שטוב”ל ושרץ בידו

אראפ מיט די שטיוול! אריין אין די דאמפסטערס. גענוג איז גענוג. פארשטינקענע פיש געגעסן, קלעפ געליטן, א פרייז געצאלט. די צייט איז געקומען ארויסצוציהען די פיסלעך פון די פארקלעבטע פלאסטישע שטיוול און גיין אין די שניי וויפיל ס’לאזט זיך מיט שיך און זאקן! זאלן די שונאים קראכן.

הנותן שלג כצמר, איך ווייס נישט וויפיל איך בין באקאנט מיט צמר, אבער ‘שלג’ פרעגט מיך נאר און איר וועט הערן. איך האב די לעצטע פאר וואכן געזעהן מער שניי ווי די שטאט אריזאנע האט געזעהן אין דורות! און איר ווילט מיט מיר שמועסן?

איך דריי זיך ווי אנדערע און ווי א נער מיט שטיוול. יעדעס מאל וואס איך גיי ארויס פון שטוב ציה איך פוילערהייט ארויף די ריזיגע שטיוול ביז אמתים וחצי און איך פאל כורעים רעכטס און לינקס ביז ענדליך זענען די בתים שחורים ארויפגעצויגן און די פוס איינגעשטעקט אין דעם פלאסטישן קעמערל.

און אויב נאכן אטעמען שווער, און מאכן די “בוטסעס עקסערסייז” דערמאן איך זיך אז איך האב פארגעסן עפעס אין שטוב, וויל איך נישט רעדן וואס מיינע אפציעס זענען. און ניין! איך האלט נישט ביים דורכגיין דעם פראצעדור נאכאמאל.

דער טאג פראצעסירט און די שטיוול פאנגען אן צו ווערן מער שטוב”ל עס איז אזא סארט טבילה בזיעת אפיך ורגליך, דער מוח איז אנגעצויגן די שיך פאנגט אן קראצן ביי די טויזלעך, מ’ציהט ארויף מ’ציהט אראפ, אין מקוה טוט מען אן און אויס. אין שוהל אינטערן באנק מיט אלע פארווארפענע בוטסעס. מ’זוכט א האלבע שעה מ’מעסט די סייזעס. מ’טרעפט נאר דעם שכן’ס.

*

איר געדענקט אודאי די מעשה מיט דאס אינגעלע וואס איז געקומען אין חדר און דער רבי האט מיט שווערע מיה און אסאך פארגאסענע שווייס ארויף געצויגן איין שטיוועלע אויפן פוסל און דאס קינד רופט זיך אן אינטערן נעזעלע: רעבע, סענישט מיין בוצעס.

דער רעבע געצויגן ווי א בוריק, גערעגטערהייט טוט אים צוריק אויס די שטיוול און הערשט דאן הערט ער דאס קינד מורמעלען: סע איז מיין קליינע ברודערס…
*

נאך די גאנצע בוצעס טריטמענט ענדיגט זיך די טאג מיט ווייסע הויזן געלעכערטע שיך און א געבויגענעם פלייצע, אלעס פאר די מנהג אבותינו ברגלינו אז אין שניי גייט מען מיט בוצעס…

פארוואס??? פארוואס דארף איך ספענדן 2 שעה א טאג פאר פראטעקשאן, און דערנאך נאך קלינען דעם סוט, און ליגן מיט רוקן ווייטאג פון די אפקומענישן?

מיין שכן א נגיד האט גרויסע גראדע שטיוול וואס האבן אריינגעבויטע שיך, ער רעדט זיך אפ: א שאדע ס’האט נישט אריינגעבויטע פוס אויך, אזוי וואלט ער געקענט נוצן זיינע פוס פאר אנדערע צוועקן ווי אנצופיהלן א ריזיגן עור בהמה גסה מיט קיצלדיגע פעדימער וואס ער קען ניטאמאל אויסטוהן איבערן טאג נאר טאמער שלעפט ער א עקסטעררע פאר שיך אין טלית בייטל.

און דאס איז שוין די פיינע בני טובים שטיוול… איר הערט? איך וויל וויסן ווען מיר וועלן איינמאל פאר אלעמאל מאכן א גרויסן פייער אינמיטן שטאט און פארברענען די שטיוול מיט די שייטלען און די אוועקגעבן די לעדער צו מאכן קאנטשיק’ס אין די דריטע וועלט לענדער.

געהעריג טובל ושרץ בידו. טאמע ווערט מען, מ’קראצט און פלאצט, און איר וואונדערט זיך אז עס דרייען זיך ארום עלטערע אינגעלייט און קרעכצען ווי זיי שלעפן ווען א אקס אויפן אקסל? אבערווייז, ס’איז א קעלבל אויפן פוסל און אראפ דערמיט. נידער מיט די שטיוול.

איי וואס וועט זיין מיט די שיינע וואלענע געבייגלטע הויזן שטריפן און גרינע ליניע זאקן? נישט קשה, עס וועט ערגער נישט ווערן! גייט דערמיט אין דער שניי און פייפט אייך אריין אין די סטיגמע.

ענדערש קויפטס א ביליגן הויז ווי איידער א טייערע פאר שטיוול. עס דינט נישט איר צוועק.

פארוואס מיין חבר וואס ארבעט אין מאראסט גייט מיט ארבייט בגדים, און קיינער לאכט נישט, און ווען מיר אלע קריכן שוין וואכן אין מאראסט גייען מיר מיט די געפוצטע רעקלעך און פרובירן צו שיצן מיט די מאכטלאזע שטיוול איז העכער מיין השגה.

נידער מיט די שטיוול ! זאלן די בהמות טראגן די הויט אויף די אקסלען און אונז לאזן לעבן רואיג.

אה און אז מ’רעדט שוין יא, וואו איז אל גאור ווען מ’דארף אים? ער קען נישט אהער דעליווערן אביסל פון די גלאבאל ווארמינג? איך פאנג ערנסט אן טראכטן אז ער רעדט פון עפעס א גלאבאלע ווארעם וואס עסט די קישקעס פון ליידיגגייער פאר נאכטמאל און ברענגט זיי צו חלומ’ן בציבור. מר. גאור אפשר דארף מען ארויס שיקן א הונדערט טויזנט יוקאן’ס אין א אינטערנאציאנאלע ווארימע גאזן מארש און אנווארימען די קאלטע אמעריקע? הא? אויב ארבייט עס יא, פארוואס נישט נוצן אמאל לטובתינו?

עניוועי נאסע הויזן, נאסע פאדלאגעס, נאסע זאקן, דאס איז אלעס גארנישט קעגן די שטיוול סטיגמע! זאלן די שניי זיך שמירן אין די דיינינג רומס און אין די באדאמטע לוקסוריעזע אויטאס. מ’וועל מיר זיי אלע אויסרייניגן ווען דער שניי וועט פארן קיין יעלאוסטאון פארק.

האטס מיר א שטיוולאזן רואיגן ווינטער. און זאל דער שניי אייך מאכן פריילאך.

נידער מיט די שטיוול.

Advertisements