רוף מיך אויף מיין שכן’ס נומער

עס איז די טעלעפאן עפאכע, מענטשן ווערן אידענטיפיצירט דורך, זייער נאמען, זייער סאושעל, און זייערע עטליכע טעלעפאן נומערן.

הכלל די טעלעפאן נומער איז היינט א חלק פונעם מענטש, און עס וועט נאך קומען א תקופה וואס מ’וועט נישט טארן טשעפען מענטשן ביים טעלעפאן נומער, נישט צו בארירן די געפילן.

דאס איז שוין א פאקט, און זעהט אויס ווי ס’וועט אזוי בלייבן ביז מ’וועט אנהייבן אריינצונייען טשיפס אין אויער אלס פולקאמע קאמיוניקאציע, אלס צו זיין אין די לופטן, זיך צו הערן שנארכן ביינאכט וכדו’.

וואס מיך שטערט איז, ווען מענטשן וואס ווילן צו מיר רעדן, רופן מיך אויף מיין שכן’ס טעלעפאן, אדער אויף מיין חבר’ס טעלעפאן, און אמאל אפילו אויף א פרעמדן’ס וואס איך ווייס ניטאמאל ווער דער יעניגער איז.

איך מיין, אז איר ווילט צו מיר רעדן, ווערט געוואויר מיין טעלעפאן נומער און איך וועל מיט אייך גערן רעדן, און וויסן זאלט איר אז ווען איר רופט מיך אויף מיין שכן’ס נומער, קען איך נישט ענטפערן! איך בין אפילו נישט אין זעלבן קאר, איך הער נאר ארויס אלעס וואס איר זאגט, אבער איר קענט נישט הערן וואס איך האב צו ענטפערן, איז דאס יושר?

אה! נישט מיך האט איר גערופן אין מיין שכן’ס יוקאן?

וואס דען דארף איך מיטהאלטן די גאנצע שמועס בעל כרחך?

יענס געלעכטער דאס. א נייע מאדנע משוגעת וואס רעגיסטרירט זיך נישט ביי מיר אין מח, וויאזוי נארמאלע מענטשן שעמען זיך נישט צו זיצן אין קאר און רעדן אויף די נייע פארגעשריטענע בלו טוט וועלכע האט ספיקערס צו די גאס.

איך געדענק נאך ווען נאר הצלחה קאר און ווען סערוויס, מיט 50 בני תורה וכו’ האבן געהאט אזא בלו טוט, און אלס ארומגעפארן אויסרופנדיג. “אכטונג אכטונג” וכו’.

זענט איר זיכער אז אייער אשת חיל מי ימצא וויל פארזאגן דעם שבת’דיגן ארדער אין א פראטעסט פארמאט אינמיטן שטאט?

זענט איר קלאר אז אייער בר פלוגתא איז גרייט זיך דן צו זיין פאר א פובליקום אינמיטן ראדני אדער גארפילד?

וואו איז די ביסל מענטשליכע באנעמונג? פארוואס ווען איך זאל זיך אויפשטעלן האלטן א דרשה אויף מיין קאר בין איך רעטארדעט, און איר זענט א העכסט נארמאלער מענטש וואס טוט אט דאס?

עס איז דעריבער מיין פארשלאג, אז פאר איר נוצט דעם קאר בלוטוט, זאלט איר איינמאל לאזן א צווייטן עס נוצן און שטעלט אייך אראפ אינדרויסן, און הערט אייך צו, ווערט געוואויר וויאזוי ס’זעהט אויס ווען מ’הערט דעם קול באשה אינדרויסן שרייען אויף אייך אז די קינדער זענען נישט פאלגזאם, אדער אנדערע מער פריוואטע שמועסן, און דאן באשלוסט צו ס’איז אידישלעך, מענטשליך, אדער סתם פאררוקט.

סאררי מ’האמיר זיך געטראפן.

א דעבאטע מיט א ציהל

אין רושם פון א רייע זינלאזע דעבאטעס וואס איך האב לעצטנס מיטגעהאלטן, וואס פירן דעם זייגער אויף פענסיע, און מאכן פארגעסן אז צייט האט א ווערדע. ברענג איך אראפ איינס פון געציילטע דעבאטעס וואס האבן יא געפירט צו א גוטע ענדע.

דער דעבאטע איז געווען (האט געקענט זיין) צווישן צוויי אידן וואס איך קען נישט ביים נאמען, דעריבער וועל איך לאזן די נעמען ליידיג.

