א גוט געבענטשט יאר אייך מיינע טייערע פריינט.

אין די הייליגע טעג בין איך זיך מונע פון עקסטערע תענוגים, ווי שרייבן… און אזוי האב איך מיך געפירט די לעצטע פאר וואכן ביז נעכטן נאכט, ווען איינער פון אונזערע טייערע חבירים אויפן וועלטל האט מיך דורך גוגל טאלק שטארק מתמרמר געווען אז דאס נישט שרייבן איז נישט אויסגעהאלטן. און ווי מער איך האב אריינגעקלערט האב איך איינגעזעהן אז ער איז גערעכט, עס איז לכאורה א בחינה ווי דער ענין פון בארגן א גארטל צום דאווענען פאר א צווייטן איד כאטש מ’האט נישט איינס פאר זיך, וויבאלד חסד איז דאורייתא און דער גארטל נישט.
מילא האב איך מיך צוזאם געקליבן און איך וויל מיט אייך מיטטיילן אביסל מיינע סליחות איבערלעבענישן:

ר’ מעכיל איז בעל תפילה ביי מיין מנין יעדן צופרי כמעט, און דערפאר רוף איך אים “מיין בעל תפילה” א שטייגער ווי מיין אינגעלע זאגט “מיין באס דרייווער” כאטש עס איז אינגאנצן נישט זיינס…
פון מיינע ווערטער (איך מיין נישט צו זאגן “מיינע ווערטער” עס איז פונקט אזוי אייערע ווערטער נאר איך נוץ עס יעצט…) קענט איר מיינען איך דאוון יעדן טאג אינעם זעלבן מנין, אבער ניין, עס איז ענדערש אז ר’ מעכיל דאוונט כמעט יעדן טאג אין “מיין מנין” (ווייטער איך רוף עס “מיין מנין” ווייל איך דאוון דארט)

עכ”פ ר’ מעכיל איז א עקספיריענסד בעל תפילה פאר סליחות, ער קען אלע אין’ס און אוט’ס פון דעם גאנצן פראצעדור, ער ווייסט וויאזוי מ’פאנגט אן און וויאזוי מ’ענדיגט, אבער מער פון אלעם ער קען אויך דעם גאנצן שפיל פון צוגיין צום עמוד, און נישט צו גיין, הולך ואינו הולך און פלוצלינג זיך טרעפן שטיין דארט און זיך שאקלען מיט אייפער.

ביי אונזערע מתפללים דרייט זיך א שמועה, אז ר’ מעכיל איז אזא מין עקספיריענסד בעל תפילה, אז צו סליחות האט ער א “אייגענעם געבארגטן טלית” אזוי ווייט גייט זיין באהאוונטקייט אין סליחות זאגעריי.

אנדערע זאגן אז ר’ מעכיל הערט סליחות טעיפ’ס א גאנצן יאר זיך צו צוגעוואוינען און אנדערע זאגן אז ער גאר מאכט די טעיפ’ס וכו’. אזוי דרייט זיך א קרעמל מיט אונזער ר’ מעכיל דער עקספיריענסט בעל תפילה.

פאנגט זיך אן מיין טאג, איך קום אן צו א מנין און שטעל זיך אוועק, איך פרוביר צו טרעפן א פלאץ אראפ צו לייגן מיין סליחות’ל (א פרשה פאר זיך איז וויאזוי מ’רופט עס, צו זאגט מען סליחות’ל אדער סליחה’לע, די מדקדקים זאגן קלאר עס איז א סליחות’ל, די רעדנער’ס ווילן ענדערש זאגן אז סליחה’לע ווייל עס איז באקוועמער, מ’מוז נישט עקסטער אריינאטעמען פארן לעצטן [אונטערשטן] למ”ד) און איך טרעף אז אויף די טיש ווי עס ליגן 300 פאר טלית און תפילין’ס אנגעווארפן פון אלע סליחות זאגער’ס איז דא א טפח פון טלית בייטל ווי מיין סליחות’ל פאסט זיך אריין און איך קען עס אראפלייגן צו קענען אנדרייען דעם גארטל (פרעגט מיך נישט פארוואס איך דריי נישט אן דעם גארטל פאר איך נעם ארויס דעם סליחות’ל פון בייטל, איך טראכט אויך דערפון יעדן טאג, אבער למעשה איז דער פאקט אז איך דערמאן מיך פונעם גארטל הערשט ווען איך האלט שוין אויפגעמישט דעם יום הסליחה און איך פלאג מיך צוזאם [כפרת עונות])

