אין די ספרי מוסר און מחשבה, ווערט שטארק ארויסגעברענגט אז די וועלט האט נאר א קיום אויף צוויי מדות וואס דער בורא עולם האט אריינגעלייגט אין די נאטור פון דעם
מענטש. איינס: תשוקה, צוויי: אהבה

לאמיך אביסל מסביר זיין וואס דאס מיינט. ווען א מענטש ווערט הונגעריג, צינדט זיך
אן אין אים א לעמפל וואס הייסט תשוקה, און ער ציהט צום עסן. און דאס ברענגט אים צו פארשטיין און וועלן עסן, און זיך דערהאלטן ביים לעבן. ווען דער מענטש וואלט נישט געהאט תשוקה, וואלט ער נישט געגעסן און אויסגעגאנגען רח”ל.

דאס זעלבע איז ביי רוב זאכן אין לעבן, וואס דער מענטש טוט כדי זיך צו ערנערן און פלעגן, און אויפבויען זיין קערפער, אלעס קומט פון א געוויסע תשוקה אין סיי
וועלכן פארמאט וואס דאס מאכט אים טראכטן, און געדענקען, און טוהן צו דער זאך.

ווייטער זענען דא זאכן אין לעבן וואס האבן צו טוהן מיט אהבה, וואס דאס האט גארנישט מיט תשוקה, דאס איז א ציהענדער קראפט וואס דאס גיבט דעם מענטש כח און מוהט נאכצוגיין און פרובירן אנצוקומען צו געוויסע זאכן וואס זענען אים ליעב און דאס מאכט אויך אז די וועלט זאל נישט בלייבן פארוויסטעט, ווייל ווען א מענטש וואלט נישט ליעב געהאט זיין משפחה וואלט ער קיין קינדער נישט געהאט וכו’ וכו’ און די וועלט וואלט געווען לתוהו בראה, ואכמ”ל.

***

מיט אט די קורצע הקדמה, וויל איך אביסל מער מסביר זיין נאך א קורצן ענין וואס איז זייער אינטערסאנט צו אבזערווירן.

ווען א מענטש עסט מיט א תשוקה, וואס דאס ציהט אים נאר ביז וויפיל דער קערפער פארלאנגט טאקע, וואלט דער מענטש געווען געזונט ווי דער רמב”ם זאגט אין דיעות, און רוב מענטשן וואלטן געלעבט לאנגע געזונטע יארן.

וואס טוט אבער דער חרוב’ער מענטש, ער וויל נישט סתם עסן ווייל ער מוז שטילן די שטילע תשוקה, ער וויל מער הנאה האבן פון זיין געריכט, ברענגט ער זיך אליינס צו די שטערקערע מדריגה פון אהבה, און ער לייגט אריין הארץ און מוח אין טעלער אריין, און דאס איז וואס ער עסט טאקע! זיין אייגענעם הארץ און מוח! ווייל ער עסט נישט א געזונטע דיעטע, וויבאלד ער ברענגט זיך צו ליעב האבן דאס עסן.

דאס זעלבע איז פארקערט ווען עס איז ענינים וואס ווערן ביים מענטש געבויט מיט די מדה פון אהבה, איז אבער דער מענטש נישט צופרידן, און דער לייגט אריין דערין אויך א תשוקה, און דאס ברענגט אים אראפ עשרה מעלות אחורנית און פון דעם טובה וואס השי”ת האט אים געגעבן צו האבן די ריכטיגע לויטערע אהבה, ברענגט ער מיט תשוקה א ברען צו א אומנויטיגע און אמאל צו א אומריכטיגע אהבה וואס שאדט אים.

אין די ספרים הק’ ווערט געברענגט עצות אויף דעם אבער דאס שענסטע און קלארסטע וואס איך האב געזעהן, איז אין ספר מנחת יהודה וואס ברענגט אראפ אז ווען א מענטש זאל פארשטיין אז תשוקה און אהבה איז א מתנה פון הימל וואלט ער עס אביסל אנגעהאלטן און הנאה געהאט דערפון. וואס הייסט?

אנשטאט ווען ער שפירט א קיצל פון הונגער זאל ער לויפן און זיך שנעל אנעסן אן קיין שיעור, וואלט ער זיך משתעשע געווען מיטן הונגער ווי מיט א גוטן ליבליכן ידיד, און נישט געוואלט אזוי שנעל און גרויזאם לויז ווערן דערפון. און אז מ’טראכט גוט אריין איז הונגער א גוטער געפיל, (פארשטייט זיך ווען מ’ווייסט אז ס’איז דא פת בסלו) און מ’דארף זיך נישט אנעסן אזוי שנעל ווי דער אמעריקאנער שטייגער.

דאס זעלבע איז ביי אהבה ואכמ”ל.

***

איז אבער דא א געוויסע תשוקה, וואס פון דעם וויל איך דא רעדן, און דאס איז די תשוקה צו ידיעות. סיי לגבי ידיעות אין תורה, און סיי להבדיל אלפי מיליאן הבדלות,
נייעס און היסטאריע וכו’. און דאס ווערט אנגערופן ביי אונז:

נייגעריגקייט!

