I got busted!

I started to listen to Senator Rand Paul fillibusting in the Senate and I thought I want to hear how it all ends. But I got Fully busted! “My nerves that is”…

So let me know when he is done I will give my statement right after.

Mr. Senator Keep going!

Advertisements

Is a “STOP SIGN” not a SIGN to STOP?

(דער ארטיקל ווערט איבערגעארבעט אין ענגליש אי”ה)

איך שפאציר אויפן גאס און איך טוה מאלטי טעסקן ווי געווענליך, איך האלט אין איין האנט א טעלעפאן צום רעדן, אין די צווייטע א טעלעפאון צום טעקסטן, און אויפן ארעם א פאר פוהלע זעקלעך גראסערי, און מיטן קליינעם פינגער כאפ איך אן מיין קליינעם אינגעלע ווייל מיט די אלע זאכן אינאיינעם דארף איך קוקן צו א קאר קומט ווייל איך גיי יעצט אריבער די גאס.

איך הער אונטער מיר איינעם שטילערהייט זאגן, שטעל דיך אפ א מינוט, סטאפ! איך דריי זיך ארום רואיג, רעדנדיג, טעקסנדיג, גייענדיג, האלטנדיג, קראסנדיג, און איך קוק ווער עס רופט מיך, און איך פרעג: וואס קען איך אייך העלפן?

שפאציר איך ווייטער מיט אלע אויבנדערמאנטע פעולות, און איך הער פלוצלינג א קול רעש גדול אדיר וחזק, מרהיבה ומחריבה! סטאפ!!! שטעל דיך אפ!!! דאונט מאוו!!!

איך ווארף אראפ די טעלעפאנען, פליק אראפ די בעג’ס פון די הענט, שטעל די פוס אויף פריז, און מיט די הענט אין די הייעך דריי איך זיך שטייטעלעך ארום צו זעהן מיין באפאלער, און פרעג: איך פרעג גארנישט!!! איך ווארט אויף ווייטערדיגע באפעלן…. איך ציטער פאר די ענדע.
יא! עס האט צו טוהן מיטן קול און מיטן רעש, מיט וואס דער “סטאפ” ווערט געזאגט!

איך הער איינער שטעלט מיך אפ, מיט א ווייכע שטימע, פרעג איך ערשט, וואס זאל איך אפשטעלן? איך טוה דאך אזויפיהל זאכן אויפאיינמאל, וואס ווילט איר?

אויב הער איך איינער שרייט און באפעלט, און דערשרעקט, פרעג איך נישט קיין קשיות, נישט קיין חילוק וויפיל זאכן איך האלט אינדערמיט ווארף איך אלעס אראפ און ווארט צו הערן וואס דער פארשוין האט דערמיט געמיינט.

————————————

כלפי מה דברים אמורים:

ליידער מיר זענען געשלאגן געווארן בכפלי כפליים, שוין נישט פון היינט, נאר שוין א לענגערע צייט וואס דא און דארט הערן מיר א ווייכע שטימע, וואס רופט און מאנט: סטאפ! שטעל דיך אפ! און מיר דרייען זיך איינפאך ארום און פאנגען אן צו שפעקולירן, וואס צו סטאפן? וואס דארפסטו פון אונז הייליגער טאטע, מיר הערן אז דו רופסט, אבער וואס מיינסטו דערמיט אונז צו זאגן?

דער קול ווערט העכער און העכער, און יעדעס מאל דרייען מיר זיך ארום מיט ספיקות און פרעגן זיך אליינס און אונזערע פריינד, וואס מיינט מען אונז צו ווייזן? וואס דארף מען אויפהערן? וואס איז די עבירה פון וואס מ’וויל אונז אזוי אוועק זעהן?

פלוצלינג!!! א קול רעש גדול!!! סטאפ!!! שוין!!! שטעל דיך!!!

דער טאטע שרייט! עס דערשרעקט! מ’איז צוטומעלט!
וואס טוט מען אין אזא פאל?

מ’שטעלט אלעס אוועק! מ’פרעגט נישט קיין קשיות, מ’ווארפט אראפ די געווער, מ’שטייט געפרוירן, און דאן שטייטעלעך קוקט מען צוריק וואו מ’האט געהאלטן, און וויאזוי צו גיין ווייטער.

יא דאס האט טאקע פאסירט! א קליין קארעלע מיט א פארפאלק אין די שענסטע יארן גרייט אנצוהייבן א שיין הערליך אידיש שטוב, פארט דורך א “סטאפ סיין” און א טראגעדיע מיט א קול רעש גדול באטרעפט.

וואס ווייזט אונז דער סטאפ סיין?

נישט אז ס’איז צייט צו סטאפן?

איר פרעגט וואס צו סטאפן? מיט אזוינע קולות, פרעגט איר נאך?

עס איז צייט שטייטעלעך זיך צו ארויסנעמען פון פריז, און קוקן און באטראכטן וואס דער פלוצלינגער אפשטעל האט באדייט! וואס מ’וויל פון אונז האבן!

ווען עס איז א שטיל קול’כל מיט איידלקייט קען מען נאך ווייטער אנגיין און זיך נעמען די צייט צו אויסגעפינען וואס מ’זאל אויפהערן, אבער נישט ווען עס איז אזא מין הויכער מאנענדיגער קול.

לאמיר מיט שמחה גיין איין טריט ארויף! זיך נעמען איין טריט אויפאמאל! און מיר וועלן בעזהשי”ת מצליח זיין.

וחפץ ד’ בידינו יצליח

מנאי: זאלץוואסער
http://www.zaltzvaser.com

דער מענטשעלע דער בוים

(אויפן ניגון פון “אילן” פון ר’ יושע מענדלאוויטש, און די אידישע חלק “אין וואלד שפאצירן גיימער”)

אין פלאץ ווי אימער שטיי מיר
מענטשעלעך ווי ביימער
געפלאנצן געשניטן געפלעגט און געהיטן
א ביימעלע א קליינער
א דינטשיקער א שיינער
פון זומען קרעפטיגע נארוואס געשניטן

זיץ איך און קלער און שפעקוליר
וויאזוי עס ארבייט ריר ביי ריר
עס פלאנצט זיך עס וואקסט עס שפרייט די צווייגן
א ווינט עס בלאזט די לופט עס שניידט
דער ביימעלע בייגט און ליידט
ביז עס טוט צום ווינט זיך צאמלייגן

=די ביימעלע עס ליגט און טרוקנט
די אנדערע שטייען מיט אנגסט און קוקן
זיי ווענדן זיך צום האר פון אלע ביימער
האר טייערער אין א סכנה שטיימער

דער האר ער זאגט, וויסן זייט ביימעלעך
אז אויב שטיי מיר צוזאמען רואיג פאמעלעך
קען קיין ווינט אונז נישט בייגן קיינמאל
ווייל מיר זענען שטערקער און מער אין צאל

נאר ווען א ביימעלע גייט עקסטער אליינס
נאר דאן קען דער ווינט אפטוהן זיינס
דערפאר מיינע טייערע לאמיר שטיין צוזאמען
באפעסטיגן אונזערע שטאמען.

