זייט מיר מוחל פארן אויספלאץ, אבער אלעס האט א שיעור! אויסער די אידן וואס האבן נעבעך נישט.

איך ווער צעפלאצט יעדעס מאל וואס איך קום אין ביהמ”ד און איך זעה צעטלעך און מודעות וואס לייענען זיך בערך אזוי: יעדער וועט קומען! קיינער וועט נישט פעלן! וויליאמסבורג גייט העלפן! קרית יואל גייט ארויסווייזן שטיצע! יא!…

זאגט מיר ביטע אז איך בין נישט דער איינציגער וואס עקלט זיך פון דעם שפראך! אפשר זאגט איר מיר וואס איז שלעכט מיט די גוטע געהעריגע שפראך פון בקשה? למשל: מען בעט די וויליאמסבורגע איינוואוינער צו קומען … און נישט: יא! וויליאמסבורג גייט קומען!

האט נישט דער מוח וואשעריי א גרעניץ וואס רירט אן עקל און אפשיי?

לייען איך א צעטל אין ביהמ”ד: יא! מ’גייט זיך פארהערן! פון די אנדערע זייט הענגט: יא! די ימי השובבי”ם זענען שוין דא מ’גייט שוין תשובה טוהן!

העי! בארואיגט אייך! די אלע מודעות דארף זיך אנהייבן מיט די גרינגע פראזן ווי: מיר בעטן אייך צו טוהן אזוי אדער אזוי!

פשט פון די גאנצע נייע צעטלען שפראך איז זייער פשוט א חלק פון די מוח ארבייטארער וואס מיינען אז מיטן שרייבן פאזיטיווע מעסעדזשעס דרינגט עס אריין אין דעם מח און דער מענטש וועט בלינדערהייט טוהן וואס מ’זאגט אים. לאמיר שוין זאגן אז כנים הדברים, איז דאך דאס אויך נאר ווען מ’האלט ביים ענדע פון א קאמפיין און אלעס ביז אהין פארט און איז שוין פארשטענדליך, אבער ווען אקאמפיין פאנגט זיך אן לכתחילה אזוי, מיינט דאס אז די פעדערלעך ליגן ביי די שוסטער’ס.

דאס איז מיין מיינונג! יא!

איך האב פונקט געקלערט אז אויף דעם פאזע אין וואס מיר רוקן זיך אוועק פון די יסודות פון שרייבן און מאכן פון יעדע מודעה א קאמפיין, און פון יעדע קאמפיין א מערכה, און פון יעדע מערכה, א הייליגע פליכט, און פון יעדע פליכט א פערטיגן מציאות, וועט נישט לאנג נעמען און אזוי וועלן אויסזעהן חתונה בריוולעך:

בעזהש”י

חברים און ידידים וועלן אלע קומען צו די מעכטיגע חתונה וואו טויזנטער וועלן זיך באטייליגן מיט די שמחה פון כלולת בנינו היקרים וכו’ (פארשטייט זיך אז אין לשה”ק- אדער אפשר נישט???)

און א לוי’ צעטל רח”ל וועט זיין בערך אזוי:

יא! אלע גוטע פריינט וועלן קומען צו די לוי’ פון …. קיינער וועט נישט אפלייגן די איינמאליגע געלעגנהייט וכו’…

איז נישט צייט איבערצוחזר’ן די כללים פון שרייבן און מודעות, און וויסן ווען א מערכה איז א מערכת אש קודש און ווען עס איז סתם א מודעה?

ווארטס נאר ווארטס! יעצט קומט די אתרוגים סעזאן! לאכטס א גוטס ווען איר וועט זעהן די מודעות און פארשטיין פון וואס איך רעד פונקטליכער.

א גוטע נאכט

Advertisements

Leave a Reply

Please log in using one of these methods to post your comment:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Google photo

You are commenting using your Google account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s