די צייט טוט זיך ריקן
עס טוט וויי דער רוקן
איך קען מיך קוים רוקן
דאס ווייב שרייט צום פאררוקן
די קינדער שטייען און קוקן
דער שוים טוט שטיקן
ווייס נישט וואו ערשט צו קוקן
ווארף אריין אין הגדה אפאר בליקן
זעה איך דעם חמץ ערשט פארשיקן
אלטע זילבער פעפער זעה איך זיך פליקן
נייע ערזעצן שיין טרוקן
גיי מיר מצות ערב פסח אויפפיקן
אין מקוה א טבילה א אנלויף זיך צאמדרוקן
עס קומט דער זמן יעדער איז פארטיג מיט גליקן
ביים סדר קדש ורחץ כרפס אזוי מתוקן
די אפיקומן באהאלטן א מתנה צום דערקוויקן
שלחן עורך די אייער און די טשיקן
מ’זאגט שוין חד גדיא א קאץ א הונט א שטעקן
גרויסע ענינים שווער צו אנטפלעקן
מ’לייגט זיך נישט אין בעט נאר נאכן דערוועקן
שיר השירים מיט א מעלאדיע צום בענקען
זאל אונז שוין השי”ת געדענקען
און דעם מלך המשיח שענקען
נאך דאס יאר מיט אונז אלע קיין ירושלים אמן
א חילוק די יארגאנג!
אין דעם ערב פסח’דיגן הכנה שטורעם דערקענט זיך בולט די חילוק אין די יארגענג.
די יונגע יאגן זיך אן קיין פארוואס, נאר ווייל זיי געדענקען מפי מסורה אז מ’מוז זיך יאגן
די מיטליעריגע יאגן זיך אבער קומען נישט אן ווייל די צייט ערלויבט נישט.
די אלטע יאגן זיך פון סוכות, שוין פסח’דיג פון חנוכה, און זיי סארטירן שוין די תיקון ליל שבועות’ער פון בדיקת חמץ נאכט. אבער אבי מ’יאגט!
שאלות ותשובות לפסח
יעצט אריין געקומען א שאלה:
מיין ווייב איז אויסנאם רואיג, נישט ווי איך בין געוואוינט צו זעהן ביי יעדן. זי שרייט נישט ווען איך כשר, זי בונטעוועט נישט ווען מיין אינגעלע גיסט אויס זיינע טויס אויף די פסח’יגע פאדלאגע, און פארפירט נישט אז “זי האלט נאך אין ערגעץ נישט” וכו’
מיין שאלה איז: דארף איך דאנקען דעם אייבערשטן אז איך האב א רואיגע ווייב? אדער דארף איך ערנסט נאכגיין איר יחוס צו זי שטאמט פון אידן?
ענטפער: איר דארפט סתם זיך אויפוועקן!
ביים פארקויפן דעם חמץ
א גוטן ערב שבת הגדול
יעדער איז פארנומען ב”ה מיט די הכנות צום בעפארשטייענדן הייליגן יו”ט פסח. דער מיט באקן מצות א צווייטער מיט מאכן וויין, און ווער רעדט נאך פון די אידישע שטוב עס פארט אויף רעדער אויף אויטא פילאט.
איך בין אויך פארנומען איך גיי היינט פארקויפן דעם חמץ פארן גוי כדי נישט נכשל צו ווערן מיט קיין חשש נדנוד חמץ ח”ו.
איך זיץ ביים דיין און איך ווארט אזוי אויף מיין רייע ארויסצונעמען די געלע צעטעלע און פארלייענען וואס די בני בית האט פארשריבן, זעצט זיך נעבן מיר א אינגערמאן א בן יומו אדער מערסטנס א שנה ראשונה, און קוקט מיט שרעק אויפן פראצעדור, ווי א פאציענט וואס ווארט ביים דאקטאר און ווייסט נישט וואס ווארט אים.
איך פרוביר אים באקוועם צו מאכן און איך מאך זיך היימיש, איך פרעג אים אביסל און איך ענטפער אסאך און אונז ווער מיר נענטער אין די שורה, אונז פאנג מיר אן צו רעדן שטילער נישט צו שטערן דעם פראצעדור.
מיין נייע חבר’ל קוקט מיט אנגסט און פרעגט מיך שטילערהייט: מ’דארף עפעס זאגן? לשם יחוד אדער וואס? איך זאג אים: ניין זיי רואיג! וואס דען דער דיין פרעגט אויס אביסל וואס מ’פארקויפט אלס.
וויאזוי ווייסט מען? פרעגט ער מיך. איך זאג אים זארג דיך נישט דער דיין העלפט ארויס! און פון דארט קריכט אונזער שמועס טאקע צום נושא פון וואס צו פארקויפן.
ער רעדט פון פארקויפן א טונא קען וואס איז נאך אין שענקל זינט שבע ברכות, ער האט אויך א פעקל אייס-פאפס (א מין אייסעס) און אזוי ווייטער, ביז איך ברענג אים אויף דעם געדאנק אז אזוי ווי ער נוצט נישט דעם קיך בכלל קען ער אפילו פרעגן דעם דיין וועגן פארקויפן דעם גאנצן קיך כמות שהוא.
דאס איז אים גוט אריין אין קאפ און ער האט פארקירוועט דעם שמועס אביסל צום רעיון פון פארקויפן דעם גאנצן קיך. איך גיב מיך א רוף אן מיט תמימות אז איין זאך דארף ער זיכער מאכן, אז בשעת’ן פארקויפן דעם קיך זאל דאס בני בית נישט זיין דארט ווייל דעמאלס ווערט זי פארקויפט מיטן חמץ.
מיט אן ערנסטע מינע פרעגט ער מיך איבער: טאקע? אויוויי האסט א טעלעפאן???
איך ענדיג פארקויפן דעם חמץ און איך גיי ארויס קויפן א פרישטאג ביים פת שחרית טרעקל, און דא כאפט מיך א געוואלדיגע סתירה וואס איך קען נישט פארשטיין:
פארוואס ווען איך פארקויף חמץ באצאל איך. און יעצט דא ווען איך קויף חמץ צאל איך ווידער? וואלט נישט געדארפט זיין אז דער זאל מיר באצאלן פארן אפקויפן זיין חמץ?