א – לאמיר זיך מפלפל זיין.

ב – אויף וואס?

א – זאג דו!

ב – פון מיין זייט וואס דארפן מיר זיך מפלפל זיין? וואס איז שלעכט אזוי?

א – וואס דארפסטו אלס זיין פארקערט פון יעדן? איך זאג דיר אז איך וויל זיך מפלפל זיין און דו ביזט גראד אויף דעם פארקערטן מיינונג.

ב – זיי זיך מסביר, איך האב נישט וואס צו קריגן מיט דיר, פארוואס זאל איך זיך זוכן סתם אן קיין סיבה?

א – דאס איז דאך וואס איך פרעג! פארוואס דארפסטו אלס טוהן פארקערט?

ב – נו שוין וועל מיר זיך דעמאלס מפלפל זיין. געגאנגען. ווער הייבט אן?

א – ווער הייבט אן וואס?

ב – דעם פלפול.

א – וואס עפעס? איך האב געזאגט עפעס קעגן דיין מיינונג?

ב – ניין! נאר דו ווילסט דיך מפלפל זיין, נישט דאס שרייסטו?

א – אויף וואספארא נושא זאל איך זיך מפלפל זיין מיט דיר?

ב – וואס הייסט וואס? איך ווייס דען? דו האסט פארפירט אז דו ווילסט א פלפול.

א – וואספארא מין ברי’ ביזטו? דו האסט נישט קיין שום לעגיטימע טענה קעגן מיר, אבער מפלפל זיין ווילסטו נאך אלס.

ב – איך וויל דען? דו ווילסט!

א – און אז איך וויל? ביזטו אלס אזא גוטער, צו טוהן וואס איך וויל? און אז איך וועל דיר בעטן א הלואה וואלטסטו מיר געגעבן? נאר ווייל איך וויל?

ב – ווער זאגט אז נישט?

א – נו וואס הייסט, דו ווילסט מיך איינרעדן אז אויב בעט איך דיר א הלואה פאר 10 טויזנט טולער, וואלטסטו מיך ערנסט אין באטראכט גענומען, פונקט ווי מיין פארשלאג פאר א פלפול וואס דו האסט אזוי שנעל אנגענומען?

ב – אודאי אזוי!

א – נו, שטעל אויס דעם טשעק צו סיטי בענק! איך וועל דיר עס באצאלן אין פעימענטס.

אטע דאס הייסט א דעבאטע מיט תכלית!

האטס מיר א גוטע נאכט.
האטס מיר א גוטע נאכט!

מיר פארן אויף וואקאציע

עס ווירבלט זיך א געפארעכץ יעדער איז איינגעשפאנט, באסעס מיט לעבעדיגע פערזאנען פארן, נישט קיין נפק”מ וואו, דער עיקר ארויס פון שטוב.

יענקל זאגט ער טוט עס פאר די קינדערס וועגן.

משה ענטפערט אז ער דארף פשוט א טשעינדזש אוו סינערי צום געזונט.

ר’ חיים זאגט אז פשוט שמירת עינים פארלאנגט דאס געפארעכץ.

אזוי צו אזוי, איז אלעס אויף רעדער. די מענער מיטן וואנדער, די פרויען מיטן פלינדער, און אלעס פאר די קינדער.

און וואו בין איך? מי ראו אלו יוצאים ואינו יוצא? האחיכם יוצאים ל….

אלזא נאך שווערע און אינטענסיווע בעראטונגען, איז געלונגען אויפצוקומען מיט א געמיינזאמען פלאן ביי די זאלץ משפחה, אין די נושא פון זומער וואקאציע, און מיט פרייד וויל איך מיטטיילן מיינע פריינט די החלטות.
אבער פארוואס כאפן? צייט איז טאקע געלט, אבער אז מ’האט נישט קיין געלט וועם גייט אן צייט! לאמיר אנהייבן פון אנהייב.

מיר וואוינען אפסטעיט דאס איז נישט קיין גאנצע 80 מייל פון די גרויס באוואוינטע שטאט וואס שלאפט קיינמאל נישט, און לאזט נישט די איינוואוינער שלאפן, ארץ מעוררת יושבי’.

