בין איך ראוי פאר ניסים?

הנרות הללו אנו מדליקין, על הניסים ועל הנפלאות, וכו’ בימים ההם בזמן הזה.

יא אט די ניסים וואס השי”ת האט געטון מיט אונזערע עלטערן בימים ההם, ווען א ביהמ”ק איז געשטאנען, און די כהנים האבן געטון די עבודה, אוי זענען דאס געווען הייליגע צייטן! אבער היינט בזמן הזה, ווען דער הסתרה איז גרעסער פונעם פנים מיט א מיליאן פאכיגן פארנעם, צו זענען מיר ראוי? קענען מיר עפעס פארלאנגען?

אט אזוי קלערט זיך אמאל דער אידעלע בעת צר, און אין דעם ארטיקל וויל מיר אביסעלע שמועסן אין די גאר וויכטיגע נושא.

***

ביי ר’ לייבל אין שטוב איז אלס אפן דער טיהר, אורחים פון אלע סארטן קומען כסדר און טרעפן דארט א ווארים הארץ א נארהאפטיגע סעודה, און א באקוועמען געלעגער, אלע צרכים ווערן צוגעשטעלט מיטן בעסטן און שענסטן.

איין געוויסער אורח ר’ חאצקל קומט דארט אפט צו גאסט, און זייענדיג אן עלנדער מיטגעמאכטער מענטש, קען ער אפזיצן ביי ר’ לייבל’ן פאר לאנגע חדשים אין א ציה, און פארשטייט זיך אז פון זיצן דארט אזא לאנגע צייט זענען די קאסטן אים אויסצוהאלטן אלס געווען גאר אסאך, וויבאלד יעדע קליינע הוצאה ווי דאקטאר געלט און צורכי יו”ט זענען געפאלן אויף ר’ לייבל, ווי נישט ווי איז ר’ חאצקל נישט יונג געווען און ער איז געלעגן בפישוט ידים ורגלים אויף ר’ לייבלס הוצאות.

ויהי היום און ר’ חאצקל האט פארלוירן זיין ארימען זייגערל וואס ער האט נאך געהאט פון די גוטע אלטע צייטן, גאנץ א קנאפער נכסים, אבער פארט א זייגערל. און זייענדיג די איינציגע זייגערל וואס ער האט פארמאגט, האט אים גאר שטארק געשטערט די אבידה.

ר’ חאצקל דרייט זיך ארום פארכמורעטער ווי געוויינליך, און דער גוט הארציגער ר’ לייבל באמערקט שנעל אז פאר זיין אורח איז עפעס שווער אויפן הארצן נעמט ער אים אפיר אין דער זייט און פרעגט אים:

חאצקל טייערער וואס פעלט דיר? וואס שטערט דיך? רעד דיך אויס, איך וועל דיר פרובירן צו העלפן אויב מעגליך און מיט וואס נאר מעגליך.

ניין ניין ענטפערט אים ר’ חאצקל, איך ווייס דו מיינסט גוט, אבער דאס מאל קענסטו מיר נישט העלפן, איך בין א פארלוירענער, איך ווייס נישט וואס צו טוהן.

פארוואס קלערסטו אז איך קען דיר נישט העלפן? פרעגט ר’ לייבל באזארגט. פרוביר, אפשר דאך? און אפילו ווען נישט איז דאך באקאנט דער מאמר חז”ל דאגה בלב איש ישיחנה לאחרים.

פלאצט חאצקל אויס אין א געוויין און זאגט; לייבל לייבל איך האב מיין זייגערל פארלארן! וואס טוה איך דא? איך בין אובד עצות. דער זייגערל וואס ווייזט מיר ווען עס איז טאג אדער נאכט, ווען מ’דארף דאווענען אדער קרי”ש לייענען, אא”וו. וואס טוה איך דא?

אויפן זייגערל קלאגסטו אזוי? חידוש’ט זיך ר’ לייבל.

יא! איך קען אן קיין זייגערל נישט עקזיסטירן. ענטפערט חאצקל צובראכענערהייט.

וועל איך דיר געבן א נייעם זייגערל, און דו וועסט ווייטער קענען אנגיין ווי געהעריג. וואס איז דער פראבלעם?

וואס… ווא… א נייעם זייגערל? ? ? ווערט חאצקל היסטעריש, איך קען עס נישט גלייבן! אזוינס וועסטו פאר מיר טוהן?

א ביישויער פון די געסט ביי ר’ לייבל’ן קוקט פארוואונדערט אויף חאצקל, און פרעגט אים: ר’ חאצקל! דו זיצט דא אויף קאסט, מ’גיט דיר דא יעדן טאג, עסן, טרינקען, און אלע צורכים, אנע שאלות און אנע ענדע, און דא ווען אונזער חשוב’ער מכניס אורח גיט דיר א נישטיגן זייגערל ביזטו אזוי באנומען???

פארשטייט זיך אז חאצקל’ס תירוץ איז שוין נישט אינטערסאנט, און מיר פארשטייען אז דער אויספיהר איז נישט געווען אין זיין גערעכטיגקייט, נאר אז ער האט פארזעהן דאס ריכטיגע גוטסקייט וואס דער בעל הבית ר’ לייבל טוט מיט אים טאג איין טאג אויס.

***

אין אונזער קורצע לעבנסטעג אלס אורחים אין דעם גרויסן פרוזדור, גיבט אונז דער מכניס אורח אונזער טאטע אין הימל, אכילה, שתי’, לינה, בני, חיי, מזוני, לופט צום אטעמען, רשות זיך צו רירן, דעת צום פארשטיין, און נאך מיליאנען און טריליאנען מיקרא און מעקרא מתנות פער רגע, וואס מיר קענען נישטאמאל באגרייפן אפילו ווען מיר זאלן פרובירן טויזנט יאר, איין מינוטקעלע צו באשרייבן.

מאכט זיך אמאל ווען פאר אונזערע קורצזיכטיגע בליקן זעהט אויס א פראבלעם גרעסער ווי א צווייטער פראבלעם, און מיר הייבן אן מתפלל זיין און בעטן דעם מכניס אורח, אז ער זאל אונז דאס אויך געבן, און דאס טאקע וויל ער. דער גרויסער מכניס אורח וויל מיר זאלן אמאל בעטן, און פארשטיין אז ער איז דער טוב ומטיב, וועלכער טוט נאר גוטס מיט זיינע אורחים.

קומט אבער א מצב פון יאוש, ווען דער שטן דער משחית לייגט אריין אין קאפ פונעם אורח’ל; ווער ביזטו דען? ביזטו ראוי אז דער באשעפער זאל פאר דיר ניסים טוהן? ביזטו דען אזוי ערליך?

דא איז ווי מיר דארפן קלארער פארשטיין, אז מצד אונזערע זכותים וואלטן מיר נישט געהאלטן דא אויך נישט! אלע חסדים, יעדעס שטיקעלע פאר זיך איז נסי נסים ונפלאות, און נישט ווייל מיר האבן זיך עס פארדינט האב מיר עס געקריגן. און נאך א קליין זייגערל מאכט נישט קיין גרויסן דיפערענץ ביים גרויסן מכניס אורח!

מ’דארף בעטן, ווי א קינד בעט ביים טאטן! אן קיינע חשבונות צו מ’איז ראוי צו נישט.

על הניסים ועל הנפלאות… בימים ההם בזמן הזה.

נישט קיין חילוק ווי נידריג מיר זענען געפאלן איז זמן הזה ווי ביי ימים ההם, און מיט תפילה קענען מיר זעהן די אפענע חסדים.

טייערע ברודערל, ווען דו ביזט אין א צרה ח”ו וואס זעהט דיר אויס ענדלאז, און לאזט דיך איבער מוהטלאז, קוק אויף די לעכטיגע חנוכה ליכטעלעך און דעמאן זיך אז די ניסים זענען פשרה’לאז, און אלעמאל וועט דיך השי”ת היטן און באגלייטן דיך צו טוהן גוטס.

