אונזער אנשיל שלום זאל זיין געזונט

אנשיל שלום איז לכאורה איינס פון די וועלטס מערסטע באקאנטע און בארימטע כאריקטורן ביי די אידישע געמיינדע’ס, יעדער באציהט זיך צו אים ווי אן אייגענער, און ער איז איבעראל שטארק געשעצט.

ווי וואלט אייך געשמעקט ווען אין אלע קהלות הקודש זאל מען זיך צו אייך באציעהן ווי צו אנשיל שלום? יעדער זאל אייך רופן “אונזער ראובן” אדער “אונזער שמעון” (ווענדט זיך וואס אייער נאמען איז… עס איז נאר א משל)

באמת האט מיין קנאה צו אנשיל’ן שוין אויסגעוועפט, אבער עפעס דאך גרידזשעט מיר יעדעס מאל וואס איך זעה נאכאמאל א צעטל אדער א מודעה לכבוד “אנשי שלומינו”. וואס דארף מען אים שיקן צעטלען ברבים? וואס דארפן אנדערע אויסגיין פאר קנאה?

נייעס טורפו”ת

בס”ד

א גוטע וואך אייך אידן.

מיר קומען ארויס פון א וואך וואס איז ליידער געווען שרעקעדיג אין פוהלסטן זין פון ווארט, און האט אונז אלע געהאלטן געשפאנט (אויסער די וואס זענען נישט צוגענאגלט צי די נייעס, וואס האבן געקענט האבן א געהעריגן פראדוקטיווער וואך ווי אלעמאל)
לאמיר צונעמען דעם וואך פאר א מינוט, און איבערשמועסן וואס איז נוגע לענינינו.
א מטורף האט געשיקט א בריוול מיט רייסין סם צו א סענאטאר, וואס מ’האט בחסדי השם
געכאפט פאר עס האט שאדן געטוהן.

צוויי מטורפים האבן פארכאפט די שטאט באסטאן אינטער זייערע לאפעס מיט א עקספלאזיע
פון צוויי דרוק קאכער באמבע’ס וואס האט אפגעהילכט מסוף העולם ועד סופו ועד בכלל

א נאטורליכע (ביי די גויים מיינט דאס אז דאס האט ג-ט געשיקט, און ביי אונז איז
דאס פונקט אזוי ביי אלע נייעס) חורבן אין טעקסעס ווען א עקספלאזיע אין א פעקטארי שלעפט מיט צענדליגער טויטע און הונדערטער פארוואונדעטע, און לאזט איבער א שטאט אין טרויער.

שרעקליך שרעקליך.

לאמיר מאכן א שטיקל חשבון וואס דא קומט אלס פאר, און עס באקוקן פון א נייעס שטאנדפונקט לגבי אונז אידן, און איך וויל ארויסברענגען א קורצע נקודה למחשבה וואס קען אפשר אונז העלפן אין טאג טעגליכן לעבן.

מיר לייענען צייטונגען, ווייל פון ווי דען וועלן מיר דען וויסן וואס עס איז פארגעקומען? איי ווער זאגט אז אויב מיר ווייסן נישט וועט עפעס פאסירן? דאס איז שוין א אלטער איבעי’ און ביי אונז אין ביהמ”ד זענען נאך פארהאן אידן וואס האבן דעם תירוץ דערצו. ניין! עס פאסירט גארנישט, אבער איך נעם נישט קיין אחריות, מ’וועט מיר נאך באשולדיגן אז איך האב גורם געווען אז די וויכטיגע נייעס ווייסער’ס וואס וואלטן געקענט העלפן צום מצב זענען נישט געווען צום האבן ווייל איך האב געזאגט אז מ’דארף זיי נישט און דאס האט גורם געווען . . . .וואס?

