א זייגער פאר פרנסה

וואס טוט איר פאר פרנסה? פרעגט מיך א גוטער פריינד.

וואס הייסט דאס וואס? איך ארבעט מיט’ן א גאנצן טאג.

און וואס טוט איר? פרעג איך צוריק, נישט ווייל איך וויל וויסן נאר עס פאסט דאך צו פרעגן.

איך רוק דעם זייגער! קומט א ענטפער.

איך ווער שוין נייגעריג! זאגט נאר מ’רוקט דעם זייגער ביי אייך מער ווי 2 מאל א יאר?

אודאי. יעדע מינוט אביסעלע ביז עס הייבט זיך אן פון דאסניי.

וואס הייסט דו רוקסט? דיין זייגער רוקט זיך נישט אליינס? איז עס צעבראכן מיין פריינט!

קוקט ער מיך אן ווי א לבנה געפאלענער און פרעגט! און דיין פרנסה רוקסטו יא? אדער עס רוקט זיך פון אויבן.

עס האט מיר געגעבן חומר למחשבה!!

סודות טרייענגל

יעצט ווען מיר שטייען אין די הייליגע טעג פון פורים און אסאך אידן פלאגן זיך מיטן עד דלא ידע, וויאזוי איר אויסצופירן מיט אלע קליפערליך, איז איינע פון די גרעסטע פראבלעמען וואס קומט אפיר דער כלל פון “נכנס יין יצא סוד”. מענטשן האבן מורא אז אויב וועלן זיי זיך דערטרונקען וועט ארויפשווימען די סודות. איר הערט גוט! מענטשן האבן סודות! איר האט נישט געוואוסט?

דאן לאמיך אייך מגלה סוד זיין!

איך בין בטבע א גרויסער סודות האלטער! איך האלט מיך נישט גרויס דערמיט, אבער ווי נישט ווי קומט מיר קרעדיט! איר ווייסט גאנץ גוט אז האלטן א סוד איז נישט לייכט, און איך מיט מיינע געלונגענע טאלאנטן קען דאס באווייזן.

איך וועל נישט לייקענען דעם אמת אז אמאל ווען איך זעה מיך ארום אז איך האב א סוד צו האלטן (פארשטייט זיך נישט מיין אייגנס. איך טוה דאס אסאך מאל פאר יענעם מרוב טובי ורחמנותי) וועל איך אפילו זיך נישט שעמען צו נעמען הילף פון אנדערע.

למשל:

איך האב א ברודער יאנקל (נישט עכט, ס’איז א סוד) און ער האט א געוויסע טענה אויף מיין שוואגער פון מיין פעטער’ס זייט, און ער זיצט מיט מיר ביים טיש ביים טאטן נאך די אז ביום השביעי טאנץ ווען מ’ברענגט ארויס די טשאקאלאדע’ן און דער טאטע זיצט שוין שלאפנדיג אויפן אור החיים הק’ און די מאמע זאל זיין געזונט איז שוין נישט צום האבן פאר די לעצטע שעה צוויי. זי שרייבט זיך שוין פאר א חלום פאר די נאכט.

זאגט מיר יענקעלע אז דער שוואגער מיינער איז א געפערליכער באנדיט (איך בין נאך נישט מודה, אבער ער זאגט אזוי) און ער פארציילט מיר די גאנצע מעשה מיט זיין שירעם וואס ער האט געלאזט אין ביהמ”ד און וויאזוי מיין שוואגער האט בשאט נפש גענומען דעם שירעם  (איך מיין איך קען מיין שוואגער, קען זיין אז ער האט עס גענומען, אבער איך בין זיכער אז ער איז געווען א אונס, ער האט נישט געוואלט ס’אל פונקט רעגענען)

מיין ברודער זאגט מיר אן מיטן לעבן איך זאל נישט דערציילן דעם שמועס פאר מיין שוואגער, ווייל ווי נישט ווי זעמיר מחותנים, און ער וויל לעבן אין גוטן מיט אים.

מיין ברודער לייגט צו אז דער שוואגער מיינער איז בטבע אזא מענטש! ער האט ליעב אויסצונוצן יענעם און ער ווייסט נישט פון קיין נימוס “אלעס בטבע” ער איז א שלעכטער “בטבע” און אז ער איז אויך א שטיקל גנב “בטבע” און אזוי ווייטער.

איך נעם דעם סוד און איך לייג עס ווי אלע מיינע סודות על לבבך אזוי אז ווען דאס הארץ עפנט זיך זאל עס אריינפאלן און איך וועל עס פארשפארן דארט און האלטן פארן ברודער אזוי לאנג ווי ער וויל.

נעקסטע וואך זיץ איך ביים שווער ביים טיש, און מיין הויכגעשעצטער שוואגער זיצט דארט, און מ’שמועסט איבער געוויסע דברים העומדים ברומו של עולם (ווי גיוויינליך) און איך זיץ אזוי און איך חלום אויף מיין שוואגער, און פרוביר צו זעהן צי די טבע לייענט זיך אראפ פון זיין שטערן, און יא! איך זעה קלאר! מ’דערקענט אויף אים אז ער איז א “גנב” וויאזוי דען זעהט אויס א גנב? ער האט קלאר אלע סימנים! איך האב נישט געוואוסט מיין ברודער איז אזא מבין אויף מענטשן.

עס נעמט נישט לאנג און איך זעה אז, פארפאלן איך בין אריינגעפאלן דא מיט א שוואגער א מושחת במעשים, און עס טוט מיר מורא’דיג וויי! איך מוז דאך זעהן “פארשטייט זיך לטובתו, ולטובתי ולטובת כל בית ישראל” אז ער זאל זיך בעסערן. איך האב דאך אבער א באשוואוירענעם סוד, און איך וועל אים בשום אופן נישט פארציילן דעם סוד.

מה עשה הקב”ה עס איז נאך די סעודה, און די סיטואציע שטעלט זיך ארויס ווי ביים טאטן אין וויינגארטן, יעדער איז שוין האלב אויפן סולם פון ויצא, און איך זיץ און קוואקע מיטן שוואגער ווי גוטע פריינט און פיינטליכע ברודער.

