איך זיץ אויפן בענקל און טראכט… וואס קען מען שרייבן אויף אייוועלט?

שוין דורך די הייליגע טעג! תירוצים ביזן הימל פארוואס מ’קען נישט שרייבן! דערפרעסט בין איך ביז גאר עס קומען נישט אריין די קאמפלימענטן צו ערנערן דעם רייץ דערפאר, און איך ווייס דאך דעם אמת אז אויב נעם איך זיך נישט צום פעדער, וועט קיינמאל מער קיין קאמפלימענטן נישט קומען פון אייוועלט, אלזא איך מוז דאך עפעס טון דערצו.

נו וואס זאל איך טון אז איך שפיר מיך נישט ביכולת און פון די אנדערע זייט האב איך נאך אנעימ’ל יעדן טאג פארנעמט ער דעם אויבן אן און שרייבט מיט א גענזענעם פעדער, וואס די טינט איז עלעקטעראניש פארבינדן צום תהום פון טינט וואס ענדיגט זיך קיינמאל נישט און א מוח פון אייזן, איך קען דאך נישט צוריקבאקומען דעם אויבן אן אזוי.
פון די אנדערע זייט שאץ ווארפט אריין זיינע השקפות, און ס’גייט אים קנאפ אן צו איר נעמט אן זיין מיינונג צו נישט אבער א רודער דרייט ער אן אז עס גייט א רויך און ער גייט ווייטער זיך גרייטן צו זיין נעקסטע מבצע אין ביזנעס כאילו ער האט גארנישט אריינגעווארפן אויף אייוועלט, און די פלאטשקע איז עד לב השמים.

שפיר איך זיך פארלוירן בין ההרים והגבעות…

איז מיר איינגעפאלן א געניאלן איינפאל… איך וועל גיין שפאצירן אין א גרויסן צענטער ווי עס דרייען זיך בני אדם ווי ביי כפרות שלאגן, און איך וועל מיך שוין זיכער באגעגענען מיט איימיצן וואס זאל טריגערן מיין כעס אדער וואוילזיין אז איך זאל קענען דעריבער שרייבן אן לאנגס און ברייט’ס אן דעם וואס עס זאל זיך אנשטאלפערן אין די אייוועלט צענזור.

ווי גייט מען אבער? אין שאפינג צענטער אין קרית יואל! נע נישט גוט! דארט וויל איך נישט זיין די טעג אפילו מ’צאלט מיר א באגאדזש מיט געלט, די מענער דרייען זיך מיט צעטלעך און פרובירן אויסצולייענען דעם ענגליש וואס די ווייבער האבן פארגעשריבן, און די ווייבער שלעפן זיך מיט די פיצעלעך אויף די הענט און אויף די וועגעלעך, און די מאטי’ס ווייסע קאר’ן טרעפיקירן ביז ווימסב”ג, מיט די טראק’ס און טרעילער דעליווערי’ס פון די בעק פון די שאפינג צענטער, איך ווער כעס’יג נאך פאר איך קום אן… אהין גיי איך נישט!

