איר ווייסט דאך אז איך בין נישט קיין נייעס טראגער און ברענגער, נישט ווייל עס איז נישטא קיין נייעס, נאר פשוט איך קען נישט דעם פאך! איך וועל ענדערש מאכן א נייע מעשה ווי איידער באהאנדלען אן אלטן.

דא קען איך מיך אבער נישט באהערשן, און איך וויל פרובירן אפצושרייבן מיינע געפילן איבער א ספעקטעקאל וואס איך האב נארוואס מיטגעהאלטן.

איך האב שוין געשריבן אסאך איבער די נושא פון ישיבות, און אין טעאריע האמיר זיך אלע פארשטאנען מיטן ראש ישיבה וואס האט מיר נישט לאנג צוריק געשאנקען אן אינטערוויו. אלזא היינט ביים דאווענען מעריב ווען עס האט מיר איימיצער געזאגט אז עס קומט פאר א מסיבת שבע ברכות פאר א תלמיד פון א זעלטענעם ישיבה דא אין קרית יואל, האב איך געוואנדן מיינע טריט צום קרן ויואל משה זאל.

דער זאל אנגעפולט מקצה ועד קצה מיט פרייליכע פנימ’ער און אין צענטער א שיינע פאר טישן אנגעפוהלט מיט בא’חנ’טע שטראלענדע בחור’לעך תלמידי הישיבה, און אן אויבן אן ווי עס זיצט א חתן אן איידלקייט וואס איך הער אז מ’רופט אים בלשון חיבה “הערשעלע כ”ץ”. אויף זיין פנים זעהט מען א זעלטענעם אויסגעגאסענעם חן, מיט יראת שמים אויפן שטערן.

נאך פאר איך שטעל מיינע טריט ווייטער אין זאל, ווייזט מען מיר אן דעם ראש ישיבה הרב אברהם יודא שווארטץ א יחיד מומחה פאר אט די בחורים וועלכער דרייט זיך דארט ארום ווי דער טאטע אין וויינגארטן! יא ווי א טאטע אין זיין אייגענעם וויינגארטן! ער מיט די בחורים האבן א קשר וואס מ’זעהט נישט אין א וועלט צווישן וועלטן.

איך זעה דעם רואיגן שמייכל אויף א בחור’ל וואס רעדט יעצט צום ראש ישיבה און איך שטעל מיך אוועק אונטערהערן מיט אן האלבן אויער, וואס דער וויכטיגער שמועס איז אינדערמיט פון אזא געפילדער.

איך הער אז דער בחור’ל פארציילט פארן ראש ישיבה א עובדא זיינעם, א חכמה’לע וואס ער האט נארוואס באוויזן, און דער ראש ישיבה שמייכלט הארציג, און ווייזט אים מיט די האנט אויף ארויף ווי גוט עס געפעלט אים.

אויף די זייטן זעה איך זיצן מגידי שיעור וואס איך קען נישט אלע ביי די נעמען, אבער ווי מאגנעטן זענען זיי אלס בארינגלט מיט א בחור אדער צוויי וואס שמועסן און דערציילן. און פון זייערע פנימער פארציילט זיך א מעשה:

א מעשה פון א ישיבה מיט בחורים וואס פארמאגן אין זיך זעלטענע כשרונות וואס האט געדארפט די ביסעלע חיזוק און חכמה פון די הנהלה ארויסצוברענגען די פוהלע קאלירן.

א מעשה פון א ישיבה אויף וואס די וועלט שטייט!

א מעשה פון אסאך מעשיות! וואו יעדער בחור איז א מעשה’לע פאר זיך וואס דער ראש ישיבה פרובירט צו פארצייכענען די לעצטערע בלעטער פון זייער מעשה ביכל פאר זיי ענדיגן די ימי הבחרות מיט א גאלדענעם פעדער.

ווייזט מען מיר אן אז א חלק פון די בחורים שרייבן א שרעקוועדיגן מעשה ביכל וואס דער ראש ישיבה האט איבערגעשריבן מיט זיין איבערגעגעבנקייט צו א הערליך לייענבארער מעשה ביכל.

אט דאס איז די הייליגע ישיבה “קול ארי'”.

די געפילן רוישן אין מיר ווען איך זעה ווי יעדער בחור האט א חלק אין די שמחה ווי ביי א אייגענעם ברודער. איך זעה מעלות וואס מ’זעהט נישט ביים “עווערעדזש” בחור וואס לעבט אינעם עולם הישיבה.

איך זעה בחורים וואס דער עווערעדזשיזם האט זיי פארראטן און זיי האבן איר איבערגעשטיגן פון א זייטן טיר!

איך בין מקנא די הייליגע סטעף וואס גיבן זיך אפ מיט די לעכטיגע ערליכע הייליגע נשמות, וועלכע האבן מיט א קליין שטופ באוויזן צו שטייגן גבוהות ורמות.

און אט קומט אריין דער באגאבטער בדחן ר’ פנחס מרדכי וועבער, אויף וועם מ’דערקענט אז על אף דאס גראמען איז א פרנסה ביי אים, איז ער דא פאר א הייליגערן צוועק! ער שפילט זיינע טאלאנטן מיטן הארץ אין די האנט! ער מאכט לאכן און וויינען אין מינוטן צווישנשייד.

דער אטמאספערע איז אין די רקיעים, דער עולם צוגייט זיך אין א טאנץ. ר’ יששכר גוטמאן באווייזט וואונדער. הרב בערקוי מיט נאך אפאר שפילער אויף וועלכע מ’זאגט מיר אז צוויי זענען גאר פון די ישיבה אליינס! אזוי געלונגען און טאלאנטפול!

וואס זאל איך אייך זאגן? איך שפיר ווי די פמלי’ של מעלה טאנצט דא מיט! זאל איך מגזם זיין מיט מיינע עראינערונגען? איך קען נישט! ווייל וואס איך זאל נאר זאגן, איז ווייט פון גוזמא.

ישיבה קול ארי’ איז א שטאלץ פאר כלל ישראל, מהם ילמדו וכן יעשו.

דער ראש ישיבה ווייסט נישט ווער איך בין, אבער איך ווייס שוין יא ווער ער איז!

הרב וועבער און הרב לאנדוי, מיט הרב פריעדמאן ועוד וועלכע איך קען נישט ביי די נעמען. דוכט זיך מיר הרב בינער און נאך אידן וואס גיבן אוועק בלוט צייט און געלט פאר די הייליגע ישיבה! אשריכם. יהי חלקי עמכם.

דיסקלעימער: מ’האט מיר נישט געבעטן צו שרייבן! דאס איז נישט קיין אדווערטייזמענט! עס איז געפילן! אה! און פאר איך פארגעס, זיכער וואלט איך געגעבן אהין א פארמעגן מיט געלט. ווייל וואו דען וויל איך האבן א חלק אז נישט אין באשעפערס פאמיליע?

Advertisements

Leave a Reply

Please log in using one of these methods to post your comment:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Google photo

You are commenting using your Google account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s