אהוי אין טראגעדישן שאטן
א ביימעלע פארראטן
נישט איינס און נישט צוויי נאר דריי
אזוי טראגיש פארבויגן
פארביי פון די אויגן
אוי הייליגער טאטע מיר ביימעלעך אלע, טוען צו דיר א געשריי

אוי ווי קען מיר זיך באשיצן
פון די קעלט און די היצן
נישט פאלן חס ושלום קיין קרבנות
מיר האבן שוין פארלוירן אזוי פיל
טאטע וויפיל איז דער גבול
הוי האב שוין אויף אונז ביימעלעך אלע, דיין גרויס טיעפע רחמנות

-דער טאטע זאגט: ביימעלעך מיינע
ווילט איר וויסן דעם סוד די קליינע
ווען איר שטייט צוזאמען קען אייך רירן קיין ווינט קיינע
די ווינטן איבערלעבן א לעבן א שיינע

נעמט אייך אלע צוזאם אינאיינעם
נערים וזקנים
כאפט אייך אן און מאכט א פארהיין
און צוזאמען קעגן משיח’ן וועט איר גיין.

זאלץוואסער
@zaltzvaser
http://www.zaltzvaser.com

הילד איננו

ה ילד בן ריזל, אויוויי בן נחמן עליו השלום
י ארצייטן פון די משפחה א שרעקליכער חלום
ל אנג נישט געהייסן בן ריזל נאר איין טאג
ד אן אויף שטענדיג מיטן טאטן’ס נאמען, א קלאג

א ייער ערשטע באגעגעניש די משפחה צונויף
י עצט ווען טייער קינד ביזט אין הימל ארויף
נ ישט געקענט דיינע עלטערן דעם איינעם טאג דא אונטן
נ אר ווייל ווען דו ביזט אראפ זענען זיי ארויף מיט די ווינטן
ו ויסן זאלסטו אז טאקע נישט איבערגעבליבן קיין דור

ו ואס איר האט יא איבערגעלאזט אן הייליג אור
א יר האט איבערגעלאזט ימ’ן טרערן ווי א מבול פון וואכן
נ ישט קיין טרערן נאר קוועלער וואס מ’קען נישט פארמאכן
י עדער וויינט יעדער קלאגט, אבער דו ביזט דארט אויבן

א ין איין מחיצה מיט דיינע עלטערן דעם בורא לויבן
נ אר מיר פארשטייען נישט אין דעם וועלט דעם נידריגן
ה אבן מיר נישט איבערגעלאזט קיין טרער אן איבריגן

א יר פארשטייט שוין די חסדים אויבן איז אלעס קלאר
נ ישט ביי אונז, מיר קענען נישט זעהן, עס איז וואר
י עדער ווייסט אבער און גלייבט בנאמנות

ב יים טאטן אין הימל ליגט דאס גאנצע רחמנות
א יר זאלט אבער זיך עקשן’ן מיט עקשנות

אז אידן זאלן שוין מיט די אויגן זעהן דעם אור גנוז
בביאת משיח לגאלנו פון דעם פינסטערן גלות

פון: זאלץוואסער
@zaltzvaser

קאמפיין: איינס ארויף! מי לד’ אלי

לכבוד מיינע טייערע פריינט. איך האב היינט געהאט א שמועס מיט ר’ שמעלקא אינעם שאטן פון די נעכטיגע טראגעדיע. און איך האב עס געוואלט מיט אייך מיטטיילן היינט. אפשר צוזאמען וועלן מיר קענען עפעס אויפטוהן. מ’רעדט דאך דא מיט אידן בעלי דעת…

לייענט און לאמיר צוזאמען אנהייבן דעם קאמפיין פון “איינס ארויף” אין די בחינה פון אחת שאלתי מאת ד’.

 

דער שמועס איז אויטענטיש, און איז אפשר די בעסטע וועג אנצוהייבן דעם קאמפיין.

 

 

Shmelke:  

נא, אדרבה

 me:  איך בין געזעצן נעכטן נאכט און עוסק געווען אין א מצוה, ביז שפעט אין דער נאכט, ווען איך האב געקוקט אויפן טעלעפאן האב איך געזעהן 250 אימעיל’ס

ווי נאר איך האב באקומען די אלע אימעיל’ס האב איך גלייך פארשטאנען אז עפעס איז נישט גוט, ווייל דאס איז אויסערארדנטליך פאר א מוצ”ש

בין איך אזוי אריין אינעם אימעיל געהענגל און אנגעהויבן לייענען. אבער איך האב אנגעהויבן לייענען אויף צוריקצווועגס

ווייל אזוי ארבעט מיין טעלעפאן

עכ”פ אזוי ליינענדיג זעה איך דאך אז דער מצב איז שווארץ און עס פאנג מיר אן צו ווערן שווער אויפן הארצן, אבער

איך זעה עפעס אז משמים האט מען צוגעפירט איך זאל לייענען צוריקצוועגס און דאס האט מיר געגעבן א שטארקער חומר צום פארשטיין א נקודה וואס מ’זעהט אין די ספרים הקדושים

ווען עס פאסירט א אומגליק, איז דאס אזוי ווי א שרעקעדיג ביכל, און מ’הייבט אן צו לייענען פון אנהייב.

אויב אבער וואלט דער מענטש גענומען דעם ביכל און געליינט פון סוף אויף צוריקצוועגס

וואלט ער דאך געזעהן פונקטליך וואס עס איז דא פארגעקקומען און פארשטאנען די חסדים פון אויבן

אבער ליידער דער ביכל איז נאכנישט ביים סוף און דערפאר איז אזוי שווער נאך צו פארשטיין.

אבער דעם ענין האב איך אזוי געקלערט אז דאס ווייזט מען מיר

 

 Shmelke:  זייער טייערע ווערטער, אויף דעם זענען מיר מתפלל הראנו ה’ חסדך

היינט איז דאך א גרויסער טאג, דער יארצייט פון רבינו הק’ ר’ אלימלך זי”ע

אין די תפלה פון ר’ אלימלך זאגט מען שנראה כל אחד מעלת חברינו ולא חסרונם, האב איך געזאגט פאר איינעם אז דאס גייט ארויף אויך בכלליות אויף יעדעם איינעם, אז מ’זאל זעהן די גוטע זאכן אויך אויף אידישע קינדער, נישט נאר זיערע חסרונות

און ווילסט הערן

איך האב געקלערט אז דער רבשו”ע וויל דאך עפעס מכל אחד ואחד מישראל, אנדערש קאן דאך גארנישט זיין, און וואס וויל ער יעצט? כ’האב געטראכט א געדאנק אדערש ווי די אלע וואס טרעפן יעצט חטאים רח”ל אויף כלל ישראל

 

 me:  היינט זאגנדיג די תפילה איז מיר אזוי דורכגעלאפן די מחשבה אז “שנראה כל אחד מעלת חבירנו” איז א עקסטערע תפלה צום באשעפער אויף אזא מין זמן, ווען מיר בעטן אז די ווייטאג פון זעהן א חסרון ביים חבר בגשמיות אפי’ און אויף אזוינע שרעקעדיגע אופנים בפרט זאל זיך אפשטעלן, און פון היינט און ווייטער הייליגער באשעפער זאלן מיר נאר זעהן אז פאר די חברים דאס מיינט מען גאנץ כלל ישראל זאל גיין גוט.