(געדרוקט אין מי מנוחות חלק ו’)

גלאבאלע ראסיזם

זינט די בירגער קריג אין אמעריקע, ווען די בני חם האבן פארלוירן זייער געבורט שטאטוס פון עבדים, זוכן די אמעריקאנער צו פארגיטיגן פאר די בנים ובני בנים פון די שחורים, מ’גיבט זיי אלע רעכטן, און מ’נעמט אפילו אוועק רעכטו פון אנדערע, אולי יחוס וועלן זיי אמאל מוחל זיין פאר די אומרעכטן וואס מ’האט זיי געטוהן.

איינע פון די נאכווייען איז געבליבן אינעם גלאבאלן ליבעראליזם וואס די וועלט גוים פראבירן צו פראקטיצירן, איז די רייץ נאך באקריוודעטע. דאס הייסט אויב זענט איר באקריוודעט, וועט מען אייך געבן אלעס אויף די וועלט, און אויב נישט וועט מען אייך צום טויט פארפייניגן.

יעדער ווער עס קען נאר זיין באקריוודעט, וועט אלס פרובירן מיט אלע כוחות אזוי צו בלייבן, א הינקעדיגער ה”י וועט זיך ארום טראגן מיט זיינע שטעקעלעך אפילו ער איז שוין אויסגעהיילט, און וועט וועלן ווי לענגער קענען האלטן דעם “אינוואליד ערמעגליכקייטן” וואס ער באקומט, ווילאנג ער קען נאר.

אויב זאל א שווארצער (אזוי פלעגט מען רופן די אפריקאנער אמעריקאנער אמאל) זיך אויפוועקן איין צופרי און זעהן אין שפיגל אז ער ווערט פארווייסלט, וועט ער בכל כוחו פארפירן צוריק צו קריגן דעם שווארצן סטאטוס.

– עס איז קלאר ביי מיר אז די אלע זאכן זענען מרוב חסדיו פונעם בורא עולם, אז אידן זאלן אויך קענען הנאה האבן פון דעם שטאטוס, און קענען אנגיין מיט די מצוות ומע”ט, און נישט דארפן זיין אויסגעשטעלט צו קריוודעס ח”ו. נאר איך רעד נישט יעצט פון דעם טעמע-

אלנספאלס איז איינע פון די פינסטערע משוגעת’ן פונעם ליבעראליזם אז מ’טאר נישט קיין באקריוודעטן רופן אויפן נאמען פון זיין קריוודע. דאס דארף מכלומרש’ט זיין אזא שיינע מדה אז מ’פארשעמט נישט קיין מענטשן. א קשי’ אויפן חסד לאומים?

צום ענין: א שווארצער קען נישט גערופן ווערן, א שווארצער, ער איז א “אפריקאנער אמעריקאנער! א כינעזער, איז א אזיאטישער שיינקייט, א יאפאנעזער איז א יאפאניז אמעריקען וכו’.

קומט אמאל אויס אז א סענאטאר אדער קאנגרעסמאן זאגט דעם ווארט “שווארץ” און ער דארף מפייס זיין די עי עי על יו, מיט על שארפטאן און דזשעסי דזשעקסאן, און הערשט דערנאך ווערט ער נאך פארשריגן אלס ראסיסט.

איז אבער דא איין טאג אין יאר ווען ראסיזם איז גלאבאל אנגענומען, און דאס איז דער פרייטאג נאך טענקס גיווינג, און אנשטאט עס אנצורופן “אפריקאנער אמעריקאנער פרייטאג” רופט מען עס אפן און גראב “שווארצער פרייטאג” עפ”ל.

ווי נידעריג זענען מיר געפאלן, זיך אזוי נישט צו רעכענען מיט געפילן?

וואלט איר געגליכן ווען מ’רופט א צעפארענעם מוצאי טענקס גיווינג “ווייסער פרייטאג”? אדער גייט אייך גארנישט אן די שווארצע בלוט וואס ווערט אזוי אומשולדיג פארגאסן אין די גאסן?

צו ווייל איר ווערט פארקנעכטעט צום קליינעם פלאסטישן קארטל אין דעם טאג, מעג מען זיך באציעהן דערצו מיט אזא ראסיזם?

איך נעם זיך אן פאר די אפראמעריקאנער בכלל און פאר אלע באקריוודעטע בכלל גדול! ביטע זיך רעכענען מיט די געפילן, און פון היינט און ווייטער נישט שטיצן געשעפטן וואס שעמען זיך נישט און שרייבן ארויס “בלעק פריידעי” אויף זייערע סעילס.

און אז מ’רעדט שוין יא, איז וויכטיג צו לאזן וויסן דעם אמת’ן טעם פון בלעקפריידעי, אז עס הייסט אזוי ווייל עס פיהרט ארויס קאמפעני’ס פון די רויט (מיינוס) צום שווארץ (פלאס)

וואס מ’פארציילט אייך נאר נישט, איז אז עס פירט אריין דעם קלייענטעל צום רויט!!!

געדענקט אז איר זענט נאר א ראבאט אויב איר לאזט זיך אנצינדן! קויפט נאר וואס איר דארפט! נישט וואס מ’זאגט אייך אז איר ווילט! וד”ל

ברוך שעשה לי נס

עס איז יענס געלעכטער, אבער היינט האט עפעס פאסירט וואס האט אויפגעוועקט מיין מוח צו א מין מאדנע מציאות.

איך האב געבארגט פאר א אידן געלט פאר דריי חדשים צוריק, און מ’האט באשטימט א זמן פון דריי חדשים צוריקצוגעבן דאס געלט.

וואס זאל איך אייך זאגן, איך בין שוין היבש אפגעבריהט און איך געדענק נישט דאס לעצטע מאל ווען דריי חדשים האט געמיינט ממש דריי.

היינט קריג איך א טעלעפאן רוף פון דעם לוה, ווי ער פרעגט מיך מיט א פשטות, וויאזוי איך וויל דאס געלט, אין א שטר, אדער אין וואלוטע.

וואס זאל איך אייך זאגן, איך בין געווען שאקירט, און בארירט פון דעם פשטות, און ממש איך האב געשפירט א מין שמחה וואס כ’האב שוין לאנג נישט געשפירט.

דאס ענין פון בארגן געלט איז געווארן א געהעריגע מיחוש. אפילו ווען עס ווערט שוין באצאלט, בלייבט אלס א לאך אדער אין צייט, אדער אין הארץ, עס קומט אלס מיט שוועריגקייטן.

איך האב היינט באגריפן ווי ווייט דער ענין איז שוין פארפארן, אז ווען א מלוה קריגט צוריק געלט צייטליך, אנע דארפן דערמאנען, נאכלויפן, מרמז זיין, שמייכלען, וכו’ פריידט מען זיך שוין ווי עס וואלט געווען א מתנה.

איך בין דאנקבאר פארן לוה פארן פארשפארן מיר די עגמת נפש, ער איז א פותח דלת מפני לווין (אוועק פון מיין טיהר, מ’שלאפט שוין)

ברוך שעשה לי נס. ממנו ילמדו וכן יעשו.

ירידת הדורות

אסאך ויכוחים, און אסאך ארגומענטן זענען שוין אראפגעברענגט געווארן אין די נושא פון “ירידת הדורות”, וואו עס זענען דא פארשידענארטיגע מיינונגען, צו איז דער היינטיגער דור שוואכער, אדער איז עס נאר א בליק פון דעם אמאליגן דור וועלכער זעהט דעם היינטיגן דור מיט אנדערע ברילן.

איך וויל נישט זאגן אז איך בין דער וואס קען מכריע זיין, אבער איך האב א בליק אויף די נושא וואס איך האף דא קלאר אראפצוברענגען, און איך מיין אז עס וועט אויסקלארן פארשידענע צדדים אין די איבעיא און וועט אונז קענען ברענגען צו א פארשטענדעניש.

לאמיר קודם אלע מסכים זיין אויף דעם אז דער חילוק צווישן דעם איד און דער גוי איז, אז דער גוי ווען ער ווערט פארגעשריטן שפירט ער זיך קלוגער פונעם פריערדיגן דור, און מער דערהויבן, ער האט מער דערגרייכט. ווידעראום דער איד, ווי באקוועמער דער לעבן ווערט אים, און ווי מער סאפיסטיקירט ער ווערט, שפירט ער ווי ער נויגט אפ פונעם אמאל ווען מ’האט זיך געפלאגט פאר ברויט און וואסער.

