אין אנדערע נייעס (ב)

טויטע שמועסן העפטיג.

עס איז נארוואס באקאנט געווארן פאר די באהערדע אז צווישן די מתים טוט זיך העפטיגע שמועסערייען וואס דערפאר האבן די גרויסע קאמפאני’ס זיך אנגעהויבן רייסן פאר די ביזנעס.

אלס פארשריט אין דעם הינזיכט האט מען אויפגעשטעלט א “סעליולער טורעם” אין א “טויטע זאנע” אויפן איי 87.

די מארקעטינג פירמעס ארבייטן אז די אלטווארג זאלן שוין אין די צוואה פונקטליך פארשרייבן וועלכע סערוויס זיי ווילן! עס וועט קומען מיט א “לייפטיים גאראנטי”…

New York, NY – New Cell Towers For Adirondacks’ I-87 ‘Dead Zone’

אין אנדערע נייעס (א)

נישט אומזיסט האקט מען די פוס אין כינע פאר ליידיגנגייער, די וואך האט א כינעזער נידריג-יונג געעפנט א בוטשער אן קיין השגחה, און אויסגעשאכטן “כיני”ם” וואס ווי באקאנט איז נישטא קיין קלארע הוראה אויף די כשרות.

ווען מ’האט אים ארעסטירט, איז ער אנגעקלאגט געווארן אויף רציחה פון 5 כינים, און עס ווארט אים פינעף לעבנסלאנגע טערמינען צווישן גראטעס. (א קלארע ברכה פאר אריכות ימים)

אה! פאר איך פארגעס. טיפיקעל אמעריקע. די אויפברויז אויפן בוטשער איז פילפאכיג געשטיגן ווען מ’איז געוואויר געווארן אז ער האט רעזיסטעד ארעסט (א אויסדרוק אויף א הוספת חטא על פשע אין אמעריקע).

גיי ווייס…

וואס פעלט אייך?

אין א חדר ערגעץ אין א גרויסן תלמוד תורה, פרובירט דער קינדערגארטן מלמד צופרידן צו שטעלן די קינדערלעך, וועלכע זעהן נישט אויס זייער קאנטראלירבאר, זיי שפרונגען ארויס פון די גלייזן, און דער מלמד ברעכט זיך קאפ וויאזוי זיך אן עצה געבן מיט די קליינווארג.

ער קומט אויף מיט פארשידענע געדאנקען, ער טיילט מתנות קליינע און גרויסע, ער שיקט אהיים מיט די קינדערלעך פיתום ורעמסס, בנינים פון שיינע געקויפטע קלאסישע ארט, און מיט דעם האפט ער צעפרידן שטעלן דעם פארלאנג פון די קליינע מוח’לעך.

עס גייט נישט… די קינדער נעמען אהיים די שיינע ארטיקלען, און טוען ניטאמאל איינזעהן די שווערע האראוואניע וואס דער מלמד האט דערין אריינגעלייגט, און פארשטייט זיך אז די עלטערן, זעהנדיג די קינדער און זייערע אויפפירונג, האבן קיין סאך מער נישט געטראכט אויף דעם מלמד. און אזוי האט ער זיך נעבעך אפגעפלאגט די יארן.

ביז א חכם איז געקומען, און גענומען דעם מלמד אין א זייט און געגעבן א עצה וויאזוי צו באהאנדלען דעם סיטואציע.

פון היינט און ווייטער זאלסטו נישט געבן פאר די קינדערלעך פערטיגע שיינע ארט אהיים צו טראגן, נאר דו זאלסט זיי לאזן אליינס פארטיגן די שיינע זאכן, דו גיב זיי עס נאר האלב פארטיג, און זיי זאלן די איבריגע צוזאמשטעלן מיט נוצן זייערע מוחות.

דער מלמד איז אויפגעשפרינגען פונעם געדאנק, וואס הייסט? וויאזוי קען איך געבן פאר די קינדער אן אומגעפערטיגטע ארבייט? קוק וואס זיי טוהען ווען איך גיב זיי אלעס פיקס פארטיג! וואס וועט שוין זיין ווען איך גיב זיי נישט?

דער חכם איז מסביר: ווען די קינדערלעך וועלן אליינס בויען, וועלן זיי אנהייבן שפירן א געפיל, א טעם, א תענוג, אין זייער ארבייט. זיי וועלן שפירן דעם אומבאשרייבליכן שמחה פון שלימות, פון אליינס ענדיגן א זאך.

ווען דער מלמד האט גענומען די עצה טובה און טאקע אנגעהויבן געבן פאר די קינדערלעך האלב געפארטיגטע חפצים, און זיי געלאזט מיט זייער שכל ענדיגן די שיינע זאכן, האט זיך דערקענט א שטארקע שינוי לטובה. די קינדערלעך האבן שוין קוים געווארט צו קומען אין חדר, און האבן געהאלטן טייער זייערע זאכן, מיט שמחה געוויזן פאר די עלטערן, און די עלטערן האבן שטארק הנאה געהאט פון דעם געלונגענעם מלמד.