 

 Shmelke:  דער מדרש זאגט אז דער רבוש”ע האט אזוי מסבב געווען אז די אידן זענען אנגעקומען צום ים, און דארט האבן זיי מתפלל געווען פאר קוב”ה, און ס’האט פאסירט דעם נס, און די סיבה דערפאר איז געווען ווייל דער רבוש”ה איז משתוקק אויף תפלות ישראל, און ער האט געווארט צו הערן די אידן, און דער מדרש טייטשט דעם פסוק הראנו את מראיך השמיענו את קולך כי קולך ערב ומראיך נאווה

 

 me:  ‫זיי ממשיך

 

‫איך האב צייט, איך ווארט צו הערן דעם גמר פון דעם ענין… עס זעהט אויס ווי די פארסט אויף די ריכטיגע רעלסן

 

 Shmelke:  האב איך געקלערט, ווען מ’הערט די קרעכצן פון יעדען איינעם, ווען מ’הערט ווי יעדער נעמט עס אזוי פערזענליך, דאס איז א נח”ר פאר קוב”ה אז מיר ברודער זענען אזוי נאנט, אז מ’האט זיך באמת אזוי שטארק ליעב. ס’איז פשוט ביי מיר אז דער רבוש”ע וויל פון אונז דעם תענוג

 

 me:  ‫לאמיר נאר האפן אז אויף בעסערע אופנים זאלן מיר קענען שאפן דעם תענוג

‫זיך פרייען מיט יענעם’ס שמחה

 

 Shmelke:  איך האב עס שוין געזאגט אמאל ביי די מעשה פון לייבי קלעצקי (ווער דענקט נאך אפי’ די מעשה?) דארט איז געווען ממש די בחינה

כ’על דיר דערציילן עפעס

 

 me:  ‫איך דערמאן מיך א מעשה אה, וועל איך וארטן אויף דיינס קודם

 

 Shmelke:  מיין פעטער זז”ג האט חתונה געמאכט א זוהן א אלטע בחור, געווען א גוטע פינעף און צוונאציג שוין, אויך אביסל פראבלעמן דא און דארט

ביי די חתונה האבן מיר אלע געהאט טרערן פון התרגשות, אזא חסד פון השי”ת

 

 me:  ‫יא יא ווי דער סדר ביי אידישע קינדער

 

 Shmelke:  גיי איך צו די מחיצה וועלענדיג זאגן מז”ט פאר די מומע, און מיין מאמע קומט ארויס, און זי זאגט מיר “איך פריי זיך אזוי מיט מיין ברודער, און איך בעט השי”ת זיך אלץ צו קענען פרייען מיט אים, נישט נאר ווען ס’איז אזוי שווער אנגעקומען”.

 

די ווערטער זענען טייערע ווערטער פון א חשובע אידענע, אז מ’טראכט נאר אריין דערין

 

 me:  ‫שמחה איז אויך בעסער ווען עס קומט מיט א סדר

 

‫לאמיך דיר פארציילן א שמועס

 

‫איך האב געהאט א חבר וואס איז ל”ע אוועק פון דער וועלט פלוצים אן קיין שום פאראויסזאגן פאר קיינעם, און אן קיין שום סימפטאמען. זיך פשוט צוזאם געלייגט און איבער געלאזט א משפחה מיט 6 קינדערלעך ה”י

 

‫האב איך געשמועסט מיט א גרויסן דיין ביי אונז, און גערעדט איבער די נושא. איך וויל נאר צוקומען צו איין נקודה

 

‫אז ווען עס פאסירט אזא זאך טייטלט יעדער אויף די זינד און ווי מ’דארף אלס מתקן זיין (און עס איז אמת אז מ’דארף) אבער נאכדעם זעהט מען אז אידן האבן אזא קליין ביסעלע שטויב און ווען מ’געט זיי איין שאקל זעהט מען ארויס דעם שיינקייט פונעם איד.

 

‫א גאנץ ביהמ”ד אלע ידידים האבן זיך אינטער גענומען דברים נשגבים

‫און מ’האט אנגעהאלטן פאר א לאנגע צייט ממש,

‫עס איז געווען א מורא’דיגער קידוש השם

 

‫לאמיך דיר זאגן לענינינו

 

‫איך הער יעדן רעדן דא און דארט איבער וואס מ’דארף מתקן זיין. אבער אויב וועלן אלע אונזערע פריינט נאר נעמען איין טריט פאראויס לעילו נשמתם פון די נפטרים, וועט דאך דער קידוש השם זיין אזוי גרויס, און מיר אלע וועלן זוכה זיין צו לעכטיגקייט און נחת דורך הרחבת הדעת.

 

‫מ’דארף נאר מעורר זיין ריכטיג דעם ציבור, וואס צו טוהן.

 

‫דו האסט דאך שוין אסאך געטון אין די נושא פון אינטערנעט.

 

‫אפשר גיב מיר יעצט א ברענג אויף די נושא פארן ציבור אונזערע פריינט.

 

‫אפשר קען עס יעצט ארבעטן?

 

 Shmelke:  דער מציאות איז אז מ’קען זיך שווער האלטן דעם קאפ אין פלאץ ווען ס’געשעהט אזאנס.

 

זיכער אזוי.

 

 me:  ‫דערפאר דארף מען עס טוהן צוזאמען.

 

‫עס איז זייער זייער וויכטיג.

 

 Shmelke:  זעה איך היינט א “בחור” ליינען די נייעס אויף זיין טעלעפאון אין ביהמ”ד.

 

איך בין נישט דער טיפ צו זאגן מוסר, ס’האט מיר שרעקליך ווי געטוען.

 

כ’האב אים געזאגט, פארן דאוונען שטייסטו אין ביהמ”ד אנע בושה פארן בורא עולם און די קוקסט אינטערנעט?

 

ער לאכט נאך יעצט פון מיר, ליידער ליידער.

 

 me:  ‫איך האב פריער באקומען אין אישי איינעם קריגן אויף מיין ארטיקל וואס איך האב געשריבן “וואו קוקסטו” (האסט עס געלייענט?) און דארט זאגט מיר יענער אריין פארוואס איך זאג אז די עבירה פון דור איז דאס אדער יענס, און איך שפיר נאך אלס אז מ’פארקוקט אין די זייטן! איך האלט אז דער עיקר וואס מ’וויל פון אונז איז אז יעדער זאל ארויף קומען איין טרעפל פון דעם תהום אינטערנעט. יעדער ווייסט זיין מצב…. איין שטייג העכער קען ברענגען משיח’ן

 

 Shmelke:  ס’הערשט אזא קרירות אז איך וויין פון דעם אליין, מער ווי איין פארפאלק זענען שוין נעבעך אומגעקומען אויף דעם מזבח וואס הייסט חוזק מאכן פון די וואס זענען מעורר.

