קריטיש וויכטיג איז א הגזמה אויף סתם וויכטיג.

למשל ווען מיין בעל הבית וויל איך זאל עפעס טוהן גאר שנעל, וועט זיין לשון זיין מער צו די asap זייט. און ווען ער וויל נאך מער ארויסברענגען דעם וויכטיגקייט לייגט ער צו URGENT אבער ווען ער וויל מיר מודיע זיין אז עפעס איז גאר וויכטיג ממש אויף די מינוט. וועט ער עס רופן EMERGENCY און אזוי ווייטער קען ער נוצן מער שרעקעדיגערע און בולט’דיגע אויסרופן וואס מאכט עס וויכטיגער און וויכטיגער און מאכט די אדרענעלין לויפן שנעלער ווי ס’מעג.

האב איך א חבר וואס ער איז א “וויכטיגער”, ער איז א איד וואס משכמו ולמעלה שטעקן זיך ארויס א קאפ פול מיט שטעכעדיגע דרוטן וואס זענען אלס פארנומען, און ערנסט, אנגעצויגן, ווייל ער איז ביזי! און ווייל ער איז א שטארק וויכטיג שרויפל אין באשעפערס וועלטל. די בריאה האט שוין געווארט אויף זיין אנקום פאר באלד 6000 יאר און אט איז ער ערשינען במילואו גראד אין אונזער דור, און ער איז צו מיין לעכטיג מזל מיינס א חבר.

ער דרייט זיך ארום מיטן קאפ אויף א העלזעלע פון גלאז, מ’קען עס נישט בייגן. ווען ער וויל אראפקוקן דארף ער בעטן א שכן זאל עם העלפן ווייל ער אליינס קען זיך צוברעכן אויב ער בייגט זיך. ווען ער קומט אריין אין ביהמ”ד זעהט ער נאר די לעקטער’ס ווייל זיינע אויגן קוקן נאר אויף ארויף. ווען ער וויל צושנירן די שיך בענדלעך טוט ער דאס אויסנווייניג, אדער בייגט ער דעם גאנצן אויבערשטן פלג גופא, כדי צו קענען אראפ קוקן אויף זיינע שיך בענדעלעך… אה איך האב פארגעסן, פאר דעם האט ער דאך סטעפ אין שיך דארף ער שוין נישט אראפקוקן אויך נישט.

א מין געלונגענע בריאה, איך בין זיכער אז זיינע עלטערן האבן געהאט עקסטערע זכותים פון הימל צו האבן אזא מין געבענטשטע נשמה אין די פאמיליע.

רופט מען אים ביי אונז משה וויכטיג! נישקשה! ער איז וויכטיג איז ער וויכטיג.

היינט באגעגן איך מיך אין ביהמ”ד מיט א נייעם מאדנעם אינגערמאן וואס האט נארוואס חתונה געהאט און ער גלאנצט נאך 3D פון אלע זייטן… און הערט אלע איך האב אנטדעקט “קריטיש וויכטיג”.

וויפיל מיין משה וויכטיג חבר וועט נאר פרובירן וועט ער נישט אנקומען אפילו האלבוועגס צום קריטיש וויכטיגקייט פון אט דעם נייעם נארוואס חתונה געהאטן אפרוח קריטיש וויכטיג.

קריטיש שפאצירט אריין היינט אין שול און אויף די וועג אראפ פון די שטיגן איז האלב גליטשיג, איז דער סדר פון רוב וועלט אז מ’כאפט זיך אן ביי די רעלסן און אזוי שפאצירט מען שטייטאלעך כדי נישט אומצופאלן. אבער קריטיש’ל איז נישט פון די שוואכלינגען פון דור, ער וועט זיך נישט בייגן פאר געפרוירענע שניי. זיינע הענט ליגן שיין צוזאמען געלייגט אריין איינס אין צווייטן ארבל און אינדערצווישן הענגט אראפ זיין גלאנציגער טלית בייטל, טא ווער וועט אים דאס אומווארפן? אדער ווער וועט אים מאכן טוישן פאזיציע? קיינער! זאל יעדער גליטשן, ער שפאצירט גראד ווי א בעזעם שטעקן (להבדיל) און יעדער זאל זיך רוקן…

