גערעכט! גערעכט! איר זענט אלע גערעכט! איך האב אויסגעלאזט א גאנצע ארטיקל…

נאכן באשרייבן מיין וואקאציע אין ניו העמפשיר איז געקומען א פארלאנג צו שרייבן מער איבערן ביהמ”ד דארטן, וואס איך האב נישט געהעריג ערווענט אין מיין ארטיקל דעריבער וועל איך יעצט ענדיגן. כדי שלא יאמרו הבריות…

דער ביהמ”ד אין ניו העמפשיר אין בעטלעהעם איז א יחידה במינה, און נישט נאר איז עס היסטאריש, עס איז אויך אנטיקיש, איך מיין צו זאגן מען האט עס נאך קיינמאל נישט אפגרעידעד צו זיין א ביהמ”ד פון היינטיגן דור.

אריינקומענדיג, איך מיין ארויפגייענדיג די שטיגן (אדער אראפגייענדיג.. איר וועט שוין באלד פארשטיין) האב איך מיך אפגעשטעלט מיט שרעק און זיך אנגעכאפט מיט ביידע הענט אויף די האלצערנע פארשימלטע רעיל’ס ווייל איך האב געשפירט א דראנג זיך צו באשיצן פון א אומגעראכטענעם פלייט פון א טוץ מיט שטיגן, עס האט געשפירט ווי איך שפאציר אויף א האלץ וואס שווימט אין וואסער אן קיין ריכטונג. אבער נאכן זעהן ווי א בחור’ל לעבן מיר לויפט ארויף מיט איין אימפעט האב איך געזעהן אז די שרעק איז אומזיסט און זיך אנגעגארטלט מוהט און זיך דערזעהן אויפן פארטש.
פארטש האב איך געזאגט? נע! ענדערש א ריזיגע האלצערנע פייער סקעיפ, ווי ס’איז דא שיעפע טישן מיט אויסגעזיצענע בענק וואס זייערע קאלירן זאגן עדות אויף בעסערע צייטן.
איך שפאציר אריין אין ביהמ”ד און אזוי ווי איך פרוביר צו עפענען דעם טיר קלאפ איך מיך אן אין נאך א טיר וואס איז אזוי אויסגעשטעלט ווי א עמעזאן, כדי צו פארמישן די מוחות און איך בייג מיך איין ווייל אויב איז מען העכער 6 פוס קען מען אנדערש נישט אריינגיין, און איך שלייך מיך אריין אין פאדערצימער.

דער פאדער צימער: דא זעה איך שטיגן וואס אויב וואלט איך געהאט די גאטס צו פרובירן ארויף גיין וואלט איך עס געטון, אבער די פאביע וואס איך האב נאך פון די ערשטע שטיגן צוזאמען מיטן בילד וואס האט פאר מיינע אויגן זיך אנטפלעקט א רייע שטיגן אן קיין סדר פארדרייט און פארקרומט איינס גרעסער און צוויי קלענער האב איך מיך נישט געוואגט ארויף צו גיין.

פאר מיר ליגט א טישל וואס מ’פלעגט נוצן אין קינדערגארטן מיט די קליינע בענקעלעך, און אויב האט מען דעם טישל גענוצט אמאל אין קינדערגארטן איז עס געווען אין די צייטן פונעם רב הכולל, און אויף דעם טישל ליגט עקספייערטע קאווע און צוקער מיט מייענעיס, און קעטשאפ (דאס איז אויסער די קעטשאפ וואס ליגט ביי די ווינדאו, פון וואס אונז וועל מיר שפעטער רעדן) גראד דערנעבן איז דא א אלטמאדישער שאפע מיט לעדלעך וואס פארן אויף שטויב אנגעפילט מיט אלטע צוזאם געוויקלטע זילבער פעפער, גאר אלטע ראסטיגע בעטערי’ס און אמאליגע לייט באלפס, וכו’.
ארום און ארום איז באהאנגען מיט טאוולען ווי למשל: חמירא סכנתא מ’מוז באצאלן, בקשה מ’מוז באצאלן, אזהרה מ’מוז באצאלן, לייגט צו א פלייצע, מ’מוז באצאלן, לא תגנוב, מ’מוז באצאלן…. וכו’ אלעס ארום מ’מוז באצאלן בכל שום וחניכא דאית לי’ געבעטן ווארענונגען הסברים און סתם גוטע דזשאוק’ס ארום די נושא.