ווי אויך איז קלאר, אז ביים איד ווען זיין גאנצע לעבן איז מסורה, און ער דארף זיך קלאמערן צו די דרכי אבות, ווי ווייטער ער שפירט זיך פונעם אמאל, אלס מער געפאלן שפירט ער זיך, און דאס איז עפעס וואס מ’וועט קיינמאל נישט קענען פארענדערן, ביז משיח’ס טאג.
דאס אלעס זענען געפילן, אבער וואס זענען די פאקטן?

תורה:

ס’איז קלאר אז כאטש וואס עס איז טאקע היינט גרינגער צו שטייגן אין לערנען צוליב די אלע הילף און ארגעניזירטע מוסדות וואס העלפן אידן שטייגן אין לערנען, איז עס א פאקט אז אזוינע וואס אין אמאליגע אומשטענדן וואלטן זיי געווען עמי הארץ, קען מען היינט זעהן זענען שיינע תלמידי חכמים.

עבודה:

שווער אנצו-ווייזן אויף א פארבעסערונג, ווייל עבודה שבלב איז א זאך וואס איז הנסתרות לד’ אלקינו, אבער איין זאך איז אמאל זיכער, אז די אמאליגע שמועסערייען אין ביהמ”ד און די פאליש ווינקלען וואס פלעגן אמאל זיין ווי א קרעטשמע אין ביהמ”ד איז היינט שוין נישטא אין די גרויסע געהעריגע עסטאבליזירטע בתי מדרשים, דאס וועט יעדער מודה זיין, עכ”פ אין דעם הינזיכט קען מען אנווייזן אז עס איז א גרויסער תיקון גלאבאל.

גמילות חסדים:

ס’איז בלתי שום ספק אז די חסד וואס גייט ארויס היינטיגע צייטן איז נישטא דאס גלייכן אין די פארגאנגענהייט. אבער. . . דאס חסד וואס גייט אריין(!) דאס הייסט דער וועג וויאזוי חסד ווערט געטוהן איז היינט אזוי סיסטעמאטיש, און אמאל האט א איד וואס האט געוואלט טוהן חסד זיך געדארפט פוהל מער פלאגן עס צו קענען אויספירן. דעריבער כאטש וואס עס גייט ארויס א געוואלד מיט חסד, שפירט זיך עס אסאך מאל נאך אלס נידעריגער פון די אמאליגע חסדים וואס איז אנגעקומען מיט מער מסירות נפש.

חינוך הבנים והבנות:

לית מאן דפליג אז מ’לייגט היינט אריין סאך מער כוחות צופארשטיין דעם תכונת הנפש פון א קינד און אים העלפן שטייגן, און מ’קומט היינט אן אסאך בעסער אין חינוך ווי אמאל. כאטש וואס אסאך מאל איז מען זיך טועה אינעם דרך (אפשר) איז זיכער אז ווען מ’טוט קומט מען אן, און אמאליגע צייטן איז געווען שוואכערע מעגליכקייטן צו טוהן אין דעם הינזיכט צוליב כמה סיבות, ממילא איז דער חינוך אויף גאר א הויכן סטאנדארט היינט.

***

לאמיר אבער באקוקן די נושא פון א צווייטן קוק ווינקל.

זענען די קינדער, און אייניקלעך בעצם שוואכער אין די כוחות הנפש? צו דערקענט מען דאס אויף זיי? צו זענען די קינדער אנדערש ווי די עלטערן זענען געווען אין זייערע יארן?

וואס אן אמת קען אויף דעם קיינער נישט ענטפערן נאר ווער עס האט א פינטעלע רוח הקודש, אדער ווער עס קוקט אריין אין דעם וועלטל פון א העכערן פלאנעט. ווייל ווילאנג א מענטש איז אין דעם וועלטל קען ער נאר זאגן וויאזוי ער קוקט עס אן, און עס קען זיין אז פון א צווייטן קוק ווינקל איז עס גאר אנדערש.

איך וויל פארשטיין געבן מיט א נקודה למחשבה.

דערציילט מיר אמאל א איד אז ער איז געווען א מלמד פאר קינדער, און א צווייטער מלמד איז צו אים צוגעקומען און אים אריינגעמורמלט אין אויער. דו ווייסט! די דורות פאלן געפערליך…

פרעגט ער אים פון וואו נעמסטו דאס?

רופט אים דער מלמד זיין חבר אריין אין זיין כיתה און צייגט אים אן אויף א קליין אינגעלע וועלכער פירט זיך אויף מורא’דיג טראציג, און ענטפערט מיט חוצפה. און ער פרעגט דעם מלמד, דו פלעגסט קענען אזוי ענטפערן פאר דיין מלמד? דו פלעגסט נישט מער מורא האבן פונעם מלמד? האט מען אמאל נישט געהאט מער דרך ארץ?

האט אים דער מלמד געענטפערט: מיין טייערער חבר, ווען דו ביזט געווען א אינגל, ביזטו געזעצן צווישן 27 אנדערע תלמידים, און כאטש וואס דו האסט מורא געהאט פונעם מלמד און זיך אויפגעפירט זייער פיין, איז אין דיין חדר אליינס לכאורה אויך געווען אפאר קינדער וועלכע זענען געווען חוצפה’דיג, און טאקע ווען עטס זענטס עלטער געווארן האט מען דערקענט חילוקים אין ענקער אויפברענג.
משא”כ היינט ווען דו ביזט א מלמד און דו זעהסט אלע 27, זעהסטו דאך יעדן, קומט אויס אז דו באגעגנסט דיך מיט אלע סארט קינדער, אבער דאס מיינט נאך נישט אז אמאל איז דאס נישט געווען.

דאס הייסט אז ווען א מענטש איז אין א גיל, און אין א גבול, אין לעבן, קען ער שווער ארום זעהן מער ווי זיינע נאענטע ארומיגע, אבער ווען ער גייט ארויס אביסל ווייטער פון דעם גיל און גבול, ווערט אים דער גאנצער געגנט אזוי ווי א בילד, און ער קען עס סובב זיין סאך מער, און דעריבער זעהט ער פונדערווייטנס אסאך מער ווי דאס וואס ער פלעגט זעהן ווען ער איז געווען דערין. אין חבוש מתיר עצמו.

***

עס האט זיך געמאכט ח”ו א צרה ביי א אמענטש אין שטוב, וועט איר הערן ווי דער קען זאגן לשונות ווי “מ’הערט היינט אזוינע שרעקליכע מעשיות” וכו’. האט מען דען אמאל נישט געהערט? איז דען נישט געווען קרענק און מכאובים בעפאר? נאר ווען דער מענטש קומט ליידער נאענטער צום צרה קוקט ער מיט אן אנדערן בליק. ה”י.

אזוי קען מען ברענגען מערערע משלים און צוגלייכן ווי מ’קען בפירוש זעהן אז די געפילן צו א מצב טוישן זיך ווען דער מענטש קריכט ארויס פון דעם מצב, און ווי אנדערש עס ווערט באטראכט, פארדעם, נאכדעם, און בשעת מעשה.

***

בקיצור: די דורות פאלן נאטורליך, ווייל אידן קוקן אייביג ארויף כי מראש צורים אראנו, און מ’קוקט אלס אויפן עלטערן דור אלס מקבלים פון די משפיעים, און א משפיע איז אלס העכער ווי א מקבל, ממילא איז נישט מעגליך אז די דור זאל נישט זיין עטוואס נידריגער.

די נאטורן פון די קינדער זענען פונקט ווי אמאל, עס האט זיך אלס געוואנדן אין די יוגנט, און אויך אסאך אין די שטוב, און לויט וויאזוי די עלטערן פירן זיך אויף. עס זענען אמאל געווען גראבע אמעראצים פונקט ווי היינט אדער נאך מער, און די זעלבע ביי יעדע זאך. די שאלה איז נאר צו איז היינט פראצענטועל דא מער אדער ווייניגער דורכפעלער.