והנה כבודו מלא עולם קומט אן צום גלאזענעם טיר און וויל אריין גיין, ער גיט אזא עפן אויף דעם טיר מיט א סארקאסטישן שמייכל און קליינעם רוק מיט די פוס, אוואו איינער וואס עפנט נאר דעם טיר מפני מראית עין, און וויל נישט ווייזן אז ער העט ווען געקענט אריינגיין אן דעם גאנצן טירחא. און דארט ביים קארפעטל ווי יעדער שטייט און שוויצט זיך צו ווישן די פוס אדער אויסטוהן די קאלאטשן שפאצירט קריטישל אריין מיט א שמייכל וואס ער האט פארגעסן אראפצונעמען ביים לעצטן דזשאוק וואס ער האט געהערט אין קאר אויף XM און קוקט אזוי זייטיג אויף זיינע אונטערטאנען וואס פלאגן זיך נעבעך צו זיין נארמאל.

אויף א זייטיג טישל ליגט אנגעלייגט אסאך טלית בייטלעך פון אידן וואס לויפן אין מקוה און לייגן אראפ דעם טלית בייטל און האפן עס צו טרעפן ווען זיי קומען ארויס. קריטישל גיט א רוק מיט די עלנבויגן אפאר בייטלעך און לייגט אראפ זיין טלית בייטעלע אויפן חשבון פון 10 אנדערע פליענדיגע בייטלעך און ער פאנגט אן שטייט מיט ווייכע פינגערלעך צו קנייטשן דעם קאשמיער שאל זיינעם און עפנט דעם מאנטעלע מיט צערטלנדע געפילנדע שטייטקייט, און גייט צו די הענגער’ס פון די מאנטלען.

ווען ער קען ווען וואלט ער ווען געהאנגען צוזאמען מיטן מאנטל! אזוי שיין און פרעכטיג איז דאס שטיקל וואל ווי געגאסן אויף זיין אומגעבויגענעם קערפער, אבער היינט אזי בין הזמנים און דא הענגן אויף יעדן הענגער א שאפינג בעג, א כאלאטל, א קויט, און א מעיל, און אויף דעם איז שוין אויך דא א ליין פון אנדערע געפאלענע קויטס פון די חללים פון בין הזמנים.

קריטישלינו האט נישט קיין שום פראבלעם ער ווייסט וועלכער הענגער איז באשאפן געווארן פאר אים! ער דרייט זיך ניטעמאל אויס קוקן צו איינער זעהט זיינע מעשים טובים, ער רוקט שנעל אראפ א גאנצן הענגערל ביז מ’זעהט דעם גאלדענעם צוויי פאכיגן הענגער קלאר, און ער הענגט ארויף דעם טייערן מאנטל. א שטייגער ווי איינער זאגט: די אנדערע וואס זענען דא געווען פריער זענען דאך שוין גענוג געהאנגען…. וויפיל איז די שיעור?

ביי אונז אריינצוגיין אין מקוה דארף מען ווייזן א שליסעלע און דאס טוט קונצליך דרייען א רייע מיט אייזענעס וועלכע לאזן אריין דעם פערזאן מיטן שליסל. אבער קריטישלס טאש איז צו נידריג פאר אים, און ער גיט אזא וואונק פארן מקוה איד, און דער מקוה איד עפנט אים די מיטעלע אייזן ווי ער שפאצירט אריין מיט שטאלץ אומגעבויגן, און לויפט (וואס ביי אים מיינט לויפן) גלייך צו די האנטוכער.

קריטישל וועלט א האנטוך, ער נעמט איינס, ער שמעקט, ווארפט אראפ, ער נעמט א צווייטס ער זעהט עס האט א פוירפל פלעק אויפן בלויען האריזאנט, ער ווארפט עס אויך אוועק. ער קלויבט און וועלט און איז נאר צופרידן ווען אויף ביידע ידים הענגען צוויי הערליך בלויע געביגלטע האנטוכער, און אויפן עלנבויגן הענגט א מאדערנע בעג מיט שאמפוען און זייפעלעך צו באפוצן דעם קריטישן קערפער.

וויפיל איך קען זעץ איך מיך אזוי צו קענען אבזערווירן אביסל קריטישל ווייל מיינע עלטערן פלעגן מיך אויסלערנען אז מ’קען פון יעדן לערנען עפעס, מוז איך זעהן וואס טוט מען ווען מ’עררייכט גדולה אומגעראכטן.

