די גרעסערע העלפט לייגט מען אוועק פאר …

איך האב שוין אסאך בייגעוואוינט ווי אידן גיבן זיך אן עצה מיטן דאווענען, און טוען מאלטי-טעסקינג אויפן שענסטן פארנעם, ווען מיט איין האנט האלט מען די פאדערשטע ציצית פאר ברוך שאמר און מיט די צווייטע האנט קלאפט מען סלח לנו, ווען אינדערזעלבער צייט בייגט מען זיך מודים און מ’לאזט אראפ די רצועות פון די פינגערס גרייט פאר רבינו תמ’ן.

אבער דאס וואס היינט האט געטון ביי אונז א מתפלל, האט מיך שוין אביסל אויפגעברויזט, דהיינו. איך פארשטיי אז ער פאנגט אן דאווענען איז ער נאך געוויינליך האלבוועגס דאהי, און זיינע דמיונות און חלומות זענען זיך מתגבר ווי מער ער פראגרעסירט אינעם דאווענען, און געוויינליך איז דער הויכפונקט ביי שמו”ע וואס דאן קען ער זיך הויך צולאכן אדער מאכן גרימאזן לויט וואו ער האלט מיטן חלום.

היינט אבער האט ער זעהט אויס פארשפעטיגט אנצוהייבן, אדער האט ער אינמיטן געמוזט טוישן ליניע אין א נייעם חלום, און ס’איז אויסגעקומען אז די הויכפונקט איז געווען ביי די הושענות! ער האט אינמיטן דעם הקפה זיך צעחלומ’ט און אפגעשטעלט דעם טראפיק פולשטענדיג אן קיין צוויי ברירות נאר אים צו דערוועקן מיט א שמייס מיטן לולב.

לערנט אייך אויס אז דער גרעסערער העלפט לייגט מען אלס אוועק פאר שמונה עשרה, מ’קען נישט זיך שטעלן גומר זיין א חלום ווען מ’האלט א הושענה זאגער אין איין האנט, א ד’ מינים אין די צווייטע, און מ’שפאצירט אין געשטופטע שמאלע רייען מיט א אנגעצויגענעם ציבור פון וועם די טליתים גליטשן זיך און האנקערן זיך. עס איז נישט יושר.

שוין, וועט איר שוין וויסן פאר קומענדיגע מאל, מ’מאכט זיך א קנייטש וואו מ’האלט און מ’איז ממשיך ביי מוסף אויב האט מען נישט צוגעענדיגט בכי טוב.

איך האב שוין לאנג געקלערט אז מ’דארף טיילן ספידינג טיקעטס ביי די הושענות, פאר די וואס טרעטן אויף די הינער-אויגן, אבער דאס איז שוין א פרשה פאר זיך.

Advertisements

קונטרס “לכל בני ישראל לא יחרץ”

מיין טייערער חבר, מיין שכן ביים דאווענען, איך בין זייער נייגעריג וויפיל דו צאלסט חודש’ליך אין דיין מארטגעדזש.

איך וויל אויך וויסן דיין יוטיליטי’ס בילל. אויב מעגליך וואלט איך געוואלט א הארד קאפיע.

אויב האסטו סיי וועלכע געזונט פראבלעמען ח”ו, אדער שלום בית פראבלעמען, וויל איך א קורצע און קלארע באריכט, לייג ביטע פינטעלעך און שטרעכעלעך וואו עס פעלט זיך אויס, אז איך זאל קענען קלאר לייענען.

איבער דיינע ארבעט פראבלעמען בין איך מער ווייניגער אינפארמירט געצווינגענערהייט, ווייל דאס איז געווען די טעמע היינטיגן לייענען. איך וויל נאר וויסן וואס די סוף איז געווארן, צו דו האסט אויסגעפירט אדער נישט?

איך וועל דיר בל”נ פרובירן צו העלפן מיט אלע דיינע פראבלעמען וואס נאר שייך. פארשטייט זיך אז איך מוז זעהן דיינע איינקונפטן אויך, צו קענען זעהן אויב דער פראבלעם איז א בארעכטיגטער. אבער איינמאל דו גיבסט מיר די אינפארמאציע ווי אויבנדערמאנט, וועל איך אי”ה שנעל קענען מאכן די החלטה.

יעצט אז איך האב דיר שוין אנגעבאטן מיין אומצווייזייטיגן הילף אנבאט, מעג איך דיר שוין יא בעטן נאך עפעס???

אפשר הערסטו אויף ארום צו פלאפלען דעם גאנצן לייענען???

אפשר פארשטייסטו מיך אז איך בין נישט אזוי פריש און מונטער שבת צופרי, און אינגאנצן נישט אינטערסירט צו הערן דיינע מעשיות געצווינגענערהייט?

וואס פרעגסטו??

אה יא! איך האב דיר נארוואס געענדיגט זאגן, אז אויב גיבסטו מיר אלע אינפארמאציע איבער דיינע מארטגעדזשעס וכו’ וועל איך זיך אויף דעם אויך זארגן. ביזדערווייל, די איינציגע פראבלעם וואס דו ווייזט ברבים, איז: אז דו שמועסט אוועק דעם גאנצן דאווענען.

גראד נאכדעם וואס דו וועסט מפרסם זיין דיינע איבעריקע פראבלעמען, בין איך גרייט צו זיין בייהילפיג.

