עס איז יארע תפצ”ט און די וועלט איז אנגעקומען צו א מצב פון אלוועלטליכע ראבאטיזם.

יענקל ליגט אין בעט און דער אי-וועקער זייגער האקט אויף אים מיט רציחה ביז יענקל זאגט א פעססווארד און דאן לאזט עס נאך!

ארויסגייענדיג פון הויז צום קאר ווארט אויפן דזשי פי עס דער זמן קרי”ש פארן היינטיגן טאג, און א קליינעם סקרין קרי”ש לייענער.

יענקל קומט אן נעבן שוהל און פונדערווייטנס דערקענט מען שוין די געלע דזשעקעטס פון די “יקום פארקינג” ארגעניזעשאן וואס העלפט ארויס טרעפן פארקינג.

ער כאפט דעם טלית בייטל און לויפט אין שול אריין, פארט אראפ מיטן עסקעלעיטאר וואס פירט צום מקוה טיהר, דארט לייגט ער אראפ זיין בייטעלע אינעם “טלית ותפילין סעלף סטארעדזש” און באקומט א קארטל זיך נישט צו פארמישן מיט א צווייטן אדער דארפן זוכן.

אין מקוה נעמט ער א סייז 16 האנטוך (ער איז געווארן עפפראווד פאר די גרעסערע סייז גראד נאכן דורכשפאצירן דעם מקוה סקעיל…)

גייט צו די באנק שמירט דורך זיין מקוה קארטל און דאס זיץ מיט די הענגער’ס מאכן זיך אויף גרייט מקבל פנים צו זיין דעם חשוב’ן גאסט.

שפאצירט צו די שויערס מיטן האנטוך. גיבט עס איבער צום גבאי’ן פון “שומרי האנטילאות” ארגעניזאציע, וועלכעס האלט קאנטראל אויף די האנטוכער אז מ’זאל נישט קומען צו נעמען א צווייטנס ח”ו. און ווער רעדט נאך פון דאס אומווערדיגקייט פון נעמען 2.

לויפט אריין אין בור טובל’ט זיך זיינע ש”י טבילות, שפאצירט ארויס, באקומט דעם האנטוכל צוריק, און מיט א סווייפ איבערן בארקאוד אויפן האנטוך באקומט ער גענויע דירעקציע’ס: דיינע בגדים זענען ביי באנק 16 זיץ 11 פארגעס נישט דיין קאפל.

און אזוי קומט יענקל ארויס און לויפט צום ערשטן שטובל זיך מיטכאפן מיטן מנין, פירט דורך זיין מעמבער קארטל ביים טיר; נאר אזוי עפנט זיך עס! אבער עס רופט אויס: דיזער מנין איז שוין פוהל, אויב זענט איר גרייט צו שטיין, דאן דרוקט ענטער און נעמט א תחנון שטענדער פון די לינקע זייט.

יענקל פליקט ארויס דעם טלית פון בייטל ער האט נישט קיין געדולד צו ריסטארטן זיין בייטל און ווארטן ביז ס’ווארימט זיך אן, היינט וועט ער לייגן א קאלטן טלית. דעם תפילין בייטל שטעקט ער יא איין אינעם יו עס בי פארט, זאל עס זיך אביסל אנווארימען.

ברכו נפשי…. ער גיט א שנעלן סלייד אויפן סידור, עס קומט ארויף צוויי אפשען’ס. ספרד, אדער אשכנז? ער סעלעקט שנעל ספרד. ער האט נישט קיין צייט היינט, א שאדע אז ער האט נאך נישט געבוקמארקט זיין נייעם סידור.

און…. נאך דאס פעלט אים אויס. זיין סידור האט א וויירוס און ס’לאזט נישט נאך, עס האלט אינאיין איבערזאגן: ביטע ווארט אויפן בעל תפלה, ער איז נאך צוויי סטאפס צוריקגעשטאנען!

ער לויפט צום אנדערן מנין פליהט אריין ווען די טיר עפנט זיך פאר א צווייטן. און דער טיהר רופט אויס: ביטע שטייט אוועק פון דעם טיר, דאס איז א פארנדיגער מנין!!!

