געשריבן געווארן פאר א פראמינענטע אידישע צייטונג לכבוד פורים און איך ברענג עס יעצט שנעל אפיר, פאר עס ענדיגט זיך דער חודש אדר, ווען אזא ארטיקל וועט שוין זיין אומלעגאל. לייענט און האט הנאה

א פרייליכן פורים אייך מיינע טייערע פריינד און קאלעגן, איך בין נישט עכט אין די מוהט פון שרייבן, אבער די באהערדע ווארנט אז אויב וועל איך זיך נישט צושטעלן אין אזא עידן ריתחא ווען מ’דארף שרייבן און שרייבן אויף וואס די וועלט שטייט, וועלן זיי מיך נישט צולאזן צום ברעטל מער. נו וועל איך זיך נישט לאזן בעטן, און שרייבן מכל הבא לידי.

והנה און נון. איך בין פונקט ווי אייך א איד וואס דאוונט אין א גרויסער שוהל ווי מ’דאוונט אזוי געלאסן ווי מ’ציילט געלט. נא פארקערט מ’ציילט געלט אזוי געלאסן ווי מ’דאוונט. אויך נישט! מ’דאוונט און מ’ציילט געלט צונאזאם.

אלנספאלס איך בין א שטיקעלע קרבן עולה ויורד ביים יצר הרע, ווייל אמאל בין איך אין די גיסטע פון טיילן אסאך (דאס איז ווען איך גיי, און איך וויל אז אנדערע זאלן טיילן) און אמאל בין איך אין די מוהט פון האלטן די ארבע כנפות פון מודה אני ביז אחד! נישט קשה, עס פאסט מיר אריין די ציצה’לעך צווישן די לעצטע פינגער’ס און איך דאוון אזוי במתינות, אזש איך פארגעס ארויס צו נעמען די ציצית פון די האנט ביז ווען איך לייג צוזאם די טלית און איך שפיר אז דער פינגער לייגט זיך מיר צוזאם מיטן טלית.

יא אמת! מ’דארף געבן און געבן ונתנו מיט אלע וועגן, און מ’דארף טיילן צדקה לרוב בקרב הארץ אבער איך האב דאך אויך עפעס אריינצורעדן, איך מיין אלעס האט א גבול! שטיי איך אזוי און איך דאוון, און קוק ארויס פון מיין דיקן סידור, און איך זעה ווי פון דער אנדערער זייט קומט צו גיין אן עלטערער איד פון ארץ ישראל, און ער בייגט זיך אריין צו יעדן מתפלל און מורמלט, ער רעדט עפעס לענגער ווי יעדער. . . . און ווען ער ענדיגט, זעה איך ווי מיינע שכנים שטעקן די הענטעלעך אריין אין די פאקעטן און נעמען ארויס פון די גרינע (דהיינו: זיי נעמען נישט פון די קוואדער’ס אונטערן בייטל)
איך ציטער אוועק, איך זעה דאך שוין דעם עק, עס זעהט אויס שמאל דער מצב, איך מוז אויפקומען אויף א געדאנק זייער שנעל, וואס טוט מען דא?

איך כאפ מיך שנעל און קראך אריין א סלח לנו און נאכן קלאפן צוויי מאל זעה איך הערשט דעם חורבן, איך האב צו שנעל געקלאפט, און ער האט ניטאמאל באמערקט. קלאפן צוויי מאל טויג שוין נישט ווייל מ’וועט נאך מיינען איך זאג על חטא’ס ערב פורים. וואס טוט מען?

אה! עס איז דאך דא א מודים פאר א סיבה! וועל איך זיך בוקן פונקט ווען ער גייט פארביי און ער וועט שוין פארשטיין אז עס איז נישט די צייט.

דער אידל שלעפט זיך נענטער און פיקסט זיינע ברילן ארויף אויפן נאז און קוקט מיר אין די אויגן וועלכע איך פארקלאפ שנעל און גיב זיך א העפטיגן בוק מיט א געדרייטן אנחנו לך אזוי ווי אין שו”ע שטייט. און ביים וועג ארויף בליק איך א ציפינקע ארויס צו זעהן ווי האלט דער בחור? און עס ווערט מיר שווארץ פאר די אויגן. דער שטייט און ווארט איך זאל צוענדיגן דעם שמו”ע!!!

