וואס טוט זיך מיטן ‘מי שבירך’?

בעפאר איך פאנג אן צו שרייבן דעם דאזיגן ארטיקל וויל איך אויסשמועסן א נקודה איבערן עצם שרייבן אין די נושא.
 
שוין א לאנגע צייט וואס איך ווייגער מיך צו איך זאל נעמען די חוצפה און שרייבן, וויבאלד איינע פון די כללים פון מיין שרייבן איז זייער קלאר אז איך וויל נישט ח”ו וויי טוהן קיין שום מענטש, און אויב זאל מען מיך שלעכט פארשטיין וועט זיין יצא שכרו בהפסדו, און עס קען ברענגען בייז בלוט בחנם. דעריבער איז וויכטיג אז איר זאלט לייענען קלאר און פארשטיין אז מיין ציהל איז נישט אין קיין שום וועג קעגן א געוויסן פערזאן ח”ו, איך רעד פון א גאר שעדליכע מענטאליטעט וואס דרוקט מיך פונקט ווי פאר אנדערע נאר איך וועל עס דערציילן.

נאך א זאך, עס איז אפשר די ערשטע מאל וואס איך שרייב אן ארטיקל נאכן עס לאזן אין מוח פאר אזויפיל חדשים פשוט צו טרעפן די ריכטיגע ווערטער וויאזוי עס צו זאגן און ארויסברענגען אז ס’זאל נישט אויסגעטייטשט ווערן אנדערש ווי דער ציהל. ואני תפלתי שיתקבלו דברי לרצון.

***

די משנה זאגט אין מסכת פאה, אלו דברים שאין להם שיעור, און די משנה רעכנט אויס פארשידענע מצוות וואס זייער שכר איז, צו איז דער קרן לעולם הבא, און פאר עטליכע זענען די פירות גאר אויף די דאזיגע וועלט אין וועלכן מיר לעבן.

צווישן די מצות ווערן אויסגערעכנט סיי מצוות וואס זענען חוקים וועלכע האט נישט מיטן מענטשליכן הארץ צו טוהן, עס איז א מצוה וואס דער אויבערשטער האט געהייסן ווי למשל ביכורים, וואס איז א מצוה וואס די תורה האט געהייסן, און האט נישט קיין שום שייכות צום גשמיות’דיגן געפיהל, און דערנאך די גאר הארציג און געפיהלישע מצוות וואס אידן בני רחמנים וואלטן געטוהן מטבעם הרכה ווי ביקור חולים, הכנסת כלה, וכו’.

דער חילוק צווישן א מצוה און א מצוה ביי אונז אידן איז נאר וואס חז”ל זאגן אונז, און אמאל איז דא א מצוה קלה אויף וואס דער שכר איז פיהל גרעסער ווי דער מענטש מיינט און אמאל א גרויסע מצוה שאינה מצוי’ וואס ווערט באזינגען מיט לשם יחוד’ס און הכנה דרבה איז גאר אין א קלענערע מדריגה ווי די יעדן טאגיגע מצוה’לעך מיט וואס מיר ווערן געשאנקן פון אונזער גרויסן טאטן.

ווי די משנה זאגט ר’ חנני’ בן עקשיא אומר, רצה הקב”ה לזכות את ישראל לפיכך הרבה להם תורה ומצוות, דער אויבערשטער האט גענומען די גוטע נאטורן פון דעם אידעלע און עס אים געגעבן אלס א מצוה, און אזוי ארום אים מזכה געווען מיט שכר ליום שכולו טוב. און כדי צו קענען בארעכטיגן דעם שכר, איז אויך פארהאנען מצות וואס דער שכל הפשוט וואלט ווען נישט געטוהן אדער נישט פארשטאנען, און וויבאלד מיר אידן האלטן זיך צו די חוקים פונקט אזוי ווי צו די משפטים דעריבער קומט דער שכר פיהל פאכיג מער אפילו אויף די מצוות וואס זענען גרינג און נאטורליך.

