תפילין לייגן סאמעטוכע

די מעשה גייט שוין צוריק א לאנגע צייט, אבער איז נאך אלס פעליג.

איך האף אז דער וואס דארף לייענען דעם ארטיקל זאל עס לייענען.

איך קום אריין אין ביהמ”ד (איך פלעג דאווענען אין א קליין שולעכל ווי מ’פלעגט איבערלאזן די טלית בייטלעך אויף א באשטימט פלאץ אזוי אז מ’האט נישט געברויכט יעדן טאג ברענגען, און דאס איז גרינגער געווען פאר די ארבייטער’ס וואס מוזן תיכף נאכן דאווענען גיין אין די ארבעט, אז די תפילין זאל נישט דארפן מיטוואנדערן.

איין טאג קום איך אריין און מיט איין אטעם לויף איך כאפן מיין טו”ת, ווייל איך דארף נאך כאפן אסאך זאכן פאר איך ענדיג דאווענען. כאפן: א מקוה, כאפן: א קאווע, כאפן: א מנין, און אמאל אמאל כאפן: א דאוון… און איך שטרעק אויס מיין האנט ווי בתי’ צו כאפן מיין טלית בייטל. והילד איננו… דער בייטל ליגט נישט דארט. מיין מוח פארטראגט נישט קיין סורפרייזעס אזוי ווי די, און איך גיי אריין אין הייפער מאוד, איך זוך מיט לעכט מיין טלית בייטל (נישט עכטע לעכט…) און איך דריי איבער דעם ביהמ”ד צו טרעפן ווי עס קען זיין, איך שפעקוליר, אפשר האב איך עס ערגעץ אנדערש געלייגט, אפשר האב איך עס אהיים געטראגן, איך געדענק זיכער אז נישט…

ביז ענדליך טרעף איך מיין טלית בייטל ליגן שיין אויף א טיש צווישן די דאווענער’ס און איך אטעם אפ, איך נעם ארום דעם בייטל ווי עס איז דער גרעסטער אוצר, איך בין דאך געווען אזוי נערוועז… איך שטעל אים אנידער אויף מיין מקום קבוע און הייב אן “ברכי נפשי” מיט א הויכע זינגעדיגע מעלאדיע (ווען איך בין גוט אויפגעלייגט טוה איך אזוי, ווען נישט זאג איך עס שטיל אז קיינער זאל נישט הערן ווי איך כיפער…) און מיט מיינע צוגעוואוינטע הענט צום רוטין וויל איך כאפן די ציצית און אנהייבן פליקן ביי די זייטן, אבער די ציצית איז נישטא. איך וועק מיך אויף פון חלום, (איך מיין צו זאגן פון ניוטרעל מאד ווען אלעס פארט ווי געוואוינט) און איך זוך די ציצית, און איך באמערק עס איז דא אלע ציצית נאר זיי ליגן אויף די אנדערע זייט ווי איך בין געוויינליך געוואוינט, נו! נישט קיין פראבלעם איך קען דערגרייכן אהין אויך איך געב א כאפ די ציצית פליק אהער פליק אהין, און איך וויקל מיך איין אינעם טלית און הייב אן מה יקר… איך שפיר א ווארימקייט אינעם טלית ווי למשל איך לייג היינט דעם צווייטן מאל טלית און תפילין…

… איך כאפ שוין ענדליך אז איך בין א קרבן פון א “אנאנימער שואל” וואס האט היינט אנגעטון אויפן קרקפתא מיין טלית און תפילין. (איך בין א שטיקל ת”ח אין די זייט אויך: עס איז א גאנצע שאלה אויב ער האט יוצא געווען, עס איז דא דיעות לכאן ולכאן, אבער אזויפיל איז זיכער אז אויב דער בעל הבית איז אים מוחל האט ער ענדערש יוצא געווען. נו וואס זאל איך דען נישט טון א יוד זאל נישט זיין קיין קרקפתא דלא מנח… איך בין אים מוחל מיטן גאנצן הארץ קלער איך)

לשם יחוד… מיט א אימפעט ווייל אונזער בעל תפילה אנערקענט נישט אז איך האב געהאט היינט עקסטערע שוועריגקייטן, און אז איך וויל קען איך אים בעטן ער זאל מיך ווארטן ער וועט עס טון נאך עלינו… איך יאג אריין צווויי הענט אין בייטל, און שלעפ ארויס דעם רעכטן בייטל פאר מיין רש”י תפילין און כאפ דעם של יד… איין מינוט! עס איז דאך דער של ראש…. ווי קען מעגליך זיין איך לייג דאך דעם של יד אויף די אנדערע זייט? אה דער קרקפתא האט זעהט אויס א טעות געמאכט. שוין א גאנצע פראבלעם וואס טוט מען? צוריק לייגן קען מען נישט וכו’…. איך לייג אריין די צווייטע האנט און שלעפ ארויס דעם של יד, איך בין דאך זיכער אז דאס איז של יד, ווייל דעם של ראש האב איך שוין פלאצירט אויף א ריזיגע כתובות גמרא ווארטן אינדרויסן פאר זיין רייע.

והנה איך האלט שוין אינמיטן ארויף ציען די ארבל און שלעפן דעם בית’ל צום אויבערשטן קיבורת און איך זעה אז עפעס טויג ווייטער נישט… איר קענט אודאי זיך פארשטעלן דעם בליק וואס איינער גיט ווען קיינער רעדט נישט צו אים אבער ער איז מסופק אויף עפעס, מ’קוקט אן דעם חפץ מפארשטרענגערט די אויגן און א האלבן זויערן שמייכל אויף די לעפצן און מ’קלאצט (נאר צום וויסן פאר נעקסטיים) דאס איז עפעס נישט ווי אלעמאל. איך האב דאך אויף מיין רש”י תפילין גאר אלטע רצועות. און דא אזוינע שיינע? אוי וויי סארא קאפ, דער קרקפתא איז עפעס נישט געווען היינט אין ארדענונג, איך קוק אויפן בייטל “עס איז מיינע הייליגע ר”ת תפילין” דער בוטא האט אריינגעלייגט מיין ר”ת’ס במקום רש”י וכו’.

שוין ווייטער א פראבלעם וואס טוט מען? איך פרעג א שאלה פונעם נעקסטן גרעסטן ת”ח וואס איך קען טרעפן אין מיינע ד’ אמות של הלכה און יענער ווייזט מיר אין די הענט צו מאכן דעם ליין אפ ווייטער אויף די כתובות גמרא. יעצט ליגט שוין א של ראש א של יד, און איך בין נערוועז ביזן הימל אז עס זאל נישט פליען (מיין טיש האט א טבע זיך מיטצושאקלען מיט די דאווענער’ס) און שוין איך לייג אריין די הענט איך שלעפ ארויס דעם רש”י פון בייטל, און איך קוק אזוי אויף מיין טלית בייטל עס ליגט פלעט אינגאנצן נישט ווי זיין שטייגער, ער איז געוויינליך נאר ליידיג אויף איין זייט אויף אמאל)

הודו לד’ קראו בשמו… דער בע”ת יאגט און איך פרוביר שנעל נאכצויאגן, איך טוה אן דעם רש”י של יד, יא דאס איז עס מיינע אלטע באליבטע רצועות, און איך מאך א ברכה הויך און קלאר און היידא איך כאפ דעך של ראש און איך מאך א ברכה שטיל ווי די הלכה, און פאנג אן צו ארום דרייען די פינגער’ס אינטערן קאפל צו באפעסטיגן דעם של ראש. אבער… איך שלעפ אויף איין זייט פאלט עס אינגאנצן אהין, אויף די צווייטע אויך, עס איז עפעס נישט מיין טאג, וואס איז די פראבלעם? אה! דער קרקפתא האט געהאט א קלענערן קאפ און ער האט צוזאם געצויגן מיין קשר, און דא שטיי איך נאך א ברכה און קען נישט באפעסטיגן די תפילין. איך פרוביר מיט אלע קרעפטן איך שלעפ ארויף דעם בית’ל ביזן מקום מוכן און יוצא אויף די הנחה, דערנאך שלעפ איך אראפ דעם קשר צום גריבל און יוצא די זייט אויך (העכסטנס ליגן זיי נישט ביידע אויף אמאל אין פלאץ איך האב דאך נישט קיין אנדערר ברירה). און איך שימף אויף כח ווי א בוריק.

נאך 5 מינוט שלעפן טוה איך אויס דעם של ראש, און זוך אויף איינער וואס קען מיר העלפן מיטן קשר? ביז איך האב געטראפן און ביז איך בין געווען צוריק אויפן פלאץ ערשעפט האט דער בעל תפילה אפגעטון דאס זייניגע, און איך האב רעזיגנירט….