יישר כח

נ.ב. אויב דו ביזט אמת’דיג אינטערסירט אז אלע וואס בייזערן זיך אויף דיין חוצפה’דיגן אויפפירונג ביים דאווענען זאלן זיך זארגן פאר דיין מארטגעדזש, איז ראטזאם זאלסט ארויסגעבן א גליון מיט די נויטיגע אינפארמאציע. מיר וועלן עס ערנסט איבערלייענען. א גוטער נאמען פאר דיין קונטרס וואלט געווען “לכל בני ישראל יחרץ (אין אידיש: א תירוץ פאר אלע אידן איז די “ביללס”…)

אודאי גלייב איך

זאג מיר נאר מיין טייערער, צו גלייבסטו אז ס’איז דא איין באשעפער אויף די וועלט?

אודאי גלייב איך!

צו גלייבסטו אויך אז ער איז דער טוב ומטיב און וויל דיר ברוב חסדו געבן אלעס גוטס?

אודאי גלייב איך!

צו גלייבסטו אויך אז ווען מ’זינדיגט שטראפט ער?

אודאי גלייב איך!

און ער גיבט שכר פאר גוטע מעשים?

אודאי גלייב איך!

און אז ער האט דיר א מתנה’לע געגעבן וואס הייסט “תשובה”? און אפילו דו ביזט פוהל מיט זינד קענסטו אלס זיך צוריקקערן? נישט קיין חילוק ווי ווייט דו ביזט שוין פארפארן?

עממממ אודאי גלייב איך! אבער…

אבער וואס?

מיין טייערער חבר, דו ווייסט נישט אין וועלכן אפגרונד איך בין! איך בין דארט ווי עס שטייט אז תשובה העלפט שוין נישט! איך בין דארט ווי די אידן האבן פון זייערע מ”ט שערי טומאה אין מצרים געקענט אראפקוקן און גארנישט זעהן מרוב מרחק! אט אזוי ווייט בין איך! דו ווייסט ווילאנג איך דארף ארבעטן, (אויב איז בכלל מעגליך) צו ארויף קומען אפילו נאר צו די נ’ שערי טומאה???

אה! אט דאס האב איך געוואלט הערן! און איך האב הנאה פון דיין אויפריכטיגקייט מיט מיר, און דערפאר בעט איך דיך קינד מיינס זאלסט אביסעלע צולייגן קאפ און זיך צוהערן צו מיינע רייד, וואס ווערן געזאגט מיט אהבה און צוגעבונדנקייט צו דיר כי נפשי קשורה בנפשך.

דיין שרעק איז אומזיסט! ווייל תשובה איז קלאר און דייטליך, א זאך וואס העלפט פאר יעדן! דו הערסט גוט! יא איך ווייס וואס דו קלערסט, עס שטייט דאך אין זהר אז אויף געוויסע חטאים קען מען נישט תשובה טוהן, עס שטייט דאך אז מינים ואפיקורסים אין מספיקין בידם און מ’נעמט נישט זייער תשובה, אלזא ווער זאגט אז דיר גיבט מען נאך יא די ברירה.

וועל איך דיר ברענגען צום פארשטיין וואס ווערט געברענגט מפי ספרים וסופרים (איך האב נישט פאר מיר די מראה מקומות, דעריבער ברענג איך נישט לשונות). לכאורה איז דא אסאך סתירות אין דעם ענין, עס זענען דא מפורש’ע חז”ל’ס וועלכע לויטן אז אפילו אחר וואלט נאך געקענט תשובה טוהן, און אפילו דער וואס האט שוין עובר געווען אויף אלע עבירות שבתורה און אריינגעלייגט די קאפ צווישן די פוס און תשובה געטוהן, איז ארויס א בת קול פון הימל אז ער איז א בן עולם הבא. אלא מאי?

דער ענין פון אפשרות, פון קענען, זיין ערמעגליכט תשובה טוהן, איז גאר אנדערש דער אפטייטש ווי דאס וואס חז”ל זאגן הבא לטהר מסייעין לו. דער וואס איז נעבעך פארכאפט אין מינות, (נישט דורך וועלן פארענטפערן זיינע תאוות נאר מרוב רעתו און פון זיין אומווערדיגע נשמה וועלכע וויל פון זיך אליינס נישט מודה זיין רח”ל) דער קען תשובה טוהן, אבער וועט ער דען תשובה טוהן? פארוואס זאל ער? זיין דעת איז נישטא, ער איז פארקירעוועט אין א געגנט פון וואו ער קען נעבעך נישט דעם וועג ארויס.

אויב אבער קומט א רבים, אדער א אדם גדול, אדער אמאל אומווילדיג א זכות גדול, וועלכע פירט אים צום פרשת דרכים צוריק, קען ער תשובה טוהן. און דאס וואס חז”ל זאגן טאקען אין מספיקין בידו, מ’גיבט אים נישט דעם געלעגנהייט נעבעך צו זעהן אז ער דארף תשובה טוהן, ווייל ווען ער האט יא די געלעגנהייט, און ער זעהט איין דעם אמת אפי’ נאר שעה אחת, קען ער תשובה טוהן און באקומען חיי עולם הבא.