אויפן ענין פון “פראצענטועל” רעכענען, איז זייער שווער צו ענטפערן ווייל א סטאטיסטיק קען נאר גענומען ווערן ווען אלע פאקטארן זענען אייניג און מ’נעמט זיי אינעם זעלבן וועטער, אויב איז דא סיי וועלכע שינוי המזג אדער שינוי אין מעגליכקייטן, איז שוין נישט שייך צו מעסטן.

איז אויך אינטערסאנט צו באמערקן וויאזוי מענטשן רעדן אין גרויסן איבער פראצענטן, און דער אויסדרוק ווי למשל: 70 פראצענט מענטשן האלטן אזוי אדער אזוי. וכדו’. איז אזא מין אומוויסנדער זאץ, ווייל ווען איר פרעגט דעם איד, פון וואו זיין סטאטיסטיק קומט? און מיט וויפיל מענטשן ער האט גערעדט דערוועגן, וועט זיין אסאך געזאגט אז ער וועט קענען ענטפערן אז ער האט 20 געהעריג אויסגעפרעגטע קאנדידאטן. נו, פון וואו נעמסטו פראצענטן אזוי פונטקליך?

אלנספאלס נישט צום פארקריכן פון ענין. מיר זענען אין זייער א גוטן דור, וואס דער הייליגער באשעפער האט אונז געגעבן, און מיר דארפן פארשטייט זיך אסאך אויפטוהן ווייל דאס איז אונזער אויפגאבע, און אמאל איז פאר מיר שווערער וואס פאר דיר איז גרינגער, און פאר דיר שווערער וואס פאר מיר איז גרינגער, און דער “דור” קומט נישט אריין אין בילד. ווייל דאס אז איך זעה דיך און דו זעהסט מיך, מיינט נאך נישט אז ס’איז נישט דא וואס צו זעהן ערגעץ אנדערש. וד”ל.

זאל דער אויבערשטער העלפן אז מיר זאלן קענען מחנך זיין א דור צדיקים וישרים, און זעהן נחת יעדער ביי אלע זייערע קינדער, און משיח זאל שוין קומען בב”א.

ווען טראכט איר?

די וועלט האט הקב”ה באשאפן מיט די פיהר דרגות אין די בריאה. דומם, צומח, חי, מדבר.

-דומם-

עס פארקוקט זיך מיר אמאל אויפן אומשולדיגן דומם, און איך קלער, וויאזוי קען דאס דער דומם שטיין אויף איין פלאץ אומבאוועגליך? ווילט זיך נישט פאר א שטיינדל זעהן זיין שכן שטיינדעלע נעבן וועם ער ליגט שוין אמאל הונדערטער יארן?

וויל נישט דער דומם אמאל כאפן א קורצן שפאציר ארום די בלאק און קוקן צו ער פארפאסט נישט עפעס?

אה! וואס איז דען די שאלה? ער האט דען א מוח צום טראכטן? וואס ווייסט ער דען? וואס וויל ער דען? “ער קען דאך נישט טראכטן”.

***

-צומח-

אין א שיינעם זוניגן טאג איז דאך נישט מער ווי נארמאל זיך צו פארקוקן אויפן ביימעלע, אויפן בלומעלע, ווי שיין זיי בליעהן, און ווי פרעכטיג זיי הייבן זיך יעדער אויף זיין שטייגער און לויט ווי פון הימל אנגעשריבן צו באשיינען און ווירקן אויפן באשעפערס וועלטל, יעדער מיט זיין תפקיד.

איך זעה א בלומעלע האלב פארבויגן מיט א בלעטעלע אראפהענגען האלב צעריסן, און עס מאכט מיך טראכטן ווען א נאגל אויף די האנט איז האלב אראפגעריסן און ס’הענגט, ווי אומ’באטעמ’ט דאס איז, וואס דען גיט דער בלומעלע נישט קיין שאקל אראפ דעם האלב פארריסענעם בלעטל?

אה! וואס איז דען די שאלה? ער האט דען א מוח צום טראכטן? וואס ווייסט ער דען? וואס וויל ער דען? “ער קען דאך נישט טראכטן”.

***

-חי-

נעבן שוהל אויפן באלקאן, האט זיך פארוואלגערט א שטיקעלע שיריים פון די שלש סעודות בילקעס, און א גווארדיע פון די קליינע שפרינגענדיגע פייגעלעך מאכן דערפון א פרישטאג אויף וועלכן זיי האבן שוין לאנג געווארט.

איך זעה ווי די גרויסע פארטרייבט די קליינע, יעדער שפרינגט אויף זיין ריהטם לויט זיין גרויס, און לויט זיין איינגעווארצלטע נאטור, איין סארט פייגל דערשרעקט זיך פון צווייטן אבער נישט פונעם דריטן, אוואו עס וואלט ווען געווען א צייטונג וואס פארציילט זיי ווער די גאלגאנען זענען, און ווער די גוטע פריינט.

זייער אינטערסאנט. אבער נאך מער וואונדערט מיך ווי דער פייגעלע שטייט דא יעדן טאג און זוכט עסן און קריגט זיך אויפן ברעקל הונגעריגערהייט. פארוואס זעה איך נישט א מחנה פייגלעך זיך ארויסלאזן זוכן פון וואו דאס ברעקעלע קומט? פארוואס דארף מען זיך קריגן אויף דעם ברעקל? קען מען נישט איינמאל פאר אלעמאל קוקן אדער פרובירן צו טרעפן וואו די בילקעס וואקסן?

אה! וואס איז דען די שאלה? ער האט דען א מוח צום טראכטן? וואס ווייסט ער דען? וואס וויל ער דען? “ער קען דאך נישט טראכטן”.

***

-מדבר-

דער אומוויסנדער גוי, ער שטייט אויף צופרי, און טוהט זיך באפוצן פארן שפיגל, שטעלט גראד די קאלנער און פוצט אפ די שפיצן פון דעם שיכל, און מאכט שטאלצע טריט ארויס אויף די גאס אריין אין רוישיגן געמויזעכץ פון לויפער’ס, גייער’ס, שטייע’ר’ס וכו’

אבער ווי נאר ער קומט אן אויפן גאס, טוהט ער אריין די אויערן הערערלעך אין זיינע אויערן, ער זאל קענען הערן א קאסעטע, (איך ווייס אז מ’רופט עס שוין היינט נישט אזוי, דארף מען צוזאמזעצן די אנשי כנה”ג צו מאכן נאך אפאר קאפיטלען אידיש פאר די נייע טעכנאלאגיע)

ער זעצט זיך אריין אין קאר, צינדט גלייך אן דעם ראדיאו, נאך פאר ער שלעפט ארויס דעם קליינעם הערער פון אויער, כדי נישט צו גיין ליידיג איין מינוט.

ער קומט אן אין די ארבייט, זעצט זיך צום קאמפיוטער און טוט זיין ארבייט (?) און פון אונטערגרונד מוז ארבייטן זיין באליבטע קאסעטע און ער מוז אלס האבן גרייט א נייעס אפליקאציע, אויפן דעסקטאפ, כדי ווען ער האט א מינוט צייט זאל ער גלייך קענען עפעס זעהן און הערן, זיך צו האלטן פארנומען.

און אזוי גייען ביי אים די זיבן טאג פון די וואך, דאס מוח’ל איז אים פארדרייט און פארקניפט און ער לאזט נישט איין מינוט איר אליינס. פארן שלאפן גיין מוז ער זעהן זיין טעלעוויזיע שאו, און דאס בעסטע איז נאך ווען ער שלאפט איין אינדערמיט, און וועקט זיך אויף צופרי צו א הייזעריגן טעלעוויזיע סעט. און ער הייבט אן דעם טאג פונדאסניי…

פון וואס האט דער גויאישער מוח מורא? פארוואס שטעלט ער נישט אפ זיין מח א מינוט?