דעריבער ווענד איך מיך צו דיר מיין טייערער קרקפתא’לע!

ווען די לייגסט צוזאם מיין טלית, טוה עס לויט די ליין’ס!!!! איך פלאג מיך צו האלטן א שטארקן קנייטש…

ווען די לייגסט צוריק דעם בייטל פרוביר צו געדענקען וועלכע זייט די האסט עס גענומען (איך פלאג מיך נאך אלס צו פארשטיין וויאזוי ער האט געמאכט אזא גוטן ארבעט, עס מוז זיין א אויסגערעכנטע מיסטעיק)

ווען די לייגסט צוריק דעם של ראש און של יד זאלסטו זיך פארשטעלן כאילו די לייגסט יא דיין תפילין, און לייג זיי צוריק אין פלאץ

ווען די זעהסט אז דער של ראש איז דיר צו גרויס פרוביר אריינצולייגן אביסל אין מח דאס קען דיר פארגרעסערן דעם קאפ. אדער אין ערגסטן פאל ציה ציריק דעם קשר ווי עס איז געווען פאר די האסט עס גענומען…

אה! שיעור פארגעסן: ווען די יאגסט ארויס פון שול, אפשר קענסטו מיר א טובה טוהן און צוריק לייגן דעם בייטל אופן פלאץ?

און איך האף אז די ווייסט איך רעד נישט מיט תפילין, איך האף אז די געדענקסט נישט צו רעדן.

אויך האף איך אז די ביסט געווען אין מקוה (שויער וואלט אויך נישט געשאדט) פארן אנטון מיינע תפילין

און אויב נישט לאז מיר איבער א צעטעלע אז איך זאל קודם אביסל אוועקווישן די זיעה פאר איך טוה עס אן מיט א אימפעט…

ישר כח: פאר אנדערע פראגן קענסטו מיר אלעמאל איבערלאזן א צעטל אין בייטל, איך וועל דיר עס צוריק ענטפערן אי”ה….

Follow me on Twitter to get latest articles @zaltzvaser

Advertisements

א טראגעדיע!

הערט א מעשה, און לייענט רואיג! באשולדיגט מיך נישט אין משוגעת ווייל איך וויל ארויסברענגען א נקודה וואס איך האף איר וועט פארשטיין

ומעשה שהי’ כך הי’

ערגעץ ווי אין א שטיל ווינקל צווישן ביימער און גראז איז א ריזיגע אסיפה פאררופן געווארן מיט קיין שום פריערדיגע ווארענונג. דער גובערנאטאר פונעם פלאץ שטייט אויבנאן און די געמיינדע וויכטיגע און נישט אזוי וויכטיגע מיטגלידער פון די געמיינדע דרייען זיך ארום, עס איז נישטא קיין בענקלעך אדער טישן ווייל דארט אין לאנד פירט מען זיך, נישט צו זיצן ארום טישן ווען מען קאנפערירט, אפילו דער יו”ר שטייט אויף די פוס, און יעדערער אין פלוין דרייט זיך ארום ווי אן קיין ציל, ווארטנדיג צו הערן וואס וויל דער גובערנאטאר היינט?

מיט א שטילע שטימע ווי זיין געוויינליכער שטייגער עפנט דער גובערנאטאר די אסיפה און פאררופט זיך צו א שרעקליכע טראגעדיע וואס פלאגט זיין קאנסטיטשענסי.

מיינע טייערע פריינט! שוין א לאנגע צייט וואס מיר ליידן אויף א שרעקליכע נאטורליכע אויסברוך ווי איר אלע ווייסט יעדע שטיק צייט קומט אראפ א ריזיג שווארצע מאסע פון ראבער און לעדער און צומאל אויך זאמדלעך און שטויבלעך און צודריקט און הארגעט צומאל צענדליגער אדער הונדערטער פון אונזערע מיטגלידער, מיר האבן דאס אנהייב נישט אזוי ערנסט גענומען קלערנדיג אז עס איז א צופאל, אבער עס איז געקומען צו א מצב פון אוי לי אם לא אומר, דעריבער האבן מיר זיך געוואנדן צו די סייענטיסטן און סייקאלאדזשיסטן, און מעטעראלאדזשיסטן, אויסצוגעפונען אויב דאס איז א נאטורליכע דיזעסטער אדער א וועטער אויסברוך, אדער אפשר גאר א משוגעת אויסברוך. און יעצט וועלן מיר האבן די זכי’ צו הערן פון אונזער אלעמען באליבטן סייענטיסט מר. מערעטשקע פון די בארימטע מערעטשקע סייענטיפיק משפחה.

אזוי איז די אסיפה אנגעגאנגען אין די געמיינדע פון די “מורישקע’ס” ווי מ’האט זיך געפלאגט צו פארשטיין די נייע אנשיקעניש ווען מ’זעהט א ריזיג שטיק לעדער טוט לאנדען אויף די געמיינדע און הארגעט אוועק הונדערטער און טויזנטער מעמבער’ס פון די משפחה…

מר. מערעטשקע: לויט אונזערע שטודיע’ס קומט די מאסע פון לעדער און ראבער פון א לאנגע צייט אנגעהויפנטע שטויבעלעך וואס זאמלט זיך אן אין די לופט און דאס טוט שאדן פאר די ענווייראמענט, און אויב וועלן מיר נישט שוין עפעס טון דערצו, וועט מיט די צייט די גאנצע לופט ווערן א שטיק לעדער און מיר אלע וועלן שטארבן אלס רעזולטאט.

קולות צווישן די גערופענע: מר. סייענטיסט וואס קען מען טון???? מר’ סייענטיסט ווי קען מען לויפן??? מר’ סייענטיסט זענט איר זיכער מיט אייער אנאליז?

מר. מערעטשקע: שששששש טייערע פריינט! רואיג! מיר ווייסן קלאר אז אונזער אנאליז איז ריכטיג, ווייל לויט אונזער שאצונג פון אבזערווירן א גרינעם בלאט וואס איז דא אריינגעפאלן אין אונזער קעמפ שוין זייער א לאנגע צייט צוריק מער ווי דריי טאג, און עס פאנגט אן צו ענדערן קאלירן פון גרין צו ברוין, זעהן מיר אז די וועלט שטייט שוין מער ווי א האלב יאר, עס איז אפילו דא א סברא אז עס גייט שוין צוריק אזוי לאנג ווי דריי גאנצע יאר, און פארדעם איז אויך געקומען אזא עפידעמיע וואס האט אומגעברענגט די מעריטשהייט, און דאן האט זיך די וועלט נאכאמאל אנגעהויבן ווי מיר זעהן קלאר לויט די נייטונגען פון דעם בלעטל וואס איר קענט אלע זעהן.

אונזערע גבורים האבן שוין פרובירט צו רוקן דעם בלעטל און נישט געקענט, און יעצט ווען די קאלירן טוישן זיך זעהט מען קלאר אז עס ווערט גרינגער צום רוקן דעריבער איז לאגיש צו זאגן אז אזוי ווי דער בלעטל ווערט צוביסלעך אויס, וועט די גאנצע וועלט נאכאמאל ווערן אויס, און עס וועט זיך צוריק אנהייבן…..

אויף די פראגע פון, וואס צו טון יעצט? מיר קענען נאר איין זאך טון, מיר מוזן אנהייבן צו היטן אויף די אנווייראמענט! יעדער וועט מוזן פון היינט אין ווייטער טאג איין טאג אויס איינשלינגען א שטויבל צו מינימיזירן די שטויבל אוואלוציע און אזוי ארום וועלן מיר אפשר קענען עלימינירן די ריזיגע לעדערנע מגיפה…

גובערנאטאר: ישר כח הער מערעטשקע. יעצט וועלן מיר הערן עצות און אנאליזן פון אונזער אלעמען געשעצטן מר’ מערעטשקאוויץ דער גרויסער פסיכיאטאר.

מר. מערעטשקאוויץ: אונזערע פסיכיאטארישע פראפעסארן האבן זיך שוין געפלאגט זייער א לאנע צייט צו פארענטפערן די פינאמענע און וואס ברענגט די עפידעמיע. און נאך שטודירן די מורישקע מח זייער גרונטליך זענען מיר געקומען צו די פאלגענדע החלטות: דער אמת איז אז מיר מורישקע’ס זענען נישט בכלל פארהאנדן אויף די וועלט, און מיר לעבן אין א גרויסן חלום, און אין די טעכנאלאגישע וועלט ווי מיר געפונען זיך היינט ווי מיר קענען זיך באהאלטן אינטער א עפל פאר א לאנגע צייט ווייל ס’איז באשפריצט מיט כעמיקאלן פון די “מענטשהייט” דאס מאכט אונז חלום’ן מער ווי געוויינליך. מילא איז אונזער אויספיר אז די גאנצע לעדערנע מגיפה איז א חלום און מ’דארף ארבעטן צו מסביר זיין פארן מוח אז ס’איז נישט אמת עס איז או סי די און בי בי די וכו….

