטונג ווערן מיר אינפארמירט איבער א פערטל מיליאן טויטע “מענטשן”? נישט אז איך האב רחמנות געקריגן אויפן גוי מער ווי אויפן איד, ח”ו. לא תחנם גייט ווייטער אן, אבער אידן האבן דאך א מדת הרחמנות וויאזוי עס זאל נאר נישט זיין, און ווען די דראמא פון א גניבה אין קווינס ווערט באריכטעט אויפן זעלבן דראמאטישן שטייגער ווי די טויט פון 250.000 מענטשן שטעלט זיך די פראגע, וואס איז נייעס? און וואס איז א אויפוועקונגס רוף?

איך געדענק יא ווי איך האב געלייענט פארשידענע מוסר שרייבער וועלכע האבן געברענגט ראיות ברורות און הוכחות אז דאס וואס פאסירט אין די ווייטע עקן פון די וועלט וואס מיר האבן אפילו קיינמאל נישט געוואוסט עס עקזיסטירט, און ווען נישט דעם אינטערנעט וואלטן מיר נאך היינט נישט געוואוסט אפשר אז עס האט אמאל עקזיסטירט, דאס איז נאר אונז צו מאנען און דערמאנען אז אית דין ואית דיין.

די טריפה’נע אינטערנעט און קאמיוניקאציע מיטלען וואס הקב”ה האט געלאזט דעם שטן ברענגען אויף דעם עולם השקר, איז פאר א סיבה באשאפן געווארן, עס האט אונז געוואלט געבן די געלגענהייט צו וויסן זאכן וואס פאסירן העט ווייט פון אונז, און מיר זאלן זיך דערפון אראפלערנען א מוסר השכל און פארשטיין אז מ’מאנט פון אונז עפעס.

עס איז דורך א קורצע צייט און בתוכינו אין די יונייטעד סטעיט’ס, כאטש וואס עס איז א חלק פון די אמעריקאנער שטאטן, איז עס נאך פארט ווייט פון אונז און מיר וואלטן נישט געוואוסט עס עקזיסטירט (אפשר?) די שטאט “ניו ארליענס” וואס איז געשלאגן געווארן מיטן שרעקליכען האריקעין קאטרינא, און הונדערטער טויזנטער זענען געבליבן, דאכלאז, שוצלאז, לעבנסלאז, ארבייטסלאז, און אלע אנדערע לאזן…

דאס איז שוין געווען עטוואס נענטער צו אונז, כאטש נאך ווייט, אבער מיט קאמיוניקאציע, איז עס געווען א סקרוך אין די ביינער צו הערן אז אין די גאלדענע אמעריקע קען א שטאט ווערן אזוי פארווישט אן קיין שום עצות (פירט מיך נישט אריין דא אין פאליטיק, ווייל בוש וואלט פונקט ווי סיי וועלכע אנדערע פרעזידענט, נישט געקענט העלפן די באפעלקערונג אין ניו ארליענס… עס איז געווען א יד ד’ און עס האט נישט געהאט קיין שום אויסוועג נאר אזוי ווי עס האט פאסירט, און עס איז דא אסאך איבערווייזן אויף דעם ואכמ”ל)

אין די צייטונגען זענען די ווערטער אויף די פאדערשטע בלעטער געווארן געדרוקט מיט באלד סייז 400 אותיות אדער מער מיט רויטע טינט צו דראמאטיזירן דעם שרעקליכן מצב איבער קאטרינא, און אין די מוסר אפטיילונגען איז געווען שטאף פאר אפאר חדשים. ווייטער אין די מקואות האט מען זיך געקראצט די פוס און געשמועסט פון קאטרינא און אין די זעלבע צייט אויך פון א געפערליכע אנטיסעמיטישער פאליסמאן וועלכער האט געגעבן טיקעט’ס אויף ווייט עוו. ממש עק וועלט.

וויל איך דען זאגן אז מ’זאל לייגן אלעס אויף האלט ווען עס פאסירט עפעס שרעקליך? ניין! איר האט שלעכט פארשטאנען! אט וועל איך אייך קלאר שטעלן וואס איך וויל ארויסברענגען.