יא! א עולם השקר!
האטס מיר א כשר’ן פסח
קריטיש וויכטיג
קריטיש וויכטיג איז א הגזמה אויף סתם וויכטיג.
למשל ווען מיין בעל הבית וויל איך זאל עפעס טוהן גאר שנעל, וועט זיין לשון זיין מער צו די asap זייט. און ווען ער וויל נאך מער ארויסברענגען דעם וויכטיגקייט לייגט ער צו URGENT אבער ווען ער וויל מיר מודיע זיין אז עפעס איז גאר וויכטיג ממש אויף די מינוט. וועט ער עס רופן EMERGENCY און אזוי ווייטער קען ער נוצן מער שרעקעדיגערע און בולט’דיגע אויסרופן וואס מאכט עס וויכטיגער און וויכטיגער און מאכט די אדרענעלין לויפן שנעלער ווי ס’מעג.
האב איך א חבר וואס ער איז א “וויכטיגער”, ער איז א איד וואס משכמו ולמעלה שטעקן זיך ארויס א קאפ פול מיט שטעכעדיגע דרוטן וואס זענען אלס פארנומען, און ערנסט, אנגעצויגן, ווייל ער איז ביזי! און ווייל ער איז א שטארק וויכטיג שרויפל אין באשעפערס וועלטל. די בריאה האט שוין געווארט אויף זיין אנקום פאר באלד 6000 יאר און אט איז ער ערשינען במילואו גראד אין אונזער דור, און ער איז צו מיין לעכטיג מזל מיינס א חבר.
ער דרייט זיך ארום מיטן קאפ אויף א העלזעלע פון גלאז, מ’קען עס נישט בייגן. ווען ער וויל אראפקוקן דארף ער בעטן א שכן זאל עם העלפן ווייל ער אליינס קען זיך צוברעכן אויב ער בייגט זיך. ווען ער קומט אריין אין ביהמ”ד זעהט ער נאר די לעקטער’ס ווייל זיינע אויגן קוקן נאר אויף ארויף. ווען ער וויל צושנירן די שיך בענדלעך טוט ער דאס אויסנווייניג, אדער בייגט ער דעם גאנצן אויבערשטן פלג גופא, כדי צו קענען אראפ קוקן אויף זיינע שיך בענדעלעך… אה איך האב פארגעסן, פאר דעם האט ער דאך סטעפ אין שיך דארף ער שוין נישט אראפקוקן אויך נישט.
א מין געלונגענע בריאה, איך בין זיכער אז זיינע עלטערן האבן געהאט עקסטערע זכותים פון הימל צו האבן אזא מין געבענטשטע נשמה אין די פאמיליע.
רופט מען אים ביי אונז משה וויכטיג! נישקשה! ער איז וויכטיג איז ער וויכטיג.
היינט באגעגן איך מיך אין ביהמ”ד מיט א נייעם מאדנעם אינגערמאן וואס האט נארוואס חתונה געהאט און ער גלאנצט נאך 3D פון אלע זייטן… און הערט אלע איך האב אנטדעקט “קריטיש וויכטיג”.
וויפיל מיין משה וויכטיג חבר וועט נאר פרובירן וועט ער נישט אנקומען אפילו האלבוועגס צום קריטיש וויכטיגקייט פון אט דעם נייעם נארוואס חתונה געהאטן אפרוח קריטיש וויכטיג.
קריטיש שפאצירט אריין היינט אין שול און אויף די וועג אראפ פון די שטיגן איז האלב גליטשיג, איז דער סדר פון רוב וועלט אז מ’כאפט זיך אן ביי די רעלסן און אזוי שפאצירט מען שטייטאלעך כדי נישט אומצופאלן. אבער קריטיש’ל איז נישט פון די שוואכלינגען פון דור, ער וועט זיך נישט בייגן פאר געפרוירענע שניי. זיינע הענט ליגן שיין צוזאמען געלייגט אריין איינס אין צווייטן ארבל און אינדערצווישן הענגט אראפ זיין גלאנציגער טלית בייטל, טא ווער וועט אים דאס אומווארפן? אדער ווער וועט אים מאכן טוישן פאזיציע? קיינער! זאל יעדער גליטשן, ער שפאצירט גראד ווי א בעזעם שטעקן (להבדיל) און יעדער זאל זיך רוקן…
והנה כבודו מלא עולם קומט אן צום גלאזענעם טיר און וויל אריין גיין, ער גיט אזא עפן אויף דעם טיר מיט א סארקאסטישן שמייכל און קליינעם רוק מיט די פוס, אוואו איינער וואס עפנט נאר דעם טיר מפני מראית עין, און וויל נישט ווייזן אז ער העט ווען געקענט אריינגיין אן דעם גאנצן טירחא. און דארט ביים קארפעטל ווי יעדער שטייט און שוויצט זיך צו ווישן די פוס אדער אויסטוהן די קאלאטשן שפאצירט קריטישל אריין מיט א שמייכל וואס ער האט פארגעסן אראפצונעמען ביים לעצטן דזשאוק וואס ער האט געהערט אין קאר אויף XM און קוקט אזוי זייטיג אויף זיינע אונטערטאנען וואס פלאגן זיך נעבעך צו זיין נארמאל.
אויף א זייטיג טישל ליגט אנגעלייגט אסאך טלית בייטלעך פון אידן וואס לויפן אין מקוה און לייגן אראפ דעם טלית בייטל און האפן עס צו טרעפן ווען זיי קומען ארויס. קריטישל גיט א רוק מיט די עלנבויגן אפאר בייטלעך און לייגט אראפ זיין טלית בייטעלע אויפן חשבון פון 10 אנדערע פליענדיגע בייטלעך און ער פאנגט אן שטייט מיט ווייכע פינגערלעך צו קנייטשן דעם קאשמיער שאל זיינעם און עפנט דעם מאנטעלע מיט צערטלנדע געפילנדע שטייטקייט, און גייט צו די הענגער’ס פון די מאנטלען.