דער שוואגער רעדט פון אלס און אלעמען, אבער דא גייט ער אריבער דעם גרעניץ ווען ער גיט מיר אריין איינס וואס איז געווען אומערווארטעט. ער זאגט מיר בפה מלא: דו ווייסט דו ביסט זייער א הייקאלער מענטש! דו ווערסט אויסנאם שנעל באליידיגט! איינער זאגט מיר אז מ’קען צו דיר נישט רעדן ווייל דו ביסט א נוח לכעוס… אא”וו.

דא שפיר איך ווי די חימה לאזט זיך אויף ווי חמאה אויפן שפיץ פון גנב, און איך זאג אים צוריק: אזוי? דו ווייסט וואס איך האב געהערט איבער דיר?

איי ס’איז א סוד? נו וואס איז אז ער וועט מיר העלפן עס האלטן? ווי נישט ווי איז עס דאך לטובת הרבים!

און אזוי בין איך אים מגלה דעם סוד. פארשטייט זיך אן א נאמען. פשוט ווייל איך וויל אים אויסלערנען צו זיין א מענטש! און אזוי שמועסט זיך א שמועס ביז דער נאמען קומט ארויס, און דאן בין איך שוין א שותף מיט מיין שוואגער אין די מבצע פון האלטן דעם סוד.

שוואגערל! איך בעט דיך! קענסט מיר צוזאגן בכרם ובזית אז דו וועסט קיינמאל קיינעם קיינער נישט פארציילן און אודאי בן בנו של קל והדיוט פאר מיין ברודער זאלסטו קיינמאל נישט וואגן צו ארויסברענגען אז דו ווייסט. ווי נישט ווי זוך איך דאך נאר שלום. נישט קיין מחלוקת.

יא! איך זאג דיר צו מיטן להב להבערה יוצאת אז קיינמאל וועל איך אים נישט פארציילן!

מ’האמיר א פאקט! א באשלאסענער בונד! עס איז אינטער שלאס און ריגל! מיר פארציילן פאר קיינעם נישט.

מעשה שהי’ כך הי’ איך דארף דאך אייך נישט פארציילן אז מיין שוואגער האט אזוי לאנג נישט פארציילט ביז ווען ער האט געטראפן אמאל מיין ברודער און ער האט אים נאר געוואלט געבן א שטיקל לעקציע אז ווען מ’פארציילט פאר איינעם עפעס דארף מען זיך היטן וואס מ’רעדט. מיין שוואגער האט געשפילט ווי איינער וואס טראכט כסדר פאר ער רעדט און אזוי געלעקצירט מיין ברודער פאר זיין פארנאכלעסיגקייט.

און בתוך הדברים אים פארציילט אז ער ווייסט אז ער האט פאר “איינעם” געזאגט “עפעס” וועגן “איינעם וואס אונז ביידע קענען”. וכו’.

שוין א לאנגע מעשה לענגער! דער קאץ מיט מויז האבן זיך פאראייניגט און געמאכט א בונד כרית עולם אז מ’גייט מיר נישט פארציילן בשום אופן אז עס איז ארויסגערינען דער סוד. ווי נישט האט דאך נישט געקענט קיינער טראכטן אז א סוד וועט קיינמאל נישט רינען. און דערפאר בלייב  מיר גוטע פריינט, ווייל מיר האבן א סוד אינאיינעם.

לאמיר מאכן א סך הכל:

איך בין אינגוטן מיט מיין שוואגער ווייל איך טראג צוזאמען מיט אים א סוד

איך בין אינבעסערן מיט מיין ברודער’ל ווייל איך טראג צוזאמען מיט אים א סוד

מיין ברודער און שוואגער זענען אינגוטן ווייל זיי טראגן צוזאמען א סוד.

איר האלט מיט?

ויהי היום! ויהי ממחרת! ויהי בימי! נישט קיין חילוק ווען, און איך טרעף זיך מיט מיין ברודער, און ער שפירט זיך אביסל ווי געטראפן, נישט אז איך האב אים אמאל פארלוירן! אבער איך דערקען אויף אים א שטארקע שינוי אין זיין התנהגות, ער איז נישט מיט מיר מפטירן כדאתמול, אונז פלעגן מיר פטר’ן צייט סאך געשמאקער. עפעס קומט דא פאר דערשפיר איך.

איך ווארט אויף די געלעגנהייט און איך זעץ זיך אראפ קעגן אים און איך פרעג אים במעכל בנך הגדול דערצייל מיר ביטע וואס דא גייט פאר לא כימים הראשונים ….

מיין ברודער זייענדיג דער גוטער וואס ער איז, באשווערט מיך מיט אלעם אליקן אז איך זאל אים צוזאגן נישט איינמאל און נישט צוויי מאל נאר דריי מאל (ווייל איינמאל האט ער שוין געזעהן וויפיל עס ווירקט) און איך זאל אים צוזאגן ביים גארטל אז איך גיי קיינעם נישט פארציילן בכל שום וחניכא דאית לי’.

איך זאג שנעל צו! עס קאסט נישט קיין געלט! און איך הער אז דער סוד איז שוין היינט אפיציעל געהאלטן ביי דריי אידן! איך שפיר מיך שלעכט, אבער א דערלייכטערונג אויך, גענוג מיטן סוד, וואס דארף מען זיך סודת’ן איך האב נאך איין פראבלעם, און לאמיר אייך עס שנעל פארלייגן.

דער סוד ווערט זייער שווער! פארוואס?

איך ווייס אז מיין ברודער ווייסט אז מיין שוואגער ווייסט וואס ער האט געזאגט פאר מיר

איך ווייס אויך אז מיין שוואגער ווייסט אז איך ווייס אבער נישט אז מיין ברודער ווייסט אז איך ווייס און אז איך ווייס אז מיין ברודער ווייסט שוין אז איך האב איבערגעזאגט

וואס שטערט מיך איז אז:

מיין שוואגער ווייסט טאקע אז איך ווייס אז ער ווייסט, ער מיינט אבער אז איך מיין אז מיין ברודער ווייסט נישט.

און אזא קאמפליצירטן סוד צו טראגן ווערט נישט גרינגער! וואס טוט מען דא?