***

חז”ל קריגן זיך צו יאוש איז קונה אדער נישט. דאס הייסט אויב דער געוועזענער בעה”ב איז זיך שוין מייאש פונעם חפץ, וועט דער פרישער בעה”ב, זוכה זיין דערין מיטן יאוש פונעם צווייטן.

איר הערט! יאוש איז א זאך וואס ראובן’ס יאוש איז מקנה פאר שמעון’ן דעם חפץ.

אייגענע יאוש איז זיכער נישט קונה! עס איז מוכר!!!

יאוש קען נאר העלפן, אז יענער זאל בלייבן מיט אייערס. און דאס דארף מען פארמיידן פאר יעדן פרייז ווען דער יעניגער איז דער סטרא אחרא.

ס’האט אמאל אריינשפאצירט א אידל אין ביהמ”ד ביים סליחות זאגן און געבעטן איינער זאל אים מוציא זיין מיט די שלש עשרה מדות ווייל ער וויל נישט אליינס זאגן.

אויפן וואונדער פון די ארומיגע וואס פשט איז, האט ער געזאגט אז ער האט שוין לאנג זיך מתגבר געווען אויפן ייצר, און ער קען שוין נישט תשובה טוהן מיט א ברכה.

דער עולם שמייכלט זיך אונטער קלערנדיג, דער איד דארף לכאורה נישט תשובה טוהן אין ערשטן פלאץ ווייל ער איז נישט מיט אלעמען.

ער פרובירט צו פארשטיין געבן אז; אמת, ער האט זיך נאך נישט מתגבר געווען אויף “זיין אייגענעם יצר הרע”, אבער אויף יענעם’ס ייצר הרע האט ער שוין לאנג א שליטה! ער ווייסט פונקטליך וואו און וואס יענער טוט שלעכט, מילא וואס א חילוק וועמנס יצר הרע ער איז איבערגעקומען?

היש חוכא וטלולא כזה? עס איז דאך קלאר אז זיך מתגבר זיין קען מען נאר אויפן אייגענעם יצה”ר.

אבער! ווען עס קומט צו יאוש, דאס איז קלאר א מוציא מרשותו, און האט נישט קיין שום אויסזיכטן פון געווינס!

אין ענגליש איז דא א אויסשפריך: אויב האט איר גארנישט וואס צו פארלירן און אלעס צו געווינען, פארוואס זאלט איר נישט פרובירן?

אין 40 טאג פון היינט קענט איר זיין א קדוש אלוקי! נישט קיין חילוק פון וויפיל שטאק ארונטער איר קומט. דאס איז א בפירוש’ער רמב”ם אין הלכות תשובה!

דער געשעפט פון פארקויפן דעם עולם הבא פאר יאוש, איז נישט קיין געראטענער! לאמיר צוזאמען זיך מקבל זיין מיט שמחה און אהבה יעצט אין די געהויבענע זמנים, צו מהפך זיין די זדונות צו זכיות, לויט ווי דער הייליגער קדושת לוי שרייבט, אז פארדעם וויל זיך יעצט ציילן עבירות ווייל אין א שעת פון דינען השי”ת מיט שמחה ווערן זיי דאך פארוואנדלט אין מצות!

איר האט גראבע עבירות? מאכט א געשעפט, און פארוואנדלט זיי אין גראבע מצוות! און אין דעם זכות זאלן מיר געהאלפן ווערן מיט אלעם גוטן און זוכה זיין צו א שנת גאולה וישועה. אמן

ראשון לחשבון עוונות – דער באנק ביכל

אין די גרויסע שטאט וויליאמסבורג וואוינט א איד א באקאנטער עסקן ר’ חיים (נעמען זענען פיקטיוו), ער גיבט זיך אוועק פאר אידן און ער העלפט זיי מיט ראט און טאט.

איינע פון די זאכן מיט וואס דער איד צייכנט זיך אויס, איז אז ער העלפט אידן וואס זענען פארוויקלט אין אן אומארגעניזירטען פינאנציעלן לעבנס שטייגער, זיי צו שטעלן גראד, און אנווייזן וויאזוי די ביכער דארפן געמאכט און געהאלטן ווערן. ער ווייזט זיי אן אז די חובות וואס זיי האבן, איז גראדע נישט פון דעם פאקט אז זיי פארמאגן נישט דאס געלט, נאר מער אלס א פארנאכלעסיגקייט אין האלטן סדר.

ויהי היום, דער טעלעפאן קלינגט, און ווי זיין שטייגער הייבט ר’ חיים אויף דעם טעלעפאן און באט אן זיין הילף צום אנדערן זייט פון טרייבל, נאך פאר ער הערט אפילו וואס דער יעניגער וויל, ווייל ר’ חיים איז געוואוינט אז מ’קלאפט אויף זיין טיר פאר הילף.

אויפן אנדערן זייט הערט מען דעם צובראכענעם שטימע פון ר’ שמעי’ א סופר סת”ם וועלכער האט זיך פארפלאנטערט אין גאר גרויסע חובות, און קען נישט ארויס קריכן. די קליינע אייננאמע פון די סופרות ביזנעס, קלעקט נישט פאר זיין גרויסע פאמיליע, און אז ער האט נאך געברויכט אויסגעבן עקסטערע אויסגאבן פון סיי וועלכן פארנעם, ברענגט דאס די גאנצע פינאנציעלע מעמד המשפחה צו א שטילשטאנד.