 

 me:  ‫לאמיר צוריק גיין צום ציבור אויפן וועלטל ווי עס זענען פארהאן א ערנסטער ציבור פון אונזער עולם, און פרעגן הויך “מי לד’ אלי”

 

 Shmelke:  אפי’ ביה כנישתא חדא ברענגט דער רבי בשם הזוהר.

 

 me:  ‫לאמיר אנהייבן א קאמפיין אז יעדער זאל זיך רוקן א מעלה.

 

‫ונראה כל אחד “מעלת” חברינו.

 

 Shmelke:  אפי’ אין ביהמ”ד און אפי’ אויף איין זאך.

 

 me:  ‫יא.

 

 Shmelke:  כ’על דיר נאר זאגן.

 

די ווייסט דאך אז איך בין אביסל טרוד מיט מענטשן.

 

 me:  ‫אבער אויפן געוועבעכץ קען מען עס שטארק אנהייבן.

 

 Shmelke:  די גרינגסטע וועג צו פועלן ביי א מענטש סיי וואס איז ווען מ’זעהט איין קודם זיינע מעלות.

 

 me:  ‫פאקוסירן אויפן אמת.

 

‫מיר רעדן דען צו איינעם?

 

‫מ’רעדט דאך אין א ציבור’ישן פארנעם

 

 Shmelke:  דאס איז ממש א ברכה ווען א מענטש זעהט יענעמ’ס מעלות.

 

 me:  ‫אמת.

 

 Shmelke:  מעלות פון איין כלל ישראל איז אויך עפעס.

 

איך קום יעצט פון א איד א גרויסע בעל השפעה, כ’האב געדארפט וויכטיג רעדן מיט אים.

 

 me:  ‫הער וואס איך קלער….

 

‫לאמיר הערן.

 

 Shmelke:  זאגט ער מיר: דער רבי ז”ע האט געזאגט פאר פופציג יאר צוריק אז מצרים וואלט געווען הייליג קענגן אמעריקא……. יעצט שטעל זיך פאר ווי הייליג אמעריקא איז היינט.

 

 Shmelke:  און ס’דרייען זיך ארום “טויזענטער” מבקשים, וואס זוכן דעם דרך האמת אין עבודת ה’, וואס זיי קרעכצן נאך אויף קדושה וטהרה, אז זיי מוזן גיין אויף די גאסן און אויפ’ן געוועב, דאס איז די גרעסטע נס

 

ער האט אויפגעהויבן זיינע הענט צום דאך און מיר געזאגט “עם ישראל חי לעד ולעלמי עולמים”

 

אוי איז ער גערעכט

 

 me:  ‫לאמיר אויסרופן מי לד’ אלי, און אונז וועל מיר זיך אונטערנעמן איין גוטע זאך אויף איינצושפינען דעם קאמפיין… ביזטו גרייט?

 

 Shmelke:  איין גוטע זאך לדעתי בנושא אינטערנעט.

 

 me:  ‫יא.

 

 Shmelke:  און מיר וועלן בעטן מיט טרערן אין די אויגן.

 

 me:  ‫דער קאמפיין הייסט אזוי: איין שטאפל ארויף.

 

 Shmelke:  שתרחמני עוד בגלותי, טאטע העלף אונז אין אונזער גלות.

 

 me:  ‫נישט קיין חילוק ביי וועלכן טרעפל מ’שטייט, לאמיר ארויף גיין איינס.

 

 Shmelke:  איך וואלט זיך בארופן צום מאמר אויפ’ן פסוק אחת שאלתי מאת ה’ אותה אבקש.

 

 me:  ‫איך וויל נישט וויסן ווי יעדער האלט, אבער יעדער ווייסט דאך וואו מ’איז… קומט ארויף איין שטאפל רבותי

‫אחת גערעכט.

 

 Shmelke:  כ’האב אלץ בחור געשריבן אויף דעם א מאמר וואס צונעמט מיר נאך היינט אלע גלידער.

 

 me:  ‫שיק מיר עס.

 

 Shmelke:  כ’האב עס נישט דאהי, ס’ליגט ביים פאטער זז”ג צוווישן מיין המון כתבים.

 

 me:  ‫לאמיר אפשר דעם עולם ערשט געבן צו לייענען דעם ערשטן שמועס, און פון דארט גיין ווייטער.

‫איך מיין עס איז א גוטע התחלה.

 

 Shmelke:  מו”ר הג’ ר’ יצחק אלעזר שליט”א האט מיר אמאל געזאגט: אחת שאלתי מאת ה’, מ’דארף ווען איינס אויף אמאל, נישט נאר טוען איינס אויף אמאל, נאר וועלן קודם אין זאך.

 

 me:  ‫די חילוק צווישן איינס, און די ערשטע, ווייסטו?

 

 Shmelke:  און אותה אבקש, נאר דאס זאל מען זוכן, ס’וועט אנקומען צום סוף.

 

 me:  ‫איינס מיינט אז ביי דעם בלייבט עס.

 

‫ערשטע מיינט עס קומט א צווייטע.

 

 Shmelke:  כ’האב זיך אראפגעזעצט דענמאלט און געשריבן אויף לשון קודש א מאמר, הלאוי וואלט איך זיך געהאלטן דערצו.

 

 me:  ‫לאמיר אנהייבן מיט א ערשטע.

 

‫מ’קען דאך אלס אנהייבן.

 

 Shmelke:  צו ענדיגן אונזער שמועס מיט א דבר טוב

דער רבוש”ע זאל העלפן, דער זכות פונעם בעל הילולא הקדוש זי”ע זאל מגין זיין אויף אלע אידן

 

 me:  ‫אמן

 

 Shmelke:  ס’איז דאך ידוע אז זיבן יאר האט ער געפאסט אוועקצונעמען חבלי משיח

 

 me:  ‫ער האט דאך געפאסט פאר אונזער דור

 

 Shmelke:  זאל עס שוין זיין סוף וקץ לכל צרתינו

תהלה וראש לפדיון נפשינו.

 

 me:  ‫אמן.

 

 Shmelke:  קענסט וואס מיר זאגן אין נחם?

 

 me:  ‫וועלכעס.

 

 Shmelke:  כי אתה ה’ באש הצתה ובאש אתה עתיד לבנותה

לבי לבי על חלליהם

 

 me:  ‫די אש איז שוין געווען, יעצט דארף זיין די לבנותה.

 

 Shmelke:  זאל מען הערן אך לטוב לישראל בכל מקומות מושבתיהם.

 

אמן.

 

 me:  ‫אמן כי”ר.

 

 Shmelke:  זיי געזונט.

 

לינקע זייט סינדראם (קרישקעלעך פון פורים)

(דאס האב איך געשריבן פאר א פאפולערע אידישע צייטונג לכבוד פורים. איך לייג עס ארויף פאר אדר גייט פארביי און עס וועט זיין נישט אין פלאץ, כאטש וואס איך בין בכלל נישט אין קיין פורים גיסטע נאך די לעצטיגע נייעסן רח”ל.)