ער האט מורא צו “טראכטן”. ווייל אויב וועט ער יא טראכטן וועט ער אריינפאלן אין א טיעפע מרה שחורה, עס וואלט אים געווארן קאלומוטנע אויפן הארצן ווען ער קען ווען באגרייפן דעם קייט פון גארנישט, מיט וואס ער באשעפטיגט זיך כדי זיך צו קענען באשעפטיגן אז ער זאל זיין באשעפטיגט…

***

-אדם בצלם דמות תבנותו-

דער אויבערשטער האט געזאגט, נעשה אדם בצלמנו, און ווי פארשטענדליך, איז דער ‘אדם’ פון וואס די תורה הקדושה רעדט, א אדם בצלם דמות תבנותו נישט נאר בחומר, וואס דאס קענען מיר כלל נישט משיג זיין, נאר במחשבה און ברוחני, וואס דאס איז נאר דער תכלית הבריאה, דאס פאלק ישראל.

26 דורות האט די וועלט געווארט ויהי ערב ויהי בוקר יום השישי, מוסב אויף דעם טאג ו’ סיון ווען די הייליגע תורה האט זיך אריבערגעצויגן צו אידישע קינדער אין ארון קודש, און אלס א געטליכע מתנה געבליבן אומגעטוישט אויף אייביג ווי א צייכן פון ליבשאפט פונעם מלך אליין צו זיין קרוין פרינץ ישראל.

אלזא מיט וואס איז דער איד אויסגעצייכנט? מיט וואס דען נישט? מלמד שהיו מצויינים, זיי זענען אלס געווען און וועלן אלס זיין אויסגעצייכנט. אבער פעלט דען נישט אויס אביסל צו נוצן דעם חלק המחשבה?

ווען טראכט איר?

צו לאמיר זיך נישט צופיל אמעריקאניזירן? זענען מיר טאקע אויך אזוי אנגעוויזן אלס צו האלטן די אויער און די אויגן פארנומען אזש מיר זאלן נישט קענען האבן פופצן רואיגע מינוט אין טאג צום “טראכטן”?

נישט טראכטן וואס עס קומט אינטער! דאס הייסט “דמיון”. מ’רעדט פון טראכטן על הסדר, טראכטן מיט א ציהל, ארגאניזירט פאר א תכלית הנרצה.

איז שוין דער איידעלער איד אויך אזוי פארגרעבט ח”ו, אז ער האט מורא צו טראכטן?

ווען טראכט איר?

איר האט שוין אמאל געטראכט, ווען איר טראכט? איר האט שוין אמאל איינגעזעהן אז דער גמרא קאפ וואס האט אמאל געדארפט זיצן און טייטלען מיטן גראבן פינגער און טראכטן וואס דער מלמד אדער מגיד שיעור לערנט פאר, טראכט היינט שוין גארנישט?!

נעמט אפיר דעם טאג, און מיט התבוננות קוקט איבער אייער סדר היום, און ווייזט אן אליינס אויף 15 מינוט פון טאג וואס איר קענט זאגן אז איר זענט עוסק מיט “קאנטראלירטע מחשבה”! נישט מיט אויסנווייניג קאנטראל, נאר מיט אינערליכע קאנטראלן.

אויב קענט איר נישט טרעפן אין אייער טאג 15 מינוט מחשבה אן קיין כלי זיין פון די טעכנאלאגיע! אן קיין טעיפ, עמפי-דריי – קליפ’ס (ח”ו) – ראדיא (חס מלהזכיר) וכו’. דאן וואס זענט איר מער פונעם נידריגו גוי?

-מחשבה מיט מחשבה-

לאמיר טרענירן דעם מוח צו טראכטן, דורך דעזיגנירן 15 מינוט אין טאג, נאר פאר דעם צוועק! נישט קוקן, לייענען, אדער הערן, בשעת מיר קלערן און טראכטן איבער אלעס וואס מיר געברויכן מצד התורה, און מצד דעם כח המחשבה דעם אוצר וואס מ’האט אונז געגעבן.

לאמיר נישט לאזן אז די זינגער’ס, אקטיארן, און לצים, און מארקעטער’ס, זאלן אונזערע מחשבות דיקטירן.

15 מינוט א טאג קען מען אוועק געבן פאר ערנסטע מחשבה, און נאך אלס בלייבן מיט 23 שעה און 45 מינוט פאר ‘דמיון’ און ‘חלומות’ און אלע אנדערע דרויסנדיגע קאנטראלירטע מיינונגען און מחשבות.

פרובירט דאס פאר א חודש, און איר וועט זעהן גרויסע שינויים אין סדר החיים, און גרויסע דערגרייכונגען ברוחניות ובגשמיות. ווייל נאר דער האט דערגרייכט, דער וואס האט געטראכט…

זאל דער אויבערשטער מאיר זיין אונזערע מוחות מיט די הייליגע שיין, זיך צו קענען אליינס קאנטראלירן און זיך פירן על דרך הישר והטובה, עדי ביאת גוא”צ בב”א.

ווייסט וואס עס איז די פראבלעם?

שטייען א קבוצה מיט אינגעלייט, און מ’שמועסט פון אלס און אלעמען מיט גרויס אימפעט און עקסטאז, יעדער ברענגט ארויס מיט טוב טעם ודעת וואס דער פראבלעם איז.

יענקל טענה’ט אז דער פראבלעם איז אז מיר זענען דורות פון מלחמה געליטענע.

משה זאגט אז דער פראבלעם איז טעכנעלאגיע.

חיים זאגט אז דער פראבלעם איז דער חינוך.

ברוך זאגט אז די גאנצע פראבלעם איז דער סיסטעם.

שטייט דארט א קליינטשיגער דארער זרח’ל, און שארט זיך צי שטילערהייט צו חיים’ן און פרעגט: חיים. זאג מיר נאר, איך שעם מיך צו פרעגן הויך. “ווער האט פארציילט פאר יעדן אז ס’איז דא א פראבלעם?” ווייל איך געדענק עפעס נישט…

חיים פאררויטלט זיך, און פרעגט: זרח! וואס הייסט? דו ביזט נישט דאהי? דו זעהסט דען נישט וואס דא קומט פאר? די ירידת הדורות? די פארדארבנקייט, פארעקלטקייט, און אלע אנדערע פארגרעבענישן וואס גייען פאר אויף די וועלט? איך מיין, איך דארף דיר דען אנווייזן?

זרח ענטפערט שוין שטילער… אה! איך האב נישט געוואוסט אז די אלע זאכן זענען די “פראבלעם”. מיר האט עס עפעס אויסגעקוקט אז דאס איז דער מענטש און פאר דעם איז ער אויף די וועלט, ווייל “אדם לעמל יוולד” און די וועלט איז נישט קיינמאל געווען קיין פיקניק. נישט היינט ביים פראבלעם, און נישט אמאל פארן פראבלעם, און נישט שפעטער נאכן פראבלעם…

חיים פארקלערט זיך, דו ווייסט זרח’ל דו זאגסט עפעס! דו ביזט טאקע קליינטשיג אין געוואוקס, אבער דיינע שעמעוודיגע רייד, האבן עפעס גערירט ביי מיינע געדאנקען.

ווער האט טאקע באשלאסן אז עס איז א פראבלעם?

אפשר גאר האט דער הייליגער באשעפער באשאפן די וועלט, מיט קליינליכע שטיינדעלעך אין וועג, וועלכע מיר זאלן אנקוקן ווי גרויסע פראבלעמען, און מיר זאלן זיך ספראווענען דערמיט?

משה רוקט זיך צו צום נארוואס געשאפענעם זייטיגן שמועס, און לייגט צו אן אויער, און פרעגט: זאגט נאר, ענק האלטן טאקע אז ס’איז עולם בתיקונו??? דו האלטסט אז ס’איז נישט דא קיין פראבלעמען אויף די וועלט?

זרח’ל מיט שוין אביסעלע מער קוראזש ענטפערט:

ווען עס וואלט נישט געווען קיין פראבלעמען, וואלט דאס געווען די פראבלעם…

***

לאמיר איבערשמועסן דעם נושא.

א אידל האט אריינגעוואנדערט אין א שטעטעלע ווייט פון זיין וואוינארט. שפאצירנדיג קומט ער אן צום מארק פלאץ וואו עס דרייען זיך ארום יונג און אלט און פרובירן צו מאכן א טולער צום לעבן. גייט ער צו צום ערשטן איד וואס ער באגעגנט, און פרעגט: דו ווייסט אפשר וואו ר’ שמערל דער סטאלער וואוינט?