ר’ שמעי’ רעדט זיך אויס דאס הארצן פאר ר’ חיים’ן און איז אים מסביר זיין שפל המצב אין גשמיות, ער בעט אים ער זאל אים העלפן אנקומען צו די ריכטיגע אדרעסן, און שאפן עפעס א הלואה אדער אפילו א נדבה’לע וואס זאל העלפן האלטן די משפחה אויף עטוואס עהרנפולע שטאנד.

ר’ חיים ווי זיין שטייגער לאזט אים וויסן אז ער קען שוין אריבער קומען צו אים אין ביורא, און ער וועט צוזאמען מיט אים מטכס עצה זיין כדת מה לעשות, וויאזוי צו העלפן אים ברענגען אביסל ברויט אויפן טיש. אבער, פאר ער לייגט אראפ דעם טעלעפאן, זאגט אים ר’ חיים: ווען דו קומסט אריבער, ברענג מיט א ליסטע פון דיינע בעלי חובות, א ליסטע פון גוטע פריינט, און דיין באנק ביכל.

דיינע בעלי חובות וואלט איך געוואלט רעדן און זעהן וועם מ’קען בעטן נאכצולאזן אדער ווארטן אביסל לענגער. פון דיינע גוטע פריינט וויל איך זעהן ווער עס קען העלפן אינעם מצב, און דיין באנק ביכל וויל איך זעהן צו מ’קען עפעס אין ארדענונג ברענגען און ארויסדרוקן געלט וואס ווערט פארוואסערט צוליב דעם שווערן מצב אין שטוב.

ר’ שמעי’ מיט א קול פון וואונדער פרעגט איבער: מיין וואס ביכל? פון וועלכן ביכל רעדט איר?

ר’ חיים: אייער באנק ביכל, דארט וואו איר האלט חשבונות אויף די געלטער, וואס קומען און גייען, דארט וואו די רעקארדירטס יעדן טשעקל וואס קומט אדער גייט ארויס פון אקאונט.

ר’ שמעי’: טשעקס? קומען? גייען? ר’ חיים איר מוזט אביסל קלארער מאכן וואס איר רעדט. איך האב א באנק ביכל? איך האב א טשעק? געלט נעכטיגט דען ביי מיר אמאל?

*****

ר’ חיים מיט ר’ שמעי’ זיצן ביים טיש, פוהל מיט דאקומענטן, שטרות, און ביללס, ליסטעס פון חברים, און ידידים, ליסטע פון בעלי חובות, און מיט פארקנייטשטע שטערן’ס נישטערט מען צווישן די נעמען מ’זוכט א שטיקל ליכטיגקייט אין דעם שטאקיגן פינסטער.

ר’ חיים איז פארמאטערט פון די ארבייט אבער העלפן א איד איז אים וויכטיגער פון אלעמען. ווען פלוצלינג גיבט ער א גראד אויס דעם שטערן און דערמאנט זיך פון זיינס א נאנטען ידיד וועלכער קען ווען ארויסהעלפן אין דעם פלאנטער. ר’ חיים הייבט אויף א טעלעפאן און ביז אפאר מינוט, האט מען א הבטחה פון דעם ידיד פאר א סכום הגון צו העלפן די משפחה שטעלן אויף די פוס.

די שמחה איז אין אלע ספערן, נישט אומזיסט זאגן די חכמים יגעתי מצאתי תאמין, עס איז דאך א מציאות, ווער האט געחלומ’ט אז פון די אלע שווערע און דערמאטערנדע ארבייט וועט ארויסקומען די ישועה פון א גאר אנדערן ריכטונג. אבער אז די ישועה איז דא, דארף מען דאך נישט מער, נאר בעטן דעם אויבערשטן אויף ווייטער. און ר’ שמעי’ הייבט זיך אויף פיל מיט דאנק ווערטער פאר ר’ חיים, און שטעלט אן זיינע פוס ריכטנדיג צום טיהר, גרייט צו לאזן ר’ חיים’ן ווייטער טוהן זיינע געשעפטן, ער וויל אים נישט אויפהאלטן אפילו איין מינוט אויך נישט.

ווארט א מינוט! הערט ער ר’ חיים’ס שטימע
הער דיך צו שמעי’, איך וועל דיר טאקע ברענגען דעם גרויסן נתינה פון דעם חשוב’ן נדבן, אבער איך וויל אז דו זאלסט האבן א באנק ביכל.

ר’ שמעי’ דאנקבאר פאר ר’ חיים’ן פאר זיין טייערע צייט, און שטארק נויטיגע הילף, שטעלט אן זיינע צוויי אויגן פארוואונדערט. ר’ חיים טייערע, צו וואס? דאס געלט איז דאך צו באצאלן חובות, און צו פרובירן אנהייבן אויף ניי, וואס וועט מיר א באנק ביכל העלפן?

זאגט אים ר’ חיים אזוי:

ר’ שמעי’ טייערער, איך וויל דו זאלסט אינעם באנק ביכל אריינשרייבן אלע דיינע חובות, און אלע דיינע הוצאות והכנסות, מיר גייען דא ארבעטן אז דו זאלסט באקומען געלט, און אין די זעלבע צייט וויאזוי פטור צו ווערן פון די חובות, און אויב וועלן די אלע אינפארמאציע נישט ווערן אפגעשריבן און געהעריג מסודר, וועלן מיר סיי נישט וויסן וואו מ’האלט קיינמאל, און ווי אויך נישט וויסן ווען דער פראבלעם ווערט גרעסער אדער קלענער. כדי צו קענען געהעריג בעארבעטן דעם פראבלעם מוזן מיר כסדר קענען מעסטן די וואסערן און זעהן וואו מ’האלט.