פונעם:פורים דאקטאר

 

נעקסט פליז! מר. בראון איר קענט אריין גיין זעהן דעם דאקטאר

מר. בראון: וועלכע זייט גייט מען?

איר וועט שוין זעהן פאללאו’טס די סיינ’ס

מר. בראון: די סיין רוקט זיך נישט, ווי קען איך עס נאכגיין?

איר וועט זעהן דירעקציע’ס עס ווייזט אן ווי צו גיין

מר. בראון: ישר כח

און אזוי פאנגט זיך אן מיין טאג אין דאקטאר’ס אפיס יעדן איינציגן טאג, ווי נאר איך קום אריין און איך האב קוים צייט אראפ צו לייגן מיין טאשקעלע מיט מיין געצייג אין ווינקל, הער איך שוין אינדרויסן דעם גערודער פון די פאציענטן וועלכע זוכן דעם וועג אריין.

אה! שיער פארגעסן! לאמיך זיך פארשטעלן פאר די חשובע לייענער’ס. ווי איר זעהט שוין אודאי בין איך פון פראקטיק א דאקטאר. נישט א גאנץ יאר, און אויך נישט פאר אלע מענטשן, איך טוה דאקטאריי איינמאל א יאר אום חודש אדר, ווייל ביי אונז אין שטעטעלע איז פארהאן איין דאקטאר, און חודש אדר איז ער פארנומען מיט די הכנות לחג, האט מען שוין יארן לאנג מיר געגעבן די חזקה פון דאקטאריי.

איך בין אויך נישט דער גענעראל דאקטאר פאר אלע פראבלעמען איך בין ספעציפיש פאר מוח פראבלעמען! דאס איז די איינציגע דאקטאריי ביי אונז אין שטעטעלע וואס מ’דארף נישט האבן דערויף קיין שום לייסענס, מ’דארף נאר האבן געווען א פאציענט פאר א צירקע פון צוויי יאר אדער מער, און מ”קוואליפיצירט שוין צום דזשאב.

דער רעדאקטאר פון “דער בלאט” האט ביי מיר אנגעפרעגט צי עס איז שייך צו מיטטיילן אביסל מיט די חשובע לייענער’ס איבער די ענינים, עס זאל קענען העלפן פארן ציבור, און מ’זאל קענען לערנען וויאזוי צו פארמיידן אזוינע פראבלעמען פאר די וואס האבן נאכנישט, און וויאזוי ארויסצוקריכן פון די פראבלעמען פאר די וואס האבן שוין יא.

איך האב פארגעלייגט פאר די רעדאקציע א ליסטע מיט פראבלעמען וואס מיר קענען באהאנדלען, און זיי זאלן אויסוועלן וועלכע עס איז די מערסטע נוגע פאר אלע יארגענג, און פאר אלע סארטן, אלע רעליגיע’ס און אלע סייזעס.

מיין ליסטע איז געווען בערך אזוי: או סי די, בי די פי, קיו זי על, און סתם אזוי א לינקער טאג.

דער רעדאקטאר האט געקוקט מיט ערנסטקייט אויף מיין ליסטע, און געבעטן מ’זאל מיר בארירן די נושא פון אויפשטיין אויף די לינקע זייט, וואס מ’קען טון דאס צו באהאנדלען, און וויאזוי זיך א עצה צו געבן ווען דאס פאסירט צו איימיצן.

לאמיר אנהייבן ביים דיאגנאז!

מיר באקומען כסדר אריין רופן פון פאציענטן וועלכע מיינען אז אט היינט זענען זיי אויפגעשטאנען אויף די לינקע זייט, און וואס אן אמת ווען זיי פארציילן אונז די סימפטאמען טוען מיר גלייך אויפן טעלעפאן אידענטיפיצירן דעם פראבלעם. נישט אלעמאל איז עס דער “לינקע זייט סינדראם”.

ווען ווייסט מען אז מ’איז באמת אויפגעשטאנען אויף די לינקע זייט?

איך וועל מסביר זיין די שאלה: דאס אז איינער לויפט אייך נאך פאר געלט וואס איר זענט אים שולדיג, דאס הייסט נישט אויפגעשטאנען אויף די לינקע זייט! דאס הייסט: בעל חוב

דאס אז איר שטיייט אויף צופרי מיט צובראכענע ברילן ווייל איר האט פארגעסן אויסצוטוהן עס נעכטן נאכט! דאס הייסט אויך נישט לינקע זייט! דאס הייסט “אמנוזשיע” (פארגעסן בלע”ז)

און דאס אז איר האלט די הייסע קאפ קאווע ביי די ציין ווען איר זעצט זיך אריין אין קאר און עס גיסט זיך אויס אויפן נייעם ראק, הייסט אויך נישט אויפשטיין אויף די לינקע זייט! דאס הייסט “אן אידיאט” (נער בלע”ז)

ווען ווייסט מען יא זייער קלאר אז דער טאג האט זיך אנגעהויבן אויף די לינקע זייט?

אויב ליגט אייער וועקער זייגער אויף אייער לינקע זייט, און איר וועקט זיך אויף צום קלונג פונעם זייגער, איז דא א פופציג פראצענט טשענס אז איר זענט אויפגעשטאנען לינקס.

און דאס זענען די סימנים פון א פולשטענדיגן לינקע זייט סינדראם.

איר שטייט אויף און איר טרעט אריין אין די לעוואר מיט די נעגל וואסער!

איר ווילט נעמען דעם צוויייטן טעפל, ווייל די ערשטע איז שוין געגאנגען פאר די פוס, שטעקט איר אריין די פינגער’ס אין וואסער אריין אנשטאט צו כאפן דעם טעפל ביי די זייטן

(איר זענט שוין בערך 11% אנגעשטעקט פונעם סינדראם)

איר קריכט צי אמה על אמה צום קראן, צו נעמען פרישע וואסער און דאס וואסער שטראם גייט להכעיס אויף 5 מייל א שעה, און הערשט דאן כאפט איר זיך אז דעם קאפל אייערן האט איר פארגעסן אויפן געלעגער (דאס פאסירט נישט ביי יעדן, נאר ביי די וואס האבן גרויסע האר און קליינע קאפלעך)

–          איר זענט שוין 15% דערין-

איר יאגט זיך ווייל איר זענט שוין שפעט, און איר דארפט רוקן די קאר אפילו איר דארפט אין ערגעץ נישט פארן היינט. און ווען איר ענדיגט זיך יאגן באמערקט איר אז דער זייגער איז געווען פאררוקט, און ס’איז נאך דא צייט.

(איר האלט שוין ביי 22%)

איר בארואיגט זיך און איר נעמט א קאווע, און ביים נעמען די שטויב גיסט זיך אריין א 2 3 אינטשעס קאווע, און איר קענט נישט גענוג ווישן דעם קאפ פון די איבערבלייבעכץ פונעם שטורעם.

דאן ווען איר גיסט אריין די מילך באמערקט איר אז דער עקספיירעישאן דעיט איז שוין געווען ביים פאריגן קידוש לבנה.

