איך גיי היינט צופרי אין מקוה, האלב פארשלאפן ווי געוויינליך, איך וועק מיך אלס אויף ביים פארצימער צום מקוה ווי אלע געלט נעמער’ס זיצן און נעמען, און איך גאלאפיר אריין אין מקוה, וויסנדיג אז יעדע עקסטערע מינוט דארט קען מיך קאסטן אן אפותיקי.

היינט צופרי עפעס ווי מאגנעטיש ציהט מיך איין טישל ווי עס שטייען צוויי איידעלע אינגעלייט און רופן אויס איבער א גורל פאר פינעף אלפים פון די ארגיניזאציע “חברים”. אה! דאס איז שוין עפעס אנדערש! פון דא אנטלויף איך נישט!

איר מיינט אודאי אז די פינעף אלפים גורל ציהט מיך צוליב דעם ריזיגן געווינס וואס איך האף צו געווינען? ניין! איך האב שוין געווינען פון חברים באלד מער ווי דאס, דורך די עטליכע מאל וואס ס’איז מיר אויסגעקומען צו נוצן זייערע חסדים.

ווען איך דערמאן זיך צוריק א צופרי וואס איך בין אויפגעשטאנען און זיך געיאגט אין דער ארבייט, און ווען איך האב געוואלט אנצינדן דעם קאר האט מיך דער מציאות געשלאגן אין פנים אז “עס גייט נישט עס פארט נישט דער מאשין”. זייענדיג א שיינער איד מיט טריפל עי, און אסאך גוטע פריינט, האב איך שנעל אנגעהויבן מאכן מיינע טעלעפאן קאלל’ס צו זעהן זיך ארויס פונעם פלאנטער.

ערשט רוף איך טריפל עי, און זיי לייגן מיך אויף האלד! נאכאמזל מיין טעלעפאן האט נישט קיין ווייערס (ווייערלעס) ווייל פון אזוי לאנג הענגען וואלט איך רח”ל זיך געשטיקט.

ביזדערווייל שטעל איך אפ מיין שכן, וועלכער זאגט מיר אז ער האט נישט קיין קעיבל’ס און מיין חבר וואס האט יא איז שוין אינטערוועגנס, ער קען קומען ביינאכט מיר העלפן.

טריפל עי זאגט מיר אז זיי שיקן ארויס א ריקוועסט (אזא מין וועסטל פארן רוקן. אדער צו ריקן די קאר. איך ווייס נישט) און זיי גייען מיך לאזן וויסן ווען איך וועל באקומען הילף.

איך קלער אזוי צו מיר אז עס וואלט געדארפט זיין א תקנה אז ווען דער קאר ארבעט נישט טאר דער זייגער אויך נישט ארבייטן, ווייל ביזדערווייל לויפט די צייט און איך שטיי!

מיין ברודער זאגט מיר אויפן טעלעפאן, איך זאל רופן “חברים”, אבער איך ווייס דאך יא אז יעצט אין די פריע שעה’ן פון טאג וועט נעמען א יאר מיט א הושענא רבא אז איינער זאל אנקומען. נאכדערצו קלער איך אז די דיספעטשערס שלאפן נאך!

אבער נויט ברעכט אייזן, און איך רוף אן חברים דקרית יואל. און איך וויל זיך אנטשולדיגן פארן רופן אזוי פרי, אסער אויפן טעלעפאן זעהט אויס אז די דיספעטשער איז נישט יעצט אויפגעשטאנען און איז שוין ביזי מיט נאך טעלעפאן קאללס.

ס’ווערט מיר שווארץ פאר די אויגן, מה-דאך ווען איך בין ווען דער איינציגער וואלטן זיי אנגעקומען נאך הו”ר, וואס טוה איך דא ווען עס זעהט אויס אז האלב קרית יואל דארף א בוסט? איך בין אויף צרות!

הכלל, עס גייט נישט דורך קיין צוויי מינוט, און עס באווייזן זיך צוויי אינגעלייט, איינער מיט א קאר פון א קאמפעני, וואס ווי ער זעהט אויס קומט ער שוין פון א ווארקסייט, און דער צווייטער זעהט טאקען אויס ווי פון בעט ארויס, אבער וואס איז מיר א חילוק, זיי פרעגן ניט קיין שאלות, שטעלן זיך אוועק מיט די כלים, און מיין קאר פארט . . .
נאך פאר איך האב עספייעט צו פרעגן זיי צו מ’קען באצאלן פאר די איבערגעגעבענע ארבייט פון חברים זענען זיי שוין נישט געווען צום האבן (מיט א פת”ח).
אזוי האב איך שוין געהאט א שיינע פאר עפיזאדן וואס אלס האט חברים מיט די אומבאצאלט וואלונטירן געווינען דעם רעיס, און אלס געקומען צי הילף נאך פאר סיי ווער האט געקענט באווייזן עס צו טוהן.
***
איך האב געקלערט צו מיר אז איך וועל אריינשיקן א טשעקל צו די חברים, ווי נישט ווי בין איך דאך נישט סתם אזוי א שלעפער וואס דארף אנקומען צו יענעם’ס טובות, און איך האב מיך געשפירט מורא’דיג שלעכט אז איך האב געדארפט אויסנוצן צוויי אידן אין זייער טייערע צייט. אבער ווי נאר איך בין אריין אין קאר האב איך פארגעסן פון דעם גאנצן געדאנק, און צוריק צו די געשעפטן…
היינט צופרי האב איך מיך דערמאנט אז איך בין שולדיג געלט פאר חברים! נישט נאר פאר די טובות וואס זיי האבן מיר געטוהן, נישט נאר פאר די צייט וואס זיי האבן מיר אוועק געגעבן, און נישט נאר פאר די רואיגקייט וואס זיי גיבן מיר וויסנדיג אז מ’קען זיך אויף זיי בעז”ה פארלאזן אין א שעת הדחק. נאר אפילו איך זאל נאר רעכענען עקוויפמענט און אנדערע קאסטן וואס ווערן גענוצט צו העלפן, ווי למשל געז אדער אנדערע חפצים וואס זיי נוצן פאר מיר, איז דאך דאס אליינס א מטבע וואס מ’דארף באצאלן.

אבער מער פון אלעם! זיי טוען מיינע פליכטן! זיי טוען וואס איך וואלט ווען געוואלט קענען אליינס טוהן, ארום גיין און העלפן אידן. נאר וואס זאל איך טוהן אז מיין מאמע פלעגט זאגן אז ווען איך לייג אריין די האנט צו בויען די סוכה ווערט עס א שיף! מיינט עס אז איך דארף נישט האבן א חלק אין אזא גרויסע מצוה?

דעריבער ווען איך האב געזעהן דעם טישל פון חברים, האב איך עס באטראכט ווי דאס ערשטע מאל וואס איך פאר דורך א טאלל בוט און איך “מוז” באצאלן, ברצון! ווייל איך וויל! ווייל איך וויל האבן א חלק אין די מצוה שאין לה דורשין.
טייערע חברים! איך בין א חברים מעמבער, ווייל איך האב געקויפט עטליכע פון די גורלות, וואס דערמיט בין איך א חלק פון זייער ארגעניזאציע. זייט איר אויך א מעמבער, און קויפט וויפיל עס גייט! די פינעף אלפים וועט אייך נישט ארים אדער רייך מאכן, אבער נאך א טיקעט’ל וואס ווערט פארקויפט, איז פאר זיי הויפענס חיזוק.

חברים כל ישראל!

Advertisements

Leave a Reply

Please log in using one of these methods to post your comment:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Google photo

You are commenting using your Google account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s