ענדיגט די משנה אין מסכת פאה אזוי: ותלמוד תורה כנגד כולם. טראץ די אלע קליינע און גרויסע מצוות מיט אירע באצאלדונגען איז”תלמוד תורה” שוקל כנגד כולם. פארוואס? באקומט דען א געלערנטער אדוואקאט באצאלט פארן לערנען זיך געזעץ? באקומט דען א דאקטאר באצאלט פארן זיך לערנען דאקטאריי? ער באקומט דאך נאר באצאלט ווען ער פראקטיצירט זיינע קענטעניסן, א שטייגער ווי לא המדרש עיקר אלא המעשה, איז אבער מרוב רחמיו וחסדיו פון דעם טאטן אונזערן, אז נישט נאר מיר באקומען באצאלט פארן לערנען, נאר עס איז שוקל כנגד כולם,און א איד פאר וועם עס איז קיינמאל נישט אויסגעקומען צו ברענגען ביכורים אדער ארויף גיין פאר א קרבן קיין ירושלים, איז יוצא און באקומט שכר מיטן זאת תורת העולה און עס ווערט פאררעכנט ווי ער וואלט געטוהן די אלע גוטע טאהטן און נאך אסאך מער.

אויב זאל זיך עס ווענדן אין דעם קליינעם מענטשליכן מח, וואלט דער געדאנק נישט סובל געווען צו פארשטיין פארוואס עס זאל אזוי זיין. ווען מ’קוקט ארום אויף די גויאישע וועלט, להבדיל שטחים מיט הבדלות, אין יעדן הינזיכט איז גאר אנדערש, דהיינו, אז נאכדעם וואס א מענטש האט א דיפלאמע אין א געוויסן נושא איז ער שוין פארהייליגט פאר אייביג, און ווערט אנגענומען אלס חכם וואס ווייסט אלעס און דאן דארף ער נאר אויפווייזן אז ער קען אין פראקטיק אויספירן זיינע פליכטן. אפילו אויב זאל ער שוין האבן פארגעסן זיינע לימודים ווערט ער נאך פאררופן אויף זיין פראפעסיע. אבער הקב”ה האט אונז געוואלט מזכה זיין מיט די מעגליכקייט יעדע מינוט פון לעבן צו קריגן שכר, כי דרכו להטיב,  האט ער אונז געגעבן די הייליגע תורה אלס א מתנה, און ער האט אונז געגעבן די מצוה פון תלמוד תורה כנגד כולם, פרעגן מיר נישט קיין קשיות און מיר כאפן אריין האפנטליך וויפיל מיר קענען פון די מתנה טובה.

***

אבער טייערע אידן, לאמיר זיך א רגע אפשטעלן און אריינקלערן, אמת אז די תורה איז די בעסטע סחורה, און שכרו הרבה מאוד, אבער איז דען נישטא קיין חיוב אוועק צו ווארפן אלעס פאר פיקוח נפש? פאר ביקור חולים? פאר הכנסת כלה? פאר העלפן א צווייטן איד? זעהן מיר דען נישט אזא דערהער אין חז”ל נישט איינמאל און נישט צוויי מאל אז במקום שאין אנשים און מ’קען העלפן א צווייטן איד דארף מען אלעס לייגן אין די זייט און העלפן. וא”כ תורה מה תהא עלי’? און וויאזוי איז עס כנגד כולם? ווען וועלן אידן טוהן די אנדערע מצות אויב תלמוד תורה איז כנגד כולם?
נאר עס איז נישט קיין סתירה, אן ערליכער איד לערנט, דאוונט, און טוהט מצות און מעשים טובים אלעס ביינאזאם. ער נוצט אויס יעדע מינוט פון טאג קונה צו זיין מער און מער.

***

 
איך וויל מיך שטעלן אויף א מציאות וואס איז היינט צו טאג א טאג טעגליכע ערשיינונג, און איר וועט מיך אפשר פארשטיין מיט א שטיקל דוגמא. (איינס פון אסאך, ואכמ”ל)

מ’שטייט אין ביהמ”ד און מ’דאוונט, יעדערער כפי דרגא דילי’ איינער דאוונט ווייל דער אויבערשטער האט געהייסן דאווענען און ביי אים איז יעדן טאג דאס דאווענען א מערכה, און א צווייטער דאוונט ערליכער ווען ער האט נעבעך א פראבלעם און ער ווארט שוין זיך צו קענען אויסשמועסן מיט זיין טאטן אין הימל, און בעטן פאר א ישועה, און וויאזוי עס זאל נישט זיין שפירט ער א פארלייכטערונג נאכן דאווענען האפענדיג אז זיינע תפלות זענען נתקבל געווארן לרצון.