געוואלד….. ראטעוועט….. לויפט…… די לעדער איז דא! שרעקליך! אינמיטן אזא שיינעם כינוס און די עפידעמיע איז דא! העלפט! מען הערט פארצווייפלטע רופן פון די צוטרויטענע און ווי אלעמאל ווערט די מאסע לעדער פארשווינדן, און דער עולם שטייט פארגאפט ערשטוינט און געפלעפט נישט וויסנדיג וואס צו זאגן פאר די אומגליקליכע משפחה מיטגלידער פון די נארוואס אומגעקומענע. און די לופט ווערט מער און מער אנגעצויגן, די שרעק וואקסט הויך, עס הערשט א טאפנדע שטילקייט.

ביז די שטילקייט ווערט געבראכן פון הער מייערטשקע וואס שרייט ווי מיט נישט זיין שטימע: ווארפט אראפ דעם פאררוקטן פסיכיאטאר, ער שטייט און דרש’ט אז מיר חלומ’ן און דא קוקט וואס האט פאסירט!!!

מר. מעריטשקאוויץ: ווארט! נישט אזוי ווילד! לאמיך מסביר זיין! ווער זאגט אז דאס וואס די האסט יעצט געזעהן איז נישט קיין חלום? וכו’ וכו’.

גובערנאטאר: יעצט וועלן מיר הערן לעסט באט נאט ליעסט אונזער אלעמען באקאנטן מעטעראלאדזשיסט וועט זאגן א וועטער ריפארט און צו דאס קען אפעקטירן די לעדער מאסע מגיפה. מר’ לעזעריטשקע יו אר אן:

מר לעזעריטשקע: מיינע טייערע מורישקע’ס לויט אונזערע פראפעסיאנאלע אנאליזן האט דאס אסאך צו טון מיט די היץ וואס ברענגט א כוואליע פון אטאמען וואס נעמען זיך צוזאם און פארמירן א לעדערנעם אויבערפלאך וואס פאלץ אויפן ציבור. דעריבער איז אונזער רעקאמענדאציע דער עולם זאל זיך באהאלטן אינטער שטיינער, עפל, בלעטער, ווען די זון שיינט, און אזוי ארום ווערן געהיטן פון אלעם בייזן.

די אסיפה איז געשלאסן געווארן מיט א הייסע געזאנג פון די מורישקע הימנע “אין די לאנד פון מורישקע’ס, פול מיט עפל און בוריקע’ס” עפעס אזוי. און איינשטימיג אנגענומען די פארשלאג אז דאס האט צו טון מיט די היץ און מ’דארף זיך באהאלטן….

וואס זאל איך אייך זאגן איר קוקט מיך אודאי אן משוגע פארן זיך צוהערן צו א אסיפה פון די מורישקע’ס אבער נייגעריגקייט איז אן קיין גבולים, האב איך געווארט אויף די קומענדיגע מודעות פון די נעקסטע אסיפה וואס איז שנעל געקומען, און דארט האט מען אין קורצן אויפגעברענגט פארדאכטן אז עס האט נישט מיט היץ והא ראי’ אפילו אין קאלטע וועטער’ס גייט אן די מגיפה… און אזוי איז געווען אסיפות קטנות וגדולות, מיט עצות און איידיע’ס איינס בעסער פון צווייטן, ביז די האלבע יאר חיות זייערע איז אויסגעגאנגען מלא קשיות אויף די בריאה….

לענינינו: מיר דרייען זיך ארום אויף דעם קליינעם וועלטל און מיר זענען כחגבים בעינינו און כל שכן זענען מיר ניטעמאל א שטויבל אין די בריאה, אבער ווען עס קומט צו שטודירן דעם הייליגן באשעפער’ס וועלטל, מיינען מיר אז מיר מוזן אלעס פארשטיין, און אויב מיר פארשטייען נישט וועלן מיר דרייען מיטן פינגער ביז עס דרייט זיך אראפ, אדער וועלן מיר ח”ו בלייבן מיט קשיות (נישט אויף אונז געזאגט, איך רעד פון די נייע כפירה באוועגונג) ה”י.

דערפאר איז מיין מעסעדזש צו די אלע קאקעראוטשעס, און קליגע פראפעסארן מענטשעלע-מערעטשקע’ס: לאזט אונזער הייליגן באשעפער פירן זיין וועלטל, ער האט דאס ביז היינט געפירט אן אייער הילף… ווייל איר זעהט אויס ווי די מערישקע’ס וואס מיינען אויף די שיך אייערע אז דאס איז א ראבער עפעדעמיע, און איר לאכט אודאי פון די נאאיווע מורישקע’ס, וויסן זאלט איר אז עס איז דא ווער עס לאכט פון אייך אויך… אויב מיינט איר אז אין דעם מוח קטן אייער’ס פיל מיט פארפוילטע דזשעלי דארף אלעס פארשטיין און אן דעם וועט איר שטעלן ח”ו פראגן קעגן די בריאה, דאן אנשטאט צו פרעגן די קשיות קענט איר מיך דזשוינען ביי די מורישקע מיטינג, און אפשר אויך אריינרעדן אמאל מיט א עצה.

Follow me on Twitter to get latest articles @zaltzvaser

געגנב’טער בערזל סייעתא דשמיא..

דערציילט מיר מיינס א פריינד:

איין שיינעם טאג פאר איך ארום ערלעדיגן אפאר וויכטיגע ענינים, אריין און ארויס פון און אין געשעפטן, קויפנדיג, לויפנדיג, פארסאפעט, ביז איך בין אהיים געקומען און געוואלט זיך אביסל אפרוען, און אט באמערק איך… אוי געוואלד מיין בערזל… ווי איז מיין בערזל? איך זוך און נישטער און והילד איננו…

איך לויף אראפ מיט איין אימפעט צום קאר. איך זוך אהער איך זוך אהין, נישטא וואס צו טון. שוין א כפרה! אבער אוי געוואלד וואס טוט זיך מיט די קרעדיט קארטל? איך קאל שנעל די קרעדיט קארד קאמפעני (איך וויל נישט זאגן וועלכע ווייל מ’וועט געוואויר ווערן ווער איך בין.. אפשר) און איך געב שנעל אריין אן ארדער צו נאכגיין די קומענדיגע טראנזאקציע’ס און זיי זאגן מיר אז שוין אפאר מינוט צוריק איז געווען א טראנזאקציע פון 600 טוללער פאר א עירליין טיקעט… זיי גיבן מיר די עירליין אינפארמאציע און איך ווער ווילד…

איך לויף שנעל מאכן א פאליציע ריפארט און דערמיט אין די האנט קאלל איך אן די עירליין און איך פרעג מער איבער דעם טראנזאקציע, ס’גייט גראד צו די אינוועסטיגאציע אפטיילונג, און עס זעהט אויס ווי הימל און ערד ארבעטן ארום מיין קרעדיט קארד גניבה…

ב”ה נאך אביסל צוזאם ארבעט האט מען אפגעשטעלט אלע טראנזאקציע’ס און אנגעהויבן נאכגיין דעם גנב… ואני את נפשי הצלתי.

איך אטעם אפ און זעץ זיך אריין אין קאר. איך וויל אריינשטעקן מיין סיט בעלט אינעם האב, און איך שטאלפער זיך אן אין א געגנשטאנד… וויסנדיג אז מיין קאר איז שמעקעדיג ריין און גארנישט וואלגערט זיך נישט סתם אזוי, כאפ איך א שארפן בליק און איך זעה….
… מיין בערזל

שטעלט זיך ארויס אז מיין בערזל איז קיינמאל נישט געגנבט געווארן, און די קרעדיט קארטל ליגט דארט בשלום, (שוין א געפייגערטער ווייל מ’האט עס אפגעשטעלט, יהא מנוחתו נחוינע) און נאך א שטיקל משא ומתן און אייגענע נאכפארש שטעלט זיך ארויס א גאר אינטערסאנטער בילד.

מיין בערזל איז טאקע קיינמאל נישט געגנבט געווארן, אבער אין די זעלבע צייט וואס איך האב עס אזוי פלוצלינג פארלוירן, איז מיין אידענטיטי געגנב’ט געווארן ערגעץ אין די הרי אררט, און איך וואלט קיינמאל נישט געהאט קיין אנונג דערפון, ביז ווען איך וואלט געקריגן דעם בילל. און איך וואלט געקענט קדיש זאגן נאך א ריזיגן סומע געלט.
מה עשה הקב”ה ער האט מיך געמאכט אומזעהוודיג נישט צו וויסן ווי מיין בערזל ליגט און אזוי אנגעצונדן אן אלארם און אזוי ארום בין איך אומווילנדיג ארויף אויף די שפורן פון דעם עקלהאפטיגן איידענטיטי גנב…
ב”ה פאר דעם!