(איר האלט שוין ביי קנאפע 30% [ווענדט זיך אין וואספארא מילך איר נעמט…])

איר זעצט זיך אנידער צום טרינקען, (פארשטייט זיך נאכן נעמען א נייע קאווע) און איר כאפט א שטאך ווייל אייער יאנקעלע האט איבערגעלאזט די טוי’ס נעכטן אויפן בענקל

(35%)

איר מאכט צו די אויגן שטרענג און פעסט, און שטעקט אריין א צונג אין קאפ אריין צו שפירן דעם פיינעם ערשטן הייסן זופ פון די קאווע, און . . . .עס איז כלל נישט הייס. (דאס רופט מען ביי אונז אין דאקטאריי שפראך: בלייבט מיטן צונג אינדרויסן)

(37%)

ווען איר האלט שוין ביים דריטן קאווע און עס איז שוין נישט מיט פארדארבענע מילך, יא מיט הייסע וואסער, און אלעס קלאפט ווי א זייגער! דערמאנט איר זיך צו קוקן אויפן זייגער טאקע! און אוי וויי מ’דארף לויפן. איר כאפט די קאווע מיטן טלית בייטל און דאן אנשטאט לייגן דעם בייטל הונטערן ארעם לייגט איר די קאווע הינטערן ארעם…. (ווען דאס פאסירט איז ראטזאם זיך צוריק צו דרייען און איבערשלאפן נאכאמאל…)

(45%)

איר גייט ארויס אויפן גאס, און פרובירט צו אראפגיין צוויי שטיגן ווען עס איז נאר דא איינס, און עס לויפט אייך דורך א סקרוך אין די ביינער ביז אויבן…

(איר האלט שוין ביי 52%)

פאר מיר גייען ווייטער! איינמאל איר דערגרייכט צו דעם נקודה פון איבער פופציג פראצענט, איז וויכטיג אנצורופן גוטע פריינט און פאמיליע, און זיי מאכן אויפמערקזאם נישט צו שטיין היינט נעבן אייך צוליב סכנה!

איר לויפט כאפן דעם קאר און וואס זעהט איר? יא גוט צוגעטראפן! די מכשיפה גיט שוין דעם טיקעט!

(דאס לייגט נישט צו קיין פראצענט צום סינדראם! עס איז סתם וויליאמסבורג, באראפארק דיזיז, און עס האט נאר איין עצה! אפצוטראגן פון דאנעט)

איר זיצט שוין אין קאר און מיט איין אויג לייענט איר דעם נארוואס געשאפענעם טיקעט און מיטן אנדערן אויג פרובירט איר צו זעהן פארוואס דער קאר סטארט זיך נישט (ראטזאם צו נוצן ביידע אויגן פאר איין זאך און נאכדעם ביידע פאר די קומענדיגע… לייענט מער אין אונזער תשע”ל אדער אויסגאבע איבער דעם)

און דאן באמערקט איר אז דער טיקעט איז גאר פאר עקספייערט רעגיסטראציע….

(60%)

איר פארט שוין ב”ה! און אלע לייט’ס ווערן רויט פונקט ווען איר קומט אן! און הערשט ווען עס ווערט גרין, פארט דורך א מעקסיקאנער מיט זיין ריזיגע באקס בייק און בלאקירט דעם טרעפיק ביז עס ווערט נאכאמאל רויט…

(67%)

איר קומט אן אין שוהל אריין און ביי די דרייענדיגע טירן ביי די מקוה שטייט א איד מיט א צובראכן קארטל און רירט זיך נישט אוועק ביז ווען ער מאכט זיכער אז דאס קארטל ארבעט נישט פון קיין שום זייט (זייט אים דן לכף זכות אז דאס קארטל איז צובראכן…)

איר זענט שוין אין מקוה, און עס איז שוין נאר דא די פוירפל געלעכערטע האנטוכער.

(73%)

איר יאגט זיך געפערליך, און איר לויפט צו די שויער’ס, און פונקט אייער שויער איז די וואס גייט שטייטעליך און שטעכעדיג וד”ל.

(76%)

איר קומט אן צו אייער מנין! (דא קענט איר געוויינליך ענדיגן ביי פולע 100% ווענדט זיך אויב עס איז א טאג וואס מ’לייענט און זאגט תחנון, אדער סתם א פרייטאג) איר שלעפט ארויס דעם טלית און די ציצית ליגן צעשפרייט אויף די פיר עקן, און איר קענט נישט כאפן אלע 4 מיט איין האנט.

פונקט ווען איר לייגט תפילין זאגט מען קדיש!

ווען אייער שכן רוקט אריין די באנק, רוקט זיך עס ארויס פון אייער זייט!

וכו’ וכו’ וכו’.

דא דארפט איר שוין מיט א קלארקייט וויסן אז יא! איר זענט היינט א געליטענער פון דעם “לינקע זייט סינדראם”.

פארשטייט זיך אז די אויבנדערמאנטע איז נאר א משל. אבער דאס זענען בערך די סימפטאמען פון דעם געליטענעם.

וואס קען מען טוהן ווען מ’איז אין דעם לינקן טאג סינדראם?

אין דאקטאר וועלט אויף די מעדיקאלע טערמינען האט דאס דריי נעמען:

  1. די “פרשנדתא” טאקטיק
  2. די “ושתי” מהלך
  3. די “אחשורוש” גאנג

 

ונחזור על ראשון אחרון:

די אחשורוש גאנג איז זייער א פשוט’ער. עס איז די לייכטסטע און גרינגסטע וועג דאס איבער צו קומען, און איז די ווייניגסטע פיינפול:

טוט וואס אחשורוש האט געטון! אחשורוש ווען ער איז אויפגעשטאנען אויף די לינקע זייט האט ער אנשטאט זיך פארווארפן פארוואס ער האט זיך געלייגט אויף די רעכטע זייט, זיך גענומען צוויי שומרי הסף און ער האט זיי געהייסן ברענגען דעם בוך צום לייענען. אויב איר קלערט אריין איז דער אחשורוש גארנישט געווען אזא טיפש ווי מ’מיינט (איך קריג נישט ח”ו אויף די חכמים, איך רעד אויף דאקטאר טערמינאלאגיע)

ער האט געזעהן אז דער נאכט האט זיך אנגעהויבן אויף די לינקע זייט האט ער געטון וואס ער טוט בעסט: זאל יעדער ליידן נאר נישט ער. ער האט שופך חימה געווען אויף יעדן וואס ער האט געקענט, און די נס איז געווען גרויס אז פונקט איז המן געפאלן א קרבן און אידן האבן געהאט א ישועה.

דאס הייסט אז ווען איר האט א לינקן טאג, זוכט אפיר די אלע וועם איר קענט נישט באהאנדלען אין א געהעריגן טאג און גיט זיי א באהאנדלונג! נישט אומזיסט האט מען אייך מזכה געווען מיט אזא טאג! פון הימל וויל מען אז זיי זאלן כאפן! (דאס דארף אסאך טעראפי אבער איינער וואס איז געבוירן מיט דעם אטיטוד קען דאס גרינג טוהן. א צווייטער דארף מער חיזוק און סופפארט, אבער מיר שטעלן דאס צו)

די צווייטע וועג איז די “ושתי מהלך”

יא יא די זעלבע ושתי וועם איר קענט, דעי זעלבע ושתי האט זיך געהאט א מהלך ווען דער טאג איז געגאנגען לינקס.

