בס”ד

מיינע פארטרעטער? מיינע פאררעטער!!!

עס איז דא אמאל א צייט צום שווייגן! יעצט איז נישט איינס פון די צייטן!

מענטשן שמועסן צווישן זיך, און יעדער פארציילט זיך געשיכטעלעך איבער זייערע ערפארונגען אין לעבן, און אלס הערט מען דעם לשון בערך אזוי: מיין דאקטאר זאגט! מיין לענדלארד מיינט! מיין גראסערי איז גוט! מיין מלמד איז שלעכט! מיין . . . .
אלס רעדט מען פון די אלע וועם מיר שטיצן און נעמען פון זייערע סערוויסעס, א שטייגער ווי זיי וואלטן געווען אונזערס.
ווען עס קומט צו “מיינע פארטרעטערס” וויל איך וויסן ווען און וויאזוי זיי ווערן מיינס???
מ’קען זאגן אז אויב האט דער ציבור געשטימט פאר א קאנדידאט סיי אין קהלי’ש לעבן, און סיי אין חוקי המדינה, קען מען עס אנרופן “מיינס”. ווי למשל “מיין רב, מיין רבי, מיין דיין” אדער להבדיל: מיין פרעזידענט, מיין מעיאר, מיין קאנסולמאן, וכו’.
ווען אבער מיינע פארטרעטער, זענען אזוינע וואס האבן זיך אליינס ממנה געווען און זיי זאגן, רעדן, און שרייען, אין מיין נאמען. פרעג איך אייך, מי שמך לאיש? ווען זענט איר געווארן “מיינע” פארטרעטער???
לאמיר שוין זאגן אז איר זענט באמת מיין פארטרעטער, וואלט דען נישט פאסיג געווען איר זאלט מיך אנרופן און פרעגן וואס איך וויל? אדער פאר איר גיבט א סטעיטמענט מאכן זיכער אז איך דער פארטרעטענער איז עכ”פ מסכים טיילווייז מיט אייער טעאריע? אדער באשלוס?
כלפי מה הדברים אמורים?

יעדע שטיק צייט מאכט זיך נייעס, בעסער געזאגט, יעדן טאג איז דא פרישע נייעס. אמאל איז עס וויכטיגע נייעס, דאס הייסט נייעס וואס קען אפעקטירן דעם אידישן לעבן, און עס איז גוט אז מ’ווייסט אביסל וואס טוט זיך, און אמאל האט דאס גארנישט קיין שייכות צום איד קיין כי הוא זה. א שטייגער ווי די געשיכטעלע ווען א געוויסער ספאנישער גוי האט געהארגעט א שווארצן גוי אין פלארידע, און די גאנצע מדינה שטייט אויף די פוס, און אבזערווירט וואס דער אויסקום פון דעם געריכט וועט זיין.
יא! עס ווערט אינטערסאנט און מ’זעהט אפילו אידן וואס ווייסן נישט וויאזוי זייער סאושעל ענדיגט זיך, ווייסן אבער צו זאגן צו דזשארדזש זימערמאן וועט זיין שולדיג צו נישט. איי וואס גייט דיך אן? לאמיר זאגן עס איז א אינטערסאנטער שמועס, אן קיין קאפ ווייען, עס האט נישט קיין אידישע סימנים, אבי נישט ביי אונז, און מ’רעדט דערפון ווי א געשיכטעלע אין מיטל אלטער.
עס קומט די צייט ווען דער געריכט האט געאורטיילט, און דער אורטייל איז לטובת דעם ספאנישן, און עס איז אנגענומען און באקאנט אז די שווארצע וועלן דאס אויסנוצן פאר זייערע רעכטן צו פראטעסטירן און אויפברענגען זייערע אגענדע’ס וואס קען זיי נוצן אין די קומענדיגע וואלן אדער אנדערע פאליטישע מאנווערעס’ס.
ווייס מיר שוין דאס אויך! אבער דא פאסירט וואס שאקירט און נעמט ארויס פון גלייכגעוויכט יעדן רעכט דענקענדן איד.
אלע פאליטישאן’ס נעמען א שטעלונג, ווי דער סדר אין אמעריקע איז, אז מ’מעסט דעם פאליטישאן לויט זיינע שטעלונגען, און ווען מ’לויפט פאר סיי וועלכן אפיס, דארף מען גרייט זיין צו זאגן א מיינונג וואס זאל זיין אין איינקלאנג מיט די וויילער.
איינער רעדט צו דער זאך א צווייטער באנארישט זיך, און אזוי פארמט זיך אויס דער קומענדיגער וואל טאג. ממש א בחינה פון החיים והמות (פאליטיש) ביד הלשון.
דא גיבן זיך א וועק אויף די נייע דזשורנאליסטן און סתם אזוי פובליק רילעישאן (אטענטשאן) זוכער, און פאנגען אן מיט זייערע מיינונגען ווי איינער וואלט זיי ווען געפרעגט. און די וואס זיי טראגן דעם פאן “איד” נעמען זיך רעדן און געבן מיינונגען אין א למכה מצרים בבכוריהם סיטואציע.
און דער הויכופונקט פון די פרעכהייט איז ווען זיי נעמען זיך פארציילן פאר דעם גוי וואס דער דעת הקהל ביים איד איז, כאילו זיי ווייסן עס. דער גוי נעמט דאס אן פאר גוט געלט, ווייל ער רעדט זיך איין אז די גרויסע טאטעס האבן דורכגעפירט סיי וועלכע עס איז אנקעטע’ס און אזוי געקומען צו קאנקלוזיע’ס.
לאמיר שוין זאגן אז איינער נעמט יא אן אנקעטע אויף זיין טוויטער אדער פעיסבוק אקאונט, איז עס אויך נישט דער דעת הקהל, ווייל ווי נעמט ער דעם דעת פון די צענדליגער טויזנטער אנדערע וואס ווייסן ניטאמאל זיין נאמען. כל שכן ווען עס איז סתם אזוי געשאסן א אנקעטע נאכן רעדן צו זיין אייגענע ווייב אדער חברים און באשלוסנדיג אז אזוי איז דער דעת הקהל, און וויבאלד ער האט א צוטריט צו א בלאג אדער וועבזייטל, דערציילט ער דעם גוי זיין בייזן חלום. און דער חילול ד’ איז הולך ומוסיף עד לב השמים.
מיין שאלה צו אייך שרייבערלעך און “פארטרעטער”. מי שמך לאיש? צו האט איר מיך געפרעגט א מיינונג פאר איר האט געשריבן אין מיין נאמען? זענט איר מיינע פארטרעטער אלס וואלונטיר? אדער וועל איך באקומען א ביל? און אויב יא פאר וויפיל?
אן קיינע נעמען, לאמיך נאר זאגן וואס “מיינע פארטרעטענע” זאגן. איך האב זיי יא געפרעגט!
נעמט אראפ אייערע לאפעס פון אונז, און ווען איר האט א מיינונג, זאגטס עס מיט א שופר גדול אבער נישט אין מיין נאמען!
אפשר צאלט מען בעסער ביי די כינעזע? פארוואס זאלט איר זיי נישט פארטרעטן? איך מיין זיי זוכן פארטרעטערס!
אין איין ווארט: טרעטס אראפ!!!

Advertisements

Leave a Reply

Please log in using one of these methods to post your comment:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Google+ photo

You are commenting using your Google+ account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s