(איך האב באקומען די מעשה אויף GMAIL פון א נאנטן פריינט וואס האט עס נעכטן געהערט פון זיינס א חבר, און איך האב געשפירט אז אזא מעשה איז באמת א בחינה פון מפרסמין ניסא. זאלץוואסער)

Follow me on Twitter to get latest articles @zaltzvaser

וואס וועלן מיר ענטפערן?

(געשריבן אויף אייוועלט פארגאנגענעם חודש אלול)

ווען איך בין קלענער געווען פלעגט מיין פאטער מיר דערציילן ווי אזוי מ’האט זיך אמאליגע צייטן געפלאגט אויפן דאללער, און ווי שטארק מ’האט זיך געהאלטן ביי נסיונות. ער פלעגט מיר פארציילן וויאזוי עס האט אויסגעזעהן א ער”ח אלול, ער פלעגט מיר פארציילן וויאזוי א א’ סליחות איז געווען און ווי מ’האט געזעהן אידן ברעטשען פאר שרעק אין ביהמ”ד און אז עס האט אויסגעזעהן די הייליגע טעג ווי ערב מלחמה.

מיין זיידע פלעגט מיר פארציילן וויאזוי די אידן וואס זענען געקומען אויף אמעריקע האבן פארלוירן זייערע דזשאב’ס פארן נישט וועלן ארבעטן שבת. ער פלעגט מיר פארציילן וויאזוי מ’האט געדארפט פארן שטרעקע’ס צו האבן ריכטיגע כשר’ע מילך, אנע דעם וואס מ’זאל האבן אייגענע אויטא’ס. ער פלעגט פארציילן וויאזוי מ’האט זיך געדארפט ספראווען מיט גויאישע שכנים, אפילו נאר ווען עס איז געקומען צו א קידוש לבנה טענצל, כ”ש בן בנו של ק”ו ווען מ’האט געוואלט מאכן א ערב פסח שריפת חמץ וויאזוי די אנטיסעמיטישע גוים האבן געמאכט פראבלעמען.

אין ביהמ”ד פלעגן די זקנים אלס פארציילן און איבערשמועסן וויאזוי מ’האט זיך געפלאגט מיט א טעפל און קעסל צו האבן צוגעשטעלט ווארים’ס אויף שבת, און די ארץ ישראל’דיגע אידן ווי מ’פלעגט טראגן דעם טשולנט צום בעקער עס צו האלטן ווארים. זיי פלעגן פארציילן ווי מ’איז געקומען אין מקוה אין די קאלטע צופרי’ס און די מקוה האט געהאט די איינציגע ווארימקייט וואס איז געבליבן פון די נעכטיגע טבילות, זיי פלעגן דערציילן ווי מ’האט געדארפט פארן צום פארם צו שלאגן כפרות און די לאנגע רייע’ס ביים קויפן מצות.

און ווען איך בין אינטערגעוואקסן האב איך נאטירט זאכן וואס איך האב געהאפט צו קענען קוועטשן און קאמפלעינען פאר מיינע קינדער ווי שווער עס איז מיר אנגעקומען צו זיין א איד. אבער איך האב נישט געטראפן גארנישט דראמאטיש. איך האב געוואלט זיי זאגן אז מיר פלעגן זיצן אויף בענק מיט ספלינטער’ס אין קעמפ אדער אז מיר האבן געדארפט נוצן האנטוכער מיט לעכער. איך האב געוואלט קענען זאגן אז מיר פלעגן דארפן נוצן “איצקאוויטש קאפי” און אז עס איז נישט געווען עירקאנדישן אין קעמפ אין לאנטש רום. איך האב געוואלט זיי זאגן אז מיר פלעגן גיין שפאצירן א מייל און באקומען א פאקסי פאפ נישט קיין גאנצע אויפגעבלאזענע בעג מיט מטעמים. ועוד ועוד…

אבער! עס קלינגט עפעס נישט דראמאטיש! איך זעה אז אויב וועל איך שטאלצירן מיט מיין אידישקייט פאר מיינע קינדער אין ליכט פון די אלע אויבנדערמאנטע שוועריגקייטן וועלן זיי זיך שטעלן אין א ווינקל און זיך אונטערשמייכלען און פרעגן: דאס הייסט שווער? מיר האבן עס אסאך שווערער! ווען אונז גיי מיר אין חדר ווארט מען אונז אפ ביים טיר און מ’גריסט אונז אבער ווען עס קומען אריין אפאר קינדער אויף אמאל ווערט נישט יעדער עקסטער געגריסט, ווען אונז גיי מיר ארויף אויפן באס דארפן מיר זיצן אינמיטן אויב איינער זיצט שוין ביים פענסטער און ווי שווער דאס קומט אן. אויב אונז קען מיר א חזרה פארהער באקומט מען דארט א צוויי דריי ספרים’לעך אדער אנדערע מתנות וואס זענען בכלל נישט אזוי געוואלדיג טייער. וכו’.

איך שפיר ווי אונז זענען מיר א סענדוויטש דור! איך האב געמיינט נאכן כאפן פעטש פון מיין רבי’ן אז ווען איך וועל עלטער ווערן וועל איך נקמה נעמען אין די קומענדיגע דורות און דארט טיילן קנאקעדיגע פעטש. און? אבערווייז! היינט טאר מען שוין נישט שלאגן, מ’מעג נאר רעדן שיין! און מסביר זיין מיט א משל אז מ’מוז זיין וואויל.

איך האב געמיינט ווען מיין מנהל האט מיך איבערגעדרייט מיטן מאטראץ פארן נישט אויפשטיין פארטאג’ס אז איין טאג וועל איך דרייען מאטראצן און פארפירן אן קיינעם וואס זאל מיר שאפן אויפן קאפ וואס צו טון. און? היינט איז דאס בכלל אומאיידל!

איך האב געמיינט ווען מיין טאטע פלעגט מיך מוסר’ן פארן ארויסקוקן אינמיטן בענטשן פון סידור’ל אז איך וועל דאס טון שפעטער פארן קומענדיגן דור. עה! זיי קוקן נישט אריין אין פירסט פלעיס!

וואס גייט דא פאר?

אבער מיין גרעסטע קשי’ איז: ווען מיר וועלן עלטער ווערן און אונזערע קינדער וועלן לעכצן צו הערן עפעס א אידישקייט מעשה וויאזוי מיר האבן זיך מוסר נפש געווען פאר אידישקייט, וואס וועלן מיר ענטפערן? וואס וועלן מיר ווייזן? אה! א קאמפיוטער האט מען געמוזט האבן פאר פרנסה! פארן אויף שוי’ס? פאר פרנסה! דאווענען אן מנין? פאר פרנסה! וכו’ וכו’…. און וואס פארן באשעפער?

מיינע טייערע פריינט איך בין נישט ח”ו מקטרג! איך זאג נאר אז ער”ח אלול איז צייט זיך אונטער צו נעמען א דבר טוב, און יא האבן וואס צו ווייזן! און מיט דעם זאלן מיר אלע זוכה זיין צו א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר

Follow me on Twitter to get latest articles @zaltzvaser

א מסירות נפש אשכול

(געשריבן געווארן אין פינסטערניש ביים גרויסן ר’ סנדר)

אודאי איר פרעגט וואספארא מסירות נפש?

איר וועט נאר זעהן ווי איך זיץ אין די פינסטער און שרייב, ניטעמאל זעה איך דעם קיעבארד, ארום מיר איז שטאק פינסטער, די קינדער האלטן נישט ביים שלאפן, דאס ווייב איז ב”ה פארנומען מיטן בארואיגן, די ליכט אין די שטובער צאנקען, און די ביה”כ פלאשט מען נישט, און די פרידזשידער האלט מען פארשפארט נישט צו פארלירן דעם קאלטן דעגרי דארט וכו’ וכו’ וכו’.

און פון אינדרויסן בוזשעוועט, אזש די קליינע לייגן מיר פאר איך זאל שוין רופן דעם גראז שניידער און אראפשניידן די ביימער נעבן די הויז, ווייל זיי ציטערן געפערליך, און איך פארצייל זיי א מעשה פון צדיקים אז א ווינט איז גארנישט, איך רעד זיי איין לאקשן אז עס איז שוין פאריבער און אז די לעקטער גייט שוין באלד ארבעטן.

