איר זענט מיר אלע מודה אז ס’איז א פאררוקטע וועלט, און ווען איך וויל עפעס זאגן דארף איך זאגן אז איך וויל נישט זאגן, און אזוי האבן געזאגט, אין פאל אויב איינער זאגט אנדערש ווי איך זאג, זאל זיין כאילו איך האב נישט געזאגט, און אויב איינער זאגט אוואו איך זאג, האב איך דאך עס געזאגט ערשט.
אזוי דרייט זיך א דריידל מיט א גראגער, און יעדער איז א זאגער, יעדער פארשטייט און יעדער ווייסט אבער קיינער זאגט נישט ווייל קיינער מישט זיך נישט און קיינער זוכט זיך נישט און קיינער ברויך נישט, ווייל וואס בין איך דען צו בעטן, איך בין דאך א עניו מכל הענוים פאר איר בארירט מיין כבוד, און איינמאל אז איר בארירט שוין יא וועט איר שוין שפירן און וויסן ווער איך בין באמת אנע דעם וואס איך זאל עס דארפן זאגן.
איך דארף מאריך זיין? אדער איר פארשטייט וואס איך מיין? ווייל איך האב צייט!
עכ”פ טוהט זיך א דילעמע אין א הייקאלע נושא איבער די ארגעניזאציעס וואס גיבן זיך אפ מיט די נעבעכדיגע ארויסגעפאלענע צו זיי הייסן “פוס טריט”, און טרעטן על כל הקודש לנו בשאט נפש, אדער די נייע אידנטוהם וואס דעוועלאפט זיך דא אין שכנות, וואס הייבט אידישקייט צו נייע הויכן וואס מ’קען נאר דערגרייכן אינטערן השפעה פון משפיעי חוץ וד”ל. און יעדער זאגט אבער קיינער זאגט נישט, ווייל אויב וועל איך זאגן וועט מען דאך זאגן אז איך אליינס בין נאך נישט אזוי כשר אז איך זאל מעגן נעמען א מיינונג אין אזוינע הייקאלע ענינים.
א שטייגער ווי דער פאל ווען איך בעט מיין שכן נישט צו רעדן ביים לייענען ווייל ס’שטערט מיך, און ער ענטפערט מיר: זאג נאר! צו איך האב שוין געצאלט מיין מארטגעדזש האסטו דיך שוין אויך געזארגט? אדער נאר פאר מיין אידישקייט?
עס גייט נישט פארביי קיין 5 מינוט און איך הער ווי מיין חבר’ל (ער איז נאר מיין חבר ווייל די תורה הייסט…) זאגט א פארציע מוסר פאר זיינס א קאלעגע, פארן נישט זיין גענוג פאלייט אדער פארן נישט אנטוהן דעם הוטל אדער שטריימל גוט אויפן קאפ. און איך הער אים גארנישט פרעגן איבער יענעם’ס מארטגעדזש!!! ווייסט איינער וואס פשט איז? פארוואס איך מוז מיך זארגן פאר זיין מארטגעדזש פאר איך רעד א ווארט, און ער קען זאגן וואס ער וויל???
קענסטו מיר מסביר זיין פארוואס ער מעג מיר זאגן וואס ער וויל וויפיל ער וויל, און ווען ער וויל, מיטן געפערליכן אויסרייד פון פרידאם אוו ספיטש און אמעריקאניזם, און איך טאר נישט רעדן נאר נאכן אויפהייבן די צווי פינגער און אונטערהאלטן מיטן ארעם ביז איך באקום רשות?
קומט אויס אזוי! צו רעדן אויף עשירים, מעג איך אפילו איך האב נישט געלט.
רעדן אויף רבי’ס און רבנים, מעג איך אפילו איך קען נישט לערנען.
רעדן אויף אלעם הייליגן מעג מען אפילו ווען מ’איז טמא מטומא.
אבער צו רעדן אויף דעם בויטשיק וואס האט טענות אויף די גאנצע וועלט, מוז איך אפעלירן מיט אן אפליקאציע פון קוואליפיקאציע’ס און איך מוז קודם מאכן זיכער אז איך בין ריין פון אלע זינד, און הערשט נאכן זיך זייפן דעם מויל א שעה מיט 22 מינוט און דערנאך מיט גרויס כבוד ארויסברענגען מיין מיינונג אויף אן אופן אז ער זאל נישט כאפן אז כ’האב געזאגט מיין מיינונג, ווייל ווער בין איך אים צו זאגן א מיינונג!