איך מוז מאכן אן התרת נדרים, און איך גיי טאקע נישט בשאט נפש פארציילן, אבער האב איך דען געמיינט צו זאגן אז אויב ער פרעגט וועל איך ענטפערן מיט ליגנט? דאס איז דאך געהעריג נשבע על המצות און מ’טאר נישט! (דער בלאט וועט נישט אקצעפטירן פון תלמידי חכמים קיין בריוון איבער מיין עמהארצ’עס! עס איז א סוד צווישן אונז…)

רבותי וואס זאל איך אייך זאגן. מיט מיין גרויס חכמה האב איך געזאגט פאר מיין שוואגער אז איך בין ברוגז, און מער גארנישט געזאגט… און פון דארט און ווייטער איז די באן געפארן, און עס פארט נאך אלס…

איר ווילט דוקא וויסן?

איך ווייס ער ווייסט און זיי ווייסן און אלע צוזאמען ווייסן

איך בין צוקריגט מיט זיי זיי זענען צוקריגט מיט מיר און מיט זיי

און מיר אלע זענען צוקריגט צוזאמען.

יא! דאס איז ליידער היינט דער סוד מיטן סוד!

עס איז א סודות טרייענגל! נעמט נישט אן קיין סוד נאר טאמער איר קענט עס האלטן!

און ווען איינער פרעגט אייך ווייל פון גרויס הייפער וויל ער אייך פארציילן א גוטס, און ער שטעלט די תמימות’דיגע אויגן און פרעגט: האללאו! דו קענסט האלטן א סוד?

ענטפערטס בתמימות: יא! אבער נישט אליינס!

פורים אויפן טרייבארא ברידזש (קרישקעלעך פון פורים)

יעדעס יאר די זעלבע זאך! איך בין ווי שלומיאל’ס א ברודער אריינגעקראכן אין א בלאטע. מיין שוויגער זאל זיך מוטשען אין קיך וואוינט אין קרית יואל. און די מאמע זאל רוען אויפן קאוטש וואוינט אין וויליענסבערג.

סתם אזוי איבערעס יאר איז נאך צום פארטראגן מ’נעמט צאם די טשוועטשקעס און מ’מארשירט ארויף אויפן באס. ס’רעביצין נעמט די פינעף קליינע מיט זיך און איך נעם מיין חק און שלאף איין דערויף ביי די מענער זייט שששש פארציילטס איר נישט!

אבער פורים א גראגער אויף המן’ס קאפ דארף איך מיך פונאנדערגעשנייט געפונען אויפן באס. און אויף דעם באס פורים איז קיין פיקניק נישט צו זיין.

חוה’לע מיינע איז פארשטעלט ווי א אסתר עמעלקע מיט א פאפפי גאון און ווען זי גייט ארויף אויפן באס מיט איר קעניגן שטעקן געמאכט פון סטיוואל און טוטפיק’ס פארהאנקערט זיך די קעניגן’ס קליידל און די יעלות זענען למעלה תגביה קארייני.

גראד נאך איר שפאנצירט מרדכי הצדיק מיט איין הענט אויפן גאלדענעם רוט און די צווייטע האלט אן די בארד זאל נישט פאלן און אויב די גרויסע בריל מיטן נאז וואקט שטאטער פון אים דארף דער צדיק כאפן זיין נעזעלע און די באס פארט כאדאראם.

מיין קליינער פון קינדערגארטן איז פארשטעלט ווי א יו פי עס טראק געשלעפט פון א שלעפער טראק… און ווען מ’האלט אים נישט אינדערהאנט איז ער ווי סתם א יו פי עס טראק אנעם שלעפער…

אזוי שפאצירט ארויף די פאמיליע אויפן געפאקטן אויטאבוס און מ’צעטיילט די ראזשינקעס און המן טאשן אין קליינע פעקעלעך כדי די קליינע קינדערלעך זאלן נישט לאזן די שכינים איינשלאפן. און היידא מ’פארט!

דא קומט דאס ריכטיגע! ביים. נעקסטן סטאפ קומט ארויף א געמאכטער שיכור וואס די ווייב מאכט זיך ווי זי לאכט און זי מאכט זיך ווי זי בעט אים איינצורוען. און די קינדערלעך מאכן זיך ווי זיי זענען שוין זקינים ורגילים מיט שיכורים און מאכן זיך נישט וויסנדיג אפילו זיי מאכן נאר א שידוך שמייכל ווי קלוגע באזעסענע מענטשן ווא לאכן שוין נישט פון קיין קארני דזשאוקס. און אלע מיטרייזנדע “מאכן” מיט א רייזע צום געדענקען.

אלזא דער שיכור זעצט זיך אין פראנט פון מיר און וויל נאר וויסן צו מיין אינגעלע באמערקט אז ער איז שיכור און שרייט; איך בין נייייישט שיכור! יונגעללעעע אמת? איך האאאאה בין נישט שיכור? א מזל ער פרעגט מיך נישט ווייל איך וואלט פאזיטיוו צוגעשטימט!

מען פארט שוין ארויס אבער ניין! איינער לויפט… איינער לויפט… הערט מען פון א באבישקא שרייען ביי די פרויען זייט און דער באס שאפער זייענדיג א וואוילער אינגערמאנן שטעלט זיך ווארטן. איך קוק אזוי ארויס, ווער לויפט? איינער לויפט? צענדליגער לויפן! וואס ווייסט זי שוין ווער עס מיינט דעם באס און ווער עס לויפט ווייל דער רוח טרייבט אים?

די שטיגן פוהלן זיך אן מיט פוסאלאך פון א משפחה מיט קינדערלאך קיינע הארע פאי פאי און די קולות וואס זענען שוין אויף דעם באס אזוי אויך העכער ווי לעגאלע לימיט’ס גייען יעצט אריבער צו אומאראלישע הויכן. און פון סתם ענגשאפט ווערט שוין יעצט געדרענגשאפט. אבער אבי געפארן! פאר שוין! נו!