שמערל דער סטאלער? פרעגט יענער. ניין! איך ווייס נישט

ער גייט ווייטער און שטעלט אפ א צווייטן איד און פרעגט נאכאמאל דאס זעלביגע.

באקומט נאכאמאל אפאר פארוואונדערטע אויגן מיט א נעגאטיוון ענטפער.

און אזוי דרייט זיך ארום אונזער אידל פארוואגלט און קענן נישט קריגן א קלארן ענטפער פון קיינעם.

ביז ער טרעפט אן דעם שמש פונעם שוהל, און ער פרעגט שוין גערעגטערהייט. זאגט מיר נאר, וואוינט דא אין שטאט איימיצער ר’ שמערל דער סטאלער?

און דער שמש וויסנדיג אז ער איז באקאנט מיטן גאנצן אנשי שלומינו ליסטע, ענטפערט מיט זיכערקייט: ניין! וואס פאלט אייך ביי?

זאגט דער אידל, איך דריי מיך שוין א גאנצן טאג ארום און איך פרעג וואו ר’ שמערל וואוינט און קיינער קען מיר נישט ענטפערן אז אזא אידל איז נישט פארהאנען?

זאגט דער שמש: מיין טייערער אידל, ווען איר וואלט אגאנצן טאג געפרעגט פון מענטשן, “צו וואוינט דא א איד ר’ שמערל סטאלער” בין איך זיכער אז יעדער וואלט געענטפערט א קלארן “ניין”. ווייל קיינער קען נישט אזא מענטש.

אבער אז איר דרייט זיך ארום פרעגן “וואו וואוינט שמערל דער סטאלער” דאן איז עס שוין ווי א זיכערער זאך אז ער וואוינט דא, נאר איך בטלן ווייס נאר נישט וואו…

ווען איר זענט געקומען צו מיר שוין פארלוירענערהייט האט איר געפרעגט “צו וואוינט דא א איד שמערל?” און אויף דעם האט איר באקומען א זיכערן “ניין”.

***

כלפי מה דברים אמורים?

פאר איר פרעגט, “וואס איז די פראבלעם”, זייט אזוי גוט און פרעגט, “איז דא א פראבלעם?”

האטס מיר א גוט שבת.

נישט אז ס’גייט מיך אן

איך האב נארוואס מיטגעהאלטן א שמועס, וואס האט מיך אויפגעברענגט אן אלטן איבל און פאראכטונג צו א געוויסן סארט גערעדעכץ וואס איך וועל מיט אייך מיטטיילן.

בעפאר איך פאנג אן. מ’זאגט נאך פון גרויסע לייט, (איך געדענק נישט קיין מראי מקומות אויף דער מינוט) אז “וויאזוי עס גויאישט זיך אזוי אידישט זיך” און פילע מאל זעהט זיך דער כלל אן זייער בולט.

אלזא שטיי איך און שמועס מיט א אינגערמאן איבער א געוויסע נושא, וואס אנדערש ווי רוב שמועסן, איז דער נושא אונז ביידע נוגע געווען, ווען אינמיטן קומט צו א אינגערמאן מיט צוויי פינגערס פארשטעקט אין זיין געקנעפלטן גארטל און וויל נאר עפעס פרעגן פון מיין חבר.

ווען ער האט געקריגן דעם רשות הדיבור, ווילנדיג צו אומווילנדיג, האט ער אנגעהויבן צו ווארפן תרעומות אויף א געוויסן פראבלעם וואס ער האט געהאלטן אז מיין חבר האט דערצו שייכות און קען אים העלפן, און ער האט כסדר ערווענט דעם ליבעראלן אמעריקאנעם זאץ “נישט אז ס’גייט מיך אן! נאר . . . ”

איך האב זיך איינגעהאלטן מיט אייזענע קייטן אים נישט צו פרעגן: אויב גייט דיך עס נישט אן, וואס דרייסטו א קאפ?

איך האלט מיט אסאך מאל אזוינע שמועסן ווי יעדער איז א פאליטישן, און וויל נישט ווערן געלעבלט מיט א מיינונג וואס קען זיין ער וועט צום סוף נישט קענען פארענטפערן, און דעריבער נוצט מען די אלע שוואכלינג זאצן, אוועקצונעמען דעם אחריות פון וואס מ’זאגט.

לאמיך פרובירן צו רעדן קלארער, אפשר וועט איר יא פארשטיין.

ווען איר האלט אז משה איז גערעכט און שמעי’ איז נישט גערעכט, און איר ווילט איינעם פרעגן אדער זיך דינגען אויף אייער מיינונג, פארוואס זאגט איר: ס’איז מיר נישט נוגע, נאר איך בין סתם נייגעריג!

פארוואס נאך די אלע פארזיכערונגען אז איר מיינט טאקע גארנישט, אויב זאגט מען עפעס פארקערט ווי אייער “נישט מיינונג” ווערט איר ווילד און פארלירט קאנטראל אויפן צונגל?

איז נישט צייט צו פרעגן א קשי’ א שאלה, א איבעיא, די וועג ווי עס איז באמת? און אויב וועט איר אין די ענדע נישט בלייבן גערעכט, סתם מודה זיין אז איר האט א טעות געהאט און בלייבן גוטע פריינט?

איר פארשטייט וואס איך פרעג?

נישט אז ס’גייט מיך אן!

והסר יגון

האט איר שוין אמאל געדאוונט מיט תרח’ס מנין?

דער תרח דרייט זיך אין קבר ווען ער הערט אז א מנין שחרית פון זיין זונדעלע דער הייליגער אברהמ’לע רופט זיך אויף זיין נאמען. אבער נאך מער דרייט ער זיך ווען עס דערמאנט אים די שרעק און אנגסט פונעם קאלך אויוון ביי נמרוד’ן.

יא עס ברענט און עס פלאקערט, און עס ווערט נישט פארברענט! דער מנין פארט ווי א ווילד פארצוקענדער לאקאמאטיוו און די רויעך קען ניטעמאל געזעהן ווערן פאר גרויס געיעג.

אלזא איך האב אריינגעבלאנדזשעט אין דעם תרח מנין וועלכע דאוונט זיך (עס דאוונט זיך! איר הערט גוט) 6:00 אוהר שארפ. נישט קיין חילוק צו ס’איז טאג נאכט אדער בין השמשות.

עס האט מיר איינער אנגעוויזן אז דער זייגער דארט אויפן וואנט אינעם הינטערשטן שטובל אין ראדני ביהמ”ד קריגט די מערסטע איטענטשן פון אלע זיינע קרובים זייגער’ס. לכאורה א גלגול פון א גרויסן אכטונג זיכער (איטענטשאן סיקער). א מינוט פארן זמן זיצן איבער א מנין אידן מיט אנגעשפיצטע אויגן אויפן זייגער, און ווען דער קליינער לאנגער סעקונדן ווייזערל מארשירט ארויף אויפן צוועלווער ברעכט אויס א וואלקאן פון אומקאנטראלירטע געשעענישן.

שטייטעלעך (נישט די מנין…). איין יודל זיצט דארט מיט די האנט אויף די ניקלעך און די צווייטע האנט אויפן ר”ת תפילין און די ברילן אויפן ווייכן חלק פון א אויסגעמאטערטן נאז, און נעמט זיך ברומען ראבאטיש אמן מיט אמן יש”ר. נישט קיין חילוק צו דער בעל תפלה זאגט קדיש צו נישט. ער ווייסט פונקטליך לויט דעם ווייזערל ווען מ’ענטפערט אמן און אז דער בעל תפלה שטעלט זיך נישט צו צום זייגער איז דער אמן יתומה זיין חטא.

אביסל ארויפציהר זעה איך א איד וואס ער וואלט נאך אריינגעפאסט אינעם 7:30 מנין צוליב זיין יונגן עלטער, אבער ווען איך באמערק זיין באטעלע שנאפס אינעם פלאסטיק אריינגעטון צווישן די רש”י און ר”ת תפילין זעה איך אז דאס פנימ’ל האט מיך פארפירט, ער איז א בן ארבעים כבן שבעים און שטימט קלאסיש אריין ביי תרח’ן.