און אזוי זיצענדיג קומט מיר אויף אויפן געדאנק א געוואלדיגע מוסר וואס איך קען מיך ניישט איינהאלטן און איך כאפ דעם קאמפיוטער און שרייב: וזה החלי:

(אויב זענט איר אין מיין געגנט מעגט איר מיר ברענגען א קאווע, איך קען עס נוצן…)

עס איז ת”ש אין א שטעטעלע אין אייראפע, פרעגט מיך נישט ווי, איך בין נישט קיין היסטאריקער, אבער די קינדער ליגן אין בעט עס איז מאנטאג צופרי און מ’שטייט אויף און מ’הערט א “מייק קאר” ארום פארן און אויסרויפן עפעס הויך.

די מאמע לויפט צום פענסטער הערן און זי הערט אין קלאר דויטש: “אלע אידן זענען פארפליכטעט צו קומען אין די שטאט מארקס פלאץ אום נאאן. קיינער טאר נישט פעלן, ווער יא וועט מען טויטן…. זי לייגט צו אן אויער נאכאמאל, עס טשילט אין די ביינער… וואס זאגט ער? טויטן?…. די שרעק איז אומגעהויער גרויס.

איך לייג עס אין פערספעקטיוו ווען מ’פארציילט אונז מעשיות פון די וועלט מלחמה, און מ’רעדט פון הארגענען שלאגן רצח’ן רח”ל, און מ’פארגעסט פון די קליינע “גרויסע” שרעקן פון בעפאר די מעשי רצח.
איך זעה אין מיין דמיון, נישט א מעשה ביכל פון מנחם מענדל, איך זעה נישט דעם גראבן פריץ מיטן טריפל טשין, איך זעה א איד פון ביהמ”ד איך זעה קינדער פון ביהמ”ד ווי איך דאוון, איך זעה מיך אויף ליע עוו. און איך באטראכט עס ווי א מארק פלאץ. עס פאנגט מיר אן צו טריפן ביים הארצן. אונזערע עלטערן האבן געהאט א ליע עוו. ווי מ’האט זיי געווארנט צו קומען און אז נישט וועט מען וואס? מען וועט טויטן ר”ל

די קינדער פרעגן: מאמי וואס רופט מען אויס? מען גייט שוין באלד אין חדר? ניין?

די מאמע ציטערט פאר שרעק און זאגט: קינדערלעך מ’גייט ביי ביי…

– איך ווייס דען די שפראך וויאזוי מ’האט געזאגט דארט ביי ביי? איך בין זיכער עס איז געווען אויף דעם אויך עפעס א ווארט. אבער אין פערספעקטיוו נעם איך, די קליינע קינדערלעך זענען דערשראקן, זיי זעהן די מאמע מיינט נישט דא סתם ביי ביי, זיי פרעגן קשיות, זיי וויינען, זיי ווילן פארשטיין, און די מאמע קען זיך נישט איינהאלטן, זי ווארט דעם טאטן אהיים צו קומען פון שול אבער ער קומיט נישט, ווער וועט איר העלפן מיט די קינדער אויסרישן.. מסטראשעט מיט טויט….

יוי איך קען נישט גיין ווייטער איך וועל מוזן ממשיך זיין, עס איז צו טונקל דא…. איך שרעק מיך פונעם שאטן.

אבער איך נעם ארויס א געוואלדיגן מוסר.

מיר אלע דרייען זיך ארום אן קעפ! וואס איז? נישטא קיין לעקטער! עס בלאזט א ווינטל.

יעדער דרייט זיך מיט לעכט, פלעשלייט, דזשענערעיטאר’ס וכו’, און דערשראקן איז מען ווי עס וואלט ווען געווען ווער ווייסט וואסערע מכה?

צו דארפן מיר נישט דאנקן דעם אייבערשטן אז מיר קענען זיצן אינדערהיים און מסטראשעט אונז נישט מיטן ארגסטן?
מיר קענען פארציילן מעשהלעך פאר די קינדער און זיי שטארקן מיט אמונת צדיקים און פארציילן וויאזוי אמאל האט מען געלעבט נאר מיטן ליכטל.

לאמיר נעמען א מוסר, און געדענקען אז מיט אלע טעכנעלאגיע און פארשריט, דארף דער מענטש האבן די כוחות צו ספראווענען רואיג מיט סיי וועלכן מצב, און דאנקען דעם אויבערשטן פאר אלעס וואס ער האט אים געגעבן.

נ.ב. אויב האב איך געשריבן עפעס נישט צו דער זאך איז עס 1 ווייל איך זעה נישט דעם קיעבארד 2 איך ארבעט אויף האט ספאט און ס’קאסט מיך לכאורה א קוואדער א מינוט 3 מיין בעטערי גייט אויס..

א גוטע ליכטיגע נאכט

Follow me on Twitter to get latest articles @zaltzvaser

600 ווייזט אויף השלמה (מיין מודעה אויף אייוועלט)

.

אין די ספה”ק ווערט געברענגט אז דער נומער רעפרעזענטירט “גאנצקייט” השלמה! פארוואס? ווייל א נקודה איז איינס, און עס האט נישט קיין זייטן. א קו (ליניע) איז צוויי עס האט צוויי עקן, א שטח איז 4 ווייל עס האט 4 זייטן און א גוש (א באקס) איז 6 ווייל עס האט 6 זייטן, און מער זייטן קען מען נישט האבן אפילו א סטאפ סיין האט נאר 6 זייטן און 2 דערפון זענען אריינגעשניטן…

עס האט מיך אלס געוואונדערט פארוואס די ספרי מחשבה רעכענען אויס דעם ענין, און זיי זאגן א מין לשון אז די חוקרים האבן אויסגעפונען אז עס איז טאקע נאר דא 6 זייטן, און דאס אלעס! איך האב נישט געקענט דערטראכטן פארוואס דארף מען חוקרים פארדעם? עס איז דאך פשוט… מ’שאקלט לולב אויף אלע זייטן, און עס איז נאר 6, און קען מיר דען איינער ווייזן נאך א זייט אויסער דרום צפון מזרח מערב מעלה מטה?

באמת אז איך קריך אוועק פון ענין פאר א מינוט האב איך שוין געהאט א תשובה דערויף און עס איז נישט אזוי פשוט אז די השלמה איז ביי 6. און איר קענט זיך עס איבערצייגן ווען עס קומט צו רוחניות זייטן, דאס הייסט ווען מ’רעדט פון גייסטישע זייטן, דהיינו ווען עס איז דא א דין ודברים, אדער א מחלוקה אדער מיינונגס פארשידענהייטן, קען מען יא זעהן אז א זאך קען האבן מער ווי זעקס זייטן.

אבער לעומת זה, איז ביי די ענינים נישט דא קיין כללים, ווייל ביי א מחלוקה, איז אפילו נישט שייך דער כלל אז א שטעקן האט צוויי עקן, ווי איר קענט זיך איבערצייגן אז א מחלוקה איז א שטעקן מיט אסאך מער עקן, און מ’ווייסט אליינס נישט אין וואס מ’טרעט אריין ווען מ’האט א מחלוקה’לע און מיט וויפיל עקן מ’קען זיך אליינס שעדיגן.

אלנספאלס צוריק צום ענין איז 6 א דבר השלם. און דערנאך דארף מען נעמען פון יעדע נומערן גרופה איינס, דאס הייסט פון די איינזער’ס און פון די צענער’ס און פון די הונדערטער’ס און פון די טויזנטער’ס. דאס איז אלע גרופע’ס פון נומער’ן, און פון טויזנט אין ארויף נישט קיין חילוק מיט וואסערן נאמען מ’רופט עס באציהט זיך אלעס צו וויפיל מאל טויזנט מ’רעכנט. (אזוי שטייט אין די ספרים) און דערפאר זענען אידן “זעקס” “הונדערט” “טויזנט”, וואס דאס ווייזט אויף השלמה.

איז נאר שווער אז דער צענער איז נישט דא! עס איז דא זעקס וואס דאס איז פון די איינזער נומערן, און הונדערט און טויזנט, ווי איז דער צען נומער? זאגן די ספרים אז צעהן איז נישט שייך אריינצולייגן ווען מ’וויל ארויף גיין העכער. ווייל פון די צענער’ס ווערט אויטאמאטיש דער הונדערטער אויב גייט מען ארויף. דהיינו לאמיר פרובירן:

עס וואלט געקענט זיין “זעקס” און “צוואנציג” “הונדערט” טויזנט? ניין ווייל דאס גייט שוין הייסן 2 מיליאן זעקס הונדערט טויזנט, און עס איז ווייטער נישט דא קיין צענער! בקיצור אזוי שטייט אין די ספרים הקדושים.

