איך האב לעצטנס באקומען אסאך פריוואטע ראט פון מיינע חשובע קאלעגע’ס בכלל און די פאר וואס זענען אויף מיין גוגל בפרט, און מ’האט מיך געראטן צו ווערן ערנסטער… איינער פון מיינע פריינט זאגט מיר, די דארפסט פארשטיין, עס קומט א נייער יאר יעצט, און עס איז ערנסטע זמנים, עס איז די לאנגע ווינטער נעכט וכו’, א צווייטער זאגט מיר זאלצי: די גייסט שוין באלד דארפן טון שידוכים מיט די קינדער, און מ’וועט געוואויר ווערן אז די שרייבסט סתם פאר פייער און פאר זאלץוואסער וועט מען נישט וועלן קוקן אויף דיין זייט, אויסער אויב אנעים וועט זיך וועלן משדך זיין מיט דיר וואוינט ער דאך אווער סיעס….

האב איך דאך אבער אן אינסטינקט אויך, און איך שפיר אז ווען דער פון אויבן פירט מיך צו זעהן עפעס אינטערסאנט מוז איך מיטטיילן מיינע פריינט, און איך קען נישט זיין מונע טוב מבעליו. האב איך באשלאסן… איך ווער ערנסט… איך וועל אנהייבן שרייבן פירושים אויף זאכן, ענינים, איך קלער אפשר שוין אנהייבן מיטן בית יוסף’ס קשי’ און אודאי שוין גרייטן ארטיקלען ביז צו חד גדיא, און נאכדעם וועל איך מיך רוקן פאראויס און אפשר אריינגעבן די פירושים צום דרוק וכו’ וכו’ וכו’ והנה חלום…

…והנה חלום, אלעס האט געפלאצט ווען נעכטן נאכט בין איך אריינגעפאלן אין “ביהמ”ד ויואל משה” אין מאנסי יצ”ו צו דאווענען א מנחה’לע.

איך האב געמוזט אפשטופן די גאנצע ערנסטקייט פאר א קורצע וויילע, ווייל איך קען נישט האלטן דעם ארטיקל אין מיין מוח ביז ווען איך גיב ארויס מיינע פירושים חלום…

און אט הערט וואס האט פאסירט. און פאסירט לכאורה יעדן טאג נאר איך האב עס מיטגעהאלטן נעכטן….

(אויב ווילט איר מאכן א פדפ פייל פון די מעשה מיין איך איר זאלט אנהייבן פון דא…)

איך זיץ אין קאר און בלאנדזשע אריין קיין מאנסי, ווייל איך זעה אז דער זייגער שלאגט אויף אביסל נענטער צו מנחה ווי מיין באקוועמע רייזע דארף נאך צו נעמען, און איך פאר ארום זוכן ווי קען מען נאך דאווענען. א בחור’ל שרייט מיר אריבער פון די אנדערע זייט פון די אמאליגע חרדים ביהמ”ד אז דארט איז שוין היינט א ישיבה, און מ’דאוונט נישט יעצט דארט, און אין וויזניץ דאוונט מען שוין שחרית פאר מארגן זאל איך ענדערש פארן צו א סאטמאר ביהמ”ד.

איך דריי זיך ארום און איך טרעף אן א הערליכן ריזיגן פראכטפולן בנין, מיט א לאט אין די בעק און אין די זייט וואס דארף הייסן אז דאס איז געמאכט צו זיין א פארקינג לאט. ווען איך האב געוואלט אנהייבן אריינצופארן דערינען האב איך הערשט באמערקט אז איך בין אריין געפארן אין א דזשאנק יארד מיט קאר’ס און אויך איין טרעילאר (דער דרייווער האט געכאפט א מנחה) מיטן גאנצן טרעילאר ביז אינדערמיט פון דעם לאט. עס טוט זיך א פייפעריי, אבער איך דערקען אויף די מאנסיער אידן אז זיי הערן די פייפעריי אזוי ווי איך הער מיין וועקער זייגער. (איך מיין צו זאגן: זיי הערן עס נישט! זיי זענען שוין צוגעוואוינט! פארשטייסט שוין מיך מיט מיין וועקער זייגער?…)