גיי זיי אים מסביר אז איך דאוון יעצט בכלל נישט פאר השי”ת איך דאוון דאך פאר אים! נו וואס דארף ער מער?
אבער! די צרה איז פאר די אויגן און מ’מוז עפעס זעהן צו טוהן. אז שוין אזוי דאוון איך טאקע שטייטעלעך און מיט פירוש המלות און די שמות אזוי ווי עס פאסט זיך און איך בוק זיך צום צווייטן מאל, אז נישט וועט דאך איינער וואס שטייט אין די זייט זעהן אז איך האב מיך דא געבוקט א בוקעלע יתומה. און אזוי פארשטרענגעטערהייט קוק איך ארויס ווי איינער וואס קומט פון אן עבודה קשה, און איך בליק אויף דעם אידל וועלכער שטייט תמימות’דיג און ווארט איך זאל ענדיגן.

איך הייב אויף מיינע ביידע הענט און איך מאך דעם באקאנטן ליגנט איינמאל ארויף און צוויי מאל אראפ, דאס מיינט אז איך האב אבער איך וויל נישט געבן. די צדקה גייער’ס ווייסן אבער נישט! זיי מיינען עס מיינט איך האב נישט. דאס איז א מורא’דיגער טאקטיק ווייל אזוי דארף מען קיין ליגנט נישט זאגן.

דער איד קוקט מיט פעראכטונג און ער בייגט זיך צי צו מיר און מורמלט מיר אריין אין אויער:

אינגערמאן! אויב האט איר נישט, האט איר דאך נישט געדארפט דאווענען א גאנצן שמונה עשרה! איר האט דאס געקענט מיר ווייזן מעיקרא…

פארשעמט און צוקלאפט הייב איך שנעל אויף מיינע תפילין א טפח אוועק פון קאפ און איך זאג דעם אידל. ניין! איך האב געמוזט איבערדאווענען (מיינע מחשבות לויפן מ’זאגט דאך היינט נישט יעלה ויבוא!!!) איך האב פארגעסן תקע בשופר….

פיין וויסט איר שוין אז איך האב געהאט א דורכפאל, וואס טוט מען נישט פאר אפאר דאללער? איר מיינט עס קומט אלס אן גרינג?

אבער איינע פון די נסיונות וואס איך האב אלס, איז ווען יעדער געלט גייער וואס גייט פארביי, פיר איך מיט יענעם א חשבון, יענער ווייסט גארנישט.

למשל: דא גייען צוויי קליינע בחור’לעך נאך געלט (בחורים נעמטס עס נישט פאר שלעכט איך מיין נישט עטס זענטס קליין, עס איז נאר דאמירן בעלמא) און איך בין שוין ברוגז: וואס מיינען זיי? איך וועל געבן מער ווייל זיי זענען צוזאמען? ? ? איך וועל זיי ווייזן און איך גיב נישט

דא גייען צוויי אינגעלייט און זאגן אריין אין אויער א שטיקל פזמון: און איך בין שוין ווייטער ברוגז: זיי מיינען זיי רייטן אויף מיינע געפילן??? איך גיב נישט

דא גייט א אידל מיט א פושקע און ער קלאפט א עקסטערן קלאפ וואס שטימט נישט מיטן ריהטם פון מיין דאווענען!!! איך גיב נישט

דא גייט אן ארץ ישראל אידל, און ער האט א צעטל מיט מליצות! הע? ער מיינט אויך איך בין א אמעריקאנער אקס וואס מ’וועט מיך אונטערקויפן מיט א מליצה פון א חאכאם אין ארץ ישראל? איך גיב נישט.

נו פארוועם געב איך יא?

גוט געפרעגט!!! איך וועל שוין תשובה טוהן!!!

הער איך זיך אונטער א שמועס ווי צוויי אידן וואס קומען אפט דא נאך דאללער’ס, ווי זיי שמועסן זיך אזוי צונויף איבער די טריקס און גימיקס וויאזוי מ’זעהט ארויס געלט פון די אמעריקאנער. הער איך אזוי:

א: הער מיך צו גיי ביי ישתבח צו די אויבן אן אידן, זיי ווילן זיך שוין אוועק זעצן און האבן נישט קיין נערוון צו נעמען טשענדזש. זיי געבן דיר וויפיל דו ברויכסט אבי דו זאלסט אפטראגן

ב: וואס הער איך עפעס אז די בעסטע איז צו גיין הארט פאר שמו”ע?