ווי יא? איך בין דאך א קרית יואל’ער דעם סוד ווייסט איר דאך שוין. דארף איך זיך באגענוגן מיט פרובירן וואלערא געז סטעישן, דארט איז מיר גאנץ אינטערסאנט ווען עס איז דא פלאץ צו פארקן, הגם איך האב שוין דארט אויך אמאל פארלוירן שיער דעם באוואוסטזין ווען איינער האט געפארקט ביי א פאמפ פון געז און איך זעה ווי ער שטייט און לייענט א “די וואך” מיטן גרעסטן רואיגקייט ווען אינדרויסן פארמירט זיך א ליין מיט קאר’ס אינטער אים וואס ווארטן ער זאל ארויסקומען. אבער איך וועל נישט קוקן ביי די געז פאמפ’ס איך וועל מיך גראד שטעלן אין ווינקל און פון דארט אריינשפאצירן אין געשעפט פונקט ווי די קאסטומער’ס וואס ווילן “יא” קויפן עפעס, און אזוי ארום אפשר דערשפירן א גוט שטיקל פאר אן ארטיקל.
איר פרעגט וואס איך מיין קאסטומער’ס וואס ווילן “יא” קויפן? אה! סאררי פארן נישט זיין קלאר! געוויינליך קומט אן א ווען מיט אלע משפחה מיטגלידער אופן וועג פון קאנטרי אדער פון די מאונטעינ’ס פאר א שבת וכו’, און האלבע משפחה גייט צום ביה”כ און שטייט דארט אין די ליין ביז די קענדי’ס און די טאטע גייט אריין ביי די רעסטוראנט אפטיילונג ווי כאילו ער איז הונגעריג, און ער שמעקט אהער און שמעקט אהין ביז ער איינערקענט אז מיט אלע כוחות וועט ער יעצט נישט קענען אריינשטופן אפילו א פיקל אין האלז… (ער דערמאנט זיך הערשט אז ארויספארנדיג האט ס’ווייב פארפאקט א ריסעס פעקל ווי איינער וואס פארט קיין סיביר פאר 10 יאר, און ער האט נאר נישט דערשפירט ווי ער ליידיגט עס אפ אינטערוועגנס)
דאס אשת חבר’ל דרייט זיך ארום ביי די דעניש’עס און זוכט דייעטיק דענישע’ס אדער ראגעלעך וואס נעמען אראפ וואג.
און ווען אלע זענען פערטיג זעה איך ווי דער דרייווער/טאטע/אינגערמאן גיט אזא ציה מיטן נאז און א פארדרדיי די אויגן און באשלוסט אז “יא! ער קען אויך נוצן דעם ביה”כ” און געגאנגען….

דאס איז נאר איינער, און ווען דאס פאסירט מיט 6 7 אויף איינמאל, קענט איר זיך פארשטעלן אז והעיר “וואלערע” סמייטע…

אבער אז איך פאר לכתחילה פאר דזשורנאליסטישע ווערק דארף מען דאך האבן מסירות נפש, מאנכע פון מיינע קאלעגע רעפארטער’ס פארן דאך אויף אפגאניסטאן איראק איראן מיט מסירות נפש ממש, וועל איך פארן אויף וואלערא און פרובירן צו דערגיין עפעס גאססיפ.

היידא געפארן, איך צינד אן מיין קליינעם רעקארדער איך וויל דאך האלטן א פונקטליכן רעפארט. איך מאך א לינקס אויפן בריקל און איך בין אויפן געדרייטן ראוד און איך דריי זיך רעכטס.. איך האלט אפ טרעפיק פאר אפאר מינוט ביז איך קען אריבערקרויזן צום וואלעראו אידישע געז סטעישן.
איך שפאציר ארויס גראד אויס דעם רעקל און טוה אויס דעם הוטל און גרייט זיך אריינצומארשירן. אבער… איך שטעל זיך אפ… עפעס ציהט מיך צו איין ווינקל ווי מ’נעמט לופט פאר די רעדער. איך מאך מיך ווי איך רעד אויפן טעלעפאן ביזדערווייל רעד איך אריין אין מיין רעקארדער און איך שפאציר ווי איינער וואס ווייסט נישט ווי ער איז ווייל ער איז אינמיטן א ביזנעס דיעל אויפן טעלעפאן, און איך שפאציר נענטער צו זעהן וואס דארט גייט פאר.