***

מיר האלטן יעצט אין די טעג וואס ווערן פאררופן ראשון לחשבון עוונות, עס זענען הייליגע טעג, מ’האלט נאכן תשובה טוהן אויף די פארגאנגענע יאר, און מיט פוהלע האפענונג אז דער קומענדיגער יאר וועט זיין הייליג און טייער, און מ’וועט זיך קענען מתגבר זיין אויף די געפערליכע נסיונות פונעם דור.

עס פרעגן אלע די באקאנטע קשי’ פארוואס מ’זאגט והוא רחום יום כיפור גלייך נאך נעילה, מ’האט דאך נאך קיין צייט נישט געהאט צו זינדיגן.

ווי אויך איז אסאך שוין ארום גערעדט געווארן איבער דעם ענין פון ראשון לחשבון עוונות, וואספארא מין חשבון איז דאס? איז דאס די שמחה פון די טעג? אז מ’פאנגט אן ח”ו זינדיגן נאכאמאל?

מיינע טייערע פריינט, מיר זיצן אלע אין דעם זעלבן גרויסן רוישיגן ים, און מיר געפינען זיך אין א געלעכערט שיפל, מיר זענען צומאל שטערקער און צומאל ליידער שוואכער, פון די רוישיגע וואלן, און ליידער איז אזוי יאר איין יאר אויס, אז אנהייב יאר ווען עס איז א נייר חדש, גייען מיר צו מיט שמחה צום יאר און מיר רופן עס תחל שנה וברכותי’ און ווען עס קומט דער סוף יאר ווייסן מיר נישט וואו מיר האלטן אויף דער וועלט, עס איז נישטא קיין שום חשבון, און דער פעקל איז גדול מנשוא.

באמת לאמיתו ווען מיר וואלטן געטוהן וואס די הייליגע צדיקים פון די פריערדיגע דורות האבן געטוהן, זיך געהאלטן א חשבון אויף די עבירות (וואס זיי האבן פאררופן עבירות) און דערויף געהאלטן א פונקטליכן אפגעשריבענעם באריכט, וואלטן מיר דאך אסאך מער אויפגעטוהן, און אסאך ווייניגער פארפלאנטערט געווארן, מיר וואלטן געזעהן דעם פראבלעם און זיך נישט געקענט באהאלטן דערפון.

איז אבער דא צוויי גרויסע פראבלעמען פארוואס מיר זענען זיך מונע צו מאכן דעם ריכטיגן חשבון.

דער ערשטער פראבלעם איז, ווער וויל דען אנהייבן ציילן? איז דען נישט א חוצפה צו זאגן אז איך פאנג אן צו ציילן עבירות? גיבט דאס דען נישט קיין משמעות אז דאס איז נאר די ערשטע פון פיהלע ח”ו?

דער צווייטער פראבלעם איז נעבעך אז חשבון קען מען נאר פירן ווען דער שטראם איז נישט אזוי גרויס, אבער ליידער ווען די שטראם פון די כוואליעס ווערן איבערוויגנד, פארלירט מען קאנטראל און מ’רעזיגנירט ליידער.

אבער אויב ווען דער יאר איז גאנץ אנפאנג און מ’האלט א חשבון, און מ’לעבט מיט התבוננות, קען דאס אפהאלטן דעם מענטש פון זינקען טיעפער, און אים געבן א קלארן בילד אויף וואס ער ברויך ארבייטן צו פאררעכטן.

עס איז פארט שווער פאר א איד זיך אראפצוזעצן און אנהייבן א חשבון אויף עוונות! דערפאר דערמאנט מען אונז גלייך נאך יום הקדוש, אז אין אדם צדיק בארץ און א ביכל דארף מען האלטן כדי זיך צו קענען מתבונן זיין אין דעם רוחניות’דיגן מצב.

***

לאמיר האלטן א באנקביכל, און ארבעטן שווער נישט אריינצוגיין אין קיין מיינוס! און ווען ח”ו מיר זענען יא דערין, לאמיר שנעל ארויסקריכן! מיר האבן א טאטן ער האט אונז געגעבן א שנעלע און קלארע וועג ארויס, מיט די אופני התשובה.

זאלט איר אלע האבן א זיס לעכטיג יאר, ברוחניות ובגשמיות, בכלליות ובפרטיות, מיט א פריילאכן יו”ט

מהללאל

אויפן פארלאנג פון פיהלע לייענערס וועל איך דא אראפברענגען די אלעמען באקאנטע “מהללאל” מעשה.

איך וויל מאכן א דיסקלעימער: איך בין נישט דער מחבר, עס איז א באקאנטער עובדא! איך האב עס אמאל געהערט אראפלייגן באריכות דורך דעם יארמע’ר רב שליט”א. איך וועל עס אראפברענגען בקיצור נמרץ.

עטליכע פרטים זענען געווארן געטוישט מפני הכבוד.