ווען ער קען ווען וואלט ער ווען געהאנגען צוזאמען מיטן מאנטל! אזוי שיין און פרעכטיג איז דאס שטיקל וואל ווי געגאסן אויף זיין אומגעבויגענעם קערפער, אבער היינט אזי בין הזמנים און דא הענגן אויף יעדן הענגער א שאפינג בעג, א כאלאטל, א קויט, און א מעיל, און אויף דעם איז שוין אויך דא א ליין פון אנדערע געפאלענע קויטס פון די חללים פון בין הזמנים.
קריטישלינו האט נישט קיין שום פראבלעם ער ווייסט וועלכער הענגער איז באשאפן געווארן פאר אים! ער דרייט זיך ניטעמאל אויס קוקן צו איינער זעהט זיינע מעשים טובים, ער רוקט שנעל אראפ א גאנצן הענגערל ביז מ’זעהט דעם גאלדענעם צוויי פאכיגן הענגער קלאר, און ער הענגט ארויף דעם טייערן מאנטל. א שטייגער ווי איינער זאגט: די אנדערע וואס זענען דא געווען פריער זענען דאך שוין גענוג געהאנגען…. וויפיל איז די שיעור?
ביי אונז אריינצוגיין אין מקוה דארף מען ווייזן א שליסעלע און דאס טוט קונצליך דרייען א רייע מיט אייזענעס וועלכע לאזן אריין דעם פערזאן מיטן שליסל. אבער קריטישלס טאש איז צו נידריג פאר אים, און ער גיט אזא וואונק פארן מקוה איד, און דער מקוה איד עפנט אים די מיטעלע אייזן ווי ער שפאצירט אריין מיט שטאלץ אומגעבויגן, און לויפט (וואס ביי אים מיינט לויפן) גלייך צו די האנטוכער.
קריטישל וועלט א האנטוך, ער נעמט איינס, ער שמעקט, ווארפט אראפ, ער נעמט א צווייטס ער זעהט עס האט א פוירפל פלעק אויפן בלויען האריזאנט, ער ווארפט עס אויך אוועק. ער קלויבט און וועלט און איז נאר צופרידן ווען אויף ביידע ידים הענגען צוויי הערליך בלויע געביגלטע האנטוכער, און אויפן עלנבויגן הענגט א מאדערנע בעג מיט שאמפוען און זייפעלעך צו באפוצן דעם קריטישן קערפער.
וויפיל איך קען זעץ איך מיך אזוי צו קענען אבזערווירן אביסל קריטישל ווייל מיינע עלטערן פלעגן מיך אויסלערנען אז מ’קען פון יעדן לערנען עפעס, מוז איך זעהן וואס טוט מען ווען מ’עררייכט גדולה אומגעראכטן.
קריטיש טוט אויס זיינע בגדים ווי 2 באדינער העטן אים ווען געהאלפן. אלעס פארט אראפ אזוי גענוי און אויפן קנייטש, און עס ווערט שיין צוזאמען געלייגט, און ער מאכט זיינע טריט צום אזוי געגארטן שויער. אויפן וועג קוקט ער כסדר צוריק אויב זיינע וועש זענען אין טאקט, ביז ער קומט אן צום היכל השויער’ס.
עס איז בין הזמנים ווי ערווענט, און ביי יעדן שויער שטייען 3 בעלנים, יעדער איז פארנומען מיט די הכנות לתפלה, קריטישל ווארפט א אויג אויף א שויער צו זיין געשמאק, עס שטייען דארט אפאר אפגעזייפטע פארצופטע אויגן מענטשן וועלכע לעכצן נאך א טראפ וואסער, אבער ער גייט אזוי נאענט אז יעדער דערשפירט שוין אז דאס מאל דארף מען זיך ערנסט איבערטראכטן און זוכן א צווייטס. דער וואס שטייט אינעווייניג דערשפירט אן אטעם וועלכע מאכט אים אומבאקוועם צו בלייבן איין רגע דארט, און מאכט א ויברח! קריטישל איז באקוועם ער לייגט אויס זיינע חפצים אויפן זייטיגן שעלוו די קליינע זייפעלע איז געמאכט פארן פנים, די גרעסערע פארן גוף און די באטעלע פאר די שיינע פיאה’לעך און דאס בערדעלע וואס פאנגט אן צו שפראצן.
ער ווערט א פיצינקע ערנסטער און נעמט זיך צו די עבודה. אינדרויסן גייען און קומען מענטשן, מ’שטייט און ווארט אז קריטישל’ס קערפער זאל געהעריג באהאנדלט ווערן, אבער קריטישל גייט נישט ארויס זיך זייפן אינדרויסן הלמאי ער איז יעצט אין שויער און קיינער דארף נישט יעצט פונקט דעם שויער וואס ער גלייכט אזוי.
איינער וואס האט יא געהאט די חוצפה צו געבן אזא קרעכצל אוואו איינער זאגט ר’ איד ווי לאנג וועסטו אויפהאלטן, האט באקומען פון קריטישל א איידעלן פסק “זאגט נאר איך קום אייך עפעס?” עכט האט ער געוואלט זאגן… זאגט נאר איר זעהט צו וועם איר רעדט דא?
איך האב שוין נישט צופיל צייט אבער איך אבזערוויר אז קריטישל גייט אין מקוה און שארט דעם וואסער אז די אלע שווימענדיגע חציצה’לעך זאלן נישט קונה שביתה זיין אויפן אויסגעזויבערטן גוף, און פון דארט לויפט ער מיט א מינע פון פעראכטונג צוריק אין שויער אריין אפצושווענקען דעם אומגעוואונטשענעם מקוה וואסער…
איך לויף לייגן טלית און תפילין איך דארף כאפן מיין מנין, קען איך נישט נאכקוקן קריטישל אבער איך הייב אן ברכי נפשי מיט א הילכיג הויכן טאן און איך כאפ א ציפ אין פנים פון מיין שכן פון פארנט… קריטישל זיצט פאר מיר, און ער דרייט זיך ניטאמאל צוריק קוקן ווער עס האט זוכה געווען צו זיין פראסקעלע. ווי נישט ווי איז עס א כבוד צו כאפן איינס פון קריטישל.