אמאל אמאל נעם איך דעם סליחה און איך פרוביר אים צו האלטן מיט די מארדע אזוי אונטערן בארד איינגעבויגן דעם קאפ, און אזוי שטיי איך אינמיטן און דריי דעם גארטל, איך זעה נאר פוסעלעך דורכגיין נעבן מיר איך קען נישט זעהן ווער זיי זענען, אמער איך בין דאך איינגעבויגן אין צווייען צו האלטן מיין סליחות. און פונקט דעמאלס וואקט אריבער מיין חבר אנשיל, און ער גריסט מיך א העפליכן גוט מארגן, און איך מוז דאך למען השלום לאזן דעם גארטל זיך צוריק אויפדרייען און די סליחה פליהט אראפ מיט א קראפט אויפן אויגעמישטן בלאט, אלעס ווייל איך דארף דאך ענטפערן “גוט מארגן גוט יאר” און איך האב עפעס מורא אז אויב איך וועל נישט זעהן וועם איך ענטפער וועט עס זיין צו קאלט אדער ווארים פארן מצב… און עודך איך פאנג אן פון אל”ף אבער דאס מאל לייג איך שוין דעם סליחה’לע ערגעץ מער סעיף.

שוין! די גארטל אנגעדרייט, די סליחה אין די הענט גרייט, און מ’ווארט און ווארט און מ’שטייט, ווער צום ברעטל גייט? יעדער קוקט אויף מעכיל! פארוואס מ’קוקט אויף אים און נישט אויף מיר ווייס איך נישט אבער מעכיל מאכט זיך דעמאלס ווי ער האלט פונקט אינמיטן א “לאנגע” קאפיטל תהלים, נישט ווי זיין שטייגער צו זאגן תהלים פאר סליחות נאר ווען ער האט א הו”א אז מ’גייט אים אפשר צושיקן צום עמוד. און ער זיצט מיט די אויגן טיעף אריינגעגראבן אינעם תהלימ’ל און ווארט אז די דעלעגאציע זאל זיך בעטן ביי אים.

קיין אנדערע ברירה איז נישטא און מ’נעמט זיך מעקענען “מעכיל אפשר גייסטו צו צום ברעטל?” מעכל גיט א שפרונג אויף ווי איינער וואס ועוקט זיך אויף פון א טיעפן התבוננות און ווייסט גארנישט אז מ’זוכט יעצט א בעל תפילה, און ער נעמט זיך ארום קוקן און פאנגט אן צו ווייזן מיטן פינגער אויף אנדערע, מיט זיין אומשולדיגן שמייכל, אפשר גייט צו ר’ יענקל? אדער ר’ זרח? פרעגט ער אזוי האלב שעמעוודיג ווי איינער וואס וויל פשוט טרעפן א לעזונג צום געטראפענעם מצב. (אינטערסאנט איז אז ער וועט אלס אנווייזן אויף די יעניגע אויף וועם עס איז נישטא קיין שום שאנס זיי זאלן אננעמען דעם אפפער)

איך רעד שוין נישט פון די טעג ווען מעכל איז גאר דער וואס זוכט דעם בעל תפילה און ער לויפט ארום צו די קליינע בחור’לעך וואס ער ווייסט אז זיי זענען דערשראקן פון דעם עצם רעיון פון סליחות זאגן כ”ש וכ”ש בן בנו של ק”ו פון דאס זאגן פארן עמוד. עס האט זיך שוין יא אמאל געמאכט אז א בחור’ל האט אנגענומען דעם אפפער האט זיך מעכיל גענומען הויך מסופק זיין צו א בחור’ל מעג בכלל זאגן סליחות פארן עמוד, און ערשט נאכדעם האט ער אים זיגרייך געפרעגט “זאג נאר בחור’ל די קענסט דעם ניגון פונעם פזמון?” בקיצור ער האט געמענעדזשט צו באקומען דעם ברעטל יענעם טאג אויך (איך פארשטיי אים: סליחות איז נאר איינמאל א יאר, ווער וויל פארפאסן אזא גאלדענעם געלעגנהייט)

