בס”ד

לאמיך אייך באקאנט מאכן מיט מיינס א באקאנטן. און פארן באקוועמליכקייט, וועל מיר אים געבן א פיקטיווע נאמען פאר די פאר מינוט. און ער וועט הייסן חנני’.

חנני’ איז מיינס א באקאנטער, ער ארבייט מיט מיר צוזאמען און איך בין מיט אים א גוטער פריינד. בעצם איז ער א שטילער, וואוילער אינגערמאן, וואס גייט נישט צי צום עמוד שבת ווייל ער שעמט זיך אביסל, און ער איז נאר עולה צוויי מאל א יאר, שמחת תורה און ווען ער מאכט דעם יערליכן קידוש\זכר בשעטומ”צ.

ער איז א אויסנאם וואוילער און באטעמטער מענטש, און טוט זיין ארבייט בשלימות. האט ב”ה א צופרידענע שטוב מיט לעכטיגע קינדערלעך, וואס וואקסן על דרך הישר והטובה, און ער דאנקט דעם באשעפער יעדן טאג פאר זיינע גרויסע חסדים.

האט אבער הקב”ה געפירט אז מיין חבר חנני’לע זאל אריינפאלן אין א נסיון, און ער איז איין העלן טאג געוואויר געווארן אז ער ליידט נעבעך אויף א שרעקליך ביטערע טראגישע קרענק רח”ל. ער איז ה”י נישט “זעלבסטזיכער”. איר הערט גוט! דער וואוילער איידעלער חנני’ וועקט זיך אויף איין צופרי און טרעפט זיך פנים אל פנים מיטן ביטערן מציאות, אז ער האט א “לעק אוו קאנפידענץ” אין לשון פון זיין פראפעסיאנאלען דאקטאר וואס נעמט יעצט אכט אויף די שווערע שאכטל (טעיקס קעיר אוו די קעיס).

ווען איך האב מבקר חולה געווען חנני’ן איין טאג אין זיין קיוביקעל זיצנדיג ביי א דיקן בוך מיטן נאמען “סעלף קאנפידענס פאר דאממיס” און גפרעגט וואס זיין פראבלעם איז און וויאזוי ער האט עס באמערקט, זאגט מיר חנני’ מיט טרערן אין די אויגן דעם השתלשלות הדברים, ווען אלעמאל ווארפט ער אריין א תפילה צום בורא עולם אינדערמיט, אז ער זאל זיך ארויסדרייען פון דעם שטן המשחית און באקומען זיין פארלאנגטע זעלבסט זיכערקייט גרינגערהייט אן קיין יסורים וחלאים רעים.

איך האב אזוי קוקנדיג אויף דעם ביכל באמערקט אז מיין חנני’לע האלט שוין ביי א מדריגה אז ער קען לייענען א ביכל וואס רופט אים אן הויך קליפ און קלאר “דאממי” און ער שפירט זיך נישט געטראפן, איך האב געהאלטן אז אויף אזא מדריגה דארף מען ארבייטן שווער אבער זיין קאפ איז מערקווידיג נישט ביים נאמען פון דעקל, נאר מיט איין פינגער טייטלט ער אויף די גרויסע באקסעס און ריזיגע אותיות, און די צווייטע האנט איז אריינגעצויגן אין א אידיש – ענגליש דיקשאנערי, וואו ער קוקט נאך ווארט ביי ווארט, צו קענען פארשטיין דעם עומק הדברים.

דערציילט מיר חנני’ אזוי. אנגעהויבן האט זיך אלעס אפאר וואכן צוריק ווען איך בין געגאנגען אין שול אריין, און איך האב געשפירט זייער גוט פונקט ווי אלעמאל, איך האב בכלל נישט געוואוסט אז עפעס פעלט מיר, און איך האב געגעבן א לייג אראפ מיין טלית ותפילין אויפן טישל נעבן די מקוה, און אומווילדיג האב איך פארטשעפעט ר’ זיינוויל’ס ברילן וואס ער טוט אלס אויס און לייגט אראפ אויפן טיש ווען ער מאכט זיך די פיאות, און עס איז געפאלן אראפ צום באנק.

איך בין אביסל פאררויטלט געווארן און עס שנעל אויפגעהויבן און זיך ענטשולדיגט פאר ר’ זיינוויל’ן.

ר’ זיינוויל גיט מיר א קלאפ אויף די פלייצע, און זאגט: חנני’לע דו ווערסט זייער שנעל פארלוירן, סאיז גארנישט געשען, דו האסט נישט וואס צו ווערן אזוי רויט, דארפסט ארבעטן אויף דיין “סעלף קאנפידענס”.

איך שאקל צו און איך טראכט, וואס דארף איך ארבעטן? אויף וואס? סעלף קאנפידענס? וואס איז דאס?

