ווי ווייט מיר זענען פונעם אמאליגן אייוועלט

ה’ חוקת תתע”ב

היינט צו טאג ווען די גאנצע וועלט איז א אייוועלט איז שווער צו דערמאנען אז ווען אונזערע אור עלטערן האבן געגרינדעט א איי וועלט איז עס געווען א וועב זייטל וואס ערליכע אידן האבן געעפנט ווייל דער מצב הדור איז געווען אנגעצויגן איבער דעם נייעם פינסטערן יצר הרע פון אינטערנעט וואס אין יענער צייט האט אויסגעזעהן ווי דאס גייט ח”ו פארפינסטערן דעם אויסזעהן פון כלל ישראל, מיט די אלע נסיונות וואס עס האט דעמאלס מיטגעברענגט.
דאן איז נאך נישט געווען די אלע געזעצן וואס דער נייער פרעזידענט סאדאם באראק כוסעין אכמאדאנידזשאד האט ארויף געלייגט אויפן צענזור און די אינטערנעט איז נאך געווען א פרייע וועלט, עס פלעגן זיין וועבזייטלעך וואס זענען פיל געווען מיט שמוץ און ווי די אמאליגע קול קורא’ס זענען מעיד, איז אפילו געווען א מעגליכקייט צו זעהן בילדער אויף דעם אינטערנעט. (מיר וועלן נאך באריכות שרייבן וויאזוי די אינטערנעט פלעגט ארבעטן, און וואס הייסט “אויף” די אינטערנעט…)
אין יענער צייט ווען איימיצער האט געוואלט קויפן א אייפעד (דאס איז א אלטמאדישע ווערסיע פון דעם היינטיגן פראפעד, עס האט נאך געארבעט אויף א שטיק חומר און מ’האט דאס געמוזט אלס מיטשלעפן מיט זיך, מען האט דאס נישט געקענט סתם אזוי ארויף שמירן אויף די האנט און נוצן) האט ער געקענט ארויף גיין אויף דעם אינטערנעט (אזוי האט מען עס דעמאלס גערופן ווייל מ’איז נישט אלס ארום געגאנגען אין די ווינטערנעט אזוי ווי היינט, מ’האט געמוזט ארויף גיין דורך טרעפן א קאמפיוטער וואס איז אויך געווען א כלי פאר זיך און עס איז נישט געווען אריינגעבויט אין די אויגן ווי היינט, און דערנאך האט מען געמוזט אריינטייפן ווערטער דורך א קיבארד וואס האט אויסגעזעהן ווי די היינטיגע חלה דעקלעך נאר עס האט געהאט קנעפלעך, און אזוי האט דער גולם קאמפיוטער געוויסט וואס מ’וויל, און אויב האט איינער נישט געוואוסט וויאזוי דאס צו טון אדער אויב האט ער נישט געהאט קיין קאמפיוטער האט ער געמוזט מיט די פוס גיין קויפן, עס פלעגן זיין געשעפטן דאס איז אזוי ווי פלעצער ווי למשל א ביהמ”ד און מיט די אייגענע הענט געמוזט זוכן און קויפן אא”וו) און דארט האט ער געזעהן א בילד פון די כלי און אזוי געוואוסט וואס ער קויפט.
דעריבער ווען די דעמאלסדיגע אייוועלט אייגענטומער האבן געוואלט מונע זיין אידישע קינדער פון קלעטערן אין אומאיידעלע זייטן האבן זיי געגרינדעט דעם אייוועלט און דארט האבן אידישע לייט געשריבן און געשמועסט אזוי ווי מיר טוען היינט צו טאג דורך רעדן אין די פינגער’ס, און אזוי ארום האבן זיי געהאט גרויסע זכותים.
עס איז וויכטיג צו באטאנען אז די אמאליגע אידן פלעגן זיך פלאגן פאר פרנסה פאר קאמפיוניזם איז צוריק אויפגעשטיגן און נישט אזוי ווי היינט אז דאס עסן וואקסט אין שטוב, עס פלעגט זיין א גאנצע מערכה, דהיינו: דער ראש המשפחה, וואס דעמאלס איז עס נאך געווען דער טאטע, פלעגט גיין ארבעטן, דאס האט געקענט מיינען זיין א מלמד, (אמאל פלעגט א מלמד לערנען מיט די קינדער אין א חדר, דאס איז געווען א שטוב אין א בנין ווי די קינדער זענען יעדן טאג געקומען מיט א באס – א שטייגער ווי די היינטיגע אי-טראלי’ס נאר עס איז געווארן מאנעווירט דורך א דרייווער וואס האט זייער געמוזט זיך אנשטרענגען צו היטן נישט צו אריינקראכן אין קיין מענטשן, עס האט נישט געקענט אליינס מבחין זיין ווי צו פארן- און דער דרייווער פלעגט אליינס אויך דאס טון פאר פרנסה, דהיינו סוף וואך האט ער באקומען געלט פאר די ארבעט פון פירן די קינדער) איינער איז געווען א משמש אין שול (ער פלעגט צוזאם נעמען געלט, מ’פלעגט נאך נוצן הארטע וואלוטע נישט אי-מאני, און ווער עס האט נישט געהאט גענוג איז דאן גערופן געווארן א ארימאן, ער פלעגט אויך אויסרופן מיט זיין אייגענע קול די עליות עס פלעגט זיך נישט רוקן דער באלעמער אויטאמאטיש צום עולה לתורה, דער עולה האט געמוזט אהין גיין צום באלעמער וואס איז געווען א פשוט שטיק האלץ –לאכט נישט מ’פלעגט דאס אפילו פארבן און טוישן כסדר) א בוטשער (פלעגט פארקויפן פלייש, מ’פלעגט דאס עסן געהעריג אן קיין געוויסן ביסן, נישט ווי היינט ווען מ’לעבט אויף די אריינגעבויטע אי-ווייטעמינען) א גראסערי מאן (פלעגט פארקויפן עסנווארג, מ’פלעגט נישט באקומען פון די גאווערמענט, נאר ווער עס איז געווען ארים האט געקענט באקומען געלט פון די גאווערמענט צו קויפן עסן) און ער פלעגט עס קויפן פון דיסטריביוטאר’ס (דאס זענען געווען די מענטשן וואס האבן צוזאם געקליבן דאס עסן און דאס געברענגט מיט טראק’ס – ריזיגע פארעדיגע טראלי’ס מיט פלאץ פאר חפצים- צו די געשעפטן)