מ’פאנגט שוין אן “אשרי יושבי ביתך” און ערגעץ בערך ביי הדר כבוד דרייט זיך מעכיל אלס ארום צו זעהן אויב ס’איז דא מנין אפשר? (נע! ער האט דאך געזעהן אז 30 מענטשן ווארטן אויף א בעל תפילה) אפשר האט ער מורא איינער האט נישט געזעהן ווער עס איז צוגעגאנגען? (נע! יענער וועט אים דאך קענען זעהן ווען מ’ענדיגט) ער האט זיכער מורא אז די וואס לויפן אוועק גלייך נאך שמע קולנו וועלן אים נישט געהעריג באמערקן! (דאס קען שוין זיין, אויב וויל איך דן זיין לכף זכות) און אזוי דרייט ער זיך ארום און פאנגט אן צו חזנות’ן מיט אימפעט.

מעכיל האט א מנהג אז ער לייגט אראפ זיין סעל פאון נעבן אים ווען ער דאוונט פאר סליחות, עס קען זיין אז ער וויל פשוט זיין אין צייט און דאס איז זיין פונקטליכער זייגער, אדער האב איך א חשד אז ער וויל נישט מ’זאל מיינען אז ער איז בעל תפילה ווייל ער האט עפעס איבריג צייט, ער איז א פארנומענער מענטש נאר פשוט ווייל במקום שאין איש . . . .

פאר מ’ענדיגט דעם לאנגן שטיקל (וויאזוי הייבט זיך עס נאר אן?) יעדער איז שוין שטיל, און מ’ווארט מיט אנגסט אנצוהייבן דעם נעקסטן (מיט א פשוט’ן חשבון אז כדי צו ענדיגן מוז מען קודם אנהייבן) און עס איז שא שטיל, מעכיל איז פארטיעפט, ער זאגט בכוונה, און ער איז חושש אויף געוויסע ווערטער אז ער האט עס נישט קלאר ארויסגעזאגט זאגט ער איבער ביז ער איז קלאר אז ער האט עס גוט ארויסגעברענגט, א קלייניקייט ער איז א שליח ציבור…

און אזוי ציהט זיך אונזער סליחות זאגעריי יעדן טאג און מעכיל ענדיגט מיט א קרעכץ און א בליק אויפן טעלעפאן און א שנעלן טע טע טע (ווי איינער וואס קאמפלעינט) און ער לויפט כאפן א מנין שחרית…

(פאר איך ענדיג מיינע שורות וויל איך קלאר שטעלן: איך האב שוין אמאל ארויף געלייגט אן ארטיקל איבער א נושא וואס די רעדאקציע האט אראפגענומען, זאגנדיג אז מאנכע האבן קאמפלעינט אז איך מיין איינעם פערזענליך, כאטש וואס יעדער פארשטייט אז די אלע זאכן וואס “זאלץ וואסער” שרייבט מיינט נישט קיינעם פערזענליך נאר ע”פ רוב באציה איך מיך צו טאגטעגליכע ערשיינונגען צו וואס מיר אלע קענען זיך אמאל רילעיטן. דעריבער מיינע טייערע, אויב מיינט איר אז איר ווייסט וועם איך מיין, זאג איך אייך אז איר ווייסט נישט, נאר איר האט דעם זעלבן בעל תפילה, דאס איז נישט ער פון וועם איך רעד, והא ראי’ ער הייסט נישט מעכיל…)

דעם ארטיקל האב איך געשריבן אויפן פארלאנג פון מיין טייערן חבר “מייקראסאפט”

Follow me on Twitter to get latest articles @zaltzvaser

Advertisements

Leave a Reply

Please log in using one of these methods to post your comment:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Google+ photo

You are commenting using your Google+ account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s