דער פרידזשעדער וואס ליגט דארט איז שוין יא מער א פארגעשריטענער, אנגעפולט מיט מעדני מלך, און געפרייזט מיט מחירי מלך, איך האב דארט געטראפן א ברוינפן גלעזל מיט לעבערלעך פאר מער ווי פיל עס קאסט א 6 פעק ביר’ס…

אויף דער זייט איז דא א בית הכסא ווי מען קען אריינגיין טאקע אבער אויב וויל מען זיין אויסגעדרייט דארף מען אריינבעקן, ווייל אינעווייניג איז נישט קיין קלער פון זיך דרייען. די כלים זענען פארגעשריטן ווייל עס קען פלאשן, אבער דאס איבריגע איז אלעס פונקט ווי עס איז געווען אינדערהיים…

איך שפאציר אריין אין ביהמ”ד און איך זעה א ריזיגע סטעידזש, און דערויף זיצט א איד הרב פנחס אלימלך ווייס, מיט א בלויע בעקעשע, און זיין ברילן אראפגעצויגן אויפן שפיץ נאז, און א ריזיגע קארדלעס טעלעפאן (די וואס עשירים האבן געהאט אין די 80ער יארן) מיט א אנטענע אין די האנט צוגענאגלט צום אויער מיט א דריי שטאקיגן פען וואס מאכט אים לופט פון די אנדערע זייט, ווייל די עיר קאנדישן אין ביהמ”ד איז פילייכט נישט געאייגנט פאר די קעפעסיטי.

איך שפאציר אריין אין פאליש. דער פאליש זעהט אויס ווי א האלץ קאמער אין חתם סופר’ס צייטן, און אינטער דעם איז דא א קליין קעכל גרויס ווי א לעכל, וואס איז אויסמאשטירט מיט פרידזשידער און אויוון פונקט ווי א נארמאלע קיטשן, נאר ווייל די כלים ארבעטן שוין נישט א לאנגע צייט ליגט אין פרידזשעדער ספרים וואס מ’דארף בינדן, און אויף די געז רענטש ליגט די קאפ’ס און פלעסטיג לעפלעך.

ווען איך בין ארויס פון פאליש האב איך פארגעסן זיך איינציבייגן, און מיין הוט, קאפל, גלעזער, און שיער נישט מיין קאפ זענען געפלויגן מיט קראפט צו דרום זייט, איך האב מיך ניטעמאל אויסגעדרייט קוקן ווער עס לאכט, נאר איין ליטוואק חצוף האט מיר געלאכט אין פנים אריין, וואס גייט מיך עס אן ער איז עניוועי נישט קיין חסיד.

איך זוך די מקוה, איך פרעג אפאר אידן, ביז איינער ווייזט מיר די קלארסטע דירעקציע’ס און איך נעם א ריכטונג צום מזרח וואנט! יא די מקוה איז אויף די מזרח זייט מיטן ארון קודש און 4 שטענדער’ס פאר אלע סארט רבנים, און א עקסטערע שטענדער וואס גיהער צו ר’ פנחס אלימלך אליינס.

פרעגט מיך נישט פארוואס די מקוה איז אויף מזרח צו דאס איז בכוונה צו שטראפן די שפעט קומער’ס אדער פשוט ווייל דער בויער האט געזוכט פלאץ אין ניו העמפשיר און עס איז אויסגעקומען פונקט דארט. וויאזוי עס זאל נאר נישט זיין ווען וועלט וואלט געווען וועלט וואלטן די רבנים געהייסן אז אין ניו העמפשיר זאל מען דאווענען אויף מערב זייט נישט עובר צו זיין אויף הלבנת פנים (פארשטייט זיך אז פנחס אלימלך’ס סטעידזש וואלט מען געמוזט רוקן)

איך בין שוין נעבן די טיר פון די מקוה, און איך זעה דריי באקסעס, איינס מיט אריגינעלע מקוה זייף, די צווייטע מיט קליינע כוסות שעמפו און די דריטע מיט שיין געפאקטע זייפלעך (עס האט מיך געמאכט טראכטן אז מ’האלט שוין אין 20סטן יאר הונדערט… וואס? אה ניין איך האב מיך טועה געווען ווייל אלעס אנדערש זעהט אויס ווי אין 18טן יאר הונדערט) דארט הענגט א צעטל בערך אזוי. זייף קאסט א דאללער שעמפו קאסט .75 סענט, און דאס איז א פריוואטע אונטערנעמונג גארנישט מיט מקוה געלט צו טון…. איך ווייס שוין נישט וועלכע קאסט און וועלכע נישט איך שטעל מיך פאר אז די סתם מקוה זייפל קאסט נישט און איך פארלאז מיך אויף מיינע עסאמפשן’ס איך נעם א האנטוך און נעם גרויסע טריט אריין אין מקוה. (מעלה: נישטא קיין טוירןסטייל טירן, קען זיין אז יא עס האט נאר נישט פלאץ צו ליגן ביי די מקוה…)

איך האב שנעל געטוישט צו קליינע טריט, ווייל מיט איין גרויסן טריט בין איך אדער אין וואסער אדער אין איינעם’ס העמד, איך שלייך מיך דורך צווישן פייפ’ס און מענטשן, און איך פאל ארויף אויף א שאקלדיגן באנק, יעדן’ס הוט פליט איך האב דאך נישט געמוזט וויסן אז די באנק שאקלט זיך, וואס ווילט איר פון מיר האבן. איך פאנג אן זיך צו גרייטן, איך וויל נישט אריין גיין אין גראפישע דיטעיל’ס אבער אנקומענדיג צום שויער האב איך געזעהן א צרה פאר די אויגן… אלס 6 פוסיגער אינגערמאן איז די קראן פון דעם שויער אויף א פאזיציע אז איך מוז אראפקוקן עס צו זעהן, עס האט מיר גענומען צייט צו טרעפן, און דערנאך אויסצוטרעפן וועלכע זייט מאכט הייס (לוילעך) און וועלכע זייט (אלע זייטן) איז קאלט. איך בייג זיך איין און דרייען און ענדיג שנעל אפ דעם מערכה, און מאך טריט צו דעם בור.