ושתי ווערט גערופן צום קעניג און פלוצלינג זעהט זי זיך מיט די פוס אין נעגל וואסער, (טייערער בחור הזעצער: ביטע פאררעכטן איך האב נישט קיין צייט: זי טרעפט זיך מיט הערנער און א וויידל און קרעץ. נישט מיט די פוס אין נעגל וואסער…)

וואס טוט ושתי? זי כאפט א רקידה! זי פאנגט אן צו מאכן הוויות און משונה’דיגע גרימאזן, און מאכט זיך ווי זי האט געכאפט א נערוון אטאקע.

איינע פון די גרינגסטע וועגן פאר א לינקן טאג איז אז יעדע זאך וואס גייט קרום, זאל מען מיטמורמלען אדער גאר שרייען ווי ושתי: “איך האב היינט א שווערן טאג! איך בין אויפגעשטאנען אויפן לינקן זייט”

די מעלה פון די וועג איז אז מ’וועט אייך נישט חושד זיין אין משוגעת! דער עולם וועט ערנסט מיינען אז ס’איז סך הכל א “לינקער טאג”.

די חסרון דארף איך אייך נישט זאגן! ווי האט ושתי געענדיגט???

די “פרשנדתא טאקטיק” איז נאך די גרינגסטע

אין אמעריקע רופט מען עס איגנארענס

ווען מ’האט גערופן פרשנדתא’ן צו די תלי’ האבן אים די תליינים ארויסגערופן אמעריקען סטייל מיט בערך די ווערטער (פארשטייט זיך אין פרסי’ש)

איר זענט העפליך געלאדנט צום מלך אין בעק יארד

פרשנדתא האט געפרעגט פארוואס מ’רופט אים

האט מען אים געענטפערט אז דארט איז דא א דארן בוים הויך 50 איילן.

פרשנדתא טוט אן זיין שיינע וואלענע מאנטל און גייט….

איר מיינט פרשנדתא האט געהאלטן אז מ’גייט עסן דארן?

איר מיינט אפשר אז פרשנדתא איז געווען נאאיוו און געמיינט אז מ’מאכט אים גובערנאטאר אויף די דארן ביימער?

ניין! פרשנדתא האט קלאר געוואוסט אז היינט איז “א לינקע טאג” און וואס האט ער געטון?

דעם פרשנדתא טאקטיק!

זיך געלאזט הענגען! און איגנארירט!

ווי איז ער אנגעקומען? וואס א חילוק? למעשה איז עס א מהלך!

מיינע טייערע פריינט און פאציענטן. איינער ווארט מיך שוין אינדרויסן, און לויט די קולות זעהט מיר אויס ווי אונז זעמיר אויסגעלאפן פון די גרינע און איך מוז אים באהאנדלען.

זייטס מיר און האטס מיר א פרייליכן פורים, און פאר סיי וועלכע פראבלעמען קענט איר זיך ווענדן צו מיר, מיין נאמען איז שטרענג געהאלטן ביי די רעדאקציע.

וואו קוקסטו?

דיך טאקע מיין איך! וואו קוקסטו? דו ביזט בכלל נישט אויסגעדרייט צום ריכטיגן זייט.

ער דרייט זיך ארום ווי א זייגערל און זוכט פון וואו קומען דאס די קולות? ווי בלינד קען מען זיין? אפילו א טויבער הערט פון וועלכע זייט עס קומט דער גערויש! עס קומט פון א “וועב זייט”.

שטייענדיג אין שאטן פון די שרעקליכע טראגעדיע’ס וואס האט באטראפן דעם כלל ישראל אין די פארגאנגענע פאר טאג, מיט די פטירה פון יונגע בחור’לעך און יעצט מיט א יונג פארפאלק וואס זענען אזוי טראגיש פארשניטן געווארן, קוק איך אריין אינעם לעקסיקאן און איך זוך ווערטער! איך זוך טרייסט! איך זוך א תירוץ! א פירוש!

און אט קומט מיר אפיר די אלטע און די זעלבע סלאגאנען וואס איך הער יעדע מאל וואס מ’שאקלט אונז אפ פון אביסעלע שטויב! איך הער און איך לייען די זעלבע אויסדרוקן ווי למשל: מ’דארף תשובה טוהן! מ’מאנט פון אונז! וואס טו מיר דא? מ’ווינקט פון הימל! וכו’

און אלעמאל דרייט זיך דאס פערדל צום היי און יעדער ווייזט אן אויף עבירות וואס לשיטתו איז דאס דער הימל ווינק אז מ’דארף מתקן זיין. און פונקט ווי אלס ווייזט יעדער אויף זיינע באקוועמע עבירה’לעך, איך הער איינעם זאגן אז לשה”ר איז די עבירה! א צווייטער ווייזט אן אויף מחלוקת און דא און דארט פאלט אריין איינער וואס רעדט פון צניעות אא”וו.

איך בין נישט צופרידן! איך הער אלס די זעלבע און איך זעה נישט קיין סימנים פון פארבעסערונג! איך נעם אפיר א חובת הלבבות און איך זוך…

איך טרעף אז תשובה דארף איך טוהן דוקא אויף די עבירות וואס איך טוה, און נישט אויף וואס מיין חבר טוהט.

איך טרעף אז א מענטש איז געקומען אויף די וועלט מתקן צו זיין דאס וואס קומט אים אן שווער! נישט דאס וואס זאגט זיך גרינג!

יא די אלע עבירות זענען ליידער צריכים תיקון. אבער רעד איך דערפון ווייל איך גלייב אז דאס איז מיין חטא? אדער מיין חבר’ס?

וואו קוקסטו? וואס רעדסטו פון לשה”ר און פון מחלוקת? וועם ווילסטו פארנער’ן? דיך אדער מיך?

ווען איינער וואס טראגט שבת שרייט אז די עבירה פונעם דור איז ווייל מ’פירט זיך נישט אויף איידל אויף א פליגער וועלן מיר לאכן אדער וויינען?

ווען איינער וואס היט נישט די אויגן רח”ל קומט אין ביהמ”ד און זאגט אז דער חטא פונעם דור איז אז מ’שמועסט בין גברא לגברא וועלן מיר לאכן אדער וויינען?

זיצט מען אין ביהמ”ד און מ’הערט ווי א גרופע אינגעלייט דיסקוסירן א פילם אדער א קליפ”ה פון דעם געוועבעכץ ואין פוצה פה מצפצף! דארף מען האבן לשה”ר פאר א תירוץ?

עס דערמאנט פון א פייער וואס האט אויסגעבראכן אין א שטוב און אפגעברענט דעם גאנצן הויז ווייל מ’האט געלאזט אפענע דראטן און אלעס איז אראפ אין אש און ארויף אין פלאמען. טענה’ט דאס ווייב פארן מאן איך האב דיר געזאגט אז מ’דארף אנצונדן דאס פלאם אונטערן טשאלנט אויף קלענער!!! איי דא איז געווען א אלעקטעריקל פייער? זי איז אבער נאכאלס גערעכט!