***

אין א ליטוויש שוהלעכל האט דער מגיד פארגעלערנט פרקי אבות און אראפגעברענגט א טייטש אויף די ווערטער פון דעם תנא ר’ עקביא בן מהללאל.

פון די אנדערע זייט טיש שטעקט זיך ארויס א פארטרוקנטער האנט פון ר’ חיים קלמן דער שניידער, ער וויל פרעגן א שאלה אויפן מאמר.

ווען ער באקומט דעם רשות הדיבור שטעלט זיך ר’ חיים קלמן אויף און וויל אז יעדערער זאל זעהן אז ער איז דער שואל, און אזוי ארום אביסל מער רעספעקטירן זיינע מוח קוואליפיקאציעס. און ער שטעלט זיין איבעיא אזוי:

כבוד הרב! וויאזוי קען זיין אז ר’ עקביא בן מהללאל איז געווען א תנא בימי התנאים? איך בין נישט קיין גרויסער היסטאריקער – זאגט ער מיט נישט קיין באהאלטענע ענוה – אבער מהללאל איז געווען צווישן די 10 דורות פון אדם ביז נח, אלזא וויאזוי האט ער געקענט האבן א זוהן בימי התנאים?? דאס איז דאך א שיינע פאר טויזנט יאר פארגערוקט?

דער מגיד, זעהנדיג מיט וואס ער האט דא צו טוהן, ענטפערט בנעימות אזוי:

שאלה יפה שאלת! וועל איך אייך ערקלערן מיט א מעשה וואס האט פאסירט אין די נישט ווייטע פארגאנגענהייט:

געוואוינט האט א אידל ר’ משה אין א דערפל אין די געגנט פון קראקא, און געצויגן נישט קשה חיונה פון קליינעם געוועלבל, ביז ווען דער פון אויבן האט אים חונן דעת געווען און ער איז ארויף געקומען מיט א וואזשנעם המצאה. ער האט ערפונדן דעם “שטרויענעם הוט”. יא! דעם שטרויענעם הוט וואס איר זעהט אויף די פארם יונגען, דאס האט ער ערפונדן.

דער ערפינדונג האט געעפנט נייע קוועלער פאר געלט, און דער קליינער משה איז געווארן א איד א נגיד, א גאנצער ר’ משה און געלט האט אנגעהויבן צו פליסן ווי פון א ענדלאזן קוואל. ר’ משה איז געווען דאנקבאר פאר די גרויסע חסדים און זיך געמאכט א מנהג טוב, יעדן שבת שקלים האט ער געגעבן א קידוש, אלס א שבח והודאה פארן הייליגן באשעפער פאר זיין עשירות.

צו דעם קידוש זענען געלאדנט געווארן קינד און קייט, עס איז געווען א רייכער באנקעט, מ’האט דארט געטיילט אלע מעדני מלך 14 ערליי קוגלען 25 סארט געטראנקען 15 מיני פישן און סושי, הערינג, נישט אריינגערעכנט אין די 15 א קאלירפולע אויסוואל פון קוכן און טארטן וואס האבן געהויבן ריחות פון געשמאק ביזן הימל. והעיר שמחה.

אזוי האט זיך ר’ משה געפירט יארן לאנג ביז… דאס רעדל האט זיך א דריי געגעבן און פון גרויסן עושר איז א יורד געווארן, נעבעך אנגעוואוירן די געשעפטן און אנגעהויבן גליטשן מיט אימפעט, אזש ער איז געפאלן צו נידריגערע דרגות ווי סיי ווען בעפאר! עס איז נישט געווען ברויט אין שטוב ממש. און כאטש וואס דעם מנהג פונעם קידוש האט ער אנגעהאלטן מיט אלע כוחות, איז צו דעם אויך געקומען אן עק און מיט דעם איז זיין גלאררייכע קאריערע און עשירות אפיציעל געקומען צו א ווייטאגליכן ענדע.

ויהי היום, נאך יארן פון ליידן אין דחקות, ותאמר שרה, דאס ווייב מיט איר תמימות רופט זיך אן. משה! אפשר דארפן מיר צוריק אנהייבן מאכן דעם יאר יערליכן שבת שקלים קידוש? און בזכות זה געהאלפן ווערן צוריק אויפגעראכטן צו ווערן מיט עשירות.

משה ציהט ארויף דעם צעבראכענעם בריל אויף די נאז און קוקט אן די אשת חיל מיט ווייטאג, עס מוז זיין אז דער מצב האט איר צוגעטרעטן קלערט ער. זאג מיר נאר מיין טייערע, וויאזוי קענען מיר מאכן אזא רייכן קידוש ווען קיין ברויט אין שטוב איז נישטא?

שרה’קא ציהט נישט צוריק, זי טענה’ט אז אויב וועט מען אפשפארן א גראשן נאך א גראשן וועט דערפון ווערן א שטיקל סכום, און מ’וועט קענען באווייזן צוריק צו מאכן דעם קידוש.

אלזא דאס פארפאלק זיצט ביים צעבראכענען טיש און מאכט חשבונות, מ’פירקלט נומערן, און עס שטעלט זיך ארויס אז יא! חכמת נשים איז נישט אוועקצושטעלן! אויב וועלן זיי שפארן א פעני אויף א גראשן וועלן זיי אין 7 יאר פון היינט, שבת שקלים קענען מאכן א קידוש גענוי ווי אין די גוטע יארן.