שטייט ביים ווינקל א איד וואס אפשר בשוגג אדער גאר קרוב לאונס זייענדיג א אינו יודע, שמועסט ער אפ און לאכט אוועק דעם גאנצן דאווענען און שטערט די וואס ווילן יא אז דער רויעך פון קטורת זאל ארויפגיין גראד אין הימל אריין אן קיין פגימות, און ער נעמט אוועק דעם הייליגן חרדת קודש פון די געמיטער פון די ערליכע מתפללים.

וואגט זיך א אינגערמאן א שושקע צו טאהן ווייל עס טוט אים לייד, ווייל עס טוט אים וויי, ווייל ער האט שוין אזוי געווארט אויף די האלבע שעה פונעם דאווענען און ער קען נישט אינזין האבן די פירוש המלות ווען איינער פארציילט מעשיות פון זיין באבן’ס טשיז קעיק אדער זיין שכן’ס דאון פעימענט. סך הכל גיט ער א שושקעלע און פרובירט שטילער צו מאכן דעם קול ענות במחנה.

הער איך ווי איינער ווארפט אים פאר: זאג נאר, דו ווייסט אז ער איז א הצלה מעמבער? דו ווייסט וואס ער טוט פאר אידן? דו ווייסט אפשר די עולמות וואס דער איד דער שמועסער האט שוין מקיים געווען? איך בין מקנא זיין עולם הבא, און פאר דו שושקעסט איינעם קלער צו דו וואלטסט געקענט אזויפיהל טוהן פאר אידן וכו’ וכו’ וכו’ במקום שאין להאריך…

פרעג איך אייך מיינע טייערע פריינט, אויב איז דער עצם זיין א חבר אין א חסד ארגעניזאציע אדער אפילו א הצלת נפשות ארגעניזאציע,וואס מיר אלע שפירן אזא מין הכרת הטוב צו זיי, מחפה אויף אלעם, א”כ פארוואס זאגט די משנה ותלמוד תורה כנגד כולם?

ווען דער תלמיד חכם האט זיך אמאל פארזינדיגט און געטון עפעס א עוולה, זעהט מען נישט דעם גרויסן אנגענעמעכץ, נאר מ’כאפט זיך צומאל ארויף און מ’מעסט שוין פון אויבן אראפ זיין גאנצע חשיבות, און מ’איז נושא ונותן איבער אים צו ער איז גאר א בלאפער וועלכער לערנט לקנתר ח”ו. וכו’.
און אין די זעלבע צייט א איד וואס טוט א מצוה –טאקע זייער א וויכטיגע חשובע מצוה- וועלכע איז נאר א קליין חלק פון די הייליגע תורה,באקומט ער א פאספארט איבערצוטרעטן אלע אנדערע מצוות?
לאמיר אייך פרעגן: אויב מעסט מען דאס חשיבות פונעם איד אויף אזוי ווייט אז ער זאל קענען עובר זיין אויף כל התורה כולה, לויט די שוועריגקייטן וואס ער האט אין א ספעציפישן גוט הארציגע פעולה, דאן אויב איז העלפן א צווייטן איד במקום לערנען און במקום דאווענען, און עס איז אזוי אויסגעהאלטן מפי תורה, ווער זאגט אז דאס איז שווערער צו טוהן? קען דען זיין אז אזוי מעסט מען אידישקייט?
 
נאכאמאל וויל איך קלאר שטעלן: ח”ו איך וויל נישט אינטעררייסן אדער אראפברענגען דעם כבודם מלא עולם פון די אידן וואס העלפן אנדערע,אבער זענט איר זיכער אז אויב די פרייז זענען די אנדערע מצוות פון די תורה, אז דאס איז וואס מיר זענען מצווה געווארן?