ווי בלינד דארף מען זיין? וואו קוקט איר?

אין די ספרים הק’ ווערט געברענגט אז א מענטש דארף מתקן זיין וואס איז אים שווער! דאס איז זיין תפקיד!

אלזא וואס קוקסטו אויף די עבירות וואס לאזן דיך באקוועם שלאפן ווייל דו רעדסט דיך איין אז דו ביזט נישט די ערשטע אין די ליניע צו כאפן א פראסק דערפאר? קוק אויף די עבירה’לעך וועלכע דערשרעקן דיך יום כיפור! קוק אויף די עבירה’לעך וואס ווען דער דאקטאר זאגט אז די צייט איז קורץ וועט דיך דאס שרעקן!

וואו קוקסטו? וואס זוכסטו? נעם דיך אפיר איין עבירה און דוקא די גראבע עבירה! נישט די עבירה וואס מ’דערציילט אינדערהיים! ניין! איך רעד פון די עבירה וואס דו ווילסט נישט מ’זאל וויסן און טוה תשובה!

יא דו קוקסט שוין אויף די גוטע זייט! דאס האב איך טאקע געמיינט! שטייטעלעך און צעביסעלעך וועסטו אי”ה אנקומען און דער זכות וועט זיין לעילוי נשמות פון די אלע קרבנות ציבור ביז מ’וועל מיר אין דיין זכות זוכה זיין צו בויען דעם ביהמ”ק בקרוב ממש.

נ. ב. מיין רבי פלעגט זאגן: איך מיין מיך! איך זאג עס נאך אלס!

ווען איז שוין מארגן?

יא איך פארשטיי אז איך בין נישט דער צו זאגן מוסר. און באמת פארוואס טאקע בין איך נישט? וואס ווייסן די מוסר זאגער’ס וואס איך ווייס נישט? ווייסטו וואס! איך בין פשוט נישט ראוי ווייל איך אליינס בין ווייט דערפון. שוין! א דערהער! אבער זענען אלע מוסר זאגער’ס עפעס אזוי נאענט? ניין! מאנכע האבן א מעסטל חוצפה וואס איז פול מיט א שמיטשיק אריבער וואגן זיי זיך צו זאגן, וועל איך אנפולן דאס מעסטל און זיך הינטערגארטלען מיט חוצפה און זאגן וואס איך האב צו זאגן!

מ’האלטעמער חודש אדר! דער חודש וואס יעדער שטומער קען רעדן און יעדער הערער קען ל”ע טויב ווערן! עס ווערט געזאגט דזשאוקס און לצה’לעך אן קיין לייסענס אדער רשות. און עולם גולם לאכט כדי להוציא השינים!

וואס דערעוילעם דערהערט נישט איז וואס איך טענה יאר איין, יאר אויס, יאר צוויי, יאר גרויס. אז דער אדער קומט און גייט פונקט ווי יעדע אנדערע חודש און אלס כאפט מען זיך ווען עס איז שוין פארביי. יא איר הערט מיך גוט! אלס ווען עס איז שוין פורים עפטערנאאן דערמאן איך מיך וואסערע דזשאוק איך וואלט נעכטן געקענט עקספרעלאדירן ביי מיין באבן אין וויינגארטן (איך האניש קיין וויינגארטן באבע! לייען איבער העסטע פארשטיין)

עס קומט די עפטערשאקס שושן פורים מיטאג און איך דערמאן זיך א גוטס וואס כ’האב געוואלט ביי מיסטעיק זאגן ביי די שוויגער און וואס האט פאסירט? פארוואס האב איך נישט געזאגט? זייער פשוט! איך בין געווען בגילופין און פארגעסן מיינע דזשאוקס. איי שיכור דיך נישט אן און מאך א ליסטע פון דזשאוקס? ניין! די דזשאוקס זענען דאך נאטורליך פון מיין מוח ווען איך בין שיכור און עס דארף צו הייסן אז איך בין פשוט א מעיין המיסעגראבער. נו וואס טוט מען דא?

אלעפאלס איז עס א העפטיגער ערנסטער פראבלעם אלע. פלענער גייען מיטן קעלענדער ווען עס רוקט זיך א טאג נאך א טאג און שוין!!! מ’מאכט פסחדיג! (איך רעד נישט פון די וואס מאכן שוין פסח’דיג פאר נעקסט יאר)

לענינינו! עס קומט ווינטער און עס ווערט קאלט אין די גאסן גייען מיר אלע אהיים און מיר פאררוקן דעם סטיע”ם ארויף צו 80 מייל א שעה! זאל זיין ווארים! ויהי ווארים! נישט סתם נאר הייס!!! און מיר זענען שוין צופרידן.

עס גייט פארביי א וויילע און עס ווערט גלאבעל ווארעמדיג און עס ווערט הייסער און הייסער. די זון בראט און קאכט ווי א קעסל איבער א מייזל. און מיר לויפן אין עירקאנדישן אריין מיר ציען אראפ דאס ווייזערל ביז עס גרייכט צו 65 אדער אין די געגנט. און מיר אטעמען אריין די קאלטע קלארע לופט מיט געגועין של תענוג.

דא איז מיין שאלה! פארוואס זענען מיר אלס נאר צופרידן מיט וואס איז מארגן? נעכטן! נאר נישט היינט? פארוואס ווען עס איז ווארים ווילן מיר זיין ווי קעלטער און ווען עס איז קאלט ווילן מיר זיין ווי ווארימער?

יא, איך ווייס די סייענטיפש תירוצים! אבער אלעס האט דאך א סיבה!!!

לאמיר אלע זיין צופרידן “היינט” וועל מיר אי”ה זיין צופרידן מארגן.

זאלץוואסער

ביטע שיקט אייערע גוטע פריינט צו @zaltzvaser
אדער
http://www.zaltzvaser.com

לכבוד ר’ משה אליעזר הי”ו

מ יט הערצה און מיט עהרע
ש רייב איך א קליינע הערה
ה ודו לד’ כי טוב פאר די הארה

א ז דעם צדיק האט מען געלאזט אהיים גיין
ל קראת שבת קודש מיט זיין משפחה זיין
י א עס איז טאקע הויז ארעסט, אבער נישט אליין
ע ס וועט גאנץ כלל ישראל מיט אייך שטיין
ז אל אונזער חלק אין די מצוה אזוי שיין
ר ב תפלות האבן מיר געבעטן פאר אייער וואוילזיין

ב רוך ד’ אז די תפלות זענען ארויף
נ אר גוטס זאל אייך זיין פון היינט לרוב

א יר זאלט פאר אונז מתפלל זיין ווייל איר קענט
ס ‘ליגט א גאלדענע שליסעלע ביי אייך אין די הענט
ת פילות פון א מקדש שם שמים ווי איר זענט
ר עדט מער פון אלעם און איז משפיע טויזנט פראצענט

האטס א לעכטיגן שבת און א לוסטיגן תמיד! איר זענט אונזער שטאלץ!

גוט שבת