יא! איר האט גוט פארשטאנען! אט דער נייגעריגקייט, ווערט ביי מיר אנגערופן:

דער רוצח פון נייגעריע!

איר פרעגט פארוואס? איך האף נישט מצד נייגעריגקייט. אבער איך וועל אייך מסביר
זיין.

אמת אז נייגעריגקייט האט א גוטע צד, וואס דאס ברענגט מענטשן זאלן לערנען חכמות און היסטאריע, און אפילו נייעס, און טוהן וואס דארף געטון ווערן באזירט אויף די אינפארמאציע וואס זיי זאמלען מיט די תשוקה פון נייגער, וואס ווען זיי האבן עס ווען נישט וואלט די וועלט געווען סאך ארימער אין יעדן הינזיכט.

אבער… ווען מ’נעמט די תשוקה פון “נייגער” און מ’לייגט אריין דעם גאנצן אהבה דערין, ווערט עס א געפערליכער מסוכנדיגער עלעמענט.

וואו לעכטיג און וואויל איז פאר די וואס לייענען נאר די נייעס איינמאל אין א שטיק צייט, און ליגן נישט קאפ מוח און שטרוי זאק אין דעם נייעס.

וויפיל צייט און הרחבת הדעת ווערט פארברענט אויף דעם מזבח פון נייגעריע?

ווידעראום דער חורבן פון נייגער מיטן היינטיגן אינטערנעט, דארף מען דען מאריך זיין? דארף מען דען מוסיף זיין און מסביר זיין, ווי ווייט דאס האט שוין שאדן געטון פאר אונזער פאלק?

וויפיל פון אונזערע סמעטענע זענען דורכן רוצח פון נייגעריע אנגעקומען צום ארגסטן?

נו! וואו איז דער גרעניץ פון נייגער? וויפיל מעג מען און וויפיל נישט?
איך בין נישט קיין דאקטאר און נישט קיין דיין, אבער דאס איז אמאל זיכער, אז יעדע זאך וואס פאנגט אן אריינצוגיין אין די גדרים פון קאמפולסיוו, איז נישט גוט. דאס מיינט, מ’מעג וועלן וויסן דא און דארט וואס טוט זיך, אבער אויב זעהט מען זיך ארום אז א דריי פערטל טאג איז מען פארנומען מיט נייעס, אדער ווען עס איז דא א גרויסע נייעס איז מען פארנומען דערמיט א גאנצן טאג ווייל מ’מוז מיטהאלטן אלעס ווען עס פאסירט, און מ’קען נישט ווארטן אויף סוף וואך אדער נעקסטע וואך. דארף מען אנהייבן זיך מתגדר צו זיין, און אפמאכן וויפיל מ’וועט די ענינים באזוכן און וויפיל נישט.

קיינער איז נאכנישט געשטארבן פון נישט הערן די נייעס די ערשטע מינוט. איר קענט היינט לייענען די מעשה פון די באסטאנער רוצח, אדער קענט איר ווארטן ביז ווען עס קומט ארויס דער טויט שטראף פסק אויף דעם מערדער, און דעמאלס לייענען אלעס צוזאם, און איר וועט פונקט אזויפיל וויסן ווי דער וואס איז ארום געלאפן ווי א פאר’סמ’טער מייזל און געמוזט מיטהאלטן דברים כהווייתן בהווייתן ווי דער לוייתן.
ווען איר הערט א שטיקל באריכט איבער א נושא אין אוגאנדא, און איר לויפט גלייך מיטן מייזל אויף גוגל לאנד און פרובירט צו דערגיין אויב דארט זענען דא פאמפ’ס ביי די זייטן פון די גאסן, אדער אויב דארט דרייווט מען אויף די רעכטע אדער אויף די לינקע זייט, זענט איר א קאמפולסיוו נייגעריגער… גיטס אכט.

ווען איר הערט אז עס איז געווען א מהפיכה אויף מאונט עווערעסט און איר טרעפט זיך לייענען איבער דעם בארג אלעס וואס קען נאר געהערט ווערן זענט איר אין די קאטאגאריע…

איך וויל נישט מאריך זיין! אבער א מדה נכונה איז, אלס צו אנהאלטן די מתנה פון תשוקה, און נישט גלייך עס אויסנוצן.

בלייבט נייגעריג פאר א טאג צוויי! עס שפירט זיך גוט צו האבן א תשוקה! די נייעס וועט נישט אנטלויפן. העכסטנס וועט איר שוין וויסן מער פונקטליך וואס עס איז געווען, אנדערש ווי די וואס לויפן גלייך פארשטן און לעבן אין אילוזיע’ס ביז דער אמת קומט ארויף.

יא! דער רוצח פון נייגעריע, הרג’ט נעבעך מיט קראפט, לאמיר איינצוימען, און נאר נוצן לטובה, און נישט מאכן פון קיין תשוקה א אהבה.

בלייבט מיר געזונט.

און פאר די נייגעריגע: ווערט מיר געזונט.

Advertisements

Leave a Reply

Please log in using one of these methods to post your comment:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Google photo

You are commenting using your Google account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s