***

נעשה אדם, האט הקב”ה געזאגט, לאמיר באשאפן א מענטש, בצלמנו כדמותנו. דער מקור הטוב הרוצה להטיב האט ברוב חכמתו באשאפן די וועלט נאר להטיב עם בריותיו. און דעם מענטש האט ער געשטעלט אין צענטער פון די בריאה, כדי אים צו געבן פונעם העוויגן תענוג וואס קיין בריאה קען דערצו נישט צוקומען נאר דער וואס איז באשאפן געווארן בצלמו ודמותו.

אבער כדי דער מענטש זאל ריכטיג האבן א תענוג מיט שלימות האט דער טוב ומטיב געלאזט דעם מענטש מחוסר שלימות, אזוי ארום אז יעדע טריט וואס ער שטעלט נענטער צום תכלית הנרצה זאל אים זיין לעונג ולנחת, און ער זאל קענען הנאה האבן פונעם שכר טוב וואס איז אים אנגעגרייט, נישט ווי נהמא דכיסופא.

אט די ידיעה אז יעדע שוועריגקייט אין לעבן איז א מתנה פון אים אליינס כדי צו קענען נאך מער הנאה האבן פונעם שכר, איז דאך א חסד פון הימל.

האט איר שוין אמאל מיטגעהאלטן ווען בחור’לעך פארציילן ווי שווער עס איז זיי אנגעקומען צו בויען די סוכה, און יעדער פרובירט ארויס צו ברענגען ווי שווערער זיין ארבייט איז געווען? אלעס פאר די סאטיספיקאציע פון שלימות במילואה.

האט איר שוין געהערט קינדערלעך זיך פארהערן ווער ס’האט לענגער געפאסט יום כיפור, כדי צו פארגוטיגן זייער אנוועזנהייט ביים אויספאסטן, בשעת ווען די וואס פאסטן א גאנצן טאג האבן הנאה מיט געשמאק,

און אזוי איז טאג טעגליך אויף טריט און שריט, נאך יעדע שוועריגקייט אין לעבן וועט איר הערן דעם מענטש מגזם זיין און ממחיש זיין ווי שווער עס איז געווען, אלעס כדי צו פארענטפערן די הילף, שכר, אדער סיי וועלכע אנדערע הנאה וואס איז נאכגעקומען.

ווייל ווי שווערער א זאך קומט אן אלס מער הנאה האט מען ווען מ’שניידט די פירות.

מיין טייערער חבר: וואס פעלט אייך??? אט דאס וואס עס פעלט אייך, דאס איז גאר וואס איר פארמאגט! דאס איז א חסד פון אויבן אז איר זאלט קענען הנאה האבן פונעם שכר! נוצט עס אויס צום גוטן.

בורא נפשות רבות, דער באשעפער וואס האט געקענט באשאפן די אלע בריאים, האט נאך מער פון דעם געטון, “וחסרונן” ער האט געלאזט זיי זאלן זיך קענען אליינס משלים זיין כדי להחיות בהם נפש כל חי.

יא די חסרונות זענען די מעלות, און מיר דארפן זיי נאר פארשטיין, און אויסנוצן.

האטס מיר א גוטע וואך און א שלימות’דיגע וואך

א רוצחיש’ער שידוך

(דעם ארטיקל האב איך געשריבן צוזאמען מיט “מבין נומער 1” דער ניק אויף אייוועלט)

מזל טוב (?) נישט געהערט גארנישט? אודאי סאושעל איז די חתן און מידיא איז די כלה. זיי הייסן היינט באנאזאם “סאושעל מידיע”
זאל דער שידוך עולה כפרה זיין.

האלט אייך רואיג. וואו בין איך אנגעקומען צום שידוך? עס שטייט נישט אויפן דבר יום ביומו. און נישט אין קיין שום אנדערע אויסגאבע. איך האב נאר איין טאג זיך געטראפן פנים אל פנים מיטן פארל, און עס איז מיר ארויפגעקומען דער שווערער פראגע. ווער האט דעם שידוך אנגעטראגן? וויאזוי האט דאס געקענט צושטאנד קומען?

ווייל אין מיין ביכל הייסט מידיא מיט א קורצן אדער לאנגען הסבר, אז איינער פיטערט דעם עולם מיט זיין מיינונג און זיין געוויסן, און מ’האט נישט קיין צוויי ברירות ווי צו אקצעפטירן, אדער גלייבן אדער נישט, אבער ס’האט גארנישט מיטן מקבל.
סאושעל איז גאר א צווייטער משמעות, עס איז איך מיט דו צוזאמען אויף איין שטאק, דו רעדסט און איך רעד, און אפיציעל הערן מיר זיך ביידע אויס. (נישט אייביג, אבער דו מיינסט אזוי…)

וועלכע פון די צוויי איז א גרעסערע קללה איז אונטער אן ערנסטן פראגע צייכן, די מידיע מאכט חרוב לענדער, לעבנ’ס און אלץ וואס שטייט אונטער איר וועג, ווי א צונאמי וואס פארכאפט הייזער און שטעט… ווידעראום סאשעל ווי שיין און וואויל ס’פנים ער שטעלט אהער איז אויך מיר א גיפטיגער שלאנג מיט אלע אירע צוגעהערן, חרוב צו מאכן שלום בית’ער און לעבנ’ס – אידן ווי גוים – אן קיין רחמנות.