מ’שלייכט זיך אריין אין בי קיו אי עס פארן דארט גויים פון אלע מינים ואפיכורסים וואס ווייסן זיי? עס נידערט אראפ א מין וואכעדיגקייט מ’זעהט סיטי באסעס מיט בילבאורד’ס און טראק’ס פונקט ווי אינמיטן יאר! גיי שוין עס פארגייט דער אפעטיט פון לעבן. אבער וואס טוט מען נישט פארן שוויגער? ווי גייט דאס ווערטל: וואס מ’טוט פאר א שוויגער טוט מען פאר זיך אליינס! וד”ל

מ’רייסט ארויף אויפן טרייבארא בריק והנה עס איז טראפיק! אלעס איז אויף שטאנדשטיל. אלעס? ניין נישט אלעס! אויפן באס איז הויך יו”ט. מיין שיכור שכן האט געזעהן א געלעגנהייט און פאנגט אן פארפירן פארוואס ער איז אויף א אמבולאנס? עס פעלט אים גארנישט! די קינדער באסמאקעווען זיך מיט אים ביז ער מאכט א יברעכעכא מיטן שעם ומלקות און דער באס האט שוין נאך עפעס!… א גערוך!

יעצט איז אזוי! עס איז שטיל! ווי א אומגעוויינליכע פאר אויסברוך שטילקייט! עס שמעקט פון פולווער! און פון … אבער עס זעהט זיך אויס ווי אין הקב”ה בא בטרוני’ און ס’טאקע טרעפיק אבער ס’רואיג…

פלוצלינג…. טרררררררררר. אלע מיינע חלומות פון רואיגקייט צופארן. מיין אונטערשטער שכן האט זיך דערמאנט אז ער איז שיכור און אז אויב האלט ער זיך רואיג האט אים א שיכור עקספערט געזאגט קען די שיגעון וועפן. און ער פאנגט אן פון אל”ף…

אנקומענדיג קיין קר”י האמיר געגעין א שבח והודאה פארן באשעפער פאר אלע חסדים און באשלאסן אז דאס איז דאס מיר פארן נישט פורים אין ערגעץ.

א פרייליכן פורים! נאך א מזל די מעשה איז נישט אמת. איך וואלטעס נישט פארטראגן. נודה לד’.

א פרייליכן פורים

פרעגט מיך א איד: ר’ זאלץ ווען נעמט איר אויף דעם פורים?

ערשטע נאכט ביזן עלות!
מארגנדיגער טאג ביז כלות!
שושן פורים. א שלאס!

שמחת פורים פאר אייך און פאר אייער משפחה און גוטע פריינד

דער חצות מנין

ביינ’ונז אין שולעכל איז נאר דא צוויי מנינים, איינס איז דער תרח’ס מנין וואס דאוונט 6 אזייגער נישט קיין חילוק צי עס איז טאג אדער נאכט. ס’צווייטע איז די מתינות מנין וואס נעמט א שעה אנדערהאלבן נישט קיין חילוק צי מ’זאגט תן טל ומטר צי מ’זאגט לברכה אויך. עס נעמט אלס א שעה א האלב.

טא וואס רעד איך פון חצות מנין אז ס’איז נישטא?

אלזא לאמיר קלאר שטעלן וואס איך מיין!

עס דאווענען דא אסאך אידן אבער עס איז נישט קיין מנין! איינער דאוונט פון ברכות ביז הודו און לויפט ארויס הכנות, דער צווייטער האלט אינמיטן גיין נאך געלט ער קומט נאר אריין עדות זאגן ביי די קדישים.

נעבן מיר זיצן צוויי אידן אויפן זעלבן מקום קבוע יעדן טאג! כדי צו פארשטיין איז וויכטיג צו געדענקען אז דאס האלט שוין אן יארן לאנג וואס בערל מיט שמערל קומען דאווענען אין דעם חצות מנין און שלאגן זיך אויפן מקום קבוע. ווייסעך ווייטער נישט צו מ’קען זיי רעכענען צום מנין אלס למה סאקע רייעכא.

אונז האמיר אויך א שיינע פאר בנש”ק’לעך וואס פון הודו ביז קוש זענען זיי מעיין אין גליונות אדער פיקטשער’ס פון די וואך צו זעהן ווער עס האט זיי בעסער געקאווערט! קען מען זיי מצרף זיין? גיי ווייס!

אזוי באשטייען אונזערע מנינים פון אלע מיני מיטכאפער’ס. מילא האמיר נישט קיין געהעריגן מנין. אינטערסאנט ביי אונזער חצות מנין איז יענקל הלוי. ער קומט אלס און האלט מיט שוין געדאוונטערהייט. ס’הייסט ער דאוונט פרי אבער ער האט עפעס א תאוה צו זעהן. ווי אנדערע מוטשען זיך מיט די צייט, האט ער יעדן טאג א סיבה וואס דארט צו זיין. און שאקלען מיטן קאפ אויף ניין פאר גרויס דיסאפראוועל פון דעם מנין.

אמאל לייגט ער דעמאלס ר”ת. און אמאל שימושא רבא! און אז נישט דארף ער פונקט מעביר זיין די סדרה. און איינוועגס רודפ’ט ער די מענטשהייט איבער חצות. נו! שוין באלד חצות! נאך פינעף מינוט! וואסי מיטענק? אא”וו. דאס ערגסטע אינאך ווען ער נעמט זיך רודפ’ן ווען חצות איז שוין לאנג פארביי. א שטייגער ווי דער וואס איז געווען דארשטעריג אויפן וועג און געהאלטן אין איין קרעכצן אז ער איז דארשטעריג און ווען מ’האט אים שוין געגעין וואסער האט ער נישט אויפגעהערט באקלאגן ווי דארשטיג ער איז געווען.

נאך א אינטערסאנטע זאך שפילט זיך דארט אפ:

יעדעס מאל האט דער מנין דריי בעלי תפלות! עס איז אזוי במחשבה תחילה! מ’טרעפט נישט קיין בעל תפלה און איינער זאגט אויב די גייסט צו צו פסוקי דזמרה נעם איך דיר איבער ביי ברכו און אזוי ביי שמו”ע. געוויינליך ביי שמו”ע גייט צו איימיצער וואס האלט נאך ביי די שטילע און ער דאוונט די הויכע. אזוי ארום שטייט ער אלקי נצור פאר א וויילע בעפאר תחנון.