מ’גיי מיר דאווענען און מ’לאזט קריטישל צורוה. אבער קריטישל דאוונט הויך ברכות ווען דער בעל תפלה זאגט קדיש, ער הערט עפעס נישט אז יעצט דארף מען זיין שטיל.
און איך הער קלאר…. ברוך אתה ד’ שלא עשני אשה.
נו!! קריטישל!!! ברכה לבטלה!!! דו דארפסט זאגן ברוך אתה ד’ שלא עשני “איש”!
לכבוד מיין אושפיזא
עס קומט דער הייליגער יו”ט פסח ווען עס איז דאך די אושפיזא פון “זאלץוואסער”, איז דאך נישט מער ווי פאסיג צו זאגן אפאר ווערטער לכבוד המאורע.
פאר די וואס ווייסן נישט: זאלץ איז סך הכל א מאכל א געווירץ א תבלין וואס מ’לייגט דאס אריין אלס א צוגאב צום מאכל און עס דארף צו געבן א טעם! די מעלה דערפון איז אז עס קען מאכן דעם מאכל גאר געשמאק, די חסרון איז אויב לייגט מען א פיצינקע מער ווי דער געברויך איז עס מצטמק ורע לו.
וואסער האט א זעלטענעם מעלה אז עס האט נישט קיין טעם בכלל און ווען איינער איז דורשטיג איז עס זיס ווי צוקער אבער אויב איז ער זאט איז וואסער פשוט נישט גוט אין טעם און מ’קען עס נישט טרינקען.
נעמען מיר די זאלץ וואס מאכט א טעם און מ’לייגט עס אריין אין א משקה בלי טעם און מ’טינקט דערין א גרינצייג פונקט גענוג להרעיב את האפעטיט און אזוי גייט מען ווייטער אן מיטן סדר.
אלזא וואס איז דער ענין פון דעם זאלץ וואסער? שטייט שוין אין די ספה”ק אז דאס איז צו מאכן א זכר אויף די טרערן וואס אונזערע עלטערן האבן פארגאסן אין דעם גלות מצרים און וויבאלד טרערן זענען אין טעם ווי זאלץ וואסער איז דאס א גאר גענויער זכר לענין.
איך האב א שאלה! צו קען מען נוצן טרערן אליינס אנשטאט זאלץ וואסער?
איך האב א טיעפערע שאלה! אין דעם מצב וואו אונז שטיי מיר היינט וואס טרערן שטייען ביים שוועל פון די אויגן און רינען ווען מ’הערט אזוינע בשורות מבהילות פון אומגליקן נעבעך ביי אונזערע באליבטע ברודערלעך וואס דארף מען א זכר?
מיין שאלה גייט אסאך ווייטער! וואלט נישט געווען די צייט צו בעטן ביי השי”ת: הייליגער טאטע לאז אונז דערציילן פאר די קינדערלעך ביים סדר איבער אזא זאך ווי טרערן וואס איז א ענין פון אמאל! היינט ווייסט מען נישט דערפון! און דאס איז א זכר צו אט די טרערן?
נעם אפיר די אלע זאלץ וואסער וואס האט געפלאסן אין די פארגאנגענע חדשים הייליגער טאטע, און גיס זיי אריין אין דיין זאלץ וואסער מעסטל און טונק איין דיין חסד מאך דעם טעם פון דעם זאלץ וואסער זיס עס זאל זיין פון אט די טרערן וואס קומט פון פרייד! און לאז אונז דערמיט פטר’ן דעם מרור!
זאלץ וואסער פון פרייד! זאלץ וואסער מיט גרינצייג! זאלץ וואסער וואס איז ממתיק דעם טעם’לאזן וואסער! זאלץוואסער וואס רייצט דעם אפעטיט פאר א לעכטיגן סדר נאכט!
זאלן די אלע אידן וואס האבן מקריב געווען קרבנות פאר דיר און אלע וואס גייען נאך איצט דורך שוועריגקייטן האבן א לעכטיגן סדר נאכט!
הייליגער פאטער ימי”ם על מי מל”ח זענען מיר מוסיף בכל דור ודור! שטעל אפ דעם געוויין! לאז אונז זינגען פאר דיר און אזוי טון דיין רצון. מיר האבן שוין געזאגט הא לחמא עניא, לאמיר האפן אז מ’האלט שוין ביי גאל ישראל.
א פרייליכן כשר’ן יו”ט פאר יעדן איד בכל מקום וצורה שהם וואונטשט:
זאלץוואסער
ווער איז דאס “אייך”?
איך קום אין ביהמ”ד פארסאפעט ווייל מיין חבר ווארט שוין (נישט אלס, נאר געוויינליך!) און איך זוך וואו אראפצו ווארפן דעם מאנטל. געגענען זיך די אויגן מיט גלאנציג שרייעדיקע צעטלען מיט אלע קאלירן איבער הצעות און פארשלאגן וואס איך דארף דן זיין בכובד ראש און באשליסן וואס צו טוהן דערוועגן.
ווי למשל איין אזא מודעה שרייט: מיר לייגן אייך אוועק דעם שענסטן הוט. נאר פאר אייך! שוין נעם איך אפיר דעם פענסיל פון אויער און צייכן אן דעם אדרעסע.
גיי איך ווייטער ‘מיר האבן פאר אייך דעם שענסטן שטריימל” נו! מיין בליי ארבייט נאך און איך צייכן.
אפאר טריט אהינציהר מיר געבן אייך דאס מערסטע פארן געלט! וואו איז מיין בליי? אה! מ’שרייבט ווייטער!