נו, באמת איז דאס דאך א געוואלדיגע שידוך, הא?

לאמיר צוריקגיין צו די יארן ווען די צוויי רוצחים האבן געלעבט איינציג און סינגל, און זיך נאך נישט צוזאם געפארט אזוי שיין.

סאושעל איז געווען א שיינער רוצח, ער האט געהאט א שפאר ביסל בלוט געזויגן, אבער ער האט געהאט א פראבלעם, ער האט נאר געקענט רצח’נען די וואס האבן אים געפינען אין די באר’ס און די קלאב’ס און אין די טרעין סטעישאן’ס וכו’.
ווען זיין סאושעל חבר איז געווען אין דער ארבייט אדער אינדערהיים האבן זיי נישט געקענט סאשעלייזן צופיל, און דער פראבלעם איז געווען ווייט לימיטעד צו א צייט אפשניט, פון געוויסע אינטערוואלן. און אויב האט מען שוין יא זיך געוואלט מער טרעפן, און פארברענגען, האט דאס געקאסט אמאל טעלעפאן געלט (איר געדענקט נאך ווען עס איז געווען לימיטעד? מ’האט געמוזט צאלן אויף די מינוטן?) אדער א סטעמפ? א פעקס? אדער צאלן א וויזיט מיט הויכע קאסטן..

ווידעראום דער צד השני, ר’ מידיע איז געזעצן אויבן ביים שטייסל, און געפאמפט אינפארמאציע פאר ווער עס האט נאר געוואלט הערן, און ער האט געארבעט פלייסיג אז די וואס הערן אים זאלן נשפע ווערן. זיין פראבלעם איז אבער געווען צווייפאכיג, איינס. אז נישט אלס האט מען אים געהערט, און נישט יעדער האט געהאט צוטריט אים צו הערן. צוויי. ער האט נישט געהאט קיין ריכטיגן בליק אויפן קליינעם נעבעכדיגן מענטש, ער האט נישט געהאט קיין שום קאמיוניקאציע, צו וויסן וואס איז באמת דער דעת פון זיין אינטערדריקטן אינטערטאן.

און אט האט עס פאסירט…. דער גרויסער שדכן דער פייערדיגער מלאך וקרא בשמו שטן, האט מיט זיינע תחבולות אפיר געזזוכט די חתן און די כלה, און פארגעשלאגן א העפטיגן נדן וואס האט זיך אים אויסגעצאלט פי כמה. ער האט געשריגן חי וקיים אז ווען די צוויי זאלן מאכן א בונד, וועט די וועלט פארן כאדאראם.

דאס ערשטע מאל ווען די צוויי האבן זיך געטראפן, האבן ביידע אזוי שעמעוודיג געקוקט איינער אויפן צווייטן נישט וויסנדיג, ווי קום איך צו דיר. סאושעל האט געקלערט: דער גרויסער גראבער מידיא דער וועט דאך מיך באגראבן מיט זיינע אומגעהויערע כוחות
מידיא האט געקלערט: מיט דעם קליינעם סאושעל קען איך ערגעץ דען אנקומען? ער איז וואנזיניג דארטשיג, און נידריג געוואוקסן.

דא איז דער שדכן אריינגעקומען אין בילד און געשריגן מיט א באסאווע שטימע…. הערט מיך מיינע טייערע, איר זענט נישט אין מיין ליין פון ביזנעס. וואס פארשטייט איר? איך זאג אייך אז אויב די גראבער מידיא וועסט דיך אביסל אראפברענגען צום שטאנד פון סאושעל’ן און דו קליינער סאושעל וועסט דיך אביסל אינטערגארטלען מיט קוראזש. קענען מיר חרוב מאכן ש”י עולמות צוזאמען. דער זיווג וועט עולה יפה זיין, און עס וועלן זיין חרבנות לדורות…. גלייבט מיר האט ער געשריגן אריינזופנדיג פון די גרייטע לחיים.

נאך די גאר שטארקע פראזן פון איבערצייגונג, און די העלע קאלירן פון דעם רעזולטאט, וועלכע האבן געשלאגן ווארצלען אין די מיינונגען פון די רוצחים, האט מען אן איבערשלאפן געשלאסן דעם פאקט, והנה דער שידוך איז געווארן א פאקט.