מ’זאגט נאך פון צדיקים אז וויאזוי עס אידישט זיך אזוי גויאישט זיך, און אז ווען אין בעלז האט זיך א איד געלייגט א שנירל אויף די שיך האט זיך א משכיל געשמד’ט רח”ל אין בערלין וכו’. לאמיר אריינקלערן אין די וועגן וויאזוי נייעס ווערט געדעקט און וואס איז די סיבה, און וואס דארף דאס ברענגען.

יארן צוריק, איך רעד פון 100 יאר צוריק, ווען עס איז געווען שרעקליכע נייעס אויף איין זייט וועלט, אדער אפילו איין זייט לאנד, און אמאל איין זייט פון די אייגענע שטאט, האט די צווייטע זייט אפילו נישט געוואוסט אז עפעס האט פאסירט, ווי מיר האבן אלע געהערט און געלייענט אפילו אין די צייטן פון די וועלט’ס קריג, ווען מ’האט נעבעך פארטיליגט קהלות קדושות אין פוילן, זענען נאך די אונגארישע אידן געזעצן און געטינקען חלה אין קאטשוניו און נישט געוואוסט אז די צרה איז נעבעך אזוי נאענט (איך מאך נישט אוועק קאטשעניו איך נוץ עס נאר אלס א נקודה)

האט מען דען געקענט פארלאנגען אז מענטשן זאלן זיך צוזאמקלויבן, און באטראכטן דעם מצב און תשובה טוהן, ווען מ’האט קיין מצב נישט געוואוסט? יא עס זענען געווען געוויסע שמועות, איבער רציחות, ל”ע, אבער האבן דען אידן באגריפן ווי ווייט דער מצב האלט? אין יעדע שטאט איז געווען א נייעס טרעגער, וועלכער האט געברענגט און געטראגן ווי דאס הארץ האט אים געגלוסט, און ווען א קאטאסטראפע האט געטראפן אין א ווייטער מדינה, האבן מענטשן געהערט די נייעס אין איין שורה ווי למשל: אין אוקריינע איז געווען א ערד ציטערניש מיט צענדליגע טויטע. חזק חזק. מ’האט נישט געהערט קיין גרויזאמע דעטאלן, מ’האט עס געמוזט אננעמען אדער נישט אננעמען פון די זעלבע נייעס סאורס ווי די אפענע ליגנטס.

ווען מ’האט געהערט אז מענטשן זענען אין א געפאר, אדער אז עס איז ל”ע געשען א אומגליק, האט מען געהערט די ווערטער פון א טעלעגראם. אין קורצן און אין שארפן, פונקט וויפיל עס איז גענוג געווען צו לאזן אפן פארן דמיון צו טראגן ווייטער דעם דמיון ביז ווי מ’וויל.

היינט! אנשטאט צו לאזן דעם מענטש אליינס אויסדמין’ען ווייטער וואס טוט זיך, זיצן בעלי דמיון און בעלי תמיון, און אלע זייערע פארקניפטע און פארפייניקטע מחשבות לייגן זיי ארויף אויפן געוועב, און דאן ווערט דאס געפיטערט צו אונז אריין אין די הייזער. ווייסן מיר דאך יא די נייעס מיט אלע קליפערליך, און יעדער באריכט ווערט געשאצט לויט ווי שטארק עס האט געקענט אפשרעקן אירע לייענער’ס, און אלע ארבעטן מיט אלע טאלאנטן צו פארניכטן אונזערע געפילן מיט גרויזאמע דעטאלן.

פרעגט זיך די שאלה: צו ווען מיר לייענען די גרויזאמע דעטאלן פון א צונאמי אין די פיליפינען אדער א ערד ציטערניש אין יאפאן פארשטייען מיר די סיבה על מה עשה ד’ ככה אז מיר זאלן די זאכן וויסן? פארוואס וויל השי”ת אז מיר זאלן זיין אינפארמירט וואס די ליידן פון די יאפאנישע שקצים זענען, אזוי פונקטליך?

