ר’ סנדר איז אינטערוועגנס, און איבעראל אין אלע אידישע שטובער אין די מעטרא ניו יארק און ניו דזשערסי גרייט מען זיך אין גרויסן (מעטרא קומט דא אריין?) איז מיר איינגעפאלן צו שטודירן די צוגרייטונגען פון די נאענט און זעהן די דיפערענצן צווישן פעלקער און פעלקער אין די הכנות צו אזא געהויבענעם גאסט.

לאמיר אנאליזירן דעם ר’ סנדר קודם מיט א אידישן בליק, און פחד מה זו עושה, וואס איז דער עולם אזוי צענומען פון אים. ס’איז פשוט! ווען מ’טראכט אריין זיין לשה”ק נאמען, כאפט א פחד באמת, ווייל אויב אין ענגליש הייסט ער סענדער, הייסט ער דאך אין אידיש “שיקער” איז ער דאך אין לשה”ק א “שיכור” נו? וואס פרעגט איר?

אזוי ארום גייענדיג אין די געשעפטן און אין די בתי מדרשים, און אמאל אמאל אויך אינטערהערנדיג זיך ביים שכן, הער איך אזוי: מאנכע גרייטן זיך צו ר’ סנדר’ן מיט גרויס ישוב הדעת ווי למשל מיין שכן, איך וועל נישט פורש בשמו זיין, ווייל ב”ה ער וויל שוין ענדליך מופן און אז ער וועט הערן אז איך הער אים אינטער וועט ער להכעיס וואוינען דא פאר נאך אפאר יאר…

זיצט מיין שכן מיט א ריזיגן לוזליעף פעפער, און דאס ווייב דרייט זיך ארום פון קאבינעט צו קאבינעט, און פון פרידזשעדער צום פריזער, און אויב זעה איך גוט, עפענען זיי אויך דעם פסח קיך, איך ווייס נישט וואס זיי זוכן דארט פאר ר’ סנדר’ן, אויסער אז איך זאל טראכטן אז זיי קלערן ר’ סנדר וועט דא זיין אפאר חדשים מיט אונז…

זי שרייט: טונא
ער שרייבט: טונא
זי שרייט: וואסער
ער פרעגט: וויפיל?
זי ענטפערט: וויפיל ס’גייט
ער זאגט: מ’דארף דאך צאלן אויך?
זי ענטפערט: נו שרייב אויף דעמאלס…

איך האלט מיך אין די זייטן, איך פאנג אן זעהן אז עס זענען באמת דא מענטשן וואס מיינען אז מ’שרייבט אויף און ס’מעקט זיך אויס מיטן ווינט… אפשר ר’ סנדר…

אזוי האלט אן די אנגעצויגענע שטימונג. זי זאגט מ’מוז קויפן אסאך ברויט און עס פאר’פעינעצ’ן ווייל זי האט געהערט אז אינעם טיטאניק האט מען נאך 50 יאר געטראפן פרישע פעינעץ זעה מיר דאך אז דאס האלט זיך לאנג.

פלעשלייט’ס האמיר?
יא!
וויפיל?
גענוג!
יעדע שטוב איינס?
ניין!
נו וואס הייסט דאס גענוג?
ווען זענען אלע לעקטער’ס אנגעצונדן כאחת?
אבער אין דער פינסטער קען זיין אז מ’וועט עס דארפן, לאמיר נישט קארגן יעצט….
(איר פרעגט ווער עס האט געזאגט וואס? ער אדער זי? מיינסט איך געדענק? איך בין געווען ביזי שרייבן…)

ווען די גרויסע לוזליעף פעפער איז שוין פיל געווארן און מ’פארשטייט שוין וואס מ’דארף איינקויפן, האט זי אנגעהויבן צו בעטן אזוינע זאכן ווי נייע געשיר, און פורניטשור וכו’, און איך קוק אויף דעם מאן און איך זעה אז וואס פארא גולם ער איז פארשטייט ער אויך אז דאס איז שוין עפעס למעלה מכל השגות, און ער פרעגט…. וואס האט דאס מיט ר’ סנדר’ן?
און זי ענטפערט: אז מ’קויפט שוין זאל שוין זיין…

מ’לייגט אראפ די שרייבגעצייג, און מרופט צוזאם אלע קינדער. יעדער זאל צומאכן די אויגן, און שטעלן אפאר טריט פאראויס. איך זעה אז איינער טשידט שרייט די מאמע… אלע קינדער לייגן ארויף די רעכטע הענט אויף די אויגן און שפאצירן דריי טריט, די געלעכטער’ס זענען הויך אבער טאטע מאמע זענען ריכטיג אנגצויגן….
דער טאטע רופט אויס: קינדער איך וויל אייך נישט דערשרעקן אבער עס איז מעגליך אין פאל פון א בלעקאוט וועט זיין אזוי טונקל ווי עס איז יעצט געווען ווען ענק האבן געהאלטן פארמאכט די אויגן.
די קליינע יוסעלע רופט זיך אן: עה עה איך האב עניוועיס ארויסגעקוקט….

אזוי גייט אן ביי מיינע שכנים דער בעפארברייטונג צו ר’ סנדר.