ביים ארויסקומען פון מקוה וואשנדיג די הענט זעה איך א ריזיגע צעטל וואס רעכנט אויס 10 ביז 15 פאקטן וואס אויב האט מען די מיחוש’ער איז א קלארער באווייז אז מ’ליידט אויף דעם סעלף קאנפידענס סינדראם.

דערשראקן אז עפעס ווייזט מען מיר פון הימל, האב איך שנעל גענומען א פעדער און אנגעהויבן נאטירן די סימפטאמען, און געוואלט זעהן צו בין איך ח”ו געשלאגן מיטן סינדראם.

איבערגייענדיג די ליסטע פון זאכן ווי למשל: !. דאוונט איר פארן עמוד? 2. ווערט איר רויט ווען איר טראסקעט אינמיטן ביהמ”ד? 3. פארלירט איר זיך אויב זיינט איר אנגעקומען אין ביהמ”ד מיטן שלאף קאפל? וכו’. די אלע שאלות האבן מיך גוט געמאכט איבערקלערן דעם מצב, און וואס זאל איך דיר זאגן, איך האב געזעהן א קלארע בילד פון מיר! עס איז מיר געווען א חידוש וויאזוי דער פראפעסער וואס גיט די שיעורים און מעדיצינען פאר באטראפענע האט אזא קלארן בילד געהאט.

איך האב געזעהן אין חלום א שפיגל, ווי איך זעה מיך חנני’ שפאצירן מיט א שלאף קאפל און האלב פארמאכטע אויגן, יעדער שטייט און לאכט, און איך כאפ א גליטש מיט א וועלט פלאטשקעדיגן זעץ אויף דער ערד, און יא! איך זעה אז איך ווער רויט! נישט סתם רויט פוירפעל וואל רויט…

איך שרייב אפ דעם טעלעפאן נאמבער פון דעם עקספערט, און איך רוף פאר א “פרי” אפפוינטמענט. אינטערסאנט ער האט מיר צום סוף געגעבן א שפעטע אפוינטמענט. זעהט אויס די פרי אפוינטמענט האט א צווייטער שוין געהאט. אבער וואס איז עס מיר נוגע. בעיקר דארף איך זעהן וואס איז שייך צו טוהן מיר צו העלפן אויף דעם געביט.

איך האק איבער חנני’ן און פרעג אים, דו האסט איינעם געפרעגט צו דו דארפסט טאקע די הילף? אדער האסטו עס געטון אויף די אייגענע האנט?

זאגט ער מיר, ניין, איך האב עס געטון אויף די אייגענע האנט. אבער מיין ווייב האט מסכים געווען אז איך האב טאקע א פראבלעם ווייל זי באמערקט אז אפאר מאל ביי קידוש קוק איך ארויס פון סידור צו די לעכט און עס זעהט אויס ווי דאס קומט פון פארלוירנקייט….

זאג איך אים: שוין א סימן אז דו האסט פיין קאנפידענץ… אבער גיי ווייטער פארצייל!

ער איז מיר ווייטער מסביר אז ער האט אויך אנגעהויבן צו שפירן אז ווען אימער ער טובל’ט זיך צו לאנג, און אטעמט נישט אינדערמיט ווערט ער רויט, און דאס קען זיין לויט די עקספערטן א לעק אוו קאנפידענץ, כאטש וואס ער ווייסט נישט פונקטליך וואס די לעק מיינט.

חנני’ פארציילט מיר אז ער איז געגאנגען צו די קלאסן ווי מ’לערנט אויס זעלבסט זיכערקייט, און ער האט זיך אויסגעלערנט אז ער איז אויך א מענטש און מ’קען אים נישט טרעטן אויף די פאדאווקע’ס, און ער לאזט זיך שוין נישט פון יעדן.

ער דערציילט מיר ווי ריכטיג דער פראפעסאר מגיד שיעור האט אים דיאגניזירט מיט א פראבלעם סתם פון אים קוקן אין די אויגן און האט אים גלייך געזאגט: דו האסט א פראבלעם אז דו קענסט נישט אפזאגן ווען איינער בעט דיר א טובה.

ער האט מיר געגעבן א טעראפיע, און יעדן טאג זאג איך אפ 5 מענטשן פאר איך טוה די ערשטע טובה…

אזוי דערציילט מיר חנני’ די השתלשלות, און אז ער שפירט שוין היינט אסאך מער “זעלבסטזיכער” און האט שוין נישט מורא זיך צו טאמבלסאוסען אין ביהמ”ד אדער זאגן ניין במקום יא, און פארקערט.

איך שטיי אין די זייט און איך קוק אויף מיין אומשולדיגן חבר, און איך פארשטיי נישט וואס דא איז פארגעקומען:

חנני’! ווער האט דיר איינגערעדט אז דו האסט געהאט א פראבלעם? דער פראפעסאר
חנני’, ווער האט דיר דיאגניזירט מיט די אומאפפרעגבארע דיאגנאזע? דער פראפעסאר
חנני’ ווער האט דיר געגעבן די טעראפיע? דער פראפעסאר
חנני’ און ווער האט דיר געזאגט אז אזוי ווי דו ביזט יעצט איז בעסער? דער פראפעסאר

ווילסטו הערן א שטיקל דיאגנאזע פון מיר דיין נאענטער חבר?