אז מ’רעדט שוין פון תחנון איז ביי דעם מנין לגמרי נישטא אזא זאך! דארט ווערן אלע לומדים און מיטן גראבן פינגער איז מען מורה היתר אז דער מנין איז דאאך עניוועי כמאן דליכא מילא וואס דארף מען זאגן תחנון וד”ל

בקיצור אונזער חצות מנין איז איינס אין די וועלט און איך האב נישט נערוון ווייטער צו שרייבן. ביי ביי

פאר איך ווער ערנסט

איך האב לעצטנס באקומען אסאך פריוואטע ראט פון מיינע חשובע קאלעגע’ס בכלל און די פאר וואס זענען אויף מיין גוגל בפרט, און מ’האט מיך געראטן צו ווערן ערנסטער… איינער פון מיינע פריינט זאגט מיר, די דארפסט פארשטיין, עס קומט א נייער יאר יעצט, און עס איז ערנסטע זמנים, עס איז די לאנגע ווינטער נעכט וכו’, א צווייטער זאגט מיר זאלצי: די גייסט שוין באלד דארפן טון שידוכים מיט די קינדער, און מ’וועט געוואויר ווערן אז די שרייבסט סתם פאר פייער און פאר זאלץוואסער וועט מען נישט וועלן קוקן אויף דיין זייט, אויסער אויב אנעים וועט זיך וועלן משדך זיין מיט דיר וואוינט ער דאך אווער סיעס….

האב איך דאך אבער אן אינסטינקט אויך, און איך שפיר אז ווען דער פון אויבן פירט מיך צו זעהן עפעס אינטערסאנט מוז איך מיטטיילן מיינע פריינט, און איך קען נישט זיין מונע טוב מבעליו. האב איך באשלאסן… איך ווער ערנסט… איך וועל אנהייבן שרייבן פירושים אויף זאכן, ענינים, איך קלער אפשר שוין אנהייבן מיטן בית יוסף’ס קשי’ און אודאי שוין גרייטן ארטיקלען ביז צו חד גדיא, און נאכדעם וועל איך מיך רוקן פאראויס און אפשר אריינגעבן די פירושים צום דרוק וכו’ וכו’ וכו’ והנה חלום…

…והנה חלום, אלעס האט געפלאצט ווען נעכטן נאכט בין איך אריינגעפאלן אין “ביהמ”ד ויואל משה” אין מאנסי יצ”ו צו דאווענען א מנחה’לע.

איך האב געמוזט אפשטופן די גאנצע ערנסטקייט פאר א קורצע וויילע, ווייל איך קען נישט האלטן דעם ארטיקל אין מיין מוח ביז ווען איך גיב ארויס מיינע פירושים חלום…

און אט הערט וואס האט פאסירט. און פאסירט לכאורה יעדן טאג נאר איך האב עס מיטגעהאלטן נעכטן….

(אויב ווילט איר מאכן א פדפ פייל פון די מעשה מיין איך איר זאלט אנהייבן פון דא…)

איך זיץ אין קאר און בלאנדזשע אריין קיין מאנסי, ווייל איך זעה אז דער זייגער שלאגט אויף אביסל נענטער צו מנחה ווי מיין באקוועמע רייזע דארף נאך צו נעמען, און איך פאר ארום זוכן ווי קען מען נאך דאווענען. א בחור’ל שרייט מיר אריבער פון די אנדערע זייט פון די אמאליגע חרדים ביהמ”ד אז דארט איז שוין היינט א ישיבה, און מ’דאוונט נישט יעצט דארט, און אין וויזניץ דאוונט מען שוין שחרית פאר מארגן זאל איך ענדערש פארן צו א סאטמאר ביהמ”ד.

איך דריי זיך ארום און איך טרעף אן א הערליכן ריזיגן פראכטפולן בנין, מיט א לאט אין די בעק און אין די זייט וואס דארף הייסן אז דאס איז געמאכט צו זיין א פארקינג לאט. ווען איך האב געוואלט אנהייבן אריינצופארן דערינען האב איך הערשט באמערקט אז איך בין אריין געפארן אין א דזשאנק יארד מיט קאר’ס און אויך איין טרעילאר (דער דרייווער האט געכאפט א מנחה) מיטן גאנצן טרעילאר ביז אינדערמיט פון דעם לאט. עס טוט זיך א פייפעריי, אבער איך דערקען אויף די מאנסיער אידן אז זיי הערן די פייפעריי אזוי ווי איך הער מיין וועקער זייגער. (איך מיין צו זאגן: זיי הערן עס נישט! זיי זענען שוין צוגעוואוינט! פארשטייסט שוין מיך מיט מיין וועקער זייגער?…)

אלנספאלס איך זעה ווי איינער בעקט ארויס, און צוויי ווארטן אריינצוגיין אינעם ספאט, איך וואונדער זיך היכן יכנס הפשתן הזה? ווער וועט יא אריינגיין און ווער נישט, און צו כאפט נישט דער צווייטער אז עס שטייט שוין א ערשטער? עס נעמט נישט לאנג און דער פארפארקטער פארקט ארויס, און איינער פארקט אריין און איך קוק מיט וואונדער צום צווייטן צו זעהן וואס פלאנירט ער צו טון, און הערשט דעמאלס באמערק איך אז דער צווייטער איז שוין לאנג נישט אין קאר ער האט עס איבערגעלאזט ווי עס שטייט און גייט און כאפט א מנחה און אפשר נאך א שמועסל אויך…

איך לויף אריין אין ביהמ”ד (איך האב פארשטייצעך געפארקט קודם) און איך פליה אראפ אלע שטיגן, איך זעה אז דארט דארף מען גיין, ווייל יעדער לויפט אהין צו, און פלוצלינג…..