איך ווער אומעטיג, און איך וויל מיך אויך גרייטן אביסל, איך קום אהיים צוריק, און אינטערוועגנס כאפ איך א בליק אראפ אין פארקינג לאט, און איך זעה א קאר אנגעצונדן מיט אלע קליפערליך און דארט אין דערין זיצט א ליובאוויטשע קאפל מיט צוויי קאמפיוטער’ס קאנעקטעד, און אין די בעק ליגן 7 גאלאן באטלעך געז, איך שטעל זיך פאר עס איז דא דארט אויך וואסער און בעטעריען, אבער איך פרעג נישט. איך שפאציר אהיים “געוואלד! איך האב זיך נאך גארנישט געגרייט!!”
איך קאל מיין חבר מנשה, און ער הייבט אויף דעם טעלעפאן אנגעצויגן ווי א ביבער, און רעדט שנעל, אבער צום סוף פארגעסט ער אראפ צו האקן דעם טעלעפאן, און איך הער די שמועס פונקטליך.
מנשה: אקעי וואס דארפן מיר נאך צום האריקעין?
זי: צום וואס?
מנשה: צום האריקעין!
זי: וואסערע האריקעין? די מאכסט עס?
מנשה: וואס הייסט צו איך מאך עס? הקב”ה מאכט עס!
זי: נו וואס הייסט וואס דארף מען נאך? צום האריקעין? וויאזוי פלאנסטו צו העלפן?
מנשה: (מסביר) ניין! איך מיין צו זאגן וואס מ’דארף אלס אנגרייטן, ווי עסן טרינקען? וועש? בעטערי’ס? פלעשלייט’ס? ראדיו’ס? וכו’.
זי: אה אונז האב מיר די אלע זאכן דא, אונז האמיר עסן טרינקען און אויך פלעשלייט’ס און לגבי די ראדיא’ס פארוואס טראכסטו אז מ’קען עס דארפן?
מנשה: פשוט צו הערן דעם מצב, מ’דארף דאך וויסן.
זי: אקעי איך וועל דיר העלפן מיט דעם, למשל: ווען די קוקסט ארויס אויפן גאס און די זעהסט אז ס’גיסט, זאלסטו וויסן דאס איז רעגן, און דאס קען ברענגען א בלעקאוט, אויב די זעסט די ביימיער שאקלען זיך זאלסטו אינאכט נעמען אז דאס איז נאך א סיבה פאר א בלעקאוט, און אויב די זעהסט אז די לעקטער’ס לעשן זיך אויס זאלסטו וויסן אז אלע סימנים האבן ריכטיג געוויזן און עס איז טאקע א בלעקאוט. אויב אבער די זעהסט אז נאך אלע סימנים איז נאך אלס דא לעקטער זאלסטו וויסן אז עס איז אויסדרוקליך געווען סימנים אן קיין רעזולטאטן. נו וואס נאך קען דיר די ראדיא העלפן?
מנשה: עממ עממ צו וויסן ווען צו ערווארטן די שטורעם צו זיין גרייט צו אימברעיסן די אימפעקט אויב ח”ו עס לעשט זיך אויס די עלעקטרי ווען איינער איז פונקט אין בוידעם אדער אין בעיסמענט אדער אין ביה”כ וכו’.
זי: פיין! לאמיר טאקע שוין אנהייבן צו אימברעיסן די אימפעקט, ווי נאר עס פאנגט אן מבול’ן וועלן מיר האלטן א וואכזאם אויג, און העכסטנס וועלן מיר קענען אריינרופן די ראדיא סטאנציע’ס זיי מודיע זיין וואס עס קומט פאר זיי זאלן אויך וויסן….

בקיצור: איך האלט יעצט אליינס אויך מיט א קאנווערסעישן איך קען שוין נישט צופיל מגלה זיין דא ווייל מיינע שכנים וועלן זיך נאך איבער מיר נעמען און פארציילן וואס זיי הערן אלס, אבער איר פארשטייט אביסל די נקודה וואס דא קומט פאר.
מיר קענען זיצן און זוכן נייעס, דאס איז ווי לאנג דער נער איז נישט מיינער, מ’דארף מתפלל זיין אודאי אז דער שטורעם זאל דורכגיין בשלום און פון דער אנדערער זייט אנגיין מיטן לעבן געהעריג, מיר וועלן נישט טוישן דעם מציאות. לאמיר גיין ווייטער לערנען דאווענען און טון וואס מ’דארף און אוועק ווארפן די אלע משוגעת’ן און נישט נאכטאנצן דעם אמעריקאנעם שטייגער ווי מ’שטודירט יעדע מינוט וואס איז געווען פריער א מינוט און וואס וועט זיין א מינוט ארום. וואס וואלט געווען ווען מיר ווייסן נאר וואס עס איז יעצט?
וואס וואלט געווען ווען מיר געדענקן שוין נישט וואס פריער איז געווען? איך רעד נישט פון לערנען….
וואס וואלט געווען ווען מיר זארגן זיך נישט וואס וועט באלד זיין? נאר מתפלל אז עס זאל זיין צום בעסטן!

העבר אין, ועתיד עדיין והוה כהרף עין! דאגה מנין!!!

זייט מיר געזונט און האט א רואיגן שטורעם….

Follow me on Twitter to get latest articles @zaltzvaser

Advertisements

Leave a Reply

Please log in using one of these methods to post your comment:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Google+ photo

You are commenting using your Google+ account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s