איין אינגערמאן וואס האט זיך אויסנאם געיאגט און מיט איין האנט נאך פארראכטן זיין פיאה און געהאלטן דעם ראבער פארן בארד צווישן די ציין אין די צייט וואס ער קושט די ציצית ביי ברוך שאמר, האב איך גאר געהערט אז ער יאגט זיך יעדן טאג אזוי, ווייל ער זוכט א דזשאב…

דער בעל תפילה ציהט אן אויג – נישט מיינס, זיין אייגנס- מיט איין בליק קוקט ער צו ער האט תשעה עונין, מיטן צווייטן בליק איז ער מעיין אויפן באליבטן זייגער צו זעהן אויב ער לויפט אויס פון צייט. און אזוי טרייבט זיך א געטרייבעכץ אז מ’זאל האבן אפגעקומען דאס געטריבענע.

אלזא. איך בין אריינגעפאלן אין אט דעם מנין מיט ביידע הענט ארום דעם פעלענעם טלית בייטל, און זיך געשטעלט ביים בימה אבזערווירן וואו איך קען קונה שביתה זיין.

מיין אויג איז געפאלן אויפן ווינקל פון דרומית מערבית. דארט איז לכאורה די ווייטסטע פונעם פארע וועלכע איז מערסטנס ביים קאנדאקטאר.

איך קריך אריין אינעם טיש און פארווארף דעם טלית, זינג זיך אינטער ברכי נפשי… עס ווערט מיר שווארץ פאר די אויגן. ביים טיר באווייזט זיך אן יונגער-אלטער מאן און פון הינטער זיינע שווערע ברילן זעה איך קלאר אז איך בין דער וואס ברויזט אים.

איך הייב הענט און פוס, מאך זיכער אז כ’האב נישט איבערגעלאזט קיין אנדערן אבר און זוך א מקום וואו צו לאנדן.

אין מיין זוכעניש בארעכן איך זיך אז ביים בלעמער וואלט לכאורה פאסיג געווען. אבער דאס האט זיך אויך ארויסגעשטעלט צו זיין א שלעכטער געדאנק ווען די חברה האבן מיר געווארפן בליקן וואס האבן מיך דערשראקן. איך האב הערשט נאכדעם באמערקט אז דער גבאי צדקה האט ליעב צו שטיין דארט און מאכן זיינע חשבונות און אויך ווען ער רופט אויס דארף ער פלאץ צום קלאפן אויפן בלעמער.

איך שטעל מיך דאווענען במקום אחר און נאך א קנאקעדיגן עטיפה קום איך ארויס פון אונטערן טלית און זעה א פארקנייטשטן בייטל אויף אלע מיינע חפצים מיט אן ערנסטן אידל אין א כאלאטל וואס לייגט תפילין כאילו ער זעהט נישט אז ער האט זיך ארויף געלייגט זיינע תפילין אויך מיינע.

איך פרוביר דעם אלטן טאקטיק פון גיבן א הויכן שלונג ער זאל דערהערן מיין אנוועזנהייט, אבער ווען נישט איך קען די פערסאנאליטי וואלט איך געקענט שטארק זיכער זיין אז דער איז ל”ע בלינד טויב און שטום רח”ל.

ווען מ’האט געהאלטן ביי ויברך דוד זעה איך ווי איינער פון די אלטווארג שטעלט זיך אויף מיט שוועריגקייטן און קריכט ארויס פון באנק און שפאצירט צום צווייטן עק ביהמ”ד מיט א שמייכל און זיין גראבן סידור אין די האנט. ער ווייזט אויף זיין סידור’ל פאר זיין יוגנט חבר און ביידע צעשמייכלען זיך הארציג. איך בין זיכער אז איינע פון די צוויי הייסט ברוך אדער דוד, אז נישט כאפ איך נישט וואס נאך א וויץ דארט האט געקענט ליגן אין דעם יעדן טאגיגן ויברך דוד.

די שמחה ביי דעם מנין איז ניט צום באשרייבן, טייל פון די אידן קומען אן אזוי מונטער און פריש ווי די אינגעלייטלעך צו מנחה ווען די ווייבער לאזן זיי אנטלויפן פון די בהלה. מוז זיין אז אידישע תפילות האלטן אונז פריש. זאגט מיר איינער אינטער מיט א שמייכל: ואידך פריש”ע זיל גמו”ר. סך הכל ווילן די אידן ענדיגן. וד”ל

זאל איך שרייבן איבערן לחיים? נע עס קען נאך ברענגען נאכווייען. דאס קאפ האט מיר געשווינדלט פון מיטהאלטן דעם לחיים פראגראם נאכן דאווענען!

נאכן דאווענען??? דאס הייבט זיך אן ביי ק-ל ארך אפים ביי תחנון. דער בעל תפלה זינגט אפ דעם ושם נאמר און ווייזט פאר א אידן אויפן ערשטן טיש ארויסצוגיין ברענגען דעם לקח וואס ער האט געלאזט הענגען אויפן הענגער ביי די האנטוכער ביי די מקוה.

אינמיטן נפילת אפיים ווערט שוין טיש געדעקט. און מאנכע זאגן שוין על המחי’ ביי ובא לציון. (מיין איך דען ח”ו אראפצורייסן די אידן? נאר איך וויל צוקומען צו א נקודה)

פון הויכע שמו”ע און ווייטער טוט זיך א רצועות געפליקעכץ פונקט ווי ביי אלע אינגערע מנינים, אבער פארט מיט עפעס א שטערקערן גערויש און באנומענע ערנסטקייט צום גאלאפ פון דעם געפליקעריי. עס זעהט אויס ווי עס איז דא א פארמעסט ווער עס קען שנעלער גייט פון רש”י צו ר”ת.

רעגולערע מתפללים ביי תרח’ס מנין זענען געוויינליך ווי שבת זייגער’ס, די מויל שאקלט זיך מיטן ריטהם פונעם זייגער. דער קאפ בייגט זיך ווען דער זייגער ווייזט מודים, און די הענט קלאפט זיך ווען דער זייגער זאגט סלח לנו. אלעס גייט מיטן זייגער.

וואס זאל איך אייך זאגן? איך בין זיכער אז די תפילות ווערן נתקבל לרצון, אבער די נקודה וואס איך האב מיך געלערנט פון דעם עפיזאד, און קען מעגליך זיין א שטארקער לימוד פאר אסאך אידן, איז: אויב יאגט מען זיך ווען מ’האט א פיינעם תירוץ זיך צו יאגן, יאגט מען ווייטער אפי’ ווען דער תירוץ איז שוין נישט שייך. וד”ל

זעמיר דאך מתפלל “והסר יאגן”

נ.ב. דאס ווערטל פון “והסר יגון-יאגן” האב איך אמאל געהערט פון א גאר חשוב’ן עלטערן איד הר”ר נח אבראהאם ע”ה. זאל ער רוען אין לעכטיגן גן עדן.

פארוואס איך גיי שטימען

דער אמת איז אז אלס אמעריקאנער בירגער וועלכער נעמט נישט פונעם פעטער, נאר גיבט פאר די מומע, האב איך זעלטן ווען אויסגענוצט מיינע בירגער רעכטן, ווייל גיין שטימען איז קיינמאל נישט געווען פון מיינע פריאריטעטן אפילו ווען מ’האט געדרוקט אויף צעטלען גאנץ “עזרת אבותינו” מיט די מפרשים.

איך זאג נישט ח”ו אז מ’זאל מיך נאכטוהן אין דעם הינזיכט, עס איז געווען פריוואטע נגיעות און מניעות, פארוואס כ’האב נישט. געקענט טוהן די מצוה, אבער איך פלעג אלס נעמען א תהלימ’ל און מתפלל זיין אז ס’זאל ח”ו נישט זיין קיין פראבלעם פאר מיינע דורות, ווי די צעטלען פלעגן קלאר שרייבן אז דאס איז ח”ו אן ערנסטער חשש.