אזוי האט מען געדארפט ארבעטן פאר געלט, און ווען מ’פלעגט אהיים קומען געוויינליך נאך א טאג שווערע ארבעט (איבערן טאג איז קיין נארמאלער מענטש נישט געווען אינדערהיים, ווער עס האט נישט געארבעט האט זיך כאטש געמאכט ביזי, אדער געלערנט) און מ’פלעגט זיין מיט די ווייב און קינדערלעך פאר א קורצע שעה צוויי, און דערנאך פלעגט ווערן נאכט, און מ’איז געגאנגען שלאפן.
צופרי פלעגט מען דארפן ווידער גיין איינקויפן עסן אא”וו חוזר חלילה, און אזוי האט מען געארבעט ביז מ’איז פאררופן געווארן צום בי”ד של מעלה און דאס לעבן איז אזוי אנגעגאנגען.
פארן יונגן דור איז שווער צו טראכטן, אבער מ’פלעגט זיך אמאל פארשמירן די הענט מיט ארבעט, און אפילו די וואס האבן נישט אזוי שווער געארבעט פלעגן אויך האבן שוועריגקייטן.
ווען מ’וואלט אמאל פארציילט פאר איינעם אז אנצוקומען פון ניו יארק צו לאנדאן וועט נעמען 10 מינוט דורך אריינגיין אין א סארט בודקעלע און זאגן\טראכטן ווי מ’וויל אנקומען און ארויסשפאצירן אין לאנדאן, וואלט יענער אייך אריינגעפירט אין שפיטאל. (א פלאץ ווי מ’פלעגט אמאל פלאצירן קראנקע, אזוי ווי די היינטיגע שפיט-האטעל’ס)
ווען מ’וואלט אמאל פארציילט פאר איינעם אז צו רעדן צו איינעם וואס וואוינט נישט נאענט האט מען נישט געדארפט נעמען א טעלעפאן און דרוקן נומערן נאר מ’קען אויף די אייגענע האנט אריינרעדן און מיט די פינגער’ס אויסמאלן יענעם’ס נאמען און אזוי באקומען א קאנעקשאן, וואלט ער אייך אריינגעפירט אין שפיטאל.
ווען מ’וואלט אמאל פארציילט פאר איינעם אז קינדער וועלן לערנען דורך זייער היים באזירטע ווינטערנעט און נישט דארפן זיך ארום קריגן מיט חבירים אדער מלמדים, און אז דאס לערנען וועט ווערן אריינגעלייגט אין קאפ דורך א טשיפ אין די אויער, וואלט מען אייך אריינגעפירט אין שפיטאל.
ווען מ’וואלט אמאל פארציילט אז צו פליען קיין טיילאנד האט מען נאר געדארפט ארויסנעמען א פאר דיספאזעבל פליגלען פון טאש און היידא געפלויגן וואלט מען אייך אריינגעפירט אין שפיטאל.
יא! עס איז א וועלט, און מיר דארפן וויסן און געדענקען אז אמאל האט מען זיך געפלאגט פארן לעבן.
אמאל ווען איינער האט געוואלט שיקן א מעסעדזש פלעגט זיין אפאר וועגן: ער פלעגט קענען קאלן (דאס מיינט אריינרעדן אין אגולם און יענער דארף פונקט וועלן הערן פון א צווייטן גולם – מיר האבן שוין געשריבן באריכות אינעם צייטונג פרשת עקב תתס”א קוקט נאך אין די ארכיוון אויף אייער ווינטערנעט) אדער האט ער געקענט טעקסטן, דאס האט געמיינט מ’האט אין א גולם’ל אריינגעטייפט, און עס איז אנגעקומען א שריפט צום באקומער און יענער האט דאס געקענט אדער לייענען אדער אויסמעקן, אדער ענטפערן אדער נישט. און נאך אסאך אזוינע אומבאלומפערטע וועגן פון קאמיוניקאציע.
ווער האט געקלערט יענער צייט אז מ’וועט זיך מעסעדזשן מיט מחשבה? און אז מ’וועט זיך זעהן לעבעדיג אן קיין גולם פארנט פון די אויגן?
דעריבער איז צייט פאר אונז צו טראכן וואס וועלן אונזערע קינדער און אייניקלעך האבן, און וויאזוי מיר קענען זיכער מאכן אז זיי זאלן זיך נישט מאדערניזירן ח”ו, ווייל מיר זעהן דאך אז די דורות פאלן….
ביז דא אויסצוגן פון א צייטונג (נישט פונקטליך ציטירט)
**********************************************************************************************************************************************************

און טייערע פריינט פירט מיך נישט אריין אין שפיטאל, מיין דמיון איז אפשר נישט אזוי אקוראט, און איך קען נישט אויפקומען מיט יעדע משוגעת, אבער יו געט די פאוינט..

Follow me on Twitter to get latest articles @zaltzvaser

Leave a comment