מיר איז אלס שווער געווען עס וואלט דאך געקענט זיין זעקס הונדערט טויזנט און צוואנציג? וואס דאס איז שוין יא שייך? אבער ווי עס איז משמע איז דער תירוץ אז דאס איז ווייטער נישט קיין דבר השלם, ווייל מ’גייט אראפ צו א צובראכענעם הונדערטער, דאס מיינט אז די רייע מוז גיין פון קליין אויף גרויס, אויב נישט איז עס נישט קיין דבר השלם. ודו”ק.

לענינינו! איך האב ב”ה מיט דעם תגובה, דערגרייכט מיין ציהל פון 600 תגובות, און דאס גיט מיר א געפיל פון השלמה, אין דעם ענין פון שרייבן אויף אייוועלט. הגם איך וואלט געקענט ווען פרובירן צו גיין ביז זעקס הונדערט טויזנט אבער מה יעשה הפען שלא יכתוב וועט עס קיינמאל צו דעם נישט אנקומען. מילא מוז איך אננעמען השלמה ביי 600.

מיינע טייערע פריינט! עס איז מיר געווען און איז ווייטער א גרויס פארגעניגן צו זיין א טייל אין דעם גראנדיעזן אינטערוועלט ווי אידן קענען שמועסן און פארברענגען אויף א אופן וואס איז ב”ה אזוי אינפארמאטיוו, און פראדאקטיוו. איך אליינס האב שוין געטון געשעפטן דורך מיין אנוועזנהייט אויף די וועלטל, און עס איז באמת ווערט יעדע מינוט.

אבער צוליב געוויסע טעכנישע, און טשעכישע סיבות מוז איך אביסל מינימיזירן מיין אנוועזנהייט און איך וועל איבערגעבן מיין פלאץ פאר סיי וועם עס וויל עס נעמען. איך מאך נישט קיין נדר פון נאו ריטוירן עס איז נאר א צייטווייליגע (ווייס נישט וויפיל צייט) מניעה, וואס איך מיין עס וועט זיך ארויסשטעלן אז איך וועל נישט שרייבן דא קיין סאך מער.

וועט איר דאך וועלן וויסן וואס מיינע מניעות זענען, און איר וועט נישט פרעגן ווייל איר זענט מענטשן, און עס איז נישט מענטשליך זיך צו מישן אין יענעם’ס פריוואטע געשעפטן.

וועל איך אייך זאגן!

1. איר האט גוט געטון אז איר פרעגט נישט
2. איך וועל אייך געבן א טוץ מיט אפציע’ס און וועלכע עס וועט אייך בעסער געפעלן קענט איר נוצן. וזה החלי:

א. גילוי! צופיל מענטשן ווייסן אדער ווילן וויסן און מאכן זיך ווייסן, און רעדן פון ווייסן
ב. מיין ווייב איז חושד אז איך בין זאלץוואסער, און איך ציטער אז זי וועט מיך אנהייבן אראפצורייסן אויף אייוועלט.
ג. מיין בעה”ב וויל מיך מער נישט זעהן אויף אייוועלט, ער סטראשעט אז ער וועט מיר צוריק געבן די אלטע דזשאב פון לעקן סטעמפ’ס און איך האב עס נישט ליב (בפרט די נייע סטעמפ’ס האבן זייער נישט קיין גוטע טעם [ווער עס ווייסט ווייסט])
ד. איך האב געארבעט ביז היינט אויף בוכער, און יעצט ארבעט איך אונטער בוכער, עס איז סאך גרינגער צו שרייבן אויף א בוך ווי אונטער א בוך.
ה. מיינע טעקסעס זענען ארויף און איך דארף אנהייבן צו ארבעטן א עקסטערע האלבע שעה צו קאווערן און דאס קאסט מיך מער טעקסעס, דארף איך ארבעטן נאך 15 מינוט דאס צו קאווערן, און דאס קאסט מיך מער טעקסעס, און . . . . מילא האב איך נישט קיין צייט צו שרייבן. (מיין פען ארבעט נאך? איר זעהט טינט?)
ו. מיין באס קיין וומסב”ג האט אנגעהויבן צו פארן אויף א נייע וועג און עס באמפט סאך מער און איך קען נישט מער שרייבן דארט (אויפן באס פלעג איך די מערסטע קענען שרייבן, ווייל קיין בעלי חובות קענען מיך דארט נישט טרעפן)
ז. איך בין אויסגעלאפן פון איידיע’ס
ח. איך בין געווארן געהייערט פון א צווייטע ניק צו שרייבן פאר אים, ער וויל ווייזן פאר זיין בעה”ב אז ער קען יא!
ט. לכבוד שובבי”ם וויל איך ווייניגער זיין אויף די אינטערנעץ
י. איך ווארף אוועק מיין טעלעפאן און אויף די מאושר’דיגע טעלעפאן וועל איך נישט קענען ארויף גיין אויף די וועלטל מילא מוז איך זיך ארויסשאלטערן כדי נישט צו האבן קאפוויי וד”ל.

און אזוי האב איך נאך און נאך תירוצים וואס איר קענט נוצן. און אויב איר שפירט אז פון די 10 איז קיין איינס נישט גוט, דעמאלס וועל איך אייך אין אישי געבן נאך ווען די צייט ערלויבט.

מיינע טייערע פריינט האטס מיר א גוט געבענטשט יאר, און א געלונגענעם כפרות שלאגן, א הערליכן אתרוג, ריינע אויל צו די מנורה, א גראגער פון האלץ, זאלץ וואסער מיט אלע טעמים, בלומען פון הר הכרמל פאר שבועות, מיט א גוטע וואקאציע אינעם זומער, ועוד.

זאלץוואסער

נ.ב. איר קענט אויך נוצן די סיבה אז איך האב מוז פארלוירן אין די פארגאנגענע וואלן, און מיין ווייב האט זיך צאמעגעשמועסט מיט ראמני’ס פלונית’טע און זי האט געזאגט זי לאזט נישט איר מאן נאכאמאל לויפן, וויל מיין להבדיל אלף אלפי גזיליאנען הבדלות מיר אויך נישט לאזן לויפן. און גערעכט איז זי ווי זי טענה’ט: איף יו קענט טעיק די היט דאנט סטענד אין די דיינינגרום

Follow me on Twitter to get latest articles @zaltzvaser

יולי 4 אין די אויגן פון ר’ יו”ט ערליך ע”ה

איך ברענג אייך אן ארטיקל וואס איך האב געשריבן אבער איר תוכן איז גאר פעליג.

יולי 4 אין די אויגן פון ר’ יו”ט ערליך ע”ה

זייער אסאך מאל טראכט איך צו מיר: וואס וואלט ווען מיין רבי געזאגט אויף דעם אדער יענעם? וואס וואלט מיין טאטע געזאגט ווען ער ווייסט אז איך שרייב אויף אייוועלט? וואס וואלט …. געזאגט ווען אהער אדער אהין? בפרט ווען עס קומט צו כלל זאכן זאגן אונז אלס די מגידים דעם נוסחא: וואס וואלט ווען רביה”ק געזאגט צו דעם מצב הדור וכו’ וכו’
איך האב אבער ליב צו שפעקולירן: וואס וואלט יו”ט ערליך געזונגען אויף יולי 4 2012?
און אט אזוי קלער איך מיר ווייטער, און עס פאלט מיר איין א ניגונד’ל וואס ער וואלט ווען געזונגען:

איי איי אמעריטשקע! איי איי אמעריטשקא!

אין א לאנד א גרעיסן
אין א טאג א העיסן
רופט מען אן דזשוליי דעם פערדן

עס רוען די ממשלה
עס רוהט א רוח א פוילע
ניטא אויף די וועגן קיין וואגאנען און קיין פערדן

אלס א דאנק צו געבען
אז מיר טוען לעבן
אין א מדינה של חסדים

דער גוי אויף זיין שטייגער
פייערט דעם חגא ווי א פייגער
אבער דער איד נעמט ארויס דעם כי זה כל האדם

ביינאכט אין דעם עולם השקר
זיי ווארפן פייער קרעקער
דאס דארף צו באדייטן אז זיי פרייען זיך בגילופין

דערנאך משקה און הוליען ביז אויס
רציחות און סתם אזוי נויס
פארפופט דעם טאג אין א פעפעריי א טיעפן

(הויכע טאן) אין די גאסן מען שפירט דעם אינדעפענדענטס
ווילאנג איר זעט אליינס נישט קיין דיפענדענט
ווייל דאן קומט ארויס די מדינה מיט אירע קאלירן

אויב האט איר מיט דעם יוסטיץ זיך אנגעגעגנט
וועט זיך אייך א שאלה פרעגן
וועמען פאפן ווילט איר דא פרובירן

און אז איר גלייכט דעמאקראטיע
מיט די גאנצע אויפגעבלאזענע ביוראקראטיע
האלט נאר מיט די פרעזידענטליכע וואלן