דער שדכן דער ס”מ (יא, דאס איז אויך די ראשי תיבות פון דאס פארל…) האט געמאכט אז מיר זאלן זיצן און צוזאמברענגען לייבן מיט מייזן, קעץ מיט פרעש, און מענטשן מיט אוממענטשן…. און זאכן וואס מיר וואלטן קיינמאל נישט געחלומ’ט איז פלוצלינג ארויסגעוואקסן. מענטשן פארלירן זייער לעצט ביסל בושה, מענטשן פארגעסן פון זייער ריעל לייף און די ארומיגע קוקן ווייטאגליך צו ווי דער ווירטואל לייף נעמט איבער די מאכט, מ’זיצט און מ’טשעט, יעדער תנא קמא וואס וויל מאכן אפאר דאלער קומט אויף מיט א גרינגערע און שנעלערע וועג צוזאמענצוברענגען מער חיות און בהמות אונטער איין דאך, דער פוקס רופט זיך ר’ בערל, און דער בער רופט זיך ר’ פוקסל, און ביידע נעבעך מיינען אז ער איז גאר דער בלאפער… און אזוי זיצן זיי און כאפן אריין פרישע קרבנות אין נעץ, און די תמימות’דיגע קלאץ קעפ וועלכע נעמען נעבעך א קאמפלימענט אלס א ערנסטע וואלוטע, שטעלן נאך ארויס זייער גאנצע וועזן, מיט אלע זייערע אינפארמאציע אפילו אזש מיט בילדער פון זיך יעדער אויף אנאנדער וועג, און ווייסן נישט אז די חיות טורפות לאקערן נאך זיי מיט אויסגעשארפטע ציין.

נעמט א דוגמא, ווען א פשוטע’ר גוי האט געוואלט האבן אביסל מנוחה, און שפילן א געים אוואו ער האט געזעהן ביים טאטן תרח, אבער דער טוט עס שוין א שטייגער מיט זיין סאושעליזירטע וועלט אויפן געוועבעכץ, פלוצלינג האט ער גוטע פריינט פון טאקיא און כינע, און ער ווייסט גארנישט מיט וועם ער פארברענגט. יענער זאגט אים נאך א קאמפלימענט, און די וועלט ווערט אים ליכטיג, ער מיינט אז יענער ווייסט אדער יענער מיינט אז ער ווייסט און ביידע לעבן צוזאמען א לעבן אין דמיון. וויי איז נעבעך ווען דער מציאות שלאגט אים אין פנים, און ער זעהט ווער דער צד השני איז געווען…. אוי ווי ביטער איז ווען דער האזל קוקט ארויס פון נעץ און זעהט נישט וואו מ’קניפט אויף די דיקע שטריקן!!! אוי ווי ער וויינט פאר די פאר אומפאראנטווארטליכע טריט וואס ער האט געמאכט.

איז נישט דאס וואס מידיא איז? צו קאנטראלירן אונזערע דעות?

איז נישט דאס וואס סאושעל איז? צו אפעקטירן אונזערע געפילן?

וואס זענען די רעזולטאטן???

דער מוח מיטן הארץ זענען פארכאפט אין א נעץ פון וועלכן זיי זעהען זיך נישט ארויס, און דער ס”מ באקומט די קרעדיט…

יא! דאס וואס סאושעל אליינס האט געטון מיט אינדיווידועלן. און קיינמאל נישט געקענט מאכן אזא מאסן רציחה. האט ער זיך שיין ערוואבן מיטן שותף ר’ מידיא…

וואטסעפפ. פעיסבוק, טוויטער, טשעטרום’ס, א שיינער שדכנות געלט!!! דער ס”מ, דער שדכן, גיבט נישט קיין מעשר…. ער נוצט יעדע פעני צו ריאינוועסטן אין זיין גוט גייענדע ביזנעס…

א פארקינג טיקעט בשמחה

יעדעס מאל ווען איך קום ארויס פון אפיס און איך זעה דעם אראנדזשן ענוועלאופ אויפן פענסטער, ווער איך עקסטער מלא חימה אויף די באהערדע פאר די אומדערהערטע חוצפה און עזות פון באראבעווען וואוילע פאלגזאמע בירגער.

מיט גרויס כעס גיב איך א זאג דעם גם זו לטובה, ראה עניי ועמלי, און איך ווארף אריין דעם טיקעט צום לעצטן זיץ פונעם קאר, כדי נישט עובר צו זיין אויפן “אל תרגזו בדרך”.
האט אבער פאסירט דאס פאלגענדע, וואס האט מיר געגעבן א שטארקן שאקל, ומעשה שהי’ כך הי’:

פארנדיג אויפן בענענע געסל קוויקוועי רד. אין קרית יואל, האט א יאפאנעזער קאמאקאזי זיך פארקוקט אויפן ראדאר פונקט ווען איך בין געפארן בארג אראפ אביסעלע העכער ווי די ערלויבטע קלאג לימיט (ספיד) והנה און נון, ער דרייט אויס זיין אויטא און בעט זיך איך זאל אפשטעלן ווייל ער וויל מיט מיר שמועסן.

געוויינליך שטעל איך מיך נישט אפ פאר א גוי, אבער זיינע מאדאלן און בליצער’ס האבן מיר פארגעזאגט אז דער יאפאנעזער וויל נישט נאר וויסן וויאזוי מ’זעהט זיך ארויס פונעם בענענע ראוד, נאר ער מיינט ערנסט ביזנעס.

לייסענס און רעגיסטרעישאן פארלאנגט ער, און איך גיב אים אהין. הלואי ווען די מוסדות געבן אזוי שנעל ארויס רעגיסטרעישאן, דארף מען טאקע ארויף שיקן אפאר יאפאנעזער אין אפיס עס אויפפיקן.

