אין הימל זענען דא צוויי היכלים, איינס נעבן די צווייטע, דער היכל הנגינה מיטן היכל התשובה. און ניין, איך בין נישט דא אייך מוסר צו זאגן, אבער הערט א
אינטערסאנטע מעשה.
איין שיינעם טאג טרעף איך מיך שפאצירן אין די היכלים, און איך קוק זיך ארום, און זוך וואו אריינצוגיין. מיט איין בליק אריין צום היכל התורה, זעה איך אז איך דארף נאך אסאך לערנען צו קענען דארט באמת זיך טרעפן דאס פלאץ. אידן מיט לאנגע בערד און פארקנייטשטע שטערןס שטייען פארבויגן איבער שטענדערס מיט אפענע גמרות און זענען זיך מתענג בתענוגי העולם הבא די הייליגע תורה. עס כאפט מיר א שוידער, וואס טוה איך אויב מ’גיט מיר א גמרא און מ’שטעלט מיך דארט אריין? ווי לאנג וועל איך קענען קוקן אויף די הקדמות, הסכמות, און פענעמוראנטן? איך דארף מיך זעצן לערנען…
איך שפאציר דורך דעם היכל העבודה, עס גייען קולות ביזן הימל מ’דאוונט מיט כוונה, ווער אינטערן טלית, און ווער מיטן קאשקעטל, אבער דער קול איז חוצב להבות אש, עס קרעמפט מיר ביים הארצן, איך בין נאך ווייט נישט ראוי דא אריינצוגיין, איך וועל צווישן די אלע עובדים אויסזעהן אובד…
גיי איך אביסל אראפציהר אפשר וועל איך טרעפן א פלאץ זיך אריינצוזעצן ערגעצוואו און טרעפן א סביבה מיט אידעלעך פון מיין שטייגער, אלזא טרעף איך מיך הארט נעבן דעם היכל גמילות חסדים, איך קלער, אה! דאס איז דאך שוין א היכל וואס אונזער דור איז אזוי שיין מוקיר, לאמיך זעהן וואס דארט טוהט זיך. איך עפן אויף די טיהר, א ריזיגער גאלדענער טויער און עס אנטפלעקט זיך א גמילות חסדים היכל, וואו אידן זיצן און זענען עוסק אינעם חסד מיט וואס זיי זענען פארנומען געווען בחייהם, איינער גיט היטשעס א צווייטער קאכט פאר קראנקע, א דריטער זינגט מיט א פידעלע פאר אן עלטערן איד, עטליכע גייען נאך געלט. וכו’.
זאל איך אריינגיין? ניין! איך האב נאך אסאך צו טוהן אין די נושא פון חסד פאר איך בין גרייט צו אריינגיין אין היכל פון וואו מ’קען נישט צוריקקומען בעפאר תחיית המתים.
איך גיי ווייטער א שטרעקע פון עטליכע מייל און איך זעה צוויי הערליכע היכלים איינס נעבן צווייטן, מיט גרויסע שילדן “היכל הנגינה”, און גראד דערנעבן “היכל התשובה”. דאס דארף שוין זיין אינטערסאנט! נגינה? וועלכער דור קען זיך פארמעסטן מיט אונזער דור אין נגינה? וועם האבן זיי אלע געהאט? אפאר חזנים’לעך מיט אפגעריבענע שטימעס? מיר האבן דאך היינט צו טאג דעם היכל הנגינה אויפן עולם הזה אליינס…
איך בליק אריין! עס ווערט מיר פינסטער, עס שטייען דארט צדיקי עולם מיט די אינסטרומענטן מיט וואס זיי האבן געשפילט מעורר צו זיין לבבות ישראל, ועל גביהם דער משורר עליון דוד מלך ישראל חי וקיים מיטן פידעלע, און מ’הערט א נגינה וואס איז מושך את הלב מיט אהבה און יראה געפלאכטן און דרינגט אריין אין יעדן אדער צום הארץ, אזש דער רביעית דם התמצית שפירט ווי עס טרוקנט אפ… איך שפרינג אוועק, איך בין נאך נישט גרייט פאר די אייביגקייט דא.
ממש דארט הארט דערנעבן איז די טיהר צום היכל התשובה, נו! אויך אן עסק וואס איך קען ווען נוצן, אבער יום כיפור פאסט איך, תחנון זאג איך, סליחות דאוון איך, בין איך דאך אויך א בעל תשובה, לאמיך כאפן א בליק וואס דארט גייט פאר.
עס רייסן זיך אידן מיט א אינערליכן געוויין און געבעט צום אויבערשטן אויף תשובה, און זיי זענען עוסק אין תשובה מיראת התרוממות… עס שרעקט מיך ביים הארצן, איך לויף מיט די נשמה אין די האנט און קען קוים כאפן דעם אטעם פון דעם שרעק וואס הערשט און איז אומבאגרייפליך פארן פשוטן בשר ודם.
איך זיץ אינדרויסן אויף א קליינעם קעסטל און פרוביר זיך צו בארואיגן פון וואס איך האב נארוואס דורכגעלעבט, און דאס הארץ קלאפעניש ווערט אביסל רואיגער, ווען פלוצלינג הער איך א געזאנג…
איך לויף קוקן, ווער זינגט דאס דא אינדרויסן פון די היכלים? איך האב געמיינט אז נאר אין עולם הנגינה זינגט מען? דא איז דאך אן ערנסטער מקום א עולם האמת?
א קליינער בריקל מיט א געבויטע הערליכע פלאטפארמע צווישן עולם התשובה און עולם הנגינה, אויף וועלכן עס שטייען באגאבטע זינגער’ס און זינגען פארן הייליגן באשעפער, עס ציהט מיך צו זעהן וואס דארט קומט פאר? ווער זענען די זינגערס וואס האבן צוזאם געבראכט די צוויי היכלות און באנוצן זיך מיט אזוינע געהויבענע כוחות פונעם היכל התשובה און היכל הנגינה.
אה איך זעה שוין!!! די קאפעליע פון דעם הערליכן נייעם סידי “על המזון”!
מ’זינגט פארן באשעפער איבער די גרויסקייט פון די מצוה פון ברכת המזון!
מ’איז מעורר אידן צו טוהן די מצוה בשלימות!
איך פרעג איינעם: זאג נאר פארוואס פונקט דא צווישן די צוויי היכלים??
זאגט ער מיר: דאס איז אן ארבעט וואס פארמאגט די טאלאנט פון היכל הנגינה, און דאס ערנסטקייט פון היכל התשובה, דערפאר דא אין הימל האט יעדע זאך דאס פלאץ, און פאר אט די הערליכע ווערק איז קיין בעסערע פלאץ נישטא ווי צווישן די צוויי הייליגע היכלים.
יא! פארדעם האב איך מיט אלע כוחות פרובירט צו האבן א חלק אין די הייליגע ארבייט! יעצט פארשטייט איר שוין וואס זאלץוואסער זוכט אין דעם נייעם על המזון סידי??? וואלט איר נישט געוואלט דארט זיין?