נישט קיין עקסטער’ס א ליבאוויטשער אידל האט זיך פשוט אפגעשטעלט צו דאווענען מנחה און ער וואשט זיך די הענט צו מנחה מיט אנטי פריז… איך וועל אים שוין באלד פרעגן צו דאס איז אן ענין… אבער איך עדמייר זיין מסירות נפש פאר א מצוה. אז עס איז גארנישט מער אינטערסאנט וועל איך מיך אוועק דרייען, אבער ווען איך הער די קולות פון די קינדערלעך אין קאר ווינדער איך זיך ווי איז דאס ווייב, פארוואס נעמט זי נישט די זאך אין די האנט? אפשר גאר איז זי ניט מיט אים יעצט, איך קוק אהין און איך זעה אויף די אנדערע זייט קאר שטייט דאס ווייב און דאוונט… איך פארשטיי שוין, און איך שפאציר אוועק (ביטע נישט צענזורירן איר ווייסט נישט וועם איך מיין….)
איך וויל אריינגיין אין געשעפט אבער איך קען נישט עס שטייען 4 גרויסע ברייט ביינערדיגע אינגעלייט און דיסקוסירן עפעס מיט הויכע טענער… איך בין ווייטער אויפן רעקארדער טעלעפאן און איך מאך זיך ווי איך הער נישט, אבער איך הער יא… איך הער מ’שמועסט דארט איבער די דעבאטע פון דעם וויצע פרעזידענט און דעם קאנגרעסמאן רייען… אזוי ווי ביי אונז אין קרי’ איז דאך אינטערנעט פארבאטן, מיין איך אז די פאר וואס מוזן וויסן די נייעס טוען עס ביי וואלערא, האב איך דאך א געלעגנהייט צו הערן אומווילנדיג, איז דאך עס א שוגג אדער גאר א אונס, און ועד הצניעות האט דעגעגן גארנישט לכאורה… הער איך זיך צו, און דער שמועס גייט עפעסט אזוי.

ראובן: (איך קען נישט זיין עכטע נאמען, און די סימנים ווערן געהאלטן אין די רעדאקציע) ביידען האט געמאכט א סופער דזשאב… ער האט אים גוט אריינגעפליקט

שמעון: (כנ”ל) אריינגעפליקט? אריינגעשטיקט? די פארשטייסט נישט צו קיין פאליטיק, דארט איז נישט שיין ווען א ווייס פרעזידענט פליקט… ער דארף רעדן צו דער זאך און זיך מאכן דיפלאמאטיש און ער האט בכלל נישט געעקט דיפלאמאטיש ער האט זיך אויפגעפירט ווי מיין כיתה ב’ רבי…

לוי: דיין כיתה ב’ רבי? ר’ חיים? ער איז אזוי געווען?

שמעון: יא ער פלעגט אריינפליקן ווען איינער האט נישט געקענט.

ראובן: איך האלט שוין לאנג אז די מלמדים זענען נישט אין ארדענונג, נאך דערצו די מלחמה געליטענע וכו’ (בדרך אייוועלט עין ערך מנשה’לע)

לוי: אז די רעדסט שוין פון מלמדים, די ווייסט דען וואס א שלעכטער מלמד מיינט, איך וועל דיר ברענגען א דוגמא מיין כיתה ח’ רבי ער האט געווארפן אנגעצונדענע שוועבלעך אויף די קינדער וכו’…

ראובן: אוי דערמאנסט מיך גוט איך דארף גיין איינשרייבן די קינדער אין חדר… די ווייסט די רציחה פון די שכר לימוד איז אין לשער ווי קען מען בעטן אזויפיל געלט פאר א קינד? ווי גייט דאס געלט?

שמעון: נו! נעם פריוואטע מלמדים פאר דיינע קינדער

אקעי איך גיי ווייטער, עס איז נישטא קיין שטאף אין די קופקע צו רעפארטן, וועל מיר גיין ווי דער עולם פארמירט זיך ארום דעם קעכער צו בעטן עפעס א געבראטנס. אפשר וועט זיך דארט מאכן עפעס א טומל וואס מ’קען דערויף מאכן צימעס.

שטייט א אידל אין די הויכע 60ער יארן און איז פארקוקט אויף א קיילאכיגן טונא שניצל, און נעמט נישט אראפ די אויגן… אה! ער איז מיר שוין עפעס אינטערסאנט, ער זעהט עפעס וואס איך זעה נישט! אזוי מוז זיין! ווייל דער שניצל בשל עצמו איז נישט אזוי אינטערסאנט צו גלאצן דערויף אזוי לאנג…

עס גייען דורך 2 שטילע אנגעצויגענע מינוטן און ער הייבט אויף דעם קאפ און לאזט ארויס א שווערן אטעם און פרעגט: זאג נאר! וואס איז דאס???? (אנעים די ווייסט וואס איך מיין???)

דער סערווירער: וואס?

אידל: דאס!!!

סערווירער: וועלכע?

