בס”ד

צו מיינע טייערע חברים, ישראל קדושים, רחמנים בני רחמנים.

עס איז נישט מיין סדר צו קומען צו אייך מיט אזא בקשה, אבער ההכרח לא יגונה, און אפשר אין אזא זמן ווי אלול, ווען יעדער זוכט זכותים, וועל איך אפשר נושא חן זיין און באקומען א געהעריגע אנטווארט פון כאטש א טייל פון די חשוב’ע לייענער’ס.
עס האט זיך געוואנדן צו מיר איינער פון די לייענער און אומוועלדיג האט ער אביסל פארציילט פון זיין מצב וואס האט מיך גאר שטארק באנומען.
א איד פון אונזערע גוטע פריינט איינער וואס האט אסאך בייגעשטייערט צו אונזער וועלטל, און איז נאך אלס בתוכינו אלס מיט א שמייכל און א גוט ווארט.
די קינדער לאזט מען אים נישט אריין אין די מוסדות
עסן גיט מען אים שוין נישט אויף בארג.
זיין דירה איז אין פארקלאוזשער, און ער איז געפאקט אין באקסעס גרייט יעדן טאג צו פארלאזן.

איך דארף אייך נישט זאגן אז מיט 7 קינדערלעך אין שטוב איז דאס א מצב וואס “אומדערטרעגליך” איז א שיין ווערטל דערויף…
איך האב פון מיין זייט אנגעהויבן צו טוהן וועגן די קינדער און די עסן אז ס’זאל זיך אביסל געבן א ריר דער מצב, און איך טוה פעולות מיט די הילף פון אפאר טייערע עסקנים, אים צוריק אריינצושטעלן אין א פרנסה וואס איז פאסיג, (דער איד האט אלס געארבעט, און איז ממש ארויסגעפאלן פון א פרנסה פון איין טאג אויפן צווייטן, און ער קוילערט זיך בארג אראפ זינט דאן)
אויב קען איך מיט אייער הילף און הארץ, שאפן פאר דעם איד א סכום פון $10,000 קען מען אים צוריק שטעלן אויף די רעלסן און האבן א חלק אין אזויפיל נפשות בישראל אויפצורעכטן אויף אייביג.
וואס וויל איך דען פון אייך? איך ווייס איר פלאגט זיך אויך! און איך אויך! אבער דער כח הרבים איז דאך עפעס וואס איר זענט מיר אלע מודה אז עס איז נורא נוראות.
לאמיר זיך פארשטעלן אז מיר געבן אים אוועק דעם לעצטן הונדערטער וואס מיר פארמאגן, און דאן גיבט אונז דער באשעפער נאך, וויאזוי וועט מען אונז מקבל פנים זיין ביים משפט דאס יאר ראש השנה? וועט דער הונדערטער זיין נאר סתם נאך א הונדערטער? אדער וועט עס אראפוועגן דעם וואגשאהל אונז צו ברענגען הצלחה ברכה בכל ענינים?
הייליגע טייערע ברודער! העלפטס דעם איד! און לאזט מיך וויסן אין אישי וויפיל געלט איר זענט גרייט צו געבן אדער שאפן, און איך וועל אי”ה מאכן זיכער אז מ’נעמט עס אפ ביי אייך! געדענקט וואס עס איז אויפן וואגשאהל! א גאנצע אידישע שטוב!!!

איך דארף זאגן מער?
מיין אימעיל אדרעס איז:
zaltzvaser@gmail.com

Advertisements

Leave a Reply

Please log in using one of these methods to post your comment:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Google+ photo

You are commenting using your Google+ account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s