אחרי ככלות הכל לאזט ער מיך איבער אפגעפאטשט מיט א רעסעפי פאר פראבלעמען, עס שטייט דארט קלאר אז איך מוז ערשיינען אין געריכט צו די באשטימטע צייט, און אויסהערן די קלאגעס קעגן מיר און באצאלן דעם פרייז, וואס מיין חבר חיים לייב דער טיקעט כאפער זאגט אז דאס קען מיינען עטליכע פוינטס אויך. יו געט די פוינט?

איך ווער איבערגענומען און הייב אן צו טון לדורון לתפלה למלחמה איך זוך א גוטן אדוואקאט, איך ווארף געלט פאר די פושקעס, איך רוף אן חברה תהלים. חברה חצות. וכו’.

ביי מיר אינדערהיים פאררופט מען א יום תפילה, אלע קינדערלעך זאגן תהלים אז דער שווערער געריכט זאל זיך ענדיגן לשלום. עס איז שוין דער יום הדין, און איך לאז מיך ארויס צום געריכט הויז, פרובירנדיג זיך פארצושטעלן וואס עס ווארט מיך דארט אפ צו זעהן.

(באמת וויל איך אייך חשובע לייענער מיטטיילן דעם עקספיריענס אין געריכט הויז, אבער איך וועל דאס מוזן שרייבן אין א באזונדערן ארטיקל, צוליב די לעגאלע דיסקלעימער’ס וואס איך מוז אריינלייגן ווי למשל אז מ’דארף זיצן ווען מ’לייענט עס, און נישט טרונקען בשעת מעשה וכו’)

דער פראקוראר רופט מיך ארויס און פארהאנדלט מיט מיר אז אזוי וואו איך בין א ערשטע מאל פארברעכער, גיבט מען מיר צוויי אפציע’ס. איינס אז איך קען פארלאנגען א פולקאמע געריכטליכע ערשיינונג וואו איך וועל זיך פארהערן מיטן יאפאנעזער, און אפשר וועל איך זיין גערעכט. דאס צווייטע איז צו איינטוישן דעם ספידינג טיקעט מיט א פארקינג טיקעט, און צאלן אפאר דאללער קנס.

וואס מיינט איר? איך האב מיט גרויס שמחה געכאפט דעם “פארקינג טיקעט” און בזדון געזאגט פארן דזשאדזש אז איך בין געווען שלעכט פארקירט, און ארויס מיט א עונש פון 150 גרינע.

איך קום אן אהיים מיט גרויס שמחה און ווייז פאר די בני בית, אז ב”ה עס איז מיר געלונגען צו טוישן דעם ספידינג טיקעט פאר א פארקינג טיקעט, וואס דאס מיינט אז איך קריג נישט קיין פוינטס, מיין אינשורענס גייט נישט ארויף, איך קען קויפן לייף אינשורענס אן קיין פראבלעמען וכו’.

און דא איז געקומען דער “אמת’דיגער מינוט” (מאמענט אוו טרוטה) מיין קליינער א אינגעלע מיט א ברייט מוח’ל רופט זיך אן: אבער טאטי, אלס ווען די קריגסט א פארקינג טיקעט ביזטו זייער ברוגז, פארוואס פרייסטו זיך יעצט אזוי דערצו?….

פארשטייט זיך אז איך האב אים געמוזט מסביר זיין אז דער פארקינג טיקעט האט מיך אפגעראטעוועט פון פיהל אן ערגערן שטראף און דערפאר בין איך אזוי פרייליך.

***

עס זענען אריבער א שיינע פאר חדשים פון דעם מאמענט, און איך בין ביי די שבת’דיגע סעודה געהעריג ווי אלעמאל פארנומען מיט די קינדערלעך ב”ה, און וועלנדיג אויפהייבן דאס פיצלס פון איר בענקעלע, האב איך דעם רוקן א בייג געגעבן ווי מ’טאר נישט, און פארפעלט א אטעם, עס האט מיך געברענגט שרעקליכע יסורים, אזש איך האב מער נישט געקענט עסן אדער טרינקען, און ווער רעדט פון שלאפן.

קוים מיט צרות האב איך זיך אראפגעלייגט צו אויסגראדן דעם רוקן, אבער די יסורים זענען געווען שטארק ר”ל.

קומט מיר ארויף אין מחשבה די אלע פסוקים און מאמרים, ווי “ראה עניי ועמלי” און איך דערמאן מיך וואס שטייט אין די ספרים הקדושים אז יסורים אויף די וועלט זענען פילפאכיג מער עושה רושם, און עס איז מבטל אן א שיעור צער און יסורים וואס קומט דעם מענטש פאר זיינע חטאים, און עס מאכט מיך טראכטן אז איך דארף דאנקען דעם אייבערשטן אז נאר אביסל רוקן ווייטאג, און מיט דעם גיבט ער מיר אזא שיינע מתנה ארויסצוקריכן פון די פינסטערע גיהנום ליידן. און עס שפרייט זיך מיר אומווילדיג אויס א שמייכל.

מיין קליינער פרעגט: טאטי, וואס לאכסטו? ס’טוט דיר שוין נישט וויי?

