א וויכטיגע נקודה אין סאציאלן לעבן איז צו פארשטיין ווען מ’מעג שווייגן, ווען מ’דארף שווייגן, און ווען מ’טאר נישט שווייגן.
צום פארשטיין וואס איך מיין לאמיר זיך באציען צו פארשידענע עפיזאדן וואס וועלן ווארפן א שטיקל ליכט אויף די נושא.
ווען איינער קומט צו אייך און גריסט אייך העפליך, און גלייך דערנאך גיט ער א ווארף אריין א גאר נייגעריגן “וואס איז נייעס?” וואס איז די נאטורליכע רעאקציע?
אויב איז ער אייער מלוה ביי וועם איר האט געליגן געלט און דאס געלט איז נאך גע-בליבן “ליגן” ביי אייך. וועט איר ענטפערן אלעס ארום דעם חוב, ווי למשל, זארג נישט איך וועל מארגן האבן וכו’ מיט תירוצים שונים. איי דער איד האט געפרעגט וואס ס’איז נייעס? פארוואס ענטפערט איר שלא מן הענין?
אויב איז ער סתם א חבר וועם איר זעהט אפט, וועט איר ענטפערן: ב”ה, וואס זאגסטו? און ער וועט ענטפערן מיטן זעלבן און די שמועס איז געענדיגט! העי וואו לויפט איר? האט דער איד געוואלט הערן נייעס אדער נישט?
אויב מאכט זיך אמאל א יצמח פוהר-קענע וואס וועט יא ענטפערן געהעריג נייעס פונעם טאג, וועט איר זיך אינטערשמייכלען פון זיין בטלנות אז ער פארשטייט נישט אז דאס איז נאר אזא עמא דבר’דיגער שמועס סארט, און ס’מיינט נישט אז איך וויל יעצט שטיין און הערן נייעס.
וואס איז פשט פון דעם מציאות? ס’איז א דבר פשוט און גארנישט קיין חוצפה דער נישט ענטפערן ווייל יעדער ווייסט וואס דער וויל ווען ער פרעגט “וואס איז נייעס”!
***
ווען איימיצער פרעגט אייך: וויפיל אזייגער איז? וועט איר נישט צוריקפרעגן: פארוואס ווילט איר וויסן? אדער: איר האט נישט קיין זייגער? נאר איר וועט ענטפערן די זייגער אויב ווייסט איר און אויב נישט וועט איר ענטפערן: איך ווייס נישט.
אויב יענער וועט אייך פרעגן: איר האט אפשר א זייגער? וועט איר נישט צוריק פרעגן: יא! פארוואס? נאר איר וועט זאגן וויפיל אזייגער ס’איז. ווייל ס’איז פשוט אז דער איד האט נישט געפרעגט אויס נייגער צו איר האט א זייגערל.
אויב זאל זיך מאכן אז איינער זאל ענטפערן: יא! איך האב אפאר זייגערס, איינס מיט מיר, עטליכע אינדערהיים… און מסביר זיין פון וואו ער האט באקומען דעם זייגער. וועט איר אים אנקוקן ווי פון די לבנה געפאלן.
***
וואס איז פשט אין די אלע עפיזאדן? עס איז א דבר פשוט אז יעדע קשי’ שאלה, איבעיא, האט א אנגענומענעם סטאנדארד וויאזוי עס דארף געענטפערט ווערן אין פרידנסצייטן.
***
לענינינו: אמאל פרעגט איינער א קשי’ ווייל ער וויל וויסן! אמאל פרעגט ער ווייל ער וויל דו זאלסט וויסן וואס ער רעדט זיך איין ער ווייסט שוין! און אמאל פרעגט ער כדי איר זאלט אויך האבן שאלות.
דער פראבלעם ווערט ווען מ’מיינט אז יעדע שאלה מוז בעל כרחך האבן א תירוץ און אויב האב איך נישט דעם תירוץ איז די קשי’ א תיקו!
וויפיל מאל מאכט זיך אז איינער וועט אייך פרעגן איבער אלס און אלעמען נאר ווייל ער וויל ציען א שמועס, און פארדעם ציהט ער אייך די אדערן? דער מענטש האט א טבע אז ווען איינער פרעגט מוז ער ענטפערן, אויב נישט שפירט ער זיך דריט קלאסיג.
ווען פרעזידענט קענעדי האט געזאגט: פרעג נישט וואס דער לאנד קען טוהן פאר דיר, נאר וואס דו קענסט טוהן פארן לאנד! האט ער געזאגט אז מ’זאל ענטפערן אויך??? אדער איז ער געבליבן ביים פרעגן?
ווען ר’ לייבוש לעפקאוויטש ז”ל פלעגט פרעגן די באקאנטע “שטעלט זיך א שאלה” פראזע, האט ער געווארט אויף א תשובה? ניין ! ער האט ארויסגעברענגט א נקודה!
ווען איינער פרעגט אייך אין עניני אמונה, אין עניני דיעות, אויב איז ער שוין א איד פאר מער ווי דריי יאר אין א ציה, איז געוויינליך נישט דאס פלאץ צו ענטפערן, ווייל יענער וויל נישט קיין תשובה!
מ’דארף וויסן ווען צו נוצן קאפ! און ווען צו הייבן פוס!
והשם הטוב, ישלח בחסדו הרוב, דעת ותבונה עלינו וכל בית ישראל בקרוב. עדי ביאת גוא”צ בב”א.