איך וויל דא מעורר זיין דעם חשובן ציבור איבער א נושא וואס איז עומד על הפרק און פרעגן די הארבע אמת’ע שאלה: מי לד’ אלי?

זענט איר באמת אן ערליכער איד אדער נאר ווען עס איז די רעדע פון יענעם? לאמיר זיך אליינס מעסטן!

עס איז אייך וואויל באקאנט און איר זענט אלע באהאוונט מיט די מערכה וואס אונזערע גדולים האבן אינטערגענומען קעגן טעכנאלאגיע, און בעיקר מיטן שוועריגקייט פון מבחין זיין צווישן די טומאה ווען יא מתיר צו זיין לצורך געשעפטן און די הררים תלויים בשערה ווען מ’קען ח”ו זינקען אין די קנ”ט שערי טומאה רח”ל.

מיר אלע וואס פארמאגן די כלים ווער מער און ווער ווייניגער האבן דעם תירוץ אז מיר מוזן עס האבן פאר געשעפטן און רעכטפארטיג אזוי! די רבנים האבן נאר געבעטן מ’זאל זיך צוימען אויף ווי ווייט מעגליך ווייל דאס איז א פייער וואס פלאקערט און איז מכלה נפש עד בשר.

***

דער הייליגער תנא רבי יהושע בן לוי האט געבעטן דעם מלאך המות ער זאל אים ווייזן זיין פלאץ אין גן עדן, און דער מלאך האט אים טאקע געפירט צום טויער פון גן עדן.

דער הייליגער תנא בעט פונעם מלאך זיין מעסערל און דער מלאך רע בעל כרחו עונה אמן ווייל דער תנא מיט זיין קדושה האט די כח צו באפעלן אויף א מלאך אויך.

מען קומט אן צום גן עדן, און דער הייליגער תנא זעהט דעם רוחניות’דיגן שיינהייט. ער זעהט די קדושה און עס ציהט אים מיט א קראפט! ער שפרינגט אריבער דעם צוים און רופט אויס א שבועה אז ער גייט נישט צוריק.

די הימלען רוישן! מלאכים לויפן! געוואלד וואס טוט מען? עס איז דאך נישט מן הסדר צו האבן א חי זיך ארום דרייען מיטן ארציות’דיגן גוף כאטש אויסגעלייטערט אזוי שטארק דא אין גן עדן.

דער מלאך המות ברומט און שוימט אויף דעם שפיל וואס ריב”ל האט מיט אים געמאכט און פארלאנגט מ’זאל אין שוין צוריק געבן דעם הייליגן תנא וועלכער האט זיך אזוי קונצליך ארויסגעדרייט פון זיין מעסער.

דער שאלה איז א פארוויקלטער און עס קומט אן פארן הייליגן כסא הכבוד, און אט איז דער פסק!

לאמיר קוקן אויב האט דער תנא אמאל זיך געלאזט מתיר זיין א שבועה, און אויב יא, קען מען דאס מאל אויך מתיר זיין און אים צוריק געבן צום מלאך אין די הענט, אויב אבער נישט, איז הדין עמו און מ’קען נישט צושטערן זיין שבועה.

וכך הוה, דער הייליגער תנא איז געבליבן פון די יחידי סגולה צו זיין לעבעדיג אין גן עדן.

***

עס איז יאר תתס”ה, דער אלטער ר’ חיים ליגט על ערש דוי, בנים ובני בנים כשתילי זיתים באזארגט ארום זיין געלעגער, די דאקטורים זאגן אז מיט אלע טעכנאלאגיע אינאיינעם זעהט אויס ווי די מינוטן זענען געציילטע, און ר’ חיים גייט זיך אפגעזעגענען פון דער נידעריגער וועלט.

די קינדער זאגן די פסוקי יחוד, פארשטייט זיך אז מ’זאגט עס אויף קליינע מאשינקעלעך ווי עס וועט דעמאלס זיין דער שטייגער, און מ’וויינט אויף די אבידה וואס מ’האט פארלוירן! ר’ חיים איז נישטא …

ר’ חיים נאכן דורכגיין די שמערצן פון פירוד נשמה פונעם גוף, ער זעהט א שטארקע ליכטיגקייט, עס בלענדט אים די אויגן, ער קען נישט אהין קוקן! דאס ליכטיגקייט ציהט אים און ער ווערט אריינגעצויגן ווי אין א וועקיום פון שטראלן, און דערמיט ווערט זיין נשמה ארויסגעצויגן פון דעם שמאלן קליינעם גשר צר ווי ער האט זיך געפונען די לעצטע 120 יאר.

ער שפירט ער האט באגלייטערס וואס שטופן אים פאראויס און שלעפן אים צום ווייטן אויסגעפלאסטערטן וועג וואס ער זעהט, ער קען אבער נישט אידענטיפיצירן זיינע אונטערטראגער, זיי מאנעווירן ער זאל זיי נישט קענען זעהן.
אזוי שפאצירט ער שטיל א לאנגען וועג, ווען פלוצלינג זעהט ער זיך ארום גענומען מיט שרעקווארפענדיגע חיות און ברואים וואס ער האט נאך אזוינס אין זיין לעבן נישט געזעהן. ער ווערט שוואך פון טראכטן וואס די ברואים טוען דא? ער זעהט אלע קוקן צו אים! ער פאלט אונמאכט! מ’הייבט אים אינטער און א קול זאגט: ר’ חיים! נישטא קיין צייט צו שטארבן דא! אונז דארף מיר לויפן! דער בי”ד ווארט!