ווען איך בין אינגער געווען פלעגט מען לייענען דעם צייטונג, און אין יענער צייט האט עס געהייסן איין נאמען און נאר איין נאמען “דער איד” ווייל אנדערע כשר’ע לייען צייטונגען וואס האט קוואליפיצירט לויט דעם שיטה הקדושה אין וואס מיר פירן זיך איז נישט געווען. פלעגט מען דאס לייענען יעדן פרייטאג.

דער מזל וואס האט אונז געשפילט איז געווען אז רוב פון די נייעס איז געווען געדעקט אין קורצע פאראגראפן ווי למשל, לאמיך באשרייבן די אויבנדערמאנטע דריי נייעסן אין דעם אמאליגן “דער איד”.

נייעס # 1

סענאטאר אין די פאראייניגטע שטאטן געראטעוועט געווארן פון אטענטאט, ווען וואכזאמער פאסט אגענט באמערקט סאבסטאנץ ארויסרינען פון קאנווערט און פירט צום אנטדעקונג פון א סם וואס וואלט געקענט זיין פאטאל.

נייעס # 2

באסטאן אין שאטן פון שרעק אין ליכט פון צוויי עקספלאזיע’ס ביים יערליכן מאראטאן ווי טויזנטער גויים קומען צוזאם יעדעס יאר פון איבעראל און לויפן (מאראטאן – איז א יערליכע צוזאמקום ווי מ’פארמעסט זיך אין לויפן. אזוי ווי דער נ”י מאראטאן ווען מיר אלע זיצן אינדערהיים נישט צו קוקן אויף די פריצות וואס קומט דארט פאר)
ביזדערווייל האט מען געכאפט און געהרג’עט איינעם פון די פארברעכער אין א שיסעריי צווישן אים און די פאליציי, און דעם צווייטן לויפט מען נאך מיט גאר שטארקע כוחות פון אלע פאליצייאישע אגענטורן פון פעדעראלן און שטאטישן פארנעם.

נייעס #2 פארזעצונג נעקסטע וואך:

צווייטער פארברעכער אין דעם באסטאן מאראטאן באמבעדירונג (ווי שוין געשריבן פאריגע וואך) איז געכאפט און פארוואנדעט געווארן, און עס איז יעצט די האפענונג פון די באהערדע אים צו קענען לעבעדיגערהייט ארויסנעמען פון שפיטאל פאר אויספארשונגען וואס זאלן קענען פירן צו פארשטיין די מאטיוואציע פון די באמבאדירונגען.

נייעס #3

אין די שטאט וועקא טעקסעס האט די וואך אויפגעפלאצט א פעקטארי וואס מאכט פערטילייזער מיט וואס מ’באמיסטיגט די פעלדער, און דאס האט פאראורזאכט דעם טויט פון צענדליגער און פארוואנדעט הונדערטער, און אראפגעווישט הייזער פון די מאפע.

די שטאט וועקא איז א קליינע דרום שטאט אין די טעקסעס שטאט, און עס האט זיך געשפירט מיילן ארום דעם עקספלאזיע ווי א שטארקער ערד ציטערניש.

בעאמטע האבן נאכנישט קיין קלארן ענטפער וויאזוי עס האט פאסירט אדער וויפיל טויטע עס זענען פארהאנען, וויבאלד עס פעלן נאך מענטשן וואס מ’ווייסט נישט ווי זיי זענען.

אין די יארן נאך דעם “איין צייטונג” תקופה, האט השי”ת אונז געשאנקען מיט די “צענדליגער צייטונגען תקופה” און עס האט שוין אנגעהויבן צו ערשיינען צייטונגען אנגעהויבן פון דינסטאג, און זיך פארצויגן אויף פרייטאג. די גוטע נייעס פון דעם איז געווען אז מ’האט נישט געמוזט ווארטן אויף נעקסטע וואך צו וויסן די נייעס פון פאריגע וואך מ’האט געקענט קויפן א צייטונג דינסטאג, און געוואוסט א האלבע וואך פאראויס וכו’.