קריטיש טוט אויס זיינע בגדים ווי 2 באדינער העטן אים ווען געהאלפן. אלעס פארט אראפ אזוי גענוי און אויפן קנייטש, און עס ווערט שיין צוזאמען געלייגט, און ער מאכט זיינע טריט צום אזוי געגארטן שויער. אויפן וועג קוקט ער כסדר צוריק אויב זיינע וועש זענען אין טאקט, ביז ער קומט אן צום היכל השויער’ס.

עס איז בין הזמנים ווי ערווענט, און ביי יעדן שויער שטייען 3 בעלנים, יעדער איז פארנומען מיט די הכנות לתפלה, קריטישל ווארפט א אויג אויף א שויער צו זיין געשמאק, עס שטייען דארט אפאר אפגעזייפטע פארצופטע אויגן מענטשן וועלכע לעכצן נאך א טראפ וואסער, אבער ער גייט אזוי נאענט אז יעדער דערשפירט שוין אז דאס מאל דארף מען זיך ערנסט איבערטראכטן און זוכן א צווייטס. דער וואס שטייט אינעווייניג דערשפירט אן אטעם וועלכע מאכט אים אומבאקוועם צו בלייבן איין רגע דארט, און מאכט א ויברח! קריטישל איז באקוועם ער לייגט אויס זיינע חפצים אויפן זייטיגן שעלוו די קליינע זייפעלע איז געמאכט פארן פנים, די גרעסערע פארן גוף און די באטעלע פאר די שיינע פיאה’לעך און דאס בערדעלע וואס פאנגט אן צו שפראצן.

ער ווערט א פיצינקע ערנסטער און נעמט זיך צו די עבודה. אינדרויסן גייען און קומען מענטשן, מ’שטייט און ווארט אז קריטישל’ס קערפער זאל געהעריג באהאנדלט ווערן, אבער קריטישל גייט נישט ארויס זיך זייפן אינדרויסן הלמאי ער איז יעצט אין שויער און קיינער דארף נישט יעצט פונקט דעם שויער וואס ער גלייכט אזוי.

איינער וואס האט יא געהאט די חוצפה צו געבן אזא קרעכצל אוואו איינער זאגט ר’ איד ווי לאנג וועסטו אויפהאלטן, האט באקומען פון קריטישל א איידעלן פסק “זאגט נאר איך קום אייך עפעס?” עכט האט ער געוואלט זאגן… זאגט נאר איר זעהט צו וועם איר רעדט דא?

איך האב שוין נישט צופיל צייט אבער איך אבזערוויר אז קריטישל גייט אין מקוה און שארט דעם וואסער אז די אלע שווימענדיגע חציצה’לעך זאלן נישט קונה שביתה זיין אויפן אויסגעזויבערטן גוף, און פון דארט לויפט ער מיט א מינע פון פעראכטונג צוריק אין שויער אריין אפצושווענקען דעם אומגעוואונטשענעם מקוה וואסער…

איך לויף לייגן טלית און תפילין איך דארף כאפן מיין מנין, קען איך נישט נאכקוקן קריטישל אבער איך הייב אן ברכי נפשי מיט א הילכיג הויכן טאן און איך כאפ א ציפ אין פנים פון מיין שכן פון פארנט… קריטישל זיצט פאר מיר, און ער דרייט זיך ניטאמאל צוריק קוקן ווער עס האט זוכה געווען צו זיין פראסקעלע. ווי נישט ווי איז עס א כבוד צו כאפן איינס פון קריטישל.

מ’גיי מיר דאווענען און מ’לאזט קריטישל צורוה. אבער קריטישל דאוונט הויך ברכות ווען דער בעל תפלה זאגט קדיש, ער הערט עפעס נישט אז יעצט דארף מען זיין שטיל.

און איך הער קלאר…. ברוך אתה ד’ שלא עשני אשה.

נו!! קריטישל!!! ברכה לבטלה!!! דו דארפסט זאגן ברוך אתה ד’ שלא עשני “איש”!

Advertisements

Leave a Reply

Please log in using one of these methods to post your comment:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Google photo

You are commenting using your Google account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s