האב איך אים געענטפערט: ניין קינד מיינס, עס טוט מיר נאך זייער וויי, אבער ס’איז א פארקינג טיקעט…

– לאמיר אלעמאל געדענקען אז ווען עס מאכט זיך צער, עגמת נפש, אדער אפילו יסורים, איז דאס די פארקינג טיקעט אנשטאט דעם ספידינג טיקעט! וואלטן מיר דאס געוואלט צוריק ווייזן?-

זאל דער אויבערשטער העלפן אז קיין שום איד זאל נישט האבן קיין יסורים קיינמאל, און אפקומען זאל מען מיט ארויסנעמען פון טאש אנשטאט א דיים א ניקל, און מיט תשובה מאהבה, און משיח זאל אונז שוין אויסלייזן פון דעם פינסטערן זינדיגן גלות במהרה בימינו. אמן

דזשעם אין מקוה

להוציא מלבם וויל איך מגלה זיין דעם אמת.

היינט אין מקוה איז געווען דזשעם! איר הערט גוט! אפאר פון די אומגעלערנטע אורחים, האבן מיט גרויס עזות און חוצפה פרעכהייט און אומפארשעמטהייט זיך דערוואגט ברבים ארויסצוגיין פון בור ביי די שטיגן וואס שטייט קלאאר אז דארט גייט מען אריין…

און עס איז געווארן א טרעפיק דזשעם! ווייל די קרית יואלע איינוואוינער וועלכע ווייסן נישט פון קיין אנדערן וועג אריין זענען געשטאנען אומבאהאלפן און אובד עצות…

און איך בין געשטאנען און געלאכט אויפן קול… וויל איך מגלה זיין אז איך האב געלאכט פאר א סיבה…

אה! פארדריי מיר נישט קיין קאפ מיט פוילע תירוצים אז דו האסט געמיינט אז די ריזיגע סיין ווי ס’שטייט “אריין” האט געמיינט אז די מקוה איז ריין! דאס זאלסטו איינרעדן א צווייטן און אז ער לאזט זיך נישט דאן פאר א דריטן.

עניוועי. טייערע אורחים! זייט מער פארזיכטיג! א טרעפיק דזשעם אזוי שפעט אין מקוה האט שווערע פאלגן.

האטס מיר א גוט שבת.

דער פארמעסט

אלעס וויל ער די מערסטע, פון אלעמען איז ער די שטערקסטע, פון יעדן די גרעסטע, אבער וואס איז ער ווען גארנישט איז ארום אים?

דרייט זיך א פויערל אין דערפל צווישן די הינער, ער שמייכלט זיך אינטער, מיט אזא סארט קאמא-סאדיסטישן שמייכל, הע הע, קוק דיך ארום, זאגט ער פאר זיין געוויסן, אלע דא זענען א פוס הויך מערסטנס, און איך … איך גיי מיך יעצט נישט אויפשטעלן זיך מעסטן, אבער גלייב מיר איך בין 3 4 מאל אזוי גרויס… כאכאכא

***

אין תפיסה אינטער די גאראטעס, ווי אלע טראגן דעם זעלבן ווערדע, דרייט זיך א פארכאפטער אין פארברעכן, א געוויסער דזשאן דאו, ער זיצט דא אפ זיינע יארן פארן זינדיגן צו ג-ט און צו לייט אין יעדן הינזיכט וואס שייך.

נאך אזויפיל יאר זיצן אינטער די קאלאמוטנע גרויע ווענט, ווייסט ער שוין אז יעדן דריטן מיטוואך איז זיין רייע צו שטיין ביים קיך ווען מ’טיילט דאס עסן פאר די ארעסטאנטן, און ער דארף מיט א פארדזשאווערטן שעפ לעפל ארויסשעפן דאס זופ און אריינגיסן אינעם אייזענעם טעלער פאר די דורכגייענדיגע ארעסטאנטן.

אין א ליידיגע מינוט, באווייזט זיך א שמייכל אויף דזשאניס לעפצן אזש מ’זעהט די פארגעלטע ציין מיטן ווארצל. – איך האב די מערסטע זופ דא – כא כא כא. יעדער קריגט א טעלערל, איך שטיי אויפן שיסל. ווער איז נאך אווי איך?

***

לאמיך צוקומען צום ענין:

חז”ל זאגן אונז: ס’איז בעסער צו זיין א זנב לאריות, ווי איידער א ראש לשועלים.

דער קרומער מוח פארשטייט נישט זיין תפקיד נאר טאמער ער מעסט זיך מיט א צווייטן אין זיין ראנג, סביבה, יארגאנג, וכו’ ער איז נישט אינטערסירט צו זיין רייך, ער וויל זיין די רייכסטע, ער איז נישט אינטערסירט צו זיין שיין, ער וויל זיין די שענסטע. אלעס איז ביי אים אויף א “פארמעסט”.

ווען ווייסט ער אז ער איז ערליך? ווען ער איז ערליכער פון די וועם ער זעהט. ווען ווייסט ער אז ער איז געלונגען? ווען ער איז געלונגענער פון זיינע ארומיגע.