חנני’ ענטפערט מיר: אדרבה, אבער גיב אכט ווייל איך בין היינט א זעלבסט זיכערער מענטש….

טייערער חנני’! לאמיך דיר זאגן וואס איך קלער. דו ביזט ביי מיר זייער טייער, און איך האב דיך אלס רעספעקטירט, דיין מדה וואס דו רופסט אומזיכערקייט, איז אין מיינע אויגן און אין די אויגן פון דיינע אלע גוטע פריינט גערופן געווארן “איידלקייט”. דו האסט די זעלטענע אידישע מתנה פון ביישנים, און דו האסט קיינמאל פארדעם נישט אוועקגענויגט פון קיין מצוות נאר אמאל אמאל זיך פאררויטלט ווען עס פאסט פאר א בן מלך.

ווען דו פלעגסט נישט אפזאגן קיין טובות וואס דו האסט געקענט טון, און זיך געשפירט שולדיג ווען דו האסט נישט געקענט העלפן, פלעגן מיר עס אנרופן די זעלטענע אידישע מדה פון “רחמנים”.

און ווען דו האסט נישט געקענט זיך משוגע מאכן אינמיטן ביהמ”ד פלעגן מיר עס רופן “נארמאל”.

ביזטו אבער געגאנגען פאר א דיאגנאזע אויף א פראבלעם וואס דו האסט קיינמאל נישט געהאט.

דו האסט געמיינט דו וועסט ווערן “זעלבסטזיכער”.

ביזדערווייל ביזטו געווארן א “זעלבסט זוכער”.

די צוויי זאכן זענען בכלל נישט אין זעלבן געגנט, און איך בעט דיך זייער שטארק, ווער צוריק דער אלטער חנני’, און איך דארף נישט פון דיר קיין הלואה דערפאר, נאר א גוטן חבר…

איך האף אז מיינע ווערטער וועלן נתקבל ווערן, און איך האף אז איר לייענער וועט פארשטיין וואס איך מיין אנע דראמאטיזירן די פאקטן.

***

איך קוק צוריק אויפן פריערדיקן דור און איך פרעג מיך אליינס; איז מיין זיידע געווען זעלבסטזיכער? האט ער אפילו געוואוסט וואס דאס מיינט?

אמת! עס איז וויכטיג צום לעבן צו זיין א מענטש און נישט מורא האבן פארן שאטן, אבער עפעס א געפיל זאגט מיר אז דער וועג פון בויען זעלבסט זיכערקייט דארף קומען פון א צוזאמענארבייט אין טוישן געוויסע גויאישע נאטורן וואס כאפן זיך אריין ביים ציבור. לאמיך מסביר זיין!

עס זענען דא מענטשן וואס ליידן אויף סיי וועלכע מינערונג אין וויכטיגע באשטאנדטיילן פונעם קערפער, און דער דאקטאר פארשרייבט א רעצעפט וואס אפילו אויב עס קומט מיט זייטיגע אפעקטן דארף דאס דער מענטש האבן און בלית ברירה נעמען.

אבער זיכער איז בעסער ווען מ’דארף נישט די מעדיצינען!

אלזא! ווען מ’זעהט א קינד וואס קען נישט אויסוואקסן ווייל ער האט א פראבלעם (א עקסטערע ארטיקל פאר זיך, וויאזוי דאס ווערט באשלאסן וכו’) פארשטיי איך אז מ’לייגט אים אויף א טעראפי צו אנטוויקלען. איינס ווייל פאר א קינד איז גרינג אריינצובויען א צווייטע נאטור! צוויי: ווייל ס’איז נישטא קיין ברירה מ’מוז דאס קינד העלפן. און ער מוז זיין אביסל זעלבסט זיכער, צו קענען שטייגן.

ווען אבער א אינגערמאן אדער א עלטערער אינגערמאן אפילו, האט נישט זעלבסט זיכערקייט צוצוגיין צום עמוד אדער האלטן דרשות, און ווערט אמאל רויט ווען מ’פרעגט אים א שאלה, מיינט דאס אז ער מוז נעמען לעססאן’ס פאר זעלבסט זיכערקייט? איך וואונדער זיך!

ביי יעדע גוטע מדה וואס מ’וויל זיך אריינווארצלען דארף מען בייגן דעם בוים אויפן פארקערטן ריכטונג! מיין שאלה איז: דארף מען דען נישט קודם באשליסן צו ס’איז ווערט זיך צו בייגן דערפאר?

אפילו אויב יא! איז זעלבסט-זוכער א פארטרעטער פאר זעלבסט-זיכער? איך בין נישט זיכער!!!

Advertisements

Leave a Reply

Please log in using one of these methods to post your comment:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Google+ photo

You are commenting using your Google+ account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s