נאכן אנצייכענען אלע וויכטיגע אדרעסן זעץ איך זיך לערנען רואיג! איך ווייס שוין וואו צו גיין ווייס מאכן מיין טלית, קויפן א סוט, א הוט, וכו’
ויהי ממחרת איך לאז מיך אין גאנג און מ’גייט צו די אלע געשעפטן.
א גוטן רב קראצאוויטש איך בין דא
און ווער זענט איר דאס?
איר האט מיר אוועקגעלייגט א הוט! איר געדענקט?
(קראצט זיך ביין קאפ) איין מינוט איך בין נישט דא געווען א גאנצן צייט לאמיך גיין פרעגן אפשר א צווייטער!
איך ווארט; עס קומט ארויס א אידל און ווארפט בליקן אויף מיר און צוריק אין א גרינעם בוכל: וויאזוי הייסט איר און וואס איז אייער טעלעפאן נומער?
וואס הייסט? איר ווייסט נישט? נו וויאזוי דען האט איר מיר אנגעגרייט א שיינעם הוט אז איר קענט נישט מיין סייז? איך הייס זאלץוואסער מיין טעלעפאן נומער איז 911
מיר האבן נישט קיין הוט פאר אייך!
פאר אייך האט איר אויך נישט? דאס איז דאך שוין א פרעכער ליגנט! אויפן צעטל שטייט קלאר “מיר האבן אנגעגרייט פאר “אייך”!!!
פארשטייט זיך איך האב געכאפט רעכטס און לינקס ביי די אלע געשעפטן וואס האבן אנגעגרייט פאר מר. אייך דאס שענסטע און פאר מיר… גארנישט!
הכלל ווילט זיך מיר וויסן, ווער איז דאס דער מר. אייך?
היט ענד ראן
ביי אונז אין ביהמ”ד דרייען זיך ארום פארשידענע ערליי קאריקטורן, אנגעהויבן ביי די פארשוויצטע און געענדיגט ביי די שוויצער’ס. באמת איז זייער שווער צו רעדן פון די פארשידענארטיגע קאלירפולע געמיינדע, אבער איין זאך איז יא דא וואס איז ווערט א שמועס. וזה החלי:
בערל איז א איד א בעל הבית מיט א הויפן קנייטשן אויפן שטערן, וואס זעהט אויס ווי א אלטע צייטונג, נישט נאר סתם א צייטונג, עס זעהט אויס ווי א צייטונג אויף וואס די קאווע האט זיך אויסגעגאסן און טריקנט שוין. אבער בערל איז אן ערליכער איד, און ער קומט כסדר צום דאווענען אין צייט, מיט זיין אלטן סטעישאן וועגאן וואס האט נאך די רויטע באטלעך אנטי פריז אין די ריזיגע בעק קאמפארטמענט, שלעפט ער אריין דעם קאר ווי א פערדל מיטן וואגן, פארקט ווי מ’פלעג אינדערהיים טוהן, מיט א קוש פון צוויי זייטן. און שטייטעלעך לייגט ער ארויס זיינע צוויי שווער טראגענדע פוס פון דעם נידריגען פארשטויבטן קוויטשענדיגן טיר, און שטעלט זיך אויף מיט א שווערן קרעכץ מאכנדיג זיין וועג צום ביהמ”ד.
דאס איז מעשים בכל יום, און עס איז זיין עלטער וואס האט אים געברענגט אזוי צו צייגן.
כמעט ווי יעדן טאג, דערמאנט ער זיך אויבן ביי די שטיגן אז אויב וויל ער ארויס נעמען זיין קוטשמע, אדער טיעפן קראך שטאפן הוט פון די בעק נעבן זיין אנטיפריז, מוז ער זוכן פארקינג נאכאמאל, אמער ער איז צוזאם געדרוקט און צוזאם געקושט פון די צוויי זייטן נאכן פלאגן זיך צו פארקן פאר א פופצן מינוט.
בערל גיט א מאך מיט די הענט הלמאי מ’גייט דאך דאווענען שחרית, ליגט דאך דער קליינער געלער טלית’ל אויפן אויסגעקראכענעם קאפ טא ווער דארף א הוט?
ביים דאווענען שפרייט ער אויס זיינע ניקלעך און קלויבט ארויס די פארבליבענע קוואדער’ס וואס ער ווארפט אריין אין די הויכע טאש פון זיין רעקל, נישט צו פארגעסן צוריק צו געבן דאס ווייב ווען זי דארף עס פאר די פאבליק טעלעפאן קאלל’ס ווען זי גייט צום ביקור חולים, און ער פאנגט אן דאווענען מיט א גרויע התלהבות, פארגעסנדיג פון די צרות און בעטנדיג פאר פרנסה והרחבה וכל טוב.
זייטס געזונט ר’ בערל, איך האב נאר געוואלט דער עולם זאל אייך קענען, איר קענט ווייטער דאווענען רואיג, איך פארצייל נישט ווייטער איבער אייך, מיר אינטערסירט סאך מער זלמן דער קליינער בחור’ל וואס דאוונט געוויינליך אויף דעם צווייטן עק באנק.
זלמן איז 14 יאר אלט, און ער האט נישט אזא שטארקע חשק צום לערנען, אלזא האט ער א שיעור ביינאונז אין ביהמ”ד ווי דער טאטע זיינער צאלט אפאר טאלער אז מ’זאל אינעם אריין לייגן דאס ביסעלע וואס עס גייט, און אזוי קומט אויס ער דאוונט מיט אונזער מנין, שוין יארן לאנג, און אלס האט ער זיין בליק אויף דעם אלטן ר’ בערל’ן און קלערט און איז מקנא, ווען וועל איך שוין זיין אזוי גרויס? איך וועל קענען קומען און גיין ווען איך וויל און וואו איך וויל, טיילן ניקעלעך, און עסן פון די לחיים נאכן דאווענען, און וואס נאך? איך וועל קענען אריינקומען אין שול אזוי הוטלאז, און א ווארף טאן דעם טלית אויף די פלייצע מיט א אימפעט און מיט פראפעשיאנעליזם. אזוי קוקט זיך זאלמעלע צו פון ווען ער איז 14 ביז ביז….