דערפאר איז אזוי וויכטיג זיך צו דרייען אין א סביבה פון ערליכע און איידעלע אידן, כדי אפילו ווען דער מוח איז במוחין דקטנות און פירט דעם נארישן מעסטן פארמעסט, זאל נאך אלס זיין אויף וואס צו האפן.

אלה תולדות נח נח איש צדיק וגו’ בדורותיו. זאגט רש”י יש דורשין לשבח ויש דורשין לגנאי. די זעלבע יש דורשין לשבח זענען די יש דורשין לגנאי. דהיינו ביי נח’ן אין די אויגן איז ער געווען טאקע קעגן זיין דור אזויפיל ערליכער, אבער ער האט עס נישט געדרש’ט אזוי, ער האט געדרש’ט לגנאי, וויפיל דארף איך נאך וואקסן צו דערגרייכן דעם מדריגה פון את האלקים התהלך.

עס איז א לימוד וואס די הייליגע תורה לערנט אונז, אז ווען מ’וויל אנקומען קען מען זיך נישט מעסטן בדורותיו, עס איז נישט דא דער דערהער, דער ערליכסטער. נאר מ’מוז זיין אינגאנצן ערליך. נאר לגבי די קינדער פון נח וואס זיי האבן נאך נישט דערגרייכט לקרסוליו זיי די תולדות האבן געזאגט אז ער איז א תמים בדורותיו.

***

איך בין אין די לעצטע תקופה געווארן פארמישט אין העלפן א איד וועלכער האט זיך פארפלאנטערט, אין רוחניות און אין גשמיות, באופן מבהיל. איך האב מיט דעם איד, וועלכער איז א גאר פיינער און געשמאקער, פון א גאר ערליכע שטוב מיט אסאך גאר שיינע השגות, געכאפט א שמועס, און נאכאמאל שטארק דערהערט דעם מורא’דיגן פראבלעם פון זיך מעסטן כלפי די סביבה.

אין אן אנדערן פאל ווי עס האנדלט זיך אין א שלום בית פראבלעם, קענען זיך נישט די מאן און ווייב אויסקומען ווייל ביידע דרייען זיך מיט מעסטער’ס, און ווילן נאר זעהן צו דער צווייטער אדער צווייטע איז ראוי צו זיין מיין פלג גופא.

ס’איז צייט אוועק צו לייגן די מעסטערס און אנהייבן לעבן רואיג אויף די אייגענע כוחות, אייגענע שאיפות, און אייגענע מדריגות. און נאר אזוי קען מען באמת שטייגן. ווייל ווען מ’מעסט זיך כלפי א צווייטן איז דאך דא נאך א ברירה וויאזוי יענעם איבערצושטייגן, “יענעם אראפברענגען”! און פטור אן עסק.

לאמיר נישט מעסטן ווער עס איז גרעסער, ווייל ווען יענער ווערט קלענער, איז דער פארמעסט פארביי. און וואו קומט מען אן?

לאמיר נישט מעסטן ווער ס’איז רייכער, ווייל ווען יענער ווערט ארימער איז דער פארמעסט פארביי. און וואו קומט מען אן?

לאמיר נאר ארויף קוקן אויפן אייגענעם לייטער, און זעהן וויאזוי קען איך גיין נאך א טרעפל ארויף אויף דעם לייטער סיי אין גשמיות און כ”ש וכ”ש אין רוחניות.

האטס מיר א פרייליכן תמיד.

טוב שברופאים

מאכט אייך באקוועם, און לאמיך אייך אריינפירן צום ווארטזאל פונעם אלעמען באקאנטן דאקטאר ברוינשטיין וועלכער איז וועלטס בארימט מיט זיינע דיאגנאזען און מעדיצינישע וויסנשאפט, אזש אז צו אים ווענדן זיך די מאסן פון ווייט און נאנט.

ווען איך בעט אייך זיך צו מאכן באקוועם, מיין איך נישט צו זאגן איר זאלט זיך אויסציעהן אויפן פאטעל און פאררייכערן א קובאנער ציגאר. סך הכל קענט איר שטיין אויף איין פוס און זיך מיט א מעסערל שניידן אין די פינגערס און ברענען די אויגן ברעמען מיט א צינדער, ווייל ביי אונזער דאקטאר הער ברוינשטיין ווען ער באציהט זיך צו “דיסקאמפארט” אומבאקוועמליכקייט, מיינט דאס יסורים וואס גרייכן העכער די אויבנדערמאנטע.

אונזער דאקטאר בארואיגט זיינע פאציענטן: מר. פאציענט איר וועט שפירן א שטיקל דרוק, און עס וועט זיין פארביי אין א אויגן בליק.

דער פאציענט זיצט אויפן עלעקטראנישן בענקל און ווארפט זיך פאר שרעק, און דר. ברוינשטיין נעמט דעם כלי זיין, און נאך א לאנגע מינוט פון אנגסט און שרעק גייען קולות ביזן הימל פאר יסורים, און האלט אן פאר פינעף לאנגע מינוטן.