וואס דאס האט אבער יא געטוהן, איז עס האט געטוישט אביסל אונזער רואיגקייט שטאפל. ווי למשל, ווען עס וואלט זיך געהאנדלט מיט די נייעס פון די פארגאנגענע וואך וואלט עס אויסגעזעהן עפעס אזוי! (איר דארפט געדענקען אז קאמפעטישן ארבעט מורא’דיג, און יעדער מוז זיך ארויפשארצן די ארבל און אראפלייגן די נייעס דראמאטיש מיט קאלירן און קליפערלעך. אלזא)

נייעס # 1 דינסטאג

סענאטאר (פונקטליכע באשרייבונג ווער ער איז און וואס ער שטימט און פון וועלכע פארטיי) פון די שטאט (פונקטליכע באשרייבונג איבער וועם זיי האבן געשטימט אין די פארגאנגענע וואלן, און די לעצטע דריי סקאנדאלן פון די שטאט) האט באקומען אין די פאסט א ענוועלאופ מיט רייסין (פונקטליך ווען עס איז אנגעקומען וויאזוי די קאנווערט האט אויסגעזעהן בלוי אדער געיל, און וויאזוי מ’האט עס געטראפן, און וויאזוי רייסין ארבעט און פון וואס עס ווערט געמאכט, און פארוואס עס שעדיגט)
מ’האט דעם פארברעכער נאכנישט געכאפט…

נייעס # 1 צייטונג מיטוואך

אלעס אויבנדערמאנטע, בנוסף מיט אפאר פאליטישע סטעיטמענט’ס פון פרעזידענטס און קאונסיל לייט און אקטיוויסטן איבער דעם ענין, און וועלכע פאליטישע מלחמה מ’פלאנט צו געווינען אדער ווי מ’פלאנט צו נוצן די מעשה אלס א הוכחה צום גערעכטיגקייט פון די רעפאבליקאנער אדער דעמאקראטן וכו’.

א פונקטליכע דעטאלירטע בילדער מיט קאלירן רייסין גיפט וויאזוי עס שעדיגט, און אלע היסטארישע פאקטן ווען דאס לעצטע אדער ערשטע אדער מיטלסטע מאל איז געווען ווען רייסין האט געשעדיגט, אנגהויבן ביי בגתן ותרש און אראפ ביז היינט.

נייעס # 1 פרייטאג

אלע אויבנדערמאנטע, מיט אפאר שארפע ווערטער צום טאדלען די אנדערע צייטונגען פארן אויסלאזן וויכטיגע אינפארמאציע אין דעם קאליר פון די הויט פון דעם סענאטאר, און אין די קאליר פון דעם סטעמפ פון קאנווערט, און פרישע נייעס… מ’האט געכאפט דעם פארברעכער…

יעדער אטעמט אפ.

דער פראבלעם: דריי שווערע אנגעצויגענע טעג, הלמאי מ’האט נישט געכאפט דעם פארברעכער ביז ווען מ’האט געלייענט נייעס פונעם לעצטן טאג אין די וואך און געוואויר געווארן אז מ’האט אים געכאפט.

איך וויל אייך נישט פירן צו נייעס נומער 2 איר ווילט אודאי נישט לייענען יעדע שטיקל פון אלע דריי צייטונגען, אבער דער תוכן פון די נייעס וואלט אונז אלע געשפאנט פון צייטונג נומער 1 ביז נומער דריי צו וויסן אז מ’האט שוין געכאפט דעם פארברעכער, און מ’ווארט אויפן פארכאפונג פון צווייטן פארברעכער וואס וואלט געווען א חלק פון די נייעס נעקסטע וואך.

נייעס נומער 3 וואלט געקומען גראד אין אלע צייטונגען מיט א אנהייב און א ענדע און א תפילה צום אייבערשטן ער זאל אונז היטן פון אלעם בייזן.