א: ניין און ניין! ווי נאר זיי וועלן דיך זעהן וועלן זיי אנהייבן צו פיסקעווען אזוי אז מ’זאל מיינען אז
שמו”ע פאנגט זיך אן ביי תהלות…

ב: ווען איז יא גוט?

א: ישתבח איז ווערט א צוואנציגער
אשרי איז ווערט 10 טולער
אה און דעם בעל תפילה פרוביר צו כאפן ווען ער דרייט זיך אויס ציילן וויפיל אידן עס זענען שוין ביי שירה חדשה. דעמאלס קען ער נישט פלוצלינג זיין פארדביקה’ט

ב: ר’ א’ איך האב א פראבלעם

א: וואס איז דיין פראבלעם?

ב: איך בין שוין געווען ביי דעם מנין נעכטן.. איך דערקען דא אכט אידן וואס האבן מיר נעכטן שיין געגעבן וואס טוט מען? ווי גייט מען?

א: זארג דיך נישט מאך דיך ווי די באמערקסט נישט אז דו ביסט נארוואס דא געווען, און אויב איינער ווייזט מיטן פינגער ארויף און אראפ און אויף זיין אנצוג, (דאס מיינט ביי זיי אז ער האט שוין געגעבן פאר דיר) זאלסטו זיך מאכן ווי די מיינסט אז ער וויל טשענדזש! אדער אז ער וויל דיר ווייזן אז דו האסט א ברעקל אויפן בארד. אויב דו זעהסט ס’איז כלתה אליך הרעה דער האלט זיך ביי זיינעם. מאך אן אנשטעל ווי די האסט דיך פארשעמט אז ער ווייזט דיר אז דו האסט אן אלטן הוטל….
געגאנגען….

און איך בין ארויסגעלאפן פון דעם מנין זוכן א צווייטן מנין. איך מיין מאבד עצמו לדעת איז דאך זיכער נישט קיין מצוה, און שלא לדעת איז דאך נישט קיין עבירה אויך נישט.

ביים צווייטן מנין דערקען איך מיינס א פעטער וועלכער גייט נאך געלט נאר 40 מאל א יאר, און קיינמאל געדענקט ער נישט אז איך האב אים נארוואס געגעבן. און דער פראבלעם איז אז איינמאל איך נעם ארויס דאס געלט אים צו געבן קען איך מיך נישט צוריק אראפ זעצן ווייל איך בין פארוויקלט אין הענטעלעך פון אלע זייטן, און מ’דארף יעדן געבן.

יא איך פארשטיי! עס איז א קארגשאפט פון מיין זייט, אבער איך בין כאטש מודה!
איך לויף שנעל צום נעקסטן מנין, און ווארף זיך אריין אין די עטיפה פונעם טלית, און פרוביר צו בלייבן דארט פארשטעקט אזוי לאנג ווי דער אטעם האלט, אפשר דאך וועל איך פארפאסן אפאר פון די חברה.

עס גייען דורך אפאר מינוט און איך שפיר א קלאפ אין קאפ! איימיצער האט שוין געוואלט לייגן א ליכט אויף מיר. נו! וויפיל איז די שיעור איך נעם זיך דאווענען קלאפן און שאקלען, און פרוביר דורכצולעבן נאך א נסיון.

וואס אנאמת’ן גערעדט איז א מראה נאה ונהדר צו זעהן דעם בילד ביי אונזערע בתי מדרשים ווי אידן טיילן געלט רעכטס און לינקס אן קיין שום חשבונות, און ב”ה אז איך בין א חלק פון די מתפללים, אבער אז עס קומט פורים, מוז מען דאך קאמפלעינען. ויהא זה שכרי. (רעדאקטאר! איך האב מיך דא מבזה געווען ברבים! עס קומט מיר א שטיקל באנוס! ניין?)

א פרייליכן פורים

Advertisements

Leave a Reply

Please log in using one of these methods to post your comment:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Google photo

You are commenting using your Google account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s