דער גליקליכער טאג איז געקומען אין דער קליינער זלמן איז א גרויסער ר’ זלמן, און ער קומט צום דאווענען צופרי, און פארשטייט זיך אז זלמן גייט נישט ווארטן אויף קיין כבוד, א מענש לעבט דאך נישט אייביג! ווען מיינט איר ער וועט ווערן צוקנייטשט? ווען מיינט איר ער וועט אנהייבן פירן דעם אלטן ווירטשאפט? ער האט עפעס צייט צו די זאכן? ער איז קלוגער פון ר’ בערל’ן .
ר’ בערל האט ביי די 40 אדער 50 אנגעהויבן קנייטשן, אבער זלמ’לע קוקט מיט זיינע שטרענגע בליקן ביי די 20 און קנייטשט די שטערן ווי די לבנה וואלט אים אריינגעשיינט, און אזוי ארום צייגט ער גאנץ מעטשור.
זיין טלית בייטל נעמט ער ארויס פונעם פלעסטיק, ער איז שוין נישט קיין טוטער, ער דארף א פלעסטיק? צו וואס? זאג מיר אן אלטן איד מיט א פלעסטיק? אויסער די וואס האלטן דארט דעם פרישטאג, און זלמעלע’ס פרישטאג מעסט נישט אריין אין אזא קליינעם פלאסטיק.
זלמ’לע געדענקט דעם ניקל געווארפעכץ און ער קען זיך שוין קוים ערווארטן אנצוקומען אויפן פלאץ ער כאפט ארויס זיין נארוואס באקומענעם געבענטשן דאללער און פארטוישט עס אויף ניקלעך און צושפרייט עס ווי איינער ביי וועם א ניקל איז ווערטלאז, און ער גיט א טיעפן קרעכץ און א לייג אראפ ביידע ידים איבערן נייעם סידור, זאל זיך עס אביסעלע צוקנייטשן, ער גלייכט נישט אויסצוזעהן ווי א שנה ראשונה’ניק.
איך קוק אזוי אויף זלמ’לע און איך קלער געוואלד! וואו איז זיין הוט? אה איך דערמאן זיך, ר’ בערל פלעגט נישט קענען ארויסנעמען די הוט פון די קאר, און זלמ’לע איז דאך אויף א מיסיע, מאכט ער אויך א “היט ענד ראן” און קומט אין ביהמ”ד אן דעם שיינעם כובע געבויגענעם העט, וואס ליגט אינעם קאר אין א באקס נישט צו ווערן צעקנייטשט. הלמאי ער איז דאך אויף א מיסיע צו זיין א יונגער אלטער ר’ בערל.
גוד דזשאב זלמ’לע, מעגסט אבער דעם הוט אנטוהן, עס וועט דיך מאכן אויסזעהן העכער…
עשו שונא ליעקב
היינט איז געווען ברייט באריכטעט אז די ביליאן קאטאליקן האבן א נייעם פויבסט! אן אלטן גוי! און די פרעסע איז ב”ה געווען פארנומען מיט דעם און אפגעלאזט דעם שמוציגן איד פאר א וויילע.
נו וואס איז שוין? מיך שטערט ווען איך זעה ווי אונזערע היימישע אידן ווערן פארמישט אין דעם סאמאטוכע און פארגעסן אז “עשו שונא ליעקב” איז נישט נאר א הלכה נאר א פאקט!
איך וואונדער זיך וויאזוי פארטרעטערס און פאן טרעגער פון כלל ישראל האבן נישט די מינדעסטע געפיל און מאכן א לאנגס און א ברייטס פון דעם “גוטן” פויבסט, און נעמען שטעלונגען אין זיין גוטסקייט. און האפן צו האבן א ריוח פונעם עסק.
עס איז אן אלטער אויסגעדראשענער ענטפער ווען מ’פרעגט די יעניגע פארוואס זיי געבן ברייטע דעקונג פאר שמוציגע גאסן גויים וואס לויפן פאר פאליטישע אמטן, אסאך מער ווי די מינימום וואס עס פעלט אפשר אויס. אז שלום מלכות איז זייער מצוה נבחרת וואס דאס איז א עסק פאר זיך.
אבער גאטעניו און הימל וואס האבן מיר מיט דעם ראש עובדי אלילים? איז דאס אויך שלום מלכות?
לאמיר טאקע זאגן אז מיר דארפן לעבן בשלום מיט די גויים ווייל מ’איז אין גלות און עס איז באמת אזוי. דארפן מיר אים דעקן ווי להבדיל אלף ביליאן הבדלות ווי אן אייגענער?
איז וויכטיג פאר אונז צו וויסן אלע כללים ופרטים וויאזוי דער ראש הקאטאליקן איז אויפגעוואקסן? און אויף אזוי ווייט אז איינער פון די אידישע פארטרעטער האט ארויסגעשיקט א “ברכת מזל טוב” פארן פויבסט!
וואו אין די וועלט זענען מיר? אין די אלטע היים ווען מ’האט צענזורירט אינזערע ספרי קודש האט מען געדארפט מער טוהן אבער היינט, ווער דארף עס? מי בקש זאת מידכם רמוס חצרי?
די פאלק וואס האט פארפאלגט כלל ישראל דורכאויס דעם גלות דארף באקומען די הייליגע ברכות און וואונטשן וואס מ’האט געוואונטשן פאר די פארפאלגטע אידן?
א חרפה און א בושה!!!
לאזט מיך אפ
געשריבן געווארן פאר א פראמינענטע אידישע צייטונג לכבוד פורים און איך ברענג עס יעצט שנעל אפיר, פאר עס ענדיגט זיך דער חודש אדר, ווען אזא ארטיקל וועט שוין זיין אומלעגאל. לייענט און האט הנאה
א פרייליכן פורים אייך מיינע טייערע פריינד און קאלעגן, איך בין נישט עכט אין די מוהט פון שרייבן, אבער די באהערדע ווארנט אז אויב וועל איך זיך נישט צושטעלן אין אזא עידן ריתחא ווען מ’דארף שרייבן און שרייבן אויף וואס די וועלט שטייט, וועלן זיי מיך נישט צולאזן צום ברעטל מער. נו וועל איך זיך נישט לאזן בעטן, און שרייבן מכל הבא לידי.