דער רעפובליקאנער זאגט צו לאנגע יארן
דער דעמאקראט גאראנטירט וואס איר ווילט נאר הערן
אבי צו א דעסיזשאן אייך צו צו איילן

אמעריקע ווי איר טוט איר קענען
ווי שענער און שענער די שטאטן זענען
איז דער שקר 10 טפחים אין די הייעך

מען זאגט און מ’מיינט גאר פארקערט
און יעדער ווייסט דער אמת איז אינדערערד
מען שפרינגט נאר מיט די פראפאגאנדע וויפיל עס איז שייך

דערפאר מיינע טייערע אידן
מיר דארפן דאנקען לויבן און זיין צופרידן
אבער נישט פארגעסן אז מיר דארפן בעטן אין שרייען

חסד לאומים חטאת
מיר דארפן נישט די אלע שמאטעס
לשנה הבאה בירושלים

(אויסצוגן, פון א ניגון, וואס ר’ יו”ט ערליך וואלט ווען געזינגען)

Follow me on Twitter to get latest articles @zaltzvaser

מיין שיך בענדל

איך קום אהיים מיט א שמייכל און איך באגריס מיינע קינדערלעך. איך פרוביר אראפצונעמען סיי וועלע אנגעצויגנקייט פון פנים, נישט צו באאומעטיגן די קליינווארג. נאך אלעם וואס ווייסן זיי דען? איך קום נאך א טאג אין די ארבעט אבער זיי קומען נאך א טאג אין די הייליגע לופט ארום גענומען מיט תורה ועבודה, קומט זיי מנוחה.

פרעגט איר אודאי פארוואס זאל איך יא זיין אנגעצויגן? נישט קיין גרויסע וויכטיגע ענינים נאר פשוט און גראד מיין שיך בענדל האט זיך פארקניפט און איך קען נישט לויז ווערן (איך מיין: לויז מאכן) און עס דערנערווירט מיך! ווארט איך שוין אנצוקומען אהיים און מיט קראפט אראפפליקן דעם פארקניפטן בענדל און לייגן א נייעם פרישן אויף איר פלאץ.

איך זעץ מיך אוועק און נעם אפיר א נייעם בענדל און הייב אן צו פליקן שטיקער אינעם אלטן און אזוי נעם איך מיך פלעכטן פון לעכל צו לעכל ביז דער נייער בענדל ליגט שוין באקוועם און דינט איר תפקיד!

איך הייב אויף די אויגן און עס אנטפלעקט זיך פאר מיר א בילד וואס האט מיך געברענגט למחשבה. איך זעה מיינע קינדערלעך קוקן זיך אזוי צי צום עבודת הבענדל, און איך וואונדער זיך וואס איז אזוי אינטערסאנט מיט א שיך בענדל?

נאך א לענגערן קלער גיב איך א בליק אויף מיין בן’דל’ס שיך אוואו איינער זאגט: וואס קוקסטו אויף מיר? האסט דאך אויך שיך! ניין?

אבער ניין! הערשט דאן באמערק איך אז קינד און קייט גיייט טאקע מיט שיך אבער “בענדלעך” מאן דכר שמי’? אלע האבן זיי באקל’ס און וועלקראו’ס און פטור אן עסק!

וואונדער איך זיך! וואו האלט מען אויף די וועלט? ניטעמאל קיין שיך בענדל וועלן מיינע קינדער וויסן וויאזוי אנצובינדן? איך רעד נישט פון צןזאם בינדן די ד’ מינים אדער קניפן ציצית! איך רעד פון א פשוט’ן שיך בענדל! וואס דארפן די קינדער יא קענען?

עס איז א נייע וועלט! די צארטע קינדער קענען נאך ח”ו זיך איבערשטרענגן! עס וועט נאך קומען אמאל קלער איך וואס אנשטאט די אלט מאדישע קנעפלעך אויפן רעקל וועלן זיי האבן זיפלאק’ס אדער עלעקטעראנישע באטן’ס מיט טאטשסקרין טעכנעלאגיע ווי מיט א שמיר מיטן פינגער ווערט דאס רעקל באפעסטיגט!

עס וועט נאך אפשר קומען א צייט וואס זאקן וועט מען נישט דארפן אויסטוהן מ’וועט דאס אפשיילן און אוועקווארפן כדי נישט איבערצושטרענגען די באלמוטשעטע יונגווארג.

און דעם גארטל וועט מען נישט דארפן דרייען און בינדן עס וועט האבן א ווייערל וואס וועט עס האלטן באפעסטיגט מיט איין דריי! אדער גאר ווען מ’גייט אריבער דעם מקוה טוירנסטייל וועט דער גאלאפירנדער אייזן ארום דרייען דעם גארטל.

עס וועט זיין א עסקעלעיטאר אריין אין בור און א אנדערס ארויסצוגיין.

תפילין לייגן קענען דאך די צארטע קינדערלעך זיך טועה זיין און דרייען מער ווי זיבן מאל! וועט מען מאכן א טשיפ וואס וועט ציילן און אויסרופן: והוא – רחום – יכפר – עון וכו’ דערנאך וועט עס אויסרופן מיט עקסטאז: יו העוו ריעטשד די מעקסימום טוירן’ס יו קען נאו פוט די של ראש… אא”וו

בקיצור! לאמיך נישט דמיונען ס’נישט מיין סטייל. אבער יעדע משוגעת וואס א ארטיסט אין קאוואטשהאזא טרעפט אויס וועט מען אימפארטירן צו פארגרינגערן אונזערע שעפעלעך. און נר מצוה וועט האקן א טאג און אונז אלע וועלן זיין די נע”ר מצוה.

עס איז צייט זיך אויפצווועקן און זעהן אז די הענטעלעך און פוסעלעך האט דער פון אויבן געשאנקען צום נוצן אין צוזאמענהאנג מיטן קעפעלע! נישט נאר צו מאכן עקסערסייז!

צוריק צו די שיך בענדלעך! און דרייט נישט קיין דאשיק!

Follow me on Twitter to get latest articles @zaltzvaser

און דאס האט מיין זייגערל געענטפערט

די תשובה פון מיין זייגערל וועלכער איז געוויינליך “אין צייט” אזוי ווי אלע זיינע קאלעגן האט נישט פארשפעטיגט צו קומען, און איך קען דאך אייך נישט האלטן נייגעריג, איך האב דאך אייך געוויזן דעם ערשטן בריוו וואס איך האב אים געשיקט, אלזא איז נישט מער ווי יושר צו מיטטיילן, וואס ער האט געענטפערט וירא הקהל וישפוט.

נאך איין נקודה פאר איך וועל איבערדרוקן ווארט ביי ווארט פון מיין זייגערל’ס בריוו, איך בין בשו”א נישט מסכים צו אלעם וואס ער זאגט, און ח”ו אויב איר שפירט זיך באטראפן פון אים, זייט וויסן אז סך הכל רעדט זיך דא פון א 8 דאללערדיגן זייגערל וואס עס איז נישט ווערט ער זאל אייך קענען באטראפעצן…. אבער איך אליינס האב אויך געדארפט א התבודדות נאכן לייענען זיין תשובה:

דער זייגערל:

לכבוד מיין טייערן האר ר’ זאלץ וואסער ירום הודו

אחדשה”ט באה”ר, איך האב ערהאלטן דיין בריוו, מיט דיינע זייער שטארקע טענות, פארוואס מיר קענען נישט האבן קיין צוזאם ארבעט, און פארוואס איך גיב נישט אראפ אביסל מער צייט פאר דיר און דיינע קאלעגע מענטשן, און דיינע טענות זענען אין געוויסע חלקים פול מיט אויפברויז, און צומאל פאנגט אן אויסצוזעהן ווי איר רעדט פון לאגיק.

לאמיך אייך אלזא פארציילן א מעשה’לע וואס האט פאסירט ביי אונז זייגער’ס נישט לאנג צוריק און אזוי ארום וועט איר שוין זעהן אז מיר זענען נישט סתם אזוי א איגנארירענדע פאלק, מיר טוען וואס מיר דארפן.

עטליכע יאר צוריק איז געווען א זייגער קאנווענשאן ווייט אין די מרחקים ווי די זון גייט אונטער יעדן טאג, און מ’האט איבערגעשמועסט ענינים העומדים על הפרק. דער קאנווענשאן איז צושטאנד געקומען וויבאלד איינער פון די גאר בארימטע טייערע זייגער’ס איז געווארן צוריקגענומען פון זיין בעה”ב צוליב א געקראכטן טשעק, און ער האט אונטערגעהערט אז דאס אלעס איז א רעזולטאט פון “שווערע צייטן” האבן מיר זייגערלעך זיך דערשראקן וואס שווערע צייטן מיינט, און געמוזט זיך צוזאם נעמען אויף א כינוס כללי צו זעהן וויאזוי זיך צו באפאסן מיט שווערע צייטן, און צו דאס וועט אויך אפעקטירן די צייט לענג אדער ברייט ווי אונז זענען מיר דאך הויפט מחותנים.