די געלט גייערס גייען ארום מיט די איי-קאלעקטער און סווייפן די בארקאודס ביי יעדן. א בחור לייגט אריין א בי און באקומט א דאללער פופציג א אינגערמאן לייגט אריין וכו’. אט דרייט זיך ארום א אידל פון עזה און ער האט נישט די מאשינקע, ער בעט א אינגערמאן זאל אים בארגן זיינס.

מ’פארקויפט די עליות, עס קומט ארויף אויפן סידור א פאפ-אפ כאטש ס’איז סתם אזוי געבלאקט, אבער דער גבאי טוט עס אווערריידן. “קויפט די היינטיגע עליות פאר 10 דאללער ביי איט נאו! אדער קענט איר בידן דא. נ.ב. אין דעם מנין זענען דא 3 כהנים 1 לוי און 14 אומבאקאנט!”

צייט לויפט. יענקל דארף היינט אוועקדאווענען ביחידות א חלק ניכר, ער וועט שוין לייגן ר”ת שפעטער. עס קומט ארויף א “עראר אלערט” אויפן סידור: “דו האסט נאכנישט געזאגט קוה, און עלינו, ווי אויך שופר און לדוד. ביטע דרוק דא צו הערן שופר, און לייג אריין א צייט פאר ר”ת, דער צאת איז היינט 9:00 אזייגער”

יענקל לייגט שנעל אריין די רעמיינדער, און קליקט סקיפ אויף די איבריגע, מ’לייגט ארויף די תפילין אויפן תפילעסקעלעטאר און די רצועות לייגן זיך צוזאם ווי ניי, און מ’לויפט!!!

ער באמערקט א מודעה אויף די אי-בארד ביים טיר, גאנץ אינטערסאנט, איינער האט צו פארקויפן א סעט פעססווארדס מיט נאר 10 אותיות! מוז זיין עפעס א ירושה! זיכער צו טייער פאר אים.

מיט די גאנצע געיאגעניש קען אבער יענקל נישט פארזעהן אז עפעס א בהלה טוהט זיך קעגן איבער, פוהל מיט שנעלע הילף וואלונטירן, יעדער זיצט ארום די מאשינקעלעך און מ’קאמיוניקירט מיטן באטראפענעם וועם מ’העלפט דא.

וואס גייט פאר? פרעגט יענקל

גארנישט ספעציעל! טעקסט אים דער רויטער אינגערמאן דארט וואס האט געליינט אויף זיין רעקל סקרין אז ער וויל וויסן וואס דא איז געשען.

איינער האט זיך אויסגעשפארט! זיין טיר עפנט זיך נישט אליינס! האט מען גערופן חברים, זיי קענען זיך אויס מיט די אמאליגע טעקניקן וויאזוי מ’עפנט א טיר.

ב”ה גארנישט געשען מ’קען פארן ווייטער! מ’האט שוין געהערט אזוינס אז מ’דארף מעניועלי עפענען א טיר! זאל מען האבן אפגעקומען די עבירות מיט דעם.

און דער טאג פאנגט זיך אפיציעל אן!!!

יענקל זעצט זיך אריין אין קאר, און פארט צום דרייווטרו ברעקפעסט טאנעל! יענקל האט דא ליעב צו קומען צוליב דעם אמת’ן סלאגאן אויפן טיר. “פארט אריין הונגעריג, קומט ארויס זאט, אין 2.5 מינוט”.

מ’שטעלט אן דעם היומען נעוויגעיטאר אויף ברעקפעסט מאוד און עס קומט ארויף אן אראנדזש אלערט: “היינט קענסטו עסן 2 האלוויט ברויט מיט אוואקאדא, א האלבן קאפ אראנדזש דזשוס! ווייל דו האסט שוין געטרינקען נעכטן צו פיל! פליז סעלעקט, 1. פולע מעניו 2. סאפלעמענט אין פיללס 3. אינהעילער (אריין אטעמען) סאפלעמענט.