איז נישט די סיבה אז מיר זאלן קענען תשובה טוהן? איז נישט די סיבה צו זעהן אז יש מנהיג לבירה, און אז מ’דארף כסדר תפלה טוהן, און זיך נישט פארלאזן אויף תהלים כולל’ס און חצות כולל’ס און כיבוד אב ואם כולל’ס און דאווענען כולל’ס וכו’. (אלע פיינע זאכן, איך אליינס האב שוין גענוצט, און איך מיין נישט ח”ו אינטער צו רייסן, אבער מיר דארפן דאך אליינס אויך עפעס טוהן)

ווען מיר פארציילן די ניעס פאר אונזערע קינדער, ווערט עס פארציילט מיטן ערנסטקייט ווי אמאל ווען מ’האט קוים געוואוסט וואס די ריכטיגע נייעס איז? אדער דערציילן מיר עס מיט די סייקאטעראפי וואס מיר פיטערן אונזערע קינדער אז זיי זאלן ח”ו נישט מיינען אדער טראכטן אז מ’מיינט אונז דא איין מינוט?

איז נישט צייט זיך אראפצוזעצן און זאגן: קינדערלעך טייערע, יא! די אלע זאכן קענען פאסירן און מיר דארפן תשובה טוהן תפילה טוהן, מצות טוהן, אזא השי”ת זאל אונז באהיטן פון אלעם בייזן, און מיר דארפן ערליך לייענען קרי”ש און ערליך נאכזאגן איש”ר כדי צו קענען האבן זכותים אויך ווען מ’דארף זיי.

אט איז געקומען דער טאג! אט איז געקומען דער צייט ווען ביי אונז אין חצר האט זיך אריינגעבראכן א שרעקליכער ווינט וואס ווערט גערופן לויט אלע שאצונגען “דער ווינט פונעם יאר הונדערט” און האט אנגעזייעט חורבנות און געקאסט נעבעך קרבנות ה”י, און עטליכע בלאק’ס אוועק האבן מענטשן פארלוירן זייער האב און גוט’ס און געבליבן אן קיין דעכער אויפן קאפ, עטליכע גאסן אוועק האט אפגעברענט 100 הייזער אויפאמאל, און אויף עטליכע גאסן אוועק זענען מענטשן נאך געשטראנדעט צווישן הימל און וואסער… פארשטייען מיר שוין יא אויפן ווינק? זעצן מיר זיך אראפ מיט די קינדערלעך און מיר פארציילן עס ווי א טשאדעלע באדעלע מעשה? אדער זעצן מיר זיך אראפ מיט א ראשית חכמה, חובות הלבבות און מיר קוקן און זוכן דעם רעצעפט, און מיר פרעגן, על מה עשה ד’ ככה?

אין די זעלבע צייט וואס מיר דאנקען און לויבן דעם אויבערשטן וואס האט אונז געהיטן פון די שרעקליכע קאנסעקווענצן וואס אונזערע אנדערע טיר שכנים האבן געליטן, דארפן מיר דאך געדענקען אז די התראה איז געקומען אזוי נאענט איז צייט תשובה צו טוהן…

פאר איך ענדיג: איך בין נישט קיין מוסר זאגער, איך בין נישט קיין מגיד שיעור, אבער “איך בין אויך נישט משוגע”, און ווען ס’שרייט אין אויער, הערט מען. ווען עס טאנצט פאר די אויגן, שווינדלט מען. און ווען מ”רופט פון אויבן פאר תשובה, כאפט מען א תהלימ’ל און מ’בעט ביים רחום וחנון ער זאל שוין אויף אונז רחמנות האבן, און אונז אלע שיקן די ריכטיגע ישועה מיט די גאולה קרובה. אמן

Follow me on Twitter to get latest articles @zaltzvaser

Advertisements

Leave a Reply

Please log in using one of these methods to post your comment:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Google photo

You are commenting using your Google account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s