אלנספאלס איך זעה ווי איינער בעקט ארויס, און צוויי ווארטן אריינצוגיין אינעם ספאט, איך וואונדער זיך היכן יכנס הפשתן הזה? ווער וועט יא אריינגיין און ווער נישט, און צו כאפט נישט דער צווייטער אז עס שטייט שוין א ערשטער? עס נעמט נישט לאנג און דער פארפארקטער פארקט ארויס, און איינער פארקט אריין און איך קוק מיט וואונדער צום צווייטן צו זעהן וואס פלאנירט ער צו טון, און הערשט דעמאלס באמערק איך אז דער צווייטער איז שוין לאנג נישט אין קאר ער האט עס איבערגעלאזט ווי עס שטייט און גייט און כאפט א מנחה און אפשר נאך א שמועסל אויך…

איך לויף אריין אין ביהמ”ד (איך האב פארשטייצעך געפארקט קודם) און איך פליה אראפ אלע שטיגן, איך זעה אז דארט דארף מען גיין, ווייל יעדער לויפט אהין צו, און פלוצלינג…..

… מינמיכעכעפאלאטשעקפאלטשעפאלאטלאטשעק… פאר די וואס ווייסן נישט וואס דאס מיינט. איר דארפט זיך גארנישט שעמען איך האב אויך נישט געוואוסט, אבער די קולות און באנומענע קוויטשערייען מינככככעעמינכעפאלאטשעקפאלאטשעקחדרפאלאטשעק (איר האט באמערקט אז איך לייג נישט קיין ספעיס צווישן די ווערטער? אה! ווייל ער אויך נישט! ער זאגט עס אין איין אטעם, אלע ווערטער אויפאיינמאל, עס איז שווער פאר פרעמדע צו פארשטיין וואס ער מיינט)

איך קוק מיט בייז ווינדער וואס גייט דא פאר? וואס איז די קולות? אבער איך זעה ווייטער אז עס מאכט זיך א גרויסער חילוק צווישן א געבוירענער מאנסיער און א געסטל אין שטעטל, ווייל אלע געסטלעך ווי איך זענען אדער דערשראקן אדער לאכן זיך אביסעלע אונטער (געוויינליך נאכן הערן דאס אפאר מאל פארשטייט מען אז עס איז נישט קיין עמערדזשענסי) אבער דער איבעריגער עולם גייט אן מפטירין כדאתמול.

ווייס איך נישט דעם נאמען פון דעם משמש בקודש וואס גיט זיך אפ מיט די מנינים אין דעם גרויסן שוהל, אבער אן ארבייט וואס ער לייגט אראפ וואלט געווען א וואונטש פאר א יעדן שול… זיינע פזמונות גייען עפעס אזוי.

(אטעם אריין טיעף) מינכעמינעמינעכמינענעכע חדרפאלפאלאלאטשטשטשעקפאלאטשעפאלאטשעק…וידעו וידעו וידעו (מיטן ניגון הידוע) כי אתה שמך ד’ מנחמנהחמהניחכחמנה חדרגוטאמאןחדר מנחה מנחה חדר חגדר גחכגכענהגכהכצתהשצץ (סאררי איך האב געטרייט צו טייפן אזוי שנעל ווי ער זאגט עס… איך דארף זיך נאך לערנען)

איך לויף נאך דעם קאלירפולן גאלאפ פון מענטשן, יעדער לויפט צו א ווינקל, דארט איז חדר פאלאטשעק, און דארט גייט מען יעצט דאווענען מנחה. דער גבאי אינדרויסן איז רואיגער ער זעהט אז מ’זאגט שוין אשרי דעמאלס נעמט ער זיך זינגען נאך א לעבעדיגערע ניגון, און ער רייסט אריין מיט א ריזיגע אייזן מיט צוזאם באהאפטענע פושקעס און לייגט עס אויף איינע פון די טישן אין דעם חדר ווי מ’דאוונט יעצט, איך וואונדער זיך צו ער מיינט דער עולם וועט אריין לייגן געלט אליינס, אבער ניין ער איז מאלטי טעסקינג ער לויפט ביזדערווייל ארום אין אנדערע חדרים מסדר זיין וואס אימער און ער האט אויסגערעכנט אז דא גייט ער גיין נאך געלט נעקסט טוט ער עס אזוי זיך נישט צו דארפן ארום שלעפן מיט די 40 סאה אייזן די גאנצע צייט.