מיט גרויס חשק, האט מען אנידער געשטעלט א ליידיגן עמער הינטערן בעט און אהין האט מען אנגעהויבן אריינצושליידערן מטבע’לעך פון וועלכען עס האט זיך צעביסלעך אנגעהויבן אנזאמלען א מכובד’יגער סכום.

ויהי היום. דער טאג איז ענדליך אנגעקומען און נאך לאנגע יארן פון אפשפארן געלט, האט מען זיך גענומען גרייטן צום גרויסארטיגן קידוש! עס איז שווער צו שילדערן וואס אין שטוב האט זיך אפגעטוהן, די שמחה איז געווען עד לב השמים, די הכנות צום גרויסן קידוש האבן געמאכט פארגעסן די צרות! מ’האט געגרייט קוגלען, קוכן, געטראנקען, אלעס ווי אין די גוטע אלטע צייטן.

אפילו די אידן אין שטעטלעך ארום האבן געשמועסט מיט שפאנונג איבער דעם שטארק ערווארטעטן קידוש! אין אלע מקואות און קרעטשמעס האט מען איבער דעם קידוש גערעדט, יעדער האט נאך געדענקט די גוטע צייטן, ווען מ’האט פון אזא קידוש געקענט זאט בלייבן פאר א חודש צוויי.

ערב שבת שקלים, די הכנות זענען אין פולן טעמפא, שכנים און שכנות העלפן גרייטן צום טיש, מ’זשאלעוועט נישט קיין געלט, און דער ריזיגער קידוש ליגט שיין אויף די טישן גרייט פארן מארגנדיגן טאג. די שיינע געשיר און פרוכט אויסלאגעס מיטן גאנצן פראכט, ליגן שוין גרייט פארן גאפל און מעסער.

דער טאטע ר’ משה לויפט אין מקוה פארסאפעט פון די שווערע ארבעט, און ער וויל זיך טובל’ן לכבוד שבת קודש, ווען אין דער זעלבער צייט פאסירט א שאקירענדער עפיזאד ביי אים אין שטוב.

קעגן די ליכטיגקייט פון די זון, מיט אלע קינדער אין שטוב פארנומעען מיט די הכנות צום הייליגן שבת, באווייזט זיך א אידל אנגעטוהן מיט א גרויסן גרינעם הויזן, א בלויע העמד, ברוינע בריללן, און א פוירפל דאשיק, און הייבט אן אריינפאקן אין א זאק די סחורה פון טיש, ער גייט פון טיש צו טיש, און פאקט מיט א סדר.

עס ווערט א בהלה, די קינדער שרייען, כאפצעם א באנדיט! ער גנב’ט אלעס אוועק! דער איד שטייט געבויגן און פאקט רעכטס און לינקס, ביז ווען ער זעהט אז די גאנצע שטאט לויפט זיך צוזאם, ציהט ער ארויף דעם געילן זעקל אויף די פלייצע און ווערט אנטרינען.

אין די שטאט איז חושך, מ’זוכט ר’ משה’ן וועלכער טובלט זיך זיינע שי טבילות יעצט, און ווען ער קומט ארויס ווארטן אים אפ די שטוב מענטשן און שרייען מיט באנומענע קולות, פארציילנדיג אים איבער די שרעקליכע גניבה וואס איז נארוואס פארגעקומען לעיני השמש.

ר’ משה אריענטירט זיך שנעל, און באפעלט די 12 בנים און 14 בנות זיך ארויסצולאזן אויף די יארכע זוכן דעם באנדיט.

פלוצלינג הערט מען דעם קליינעם יענקעלע שרייען: טאטי! דארט איז ער דער מענטש מיטן גרויסן גרינעם הויזן, א בלויע העמד, ברוינע בריללן, און א פוירפל דאשיק, ער איז דאס! כאפץעם. ער האט אפילו דעם געילן זעקל.

קינד און קייט לויפן מ’כאפט דעם באנדיט און מ’האלט אים אראפ! מ’שלעפט אים אריין צום בי”ד שטובל, ווי מ’ווארט אז ר’ אנשיל דער דיין זאל קומען פסק’ן מה דינו פון דעם וואגעבונד.

ר’ אנשיל אן ערנסטער איד מיט א ברייטן הוט און טיעפע פארקנייטשטע שטערן שטעלט אן זיינע פארכטיגע אויגן אויף די בעלי דינים און פרעגט: ווער איז דער תובע?

אלע אנוועזנדע ווייזן אן אויף ר’ משה’ן. ר’ משה קלארט אויס דאס האלז און פאנגט אן מיט זיכערקייט פארציילן וואס דא איז פארגעקומען, ווי דער איד מיטן גרויסן גרינעם הויזן, א בלויע העמד, ברוינע בריללן, און א פוירפל דאשיק, און געילן זעקל איז געקומען צו אים אין שטוב אריין און אראפגענומען אלעס וואס ער הארעוועט שוין יארן פאר דעם קידוש, און אפגעטראגן דערמיט.

דער דיין פרעגט פונעם מאדנעם וואגאבונד, וואס זענען דיינע טענות?

ער ענטפערט קלאר: איך האב גארנישט צוגענומען

דער דיין פרעגט ר’ משה’ן וויאזוי ווייסט איר אז ער האט גענומען?