האלטן מיר דאך היינט אין יארע 13 פון דעם קאלענדער Y2K , און דער עולם האט קלוגע טעלעפאנען מיט קאמפיוטער’ס, און מ’האלט מיט די נייעס פון ווען עס פאנגט זיך אן און דערנאך האלט מען מיט וואס גייט געשען לשיטת העקספערטן, און דערנאך ווען עס פאסירט וויאזוי עס האט זיך ארויסגעשטעלט און ווער עס איז גערעכט געווען. מיט טויזנטער אנאליזן אויף טוויטער און פעיסבוק פון מענטשן מיט וועם איך און אייך וואלטן קיין ווארט נישט געשטעלט, און מ’דעבאטירט צו עס איז געווען צו עס וועט זיין און צו עס קען זיין, צו עס איז א משל אדער א מעשה אדער א פאקט אדער א קאנספיראציע. וכו’.

דער אנגעצויגנקייט וואקסט יעדע מינוט, און כדי צו משלים זיין מיטן מצב און זיך אויסקלארן אין מוח קאלט מען אריין קול מבשר הערן וויאזוי ער נעמט דאס צוזאם, און צען פרימארגן ווארט מען אויף זיבן אוונט צו הערן אויב ער פארשטייט די זעלבע ווי איך פארשטיי, אדער איז דא א סתירה אין די מיינונגען.

מ’קומט אן אינעם שבת אריין און מ’איז צובראכן צוקלאפט, געווען א שווערע וואך, מ’רעדט מיט די שכנים ביים דאווענען אין ביים לייענען איבער דעם טראגישן וואך, און מ’וואונדערט זיך פארוואס ר’ עקיבא’לע גאנץ וכת דילי’ זעהן בכלל נישט אויס צו זיין באזארגט.

שטעלט זיך די פראגע:

ווען מיר אלע הערן ווען די נייעס נעקסטע וואך אלס נייעס! דהיינו. נישט געוואוסט פון גארנישט און געהערט דעם גאנצן פעקל אויפאיינמאל, אפילו מיט א באגאדזש פון אנאליזן. וואלטן מיר דען נישט געלעבט רואיגער? וואלטן מיר דען נישט געקענט אין די צייט אויפטוהן אויף אידישקייט און אפילו לפרנסה פוהל מער ווי זיך ארום דרייען ווי וואנזיניגע זינען גערירטע נייעס פארקלעבטע ציגיינער?

ווען מיר הערן די נייעס נעקסטע וואך און די סאבטאטעל פון דעם פארלוסט, וואלטן מיר אויך געקרעכצט און געבעטן דעם אייבערשטן מ’זאל מער פון קיין שלעכטס נישט הערן, און געוואונטשן פאר אלע באטראפענע נעבעך א שנעלע און גרינגע היילונג פון די טראגעדיע, און …. און וואס? וואס האבן מיר צוגעלייגט מיט אונזערע שעות פון דריקן ריפרעש אויפן קאמפיוטער? וואס האבן מיר צוגעלייגט מיט לייענען יעדן מוח קטן’ס קאמענטס?

דער ענין פון “נייעס טורפות” איז געהעריג געווארן א מחלה וואס דארף תפלה ובקשה ותחנונים, מ’זעהט אינגעלייט וואס די האר פון קאפ קריכט זיי ארויס ווייל זיי דארפן סיי וויסן וואס איז געשען און סיי באשליסן וואס גייט געשען, און דערנאך פארענטפערן פארוואס עס איז נישט געווען לויט זייער פרעדיקציע.

איז דאס אידיש?

איז דאס לייטיש?

איז דאס מענטשליך?

באלאנגט דאס פאר א איד? אדער איז דאס דער גוי שבתוכינו וואס כאפט זיך אריין מיט די טעכנעלאגיע…

איינוועגס לאמיך שוין פרעגן: מ’האט שוין געכאפט דעם צווייטן פארברעכער פון באסטאן?

