שרעקליך און גרויזאם איז דער גורל נעבעך פון 6 אידישע ערליכע משפחות וואס האבן היינט פארלוירן נעבעך דעם דאך איבערן קאפ אין אונזער הייליגע שטאט קרית יואל.

היינט צופרי ווען די מאמע’ס האבן ארויס באגלייט די קינדערלעך אין חדר מיט א שמייכל און א ווארימען ברכה צו לערנען פלייסיג האבן זיי נישט געוואוסט נעבעך אז ביינאכט גייט מען זוכן ווי צו שלאפן!

ווען די אידישע מאמע האט נאכגערוימט דאס שטוב, האט זי נישט געוואוסט אויף וואס פארא חורבן זי גרייט דאס אלעס אן!

די צוזאמגעלייגטע וועש און אנגעפוהלטע פרידזשידער’ס. די אוועקגערוימטע געשיר און שיינע ציכטיגע בעט געוואנט. די שפילצייג פון די קליינווארג און די ספרים פונעם טאטן! די פאפירן די וויכטיגע און די פאר דאללער וואס איז געליגן אין שופלאד! אלעס אוועק מיטן רויך! ה”י.

איה סופר ואי’ שוקל! איז דען דא די ווערטער צו באגרייפן דעם אומגליק? איז דען מעגליך צו פארשטיין די טראומא אין די קעפעלעך פון די לעכטיגע קינדערלעך? די צוצעלע און באטעלע צו וואס זיי זענען געוואוינט! דאס קישעלע און דעקעלע וואס זיי גלייכן! אלעס אוועק מיטן רויך. ה”י.

זיץ איך און קלער און מיינע מחשבות פירן מיך אוועק העט ווייט! איך פרוביר ארויסצושלאגן דעם אומעט פון געדאנק, אבער וואו קען מען? איך קלער נאך טיעפער און טיעפער און ווי מער איך וויל פטור ווערן פון די פארפאלגענדע מחשבות זעה איך א בילד קלארער און קלארער, איך זעה א נעפל וואס קלארט זיך אויס, וואלקענס רוקן זיך צי דער זייט און עס באווייזט זיך א בילד:

א בילד פון א טאטן געבינדן אין קייטן מיט זיין קליין לעכטיג צארט אינגעלע ביי די זייט געבינדן פון די אנדערע זייט און אין זייערע מיילער אנגעפוהלט מיט וואטע און שמאטע זיי נישט צו לאזן רעדן אדער שרייען.

דער טאטע א לעכטיגע צורה מיט א קעניגליכן הדרת פנים און טיעפע קנייטשן אויפן שטערן ווינקט פאר דאס קינד מיט שוועריגקייטן אז ער זאל זיך צורוקן נענטער צו אים, און ער האפט אזוי ארום מיט דאס קינד’ס קייטעלעך פרובירן צו דורכברעכן זיינע קייטן און אזוי ארום רעטן זיך מיט דאס קינד פון זייערע פאנגער.

דאס קליין קינד פארשטייט נישט וואס דער טאטע פארלאנגט, דער טאטע מעקעט און העקעט ווייזט מיטן אויג און מיטן גאנצן געבוי, אבער דאס קינד פארשטייט נאך אלס נישט.

עס ווילט זיך מיר אריין שפרינגען אין בילד און ארויסהעלפן אינעם האפענונגסלאזן מצב. אבער קען איך דען? עס איז נאר א בילד! שטיי איך אזוי פארקלערט און קוק זיך צו וויאזוי וועט זיך דא ענדיגן דער מצב.

דער טאטע זעהט נעבן זיין פלאץ א ליכטעלע און כדי צו מאכן דאס קינד וואכזאם און אים אהער שלעפן נאענט מאנעווירט דער טאטע אז דאס ליכטל זאל זיך איבערדרייען און דאס פייערל פאנגט אן צו פארשפרייטן רויך און א פייער גערוך. דאס קינד קוקט מיט פארצערטע אויגן און דערשראקענע בליקן אבער רירט זיך נישט פון פלאץ… ער ווייסט נישט וואס צו טון.

אינגעלע! שריי איך מיט נישט מענטשליכע כוחות. לויף אהין צו דיין טאטן! דערשטיק דאס פייערל און אזוי וועט דיין טאטע דיך קענען ראטעווען!

דער טאטע זעהט אז דער מצב איז האפענונגסלאז רוקט ער זיך צוביסעלעך און מיט שווערע מאנוווערן גיסט ער אויס דאס טעפעלע וואסער וואס ליגט נעבן אים און דאס פייערל לעשט זיך אויס. מיט פארטרערטע אויגן קוקט דער טאטע אויף זיין קומענדיגע אפציע ער דרייט זיך אויס און ווארפט זיך אום פון בענקל, ער האפט דאס קינד וועט נענטער קומען אים העלפן זיך אויפשטעלן. דאס קינד קוקט אין די ווייטעניש מיט פארווייטאגטע בליקן. ער לאזט טרערן אבער ווייסט נישט וואס ער קען טון צו העלפן! ער קען דען דעם גרויסן טאטן אויפשטעלן?

דער טאטע זעהט דעם מצב האט ער נישט קיין ברירה און רוקט זיך מיטן בענקל אהער און אהין און גיט דאס בענקעלע פון קינד א שאקל און ער פאלט צו דער זייט. דער טאטע האפט אז ביים פרובירן זיך אויפצושטעלן וועט ער געפאלן נענטער צו אים און אזוי ארום וועט ער קענען אויפברעכן די קייטעלעך. אבער… דאס קינד בלייבט ליגן פארקלערט! ער ווייסט נישט וואס צו טוהן! וואו שטעלט מען זיך אויף מיט געבינדענע הענט?

און. אזוי זעה איך איינס נאכן צווייטן דעם טאטן’ס עצות פאלן דורך! ביז ווען עס געלונגט דעם טאטן ארויסצושפייען די וואטע פון מויל און ער נעמט זיך זאגן:

קינד מיינס! וואס זעהסטו דען נישט? איך האב שוין געווינקען דיר מיט פייער און מיט וואסער! מיט אומווארפן דיך און אומווארפן מיך און נאך אזוינע אופנים וואס איך וואלט קיינמאל דיר נישט געוואלט טון! אבער וואס האב איך דען געוואלט? נאר זאלסט דיך רוקן א טראפעלע נענטער! איך זאל קענען ברעכן די קייטן.

גיב דיך א קליינטשיגע רוק און מיר וועלן זיין פריי!

קום א טראפיטשקע נענטער. און מיר וועלן זיין פריי!

און דאס בילד איז צוגאנגען פאר מיינע אויגן. איך פארשטיי שוין אלעס! דער טאטע ווינקט! ער מאנט! קינד מיינס רוק דיך א טראפעלע נענטער! לאמיך צוברעכן אונזערע קייטן! און וואס טוט דאס קינד? ער באדויערט דעם מצב אבער קען גארנישט מער טון ווי דעם.

טייערע ברודער א פייערל א ווינטעלע א משפט’ל אלעס זענען ווינקן דער פראבלעם איז נאר אז מיר מיינען אלס אז ס’איז א וואונק פאר “יענעם” רוקט אייך א טראפיטשקע נענטער וועט איר זעהן וועם דער ווינק מיינט!

זאל מיר שוין אלע געהאלפן ווערן מיט א שכל הישר און ברענגען די גאולה שלימה בקרוב אמן

Follow me on Twitter to get latest articles @zaltzvaser

Advertisements

One thought on “ווער איז יענער?

Leave a Reply

Please log in using one of these methods to post your comment:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Google+ photo

You are commenting using your Google+ account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s