… מינמיכעכעפאלאטשעקפאלטשעפאלאטלאטשעק… פאר די וואס ווייסן נישט וואס דאס מיינט. איר דארפט זיך גארנישט שעמען איך האב אויך נישט געוואוסט, אבער די קולות און באנומענע קוויטשערייען מינככככעעמינכעפאלאטשעקפאלאטשעקחדרפאלאטשעק (איר האט באמערקט אז איך לייג נישט קיין ספעיס צווישן די ווערטער? אה! ווייל ער אויך נישט! ער זאגט עס אין איין אטעם, אלע ווערטער אויפאיינמאל, עס איז שווער פאר פרעמדע צו פארשטיין וואס ער מיינט)

איך קוק מיט בייז ווינדער וואס גייט דא פאר? וואס איז די קולות? אבער איך זעה ווייטער אז עס מאכט זיך א גרויסער חילוק צווישן א געבוירענער מאנסיער און א געסטל אין שטעטל, ווייל אלע געסטלעך ווי איך זענען אדער דערשראקן אדער לאכן זיך אביסעלע אונטער (געוויינליך נאכן הערן דאס אפאר מאל פארשטייט מען אז עס איז נישט קיין עמערדזשענסי) אבער דער איבעריגער עולם גייט אן מפטירין כדאתמול.

ווייס איך נישט דעם נאמען פון דעם משמש בקודש וואס גיט זיך אפ מיט די מנינים אין דעם גרויסן שוהל, אבער אן ארבייט וואס ער לייגט אראפ וואלט געווען א וואונטש פאר א יעדן שול… זיינע פזמונות גייען עפעס אזוי.

(אטעם אריין טיעף) מינכעמינעמינעכמינענעכע חדרפאלפאלאלאטשטשטשעקפאלאטשעפאלאטשעק…וידעו וידעו וידעו (מיטן ניגון הידוע) כי אתה שמך ד’ מנחמנהחמהניחכחמנה חדרגוטאמאןחדר מנחה מנחה חדר חגדר גחכגכענהגכהכצתהשצץ (סאררי איך האב געטרייט צו טייפן אזוי שנעל ווי ער זאגט עס… איך דארף זיך נאך לערנען)

איך לויף נאך דעם קאלירפולן גאלאפ פון מענטשן, יעדער לויפט צו א ווינקל, דארט איז חדר פאלאטשעק, און דארט גייט מען יעצט דאווענען מנחה. דער גבאי אינדרויסן איז רואיגער ער זעהט אז מ’זאגט שוין אשרי דעמאלס נעמט ער זיך זינגען נאך א לעבעדיגערע ניגון, און ער רייסט אריין מיט א ריזיגע אייזן מיט צוזאם באהאפטענע פושקעס און לייגט עס אויף איינע פון די טישן אין דעם חדר ווי מ’דאוונט יעצט, איך וואונדער זיך צו ער מיינט דער עולם וועט אריין לייגן געלט אליינס, אבער ניין ער איז מאלטי טעסקינג ער לויפט ביזדערווייל ארום אין אנדערע חדרים מסדר זיין וואס אימער און ער האט אויסגערעכנט אז דא גייט ער גיין נאך געלט נעקסט טוט ער עס אזוי זיך נישט צו דארפן ארום שלעפן מיט די 40 סאה אייזן די גאנצע צייט.

איך קום אריין אין שטובל איך זוך א ווינקל. איך באמערק אז אין מאנסי אדער אפשר נאר אין דעם שוהל איז נישטא אזא זאך ווי א ווינקל. פרעגט מיך נישט פארוואס, אבער ווי איך שטעל זיך שפיר איך ווי איך שטיי אינמיטן שוהל, צו איז עס ווייל ווי איך שטיי שטייט אויך איינער וואס הייבט ביי אנדערע די אויגן ברעמען, אדער איז עס ווייל עס איז שיין ליכטיג? איך ווייס נישט! ביי איין ווינקל זיצט א איד מיט טלית אין תפילין און א ריזיגן בריווקעיס מיט ספרים און עסן אויפן טיש (איך מיין ח”ו נישט קיין שום חוזק, איך ווייס נישט ווער דער איד איז ער קען זיין פון די צדיקי הדור און איך מיין נישט ח”ו אפצושפעטן, ער האט גארנישט געטון פאנני, ס’איז נאר גענוג געווען אוועק צו נעמען א “ווינקל” פון באנוץ…) אויף די אנדערע ווינקל שטייט א ליטוויש אידל און קלאפט זיין האנט אין קאפ יעדע מאל וואס ער זאגט פותח את ידיך, ער זאגט עס א שיינע פאר מאל איך האב נישט געציילט פונקטליך, און הערשט ביי איינע פון די לעצטערע האט ער געכאפט אז ער האט נישט אן תפילין צו קושן (קען זיין לענ”ד)

און אויפן אנדערן ווינקל (פארגעסט נישט דאס איז א ריזיגע שטוב כרחוק מזרח ממערב) שטייען צוזאם געדרוקט 4 אידן און שטופן זיך צו דאווענען איינער טרעט אויס ווען דער צווייטער בוקט זיך דער דריטער ווארט אז דער פערטער זאל סטאפן קלאפן סלח לנו ער זאל זיך קענען ווייטער שאקלען, און די איבריגע שטוב איז דא ברייט פלאץ אבער פאר סאם ריזן דאווענען די 4 אינטער איין TILE און זיי קענען זיך נישט אפשיידן.

איך שטעל זיך דאווענען און איך האלט שוין ביי ברך עלינו (דאס איז שוין נאכן אבזערווירן האלבע צייט דעם עולם’ס דאווענען, ווען נישט ווייס איך דאך נישט די אויבנדערמאנטע) הער איך הויך איינעם שרייען “משיב הרוח ומוריד הגשם” כאילו עס איז נאך דא איינער אין שוהל וואס קען יעצט משלים זיין דעם חסרון אויב מ’האט פארגעסן.