אוי דער בור, דער בור איז א ריכטיגער בור מיט אלע מפרשים, אין קורצן איז עס א גרויסע סאדע באטל אנגעפילט מיט שטיגן, עס זעהט אויס ווי מ’האט געסטארידזשט דארט שטיגן, און אזוי דארף מען קריכן אנצוקומען צו א ווינקל ווי עס איז דא גענוג וואסער צו מאכן די טבילה צוזאמען נישט ווי א מחט אויף די טרעפ (עיין מס’ מקואות).

איך קום ארויס איך פרוביר אנצוטון זיך אן דארפן נאס ווערן ווייל איינער טובל’ט זיך, און איך באמערק אז די פאטענטן זענען גארנישט אוועק צו מאכן, די אנכאפער’ס פון די מקוה ווי מ’כאפט אן אריינגייענדיג אין בור זענען גאר פייפ’ס וואס זיי פירן לכאורה דעם וואסער, און אויך זעה איך אז דארט ליגט א ריזיגע גארבעדזש קען אריינצולייגן האנטוכער, אבער עס איז פיל מיט בעל עגלה מיסט, און איך לויף ארויס פון מקוה מיט איין אטעם.
איך גיי נעמען א חסיד’יש ספר און זיך זעצן אויפן פארטש הנאה האבן פון די שיינע לופט. פארשטייט זיך א קאווע דארף איך אויך איך זוך די קאווע שטיבל. איך קום אן ווען איינער ווייזט מיר אז עס איז אויף די רעכטע זייט פון פארטש, איך וואלט געראטן פאר די באהערדע צו לייגן די אנכאפער’ס אויפן דאך אזוי ווי אויפן טרעין, ווי מ’כאפט זיך אן ווען די טרעין שאקלט, ווייל אויף דעם שיעפן פארטש אויב הייבט זיך פונקט איימיצער אויף פון די צווייטע זייט פארטש פון בענקל, וועגט אראפ מיין זייט און מ’כאפט א שאקל וואס קען זיין דעינדזשערעס.
שטייט דארט קליפ און קלאר אז די קאווע האט גארנישט מיט מקוה געלט, פריוואטע אינטערנעמונג (די צווייטע פריוואטע אונטערנעמונג אין וואס איך בלאנדזשע היינט אריין) און עס קאסט 75 סענט און נישט אויף בארג, מ’מוז באצאלן טבין ותקלין. פריידטס אייך נישט איך ווייס איר זענט העפפי אז א קאווע קאסט אזוי ווייניג אין די ווייטע ניו העמשיר. איך בין אויך געווען אבער ווען איך האב דעם קאווע שאל גענומען אין די הענט האב איך שוין געזעהן עס איז ווייט נישט קיין בארגעין.
אין די פייפעדיגע פרידזשעדער ליגט מילך, און נעבן דעם 3 פייפעדיגע קעסלעך, און ווען עס איז נישטא וואסער אין איינס איז גארנישט עס איז אודאי נישט דא אין די צווייטע אויך נישט. וכך הוה.
עכ”פ איך “ליג” מיט א חסידיש ספר האלב שיעף מיטן קאפ אויף פאראויס און האלט אן מיט איין הענט די קאווע עס זאל זיך נישט אויסגיסן צוליב די אומשטענדן, און מיט די אנדערע האנט די ספר זאל נישט אראפפליען פון שיעפן טיש, און פונקט דעמאלס באשליסט א אידל א ברייט ביינערדיגער דורך צו גיין דעם שמאלן פייער סקעיפ פארטש, און איך פלי מיט אלע מיינע חפיצים, און מיין קאווע ליגט שוין נענטער צום שכן’ס דירה ווי צו די ביהמ”ד.

אוי איז נאך דא אסאך צו שרייבן אבער פאר די וואס האבן געפרעגט איז דאס א התחלה. אויב ווילט איר איך זאל שרייבן וועגן די מאביל’ס און די פארקינג און די לעקטערלעך און די עירוב און די דאמפסטער און די גאנצע סטאר ווערטשאפט אין ביהמ”ד וועט איר מוזן בעטן שיין.

האט’ס מיר א גוטע נאכט.

Follow me on Twitter to get latest articles @zaltzvaser

Advertisements

Leave a Reply

Please log in using one of these methods to post your comment:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Google photo

You are commenting using your Google account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s