זאג איך דען אז מ’זאל נישט העלפן א צווייטן? אבסאלוט נישט! איך פרעג נאר צו מעג מען שוין נאכדעם טוהן וואס מ’וויל? און אויב יא אזוי פארוואס ווען דער תלמיד חכם טוהט אמאל א פעלער באקומט ער נישט דעם גרין לייט אז ער קען טוהן וואס ער וויל?

***

פארוואס שרייב איך דאס? וואס איז עס נוגע לענינינו?

מ’זאגט יעדע וואך שבת נאכן לייענען דעם מי שבירך לכל מי שעוסקים בצרכי ציבור באמונה. הקב”ה ישלם שכרם וכו’. און אזוי אויך ווערט געברענגט פון קדמונים (איך געדענק נישט אויף די מינוט די מקור) אז אן עסקן לשם שמים וואס טוט פאר אידישע קינדער העלפט אים דער אויבערשטער מיט אלע אנדערע צרכים ווי חינוך און פרנסה וכו’.

פרעגט מיך א אינגערמאן פון אונזער חברי’ דא אמאל א קשי’, ער ווייזט אן אויף געוויסע לייבן אין ענין פון חסד, וואס האבן שוין געראטעוועט אזויפיהל אידן און מקיים געווען עולמות מלאות, און מ’זעהט נעבעך ווי די קינדער גייען נישט אויף די זעלבע דרכים, און אמאל זעהט מען עס ביי אנדערע ענינים פון גרויסע שוועריגקייטן וואס לאזט איבער דעם רושם אז דער “מי שברך ארבייט עפעס נישט”. ח”ו.

כאטש וואס מיר פארשטייען נישט די דרכים פון הקב”ה און מ’זעהט אמאל א צדיק ורע לו און אויף דעם שטייט שוין אזויפיל פירושים און ענינים פארוואס דאס מאכט זיך אזוי. אבער איז דען נישט ווערט אביסל צו פרובירן און פארשטיין צו מ’קען עפעס מתקן זיין, און דערמיט מונע זיין די געוואלדיגע עגמת נפש’ן?

איך וויל זיך ווענדן צו די אלע אידן וואס זענען אונזערע העלדן, און גיבן זיך אוועק מיטן לייב און לעבן פאר א צווייטן איד.

מיר רעספעקטירן אייך פון טיעפעניש פון הארצן,אבער דער רעספעקט וואס מיר האבן צו אייך איז נישט נאר צוליב דעם וואס מיר דארפן צו אייער הילף אמאל אנקומען, עס איז אסאך טיעפער פון דעם, עס קומט מצד אייך זעהן אלס א ריז וואס קען טוהן זאכן וואס מיר קענען נישט! לא די אז איר לערנט דאוונט און זענט מחנך אייער שטוב ווי געהעריג, האט איר נאך צייט וואס איר נעמט לכאורה אראפ פון אייער עולם הזה, פון אייער עסן, פון אייער שלאפן, און איר גיבט דאס אוועק פאר א צווייטן איד! דאס איז אונזער טיעפע רעספעקט צו אייך.

אויב אבער איז די הוספה וואס איר גיבט אוועק פאר א צווייטן איד, במקום פון תורה אדער אנדערע מצוות (אודאי רעד איך אין פאל ווען עס איז נישט בשעת די הצלת נפשות אדער אנדערע חסדים וואס איר זענט פארנומען. נאר אין צייטן ווען עס איז נישט שייך, ווען איר האלט נישט אינדערמיט פון דעם פעולה) אנשטאט מחנך צו זיין די קינדער ח”ו, אדער אנשטאט תורה, תפילה, ומצוות, און איר נעמט דאס נישט פון אייער עולם הזה’דיגע הנאות אראפ נאר ח”ו פון די רוחניות’דיגע חלקים, פארלירט עס דעם גלאנץ און פאנגט אן אויסצוזעהן נעבעך ווי א קינדער שפיל,ווי איינער זאל זאגן אז וויבאלד עס ציהט אייך נישט ח”ו זיך מייגע צו זיין אויף די תורה, וועט איר טרעפן סיי וואספארא שפילצייג און מיט דעם זיך איינטוישן און בעפאסן מיט וואס איר האט ענדערש ליעב צו טוהן. וואס אין רוב פעלער איז עס ח”ו נישט אזוי, אבער עס קריגט אזא רושם.