והנה און נון. איך בין פונקט ווי אייך א איד וואס דאוונט אין א גרויסער שוהל ווי מ’דאוונט אזוי געלאסן ווי מ’ציילט געלט. נא פארקערט מ’ציילט געלט אזוי געלאסן ווי מ’דאוונט. אויך נישט! מ’דאוונט און מ’ציילט געלט צונאזאם.
אלנספאלס איך בין א שטיקעלע קרבן עולה ויורד ביים יצר הרע, ווייל אמאל בין איך אין די גיסטע פון טיילן אסאך (דאס איז ווען איך גיי, און איך וויל אז אנדערע זאלן טיילן) און אמאל בין איך אין די מוהט פון האלטן די ארבע כנפות פון מודה אני ביז אחד! נישט קשה, עס פאסט מיר אריין די ציצה’לעך צווישן די לעצטע פינגער’ס און איך דאוון אזוי במתינות, אזש איך פארגעס ארויס צו נעמען די ציצית פון די האנט ביז ווען איך לייג צוזאם די טלית און איך שפיר אז דער פינגער לייגט זיך מיר צוזאם מיטן טלית.
יא אמת! מ’דארף געבן און געבן ונתנו מיט אלע וועגן, און מ’דארף טיילן צדקה לרוב בקרב הארץ אבער איך האב דאך אויך עפעס אריינצורעדן, איך מיין אלעס האט א גבול! שטיי איך אזוי און איך דאוון, און קוק ארויס פון מיין דיקן סידור, און איך זעה ווי פון דער אנדערער זייט קומט צו גיין אן עלטערער איד פון ארץ ישראל, און ער בייגט זיך אריין צו יעדן מתפלל און מורמלט, ער רעדט עפעס לענגער ווי יעדער. . . . און ווען ער ענדיגט, זעה איך ווי מיינע שכנים שטעקן די הענטעלעך אריין אין די פאקעטן און נעמען ארויס פון די גרינע (דהיינו: זיי נעמען נישט פון די קוואדער’ס אונטערן בייטל)
איך ציטער אוועק, איך זעה דאך שוין דעם עק, עס זעהט אויס שמאל דער מצב, איך מוז אויפקומען אויף א געדאנק זייער שנעל, וואס טוט מען דא?
איך כאפ מיך שנעל און קראך אריין א סלח לנו און נאכן קלאפן צוויי מאל זעה איך הערשט דעם חורבן, איך האב צו שנעל געקלאפט, און ער האט ניטאמאל באמערקט. קלאפן צוויי מאל טויג שוין נישט ווייל מ’וועט נאך מיינען איך זאג על חטא’ס ערב פורים. וואס טוט מען?
אה! עס איז דאך דא א מודים פאר א סיבה! וועל איך זיך בוקן פונקט ווען ער גייט פארביי און ער וועט שוין פארשטיין אז עס איז נישט די צייט.
דער אידל שלעפט זיך נענטער און פיקסט זיינע ברילן ארויף אויפן נאז און קוקט מיר אין די אויגן וועלכע איך פארקלאפ שנעל און גיב זיך א העפטיגן בוק מיט א געדרייטן אנחנו לך אזוי ווי אין שו”ע שטייט. און ביים וועג ארויף בליק איך א ציפינקע ארויס צו זעהן ווי האלט דער בחור? און עס ווערט מיר שווארץ פאר די אויגן. דער שטייט און ווארט איך זאל צוענדיגן דעם שמו”ע!!!
גיי זיי אים מסביר אז איך דאוון יעצט בכלל נישט פאר השי”ת איך דאוון דאך פאר אים! נו וואס דארף ער מער?
אבער! די צרה איז פאר די אויגן און מ’מוז עפעס זעהן צו טוהן. אז שוין אזוי דאוון איך טאקע שטייטעלעך און מיט פירוש המלות און די שמות אזוי ווי עס פאסט זיך און איך בוק זיך צום צווייטן מאל, אז נישט וועט דאך איינער וואס שטייט אין די זייט זעהן אז איך האב מיך דא געבוקט א בוקעלע יתומה. און אזוי פארשטרענגעטערהייט קוק איך ארויס ווי איינער וואס קומט פון אן עבודה קשה, און איך בליק אויף דעם אידל וועלכער שטייט תמימות’דיג און ווארט איך זאל ענדיגן.
איך הייב אויף מיינע ביידע הענט און איך מאך דעם באקאנטן ליגנט איינמאל ארויף און צוויי מאל אראפ, דאס מיינט אז איך האב אבער איך וויל נישט געבן. די צדקה גייער’ס ווייסן אבער נישט! זיי מיינען עס מיינט איך האב נישט. דאס איז א מורא’דיגער טאקטיק ווייל אזוי דארף מען קיין ליגנט נישט זאגן.
דער איד קוקט מיט פעראכטונג און ער בייגט זיך צי צו מיר און מורמלט מיר אריין אין אויער:
אינגערמאן! אויב האט איר נישט, האט איר דאך נישט געדארפט דאווענען א גאנצן שמונה עשרה! איר האט דאס געקענט מיר ווייזן מעיקרא…
פארשעמט און צוקלאפט הייב איך שנעל אויף מיינע תפילין א טפח אוועק פון קאפ און איך זאג דעם אידל. ניין! איך האב געמוזט איבערדאווענען (מיינע מחשבות לויפן מ’זאגט דאך היינט נישט יעלה ויבוא!!!) איך האב פארגעסן תקע בשופר….
פיין וויסט איר שוין אז איך האב געהאט א דורכפאל, וואס טוט מען נישט פאר אפאר דאללער? איר מיינט עס קומט אלס אן גרינג?