דאס מערסטע פון אלעם איז מיר נאך געפאלן ווען מ’האט אנגעהויבן נאכצוזאגן חזרת הש”ץ. אזויפיל נסחאות אויף איינמאל האב איך נאכנישט געהערט. איינער זאגט בניגון קשי’ איינער בניגון תמי’ איינער בניגון צו אויך נעבן מיר איז געשטאנען איינער וואס האט געהאט אזא פראבלעם: ווען דער עולם איז געווען שטיל האט ער זיך אינטערגעזונגען יודו לד’ חסדו, און ווען עס איז אונטער געקומען דער ברוך הוא וברוך שמו, האט ער נישט געוואלט מפסיק זיין, פון די אנדערע זייט איז ער דאך נישט מסכים צו זאגן א בהוב”ש חטופה, האט ער געזונגען דעם בוב”ש מיטן זעלבן ניגון (א כאפ!!!) און איך האב מיך געהאלטן ביי די זייטן…

ווען מ’האט געענדיגט דאווענען און איך האב מיך ארום געזעהן אז מ’זאגט נישט היינט קיין לדוד ד’ אורי האט מיך עס געשטערט באמת דאס ערשטע מאל אז מ’זאגט דאס נישט… איך האב פשוט נישט געוואלט ענדיגן דאווענען….

אין יעדן פאל איז דער שוהל עפעס ווערט אסאך צו רעדן, איך האב נאר פשוט נישט קיין צייט צו באשרייבן למשל וואס עס טוט זיך דארט אין די האללוועי, א בחינה אביסל ווי שומרי שבת אין ב”פ, (עה נישט אזוי ווייט, אבער אביסל) און די אינטערסאנטסטע פון אלעם איז נאך דאס אז אין דעם האללוועי סיי ווען איך בין געקומען און סיי ווען איך בין געגאנגען האב איך באמערקט אז אלס איז געווען א קבוצה וואס האבן איבערגערעדט דעם לערנען, און א קבוצה פאר פאליטיק, און א קבוצה פאר סתם פלוידערייען, און אלעמאל איז דארט דא א קבוצה וואס האבן זיך נארוואס באגעגנט נאך אזויפיל נישט זעהן זיך….

איך ווער צוריק ערנסט
זייט מיר געזונט

וואס שמועסן המן און זרש? (לכבוד פורים)

המן:

זרשל דו זעהסט מיר האבן צוגעפיקסט די אידן. זיי דארפן נעבעך גיין שאפינג און ספענדן פאר משלוח מנות

זרש:
נפל תפול
דו אלטער קריפל
געב דיר א ציפל
זיי זענען מטופל
דו הענגסט אויפן קניפל
מיט די בנים דאבל און טריפל

הער אויף מיט שטותים
זיי נאר וויסן
האסט אריינגעביסן
זייער געלט גיסן
דיין בלוט פליסן
דיינע רימען אפגעשליסן
דיין משפחה אויף א בוים א מיאוסן
און דו רעדסט נאך אפגעריסןס

לאמיר ספענדן
טאנצן מיט די לענדן
המן’ן שענדן
געלט שווענדן
אויף זיין מיאוסן ענדען
און צו השם זיך ווענדן

העלף אונז טאטע
אין די טעג די ווייטע
מיר דרי מטה
זאל שוין זיין בשעתה
די טעג די זאטע
תבנה המקדש עתה
אמן כן יהי רצון

הנותן מתנה לחבירו (לכבוד פורים)

היינט איז דא ביי אונז אין ביהמ”ד א איינמאליגער געלעגענהייט! און עס איז ווערט אלעס איבערצולאזן פאר א צווייטס מאל און קומען כאפן די ארויסגליטשענדע מציאה!

פאר א נישטיגע שמירעכץ פון 260 גרינע פאפירענע דאלאררן באקומט איר א זעלטן שיינעם הויכן געפלאכטענעם אמה על אינטש 6 שפיציגער בינען וואקסענדיגער הבדלה בחינם!!!

גוט געהערט! ס’גאנצע איז אייער’ס בחנם אין כסף! איר קענט דערמיט טוען פארשידענע אקטיוויטעטן. ווי דער שמש אונזערער גיט איבער זענען דא וואס פארשטייען נישט דעם פוהלן ווערדע פון די גלאררייכע מתנה.

לאמיר עס צענעמען אויף קלענער געלט! (נישט דעם דיוס)

1. איר קענט עס נוצן צו הבדלה! דאן דארפט איר עס אנצינדן פון שפיץ. עס איז נאר א ווייטאג ווייל עס גייט אויס. ווי א ליכט!

2. איר קענט עס נוצן פאר וואקס אין די ברעיסעס פאר די וואס האבן ברעיסעס. (פארשטייט זיך עס לוינט נישט פארדעם צו מאכן ברעיסעס ווייל עס נוצט זיך אויך אמאל אויס)

3. איר קענט עס אויפפלעכטן און דאן איבערפלעכטן אלס א כפול שמונה פלעכטער.

4. איר קענט עס האלטן אין אייער טלית בייטל! זאל יעדער זעהן אז איר זענט א “נארמאלער מענטש” און איר צאלט צייטליך.

5. (נישט לעגאלע אפציע-מיר נעמען נישט אחריות) איר קענט זאמלען א קאלעקציע פון 100 שטיק יעדע יאר איינס און עס פארקויפן צוריק פארן שמש פאר א פראפיט! (וואס מיינט איר פון וואו האט ער אזאפיל?)

אלנספאלס דארפט איר כאפן די הבדלה פאר די פוס און נישט פארפאסן אזא וואקסענעם געלעגנהייט!!!

דיסקלעימער: איך בין א מעמבער און צאל ערליך מעמבערשיפ. דאס אויבנדערמאנטע איז לוויציתא בעלמא!

א פרייליכן פורים

אלעס אין איין טאג (כ”ו אב)

(געשריבן כ”ו אב תשע”ב לפ”ק אויף אייוועלט)

היינט איז א גרויסער טאג ביי אונז חסידים און תלמידים פון רביה”ק מסאטמאר זי”ע, עס איז די 33סטער יומא דהילולא פון אונזער גרויסן רבי’ן זי”ע.

גייענדיג אויפן ציון הק’ און דרייענדיג זיך אין קרית יואל המעטירה, קומט מיר אויף אבזערוואציע’ס און איך בין נייגעריג צו הערן אייערע אבזערוואציע’ס צו זענען זיי אויך בערך ווי מיינע.