יענקל האט ליעבערשט צו זעהן דאס עסן, עס מאכט אים זיך דערמאנען פון די אלטע היים! בכלל איז ער שטארק מקפיד אויף מנהגים, אלזא ער וויל פול מעניו. העכסטנס וועט ער מוזן בייסן און שלינגען, דאס לעבן איז נישט גרינג!

מען פארט אין דער ארבייט אריין. יענקל’ס ארבייט איז נישט קיין גרינגע, עס דערמאנט אין די עבודת הפרך פון מצרים ווען מ’האט געבויט פיתום און רעמסס און צום סוף איז עס געווארן צעווארפן. ער ארבייט פאר א ריזיגע שיך מאניופעקטשארער. אין זיין דעפארטמענט לייגט מען אריין די דזשי פי עס אפאראט אינטערן שיך וואס האלט קאנטראל אויף די קינדערלעך.

זיין ארבעט איז גאר א שווערע, ער איז ביי די ריטוירנס דעפארטמענט, וואס שיקט ארויס סיגנאלן פאר די עלטערן וואס די קינדערלעך זענען ארויס פון די 2.2 בלאקס רעדיאס און מ’דארף זיי ריטוירנען.

אבער וואס טוט מען נישט פאר פרנסה?

היינט איז א גאר גרויסער טאג אין די ארבעט! דער בעל הבית’ס אי-ריעדער האט היינט געענדיגט א מסכת! דער בעה”ב נעמט אפיר דעם כלי און קוקט מיט גרויס פרייד ווען טרערן קומען אים אין די אויגן אז נאך אזויפיל מאל ריסטארטן דעם מאשינקע איז עס אנגעקומען צום “דאונלאוד קאמפליט”. און יעצט האפט ער אז ער וועט קענען זיך נעמען צום נעקסטן מסכת בעז”ה.

די ארבייטער האבן אלע צוזאמען געברענגט א שיינעם בלומען-פאד וואס טוישט זיך פון טרויבן צו טשעריס און אזוי ווייטער! אלעס לכבוד דעם סיום.

די ארבייט דארף דאך געטון ווערן! און יענקל שטעקט איין זיינע ידים אין דעם קאמפיוטער פינגער ריעדער, דאס טוט מער ווייניגער דער ארבייט, אבער דאס לאזט אים נישט אוועקרירן זיך פונעם קאמפיוטער פאר א האלבע שעה צייט! הוי וואס האבן אונזערע זיידעס דען געוואוסט?

***

אונזערע באבעס פלעגן 3 טעג נאכן וואשן וועש נישט קענען רירן די הענט פון די בלוטערן און אויסשלאגן ביים וואסער.

אונז דארף מיר א פוילישע ערלית צו דרוקן דעם באטטן און מ’קען נישט נאכקומען!

אונזערע אייניקלעך וועלן דורכגיין מיט די בגדים א “קלייד וואש” און צאלן טעקס פאר די סערוויס.

***

אונזערע זיידעס זענען געזעצן געבויגן א גאנצן טאג איבער א באנק פון האלץ און געהאקט נעגל און געבלוטיגט פארן טולער.

אונז זיץ מיר ביים קאמפיוטער און שיקן אימעילס. און מ’האט נישט קיין צייט צו אטעמען.

אונזערע קינדערלעך וועלן זיצן אויסגעצויגן אויף די לופט און טראכטן פון מאכן געלט און דאס וועט זיין גענוג! זיי וועלן קרעכצן אז זייערע זיידעס האבן נישט געוואוסט וואס ארבייט מיינט.

***

איך מיין ס’איז צייט צו מאכן א שטיקל חשבון! אן אמת’ן חשבון! וויפיל פון אונזערע טייערע צייט גייט פאר וויכטיגס? און וויפיל נישט?

עס רעדט פאר זיך אליינס! צינדט אן דעם מוח! ער האט אויך א תפקיד אויף דער וועלט!

Advertisements

Leave a Reply

Please log in using one of these methods to post your comment:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Google photo

You are commenting using your Google account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s