עס קומט דער הייליגער יו”ט פסח ווען עס איז דאך די אושפיזא פון “זאלץוואסער”, איז דאך נישט מער ווי פאסיג צו זאגן אפאר ווערטער לכבוד המאורע.

פאר די וואס ווייסן נישט: זאלץ איז סך הכל א מאכל א געווירץ א תבלין וואס מ’לייגט דאס אריין אלס א צוגאב צום מאכל און עס דארף צו געבן א טעם! די מעלה דערפון איז אז עס קען מאכן דעם מאכל גאר געשמאק, די חסרון איז אויב לייגט מען א פיצינקע מער ווי דער געברויך איז עס מצטמק ורע לו.

וואסער האט א זעלטענעם מעלה אז עס האט נישט קיין טעם בכלל און ווען איינער איז דורשטיג איז עס זיס ווי צוקער אבער אויב איז ער זאט איז וואסער פשוט נישט גוט אין טעם און מ’קען עס נישט טרינקען.

נעמען מיר די זאלץ וואס מאכט א טעם און מ’לייגט עס אריין אין א משקה בלי טעם און מ’טינקט דערין א גרינצייג פונקט גענוג להרעיב את האפעטיט און אזוי גייט מען ווייטער אן מיטן סדר.

אלזא וואס איז דער ענין פון דעם זאלץ וואסער? שטייט שוין אין די ספה”ק אז דאס איז צו מאכן א זכר אויף די טרערן וואס אונזערע עלטערן האבן פארגאסן אין דעם גלות מצרים און וויבאלד טרערן זענען אין טעם ווי זאלץ וואסער איז דאס א גאר גענויער זכר לענין.

איך האב א שאלה! צו קען מען נוצן טרערן אליינס אנשטאט זאלץ וואסער?

איך האב א טיעפערע שאלה! אין דעם מצב וואו אונז שטיי מיר היינט וואס טרערן שטייען ביים שוועל פון די אויגן און רינען ווען מ’הערט אזוינע בשורות מבהילות פון אומגליקן נעבעך ביי אונזערע באליבטע ברודערלעך וואס דארף מען א זכר?

מיין שאלה גייט אסאך ווייטער! וואלט נישט געווען די צייט צו בעטן ביי השי”ת: הייליגער טאטע לאז אונז דערציילן פאר די קינדערלעך ביים סדר איבער אזא זאך ווי טרערן וואס איז א ענין פון אמאל! היינט ווייסט מען נישט דערפון! און דאס איז א זכר צו אט די טרערן?

נעם אפיר די אלע זאלץ וואסער וואס האט געפלאסן אין די פארגאנגענע חדשים הייליגער טאטע, און גיס זיי אריין אין דיין זאלץ וואסער מעסטל און טונק איין דיין חסד מאך דעם טעם פון דעם זאלץ וואסער זיס עס זאל זיין פון אט די טרערן וואס קומט פון פרייד! און לאז אונז דערמיט פטר’ן דעם מרור!

זאלץ וואסער פון פרייד! זאלץ וואסער מיט גרינצייג! זאלץ וואסער וואס איז ממתיק דעם טעם’לאזן וואסער! זאלץוואסער וואס רייצט דעם אפעטיט פאר א לעכטיגן סדר נאכט!

זאלן די אלע אידן וואס האבן מקריב געווען קרבנות פאר דיר און אלע וואס גייען נאך איצט דורך שוועריגקייטן האבן א לעכטיגן סדר נאכט!

הייליגער פאטער ימי”ם על מי מל”ח זענען מיר מוסיף בכל דור ודור! שטעל אפ דעם געוויין! לאז אונז זינגען פאר דיר און אזוי טון דיין רצון. מיר האבן שוין געזאגט הא לחמא עניא, לאמיר האפן אז מ’האלט שוין ביי גאל ישראל.

א פרייליכן כשר’ן יו”ט פאר יעדן איד בכל מקום וצורה שהם וואונטשט:

זאלץוואסער

Advertisements

Leave a Reply

Please log in using one of these methods to post your comment:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Google+ photo

You are commenting using your Google+ account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s