אבער איינע פון די נסיונות וואס איך האב אלס, איז ווען יעדער געלט גייער וואס גייט פארביי, פיר איך מיט יענעם א חשבון, יענער ווייסט גארנישט.
למשל: דא גייען צוויי קליינע בחור’לעך נאך געלט (בחורים נעמטס עס נישט פאר שלעכט איך מיין נישט עטס זענטס קליין, עס איז נאר דאמירן בעלמא) און איך בין שוין ברוגז: וואס מיינען זיי? איך וועל געבן מער ווייל זיי זענען צוזאמען? ? ? איך וועל זיי ווייזן און איך גיב נישט
דא גייען צוויי אינגעלייט און זאגן אריין אין אויער א שטיקל פזמון: און איך בין שוין ווייטער ברוגז: זיי מיינען זיי רייטן אויף מיינע געפילן??? איך גיב נישט
דא גייט א אידל מיט א פושקע און ער קלאפט א עקסטערן קלאפ וואס שטימט נישט מיטן ריהטם פון מיין דאווענען!!! איך גיב נישט
דא גייט אן ארץ ישראל אידל, און ער האט א צעטל מיט מליצות! הע? ער מיינט אויך איך בין א אמעריקאנער אקס וואס מ’וועט מיך אונטערקויפן מיט א מליצה פון א חאכאם אין ארץ ישראל? איך גיב נישט.
נו פארוועם געב איך יא?
גוט געפרעגט!!! איך וועל שוין תשובה טוהן!!!
הער איך זיך אונטער א שמועס ווי צוויי אידן וואס קומען אפט דא נאך דאללער’ס, ווי זיי שמועסן זיך אזוי צונויף איבער די טריקס און גימיקס וויאזוי מ’זעהט ארויס געלט פון די אמעריקאנער. הער איך אזוי:
א: הער מיך צו גיי ביי ישתבח צו די אויבן אן אידן, זיי ווילן זיך שוין אוועק זעצן און האבן נישט קיין נערוון צו נעמען טשענדזש. זיי געבן דיר וויפיל דו ברויכסט אבי דו זאלסט אפטראגן
ב: וואס הער איך עפעס אז די בעסטע איז צו גיין הארט פאר שמו”ע?
א: ניין און ניין! ווי נאר זיי וועלן דיך זעהן וועלן זיי אנהייבן צו פיסקעווען אזוי אז מ’זאל מיינען אז
שמו”ע פאנגט זיך אן ביי תהלות…
ב: ווען איז יא גוט?
א: ישתבח איז ווערט א צוואנציגער
אשרי איז ווערט 10 טולער
אה און דעם בעל תפילה פרוביר צו כאפן ווען ער דרייט זיך אויס ציילן וויפיל אידן עס זענען שוין ביי שירה חדשה. דעמאלס קען ער נישט פלוצלינג זיין פארדביקה’ט
ב: ר’ א’ איך האב א פראבלעם
א: וואס איז דיין פראבלעם?
ב: איך בין שוין געווען ביי דעם מנין נעכטן.. איך דערקען דא אכט אידן וואס האבן מיר נעכטן שיין געגעבן וואס טוט מען? ווי גייט מען?
א: זארג דיך נישט מאך דיך ווי די באמערקסט נישט אז דו ביסט נארוואס דא געווען, און אויב איינער ווייזט מיטן פינגער ארויף און אראפ און אויף זיין אנצוג, (דאס מיינט ביי זיי אז ער האט שוין געגעבן פאר דיר) זאלסטו זיך מאכן ווי די מיינסט אז ער וויל טשענדזש! אדער אז ער וויל דיר ווייזן אז דו האסט א ברעקל אויפן בארד. אויב דו זעהסט ס’איז כלתה אליך הרעה דער האלט זיך ביי זיינעם. מאך אן אנשטעל ווי די האסט דיך פארשעמט אז ער ווייזט דיר אז דו האסט אן אלטן הוטל….
געגאנגען….
און איך בין ארויסגעלאפן פון דעם מנין זוכן א צווייטן מנין. איך מיין מאבד עצמו לדעת איז דאך זיכער נישט קיין מצוה, און שלא לדעת איז דאך נישט קיין עבירה אויך נישט.
ביים צווייטן מנין דערקען איך מיינס א פעטער וועלכער גייט נאך געלט נאר 40 מאל א יאר, און קיינמאל געדענקט ער נישט אז איך האב אים נארוואס געגעבן. און דער פראבלעם איז אז איינמאל איך נעם ארויס דאס געלט אים צו געבן קען איך מיך נישט צוריק אראפ זעצן ווייל איך בין פארוויקלט אין הענטעלעך פון אלע זייטן, און מ’דארף יעדן געבן.
יא איך פארשטיי! עס איז א קארגשאפט פון מיין זייט, אבער איך בין כאטש מודה!
איך לויף שנעל צום נעקסטן מנין, און ווארף זיך אריין אין די עטיפה פונעם טלית, און פרוביר צו בלייבן דארט פארשטעקט אזוי לאנג ווי דער אטעם האלט, אפשר דאך וועל איך פארפאסן אפאר פון די חברה.
עס גייען דורך אפאר מינוט און איך שפיר א קלאפ אין קאפ! איימיצער האט שוין געוואלט לייגן א ליכט אויף מיר. נו! וויפיל איז די שיעור איך נעם זיך דאווענען קלאפן און שאקלען, און פרוביר דורכצולעבן נאך א נסיון.
וואס אנאמת’ן גערעדט איז א מראה נאה ונהדר צו זעהן דעם בילד ביי אונזערע בתי מדרשים ווי אידן טיילן געלט רעכטס און לינקס אן קיין שום חשבונות, און ב”ה אז איך בין א חלק פון די מתפללים, אבער אז עס קומט פורים, מוז מען דאך קאמפלעינען. ויהא זה שכרי. (רעדאקטאר! איך האב מיך דא מבזה געווען ברבים! עס קומט מיר א שטיקל באנוס! ניין?)
א פרייליכן פורים
You must be logged in to post a comment.