ענטפערט ר’ משה מיט אויפברויז, וואס הייסט עס זענען דא אזויפיל עדות אז דער איד מיטן גרויסן גרינעם הויזן, א בלויע העמד, ברוינע בריללן, און א פוירפל דאשיק, האט עס געטון.

נו? פרעגט דער דיין! וואס ענטפערט איר יעצט??

קען זיין -זאגט ער שטייטעלעך מיט א דיקע שטימע- אז איינער מיט גרויסן גרינעם הויזן, א בלויע העמד, ברוינע בריללן, און א פוירפל דאשיק, האט עס געטון! אבער ווער זאגט אז ס’איז נישטא נאך איינער מיט א גרויסן גרינעם הויזן, א בלויע העמד, ברוינע בריללן, און א פוירפל דאשיק?

וואס הייסט? האקט אריין ר’ משה קוק וואס דו האסט אינעם זאק! אלע מיינע סחורה!!!

און דער אידל ענטפערט: ווער זאגט אז ס’איז נישטא נאך א איד מיט א גרויסן גרינעם הויזן, א בלויע העמד, ברוינע בריללן, און א פוירפל דאשיק, וואס האט די אלע זאכן???

דער דיין פארטיעפט זיך אינעם קאמפליצירטן דין תורה, ווען אלע פארזאמלטע קוקן מיט בייזוואונדער, ווארטנדיג צו הערן דעם קלארן פסק דין וויפיל מלקות מ’זאל דעם טאשן שניידער אריינבריקען.

דער דיין ר’ אנשיל שטעלט זיך אויף און קוקט אויף ביידע בעלי דינים, און רופט אויס: דער איד איז….. אומשולדיג!

וואס? עס טוט זיך א מורמעלריי! וויאזוי קען דאס זיין?

דער דיין מאכט קלאר זיינע רייד: זייער פשוט! עס איז נישטא קיין באווייזן!

דער עולם שפרינגט אינטער. וואס הייסט מיר האבן דאך קלארע סימנים א איד מיט א גרויסן גרינעם הויזן, א בלויע העמד, ברוינע בריללן, און א פוירפל דאשיק, וואס דארף מען מער?

ענטפערט דער דיין רואיג: דאס אז ער האט געהאט א גרויסן גרינעם הויזן, א בלויע העמד, ברוינע בריללן, און א פוירפל דאשיק, איז קיין ראי’ נישט! ווייל עס קען דאך פונקט אזוי זיין נאך איינער מיט א גרויסן גרינעם הויזן, א בלויע העמד, ברוינע בריללן, און א פוירפל דאשיק, ממילא פסק’ן איך אז ער איז אומשולדיג.

די מעשה גייט נאך ווייטער -פירט אויס דער מגיד- אבער לעניינינו פארשטייט איר שוין?

עס האבן דאך געקענט זיין צוויי מהללאל’ס!!!

נ.ב. גלייבט מיר אז נישט אזוי שנעל וועל איך מיך אינטערנעמען צו שרייבן יענעםס מעשיות, אן אייגנס וואלט איך שוין געענדיגט אסאך שנעלער.

ברכת השנה

ש’ נה טובה ומתוקה איך וואונט ש
נ’ חת דקדושה זאלט איר אלע האב ן
ה’ רחבת הדעת בכל עניינים, מיט הצלח ה

ט’ ויערן זאלן זיך עפענען צו יעדע ציי ט
ו’ יתן לך אלקים ברכת הטוב מאוצר ו
ב’ רכות עד בלי די און השפעות לרו ב
ה’ אלפים תשע”ד לפ”ג זאל שוין זיין די גאול ה

ווי עס וואונטשט אייער פריינד
זאלץוואסער

בלעק-אוט אין פיננלאנד

(נייעס אויסצוג פון יאר 2045 למס’)

ווען די ליבעראלע צייטונגען האבן געוואלט פארציילן איבער א מאסיוון בלעק-אוט אין די פינלאנדישע אינזלען, האבן זיי זיך אנגעשטויסן מיט א טעכנעלאגישן פראבלעם.

אזוי ווי די היינטיגע קאמפיוטערס זענען הינטער גאווערמענט און ביוראקראטישע אויפזוכט, זענען די קאמפיוטערס באזירט און אויסגעשטעלט לויט די חוקי המדינה, פונקט ווי ווען מ’קויפט א 16 אונסיגן סאדע גיסט זיך עס אויטאמאטש אויס, אזוי לאזט דער קאמפיוטער נישט טייפן די ווארט “בלעק” צוליב פאליטיקעל קארעקטנעס.

אויטא קארעקט (וועלכע הייסט שוין היינט “פעדעראל קארעקשאן”) גיבט נאר די פאלגענדע אפציעס:

1. ווייט-אוט
2. אפריקענעמעריקענע – אוט
3. בראדער-אוט

די רעדאקטארן קאנפרענץ וועלכע קומט פאר אין 2 וואכן פון היינט אינעם קעפיטעל וועט באהאנדלען דעם פראבלעם און באשטימען וועלכע אפציע צו נוצן.

בלייבט אונז נאר איבער צו: שרייבן אין אידיש:

עס איז די וואך געווען א “שווארצע ארויס” אין פינלאנד.