די משפחה האט זיך געזעצט ארום דעם דיינינג רום טיש אינטער די לופט פון כסדר בלאזנדע צענטראלע לופט און מ’האט ווי אלע אנדערע באשלוסן וואס ווערן אויסגעלופטערט בכובד ראש, דן געווען אין די נושא.

אלס ראש המשפחה (עכ”פ ווען ס’קומט צום באצאלן אדער צום בלייבן שולדיג) האב איך גענומען דאס ווארט און אנגעהויבן מיט א סדר האסיפה, אויף וואס מ’גייט זיך היינט באציעהן און וואס איז די תכלית פון דעם מיטינג.

נומער איינס, דארף יעדער ארויפברענגען די בעסטע סיבות פארוואס מיר דארפן אוועקפארן, כאטש מיר האבן נישט דעם בעסטן סיטי תירוץ אז מ’טוט עס פאר שמירת עינים.

ווי זאגט נאר מיינס א פריינד אז קאנטרי ביי אידן איז אזוי ווי פאטערס טאג ביי גויים להבדיל. וואס הייסט? פרעג איך.

זאגט ער בתמימות. דער גוי האלט איין כיבוד אב איין טאג אין יאר, און פאר סיי וועלכע אומפארשטענדליכע סיבה, גייט אן שמירת עינים ביי אידן ניין וואכן א יאר. . .

די אסיפה איז אין פוהלן פארע און יעדער זאגט סיבות פארוואס מ’דארף פארן. דער קליינער פרעגט פארוואס מ’דארף זיך פלאגן צו זוכן סיבות, מ’קען דאך בלייבן אינדערהיים אז מ’ווייסט נישט קיין סיבה צו פארן?

ניין! איז מסביר זיין עלטערער ברודער, מ’וויל פארן ווייל ס’איז פאן נאר מיר ערנסטע און חסידישע אידן פארן נישט סתם פאר פארוויילונג, דארף מען טרעפן א עכטע כשר’ע סיבה.

די החלטה פון דעם ערשטן סעסיע איז געווען.

1. טשענדזש אוו סינערי. מ’קען נישט אלס זעהן די זעלבע ביימער און גראז, מ’מוז פארן מוח געבן אביסל א טויש. אויף די פראגע, אז די ביימער טוישן דאך די בלעטלעך, און גרעזעלעך וואקסן אויך נייע יעדעס יאר, איז געקומען א שארפער “אקעי, דו ווייסט וואס איך מיין”.

2. מ’דארף זיך צוגעוואוינען אמאל צו שוועריגקייטן, און וויאזוי צו דורכקומען ווען מ’איז צווישן אומבאקאנטע, מ’מוז דאך ווערן מענטשן, און פון זיצן אלס מיט די זעלבע שכנים האט מען נישט די געלעגנהייט דערצו.

3. אוועק פון די טאג טעגליכע הו הא צו קענען רואיג זיצן און לערנען אן קיינע שטערונגען פון דעם טאג טעגליכן גערויש.

סעסיע 2. יעצט אז מיר ווייסן שוין אז מ’מוז גיין! ס’איז פשוט א חוב קדוש! דארף מען באשליסן וואו מ’גייט.

סתם פארן אין די קאנטרי וואו די שטאטישע אידן גייען איז נישט די בעסטע אפציע.

1. נישטא קיין פלאץ זיך צו רירן דארט. די גאנצע שטאט באראקאדירט זיך דארט.

2. ביימער און גראז איז נישט צו א שטארקע טויש פון דעם סצענע. מיר האבן דאס א גאנץ יאר.

3. מיר אפסטעיטישע וועלן נאך פארלוירן ווערן אינעם גערויש וואס דאס איז קעגן דעם ציהל.

נו וואזשע דען?

די אסיפה האט באשלאסן, מ’וועט פארן פאר ניין וואכן קיין…..

“וויליאמסבורג”

יא! אזוי ווי איר הערט, וויליאמסבורג, א שיינע שטאט, גאר א צווייטער מהות, עס איז א טויש ווי פון הימל ביז ערד, רוב עולם איז אין די די קאצן געהארגעטע (קעטסקיל) געגנטער, און ס’איז דא ברייט פלאץ זיך אויסצולופטערן און איינוועגס הנאה האבן פון דעם אלעמען געגארטן “סיטי לייף” וואס אידן באסמאקעווען זיך דערמיט א גאנץ יאר.

(די נאטיצן פון די וואקאציע וועלן נאכקומען אי”ה