רבותי! איך האב נישט קיין געדולדן צו דעם משוגעת, און איך וויל זאגן וואס איך וויל נישט זאגן, ויהי רצון כאילו לא הייתי פרטם.
די ערשטע זאך וואס איך וויל נישט זאגן: יעדער איד האט א חלק אין עולם הבא, די חילוק איז נאר אין וועלכע אפארטמענט מ’גייט דארט וואוינען, דהיינו! יעדער האט אויף וואס תשובה צו טוהן, און אזוי לאנג ווי מ’ווייסט דאס, איז מען מיטן אייבערשטן’ס הילף אויף די ריכטיגע רעלסן. אבער ווען מ’זינדיגט, און אנשטאט צו וויסן אז מ’האט ליידער נישט גוט געטון, גיבט מען זיך א באהעפט צו א כאפטע ווילדע ציגיינער, און מ’ווערט ניטעמאל א ראש לשועלים נאר א זנב לשועלים, דאס איז קלאר א פראבלעם, ענטשולדיגט מיר פארן זאגן.
די צווייטע זאך וואס איך וויל נישט זאגן: איך האב ליעב יעדן איד!!! נישט קיין חילוק צו ער וואוינט אין מאה שערים אדער אין עירמאנט, איך האב אים ליעב פאר צוויי סיבות, איינס ווייל דער אויבערשטער האט געהייסן, און דאס צווייטע ווייל ער איז מיר משפחה, אונז זענען מיר ברודער’ס און שוועסטער’ס. און דאס טאקע איז די סיבה, און די איינציגע סיבה פארוואס ווען זיי פירן זיך נישט ווי מיין\זייער טאטע וויל טוט מיר וויי מיין טאטן’ס כבוד, און איך קען מיך נישט העלפן דערויף. ענטשולדיגט פארן זאגן.
די דריטע זאך וואס איך וויל נישט זאגן: ווען איינער פון מיינע ברודער פארזינדיגט זיך פאר די שטאטן אדער פאר די באהערדע, איז נארמאל און פאסיג אז איך זאל זוכן וועגן צו פרובירן אויסגלייכן דעם פראבלעם אנעם ארעסטירן אדער דעמאראלעזירן מיין ברודער, נישט ווייל איך בין נישט טריי פארן מלכות נאר ווייל ער\זי איז מיין ברודער\שוועסטער! וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין? אנטשולדיג פארן זאגן.
אה און פאר איך פארגעס! דו ברודערל וואס האסט באשלאסן זיך אויסצושליסן פון מיין געמיינדע, און דו האסט טענות אויף מיר און אויף יענעם פארוואס איך לויף דיר נישט נאך מיטן נעגל וואסער, און ווען עס קומט צו איינעם וואס זיצט יא דא און איז ביי אונז אין שטוב שפיר איך זיך מער געטראפן. וועל איך דיר בעטן דו זאלסט די שאלה נעמען אלס א חידה, און פרובירן צו ענטפערן, ווייל דאס קען זיין א גאר גוטער מעסטער פאר דיין איי קיו…
****
וואס דרוקט מיר? אמער ווען איינער שרייט איז א סימן אז ס’טוט אים וויי! איז דאך דאס א גוטע פראגע. וועל איך ענטפערן.
עס דרוקט מיר ווען איינער שפייט אויף מיר! איך בין א מפונק!
עס דרוקט מיר ווען נאכן שפייען, שרייט ער נאך אויף מיר! איך בין הייקל!
עס דרוקט מיר ווען נאכן שרייען דארף איך אים נאך באגלייטן און האלטן דעם טיר! איך בין סעלפיש!
און עס דרוקט מיר ווען איך בין שולדיג “דיינע” חובות, און דו באצאלסט נישט! איך בין א איש מכובד!
עס דרוקט מיר ווען מ’פארשעמט ישראל ואורייתא בראש כל חוצות! איך בין רעליגיעז!
און עס דרוקט מיר ווען איך דארף צאלן צדקה מעשר און חומש צו העלפן ראטעווען אידן פון אינטערגאנג, און ווען זיי נעמען א עלעוועיטאר אראפצופארן און איך קען נישט נאכלויפן, בלייב איך זיי שולדיג!
***
איך האב געמעגט זאגן? אה! ענטשולדיגט! איך האב גארנישט געזאגט!
You must be logged in to post a comment.