א’ סליחות

צופרי זעהט אויס אין קרית יואל מער ווי א’ סליחות, עס טוט זיך א אנלויף פון אלע מיני קרייזן יעדער מיט פארקנייטשטע פנימ’ער איינער לויפט דאווענען א צווייטער אין מקוה, מנינים שטעלן זיך אויף פלעצער ווי סתם אזוי קען קיין מזומן אויך נישט שטיין, ווי מ’לייגט אראפ א פוס טרעפט מען נאך 4 פאר פוס, עס איז נישט דא ווי זיך צו רירן דער מצב איז אנגעצויגן, אידן ווילן פועל’ן ישועות אין זכות פון דעם גרויסן צדיק.

ר”ה ביינאכט

אראפקומענדיג פון ציון הק’ זעהט אויס ווי ר”ה ביינאכט, מ’ווינטשט זיך “האט’ס געפועלט אלעס גוטס” און מ’גיט זיך ווארימע ברכות א שטייגער ווי די גאסן זעהן אויס ווען מ’וואונטשט זיך לשנה טובה, און מ’לויפט ווייטער.

ערב יום כיפור

ארויפגייענדיג זעהט אויס ווי מ’שטייט אין די ליין פאר כפרות שלאגן. די קולות פון די געלט גייער’ס איז עד לב השמים. עס גיסט זיך געלט ווי עריו”כ ביי מנחה, און אז אינמיטן פליען פארביי די קרית יואל’ע קאטשקע משפחה איז עס שוין ממש א בחינה פון כפרות שלאגן…

סוכות

די געלט גייער’ס זיצן אין בודקעלעך וואס דערמאנט פונעם יו”ט סוכות, מאנכע מאכן עס געהעריג ווי א תשבו כעין תדורו, און אזוינע וואס זענען נאר יוצא צו שטיין דערנעבן און מאכן קולות. אויך זיצן תהלים זאגער’ס אין ריזיגע טענט’ס ווי עס שפירט זיך אין א קהל’ישע סוכה

הושענא רבא

אין דעם אוהל הקדוש איז געהעריג די נענועים בתוקפה, מען דרייט זיך הקפות, און מ’שטופט זיך ווי אין א סארדין שאכטל, די קולות זענען הויך, דער תהלים זאגן איז ווי הו”ר ביינאכט, און די געזינגעריי דערמאנט פון די נענועים און הלל הושענא רבא בייטאג…

חנוכה

נעבן דעם ציון הק’ איז דא מער לעכט ווי יוצאי מצרים, עס פלאמען די פלעמעלעך, די היץ קען מען שפירן קילאמעטער’ס ווייט, א פרסומי ניסא אויף ווי ווייט דער אויג זעהט.

פורים

אה שיער פארגעסן! ביי איין קרעמל פון די געלט גייער’ס איז געהעריג פורים אינמיטן די גאנצע ערנסטקייט, זיי נעמען אן מיטלען פון געלט רייסעריי ווי מ’טוט נאר שיכורערהייט פורים נאכמיטאג. אבער דער סאטמארער ציבור איז געוואוינט צו טון די מצוה פון צדקה מיטן גאנצן הארץ נישט קיין חילוק די מעטאדן וואס די געלט גייער’ס נעמען אן.

פסח

דאס איז שוין נאך אלעם ווען די געלט גייער’ס זיצן אנגעלענט ווי ביים סדר און רעזיגנירט ווי נאך די אפיקומן, מורמלען זיך נאך אונטער זייערע סלאגאנען אבער ערשעפט און מיד פון די צוויי טעג ארבעט.

שביעי של פסח

דאס יאר ווען עס רעגנט איז עס געהעריג קריעת ים סוף.

ל”ג בעומר

דארף דען הסברים? ווער עס איז שוין געווען אמאל אין מירון וועט אייך מודה זיין אז אין קרית יואל איז כאטש א מעין מירון אום כ”ו אב

תעניתים

אינטן ביים טענט זיצן אידן און עסן, עס זעהט אויס ווי מ’פאסט איין אדער מ’פאסט אויס, און אין די לאנטש רום פון די ישיבה זיצן זקנים ונערים און זענען זיך מחי’ מיט די מאכלים וואס ווערט צוגעשטעלט מיט הרחבה.

אזוי ווערט דער גאנצער יארגאנג געשפירט דארט אויף טריט און שריט, עס שרייט פון יעדן ווינקל די חסידישע פארע. און עס בלייבט נישט מער איבער ווי צו אויסרופן הויך: אשרי העם שככה לו! וואויל איז פאר אונז אז מיר האבן געהאט די זכי’ צו זיין תלמידים פון אזא הייליגן רבי’ן וואס איז אונזער וועג ווייזער און זיין תורה איז אונזער לערע ביז משיח’ס טאג.

עס איז נאך דא אסאך צו שרייבן אבער דאס איז מיין קורצע אבזערוואציע פאר די מאמענטן.

Follow me on Twitter to get latest articles @zaltzvaser

חוצפה און עזות! (לכבוד פורים)

יואלישקא’ס? ראצער’ס! נידריגע יונגען! זייט ווען מאכן יואלי’ס בר מצוה? יא יא איך רעד פון די יואלי אל”ף’ס און יואלי בי”ת קינדערלעך. נישט זיי האבן בר מצוה! נאר זיי מאכן בר מצוה בליעה”ר.

איר ווייסט וואס דאס מיינט?

דאס מיינט אז דער דור האט זיך גערוקט מיט א צונאמישע לענדזלייד!

דאס מיינט אז אפאר יאר ארום וועט זיך אנהייבן די אינוויטעישאן’ס ווי ס’גייט שטיין “יואל ווייס א’ מצד החתן” “יואל ווייס ד’ מצד הכלה.

דאס מיינט אז ווען מ’גייט אויסרופן די אייניקלעך זכרים בעזהשי”ת וועט מען אויסרופן עפעס אזוי:

ר’ חעזקעל בן ר’ יואל בן ר’ לייב יענטאש מאכט דעם זכר ביי זיין שווער ר’ יואל בן ר’ חיים משה קרעמער אינדערהיים (און דא כאפן דעם אטעם)

איר פארשטייט וואס דא קומט פאר? עס איז ממש עק וועלט! משיח דארף שוין אנקומען פאר די יואלי’ס פאנגען אן צו אייננעמען די וועלט דא!!!

גיווואאאאאלד! די יואלי’ס אר קאמינג

Follow me on Twitter to get latest articles @zaltzvaser