מ’ווייסט שוין אויב ער איז א מוסולמענער אדער א אמעריקאנער? (איך דארף דא געווינען א געוועט צווישן צוויי חבירים וואס האבן א קאנפליקט דערויף)

ענטפערטס מיר נישט ווייל איך וויל נישט וויסן… איך האב נישט קיין געווער עם צו באהאנדלען סיי ווי.

איך וועל באזוכן דעם נייעס אי”ה אין א האלב יאר ארום ווען עס וועט ווערן באשריבן אין א סעריע שיינע בעארבייטע ארטיקלען מיט בילדער און גראפן וואס וועלן מיר אלעס קלאר שטעלן נאך קלארער ווי מיינע נייעס טורפות חברים זענען יעצט…

זייטס מיר געזונט

תנחום ביי תחנון

צום ערשטן טאג תחנון נאך א לאנגע צייט אפשניט, האב איך אביסל אבזערווירט די פנימ’ער ביי די מתפללים ביי מיין מנין.

למשל חיים א ערנסטער און פארזויערטער אינגערמאן האלט שוין זיין הענט מיט איין פינגער ביי תחנון פון ווען מ’האט אנגעהויבן דאווענען, ער גלייכט זייער דעם עסק און ער האלט אין איין ציילן וויפיל בלעטער מ’האט נאך ביז תחנון.

יענקל האט א טלית בייטל פול מיט זאגערלעך, א קטורת’ל א פרשת המן, א למנצח מנורה, א לוח יעלה ויבוא, מיט א משנה ברורה שפרייט בלאט אויב מ’איז זיך טועה מיט ותן טל ומטר וכדו’. איין זאך וואס ער האט נאכנישט איז א תחנון זאגער’ל און ער פרובירט אלס צו אויסטרעפן ווען ער קען שרייען הויך “יתגדל” פאר ברוך דער שרייער האט נאך א געלעגנהייט אים אויסצוכאפן.

משה פאנגט נישט אן תחנון אפי’ אויב דער עולם ליגט שוין אויף די טישן ווילאנג ער שטעלט א געהעריגע עדות’שאפט פון דריי כשר’ע עדות אז מ’דארף טאקע זאגן, ער דרייט זיך רעכטס און לינקס און מאכט מיט די הענט זייער אומזיכער ביז ער גיט אויף און זאגט שיין מיט.

תנחום איז א שוי פאר זיך! אין ימים כתחנונם מענעדזשט ער צו ארויסגיין אין הכנות ביי שים שלום אזוי צו פארמיידן אלע פראבלעמען און ווען ער קומט צוריק אינטערסירט אים ניטעמאל צו מ’האט געזאגט, הלמאי תחנון זאגט מען נאר מיט מנין.

ווען עס קומט אן חודש ניסן, ווערט תנחום’ס קושקע סטעיבל און ער קען זיך קאנטראלירן און דארף נישט לויפן אזויפיל. האט ער אבער פארגעסן אז די צייט לויפט און היינט צופרי האט ער געהעריג געדאוונט און נאכגעזאגט אמן נאך שים שלום מיט א קול חזק ביז…

ער קוקט זיך ארום און ס’ווערט אים תחנון פאר די אויגן! ער האט פארגעסן אס מ’פאנגט שוין אן צוריק צו זאגן! וואס טוט מען דא?

שטיי איך און אבזערוויר דעם מצב ווי תנחום לויפט מיט די הענט אויף די נאז ווי א כיתה ט’ אינגל וואס זוכט א וועג ארויס פון חדר, און כאפט א געזעמל טישו’ס און מארשירט ארויס אין ווינקל און בלאזט א געבלאזעכץ ווי א אלערגיע באטראפענער, ביז ביז… יעדער זאגט שוין אשרי.

מארגן וועט ער שוין געדענקן אנצוהייבן ביי שים שלום דעם שפיל, אבער פאר א לעצטע מינוט אמערדזשענסי האט ער א פיינעם ארבייט אראפגעלייגט.