עס ציטערן אים די מארעך אין די ביינער. ער ווייסט דאך יא אז עס איז ביטער! וואס טוט מען דא?

ער שטייט אין א ריזיגען מיילן ווייט אויסגעפלאסטערטן היכל מיט א ליכטיגקייט וואס לאזט נישט ארויף קוקן און ער ציטערט ווי א בלעטל ווען ער הערט אויסרופן: חיים בן גד קום אפגעבן דעם דין וחשבון…

וואס זאל איך אייך האלטן געשפאנט? הלא דברים ידועים אין די ספרי מוסר, עס סקרוכט אין די ביינער!

אבער אינדערמיט קומט ארויף אויפן טיש א דינער פלעט סקרין מלאך, מיט א טאטש סקרין קיעבארד און ער ווארפט זיך ווי א וויידל מיט א שרעקליכן צארנדיגן אויסזעהן, די מלאכים די הייליגע דרייען זיך אוועק פאר גרויל! זיי קענען נישט אנקוקן דעם צעריסענעם צעבראכענעם פארשמירטן מלאך, זעלטן זעהט מען דארט אזא קאליקע.

און דער בי”ד שרייט: ר’ חיים! פארוואס האסטו געזינדיגט? פארוואס האסטו געהאלטן א כלי וואס האט דיר נאר געקענט אפילו גורם זיין לחטא?

ר’ חיים שאקלט און ווארפט זיך און קוקט ארום אויב ער קען אנטלויפן און מיט גרויס פארכט מורמלט ער ארויס:

פאר ביזזזזזנננעעעס! כככהאב עס געדארפט פאר ביזזנעסס…

די ביזיונות זענען גרויס, אבער עפעס ענטפערט ער! דער סניגור שפרונגט אריין און עפנט אויף א בוך מיט קול קורא’ס און מ’לייענט פאר אז יא! חיים. איז גערעכט! פאר ביזנעס האט מען געמעגט האבן די כלים.

דער קטיגור שרייט: וואס ביזנעס? ווען ביזנעס? ער דערמאנט אים אפאר וועבזייטלעך וואס איז ווייט פון ביזנעס. און די בעסערע פון זיי זענען נייעס!

דער סניגור שרייט: די נסיונות זענען געווען גרויס! ער האט עס געהאט פאר ביזנעס און טאקע דערנאך מיאוס דורכגעפאלן!

וואס טוט מען דא? עס איז אן עולם האמת!!!

דער פסק קומט זייער שנעל:

זאל מען אפיר נעמען די ביכער און זעהן וואס ר’ חיים האט געטוהן אין צייטן ווען מ’האט נישט געטוהן ביזנעס אויפן מאשינקעלע, און מ’מישט שנעל צוריק צו תשעה באב תשע”ג און מ’זעהט ר’ חיים’ן זיצן ביי קינות און שיקן דזשאוקס פאר זיין גרופע! און די געלעכטערס זענען גרויס!

חיים איז ווייס! ער ווייסט שוין! ער הערט די גרויליקע געלעכטערס פון די חיות טורפות וואס ווארטן אים צו פארצוקן!

וואס ענטפערט מען?

וואס טוה איך דא? קוקט ער צום אנטוישטן סניגור וועלכער דרייט זיך אויך אוועק פון אים, נישט קענענדיג פארטיידיגן מער….

ר’ חיים! וועקט אייך אויף! איר זענט נאך ביי די מעגליכקייט צו טוישן דעם דין למוטב!

לייגט אוועק די כלים ביים קינות זאגן! לאמיר נישט טעקסטן בשעת די שכינה הקדושה וויינט! די בושה וועט זיין עד אין לשער ווען מ’וועט דאס אויפשפילן אויבן. ווי אויפן קליינעם באנק זיצט ר’ עקיבא מיט ר’ ברוך און וויינען אויפן חורבן! און חיימ’ל שיקט טעקסט מעסעדזשעס מיט דזשאוקס!

דארף מען נאך עפעס זאגן?

מי לד’ אלי? נעמט אייך פאר דאס איינע, אז ביים קינות זאגן וועט איר אויסלעשן דעם כלי! לאמיר מאכן א קידוש השם און ווייזן אונזער חלק פון קלאגן אויפן ביהמ”ק מיטן אוועק געבן א באקוועמליכקייט פאר צוויי שעה! קענט איר דאס באווייזן? אודאי!

לאמיר שפרייזן צוזאמען!!!

לאמיר אלע אויסבעטן די גאולה שלימה בקרוב.

(ביטע מפרסם זיין! אפשר וועט נאך איינער דערהערן)

Advertisements

One thought on “מי לד’ אלי?

Leave a Reply

Please log in using one of these methods to post your comment:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Google photo

You are commenting using your Google account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s