ווען איך בין געווען א קינד פלעגן מיינע מלמדים זיך כסדר. אויסדרוקן מיט דעם אויסדרוק: אוי! ווי מיר בענקען זיך צו די קינדערישע יארן. קינדערלעך איר זאלט אויסנוצן די צייט, עס וועט קומען אמאל ווען איר וועט זיך אזוי בענקען צו די טעג! וכו’.

זייענדיג א קינד און ווארטנדיג עס זאל שוין ווערן ריסעס אדער לאנטש, (קיקיון: מ’זאגט דאס אין אידיש פאזע אדער מיטאג?) און אז פון זונטאג זאל ווערן פרייטאג (א האלבען טאג חדר) האב איך נישט געקענט פארשטיין ווען איך וועל זיך אמאל בענקען צו זיצן אויף א הארטן בענקל און שוויצן אז די צייט זאל דורך גיין, און ווארטן דער פארהערער זאל ענדיגן דעם פארהער, אדער דער מנהל ענדיגן אויפפאטשן מיין חבר, אדער אז דער מלמד זאל אראפנעמען זיינע שטרענגע בליקן ווען איך טייטל נישט וכהנה.

איך בין עלטער געווארן און אריין אין ישיבה, און עודך זאגן די מגי”ש און ראשי ישיבה דעם זעלבן פזמון: איי איי איי די בחורישע יארן, שמח בחור וכו’. און איך שטיי און לאך פון זיי, יא יא א שיינע מעשה, ווער בענקט זיך צו זיין אין ישיבה און ווארטן א חתן צו ווערן, און זיך דרייען מיט א פארקניפטן גארטל אויסצוזעהן איידל, און זיצן ביי פארהערן, ארויסנעמען א קארטל צו קענען גיין צו לאנטש (פאר די וואס געדענקען נאך) אא”וו.

דער אויבערשטער האט געהאלפן איך האב ב”ה חתונה געהאט און דער רעדל האט אנגעהויבן פארן אויף א העכערן ספיד, און אומוויסנדיג און אומבאמערקנדיג האט די צייט אנגעהויבן צו פליען ווי א פייל פון א בויגן, און איידער איך האב געענדיגט מאכן די ערשטע עטיפה נאך די חתונה, האב איך מיך ב”ה ארום געזעהן א מטופל בבני און לויפנדיג צו אין פון די ארבעט יעדן טאג.

אבער… אלס כולל אינגערמאן האב איך נאך אלס געווארט יעדן טאג עס זאל ווערן צוויי אזייגער פאר לאנטש און 6 אזייגער אהיים צוגיין וכו’. און אזוי איז צייט געפלויגן. און אויב האב איך געמאכט א חשבון אז עס איז מאנטאג איז שוין א מינוט נאכדעם געווען דינסטאג און מיטוואך וכו’.

איך שטיי און שאקל זיך מיט א בעכער און איך מאך קידוש הויך אויפן קול און איידער איך זעץ מיך אנידער האלט איך שוין ביים נעמען מצות פון די הבדלה וויין, און ווי נאר איך דאוון פרייטאג ווען מ’דארף נישט זאגן תחנון, איז שוין מאנטאג ווען מ’זאגט תחנון מלא, איך עס פרישטאג און עס איז שוין נאכטמאל, איך גיי ארויף צו מיין שטוב און איך בין שוין אויפן וועג אראפ. און אזוי פליהט די צייט מיט אימפעט.

זיץ איך און איך טראכט… בענק איך זיך יא צו די אמאליגע יארן? בין איך אויך אזוי פארבענקט צו די בחורישע יארן? און אזוי טראכטנדיג זעה איך אז “יא! זיי האבן נישט שלעכט געזאגט! עס בענקט זיך” נישט ווייל היינט איז שלעכט ח”ו נאר ווייל דער אמאל איז אייביג זיס!

איך האב נישט געקענט פארשטיין פארוואס איז דער אמאל אלס זיסער ווי דער אנוועזנהייט פונעם היינט? ביז איך בין געקומען צו א טיעפע קאנקלוזיע (אליעזר עפשטיין דזשארגאן!) והנה:

אויב היינט וואלט איך געוואוסט וואס מארגן וועט זיין! אויב היינט וואלט איך געוויסט ווען מיינע חובות וועלן זיין אפגעצאלט! אויב היינט וואלט איך געוואוסט וויאזוי מיינע קינדער וועלן אויסזעהן אין א יאר פון היינט! אויב היינט וואלט איך געוואוסט וויאזוי איך גיי מצליח זיין אין די געשעפטן 5 יאר פון היינט! וואלט איך דאך אסאך מער הנאה געהאט פונעם היינט, וויסנדיג וויאזוי צו ערווארטן דעם עתיד.

איז דאך דער גאנצער פראבלעם נאר אז היינט ווייס איך נאר וואס נעכטן איז געווען, און איך שפיר עס איז שוין נישט רעלעוואנט פאר היינט, און אלס וואס באדערט מיך היינט איז נאר אז איך ווייס נישט וויאזוי עס וועט זיך אויסשפילן די היינטיגע (איינגערעדטע) פראבלעמען. פארשטיי איך שוין פארוואס אלס איז דער נעכטן זיסער ווי דער היינט.
קומט דאך אויס אז עס איז בידי זיך צופרידנצושטעלן, מיטן געדענקען אז מארגן וועל איך בעזר ד’ יתברך זעהן וואס מיט די היינטיגע דילעמא’ס זענען געווארן, נו ווי יאג איך מיך? וואס קען איך נישט רואיג הנאה האבן פונעם היינט און העכסטנס געוואויר ווערן מארגן פארוואס עס איז אזוי גוט? פארוואס רעד איך מיך היינט איין אז איך בין דער וואס פירט דעם כדור העולם און איך בין אחראי אויף אלע פראבלעמען און אויב איך ווייס נישט וויאזוי צו באהאנדלען די פראבלעמען וועט די וועלט אינטערגיין?

איז דען נישט צייט צו הנאה האבן פונעם היינט אזוי אז עס זאל זיין זיסער אויף די מינוט?

איז דען נישט צייט צו געדענקען אז “העבר אין, ועתיד עדיין, והוה כהרף עין?”

ממילא מיינע טייערע פריינט דא איז א שטיקל עצה פון א גוטן פריינט אייער’ס: Enjoy the moment טוט וואס איר דארפט טון ברוחניות ובגשמיות און האט הנאה צו די פולסטן, און זארגט אייך נישט אויף ד’ ברוך הוא, ער וועט שוין קער נעמען פון די איבריגע.

איר זאגט דער באשעפער העלפט? איך זאג דער באשעפער טוט דאס “גאנצע” זארגט אייך נישט אויף אים ער האט געפירט די וועלט ביז היינט און פאר די וועלט איז באשאפן געווארן ער איז הי’ הוה ויהי’ און אונזערע דאגות העלפן אים נישט צו פירן זיין וועלטל.

מארגן וועט איר זיך בענקען צום היינט! פארפאסט דאס נישט!

Follow me on Twitter to get latest articles @zaltzvaser

Advertisements

Leave a Reply

Please log in using one of these methods to post your comment:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Google+ photo

You are commenting using your Google+ account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s