איך קום אריין אין שטובל איך זוך א ווינקל. איך באמערק אז אין מאנסי אדער אפשר נאר אין דעם שוהל איז נישטא אזא זאך ווי א ווינקל. פרעגט מיך נישט פארוואס, אבער ווי איך שטעל זיך שפיר איך ווי איך שטיי אינמיטן שוהל, צו איז עס ווייל ווי איך שטיי שטייט אויך איינער וואס הייבט ביי אנדערע די אויגן ברעמען, אדער איז עס ווייל עס איז שיין ליכטיג? איך ווייס נישט! ביי איין ווינקל זיצט א איד מיט טלית אין תפילין און א ריזיגן בריווקעיס מיט ספרים און עסן אויפן טיש (איך מיין ח”ו נישט קיין שום חוזק, איך ווייס נישט ווער דער איד איז ער קען זיין פון די צדיקי הדור און איך מיין נישט ח”ו אפצושפעטן, ער האט גארנישט געטון פאנני, ס’איז נאר גענוג געווען אוועק צו נעמען א “ווינקל” פון באנוץ…) אויף די אנדערע ווינקל שטייט א ליטוויש אידל און קלאפט זיין האנט אין קאפ יעדע מאל וואס ער זאגט פותח את ידיך, ער זאגט עס א שיינע פאר מאל איך האב נישט געציילט פונקטליך, און הערשט ביי איינע פון די לעצטערע האט ער געכאפט אז ער האט נישט אן תפילין צו קושן (קען זיין לענ”ד)

און אויפן אנדערן ווינקל (פארגעסט נישט דאס איז א ריזיגע שטוב כרחוק מזרח ממערב) שטייען צוזאם געדרוקט 4 אידן און שטופן זיך צו דאווענען איינער טרעט אויס ווען דער צווייטער בוקט זיך דער דריטער ווארט אז דער פערטער זאל סטאפן קלאפן סלח לנו ער זאל זיך קענען ווייטער שאקלען, און די איבריגע שטוב איז דא ברייט פלאץ אבער פאר סאם ריזן דאווענען די 4 אינטער איין TILE און זיי קענען זיך נישט אפשיידן.

איך שטעל זיך דאווענען און איך האלט שוין ביי ברך עלינו (דאס איז שוין נאכן אבזערווירן האלבע צייט דעם עולם’ס דאווענען, ווען נישט ווייס איך דאך נישט די אויבנדערמאנטע) הער איך הויך איינעם שרייען “משיב הרוח ומוריד הגשם” כאילו עס איז נאך דא איינער אין שוהל וואס קען יעצט משלים זיין דעם חסרון אויב מ’האט פארגעסן.

דאס מערסטע פון אלעם איז מיר נאך געפאלן ווען מ’האט אנגעהויבן נאכצוזאגן חזרת הש”ץ. אזויפיל נסחאות אויף איינמאל האב איך נאכנישט געהערט. איינער זאגט בניגון קשי’ איינער בניגון תמי’ איינער בניגון צו אויך נעבן מיר איז געשטאנען איינער וואס האט געהאט אזא פראבלעם: ווען דער עולם איז געווען שטיל האט ער זיך אינטערגעזונגען יודו לד’ חסדו, און ווען עס איז אונטער געקומען דער ברוך הוא וברוך שמו, האט ער נישט געוואלט מפסיק זיין, פון די אנדערע זייט איז ער דאך נישט מסכים צו זאגן א בהוב”ש חטופה, האט ער געזונגען דעם בוב”ש מיטן זעלבן ניגון (א כאפ!!!) און איך האב מיך געהאלטן ביי די זייטן…

ווען מ’האט געענדיגט דאווענען און איך האב מיך ארום געזעהן אז מ’זאגט נישט היינט קיין לדוד ד’ אורי האט מיך עס געשטערט באמת דאס ערשטע מאל אז מ’זאגט דאס נישט… איך האב פשוט נישט געוואלט ענדיגן דאווענען….

אין יעדן פאל איז דער שוהל עפעס ווערט אסאך צו רעדן, איך האב נאר פשוט נישט קיין צייט צו באשרייבן למשל וואס עס טוט זיך דארט אין די האללוועי, א בחינה אביסל ווי שומרי שבת אין ב”פ, (עה נישט אזוי ווייט, אבער אביסל) און די אינטערסאנטסטע פון אלעם איז נאך דאס אז אין דעם האללוועי סיי ווען איך בין געקומען און סיי ווען איך בין געגאנגען האב איך באמערקט אז אלס איז געווען א קבוצה וואס האבן איבערגערעדט דעם לערנען, און א קבוצה פאר פאליטיק, און א קבוצה פאר סתם פלוידערייען, און אלעמאל איז דארט דא א קבוצה וואס האבן זיך נארוואס באגעגנט נאך אזויפיל נישט זעהן זיך….

איך ווער צוריק ערנסט
זייט מיר געזונט

Advertisements

Leave a Reply

Please log in using one of these methods to post your comment:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Google photo

You are commenting using your Google account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s