ענדיגנדיג זיין בוטשער ארבייט, מיט שווייס אויפן פנים רופט זיך אן דר. ברוינשטיין: זעהט איר הער פאציענט, דאס איז דאס און ווי איך האב אייך שוין געזאגט איז עס א שטיקל דרוקעניש פאר א קורצע רגע.

דאקטאר! איר האט מיר נישט געזאגט אז דער אויגן בליק וואס איך גיי שפירן די יסורים איז נאך לאנגע פינעף מינוט זיך ווארפן. און דעם דרוקעניש פון וואס איר האט גערעדט איז אויך אזא סארט וואס מ’באציהט זיך אין די אלגעמיינע גאס דערצו מער ווי צו א שחיטה, אדער סקילה.

פארשטייט איר דאס האב איך אביסל בייגעוואוינט, דאס גוטסקייט פון די גוטע.

***

בין איך לעצטנס געפאלן א קרבן אויף דאקטאר ברוינשטיין’ס בעטל, און געדארפט דורך גיין א לייכטן פראצעדור פאר די אומגעהויערע רוקן ווייטאג וואס איז מיר באפאלן.

באמת גיי איך קיינמאל נישט צום דאקטאר פאר רוקן ווייטאג, נאר מיינע נאנטע האבן מיך געראטן אז עס איז ממש א שאדע זיך צו קלאמערן מיט די יסורים פאר דריי טעג אין א ציה, אין די צייט וואס דער דאקטאר ווייזט וואונדער און ביז א האלבע שעה ביזטו א נייער מענטש.

אט דער נייער מענטש דרייט זיך ערגעץ פראנק און פריי, און ווייסט גארנישט אז מיינע יסורים זענען עולים וגוברים פונקט ווי אין די עפיזאדן ווען איך האב נישט אפגעציילט 5 גלאטע צוואנציגער’ס פאר א דאקטאר.

דער דאקטאר האט מיר אביסל מאסאדזשירט און געמאכט שפאט פון מיר, מיך געדרייט ווי א דריידל און א גראגער אויפן טיש, און הערשט נאכדעם מיך געלאזט וויסן די רעזולטאטן פונעם געלונגענעם באזוך.

ער האט מיר פארציילט מיט שמחה אז זיין דיאגנאזע פירט אים צו גלייבן אז ב”ה עס איז גארנישט מער ווי סתם רוקן ווייטאג. (נאך א מזל ער זאגט, ווייל איך האב אנגעהויבן קלערן אז עס איז ציין ווייטאג, און זיך געשעמט ארויסצוגיין אויפן גאס מיט ציין אויפן רוקן)

נאך גוטע נייעס זאגט ער מיר פאררוקנדיג די בריללן, אז ער האט צוריק אריינגעשטעלט דעם ארויסגערוקטן ביינדל און יעצט וועל איך שוין בעזר השם נישט האבן קיין יסורים, טראץ וואס עס קען נעמען 3 ביז 6 טאג עס זאל זיך געהעריג שפירן.

ער איז מיר מסביר אז די יסורים זענען שוין לאנג פארביי, און די ווייטאג וואס איך שפיר, איז א “דיסקאמפארט” מיט געוויסע לעוול’ס און פרעגט מיך אויב יעצט שפיר איך פון איינס ביז צעהן, צעהן איז די ארגסטע, וואספארא לעוול יסורים (סאררי: דיסקאמפארט) האסטו?

ווען איך ענטפער, ניין און א האלב! זאגט ער מיט פאטאס: כ’האב דיר געזאגט עס וועט שוין זיין א שינוי לטובה, איך האב געהאפט אז כאטש ניין און דרייפערטל, און דא זאגסטו אז נאך ווייניגער… פשיהא.

איך פרעג אים בתמימות, צו ער לאזט מיך איבעררעכענען? אבער ער האלט שוין א טריט ווייטער, ער איז מיר מסביר אז די דיסקאמפארט גייט צוביסלעך ווערן ווייניגער אויב וועל איך ערליך נעמען גאלאנען מויטרין און טיילענאל צעטיילט לויט די שעה’ן אן קיין רחמנות.

ווי אויך ווייזט ער מיר אן אז נאך 3 טאג אויב טוט מיר נאך אלס וויי דער רוקן זאל איך אנגרייטן נאך א מאה’לע און שנעל אריבערקומען פאר א גרינדליכן אונטערזוכונג צו זעהן אויב אפשר איז גאר דער פראבלעם א טיעפער דיפרעשאן און ער וועט מיר רעקאמענדירן געוויסע אלטערנאטיווע מיטלען וויאזוי זיך צו באהאנדלען.

אלנספאלס ווען איך בין ארויס פון דאקטאר איז מיר ארויפגעשווימען א באקאנטע מימרא, מיט א שיינעם ניגונד’ל.

אוי אוי אוי געגעסן פארשטינקענע פיש
אוי אוי אוי אריינגעכאפט מכות אויפן טיש
אוי אוי אוי געצאלט געלט רעביש

אוי אוי אוי א פארווייטאגטן רוקן
אוי אוי אוי אזוי אנצובריקן
אוי אוי אוי אזויפיל געלט ארויסרוקן.