און וואס מיינט איר טראכטן אייערע קינדערלעך? זיי באגרייפן דען אז דאס קומט פון אייער גוט הארץ? זיי באגרייפן דען אז די מצוה פון ראטעווען א איד איז וואס טרייבט אייך צוטוהן די אלע אויסנאמע ווערק? ניין! אבער ווען זיי זעהען אז אין אנדערע צייטן זענט איר א טאטע צו די קינדער, א איד ווי אלע אידן, איר לערנט, איר דאוונט, און זוכט נישט קיין אויסריידן, דעמאלס פאנגען זיי אן צו באשטימען אז דאס איז נישט סתם לשם ילדות, עס איז א העכערער באגריף פון חסד וואס נישט יעדער איז דערצו זוכה, און אזוי וואקסן זיי אויף ערליכע אידן וואס שטרעבן צו זיין ווי זייערע עלטערן.

אויב זענט איר אונזערע העלדן –וואס באמת זענט איר טאקע- פארוואס זאל עס נישט זיין פולקאם? פארוואס זאל עס זיין מצוה במקום מצוה?אנשטאט א מצוה על גב מצוה?

רצה הקב”ה לזכותכם, האט ער אייך געגעבן מצוות וואס מיט אייער ווארים הארץ קענט איר אפילו נאטורליך נישט אפזאגן, און איר מוזט עס טוהן, אבער הרבה לכם תורה ומצוות ווייל מיט דעם וואס איר זענט מקיים די אנדערע מצוות פון די תורה בשלימות, אדער עכ”פ איר רעספעקטירט תורה, ותפלה,און איר ווייזט א הערצה פאר אן ערליכן איד, דאס ברענגט א שלימות אין דעם שכר עד אין גבול וואס ווארט אויף אייך פאר אייערע גוטע מעשים. ווייל דעמאלס ווערט קלאר אז איר טוט נישט די מצוה סתם ווייל עס איז אייך גרינגער צו לויפן יעצט העלפן איינעם ווי איידער צו שטיין א שעה אויף איין פלאץ און דאווענן וכדו’, און נאך מער איר טוט עס נישט נאר ווייל איר האט א נאטורליך ווייך הארץ. נאר ווייל דער אויבערשטער האט געהייסן העלפן א איד און טון חסד מיט אנדערע… עס ווערט א אמת’דיגער מצוה לשמה.

***

איך האף זייער שטארק אז מיינע ווערטער זענען קלאר, און אז איך מיין ח”ו נישט קיין שום ארגעניזאציע אדער מצוה אדער עושי מצוה פערזענליך, איך ברענג נאר ארויס די נקודה אז אויב א מצוה ווערט גענוצט צו באקוועם מאכן זיך אין די תורה, ווער ווייסט אויב ס’איז נישט ח”ו יצא שכרו בהפסידו, און ווען א מצוה איז א הוספה צו אלע מצוות וואס מ’טוט מיט א ברען צום אייבערשטן,ווי גרויס איז די שכר וואס מיר קענען אפילו נישט אנהייבן צו באגרייפן וואס עס ווארט פאר די אידן וואס העלפן אן אנדערן איד.

לאמיר זיך אונטער נעמען אז אפילו ווען מיר ווערן עמאציאנעל און אונזער אידיש הארץ צווינגט אונז צו טוהן א מצוה פאר א צווייטן איד,זאל דאס קיינמאל נישט זיין ח”ו א סתירה מיט די איבריגע מצות פון די תורה, און בפרט ווען עס קומט ח”ו נישט צו שטערן אנדערע אידן פון טוהן זייערע מצות און נוצן דעם מצוה אייערס פאר א קרדום לחפור ח”ו.

און דער אויבערשטער זאל העלפן אז אין זכות פון די אלע מצוות ומעשים טובים וואס ווערן געטאן צווישן אידישע קינדער צוזאמען מיט לימוד התורה ותפלה בכוונה זאלן מיר שוין אויסגעלייזט ווערן פון דעם פינסטערן גלות ובא לציון גואל במהרה.
 

Advertisements