ב”ה אז דאס מאל האב איך יא געקענט מקיים זיין דעם צו השעה און געגאנגען שטימען בדחילו ורחימו מיט א לשם יחוד זיך מצטרף זיין מיט אן אחדות צוריק צו שלאגן די גרויזאמע פאליטישאן’ס וועלכע ווילן ל”ע דאס ארגסטע, און שטעלן אן ערנסטן געפאר פארן כלל ישראל.

אלנספאלס בין איך דאס ערשטע מאל אריין אלס שטים בארעכטיגטער בירגער, אינעם שטים לאקאל, זיך גרייטנדיג צו נעמען דעם מערקווידיגן שריט.

איך שפאציר אריין און קוק זיך אום, עס ווערט מיר שווארץ פאר די אויגן! שווארץ תרתי משמע, פוהל מיט פאליציי, און מיט “שחורות צועקות” יעדער שרייט און פארפירט, נאר צו מיר שמייכלט יעדער! מ’ווייזט מיר אן וואו צו גיין, פאליציאנטן באגלייטן מיך, איינע שרייט אפילו אן א יונגן גוי וואס איז געשטאנען צו נאענט צו מיר אז ער מאכט מיך אומבאקוועם אלס א וואוטער. איך שפיר זיך ווי א מיליאן דאללער.

מ’גיבט מיר א גרויסן ענוועלאופ מיט דאקומענטן, איך קנייטש איין דעם שטערן, יעדער ווארט דאך צו זעהן מיין באשלוס, און מ’וויל הערן מיין מיינונג יעצט איין מאל.

אה פאר איך פארגעס, מ’הייסט מיך אונטער שרייבן מיין נאמען, און פון די אנדערע זייט דעקט מען צו דעם איבריגן חלק פונעם ביכל אז איך זאל נישט קענען “טשידן” וויאזוי צו אויסשרייבן מיין נאמען. (איך האב געפעסט די טעסט ב”ה)

מ’גיבט מיר א פריוואטע ווי איי פי בודקעלע צו אפשרייבן מיינע געדאנקען און נאטיצן, און דערנאך אויף א רויטן קארפעט גיין צעשפרייטן מיין מיינונג…

איר ווילט וויסן פארוואס איך גיי שוין אייביג פרובירן צו גיין שטימען; איינמאל אין פיר יאר איז גוט צו שפירן ווי יעדער רעכנט זיך מיט מיין מיינונג, און מ’זאל מיר געבן פאליצייאישע וואך און אזויפיל כבוד.

ס’האט זיך אלעס געלוינט!!!

מ’שטופט שוין ווייטער צייט

א מין פארשלעפטע וועלט; דאס אמעריקאנער פאלק קען נישט קומען צו קיין באשלוס, מ’שטופט די צייט מיט אלע כוחות, און פלוצלינג ברררררר מ’שלעפט צוריק! קען מיר איינער מסביר זיין וואס פשט דערפון איז?

און אויב שוין יא אזוי, האט דאך די איינע שעה א ווערדע וואס איז אומשאצבאר. לאמיך מסביר זיין פארוואס. לאמיר זאגן איך בין א שכיר יום און איך ארבייט 8 שעה א טאג; ווייס איך אז איך בין פארנומען און איך קען גארנישט וויכטיגס אריינרוקן אין מיין סקעדזשול ווייל איך בין דאך פארנומען. נניח אז מיין בעה”ב אדער מיין ביזנעס לאזט מיך איבער איין טאג מיט א אומגענוצטע שעה, וואלט איך דאך געקענט אין די שעה אסאך אויפטוהן לכאורה?! ניין?

ניין! ווייל אז איך האב נישט געוואוסט פאראויס אז דער שעה גייט זיין אוועילעבל האב איך נישט געקענט קיין סאך זיך גרייטן אריינצושטופן אין איר, און עס גייט פאריבער מיט שטופן די צייט מיט א ריזיגן טרעקטאר! ווייס מיר דאס אלע? אדער דארף איך מסביר זיין?

וואס טוט זיך ווען דער בעה”ב אדער ביזנעס ערלויבט מיך א וואך פריער צו וויסן אז איך וועל האבן א איבריגע שעה פאר מיר, קען איך דאן אויסרעכענען צו טון פארשידענע וויכטיגע היים ארבייט, אמאל איז עס וויכטיג, אמאל איז עס נישט, אבער עכ”פ איז עס אביסעלע בידי צו קענען עפעס ארויסשלעפן דערפון.

וכאן הבן שואל: א האלב יאר ווייסט דער אמעריקאנער איינוואוינער אז מ’גייט אים אפפערן א שעה איבריג וואס ער קען איר שיין איינטוישן מיט ווערדפולע אקטיוויטעטן.

ווי למשל: אנהייבן פסח’דיג מאכן/ פארבן די רצועות (וואס מ’לייגט שוין אפ אזוי לאנג)/ קניפן ציצית/ זיך לערנען מאכן סושי/ אויסשטעלן א בודזשעט/ אריינקוקן אין א ספר/ וכו’ אלזא פארוואס ווען עס קומט דערצו, טרעפט זיך עולם גולם מיט דעם פראבלעם אז סך הכל איז נאך א שעה פארשווינדן געווארן?

זייער אינטערסאנט איז צו זעהן ווי די פארשלעפטע זענען ווייטער פארשלעפט, די פאריאגטע ווייטער פאריאגט, און די בינונים בלייבן פארכמורעט אינדערמיט! אפשר זאגט איר מיר פארוואס איר האט נישט אויסגענוצט דעם עקסטערן שעה?

דער פראבלעם איז נאך שטערקער ווען עס קומט א תקופה וואס מ’שטופט פאראויס דעם זייגער, און דעמאלס קאמפלעינען די קאמפלעינערס אז זיי קענען נישט נאכקומען דעם שאדן פון א שעה… האלוי! וואו ביסטו געווען ווען מ’האט דיר געגעבן א עקסטערן שעה?

וואס קוקסטו אזוי שטרענג? דו מיינסט איך וועל נישט אנקומען צום נקודה? גיב א מינוט! האסט דאך א גאנצע איבריגע שעה…

***

לאמיר אייך יא אביסל מיטטיילן איבער א שפיצן קאנפרענץ וואס איז אפגעלייגט געווארן דוקא פאר דעם פארגאנגענעם מוצ”ש 2 אזייגער ביינאכט.

צו דעם קאנפרענץ זענען געלאדן געווארן אלע מיטן לעצטן נאמען “שלימזל”. איר הערט? אלע וואס קענען קיינמאל אין צייט נישט אנקומען! מ’האט גערופן פונקטליך 1 אזייגער, און געהאפט אז מיט די עקסטערע שעה וועלן אלע אנקומען צייטליך.

ווען דער קאנפרענץ האט זיך געעפנט איז דער זאל געווען ליידיג, נאר א אידל מיטן לעצטן נאמען שלומיאל איז געזעצן דארט האלב פארבויגן און געדרימלט פאר ליידיג גיין.

ווען נאך א שעה צוויי האבן זיך אנגעהויבן אריינציעהן קאראוואנען מיט שלימזל’ן האט יעדער געהאט א תירוץ פארוואס מ’האט פארשפעטיגט. איינער האט פארגעסן צורוקן דעם זייגער, א צווייטער האט גערוקט פון לינקס אויף רעכטס און בטעות געמיינט אז ס’איז שוין דערנאך, א דריטער האט פשוט געהאט צופיל זייגערס צו רוקן.

עס איז געווען אן ערהאבן בילד צו זעהן אין גרויסן א קלארן מאפע וויאזוי דער ביהמ”ד וועט אויפצומארגן אויסזעהן ווען אלע שלעפערס ישלעפו ופעניאקעס יפנקו ומפטירין כדאתמול.

דער קב התירוצים איז מלא אורה, און עס איז נר לאחד נר למאה, אזוי לעבט מען זיך אפ די יארן א שעה ארויף א שעה אראפ און דער באן פארט ווייטער.

יעצט ווייסט איר שוין וואו מיין עקסטערע שעה איז געגאנגען?..