(מ’האט היינט טאקע געזאגט תחנון? אויב נישט איז די מעשה קיינמאל נישט געשען, און אויב יא האט דאך עס יא געקענט זיין…)

דער פארלוירענער “מוריד הטל”

א גוטן אייך מיינע טייערע פריינט

עס איז דורך די ימי החג, און איך האב ב”ה זוכה געווען זיך צוריקצוהאלטן פון שרייבן אן ארטיקל אפילו אום חוה”מ. וועל מיר מוזן משלים זיין וויפיל די צייט ערלויבט. אבער קודם דעם פאלגענדען ארטיקל וואס דרוקט מיך שוין פון ווען איך האב אויפגעהערט צו עסן חמץ.

אלזא עס איז דער צווייטער טאג יום טוב, און מ’הייבט אן צו זאגן ווי באקאנט דעם מוריד הטל, און מ’פארווארפט דעם מוריד הגשם ביז נעקסטן שמיני עצרת, נישקשה יעדער האט זיין צייט.

איך שטעל מיך דאווענען מעריב חוה”מ ביי אונז אין ביהמ”ד און פאר שמונה עשרה יאוועט זיך א חשובער אינגערמאן מיט א הויפן גאטס, און קלאפט הילכיג אויס “מוריד הטל”. יעדער ווייסט שוין אז ער דערמאנט דעם עולם אז מ’דארף זאגן מוריד הטל. איך מאך מיר א קניפ אין די פיאה אז איך קען נישט חלומ’ן אינמיטן שמו”ע נאר אנהייבן נאך מכלכל חיים, ווייל אז נישט וועל איך נאך פארגעסן דעם מוריד הטל, און איך האב נישט גענוג צו חלומ’ן פאר צוויי פולע שמונה עשרה’ס.

איך האלט ביי אתה גבור, און איך דאוון אויף עווערעדזש ספיד, און עס פאנגט זיך אן א געברומעכץ מוריד הטל, מורי הט מור הט מוריד הטל….

איך וועק מיך ווידער אויף, פונקט גוט! נאכאמאזל מ’ברומט, אזוי געדענק איך דאך צו זאגן מוריד הטל! אידאך גוט.

איך האלט שוין ביי אתה חונן, און איך רילעקס פון די געוואלדיגע פרעשור, און אזוי פאר איך ביז ברך עלינו, און וויבאלד איך פאר אויף עווערעדזש ספיד, האלט איך מיט לייוו די געברומעכץ פון ותן ברכה, און איך בין ב”ה ווייטער מצליח צו זאגן ותן ברכה אין פלאץ און אין צייט, איך דארף מיך נישט אפשטעלן און ווינקען מיט שאלות, איך בין אויפן וועג צו ענדיגן שמונה עשרה מיט סוקסעס.

אלזא איך האלט שוין ביי ותחזינה, און פון צוויי טישן הינטער מיר (דאס מיינט “נאך מיין טיש”) הער איך א באסאווע גערעגטע שטימע שרייען הויך “מ-ו-ר-י-ד ה-ט-ל”. און איך דערוועק זיך מיט שרעק…

דא איז וואס מיין שאלה איז.

זאגט דער מענטש מוריד הטל ערגעץ ביי ותחזינה, און איך האב עס פשוט פארזעהן?

מיינט ער אז יעדער האלט שוין ביים דריטן מאל איבער דאווענען און דערפאר שרייט ער אזוי?

אדער חלומ’ט ער פון א מנין ערגעץ אין לייפציג וואס דארט האלט מען נאך ביי מוריד הטל, און ער האט זיך פשוט צושריגן פון שלאף?

און די לעצטע ברירה וואס איך געב עס איז אז ער מיינט פשוט אז מ’דאוונט צוריק צו וועגס אזוי ווי ער טוט מיט קרבנות, אז ער דאוונט נאכן דאווענען וכו’.?

קען מיר איינער העלפן?