היינט אויפן באס איז ב”ה געווען פרידנסצייטן אבער איך מוז ווידמען אפאר ווערטער צו מיין דרייווער (אקעי עטס ווייסט שוין אז ער איז נישט מיין, איך פאר נאר אויף די באס וואס ער דרייווט)

איך פאר אין פארשידענע זמנים אמאל פרי און אמאל שפעט, אלס ווענדט זיך אין דעם בעל הבית’ס גיסטע, און איך ווייס שוין מער ווייניגער ווער די דרייווער’ס זענען. אבער היינט בין איך געפארן מיט א באס וואס זעהט אויס איך בין נישט אזוי באקאנט מיטן דרייווער’ס נאטורן.

עכ”פ דער דרייווער איז זייער א וואוילער איד מיין איך און ער קען א געוואלד מיט לערנען שטעל איך זיך פאר, און ער האט א הויפן יראת שמים, און באזיצט א קופה מיט גוטע מדות. און איך האף אז אפאר גרייצער האט ער אויך. וואס מיך באדערט איז אז ער האט באקומען לייסנס צו דרייוון א באס לכאורה ווייל ער האט געזאגט אפאר סגולות וואס האבן אויף די מינוט געארבעט, אבער ער פארגעסט צו זאגן די סגולות ווען ער דרייווט.

זיצט דער עולם אויפן באס און מורמלט תפילות אדורך צו לעבן די נסיעה, און פושקעס ווען אנגעפילט מיט הבטחות לע”נ ר’ מאיר.

אונזער דרייווער זיצט אויפן בעל עגלה טשעיר און מאנעווירט דעם רעדל ווי מען שפילט פריזבי, און דרוקט דעם ברעיק פעדדל אלס ווען אים כאפט א פאביע אז אפשר ארבעט עס נישט. דדהיינו 4000 מאל אין איין נסיעה, און ווען ער דרוקט האט ער ליב צו זעהן וויאזוי עס זעהט אויס ווען דער באס שטייט פולקאם, און ווי שנעל ער קען הייבן דעם ספיד צום העכסטן גראד פון זערא.

אבער מי אנכי לדבר? איך קען דאך נישט אריינרעדן אין באס דרייוועריי ווען איך קען קוים דרייוון מיין יוקאן. זיץ איך און ווארט צו זעהן האיך יפול דבר און איך זאג תפלת הדרך מיט שם ומלכות מיט א תפלה קצרה וארוכה אין די זייט.

איך טוה אן טלית ותפילין און פונקט ווען איך האלט ביים לייגן דעם של ראש גיט זיך דער באס דרייווער א דערמאן אז ער דרייווט און מיין של ראש ווערט מגולגל אין א של נאז ווען איך כאפ א רוק אין נאז אריין אזוי אז איך געדענק נישט צו איך לייג תפילין אדער איך טוה יעצט אויס די תפילין.

איך מוז זאגן אז ביי מודים איז ער מיר גוט צונוץ געקומען ווען ס’האט זיך געבוקט אן קיין טירחא’ס. די פראבלעם איז נאר אז כ’האמיך אזוי געבוקט כמעט ווארט ביי ווארט.

ס’מערסטע איז מיר געפעלן ווען ביים קושן דעם של ראש של יד שנעל האב איך כמעט יעדעס מאל געקלאפט מיט די האנט אין מיין שכן’ס קאפ. אזוי שאקלדיג.

כ’וועל נישט מאריך זיין אבער איך מיין אז מיין היינטיגער דרייווער זאל איבערנעמען דעם ראוד טעסט.

גוטע נאכט

Leave a comment