ביי אונז אין ביהמ”ד דרייען זיך ארום פארשידענע ערליי קאריקטורן, אנגעהויבן ביי די פארשוויצטע און געענדיגט ביי די שוויצער’ס. באמת איז זייער שווער צו רעדן פון די פארשידענארטיגע קאלירפולע געמיינדע, אבער איין זאך איז יא דא וואס איז ווערט א שמועס. וזה החלי:

בערל איז א איד א בעל הבית מיט א הויפן קנייטשן אויפן שטערן, וואס זעהט אויס ווי א אלטע צייטונג, נישט נאר סתם א צייטונג, עס זעהט אויס ווי א צייטונג אויף וואס די קאווע האט זיך אויסגעגאסן און טריקנט שוין. אבער בערל איז אן ערליכער איד, און ער קומט כסדר צום דאווענען אין צייט, מיט זיין אלטן סטעישאן וועגאן וואס האט נאך די רויטע באטלעך אנטי פריז אין די ריזיגע בעק קאמפארטמענט, שלעפט ער אריין דעם קאר ווי א פערדל מיטן וואגן, פארקט ווי מ’פלעג אינדערהיים טוהן, מיט א קוש פון צוויי זייטן. און שטייטעלעך לייגט ער ארויס זיינע צוויי שווער טראגענדע פוס פון דעם נידריגען פארשטויבטן קוויטשענדיגן טיר, און שטעלט זיך אויף מיט א שווערן קרעכץ מאכנדיג זיין וועג צום ביהמ”ד.

דאס איז מעשים בכל יום, און עס איז זיין עלטער וואס האט אים געברענגט אזוי צו צייגן.

כמעט ווי יעדן טאג, דערמאנט ער זיך אויבן ביי די שטיגן אז אויב וויל ער ארויס נעמען זיין קוטשמע, אדער טיעפן קראך שטאפן הוט פון די בעק נעבן זיין אנטיפריז, מוז ער זוכן פארקינג נאכאמאל, אמער ער איז צוזאם געדרוקט און צוזאם געקושט פון די צוויי זייטן נאכן פלאגן זיך צו פארקן פאר א פופצן מינוט.

בערל גיט א מאך מיט די הענט הלמאי מ’גייט דאך דאווענען שחרית, ליגט דאך דער קליינער געלער טלית’ל אויפן אויסגעקראכענעם קאפ טא ווער דארף א הוט?

ביים דאווענען שפרייט ער אויס זיינע ניקלעך און קלויבט ארויס די פארבליבענע קוואדער’ס וואס ער ווארפט אריין אין די הויכע טאש פון זיין רעקל, נישט צו פארגעסן צוריק צו געבן דאס ווייב ווען זי דארף עס פאר די פאבליק טעלעפאן קאלל’ס ווען זי גייט צום ביקור חולים, און ער פאנגט אן דאווענען מיט א גרויע התלהבות, פארגעסנדיג פון די צרות און בעטנדיג פאר פרנסה והרחבה וכל טוב.

זייטס געזונט ר’ בערל, איך האב נאר געוואלט דער עולם זאל אייך קענען, איר קענט ווייטער דאווענען רואיג, איך פארצייל נישט ווייטער איבער אייך, מיר אינטערסירט סאך מער זלמן דער קליינער בחור’ל וואס דאוונט געוויינליך אויף דעם צווייטן עק באנק.

זלמן איז 14 יאר אלט, און ער האט נישט אזא שטארקע חשק צום לערנען, אלזא האט ער א שיעור ביינאונז אין ביהמ”ד ווי דער טאטע זיינער צאלט אפאר טאלער אז מ’זאל אינעם אריין לייגן דאס ביסעלע וואס עס גייט, און אזוי קומט אויס ער דאוונט מיט אונזער מנין, שוין יארן לאנג, און אלס האט ער זיין בליק אויף דעם אלטן ר’ בערל’ן און קלערט און איז מקנא, ווען וועל איך שוין זיין אזוי גרויס? איך וועל קענען קומען און גיין ווען איך וויל און וואו איך וויל, טיילן ניקעלעך, און עסן פון די לחיים נאכן דאווענען, און וואס נאך? איך וועל קענען אריינקומען אין שול אזוי הוטלאז, און א ווארף טאן דעם טלית אויף די פלייצע מיט א אימפעט און מיט פראפעשיאנעליזם. אזוי קוקט זיך זאלמעלע צו פון ווען ער איז 14 ביז ביז….

דער גליקליכער טאג איז געקומען אין דער קליינער זלמן איז א גרויסער ר’ זלמן, און ער קומט צום דאווענען צופרי, און פארשטייט זיך אז זלמן גייט נישט ווארטן אויף קיין כבוד, א מענש לעבט דאך נישט אייביג! ווען מיינט איר ער וועט ווערן צוקנייטשט? ווען מיינט איר ער וועט אנהייבן פירן דעם אלטן ווירטשאפט? ער האט עפעס צייט צו די זאכן? ער איז קלוגער פון ר’ בערל’ן .

ר’ בערל האט ביי די 40 אדער 50 אנגעהויבן קנייטשן, אבער זלמ’לע קוקט מיט זיינע שטרענגע בליקן ביי די 20 און קנייטשט די שטערן ווי די לבנה וואלט אים אריינגעשיינט, און אזוי ארום צייגט ער גאנץ מעטשור.

זיין טלית בייטל נעמט ער ארויס פונעם פלעסטיק, ער איז שוין נישט קיין טוטער, ער דארף א פלעסטיק? צו וואס? זאג מיר אן אלטן איד מיט א פלעסטיק? אויסער די וואס האלטן דארט דעם פרישטאג, און זלמעלע’ס פרישטאג מעסט נישט אריין אין אזא קליינעם פלאסטיק.

זלמ’לע געדענקט דעם ניקל געווארפעכץ און ער קען זיך שוין קוים ערווארטן אנצוקומען אויפן פלאץ ער כאפט ארויס זיין נארוואס באקומענעם געבענטשן דאללער און פארטוישט עס אויף ניקלעך און צושפרייט עס ווי איינער ביי וועם א ניקל איז ווערטלאז, און ער גיט א טיעפן קרעכץ און א לייג אראפ ביידע ידים איבערן נייעם סידור, זאל זיך עס אביסעלע צוקנייטשן, ער גלייכט נישט אויסצוזעהן ווי א שנה ראשונה’ניק.

איך קוק אזוי אויף זלמ’לע און איך קלער געוואלד! וואו איז זיין הוט? אה איך דערמאן זיך, ר’ בערל פלעגט נישט קענען ארויסנעמען די הוט פון די קאר, און זלמ’לע איז דאך אויף א מיסיע, מאכט ער אויך א “היט ענד ראן” און קומט אין ביהמ”ד אן דעם שיינעם כובע געבויגענעם העט, וואס ליגט אינעם קאר אין א באקס נישט צו ווערן צעקנייטשט. הלמאי ער איז דאך אויף א מיסיע צו זיין א יונגער אלטער ר’ בערל.

גוד דזשאב זלמ’לע, מעגסט אבער דעם הוט אנטוהן, עס וועט דיך מאכן אויסזעהן העכער…

Advertisements

Leave a Reply

Please log in using one of these methods to post your comment:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Google+ photo

You are commenting using your Google+ account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s