איך וועל אייך נישט פארדרייען דעם קאפ מיט די תהלוכי הקאנווענשאן וואס דאס איז אייך נישט נוגע און עס איז שטארק קלאציפירטע אינפארמאציע, אבער איינע פון די ענינים וואס מ’האט איבערגעארבעט איז געווען א אנקעטע צווישן די זייגער’ס פון פארשידענע עקן פון די וועלט איבער דעם ענין צו מ’זאל אביסל נאכלאזן פון די פלייסיגקייטן און געבן פאר דעם מענטשעלע אביסל מער צייט צו שלאפן וכו’ (אזוי ווי איר האט דאס פארגעלייגט. כמעט… זיי האבן גערעדט פון א קלענערן טויש)

האבן זיך צוזאם געזעצט די ראשי הזייגער’ס פון אלע מקומות מושבותיהם און יעדער האט געזאגט זיין מיינונג.

די שאלה: זאלן מיר טאקע זיך אביסל אפרוען און געבן מער צייט פאר אונזערע הארן די מענטשהייט, און אזוי ארום זיי לאזן פארדינען אביסל מער צייט?

לאנדאנער זייגער: טייערע פריינט איך בין דער זייגער פון לאנדאן, און איך קען נישט רעדן פאר אייך וואס טוט זיך דארט אבער ביי מיר אויב קען איך א טובה טון פאר מיינע אויבערהארן דארף איך ווען אראפנעמען אפאר שעה פון טאג, עס זעהט נישט אויס ווי די פראבלעם איז מיט צו ווייניג צייט…

ארץ ישראל’דיגער זייגער: מיינע טייערע באליבטע זייגערלעך, ביי אונז אין ארץ ישראל בין איך בכלל נישט קיין גרויסער משא ומתן, און איך מיין אויב וועט איר פרעגן מיינע אויבערהארן איבער דעם ענין, וועלן זיי בכלל נישט וויסן פון וועם איר רעדט, איר וועט מוזן ווייזן א זייגערל און מסביר זיין וויאזוי עס ארבעט…

ניו יארקער זייגער: מיינע טייערע קאלעגן איך האב נישט צופיל צייט דא מאריך צו זיין ווייל ביי אונז אין ניו יארק איז אלס א יאגעניש, אבער לשיטתי אפילו אויב איך זאל צוליייגן 100 שעה א טאג וועלן מיינע אויבערהארן מענעדזשן זיך צו דארפן יאגן, און עס וועט גארנישט אויסמאכן אויב מ’וועט טוישן סדרי העולם. זייט מיר געזונט איך דארף כאפן א פליגער…. ()

און אזוי האבן אלע זייגערלעך זיך אויסגעדרוקט אויף זייערע אויבערהארן, און צום סוף איז איינשטימיג אנגענומען געווארן אז דער זייגער וויאזוי ער איז זאל ער בלייבן, ווייל אין א חלק פון די וועלט איז דער זייגער בכלל נישט קיין אינטעגראלער חלק פון דעם לעבן, און דארט ווי יא זעהט נישט אויס אז דאס רוקן אדער פאררוקן דעם זייגער זאל גרינגער מאכן דאס לעבן. ואם כן למה זה אנכי… מ’איז געבליבן ביים אלטן.

טייערער ר’ זאלץ, פארוואס דערצייל איך דיר די גאנצע געשיכטע, ווייל איך וויל צוקומען צו די טענה וואס די האסט צו מיר געהאט.

מיין טייערער! יא איך זעה דיך יעדן טאג, און איך אבזערוויר דיך יעדע נאכט, איך קען זיצן 8 שעה אין א ציה אויסגעדרייט און נאר זעהן ווי די שלאפסט, און שלאפסט. און ווען מיין תפקיד איז דיך צו דערוועקן, זעה איך ווי נאך אפאר מינוט שרייען דרייסטו דיך אויס און די דרוקסט מיין סנוז קנעפל, ווי איינער זאגט “דריי נישט קיין קאפ” אבער אז די הייסט פאנג איך אן טומלען נאכאמאל נאך אפאר מינוט… און עוד”ך די דרייסט דיך ארום און דאס מאל שוין מיט א רציחה’דיגן קלאפ האקסטו אויף מיין סנוז’ל… און אזוי גייט דאס אן ביז די באשלוסט, אז די ווילסט שוין יא אויפשטיין.

פרעג איך דיך…. בין איך דען מעלה ומוריד? וואס מאכסטו א ברייטל פון מיין זיך דרייען מיט תמימות א גאנצן צייט, די האסט דאך אלע ברירות און די נוצט דאך די ברירות לויט דיינע געפילן…

פלוצלינג זעה איך דיך פון דעם אנדערן זייגערל וואס די טראגסט מיט דיר, און איך זעה ווי די לויפסט פארסאפעט די מוזט כאפן א מקוה, כאפן א באס, און עס איז שפעט, זייער שפעט…. (געדענקסט נאך די האסט געהאקט דעם סנוז’ל? נעקסט טיים טראכט פאר די טוסט דאס)

די לויפסט אין מקוה און די קוקסט אגאנצן צייט שטרענג אויף מיין קאלעגע וואנט זייגער אין מקוה, און די פרעגסט נאך איימיצן צו דער זייגער ארבעט גוט? חוצפה! וואס עפעס זאל ער נישט גוט ארבעטן? ער קען עפעס דרוקן דעם סנוזל? ער איז עפעס בעה”ב? ער טוט וואס מ’הייסט!

די לויפסט ארויס פון מקוה די קוקסט ווייטער אויף מיר און אט באמערקסטו פון דערווייטנס דיין בעסטן פריינד ר’ משולם און די פארגייסט דיך אין א שמועס איבער איינעם וואס איז יעצט די נייעס פון די שטאט, און די באשמועסט דעם ענין מיט אלע קליפערליך, און פלוצלינג…. די דערמאנסט דיך פון מיר און די לויפסט ווייטער ווי א פארסמ’טער מייזל…

פרעג איך דיך טייערער. אויב וואלט איך צוגעלייגט 3 שעה צום טאג וואלטסטו דען יא געוואוסט וויאזוי עס צו נוצן? וואלטסטו אפשר געשמועסט לענגער? געדרוקט סנוז’ל מערערע מאל? געפעניעט און געפלוידערט מער? ווער ווייסט? איך ווייס! איך זעה דאך וואס די טוסט ווען עס איז דא נאר 24 שעה אין טאג.

ווען די קומסט אהיים און די זעצט דיך אראפ אויפן קאוטש און די פארברענגסט די צייט מיט שטותים און נארישקייטן, איז דאס עפעס וואס איז א פראבלעם מיט מיין קורצע טערמיניגע צייט אדער איז דער פראבלעם אז וויפיל עס איז יא דא שטופסטו אפ בידים?

און ביי די ארבעט! זיצטו אויף אייוועלט, און די פארברענגסט טייערע צייט, און נאכדעם כאפסטו דיך ביים קאפ אז די האסט נאכנישט געענדיגט דיין אויפגאבע און דער בעה”ב גייט שרייען באלד…

אלנספאלס! יא איך וויל מיט דיר מיטארבעטן אויף להבא אבער מעג איך דיך בעטן א טובה?

אפשר אויפן הוה קענט איר ארבייטן מיט מיר אביסל??? איך מיין עס איז אסאך מער טוהבאר!!!

יישר כח פארן לייענען מיינע שורות און איך האף אז איר וועט מיך נישט אוועק ווארפן פאר כעס. וואס קען איך דען טון איך האב נישט קיין ייצר הרע וואס שטופט מיר צו זאגן ליגנט, מילא קען איך אייך נאר זאגן דעם אמת אין פנים אריין.

פון אייער עבד לעבדי ד’
דער זייגערל
**********************************

ווען איך האב דעם בריוו באקומען האב איך עס שנעל צוגעמאכט און אוועקגעלייגט, איך האב נישט געוואלט מיין אשת חיל זאל עס זעהן, ווייל פאר איר פרוביר איך יא צו מאכן א רושם ווי איך נוץ אויס די צייט, אבער איך האב געקלערט אז עס איז נישט מער ווי יושר אייך צו מיטטיילן דעם תירוץ וויבאלד איך האב מיט אייך מיטגעטיילט די קושי’.

נ.ב. שיקט נישט קיין בריוון פאר אייערע זייגער’ס עס וועט אייך נאר וויי טוהן! לערנט אייך אויף מיינע מיסטעיק’ס…

Follow me on Twitter to get latest articles @zaltzvaser