היינט דרייוונדיג מיין גינגאטישן יוקאן אויף די געסעלעך פון קרית יואל המעטירה האב איך מיך אנגעשטויסן מיט ר’ לוזער פייפער’ן. א איד א זקן מופלג וועלכער פייפט שוין אויף די וועלט זינט דער באנדיט וואס האט דעם פייפער ערפונדן האט דאס אטאטשירט צום אויטא געשטעל.

איך האב מיך שוין לאנג געוואונדערט ווער עס איז געווען דער חכם וואס האט ערפונדן דעם געדאנק אז דער פייפער זאל זיין אויף אזא מקום חשוב אינעם אויטא, אין דער צייט וואס נאר נערוועזע און אומערצויגענע נוצן עס עמטליך. און א סתם עמא דבר נוצט עס נאר אמאל ווען נייטיג. וואלט נישט פאסיגער געווען צו לייגן אינמיטן דעם “מיש-רעדל” (סטירינג וויהל) א שפיגל? אז דער דרייווער זאל זיך זעהן בכעסו?

אלנספאלס ר’ לוזער איז א באקאנטער פיגור, ער נוצט דעם פייפער זייער אפט, דערפאר רופט מען אים לוזער פייפער ווייל ער איז לויז צום פייפער. ער למשל נוצט נישט דעם פייפער ווען ער וויל מעורר זיין איבער א אומערווארטעטן דריי וואס ער וויל מאכן, ער נוצט עס פאר פולע אקטיוויטעטן.

ווי למשל: ווען ער זעהט זיין פרענט און ער וויל אים ווייזן אז ער זעהט אים פייפט ער ביז יענער וואס קען אים באמת נישט זעהן שאקלט באונס מיטן קאפ כאילו ידע את יוסף.

ער גלייכט דעם פייפער ווי אן אייגן קינד! אויב איז נישטא אויף וועם צו פייפן וועט ער זיך אנלאנען דערויף בטעות! א טאג וואס דער פייפער האט נישט געפיפן איז ביי ר’ לוזער’ן א שוואכער טאג.

האט אים דער אויבערשטער היינט נאך פאר די טאג האט זיך געענדיגט מיט שיער קאלאסאלע דורכפאל אן קיין פייפערייען אים צוגעשיקט א קרבן אני הקטן.

דאס ערשטע מאל האט ער געפיפן ווען ס’האט זיך אים געדאכט אז ווען ס’גייט ווערן גרין גיי איך נישט זיין גרייט צו שניידן די געפלאסטערטע פעך, האט ער שוין אנגעהויבן פייפן ווען דער רויטער שאקלדיגער האנט האט זיך אויפגעהערט שאקלען. פשוט צו מאכן זיכער אז איך בין געהעריג אויף די וואך.

איך בין דן לכף זכות אז ער האט אן אימערדזשענסי סיטואציע און איך פאר ווייטער, און… ווידער פייפט ער מיר אין אויער! איך קוק פון ארונטער און זעה אז דאס מאל מאכט ער ביי ביי פאר זיין חבר, נאר וואס דען, זיין פייפער האט אלס א אנגעצויגענע שטימע האב איך נישט געוואוסט אז דאס מאל איז עס א פריינדליכע פייף פאר זיין חבר.

גייט נישט דורך א מינוט און ס’טוט זיך א פייפעראציע. אויף אזוי ווייט אז דער פייף איז שוין פארוואנדלט אין א צארנדיגער ניגון וואס אומווילדיג פארט די טאן ארויף און אראפ. איך קוק שנעל אין די ערשטע שפיגל וואס קומט אונטער. איך מוז דאך זעהן צו דאס איז א פריינטליכער “לאנגער” פייף! אפשר זאגט ער א לענגערן סטעיטמענט יעצט.

דאס מאל זעהט ער אויס בייז! ווי עס איז משמע האט א פארקירטער קאר געמאכט בלינקער’ס ארויס צו שארן זיך פון יקום פארק”ן צו פארן, און לוזער האט געוואלט זיכער מאכן אז אויב איז דער דרייווער בלינד זאל ער כאטש הערן אז א קאר פארט דא און ער זאל מאכן דעם עקסידענט מיטן נעקסטן דרייווער (לוזער איז נישט משוגע! ער האט נישט חייש געווען אז ער איז טויב און בלינד! מ’קען עפעס לעבן אויף קאנספיראציעס?)

אבי ער מיינט נישט מיך! איי וואס שטערט מיך וועם ער מיינט? איך פאר ווייטער.

איך באקום אריין א טעלעפאן רוף אויף מיין געפרוירענעם בלעקבערי!!! און פאר גרויס שמחה אז ער האט געכאפט א פולס, קוק איך צו ס’איז טאקע ריכטיג!!! און לוזער פייפער האט באמערקט אז איך קוק אוועק פון רעדל, האט ער זיך ארויסגעלאזט אין א פייפעריי וואס האט אויפגעוועקט קאטשקעס פון ארום א קוואדראט מייל.

איך קען מיך פארשטעלן פארוואס ער פייפט אזוי! ער האט געמיינט אז איך גיי ווערן אזוי בגילופין אז מיין בלעקבערי ארבייט און איך וועל מיך פארלירן און פארגעסן פונעם מצב און ל”ע פארפארן אין א טרעקל אריין ! האט ער מיך געוואלט ראטעווען. שיין פון אים!

אזוי צירקולירט לוזער’ל ארום און פייפט ווי די שטאט איז ווען זיין אייגנטוהם! ער פייפט קודם מיט שיינעם, דערנאך פייפט ער שטרענג! און אז ער בארואיגט זיך פייפט ער אין גרויס צופרידנהייט.

ר’ לוזער טייערע! אפשר האנדלט איר זיך איין א טרעקטאר טרעילאר? עס האט א ריזיגן הארן פייפער פון דער הייעך! און דאן וועט די שטאט טאקע וויסן ווער איר זענט!

Advertisements

Leave a Reply

Please log in using one of these methods to post your comment:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Google photo

You are commenting using your Google account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s