אידל: די אינטערשטע…

אה דאס? א טונא פאשיט…

אידל: א טונא פארוואס?

סערווירער: שניצל שניצל

אידל: אה! ענק פארקויפן נישט פליישיגס? עה?

סערווירער: ניין!

איך גיי מיר ווייטער עס זעהט נישט אויס איך האב דא וואס צו זוכן. אז איד זוכט א מאכל איז בכלל נישט אינטערסאנט, עס איז העכסט נארמאל, און אז ער ווייסט נישט אז מ’פארקויפט דא נישט פליישיג’ס? איז וואס? פרעגט ער! ס’איז נאר נארמאל אזוי!

איך גיי צום אנדערן חלק אין געשעפט און דא ענטפלעקט זיך א בילד וואס איך דארף שוין מיין רעקארדער צו טעלעפאנירן…. שטייט א אידעלע און מעסט אפ צוויי פעקלעך קרעקער’ס איינס נעבן צווייטן, ער דרייט אהער און ער דרייט אהין… ער קוקט אויפן סימבאל ער זוכט און נישטערט, לייגט זיי צוזאם און מעסט פון דערווייטנס און פון דער נאענט. און מיט רעזיגנירטע טריט גייט ער צום אויבן אן און וויל עפעס פרעגן…

איך שפאציר מיט, איך מוז הערן די איבעיא, אפשר קען איך העלפן….

זאג נאר וועלכע פון די צוויי איז א מזונות?

ביידע

די ווייסט אפשר דעם הכשר?

יא ביידע זענען וואלאווע איר קענט זעהן אויפן פעקל

ווער איז דאס דער וואלאווער? ער איז גוט זאגט מען?

יא זייער!

נו שוין

ער שפאצירט אוועק און נישט מער און נישט ווייניגער, ער לייגט ביידע צוריק, און דרייט זיך אויס צום פרידזשידער, און פאנגט אן צו וועלן ווילן וויילן א טרונק. און איך האב נישט קיין געדולד צו נאך אזא שפיל גיי איך ווייטער.

ביי די אייזקריעם פריזער שטייט א איד און לייענט א צייטונג, און ער דעקט עס איבער מיט א קליפבאורד מיט רעסיט’ס (ער זעהט אויס דערליווערט דא אהער זאכן און האט זיך אראפגענומען צייט צום לייענען. איך בלעים אים נישט ער ארבעט שווער) איך גיי נענטער צו זעהן וואס ער לייענט וווייל עס זעהט מיר אויס ער לייענט לינקס צו רעכטס און איך וויל נישט האבן אומזיסטע חשדות.

ווי נענטער איך קום (פארשטייט זיך מיט מיין רעקארדער טעלעפאן, ביזי ווי א קאקערוטש) רוקט זיך זיין קליפבאורד מער און מער, ביז ווען איך בין שוין דארט קען זיך דאכטן אז קיין צייטונג איז קיינמאל דא נישט געלעגן. איך ווער שוין מער נייגעריג, וואס באהאלט ער דארט?

אה! א שפאקטיוו! גוט אז ער באהאלט!

עניוועי, איך האב נישט געדולד זיך ארום צו דרייען אין די צייט וואס גארנישט ווערט נישט אינטערסאנט, און איך גיי ארויס דיסעפאוינטעד פונקט ווי ביים אריינקומען. איך וועל נישט קענען ריפארטן אויף אייוועלט גארנישט!!!

די איינציגע עצה צו מאכן דארט א שטיקל געפילדער וואלט געווען איך זאל ארויסלויפן אוםבאצאלט מיט עפעס, אבער דארט האלט איך נאך נישט….

מילא וואס זאל איך אייך זאגן? איר וועט מיר מוזן אנטשולדיגן און איך האף אז עווענטועל וועל איך יא באגעגענען א גוט שטיקל וואס זאל מיר אויפוועקן דעם פארשלאפענעם געדאנקען גאנג.

זייט מיר געזונט

Follow me on Twitter to get latest articles @zaltzvaser

Advertisements

Leave a Reply

Please log in using one of these methods to post your comment:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Google photo

You are commenting using your Google account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s